שושלת בית מעליץ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

שושלת בית מעליץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

דער בילד איז פונעם מארש אין וואשינגטאן, דער רבי אויסגעדרייט צים עולם איז מעליצער רבי ר' יצחק הורוויץ זאגענדיג קל מלא רחמים אויף די קדושים אימגעקימען אין איירופע
אטעטשמענטס
rabbi_09steps_255_199.jpg
rabbi_09steps_255_199.jpg (38.77 KiB) געזען 11338 מאל
.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח אלד פאר די אינפא., בייגעלייגט איז א קלארערער בילד פונעם מעליצער רבי הנ"ל, ער איז געווען דער זוהן פון ר' נפתלי ממעליץ בעמח"ס קדושת נפתלי, ער האט געוואונט דא אין אמעריקא נאך פון פאר די קריג.
אטעטשמענטס
RabbiYitzchokHorowitz.jpg
RabbiYitzchokHorowitz.jpg (33.61 KiB) געזען 11506 מאל
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מיללער, און ווער זענען אלע איבריגע דא?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

די ברידער האלברשטאם, ר' משה זצ"ל, ר' חכם צבי זצ"ל, להבחל"ח ר' נפתלי מטשאקווא שליט"א, ר' מאיר שליט"א מטשאקווא בניברק,
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

אגב, איז דער מעליצער רבי, דער מחבר פון די שיינע מעליצער נגונים ?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מיללער, אויב איז דיר נישט שווער, ביטע צייכן אן אויפן בילד ווער איז וואס, עס איז מיר 'זייער' אינטערסאנט צו וויסן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הארציגען דאנק פאר ר' יצמח פורקניה שליט"א, איך האב אויך נישט געוואוסט ווער די אנדערע זענען.

יצמח, האסט מער פרטים איבער די שייכות פונעם מעליצער רבי צו די האלבערשטאם ברידער? ווי אויך פונקטליך ווער ס'איז ווער.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

פון רעכטס צו לינקס: ר' מאיר, ?, ר' נפתלי, ?, מעליצער רבי, ר' משה, ר' חכם צבי

דעם שייכות מיט מעליץ ווייס איך נישט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כחך יצמח.

אויב האסטו נאך עפעס בילדער קום אריין ביי די 'על הצדיקים' אפטיילונג, תהזנה ותהחנה.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

יצמחפורקניה
אין חבת ירושלים זשורנאל האב איך געזעהן אביסל אנדערש

פון רעכטס צו לינקס: ר' שלום אייזיקאוויטש, ר' זלמן לייב מאסקאוויטש (עפעס מיט שאץ), ר' נפתלי, ר' מאיר, מעליצער רבי, ר' משה, ר' חכם צבי

דער מעליצער רבי איז געווען אן עלטער פעטער פאר זיי, וועגן זייער זיידע ז'מיגראדער רב איז געווען א איידעם ביי ר' נפתלי ממעליץ.
.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און וואס האט ער זיך אנגעקערט מיט ר' הערשעלע ספינקער ז"ל?
the SCY is the limit
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

א פעטער א ברידער פאר זיין טאטע
.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

ייש"כ אלד וומ"ס פאר דעם תיקון, קען זיין אז דו ביסט גרעכט (ר' שלום אייזיקאוויטש איז טאקע א איידעם ביי הלברשטאם)

*

איך וויל איבער פרעגען מיין שאלה (אפשר איז דאס נישט באמערקט געווארען)

איז דער מעליצער רבי, דער מחבר פון די באקאנטע מעליצער ניגונים (ס'איז דא טעיפ'ס פון דוד ווערדיגער ווי ער זינגט פון די ניגונים) ?

אויב נישט, ווער דען איז גוועהן יענער מעליצער רבי ?

איך ווייס אז ער איז גוועהן נאך די קריג, אויב איז ער נישט דער מחבר פון די ניגונים, דאן קומט אויס אז ס'איז גוועהן 2 מעליצער רבי'ס
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלד;
יישר-כחך פאר די דעטאלן, גראדע מדעת עצמי הא באיך געהאטלן אז דאס איז ר' שלום אייזיקאוויטש וועלכער איז טאקע א שוואגער זייערער. איך האב נישט געוואוסט אז ר' סיני מ'זמיגראד ב"ר ברוך מ'גארליץ איז געווען אן איידעם אין מעליץ, א דאנק פאר'ן בארייכערען מיינע ידיעות.

ר' שמחה;
ר' הערשעלע'ס טאטע, ר' אביש'ל קראלער איז געווען א ברודער פאר ר' יצחק זייענדיג א זוהן פון ר' נפתלי ממעליץ.


אין וומ"ס איז דא א איד ר' אברהם אביש הורוויץ וועלכער רופט זיך אויך מעליצער רבי, ווייסט איינער וויאזוי פונקטליך עס ארבעט זיין יחוס?

[מנהלים;
ביטע טיילט אפ דעם גאנצען מעליצער דינאסטיע חלק אריין אין 'על הצדיקים']
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

אוך געדענק איינמאל ר' הערשעלע איז געווען און באראפארק אויף א שבת און פרייטאג נאכט נאכען טיש זענענן מיר געשטאנען עטליכע און געשמיסט מיט ר' הערשעלע און דארט איז געווען איינער ר' שמואל א זיהן פון מעליצער רבי און ער איז געווען אן ערשטע קאזין פאר ר' הערשעלע ז"ל.
איז דאס א זין פון דעם ר' יצחק?
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' שמחה:
הוא אשר דברנו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' שינה עמוקה :smile:
אוך האב נישט פארשטאנען דיין תשובה.

אויפען בילד זעה אוך איהם נישט,
און יענער ר' שמואל איז שבת געגאנגן נאר און א בעקיטשע און נישט און א שטראמעל,
איבער דעם פרעג איך צי דער ר' יצחק האט געהאט א זיהן וואס איז ניט געווען זייער חסידיש.
the SCY is the limit
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35239
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנטשולדיגט ר' שמחה
איך פארשטיי הערשט יעצט אייער שאלה
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

farshlufen האט געשריבן:איך פארשטיי הערשט יעצט אייער שאלה

מיך קען מען אדרעסירען בלשון 'דיין' שאלה
וכמובא בתורת משה על התורה מבעל החתם סופר בשם רבו ר' נתן אדלר ז"ל בפרשת תולדות על פסוק קום נא שבה ואכלה מצידי וכו
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין זיין ספר ברכת יצחק הנספח לספר אביו קדושת נפתלי אויף 'היברו בוקס' איז פארהאן אסאך דעטאלן איבער אים און זיין משפחה, איך וועל פרובירען צו קאפירען עד כדי שידי מגעת.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פאלגענד איז וואס איך האב געטראפן, בייגעלייגט איז א ליסטע פון די קינדער פון ר' נפתלי ממעליץ וועלכע זענען אומגעקומען עקד"ה, ווי אויך די קינדער וועלכע זענען אוועק נאך די מלחמה (ביז ווען ער האט געדרוקט דעם ספר) אויך ווערט דארט דערמאנט א ברודער פון ר' יצחק מיט'ן נאמען ר' ברוך וועלכע האט אויך איבערגעלעבט די קריג.
אטעטשמענטס
kedushatnaftoli_Page_2.jpg
kedushatnaftoli_Page_2.jpg (16.94 KiB) געזען 11175 מאל
kedushatnaftoli_Page_1.jpg
kedushatnaftoli_Page_1.jpg (31.24 KiB) געזען 11175 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יצמחפורקניה האט געשריבן:
איך וויל איבער פרעגען מיין שאלה (אפשר איז דאס נישט באמערקט געווארען)

איז דער מעליצער רבי, דער מחבר פון די באקאנטע מעליצער ניגונים (ס'איז דא טעיפ'ס פון דוד ווערדיגער ווי ער זינגט פון די ניגונים) ?

אויב נישט, ווער דען איז גוועהן יענער מעליצער רבי ?

איך ווייס אז ער איז גוועהן נאך די קריג, אויב איז ער נישט דער מחבר פון די ניגונים, דאן קומט אויס אז ס'איז גוועהן 2 מעליצער רבי'ס


יצמח;

יעצט האביך געטראפען אז דער עלסטער זוהן פון ר' נפתלי ממעליץ האט געהייסן ר' אלימלך, ער איז קודם געווען רב הצעיר אין מעליץ אבער דער ארטיגער ראש הקהל האט אים גערודפט איז ער ארויסגעקומען קיין אמעריקא פאר עטליכע יאר, ער איז געווען א גרויסער מלחין-קאמפאזער און ער האט אפי' ארויסגעגעבן א רעקארד פון זיינע ניגונים דא אין אמעריקע.

שפעטער איז ער צוריקגעגאנגען קיין אייראפע ווי ער האט זיך באזעזט אין קראקא, ער איז ליידער אוועק ביים קריג מיט א ניגון אויף 'נשמת כל חי' הי"ד, אויך זיין זוהן ר' נפתלי איז אומגעקומען עקד"ה

בייגעלייגט אז א בילד פון ר' אלימלך ממעליץ-קראקא
אטעטשמענטס
ElimelechMelitz.jpg
ElimelechMelitz.jpg (27.33 KiB) געזען 11169 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לויט ווי איך פארטשיי איז דער מעליצער רבי שליט"א פון וומ"ס ר' אברהם אביש הורוויץ א זוהן פון ר' ברוך ב"ר נפתלי ממעליץ, וועלכער האט אויך איבערגעלעבט די קריג, ר' ברוך איז נפטר געווארן בשנת תשט"ו, ווייסט איינער וואו ער האט געוואונט און צו עס איז פארבליבען נאך קינדער פון אים, אא"וו
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דאנערשטאג מארטש 20, 2008 10:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אוי איך האב נישט געוויסט ביז יעצט ווי דער שמיעס איז אהינגעקימען יעצט אז שוין יא דא העמיר מוסיף זיין קצת

איך האב אפיר געקראצט דעם חבת ירושלים דשורנאל ווי איך האב דאס געזעהן האב איך שוין געזעהן אז דער ר' זלמן לייב מאסקאוויטש'ס טאטע איז געווען שאצער רבי אין חיפה און געווען א איידעם ביים זמיגראדער רב

זיכענדיג צי פארענטפערן דע הארבע קשיא איבער מעליצער ניגונים (אלע ראפשיצער אייניקלעך זענען געווען באוויסט אין ניגונים) האב איך אזוי ארים געברויזט אין רוישענדעם וועב האב געטראפן עפעס אינטרעסאנט און כהאב עס ארויסגעשטיקלט
אטעטשמענטס
5485756161_55.jpg
5485756161_55.jpg (209.7 KiB) געזען 10863 מאל
.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

און ווי זענען די נאטען ?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”