רבי אהרן ראזענפעלד זצ"ל רב ביפו יצ"ו - יוה"ק תשנ"ו, ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » פרייטאג יוני 28, 2019 4:01 pm

של ביהכנ"ס שארית הפליטה ביפו מנשיה תש"ך
צוגעלייגטע
Yaffe5720.jpg
Yaffe5720.jpg (404.11 KiB) געזעהן 2410 מאל

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » פרייטאג יוני 28, 2019 4:11 pm

אינעם ארגינעלער יפו בית המדרש בקרית יואל, מיט זיין אייניקל הג"ר הערשל ראזענפעלד רב דקהל חסידים ב'באלטימאר
צוגעלייגטע
KiryasYoel.jpg
KiryasYoel.jpg (163.49 KiB) געזעהן 2406 מאל

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » פרייטאג יוני 28, 2019 4:37 pm

צוויי בר מצוה'ס אין ביהמ"ד 'בית אהרן' דיפו אין בארא פארק (אויך געווען דארט א פאר ברית'ן)

ווערט געזעהן (פון לינקס צו רעכטס)
דער יפו רב'ס שווער הגאון ר' יוסף שמואל הערשלער זצ"ל, דער בר מצוה בחור, דער יפו רב זצ"ל בעל מנחת אהרן, הגאון ר' יצחק שארף זצ"ל, און יבלח"ט הרב משה קעסלער און הגאון ר' נחום מאיר גערמאן.

הרב שארף און יבלח"ט הרב גערמאן שליט"א (ביידע רמי"ם אין באבוב) פלעגען זיך צוגרייטען יעדען טאג פאר לאנטש און ריסעס וואס צו פרעגען הג"ר יוסף שמואל הערשלער וואס איז געווען אין דער היים בכל התורה כולה.
צוגעלייגטע
BarMitzva1.jpg
BarMitzva1.jpg (273.54 KiB) געזעהן 2401 מאל
BarMitzva2.jpg
BarMitzva2.jpg (134.61 KiB) געזעהן 2401 מאל
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום פרייטאג יוני 28, 2019 5:32 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » פרייטאג יוני 28, 2019 5:12 pm

זיין תנאים אין ירושלים אין תשי"ט (דער חתונה איז געווען אין אמעריקע).

די צוויי אויף לינקס זענען מנקיי הדעת שבירושלים, דער זיידע הגאון הצדיק ר' שלמה בראווערמאן זצ"ל ר"מ בישיבת עץ חיים כיובל שנים (לעבען חתן), און הגה"צ ר יונה זאב הערשלער זצ"ל אויף וועמען'ס נאמנות דער חזון איש זי"ע האט זיך פארלאזט פון ווי די גדולי ירושלים האבען אמאל גענומען די אתרוגים אין ארץ ישראל.

זיין שווער הגאון ר' יוסף שמואל הערשלער זצ"ל איז געווען דער משגיח (אזוי האט געהייסען דער ראש הכולל בימים ההם) פון כולל שומרי החומות אין ירושלים. איינער פון די וואס האבען דארטען געלערענט (הרב פריימאן) האט דערציילט אז ווען ר' יוסף שמואל איז געפארען קיין אמעריקע אין תשי"ג פנה הודה זיוה והדרה פונעם כולל, מען האט אלעס פראבירט אבער דער כולל איז שוין קיינמאל נישט צוריק געקומען צו איר סטאטוס ווי בשעת ער איז דארט געווען. ר' יוסף שמואל איז געווען א אויסגערופענע גאון וצדיק, א איש האשכולות, און א תלמיד בקבלה פון הגאון הצדיק המקובל ר' אשר זעליג מרגליות זצ"ל. אויך איז ר' יוסף שמואל געווען ראש הכולל (בימי המהריי"ץ) אין כולל תורת אמת חב"ד אין ירושלים. (געווען אויסגעקאכט אין תורת חב"ד און געווען א אייניקל פון בעל התניא'ס ברודער דער שארית יהודה זי"ע און פון הגאון רבי אברהם שאג זי"ע).

א שוואגער פון הג"ר יוסף שמואל (זיין שוועסטער'ס מאן) איז געווען הגאון האדיר ר' חיים יעקב קלאפהאלץ זצ"ל. א צווייטע שוועסטער איז דער מאמע פון יבלח"ט הגאון ר' מאיר צבי בערגמאן שליט"א (איידעם פון הגאון הרב ש"ך זצ"ל). אויך נאך א שוועסטערס מאן איז יבלח"ט הגאון ר' אלימלך מעלער שליט"א ראש ישיבת בית וגן.

הגאון ר' שלמה בראווערמאן איז געווען א זוהן פונעם ירושלימ'ער גאון און מקובל ר' זעליג בראווערמאן זי"ע (וואס איז געווען א אייניקל פון בעל יסוד ושורש העבודה זי"ע) און איז דער זיידע פונעם באוויסטען הג"ר משה בראווערמאן און פון הג"ר זעליג בראווערמאן (איידעם פונעם שר התורה הגאון ר' חיים קאניעווסקי שליט"א). אויך איז הג"ר שלמה בראווערמאן'ס שוועסטער דער מאמע פון הגאון ר' יצחק קאלידעצקי שליט"א (אויך א איידעם פון הגאון ר' חיים קאניעווסקי שליט"א) בן הגאון ר' שכנא קאלעדעצקי זצ"ל בעמח"ס בית הלל אויף דער ספרי.
צוגעלייגטע
_D_0001.JPG
_D_0001.JPG (229.68 KiB) געזעהן 2398 מאל
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום דינסטאג יולי 02, 2019 5:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » פרייטאג יוני 28, 2019 5:44 pm

זיין עלטער שווער דער גרויסע ירושלימ'ער גאון וצדיק ר' שלמה בראווערמאן זצ"ל ר"מ בישיבת עץ חיים.
צוגעלייגטע
Zaidah r` shlomo 1braverman.JPG
Zaidah r` shlomo 1braverman.JPG (103.32 KiB) געזעהן 2371 מאל
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום דינסטאג יולי 02, 2019 5:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » פרייטאג יוני 28, 2019 7:16 pm

איימעניט האט געשריבן:א היסטארישע בריוו פון בערך שנת תשכ"ג ווי דער מאקאווא רב בעל עטרת משה שילדערט פאר זיין פעטער דער יפו רב וואס עס טוהט זיך ביי זיינע קינדער, און צום סוף בעהט ער אים "אולי בנכם ידי"נ הרה"ג ר"ש [= ר' שלמה] יכול להשתדל בימי הרצון האלו לטובת הישיבה".
לכאורה תשכ"ו

באדראטשיג
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2016 8:16 am

תגובהדורך באדראטשיג » מוצ"ש יוני 29, 2019 8:33 pm

הגה"צ ר' אהרן זצ"ל אין געווען די שווער פון הרה"ח המפורסים ר' מרדכי יעקב ווייס ז"ל, מעסקני וגדולי חסידי בעלזא (דער שווער פון נעים זמירות ישראל הגה"ח ר' ירמי' דמן שליט"א מבעלזא)

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מוצ"ש יוני 29, 2019 11:03 pm

אויך האט ער געהאט א איידם נס

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » זונטאג יוני 30, 2019 11:38 am

אוהב ספרים האט געשריבן:אויך האט ער געהאט א איידם נס

יא
הרב ר' שלמה נס ע"ה
ער איז געווען פין דער ערשטער משמשים בקודש פין בעלזא רב זצוק"ל
נאכ'ן מלחמה דא אין ארץ ישראל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:54 pm

ביי א חתונה גלייך נאך די מלחמה אין בארי-איטאליע ווארטנדיג ארויסצופארן קיין ארץ ישראל - דער יפו רב ר' שלמה איז אויפן אונטערשטע שורה דער זעקסטער יונגל לינקס מיטן ווייסע קאפל
צוגעלייגטע
noname.jpg
noname.jpg (86.18 KiB) געזעהן 2153 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:11 pm

ספר 'תולדות הרב מיפו'
צוגעלייגטע
01.JPG
01.JPG (138.97 KiB) געזעהן 2150 מאל
02.JPG
02.JPG (128.37 KiB) געזעהן 2150 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:25 pm

איימעניט האט געשריבן:
שנלר האט געשריבן:וועלכע יארן האט די רב געוואוינט אין יפו?

פון תש"ט ביז תשכ"ג. זיין בית המדרש איז געווען אין יפו מנשייה, ער איז אויך געווען דער רב השכונה פון די גאנצע געגענט. ר' לייבוש לעפקאוויטש, ר' ישעי' כ"ץ און נאך וואס האבען זיך שפעטער באזעצט אין אמעריקע האבען געדאווענט ביי אים. צווישען די וואס האבען אים אויף גענומען איז געווען דער יפו ראש בית דין (געוואוינט אין יפו אבער געווען ראש בית דין אין תל אביב) דער דבר יהושע. מיר וועלען אפשר ארויף לייגען די קאנסעס און קהילה דאקומענטען.

אין עובדא דרבי אהרן זאגט מען מיר דארף ער דארטען ווערען געברענט פון שנת תש"ט. דער יפו רב האט געהאלטען הרה"ק רבי אהרן ראטה זי"ע מיט וועם ער האט געלערענט אין מאקאווא פאר איינער פון זיינע רבי'ס. וועל אי"ה דערציילען דער מעשה.

דער יפו רב, האט זייער מקפיד געווען נישט צולאזען א בעל תפלה וואס איז נישט געווען אין מקוה, און געווען אפילו גרייט צו פארלירען מתפללים אבער נישט נאך געבען אויף דאס. אבער אזוי ווי אין מנשייה-יפו איז נישט געווען א מקוה, און דער נענסטע מקוה איז געווען א לאנגע וועג ביז אריין אין תל אביב, פלעגט דער יפו רב כמעט יעדען שבת מוזען דאווענען פאר דער עמוד.
צוגעלייגטע
IMAG0001.JPG
IMAG0001.JPG (181.78 KiB) געזעהן 2144 מאל
IMAG0002.JPG
IMAG0002.JPG (184.08 KiB) געזעהן 2144 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:32 pm

א מכתב המלצה וואס דער טאבע רב האט געשיקט צו סעבעני רב צו געבן סמיכה פאר ר' שלמה אלס בחור בשנת תשי"ד
צוגעלייגטע
גרוס.JPG
גרוס.JPG (179.83 KiB) געזעהן 2140 מאל

מאך המוציא
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:28 am

תגובהדורך מאך המוציא » מוצ"ש יולי 06, 2019 4:52 pm

גהערט אמאל פון א אייניקעל פונעם יפו'ער רב אז זיי זענען אייניקלעך פון הרה"ק בעל קדושת לוי מבארדיטשוב זיע"א איז דא איינער וואס קען דאס באשטעטיגן? און אויב יא איז וויאזוי.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יולי 10, 2019 11:18 pm

א בריוו פון הגאון רבי משה זצ"ל
צוגעלייגטע
tempsnip.png
tempsnip.png (509.86 KiB) געזעהן 1935 מאל

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » מיטוואך יולי 17, 2019 4:32 pm

א פאר תגובות און בילדער פונעם אנדערן אשכול

אין צעהלימער קעמפ
צוגעלייגטע
tzelim camp.jpg
tzelim camp.jpg (407.31 KiB) געזעהן 1755 מאל
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום מיטוואך יולי 17, 2019 4:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » מיטוואך יולי 17, 2019 4:34 pm

מיטען צעהלימער רב זצ"ל ביים פארהער.

רעכטס שטייט דער יפו רב. זיינע תלמידים פון רעכטס צו לינקס: הג"ר חיים ראזענבערג ר"י שערי יושר, ר' אביגדור וויינבערגער, הג"ר משה שטערן אבד"ק ביליץ, ר' יוסף שטראלבערג, ר' אהרן הערץ, ר' יו"ט יושע העשל פריעדמאן. (פון ספר הזכרון פון צעהלים)
צוגעלייגטע
tzelim yeshiva.jpg
tzelim yeshiva.jpg (652.33 KiB) געזעהן 1754 מאל

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » מיטוואך יולי 17, 2019 4:43 pm

א שטיקל רשימה פון זיינע תלמידים
רבי שניאור זלמן בערנבלוט ז"ל, להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מספינקא ב"פ, כ"ק אדמו"ר מקאסאן לינדען, רבי ישראל דוד הארפענעס אבד"ק ישראל והזמנים, רבי משה מרדכי לעווי רב בטאראנטא, רבי שלום בער שנעק רב בלעיקוואד, רבי יהושע העשל ראזנער מקאשוי, רבי חיים ראזענבערג ר"י שערי יושר, רבי בנציון שטראסער אבד"ק נייטרא ב"פ, רבי יונתן בנימין גאלדבערגער אבד"ק ביקאווסק, רבי פנחס כף, רבי הלל כף, רבי משה שטערן אבד"ק ביליץ, רבי חנוך העניך טייטלבוים אבד"ק קירעלהאז, רבי יעקב יהושע בראנדער פון ארטסקראל, רבי אברהם ואחיו רב פייוול בני רבי נתן דוד הלברשטאם ז"ל, רבי אשר אנשיל בראון ז"ל.

זיין תלמיד הג"ר שניאור זלמן בערנבליט זצ"ל סמוך לפטרתו האט זיך געטראפן מיט זיין רבי און אים געזאגט אז פון אים האט ער זיך אויס געלערנט ווי אזוי אפ צו לערנען א בלאט גמרא.

הג"ר שלמה דער יפו רב פלעגט פארלערנען א שיעור אין קאסינער בית המדרש האט זיך אמאל צו געזעצט א אלטע איד. נאך דער שיעור פרעגט ער אים צו ער איז א תלמיד פון סעמיהאלי רב, זאגט ער ניין, איך בין צו יונג צו זיין זיין תלמיד. זאגט אים דער אלטע איד אז איך בין יא א תלמיד פון סעמיהאלי רב און ווען איך האב אייך געהערט פארלערנען האב איך געהערט מיין רבי דער הייליגע מהרש"ג פארלערנען! זאגט אים ר' שלמה, אז איך בין א תלמיד פון מיין קאזין דער מאקאווער רב וואס ער איז געווען א תלמיד מובהק פון מהרש"ג.
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום מאנטאג יולי 22, 2019 4:30 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » מיטוואך יולי 17, 2019 4:51 pm

דער יפו רב האט קודם געלערנט עטליכע וואכען אין בית מדרש עליון ביז זיין חתונה אין תשי"ט. נאכען חתונה איז ער אריין לערנען ביי הגאון ר' משה פיינשטיין אין כולל ווי ר' משה האט אים זייער מחבב געווען. ר' משה ברענגט אים אין דברות משה. אין א בריוו פון תשכ"ז איז ר' משה מרבה בשבחו און טיטולירט אים א תלמיד חכם גדול און הגאון.

זעה די פערטער שורה.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 55&hilite=

ער פלעגט זיצען ביי ר' משה ביי דין תורות. ער איז געווען ביי ר' משה ווען מען האט אים אנגטראגן צו ווערען רב הראשי. נאך דעם פרעגט אים ר' משה וואס ער זאגט. זאגט אים ר' שלמה אז הרב הערצאג האט געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס רבי זירא האט געפאסט 100 תעניתים ער זאל פארגעסן די תורה וואס ער האט געלערנט אין בבל, אז ער וואלט געהאט פאר אים א בעסערע עצה, אז ער זאל ווערן רב הראשי וואלט ער עס פארגעסען איבערנאכט.
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום מיטוואך יולי 17, 2019 4:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יולי 17, 2019 4:52 pm

מש"כ עליו בבחרותו הגאון רבי יהושע מנחם עהרנבערג זצ"ל
התשובות במילואו
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (89.95 KiB) געזעהן 1747 מאל

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » מיטוואך יולי 17, 2019 4:56 pm

יוראפ האט געשריבן:ביי א חתונה גלייך נאך די מלחמה אין בארי-איטאליע ווארטנדיג ארויסצופארן קיין ארץ ישראל - דער יפו רב ר' שלמה איז אויפן אונטערשטע שורה דער זעקסטער יונגל לינקס מיטן ווייסע קאפל


עפעס מער אינפארמאציע איבער דער בילד.

דער חתונה איז פארגעקומען צווישען סוכות און חודש כסלו תש"ו אין בארי איטאליע. דער חתן הייסט מערמלשטיין. די כלה איז היינט א פערלשטיין אין פלארידע.

נאכען באפרייאונג אין לאגער גונזקיכען איז די יפו רעבעצין מיט אירע קינדער געווען אין שפיטעלער אין עסטרייך, זי מיט עטליכע קינדער אין א שפיטאל "וועלץ" און עטליכע אין א שפיטאל "הורשינג", אלע חוץ איינע האבן געהאט טיפוס רח"ל.

ווי שוין געשריבן האט זי נישט געוואלט צוריק פארען קיין אונגארן און זיך ארויס געלאזט קיין ארץ ישראל. מיט א באן זענען זיי געפארן קיין איטאליע און דארטן באקומען די נויטיגע פאפירן צו פארען מיט א האלב יאר שפעטער קיין ארץ ישראל.

קודם זענען זיי געווען א חודש אין סענטע-טעזאריע אין איטאליע, זיי זענען דארט אנגעקומען אין חודש תמוז און דארטן האט ר' שלמה געלערענט ביי הרב ר' אברהם כף וואס האט צאם גענומען די קינדער אין בית המדרש און געלערענט מיט זיי. צווישען די קינדער וואס האבען דארט ביי אים געלערענט איז געווען ר' מאיר גאלדשטיין און זיין ברודער הרב (ומקובל) ר' אברהם גאלדשטיין. אויך זענען דארטען געווען אנדערע היימישע קינדער וואס זענען לכאורה אויף דער חתונה בילד אין בארי, ווי א קינד יאקאב און צימעט פון פאפא. דער טאטע פון הג"ר פנחס כף שליט"א האט געקאכט לשם מצוה פאר די אלע אידען דארטען אין סענטע-טעזאריע.

פון דארטען זענען זיי געגאנגען קיין באלאניע און פון דארט צו מאדינע און פון דארט צו בארי, נאכדעם צו דער פארט אין טאראנטא און פון דארט אפגעפארען מיט א ענגלישע מיליטערישער שיף קיין ארץ ישראל און אנגעקומען קיין ארץ ישראל גלייך פאר חנוכה תש"ו.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דאנארשטאג יולי 18, 2019 6:52 pm

באדראטשיג האט געשריבן:הגה"צ ר' אהרן זצ"ל אין געווען די שווער פון הרה"ח המפורסים ר' מרדכי יעקב ווייס ז"ל, מעסקני וגדולי חסידי בעלזא (דער שווער פון נעים זמירות ישראל הגה"ח ר' ירמי' דמן שליט"א מבעלזא)

יוראפ האט געשריבן:א גביר אין שטאט האט געזאגט אמאל פאר רבי שלמה אז איך בין אייך מקנא, איר האט דריי זון און אלע דריי זענען גאונים, די דריי זון זענען געווען:

א. הגאון רבי אפרים ראזענפעלד אבד"ק סענדרא זצ"ל הי"ד - איידעם פונעם מאקאווא רב הגאון רבי משה פארהאנד זצ"ל און שווער פון הגאון רבי משה נתן נטע לעמבערגער זצ"ל אבד"ק מאקאווא. הגאון רבי אפרים איז געבוירן געווארן אין פאיע אין שנת תרמ"ה און געווען א תלמיד מובהק פונעם ערוגת הבושם זי"ע לערנענדיג ביי אים זיבן יאר. רבי אפרים האט געפירט זיין שווער'ס ישיבה אין מאקאווא.

ב. הגאון רבי משה חיים ראזענפעלד זצ"ל דומ"ץ במיקאלאש, תלמיד מובהק פון רבי יהודה גרינוואלד זצ"ל אבד"ק וואיע. - ער איז אוועק פאר די מלחמה.

ג. דער יפו רב הגאון רבי אהרן ראזענפעלד זצ"ל.

הרה"ח ר' מרדכי יעקב ווייס איז חוץ וואס ער איז געווען א איידעם ביים יפו רב, אויך געווען א נעפיו פון דער יפו רב'ס ברודער הגאון רבי משה חיים ראזענפעלד זצ"ל דומ"ץ במיקאלאש, ווייל ר' משה חיים איז געווען א איידעם ביי ר' מרדכי יעקב'ס זיידע רבי יאיר נטע ווייס א תלמיד חכם און גביר אין באטארש לעבען האלמין, תומכו הגדול של הגאון רבי אליהו קליין זצ"ל אבד"ק האלמין. ר' יאיר נטע האט פאר אים באצאלט א גרויסען נדן.

הג"ר משה חיים איז געבוירען בערך שנת תר"מ אין פאיע. געווען א תלמיד מובהק פון הגאון רבי יהודה גרינוואלד זצ"ל אבד"ק וואיע, אויך איז ער געווען א תלמיד פון הגאון רבי אליהו קליין אין האלמין. ער איז אוועק א פאר יאר פאר די קריג בשנת תרצ"ב (אדער צ"ג) אין יונגען עלטער פון 52 איבערלאזענדיג 12 יתומים, 5 זון און 7 טעכטער. אלע זון האבן מקיים געווען דער הוי גולה למקום תורה און געפארן למרחקים לערנען אין ישיבות. זיין ווייב מרת חי' מיט 6 קינדער זענען אומגעקומען אויף קידוש השם הי"ד, (זיי זענען: בריינדל מיט אלע אירע קינדער הי"ד אשת ר' יוסף מאיר מאנדעל זצ"ל, הב' הינדא הי"ד, הב' זיסל הי"ד, הב' יעקב וואלף הי"ד, ר' ישעי' דוד נרצח ביסורים קשים רח"ל הי"ד, און הב' שמואל שמעלקא הי"ד).

זיין איידעם הג"ר יוסף מאיר מאנדעל וואס האט פארלוירן זיין ווייב און קינדער האט נאך אמאל חתונה געהאט און געהאט איין קינד. געוואוינט האט ער אין בארא פארק און איבער געלאזט א שטוב מיט ספרים (ובתוכם א סאך קבלה ספרים) פאר א ביהמ"ד דארט (אויב איינער האט אים געקענט ביטע זיך פארבינדן מיט מיר אין אישי). האט ער דערציילט אז זיין שווער ר' משה חיים איז געווען א אויסטערלישע שיינע בעל תפלה און מען האט דעמאלט געזאגט אז אויב מען וויל זיך פארשטעלן ווי עס האט אויס געזעהן די לויים בשיר, זאל מען גיין הערען ר' משה חיים דאווענען פארען עמוד וועט מען האבן א שטיקל באגריף. אלע פינעף זוהן (ר' יצחק, ר' ישעי' דוד הי"ד, ר' ראובן, הב' שמואל שמעלקא הי"ד, הב' יעקב וואלף הי"ד) זענען געווען באשאנקן מיטען כח הנגינה און באגלייט זייער טאטע ביים דאווענען.

זייער שטוב אין מיקאלאש (לעבען סאטמאר) איז געווען דער רוחניות'דיגען בריח התיכון פאר די 30 משפחות אידען וואס האבן דארט געוואוינט, און אלע רבנים וצדיקים פון שושלת סיגוט, סאטמאר, וויזניץ, און ספינקא וואס זענען געווען גאסט דארט, איז אין זייער שטוב געווען די אכסניא.

צוויי זון וואס זענען שוין געווען איבער די 18 אין תש"ב האט מען געשלעפט אין מיליטער, די עלסטע ברודער ר' יצחק וואס מען האט מער נישט געהערט פון אים, דער צווייטער זון ר' ראובן (א תלמיד אין מאקאווא) וואס די רוסן האבן גענומען אין געפענגעניש אבער ער האט דורך געלעבט די קריג, און הב' שמואל שמעלקא א בחור א ת"ח וואס האט געלערענט ביי זיין פעטער אין סענדרא האט מען גענומען אין תש"ג ווען ער איז אלט געווארען 18 יאר. ער איז נעבעך דערטראנקן געווארן אין טייך דניעפער אויפען פראנט ביים שלאכט אין קיוב הי"ד.

דא איז א בילד פון הגאון רבי משה חיים, ברודער פון יפו רב. (זיינע פיר טעכטער וואס האבן דורך געלעבט דער קריג זענען צוריק געפארען קיין מיקאלאש און געטראפען די שטוב חרוב ונחרב, קיין טישען און בענקלעך זענען שוין נישט געווען, נאר אין בעק פון איין גרויס שענקל האבען זיי געטראפן די איינע בילד פון זייער טאטע).
צוגעלייגטע
0718192218a.jpg
0718192218a.jpg (565.37 KiB) געזעהן 1592 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:32 pm

א רעקלאמע אין דער איד פאר זיין ישיבה

IMG_0419.JPG
IMG_0419.JPG (107.93 KiB) געזעהן 764 מאל


א חומש פון חק"ס פון ישיבה (מתנה פון ידידו הרה"ג ר' חיים יעקב איזראעל שליט"א פון בני ברק)
PTDC0014.JPG
PTDC0014.JPG (116.67 KiB) געזעהן 764 מאל

IMG_0420.JPG
IMG_0420.JPG (177.27 KiB) געזעהן 764 מאל
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 6:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:33 pm

איימעניט האט געשריבן:מיטען צעהלימער רב זצ"ל ביים פארהער.

רעכטס שטייט דער יפו רב. זיינע תלמידים פון רעכטס צו לינקס: הג"ר חיים ראזענבערג ר"י שערי יושר, ר' אביגדור וויינבערגער, הג"ר משה שטערן אבד"ק ביליץ, ר' יוסף שטראלבערג, ר' אהרן הערץ, ר' יו"ט יושע העשל פריעדמאן. (פון ספר הזכרון פון צעהלים)

נאך אפאר בילדער פון יענע יארן אין ישיבת ערוגת הבושם
צוגעלייגטע
IMG_0422.JPG
IMG_0422.JPG (97.49 KiB) געזעהן 763 מאל
IMG_0343.JPG
IMG_0343.JPG (148.11 KiB) געזעהן 763 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 5:38 pm

פורים אין די אנהייב כ' יארן - לכאורה האט דאס עפעס מיט ישיבת ערוגת הבושם, מ'דערקענט דא איינעם אויסער דעם יפו רב?
צוגעלייגטע
IMG_0344.JPG
IMG_0344.JPG (655.96 KiB) געזעהן 758 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט