פרעגער האט געשריבן:יונגרייז האט געשריבן:אין מיין וויסטען חלום גייסטו מיך נישט זאגן אז סקווירא רבי איז געווען א פארטיי מענטש
איהר דארפט נישט חלומען, אבער ער איז געווען גאר עקסטריעם אז אלע זאלן טוהן אייניג און ווער עס קען זאל טוהן ווי איהם בפרט תושבי השיכון. כך שמעתי מפי חתנו האדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א ומפי כמה וכמה זקני חסידים והדברים ידועים.
ובנוגע השטיוול האבן די פרישע אינגעלייט תלמידי הישיבה אנגעהויבן אנצוטוהן נאך בחייו בשנת תשכ"ה כפי בקשתו (רמיזתו), פארשטייט זיך נאר די וואס די עלטערן האבן ערלויבט.
עס איז געווען אן אייגענע זאך וועגען זיין ברידער ואכמ"ל
ער האט עס קלאר נישט געבעטן פון קיינעם אפילו זיין איידעם ראחמיסטריווקא רבי שליט"א איז נישט געגאנגען ביי זיין חתונה מיט שטיוול
איך ווייס קלאר פון איינעם וואס האט עם געפרעגט צו ער זאל אנטוען, האט ער עס אוועקגעמאכט, זאגענדיג נישט צו מאכן פון א טפל אן עיקר,
בכלל איז זיין ציל מיט די שטעטל געווען עס זאל זיין אידן מיט תמימות אמת און אמונה ויראת שמים, זיין אפגעהאקט פון די רוח פון די גאס
נישט נאר פיזיקלי און ליגן און ערנטסקייט, אלע חיצוניות האט פארנימען ביי איהם א קנאפע מקום.
געוויסע זאכן האט ער געוואלד יעדער זאל זיך פירן דארט, בפרט און בית המדרש, אדער זאכן וואס ער האט פארשטאנן אז עס האט אן עפעקט אויפן רוח פונם מקום
מען קען אסאך אריינגיין, מען דארף אבער פארשטיין אז ער איז געווען זייער א טיפע מענטש און א גרויסע חכם, און זיינע פרינציפן זענען געווען זייער טיף און דקות'דיג וואס נישט יעדער האט ארויסגעהאט
למשל ר' ישעי' ז"ל איז געווען זייער א חשובע מענטש אבער זייער א קליינע מבין אויפן רבי'ן זי"ע און זייער אסאך האבן איהם אפגעלערנט פלאטשיק אונגאריש ודי