רבי מאיר נתן האלברשטאם ובנו ר' שלמה מבאבוב זצ"ל
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
מומחה יוחס האט געשריבן:דער גארליצער רב האט אמאהל געטראפן דער קרייזער רב זי"ע אין מען האט געשמיעסט ווי דער עולם איז מקיל אין זאגן תחנון האט דער גארליצער רב געגעבן אזאג אז דער טאטע דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט אויסגעוועלט א חודש וואס מען זאגט סיי ווי נישט קיין תחנון ד"ה חודש ניסן וואס כידוע איז דער יא"צ כ"ה ניסן אין דער קרייזער רב האט מסכים געוועהן צו דעם אין אינסערסטאנט אז דער גארליצער רב איז נסתלק געווארן ראש חודש אדר אין דער דער קרייזער רב ראש חודש אב וואס מען זאגט ממילא נישט קיין תחנון .
לגבי דער ערשטער באבובער רב זי"ע האב איך נישט געהערט קיין קשר בנוגע תחנון נאר לגבי אן אנדערע ענין וואס כ'וועל נאך שרייבן אבער וואס יא אז דער לעצטער בארומטער באבובער רב ר' שלמה זצ"ל פלעגט כסדר דערציילען דער אובן דערמאנטע סיפור מיט א ספעציעלע חן אין איסטאנט אז ער איז אויך נסתלק געווארן ראש חודש אב תש"ס כידוע .
הרה"ק מבאבוב איז געזעצען טאקע ביי יענער חבורה קדושה און געשמועסט צוזאמען...
איטשע האט געשריבן:מומחה יוחס האט געשריבן:דער גארליצער רב האט אמאהל געטראפן דער קרייזער רב זי"ע אין מען האט געשמיעסט ווי דער עולם איז מקיל אין זאגן תחנון האט דער גארליצער רב געגעבן אזאג אז דער טאטע דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט אויסגעוועלט א חודש וואס מען זאגט סיי ווי נישט קיין תחנון ד"ה חודש ניסן וואס כידוע איז דער יא"צ כ"ה ניסן אין דער קרייזער רב האט מסכים געוועהן צו דעם אין אינסערסטאנט אז דער גארליצער רב איז נסתלק געווארן ראש חודש אדר אין דער דער קרייזער רב ראש חודש אב וואס מען זאגט ממילא נישט קיין תחנון .
לגבי דער ערשטער באבובער רב זי"ע האב איך נישט געהערט קיין קשר בנוגע תחנון נאר לגבי אן אנדערע ענין וואס כ'וועל נאך שרייבן אבער וואס יא אז דער לעצטער בארומטער באבובער רב ר' שלמה זצ"ל פלעגט כסדר דערציילען דער אובן דערמאנטע סיפור מיט א ספעציעלע חן אין איסטאנט אז ער איז אויך נסתלק געווארן ראש חודש אב תש"ס כידוע .
הרה"ק מבאבוב איז געזעצען טאקע ביי יענער חבורה קדושה און געשמועסט צוזאמען...
איך געדענק גײט די מעשה װיא פאלגענד אז זײ זענען אלע דרײ געזעצען צוזאמען (אין צאנז בײם יארצײט) אין זײ האבען געשמוסט די מעלה אז די סאנזער רב האט נישט מבטל געװען דעם עולם פין צו זאגען תחנון װיבאלד ער איז אװעק אין חודש ניסן, האט זיך אײנער פין זײ אנגעריפען (װער?) אז דאס איז טאקע גיט פארען סאנזער רב אבער יעדער האט זיך זײן שורש נשמה װאס לויט דעם װענד זיך אין װעליכער חודש ער דארף נסתלק װערען פין דער װעלט אין נישט יעדער האט די ברירה נסתלק צו װערען אין חודש ניסן, האט זיך אײנער (װער?) פין די אנדערע אנגעריפען אז אה״נ אז מען קען זיך נישט װעלען אין װעליכען חודש מען װיל אװעק פין דער װעלט ציליב שורש נשמה כנ״ל אבער אין װעליכען טאג אין יענעם חודש קען מען זיך יא װעלען אין ממילא װיבאלד יעדען חודש האט כאטש אײן טאג װאס מען זאגט נישט קײן תחנון דהײנו ר״ח קען זיך יעדער אויסװעלען דעם טאג! אין אלע האבען נהנה געװען פין די עצה, והיה לפלא ששלש אלה אח״כ כולם נסתלקו בר״ח כנ״ל
װען דער הײליגער צאנזער רב זי״ע איז צירוק געקימען פין די לויה פין זײן באליבטע זין הגה״ק ר׳ מאיר נתן זצ״ל אינאײנעם מיט זײן אײניקעל דעם יונגען פריש געװארענעם יתום׳ל הרה״ק ר׳ שלמה זצ״ל, האט דער סאנזער רב זיך געגעבען א װענד צום עם אין געזאגט שלמה׳לע די װײסט װי גרויס די װעסט הײנט זײן? די װעסט הײנט האבען די זכי־ה מקדש צו זײן דעם אויבערשטענ׳ס נאמען, די װעסט צים ערשטען מאל אין לעבען זאגען די הײליגער װערטער יתגדל ויתקדש שמי רבה... (אזוי האט אויסגעזען די צאנזער חינוך!)
אויך דער זײדע דער הײליגער רבין ר׳ אליעזר׳ל פין דזיקוב האט זײער ליב געהאט זײן אײניקעל ר׳שלמה׳לע, אין ער האט עם ארויסגעװיזען א שטארקע חביבות, אײנמאל האט אײנער פין ר׳ר׳ אליזערל׳ס קינדער געפרעגט דעם טאטען עס שטײט דאך לעולם אל ישנה אדם בין הבנים האט ער גענטפערט װאס זאל איך טהון ער האט דאך אינגאנצען די צורה פינעם טאטען! (דער הײליגער ראפשיצער רב זצ״ל)
תמונת מהר"ש הראשון מבאבוב
11211 האט געשריבן:הרה"ק ר' שלמה מ'באבוב (הראשון)
דאס איז נישט ר' שלמה באבוב'ער, וואס איז אוועק און דעם "יונגען" עלטער פון 58 יאר.
דאס איז דער באבוב'ער רב הרה"ג ר' יודל שיף. וואס ר' שלמה איז געווען זיין מ"מ.
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24619
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
אוי איז דאס פאר מיר חידושים, ס'איז אלע מאל געוועהן באוויסט אז דער בילד איז דער ערשטע באבובער רב, איבעראל איז געוועהן אזוי געשריבן, איז דא ווער איך גאר געוואר אז ס'איז א אנדערע מענטש, קען אפשר הרב איטשע מוחל זיין אין ווייזען א מקור דערויף, פשוט ווייל עס איז מיר אינסטאנט...
לגבי דער יארן אז ער איז אוועק ביי די 58 איז דאס נאך נישט אזא שטארקע דיחוי ווייל גענוג מענטשן האבן שוין געהאט ווייסע בערד אפי' יונגע ווי דעם...
לגבי דער יארן אז ער איז אוועק ביי די 58 איז דאס נאך נישט אזא שטארקע דיחוי ווייל גענוג מענטשן האבן שוין געהאט ווייסע בערד אפי' יונגע ווי דעם...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 260
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am
דער באבוב'ער רב ז"ל פארציילט אז ווען מ'האט געזוכט א היתר מאה רבנים פאר זיינס זיידע דער באבוב'ער רב דער קדושת ציון, זענען דו שליחים אויכעט געוועזן ביינעם קרייזער רב ר' אהרן, און ער האט נישט געוואלט אינטער שרייבן זיין חתימה, און האט זיי אוועק געשיקט. נאך א שעה שפעטער בעהט דער קרייזער רב זאל מען צוריק רופען דו באבאווער שליחים, און האט יא געח'אסמעט. לתמיהתם, האט ער פארציילט, אז ווען זיי זענען ארויס געגאנן, האט ער זיך דערמאנט אז ווען זיין ברידער ר' מאיר נתן איז אוועק, האט זיך דער טאטא ביים שבעה טעג זיך אויסגעדרוקט 'אז ס'וועט ארויס גיין פון עם א שיינעם דור'. און איז ממשיך דער קרייזער רב, אזעס איז שוין א סאך יארן אריבער זייט דעם אויסדרוק, און ערשט יעצט האב איך זעך דערמאנט פון דעם, א סימן אז יאך דארף טאקע חתמנ'ן...
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
הישועות בו מקיפות
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24619
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3202
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
לכבוד די יארצייט חמשה עשר באב.
פארציילט באבוב'ער רב זצ"ל (הרה"צ רבי שלמה השני):
אז זיין זיידע הרה"ק רבי מאיר נתן זצוק"ל זייענדיג אכט צו ניין יאר אלט האט מען אים געטראגען פון צאנז קיין דזשיקעוו צו הרה"ק רבי אליעזר'ל אויף שבת בשעת צאנזער רב זיע"א איז נישט געווען אינדערהיים.
ביים טיש פונעם דשזיקאווער רב זצוק"ל האט מען געשומסט פארוואס מ'געט נישט שיריים פון די קויליטש פון וואס די צדיק עסט.
האט זיך די אינגעלע רבי מאיר נתן אנגערופן:
ס'שטייט דאך און פסוק ראשית עריסותיכם תרימו חלה לה' און די ראשית קען נישט זיין קיין שיריים.
און דשזיקווער רב האט זייער באוונדערט די ווארט,
און שפעטער ווען ער האט זיך געטראפן מיט צאנזער רב זיע"א האט ער אים געזאגט אז אייערע זוהן איז א'קלוג אינגעל.
שפעטער איז ער געווארן זיין איידים.
זיע"א.

לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:14 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איטשע האט געשריבן:רבי מאיר נתן איז נישט געווען רב, עס איז באקאנט איז זיין שווער ר' אליעזר'ל דזיקובער האט אמאל געפרעגט זיין פאטער דער צאנזער רב, היתכן ער שאפט נישט א רבנות פאסטען פאר עהם.
אנומעלט געהערט פון באבובער רב אז צאנזער רב האט געענטפערט ער וועט זיין מיט מיר (אדער עפעס אזוי) און דער עולם האט פארשטאנען אז ס'מיינט אז ער וועט איבערנעמעו אין צאנז
דביה תחדי נפשא
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3202
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
אינו יכול לסבול עולם השקר.
הרה"ק שינאווער רב זיע"א האט מעיד געווען אויף זיי ברודער הרה"ק רבי מאיר נתן זצוק"ל:
ווייל ער האט געהאט אסאך אמת און זיך און ער האט נישט געקענט דערהייבן די עולם השקר איז ער אינג אוועק ל"ע (ביי די דרייסיג יאר).
ווייל ער האט געהאט אסאך אמת און זיך און ער האט נישט געקענט דערהייבן די עולם השקר איז ער אינג אוועק ל"ע (ביי די דרייסיג יאר).
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3202
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
מודעת אבל על פטירת מהר"ש מבאבוב - עיתון מחזיקי הדת ד' תמוז תרס"ה
- אטעטשמענטס
-
- NLI-Article (1).pdf
- (214.8 KiB) געווארן דאונלאודעד 304 מאל
איטשע האט געשריבן:11211 האט געשריבן:הרה"ק ר' שלמה מ'באבוב (הראשון)
דאס איז נישט ר' שלמה באבוב'ער, וואס איז אוועק און דעם "יונגען" עלטער פון 58 יאר.
דאס איז דער באבוב'ער רב הרה"ג ר' יודל שיף. וואס ר' שלמה איז געווען זיין מ"מ.
מצבה פון ר' בנימין זאב שיף פון בארדיוב זון פונעם באבובער רב רבי יהודא שיף ז"ל - איז דאס פון די שיף משפחה מגזה הרבי רבי אלימלך זצוק"ל?
- חסיד אמיתי
- שר חמש מאות
- תגובות: 834
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
- לאקאציע: אין מירון
הייליגער האט געשריבן:אינטערעאנט צו באמערקען, רבי מאיר נתן איז אוועק בחייו פון'ם טאטע'ן, און אעפ"כ איז ארויס פון איהם דער איינציגסטע גזע לבית צאנז וואס איז נמשך א רביסטווע [פון א חצר מיט א רבי און חסידים] מימי צאנז עד היום הזה "ברציפות".זי"ע
מענין לענין באותו ענין...
איך האב געהערט פון כ"ק מרן מ'בית חיים יהושע שליט"א ביים תנאים פון זיין אייניקעל, "איך בין זוכה צו א זאך וואס נישט זיין טאטע [ר' חיים יהושע הי"ד] און נישט מיין זיידע [קדושת ציון] און נישט מיין עלטער זיידע [מהר"ש הראשון] און נישט מיין עלטער עלטער זיידע [ר' מאיר נתן] ביז ארויף צום הייליגען צאנזער זיידע זי"ע, האט קיינער פון מיינע אבות נישט זוכה געווען צו דערלעבען צו שידוך שליסען פון א אייניקעל"
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6379
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
- חסיד אמיתי
- שר חמש מאות
- תגובות: 834
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
- לאקאציע: אין מירון
הוא מותיב והוא מפרק
געפונען
געפונען
-
- שר האלף
- תגובות: 1277
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm