קיווי סטראבערי האט געשריבן:אויב מחמת הסיבות הידיעות, פארוואס איז אין אישי בעסער?
שושלת בית וויזניץ
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- קיווי סטראבערי
- שר האלף
- תגובות: 1058
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
קיווי סטראבערי האט געשריבן:עין טובה האט געשריבן:חסידים האבן זיך אויסגעדרוקט אז דער וואס האט עס געכאפט וועט טאקע כאפן, אבער פאר אונז אנ"ש ברויך יעדער עס זעהן, ובפרט די אינגערע דור.
וועלכע חסידים? ר' מרדכי חנא?
חחחח!! [דער רבי שיקט בריוון צו אויסגאבעס וועלכע פארשפרייטן [אפילו זיי האבן עס נישט געכאפט] זיינע בילדער, און די סאו קאלד חסידים זאגן אז יעדער ברויך עס זען...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

הרה"ק מווישיווא זצוק"ל צו גאסט אין די בושוויק געגענט נעבן וויליאמסבורג אויף שבת מברכים סיון פר' בהר-בחוקותי תרצ"ו.
צום באמערקן אז דאס איז געווען גענוי איין וואך בעפאר די הסתלקות פון זיין גרויסן פאטער הרה"ק בעל אהבת ישראל זי"ע. דער ווישעווער רב איז טאקע נישט געווען אנוועזנד ביי די פטירה כידוע.

הנותן לשכוי בינה...
מומחה יוחס האט געשריבן:היינט איז דער יא''צ פין הרה''ק ר' ברוכ'ל מוויזניץ זי''ע בעל אמרי ברוך
איך האב היינט געהערט א מעשה אז דער רבי ר' ברוכ'ל פון וויזניץ איז געווען אמאל אין די ניין טעג אויף אפרוה אינעם באד-שטאט הארשפאלווא נישט ווייט פון סוואליווא, כנהוג ביי טייל צדיקים פלעגן זיי זוכן צו האבן א סיום מסכתא אין די ניין טעג כדי צו קענען עסן א פליישיגע סעודה, האט מען זיך נאכגעפרעגט צו עס איז דא א איד דארט וואס האט נישט פערצופאל א סיום מסכת צו מאכן.
האט מען געזוכט און געטראפן א איד הרה"ח ר' פישל וויינבערגער, דער רמרי ברוך האט אים געפרעגט צו ער האט א סיום צו מאכן און אויף וועלכע מסכת, האט ער געזאגט ער האט צו מאכן א "סיום הש"ס", פארשטייט זיך אז דער אמרי ברוך האט זיך זייער געפרייט, און נאכן שמועסן מיט דעם חסיד ר' פישל, האט ער אים פארבעטן אז ער זאל קומען מיט אים אהיים קיין וויזניץ צו זיין דער מלמד פאר זיינע קינדער.
וכך הווה, ר' פישל איז געגאנגען וואונען קיין וויזניץ און ער איז געווען דער מלמד פון די הייליגע ברודער דער אהבת ישראל און דער אנטיניא רבי זצ"ל. ע"כ ממה שקבלתי
מיינע שאלות:
1. איז די מעשה פארשריבן בתולדות בית וויזניץ?
2. איז דאס א דבר ידוע אז ר' פישל איז געווען מלמד פון די צוויי ברודער?
3. ר' פישל וו"ב איז געווען א ברודער פאר ר' נטע וויינבערגער פון חוסט (זקינם של הרה"ח ר' אשר יונה והרב מטורקא ז"ל) , און א פעטער פארן באגאדער רב רבי שלמה לייב וויינבערגער זצ"ל, איז באקאנט ווער עס זענען געווען די קינדער פון ר' פישל?
יישר כח לכל המשיבים ועונים
- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
פון זיכרון ארויס געדענק איך נישט די מעשה און נישט דעם נאמען.
איך האב אבער געפענט דעם ספר "קדוש וברוך" (תולדות בעל אמרי ברוך, ארויסגעגעבן דורך הרה"ח נתן אלי' ראטה) און נישט געפונען דעם נאמען ביים מפתח אישים.
ס'קען זיין אז ס'איז פארשריבן אן קיין נאמען, אדער קען זיין אז ס'ווערט געברענגט אין איינע פון די ספרים אויפן אהב"י זי"ע. אפשר וועל איך באלד אריינבליקן אין די ספרים אויפן אהב"י, ס'איז דא אסאך.

...
עין טובה האט געשריבן:פון זיכרון ארויס געדענק איך נישט די מעשה און נישט דעם נאמען.
איך האב אבער געפענט דעם ספר "קדוש וברוך" (תולדות בעל אמרי ברוך, ארויסגעגעבן דורך הרה"ח נתן אלי' ראטה) און נישט געפונען דעם נאמען ביים מפתח אישים.
ס'קען זיין אז ס'איז פארשריבן אן קיין נאמען, אדער קען זיין אז ס'ווערט געברענגט אין איינע פון די ספרים אויפן אהב"י זי"ע. אפשר וועל איך באלד אריינבליקן אין די ספרים אויפן אהב"י, ס'איז דא אסאך.
א גרויסן יישר כח
- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
אין קדוש ישראל זעה איך אויך נישט דערמאנט דעם נאמען. בכלל איז באוואוסט אז זיי האבן געלערנט ביים צמח, און די צמח האט זיך אפגעגעבן מיט זייער חינוך. (און ממילא זעה איך נישט וואו זייער טאטע קומט אריין דא)
דאס איז חוץ מזה אז די אהב"י האט שוין געהאט הוראה ווען ער האט חתונה געהאט (ביי די פערצן).
איך שרייב סך הכל וואס איך ווייס, און אדרבה, אויב איינער קען קונפירמען דעם סיפור וואלט געווען א שטארקע תועלת, טאקע צוליב דעם וואס ס'ווערט נישט געברענגט אין ספרי נתן אלי' ראטה.
אגב, איך געדענק בכלל נישט אזא נאמען בשייכות מיט וויזניץ

קבלתי באישית כמענה למבוקשי:
כה כותב הגה"צ רבי אשר יונה וויינברגר זצ"ל בספרו "כנסת ישראל"
"לזקני הג"ר נתן נטע זאב זצ"ל היה אח - הג"ר אפרים פישל זצ"ל, שהתגורר בפולין. רבינו ה"צמח צדיק" זצ"ל זי"ע היה נוהג, שבמוצאי תשעה באב עשו סיום ואכלו בשר. פעם אחת במוצאי תשעה באב, שאל רביה"ק את הנמצאים, אם יש פה אחד שיש לו לעשות סיום, וענו שיש כאן אחד מפולין - ר' אפרים פישל, ויש לו סיום על הש"ס, ועשה סיום וה"צמח" אכל בשר. אח"כ אמר ה"צמח" לר' אפרים פישל שיבוא לויז'ניץ וילמד עם נכדיו - ה"אהבת ישראל", הרה"ק מאטיניא והרה"ק משאץ זצ"ל זי"ע".ע"כ
הייסט דאס לויט דעם מקור איז די מעשה געווען ביים צמח צדיק

רמונים האט געשריבן:נפטר כידוע מעט אחר השקיעה [וכבר ספרו העומר] ויומא דהילולא תלוי בשיטת הגאונים ורבינו תם.
לאחר הסתלקותו של הרה"ק בעל אהבת ישראל, כשהגיע הרה"ק מסאטמאר לנחם את האבלים, שאל על שעת הההסתלקות, והראו לו את השעון שנעצר בשעת ההסתלקות בשעה 9:08. כשראה זאת הרה"ק מסאטאמר נענה ואמר: אם כן הרי היה אז עדיין יום ראש חודש סיון... [באותו יום היה השקיעה בגראסאווארדיין בשעה 8:09, ונמצא שהסתלקות היה כששים דקות אחרי השקיעה, שאז עדיין יום לההולכים בשיטת ר"ת].
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm
אדמו"ר מסערט וויזניץ זצ"ל
כ"א תמוז תשע"ה - נסתלק אדמו"ר הרה"צ רבי אליעזר האגער מסערט וויזניץ זצ"ל.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

איך בין שוין מיט 3 טעג צו שפעט.....
אבער אז עס האט זיך געגעבען א רוק די אשכול צו אקטיווע אשכולות האב איך זיך דערמאנט אז איך וויל פרעגען טאקע די יום הולדת פון וויזניץ'ע רבי זז"ג איז ח"י תמוז?
איך האב אזוי פארשטאנען אפאריאר צוריק פון א מאנסי חסיד אז די רבי איז געבוירען געווארען א טאג נאך שבעה עשר בתמוז תרפ"ב
אבער אז עס האט זיך געגעבען א רוק די אשכול צו אקטיווע אשכולות האב איך זיך דערמאנט אז איך וויל פרעגען טאקע די יום הולדת פון וויזניץ'ע רבי זז"ג איז ח"י תמוז?
איך האב אזוי פארשטאנען אפאריאר צוריק פון א מאנסי חסיד אז די רבי איז געבוירען געווארען א טאג נאך שבעה עשר בתמוז תרפ"ב
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31271
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
נח הערש האט געשריבן:קען איינער קאנפערמירען?
יא נכון הדבר. אויף לאנגע געזונטע יארן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
איך זעה מהאט שוין גערעדט דא פריער
viewtopic.php?p=232876#p232876
viewtopic.php?p=232876#p232876
- עין טובה
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4062
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
ווי באקאנט האט מען מיט א גוטע שטיק צייט צוריק געטראפן אלטע בילדער פון די שטאט וויזניצא אין אוקריינע וואס מיט דעם איז ב"ה געלונגען צו טרעפן איינע פון די ארגינעלע ווענט פון די צמח'ס ביהמ"ד וואס שטייט נאך עד היום הזה.
יעצט ווערט באקאנט אז א קבוצה וויזניצע אינגעלייט די בכל אתר ואתר (קרית, מרכז, מאנסי, סערעט, וכו'), האבן געוויילט העכער א וואך צייט אין אוקריינע וואו זיי האבן פארברענגט אין קאסוב וויזניצא והגלילות מיט'ן ציהל צו טרעפן "ירושה" פונ'ם גזע. און צווישן אנדערע איז זיי געלונגען צו אנדעקן די הויז פון די בעל שם הק' זי"ע אין קאלימייע וואס שטייט סמוך ונראה צום קאסוב'ער קלויז אין שטאט. ווי אויך האבן זיי געטראפן די פונקטליכע מקום פון די "אלטע בית החיים" וואו עס איז נטמן הרה"ק יעקב דוד בן מרן הצמח צדיק זי"ע און נאך גדולים, און נאך אביסל שתדלנות ביי די שטאט ראט האט די מעיאר מסכים געווען צו לאזן ארויפלייגן א גדר וואס איז פארלאנגט ע"פ הלכה ארום דעם בית עולם.
דעם הויז פונם בעש"ט געהערט [מיט וואספארא רעכט?] פאר עפעס א גוי וואס ווען די עסקנים זענען אנגעקומען האבן זיי געטראפן אז ס'גייט אן רענעוואציעס אויפן פלאץ [לכאורה די ערשטע מאל דאס מקום גייט אדורך ערענסטע רענעוואציעס זינט די בעל שם הקדוש האט דארט געלעבט פאר 275 יאר צוריק] און נאכן שמועסן [דורך א חרדי'שע מתורגמן וואס וואוינט דארט] איז די גוי איינגעגאנגען צו פארקויפן דאס מקום און א דיפאזיט איז שוין געגעבן געווארן. ווי אויך האט דער גוי מודיע געווען אז פאר קוים געציילטע טעג צוריק האט ער אוועקגעפירט זעק מיט שמות וואס איז געלעגן אנגעזאמעלט אין די בעיסמענט וואס איז ווארשיינליך אזאנא כתבים וואס קענען ווארפן א ליכט אויף יענע תקופה.
(הזמן קצר, יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן, איך לאז פאר אנדערע צו ענדיגן)