רבי אהרן ראזענפעלד זצ"ל רב ביפו יצ"ו - יוה"ק תשנ"ו, ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דינסטאג יוני 18, 2019 12:37 pm

ריכטיג.
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A4%D7%95)

דער לינק ארבעט עפעס נישט.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דינסטאג יוני 18, 2019 12:57 pm

פערפעקט האט געשריבן:בית מדרשו ביפו ג"כ קרא בשם "זקני שארית הפליטה".

א ביסעל די היסטאריע פון יפו רב.

נאך די מלחמה האט זיין משפחה נישט געוויסט אז ער לעבט. ער איז באפרייט געווארן אין בערגן בעלזן און זיין פרוי און קינדער זענען באפרייט געווארן אין גונזקוכען. ער איז צוריק געפארן קיין אונגארן זיכען זיין משפחה, און זיין פרוי און קינדער זענען גלייך געפארען קיין איטאליע ווי זייענדיג א מאמע מיט זיבען קינדער אלע ניצול געווארען בדרך נס (א זאך וואס איז כמעט נישט געווען) האט דער דזוינט איר געשיקט ליגאל קיין ארץ ישראל און זיי זענען אנגעקומען אין אלול תש"ה קיין ירושלים.

ביז דערווייל האט זי מיט יעדען וואס איז צוריק געפארען קיין אנונגארן מיט געשיקט א מעסידז אז אויב איר מאן לעבט און מען טרעפט אים זאל מען אים זאגען אז זי איז אויפן וועג קיין ארץ ישראל מיט די קינדער. ער האט געטוהן דאס זעלבע און יעדער וואס איז אנגעקומען געפרעגט צו ער האט געזען אדער געהערט פון זיין ווייב און קינדער. נאך א שטיק צייט איז דער מעסעדז אנגעקומען (עס זענען דא טעלעגראמען הין און צוריק) אבער ער האט שוין נישט געקענט מער ליגאל פארען קיין ארץ ישראל. האט ער זיך ארויס געלאזט אין וועג און געווען פאר א שטיק צייט אין בארי איטאליע, דארט האט ער געשריבען (מייסטענס פון זכרון) זיין חיבור זקני שארית ישראל און נאכדעם זקני שארית הפליטה). ווי ער איז געגאנגען האט ער מחזק געווען די אידען ארום אים און זיי אויף געפאדערט צוריק צו באנייען א אידישען לעבען. למשל ער פלעגט ברענגן נעגל וואסער פאר אויף געגעבענע אידען און ווען זיי האבן אים געזאגט אז זיי האבן זיך שוין מייאש געווען פלעגט ער זיי מוטיגען און אויס רעדען. אין זיינע ספרים ברענגט ער עטליכע זאכען דערוועגען ועוד חזון למועד.

נאך צוויי יאר איז ער פיינעלי אנגעקומען קיין ירושלים און זיך פאראייניגט מיט זיין משפחה.
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום פרייטאג יוני 21, 2019 1:35 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 18, 2019 1:09 pm

איימעניט האט געשריבן:ריכטיג.
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%A4%D7%95)

דער לינק ארבעט עפעס נישט.

ניץ דעם לינק קנעפיל
Capture.JPG
Capture.JPG (8.18 KiB) געזעהן 1597 מאל


https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A0%D7%A9%D7%99%D7%99%D7%94_(%D7%99%D7%A4%D7%95)

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דינסטאג יוני 18, 2019 1:48 pm

אין ירושלים איז ער גלייך געווארען מקושר מיט הרה"ק מבעלזא און הרה"ק משומרי אמונים. עס איז געווען ערב פסח תש"ז דער משפחה האט זיך געגרייט צו פירען צוזאמען דער ערשטע פסח נאך אזוי פיל יארען אליין (דער יפו רב איז געווען און צוואנגס ארבעט מונקע טאבור פאר די דעפאטירונג און נישט אין דער היים), אבער דא האט פאסירט א אומגליק, דער 11 יעריגע שלמה איז ארובער דער גאס אין פראנט פון שומרי אמונים, און א בריטיש ארמעי טראק איז אים איבער געפארען. דער טראק אליין האט אריין געפירט דאס קינד אין שפיטאל ווי ער איז געווען דריי טאג באוואוסטלאז און געשוועבט צווישען לעבען און טויט.

ביז דערווייל האט דער יפו רב געשיקט מזכיר זיין ביים בעלזא רב און אויך ביים שומרי אמונים רבי, און אזוי האט ר' שלמה דערציילט, אז ווען ער איז אויף געשטאנען פונעם קאמע האט ער געזאגט אז ער האט געזען ווי דער בעלזא רב מיט רבי אהרן ראטה זכותם יגן עלינו קומען אים א קעגען ביידע מיט א שמייכעל אויפען פנים און זאגען אים אז "עס וועט שוין שוין זיין גוט". די משפחה האט אויס גערעכענט אז טאקע נאך 72 יאר כמנין חסד איז ער געגאנגען אויף די אייגענע פיס און ערב פסח תשע"ט איז ער אריין אין שפיטאל און מער שוין נישט געקענט לייגען קיין אייגענע טריט. וועגען דעם פלעגט ער גיין פאמעליך, צוויי יאר איז ער געגאנגען אויף קראטשעס און איין פיס זיינע איז די גאנצע פלייש געווען ארויס געריסען אבער געקענט גיין כאחד האדם.

אין ירושלים איז דענמאלט דער יפו רב אויף גענומען געווארען אלס רב אין א בית המדרש, און אין תש"ט זיך באזעצט אין מנשייה יפו ווי מען האט אים אויף גענומען אלס רב אין א בית המדרש דארטען. עס זעהט אויס אז ער האט געטוישט דער נאמען מיט די צייט צו "שארית הפליטה" ווייל אזוי שטייט אויפען זיגעל. מיט די צייט איז ער שוין אויך געווארען רב השכונה ווי עס איז דא א דאקומענט וואס באשטעטיגט עס, אבער פארשטייט זיך אז ער איז נישט געווען רב פון שטאט און מען האט אים נישט גערופען רב פון שטאט יפו (ער איז נישט געווען רב הראשי אין יפו). ערשט שפעטער ווען ער האט זיך באזעצט אין אמעריקע האבען אים אלע גדולי ישראל אנגערופען בלשון חיבה "יפו רב" אבער ער זעלבסט האט זיך קיינמאל נישט אזוי גערופען און זיך נישט אזוי אנגעגעבען נאר אלס "א רב אין יפו". אויף זיין זיגעל איז געשטאנען "רב ביפו" וואס מיינט "א רב אין יפו" אדער "מלפנים רב ביפו אדער מיפו" (וואס מיינט אז פאר דא געווען א רב אין יפו). "יפו רב" איז געווען א לשון חיבה וואס די גדולי ישראל און דער גאס האט אים געגעבען.

דא אין אמעריקע האט ער געדאווענט קודם אין חרדים (געגעבען שיעורים דארטען) נאכדעם אין קאפיש. פאר א שטיק צייט האט ער געהאט מנין ימים נוראים אין זיין שטוב אויף ראסס סטריט, אבער נאכדעם געדאווענט אין זידיטשויב-בערעגסאז ביי זיין שטארקע ידיד דער זידיטשויב-בערעגסאזער רבי וואס מיט זיין גרויס צדקות האט אים אוועק געגעבען אלע כיבודים.

אויף די עלטערע יארען אין תשמ"א האט ער מיט זיין רעבעצין זיך באזעצט ביי די קינדער אין קרית יואל ווי זיין איידעם רבי חיים הערש ליימזידער האט אים מיט די צייט געבויעט א בית המדרש. קודם איז עס געווען אין דיינונג רום (אזוי ווי אין וויליאמסבורג) און נאכדעם אלס גרעסער געווארען (האלט שוין היינט ביים פערדע איבערבויאינג).

זיין זון און ממלא מקום ר' שלמה האט נישט געקענט קומען וואוינען אין קרית יואל און כאטש ער האט שוין אליין געהאט א בית המדרש אין בארא פארק מיטען נאמען "בית אהרן" על פי פקודת אביו, און אויך שוין געהאט אמאל א ישיבה "ישיבת תורה והוראה", און אויך שוין געווען רב הצעיר אלס בחור ביי זיין טאטע אין יפו נאך אין תשי"ז (ווי מיר וועלען שפעטער בל"נ ברענגען עטליכע זאכען וואס זענען פארבליבען פון דענמאלט ווי בילדער און דאקומענטען), האט ער אבער נישט געהאט קיין אינטערעסע זיך צו פאמפען אלץ יפו רב, און פאר די וואס האבען אים געקענט און נישט געהאט קיין אנהנוג פון יפו איז ער גערופען געווארען בלשון חיבה "ר' שלמה" ווי רוב וועלט קען אים. ער האט נישט געזיכט כבוד, אבער די וואס האבען אים באמת געקענט האבען אים ארויס געברענג ביים לוי'. מיר האפען ארויף צו שטעלען די הספד פון סטרעטינער רבי ווי ער האט געדאוונען פאר 35 יאר.

ווען ער איז געווען אין קרית יואל האט ער אנגעפירט, ווי יארצייטען, און אויך דא און דארט שבתים און ימים טובים. דער בית המדרש געהערט צו זיין שוואגער ר' חיים הערש, און אים איז נאר אנגעגאנגען צו זיצען און לערנען אן נישט געלעכצט צו זיין א פאבליק פיגור. דאס איז עס אין א נאטשעל.

די משפחה האט ארויס געגעבן במשך השנים צוויי ספרים איבער אים און די יפו משפחה, דער לעצטע הייסט "תולדות הרב מיפו". דער ספר איז פיל מיט בילדער און דאקומענטען, וואס ווער עס דארף קען עס נעמען פון דארט. אלעס איז דארט קלאר געברענגט און עס לעבען נאך ב"ה אידען סיי דא און סיי אין ארץ ישראל וואס געדענקען אלעס וואס עס שטייט דארט.
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום פרייטאג יוני 21, 2019 1:41 pm, פאראכטן געווארן 7 מאל סך הכל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יוני 18, 2019 2:06 pm

בערך תש"נ - תנש"א האב איך געארבייט ציזאם מיט להבחל"ח ר' שלמה אין הרה"ח ר' דוד עקשטיין'ס אפיס ווי ער איז געווען א LIFE INSURANCE אגענט

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דינסטאג יוני 18, 2019 2:16 pm

יא געהאט פארשידנע פרנסות, זיין לעצטע דזאב איז געווען לייף אינשורענס.

ער האט געלערענט מיט ר' שמחה לעפקאוויטש פאר בערך 21 יאר. געווען טעג וואס זיי האבען געקענט לערנען 6-7 שעה ברצופות און אין 13 א האלב יאר האבען זיי מסיים געווען צוזאמען גאנץ ש"ס. ר' שלמה האט געזאגט אז ר' שמחה האט געמוזט א סאך תורה לערנען אין זיין יוגענט אז ער זאל שוין אין די הויכע ניינציגער יארען האבען אזוי פיל געדילד צו לערנען. דער יפו רב האט מספיד געווען ר' שמחה וואס איז אווועק ביי די 103 יאר און אלץ שוואכער געווארען פון דעמאלט אן.

זיין לעצטע חברותא פאר די לעצטע 10 יאר איז יבלח"ט הג"ר ר' שמואל פנחס זאפרין א גרויסע תלמיד חכם, וואס האט אים ממש געהאלטען ביים חיות ווי זיי האבען זיך געשלאגען אין לערנען, ווי ר' שמואל פנחס האט ארויס געברענגט אין זיין הספד. ר' שלמה האט ביי די 80 געלערענט אזוי ווי א 18 יעריגע בחור מיט אלע כוחות.

מיט ר' שמואל פנחס האט ער געלערענט גרינטלעך 1200 בלאט גמרא, חוץ פון נאך צענדליגע בלעטער שלא על הסדר.
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום פרייטאג יוני 21, 2019 1:47 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2589
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג יוני 18, 2019 2:30 pm

דער בית המדרש איז בבית גיסו ר' שלמה פעדער [אויכעט א איידם ביי הרב מיפו], דער רב דארט די לעצטע יארען [זייט די פטירה פון הרב מיפו] איז ר' שלמה פעדער'ס איידעם הרב אהרן פריעדמאן, וואס האט מוציא לאור געווען כמה ספרים על שמו פון הרב מיפו.
*

ר' אהרן ז"ל האט אויכעט מוציא לאור געווען כמה כרכים שו"ת מנחת [?] אהרן שאלות קצרות על סדר שו"ע, דאס האט ער שטארק געשטופט צו דריקען בחייו, ער פלעגט זאגען דאס וועלן די קינדער נישט דרוקען שפעטר.

ער איז געווען מתוק מדבש.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דינסטאג יוני 18, 2019 2:42 pm

דער בנין באלאנגט צו זיין שוואגער ר' חיים הערש ליימזידער (איידעם פון הרב מיפו). ווי געזאגט האט דער יפו רב ר' שלמה נישט געוואוינט דארטען און עס איז אים דערובער נישט אנגעגאנגען די איינגעלעגנהייטן דארטען, עס איז זיין שוואגער ר' חיים הערש'ס בית המדרש נישט זיינס און נישט אריין גערעדט אין די ענינים פונעם בית המדרש און יעדען אלעס פארגינען. זיין טאטע האט מען גערופען יפו רב כאטש ער איז שוין מער נישט געווען אין יפו און קיינמאל נישט געווען רב פון גאנץ יפו, אבער ווי ער האט זיך געפינען, דארט איז געווען יפו בית המדרש (נישט דער פלאץ נאר דער מענטש). זיין זון ר' שלמה האט ממלא מקום געווען זיין טאטע'ס גאנצע טיטל יפו רב אבער נישט וואס איז זיין טאטענ'ס אויך נישט געווען, און אפילו מיטען טיטל "יפו רב" האט ער זיך אויך נישט אליין באניצט (פינקט ווי זיין טאטע) כאטש די אלע וואס האבען געוויסט פון יפו צו זאגען האבען אים אזוי גערופען, אבער אין גאס (וואס האט נישט געוויסט פון יפו צו זאגען און זיכער נישט אז ער איז אמאל געווען רב הצעיר ביי זיין טאטע אין יפו, און אויך אז ער האט אמאל געהאט א אייגענע ביהמ"ד בית אהרן ד'יפו אין בארא פארק) איז ער גערופען געווארען ביי רוב מענטשען בלשון חיבה ר' שלמה. א מענטש ווערט נישט אויס ווייל ער זיכט נישט קיין כבוד און פויקט זיך נישט אויס.
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום פרייטאג יוני 28, 2019 3:15 pm, פאראכטן געווארן 9 מאל סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יוני 18, 2019 5:18 pm

דער יפו רב'ס שווער הגה"צ רבי לוי הכהן ווייסבערגער זצ"ל, תלמיד מובהק פונעם בית שערים זצ"ל, זיין מאמע איז געווען אן אייניקל פון הגאון רבי אהרן שלמה חריף מאלמאשד זצ"ל שווער פון רבי שמעלקא סעלישער זצ"ל
צוגעלייגטע
PTDC0024.JPG
PTDC0024.JPG (64.7 KiB) געזעהן 1458 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יוני 18, 2019 5:22 pm

נאך א בילד פון הגאון רבי אפרים ראזענפעלד אבד"ק סענדרא זצ"ל הי"ד
(מספר 'תולדות הרב מיפו' דף נ"א)
צוגעלייגטע
IMG_1887.JPG
IMG_1887.JPG (61.12 KiB) געזעהן 1455 מאל

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דינסטאג יוני 18, 2019 5:52 pm

יוראפ האט געשריבן:דער יפו רב'ס שווער הגה"צ רבי לוי הכהן ווייסבערגער זצ"ל, תלמיד מובהק פונעם בית שערים זצ"ל, זיין מאמע איז געווען אן אייניקל פון הגאון רבי אהרן שלמה חריף מאלמאשד זצ"ל שווער פון רבי שמעלקא סעלישער זצ"ל

הגאון ר' לוי הכהן ווייסבערגער איז געבוירען אין אלמושד אין תרל"ד צו זין פאטער הגאון ר' יהודה הכהן ווייסבערגער א תלמיד פון כתב סופר.

ר' לוי'ס מאמע מרת חיה איז געווען א אייניקעל פון הגאון רבי אהרן שלמה חריף מאלמאשד זצ"ל און דערובער א קאזין פון דער סאבאסלויער רב הגאון רבי שלמה זצ"ל און זיין זוהן הגאון רבי יעקב צבי כ"ץ זצ"ל. ווען ר' לוי'ס מאמע איז נפטר געווארען אין תרע"ה איז דער סאבאסלויער רב רבי שלמה געקומען צו פארען קיין אלמושד צו די הקמת המציבה פון זיין קאזין. די דרשה איז בכת"י.

אין ספר אהל אברהם (קארפלס) איז דא א א ברכה פון דער סאבאסלויער רב הגאון רבי משה כ"ץ (אבי הגאון רבי שלמה כ"ץ) פאר ר' לוי'ס שווער ר' הערש לייטנער פון הודו-סאוואט אין תרנ"ט ווי ער טיטולירט אים "ידידי וידיד עליון מחותני הקצין ירא ושלם כ"ה צבי הירש לייטנער נ"י בישוב סאוואט, נדבה רוחו לזכות נשמת זוגתו הצנועה מפורסמת בכשרון מעשיה טרם מותה מרת רחל בת גיטל ע"ה באה בכל"ח שנים אל קבר בשנת תרנ"ח (י"צ שלה יום ט"ז שבט) בצל שקי תתלונן תנצב"ה".
אהל אברהם מהגאון רבי אברהם קארפעלעס עמ' ה'
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... eq=342&st=%u05DC%u05D9%u05D9%u05D8%u05E0%u05E2%u05E8&_rnd=0.5974944023738178

ר' הערש לייטנער הי"ד איז געגאנגען קיין אוישוויץ ביי די 92 יאר צוזאמען מיט זיין טאכטער דער שוויגער פון יפו רב מרת מטל הי"ד.

ר ' הערש'ס ווייב מרת רחל דערמאנט אינעם ברכה פון סאבאסלויער רב פלעגט יעדען ערב שבת אראפ פארען קיין דערעטשקע ווי עס האט געוואוינט דער צדיק רבי ברוך שניצלער זצ"ל מקאלוב'ס אלמנה און קינדער און ברענגען אלעס אויף שבת. רבי ברוך איז נפטר געווארען אין תרנ"ג און זי איז נפטר געווארען אין תרנ"ח און געבעטען אז זי וויל אויך ליגען דארטען אין דערעטשקע ושמנו"כ. זי האט איבער געלאזט איין בת יחידה וואס זי האט נאך דערלעבט אינטערצופירען צו דער חופה אוון גלייך נאך די שבע ברכות איז זי נפטר געווארען.

ר' הערש א גרויסע עושר איז אראפ געפארען צום בית שערים אז ער זיכט פאר זיין בת יחידה א בחור א תלמוד חכם א ירא ושלם, און דער בית שערים האט אים מציע געווען צו נעמען זיין תלמיד רבי לוי הכהן ווייסבערגער זצ"ל.

ר' חיים בערגער'ס ווייב זז"ג פון שיכון סקווער איז א אייניקל פון ר' לוי הכהן ווייסבערגער'ס שוועסטער און אויך א אייניקל פון הגאון רבי אהרן שלמה חריף מאלמאשד זצ"ל. אזוי אויך איז דער ווייב פון הג"ר ר' מיכל אונגאר מפאפא (איר שוועסטער להבח"ל) אויך א קאזין מיט די יפו רעבעצין.
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום דינסטאג יוני 18, 2019 6:32 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דינסטאג יוני 18, 2019 6:04 pm

פונעם אנדערען אשכול (דאס איז א חלק פון א בילד פון די קינדער אין סאבאסלוי בערך תש"ג)

רבי שלמה מיט זיין קאזין הגה"צ רבי יצחק מאשקאוויטש זצ"ל אבד"ק נייטרא וומ"ס, ביידע אייניקלעך פון די כ"ץ משפחה אייניקלעך פון הגאון רבי אהרן שלמה חריף מאלמאשד זצ"ל [שווער פון הרה"ק רבי שמעלקא מסעליש זי"ע]
דער אינגל וואס איז אנגעצייכנט מיטן נומער 8 איז דער נייטרער רב (נולד בשנת תרצ"ז בסאבאסלוי), און דער אינגל דערנעבן איז רבי שלמה ראזענפעלד זצ"ל (נולד ד' אדר תרצ"ו בסאבאסלוי)
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (229.38 KiB) געזעהן 1437 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יוני 19, 2019 5:59 pm

איימעניט האט געשריבן:מיר האפען ארויף צו שטעלען די הספד פון סטרעטינער רבי ווי ער האט געדאוונען פאר 35 יאר.

א גרויסע אבידה האט אונז באטראפן, א גרויסע בראך אביסעלע אומגערישט, די לעצטע פאר טעג איז בעסער געווארן די מצב, ערשט גערעדט מיט חכמה מיט א דעה צלולה עד זיבולי בתרייתא, זייער שווער זיך מסדר צו זיין די מחשבות אין אזא מצב, אבער ס'איז נישטא קיין ברירה.

די גמרא זאגט אין מס' שבת א"ל רב לרב שמואל בר שילת אחים בהספידא דהתם קאימנא, זאגט רש"י מ'דארף מעורר זיין די ציבור בשעת מיתתי התאמץ בהספד שלי שיתחממו ויכמרו רחמי העומדים ויבכו, די הייליגע רַב, די הייליגע חכמים זכרונם לברכה נישט געדארפט קיין כבוד, אבער די הייליגע רַב פון די גרעסטע אמוראים האט געוואלט דוקא כי שם קאימנא מ'זאל רעדן ווארימע ווערטער, אחים בהספידא דהתם קאימנא, אסאך אסאך פשטים אבער א נקודה בפשטות, שטייט אין ספרים אויף יענע וועלט איז מען אן עומד, דהתם קאימנא, מ'קען נישט מוסיף זיין, אבער דורכדעם וואס מ'לערנט זיך אפ פון די מעשים טובים פונעם נפטר דורכדעם איז מען מעלה די נשמה גייט ער נאך העכער און נאך העכער, איז אחים בהספידא צו פארציילן מיינע מעשים מיט א ווארימקייט דהתם קאימנא כ'בין דארט נאר א עומד.

אבער לענינינו האב איך געטראכט היינט, אמאל רעדט מען דברי הספד און דער עולם שטייט און טראכט, מ'האט נישט געקענט די נפטר, מ'ווייסט נישט צו ס'איז יא צו ס'איז נישט, אבער זאגט רַב, דא אין סורא בשעת מיתתי, התם קאימנא דא בין איך געשטאנען, ער איז געשטאנען פאר יעדנס אויגן צענדליגע צענדליגע יארן מיט זיין תורה מיט זיין יראה מיט זיין ענוה מיט זיין חכמה יעדער וועט פארשטיין אז אלעס וואס מ'רעדט איז ריכטיג, ס'לוינט זיך צו רעדן דהתם קאימנא, דארט בין איך געשטאנען און איך שטיי פאר יעדנס אויגן, התם קאימנא, דארט בין איך געווען יעדער ווייסט אז וואס מ'זאגט איז ריכטיג, א גרויסע אבידה פאר אונז.

די גמרא אין מועד קטן זאגט אין דף כ"ה כי נח נפשיה דרבי אבהו אחיתו עמודי דקסרי מיא די זוילן פון קיסרי זאגט רש"י האבן געלאזט וואסער, א רמז אויף דמעות, כשנח רבי אסי איעקרו כל אילניא, איז געווארן א שטורעם ס'האט איבערגעדרייט אלע ביימער און נאך מאמרים דארטן. זאגן די מפרשים וואס איז פשט איבערגעדרייט די ביימער און די פעלדער די עמודים האבן געלאזט וואסער. די השפעה פון די הייליגע חכמים רבי אסי רבי אבהו און אנדערע וואס רעכנט אויס די גמרא איז געווען אויף די גאנצע געגנט, די פעלדער האבן איבערגעדרייט די ביימער, די גאנצע געגנט דא וואס האט זוכה געווען אזויפיל צענדליגע יארן פני זקנים כבוד זקן זה שקנה חכמה, די חכמה, די חן, די לעכטיגקייט, די שיין וואס רבי שלמה האט משפיע געווען אויף די גאנצע סביבה נישט נאר דא אין ביהמ"ד, דאס איז געקומען לידי ביטוי צו זיי ביי די ביימער די פעלדער האבן זיך איבערגעדרייט, די ווענט האבן געלאזט וואסער.

ראשית, וואס אונז אלע האבן מיר מיטגעלעבט די אלע יארן, מיר זענען אלע באמת'ן תלמידים פון רבי שלמה, רבי מאיר זאגט כל העוסק בתורה לשמה איז זוכה לדברים הרבה ולא עוד אלא שכל העולם כדאי הוא לו נקרא ריע, אהוב, אוהב את המקום, אוהב את הבריות, משמח את הבריות, ונהנים ממנו עצה ותושי', און נאך און נאך מעלות וואס יעדעס איינס וואלט מען געקענט צינעמען און מספיד זיין. מיר האבן זוכה געווען די שיעור דא אין ביהמ"ד מ'האט געלערנט בצוותא חדא יארן לאנג, חברים מקשיבים האבן געלערנט, אמאל האב איך פארגעלערנט אמאל להבחל"ח האט רבי שלמה פארגעלערנט, קדשים טהרות, ס'איז געקומען שווערע משנה'ס אין כלים אהלות, איך און די אנדערע פלעגן ארויסקוקן, נא, רבי שלמה וואס זאגט איר? און ער האט געזאגט אויף די עלטער, אין די שמונים האט ער גערעדט מיט אזא קלארקייט מ'האט געשטוינט, כמה פעמים האט ער מרגיש געווען אז מ'איז אזוי נתפעל, האט ער געזאגט דאס האב איך גוט געלערנט, טהרות קען ער גוט ער האט מסביר געווען ווייל יענע יארן האט ער עס געלערנט עפעס אויסטערליש כמה וכמה פעמים, א בקי בטהרות, וואו איז ער נישט געווען קיין בקי, מ'האט געלערנט פאר א יו"ט צי הל' פסח צי הל' שופרות צי וואס ס'איז געווען, ס'איז גערינען פון אים זיין בקיאות זיין אויסגעקאכטקייט אין ד' חלקי שו"ע ונושאי כלים, ער האט געהאט ידיעות צו ס'איז געווען יורה דעה פלעגט ער אמאל שמועסן אין די הלכות וואס מ'האט געלערנט צו ס'איז געווען אנדערע ענינים.

כ'האב געטראכט כ'וויל נישט מפריז זיין על המדה, רבי שלמה איז געווען אן איש אמת והצנוע באלף יכריח, ער"ח סיון האבן מיר באקומען אזא קלאפ, ס'דערמאנט זיך די ווערטער פונעם מקונן, איינע פון די קינות וואס רעדט דארט פון די צרות וואס ס'האט זיך געטראפן, וואס ס'איז באפאלן כלל ישראל אין ר"ח סיון אין שבועות און אין ג' סיון, ווארפט ער אריין דארטן צוליב דעם האט מען געגעבן די תורה אויף בארג סיני א קליינע בארג שיושפלו כבודה אז אין די זעלבע זמן וועט דער ספר תורה צוריק ארויפגיין, ס'וועט נשפל ווערן כבודה, אוודאי דארט רעדט מען וואס ס'האט געטראפן כלל ישראל מורא'דיגע ענינים ס'איז געפאלן די גרויסע ארזים די גרויסע צרות וואס ס'איז געווען דעמאלטס, אבער אונז אין די קליינע ד' אמות של הלכה אונזער געגנט דא איז אזא בחינה די ספר תורה האט מען צוריק גענומען אין ערב ראש חודש סיון, די שיינקייט די פְּאֵר די נגד הזקנים כבוד, זקן זה קנה חכמה פון אונזער ביהמ"ד, ווי שיין איז געווען חן על שפתיו ער האט גערעדט דברי תורה ער האט געזאגט מלא וגדוש, און די ריתחא דאורייתא, פלעגט לערנען מיט חברותות דא אין ביהמ"ד, קולי קולות, הלומד תורה לשמה, ער האט געהאט כבוד פון דעם? ניין, די אמת פון די גמרא די אמת פונעם הלכה די אמת פונעם תוספות די אמת פונעם רש"י, "נישט אזוי שטייט אין רש"י", הונדערטער מאל דינערט נאך אין די אויער, וואס איז דאס געווען? וויפיל ער האט ליב געהאט די תורה, ליב געהאט דעם אמת, און ליב געהאט זיינע רבי'ס, ער פלעגט רעדן פון זיין דרך הלימוד פונעם מאקעווער רב ארויף צום מהרש"ג מ'דארף לערנען גרונטליך, ער האט זיך מוסר נפש געווען אויף די תורה, אין ערב ראש חודש סיון גייט די ספר תורה ארויף אין הימל.

העמיד תלמידים הרבה און דאס איז געווען זיין נחת ער פלעגט רעדן פון דעם, אין די צעהלימער ישיבה איז ער געווען א מגיד שיעור און ער פלעגט אויסרעכענען די נעמען חשובע מנהיגים גדולי מרביצי תורה דיינים און מורי הוראות, כ'האב אליין געהערט פון עטליכע פון זיי, רבי שלמה ער האט דאך מיר געלערנט דעם דרך הלימוד אויסגעלערנט ווי צו לערנען די דרך הישר דרך האמת והנה נר לרגלו.

נקרא ריע, ער איז יעדעם איינעמס חבר, אינגלעך בחור'לעך, דא אין ביהמ"ד אין געגנט געהאט א גוט ווארט יעדער האט געפילט ווי ער איז זיין חבר, ומלבשתו ענוה, אזא עניו, געהאט א גוט ווארט צו יעדעם איינעם און ער האט געהאט א תוכחת מגולה ואהבה מוסתרת ער פלעגט זאגן פאר בחורים פאר אינגעלייט פאר יעדעם איינעם מיט א געוואלדיגע אהבה מיט א געוואלדיגע חן האט ער געזוכט מזכה צו זיין את הרבים, אויפהייבן זיין סביבה, ער האט אויפגעהויבן די סביבה איבעראל וואו ער איז געקומען וואו ער איז געגאנגען, זיינע זיסע מדות, כ'פארצייל דא א פארקערטע מעשה בעצם, כ'האב אמאל געלערנט עפעס א שווערע משנה צי ס'איז געווען אין קדשים צי אין טהרות און כדרכו זה אומר כן וזה אומר כך און רבי שלמה האט זיך געהאלטן מיט א שטארקייט וואס ס'איז די ריכטיגע פשט, און ער איז געווען גערעכט, און ער האט אויסגעפירט ער האט מנצח געווען אין די פלפול. און שפעטער האט ער מיט מיך, כ'האב געקענט זיין זיין זון אפשר נאך יונגער, איז ער געקומען בעטן מחילה אפשר האט ער אביסל צו שארף געזאגט, האב איך אים געזאגט ח"ו איר ראטעוועט דאך אונז פון פאלשע פשט איר האט דאך אונז געוויזן דעם ריכטיגן וועג, אבער ער האט געדארפט בעטן מחילה, ער האט געקענט זיין מיין טאטע אדער עלטער נאך אויך. אזוי איז ער געווען מיט יעדעם איינעם, ומלבשתו ענוה ויראה.

ערב ראש חודש סיון דער הייליגער של"ה הק' זאגט דאך לבי אומר לי אז דאס איז דער טאג אויף קינדער אויף אייניקלעך, ווער איז געווען ווי רבי שלמה, ווי זיס איז געווען נאך דעם ווינטער רבי שלמה איז געווען אזוי שוואך אהיים געגאנגען מוצאי שבת קוים קוים מיטן וואקער מיט יגיעה צוריקגעקומען לערנען מיט די אייניקלעך יעדן מוצאי שבת, לא ימוש ספר התורה הזה מפיך, והודעתם לבניך ולבני בניך יום אשר עמדת לפני ה' אלקיך בחורב, ווער טוט דאס ביי די 82 ביי די 83 כ'ווייס נישט פונקטליך, געשטאנען מיט אזא יגיעה, יעדער וואס האט דאס געזען האט דאך געזען ווי שווער ס'קומט אן צו גיין א טריט, געגאנגען און געקומען אין די ווינטער מ'דארף לערנען מיט די אייניקלעך, די איינציגסטע ווייסע בארד, אין דעם זקנה, זאל זיצן אין ביהמ"ד קומען צוריק לערנען מיט די אייניקלעך. און איין מוצ"ש האט ער נישט געקענט זיין, צוליב עפעס א סיבה האט ער געשטעלט א ממלא מקום, האט ער געבעטן א בחור דו זאלסט לערנען מיט מיינע אייניקלעך ווייל ח"ו נישט פארלירן איין מוצ"ש, מוסר נפש געווען, געזיצן שבת אינדערפרי אין די ווינטערדיגע קליינע נאכמיטאגס ביז איינס אזייגער ביז נאך א שעה חצות געלערנט מיטן זון נאך א עמוד א געשמאקע שטיקעלע גמרא און די זיסקייט ווי דאס האט אויסגעזען די תורה, די זיסקייט פון די תורה צו זיצן אין משכן ה' מ'לערנט מיט א קינד.

ערב ראש חודש סיון, אים איז ראוי אזא טאג, ס'איז כמים פנים אל פנים די געטריישאפט וואס די קינדער און די אייניקלעך האבן געהאט און אפילו נעפיוס מ'האט דאך דאס געזען דא אין ביהמ"ד, אין שפיטאל, געקומען צו פארן פון הונדערטער מיילן, געקומען מבקר חולה זיין, דעם פעטער געקומען באזוכן, מ'האט אזוי געהאפט אז די באליבטער מענטש, דער אדם גדול בענקים ווי יעדער האט אים אנגעקוקט, ער איז געווען ביידע, זאל דער אייבערשטער אונז צוריק געבן און מ'האט געמיינט אזוי און פלוצלינג ווי א דונער, די קינדער האבן אים אזוי געטריי באדינט די אייניקלעך מ'האט דאך געזען וואס ס'האט זיך אפגעטון דארטן, די מיטוואך האט מען איבערגעקערט דארטן דאס פלאץ, די דאקטוירים מאכן וואס מ'קען טון וואס מ'דארף בעסער מאכן וואס זיי טוען נישט גוט מיט קריטיק מיט אזא שארפקייט פאר די געטריישאפט פון רבי שלמה.

זיין מסירות נפש, פון די משכימים ומעריבים בבתי כנסיות ובבתי מדרשות, אזויפיל יארן וואס רבי שלמה איז שוין געווען שוואך און יעדן טאג בלי יוצא מן הכלל כמעט, חוץ ס'איז געווען א גליטש א סכנה, זיך געשלעפט מיט די וואקער זיך געשלעפט מיט די לעצטע כוחות אריין אין ביהמ"ד, צו קומען אין ביהמ"ד צו לערנען, געקומען אין ביהמ"ד צו מנחה מעריב צי וואס ס'זאל זיין.

און וויאזוי ער האט געדאווענט במתינות, ביי אים האט מען נישט געקענט יאגן דאס דאווענען ס'איז נישט געווען אזא זאך, מילה במילה, מיר האט ער געזאגט אז דאס דאווענען קומט אים אן שווערער ווי דאס לערנען, אזא התאמצות צו קענען דאווענען מיט א מסירות נפש, די דאווענען איז געווען א גרויסע עבודה דאס איז געווען ביי אים א עולם הבא ממש, ער פלעגט זאגן ביים לערנען דאס האלט מיך ביים לעבן, די חיות וואס ער האט געשעפט פון די תורה.

ס'זאל מקוים ווערן בשכבך תשמור עליך בשכבך תשמר עליך והקיצות היא תשיחך, די תורה וואס ער האט זיך אזוי מייגע געווען און אזוי ליב געהאט און אזוי געטריי געלערנט און געהארעוועט און געלערנט מיט אנדערע, זאל אים באגלייטן.

און אונז דארפן מיר דא בעטן מחילה, אוודאי נישט יוצא געווען כבוד התלמיד חכם, כבוד פון א איש ישר א ירא שמים והדרת פני זקן ס'איז ממש בבחינת בוטלין בכבוד זקנים מיט רבי שלמה'ס הסתלקות, כ'וועל זיין א שליח פון ביהמ"ד פון די געגנט, אלע ידידים בעטן מחילה, רבי שלמה איז געווען א צנוע און א ארך רוח אוודאי איז ער מוחל, און כ'וויל בעטן פערזענליך אפשר האב איך נישט גענוג מכבד געווען די פני פון ביהמ"ד די מזרח פון ביהמ"ד ממש, כ'האב פרובירט כ'האב געהאלטן פאר א זכי' אבער זיכער נישט יוצא געווען בעט איך מחילה, און אוודאי וועט ער זיין א מליץ יושר פאר זיין חשובע משפחה די קינדער און אייניקלעך די וואס האבן אים אזוי געטריי באדינט משמש געווען זאל ער מוחל זיין ביזן טאג ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים וחרפת עמו יסיר בביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.

אודיאו
צוגעלייגטע
זיין תלמיד רבי שיראל דוד הארפענעס ביים מספיד זיין.jpg
זיין תלמיד רבי שיראל דוד הארפענעס ביים מספיד זיין.jpg (136.33 KiB) געזעהן 1364 מאל

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » מיטוואך יוני 19, 2019 6:07 pm

יפו רב'ס היתר הוראות
צוגעלייגטע
ראם.JPG
ראם.JPG (86.54 KiB) געזעהן 1299 מאל
אהרנברג.JPG
אהרנברג.JPG (69.07 KiB) געזעהן 1299 מאל
מאקאווא.JPG
מאקאווא.JPG (69.2 KiB) געזעהן 1299 מאל
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום דאנארשטאג יוני 20, 2019 4:10 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » מיטוואך יוני 19, 2019 6:12 pm

ביים סקולענער רבי זי"ע

IMG_0343.jpg
IMG_0343.jpg (73.77 KiB) געזעהן 1305 מאל


ביי זיין קאזין יבחל"ט דער מאקאווער רב שליט"א

IMG_5211.jpg
IMG_5211.jpg (73.9 KiB) געזעהן 1362 מאל
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יוני 19, 2019 6:18 pm

עטליכע ליסטעס פון תלמידים
צוגעלייגטע
CCI06262015_00003.jpg
CCI06262015_00003.jpg (97.6 KiB) געזעהן 1356 מאל
תשכ''ב.JPG
תשכ''ב.JPG (38.09 KiB) געזעהן 1356 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17553
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:49 pm

איינע פון די בני המשפחה האט דערציילט אז ער געדענקט אז דער מאקאווא רב (בעל עטרת משה זי"ע) האט געגעבן פאר רבי שלמה דער זיגל א מתנה ווען ער איז געווארן רב הצעיר. דער ערשטע דרשה הייבט ער אן "הדרשה ראשונה שדרשתי בשבת חוה"מ פסח שנת תשי"ז לפ"ק בביהכנ"ס שארית הפליטה ביפו". אזוי אויך אין זיין חתונה הזמנה שטייט החתן הרב וכו' און נישט הבחור כרגיל. בתורת רב הצעיר איז ער געגאנגען בשליחות זיין טאטע בודק זיין די פלעצער וואו זיין טאטע האט געגעבן השגחה, און געפירט און פארגעלערנט די שיעורים פון חברה משניות, און צומאל מספיד געווען
צוגעלייגטע
זיגלעך פון רבי אהרן זצ''ל.jpg
זיגלעך פון רבי אהרן זצ''ל.jpg (15.25 KiB) געזעהן 1309 מאל
זיגלעך פון רבי שלמה זצ''ל.JPG
זיגלעך פון רבי שלמה זצ''ל.JPG (10.35 KiB) געזעהן 1309 מאל

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:23 pm

הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל אלס סנדק ביים עלצטע קינד אין קראון הייטס אין תשכ"א. רבי משה איז געקומען אליין צופארען אן קיין גבאים, געקומען מיט 3 באסעס (געדארפט טוישען אין מיטן וועג), און האט אויך מיט געברענגט א קליין זילבערנע בעכער א געשאנק פאר דער רך הנימול.
צוגעלייגטע
2583.jpeg
2583.jpeg (69.25 KiB) געזעהן 1288 מאל

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2589
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג יוני 20, 2019 5:31 pm

איימעניט האט געשריבן:הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל אלס סנדק ביים עלצטע קינד אין קראון הייטס אין תשכ"א. רבי משה איז געקומען אליין צופארען אן קיין גבאים, געקומען מיט 3 באסעס (געדארפט טוישען אין מיטן וועג), און האט אויך מיט געברענגט א קליין זילבערנע בעכער א געשאנק פאר דער רך הנימול.


ווען איז ר' משה יא געקומען [בפרט אין יענע יארן] מיט גבאים?

ער איז נישט געווען א אדמו"ר, ער האט נישט געהאט א פריוואטע קאר. לייג צו ער איז אויכעט געקומען מיט סאבוועי א חלק וועג.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 6:06 pm

דער יפו רב (ר' אהרן) האט די אונגארישע רעגירונג געשלעפט צום מונקא-טאבור צוואנגס ארבעט אין תש"ב. די נאציס ימ"ש זענען אריין געקומען קיין אונגארן אין אדר תש"ד און גלייך ארום געצוימט עטליכע גאסען אין סאבאסלוי און עס באשטימט פאר א געטא פאר די סאבאסלויער אידען און פאר די ארומיגע געגענט. זיי האבען פראקלאמירט אז ביז מאנטיג פרשת אמור ח' אייר תש"ד מוזען אלע אידען זיך געפינען אין געטא, און מען טאר גארנישט מיט נעמען אין די הענט נאר בלויז מעג מען שלעפען אויפען רוקען א רוק-זאק.

די יפו רעבעצין האט גענומען סחורה און געמאכט פאר יעדען איינעם א רוק זאק לויט די עלטער און וויפיל מען קען שלעפען, און דארט אריין געלייגט די נויטיגסטע זאכען, אויך האט זי אנגעבינדען אויף יעדען קינד א טעפל אז מען זאל האבען א כלי פון וואס צו עסען און טרינקן. דער קליינע 8 יעריגע שלמה האט זיך איין געפאקט נאר איין וויכטיגע זאך, זיין גרויסע סידור.

פון דארט האט מען זיי געפירט קיין דעברעצין, און פון דארט האט מען זיי געפירט קיין אוישוויץ. אין מיטען וועג זענען זיי אנגעקומען קיין קאשוי און פון דארט זענען זיי צוריק געפארען קיין עסטרייך צו די שטראס-הויף לאגער אין וויען. דארטען האט מען געמאכט א סעלעקציע און די דייטשע רשעים האבען געוויזען אהער אדער אהין און אפגעטיילט צווישען די ארבעטס פעאיגע, און די וואס נישט האט מען אפגעפירט קיין טרעזינשטאט ווי זיי זענען אומגעקומען על קידוש השם.

די סיסטעם דארטען איז געווען אז זיי האבען געקוקט לויט די מערהייט פון די משפחה, אויב איז דער מערהייט געווען קינדער האט מען אלע געשיקט צום פארגאזען, אבער אויב איז געווען די מערהייט ערוואקסענע האבען זיי געשיקט אלע צו די ארבעט און די קליינע האבען אבער נישט באקומען קיין עסען ווייל זיי ארבעטען דאך נישט!

דארט איז געווען דער יפו רב מיט זיין רעבעצין מיט אלע זיבען קינדער, דער עלצסטע 19 און די אינגסטע 2 וואס זי האט געהאלטען אויף די הענט (4 גרעסערע און 3 קלענערע). אינטער זיי איז געשטאנען א מרת האפמאן מיט אירע 5 גרויסע קינדער. די קליינע קינדער זענען געווען אין דער מיטען צווישען אלע ערוואקסענע וועליכע האבען זיי פארשטעלט. די דייטשען האבען שנעל געציילט און ס'האט זיך זיי געדאכט ווי דאס איז איין גרויסע משפחה און זיי געגעבען א קארטעל וואס שטייט "W" וואס דאס מיינט גיין צו די ארבעט.

פון וויען זענען זיי שפעטער גענומען געווארען צו מאטהויזען און פון דארט צו גינזקיכען ווי זיי זענען באפרייט געוווארען דורך די אמעריקאנער סאלדאטען. דער יפו רב איז פון וויען גענומען געווארען קיין בערגען בעלזען און דארט בדרך נס ניצול געווארען.
(גענומען פון "תולדות הרב מיפו")

אויף דער בילך ווי די קינדער זענען מקבל פנים די אמעריקאנער סאלדאטן וואס באפרייען גינזקיכען האט דער יפו רב (ר ' שלמה) געזאגט אז ער איז עס דער 9 יעריגע ינגעל אינטן לינקס. (אויב איינער ווייסט פון ווי דאס בילד קומט ביטע ברענגן א קלארערע בילד)

https://www.jewishvirtuallibrary.org/li ... chen-lager
צוגעלייגטע
011.JPG
011.JPG (171.73 KiB) געזעהן 1297 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2778
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג יוני 20, 2019 6:48 pm

יוראפ האט געשריבן:איינע פון די בני המשפחה האט דערציילט אז ער געדענקט אז דער מאקאווא רב (בעל עטרת משה זי"ע) האט געגעבן פאר רבי שלמה דער זיגל א מתנה ווען ער איז געווארן רב הצעיר. דער ערשטע דרשה הייבט ער אן "הדרשה ראשונה שדרשתי בשבת חוה"מ פסח שנת תשי"ז לפ"ק בביהכנ"ס שארית הפליטה ביפו". אזוי אויך אין זיין חתונה הזמנה שטייט החתן הרב וכו' און נישט הבחור כרגיל. בתורת רב הצעיר איז ער געגאנגען בשליחות זיין טאטע בודק זיין די פלעצער וואו זיין טאטע האט געגעבן השגחה, און געפירט און פארגעלערנט די שיעורים פון חברה משניות, און צומאל מספיד געווען

קען אפשר איינער ברענגן איין חתימה אדער דאוקומענט אדער וואס, זאל זיין דארט געשריבן אויף יפו רב זצ"ל בשעת ווען איז ער געוועהן אין יפו, אלס אב"ד יפו אדער עפעס ענליך?
לעצט פאראכטן דורך אבן יקרה אום דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דאנארשטאג יוני 20, 2019 6:52 pm

ווי געזאגט האט ער זיך קיינמאל נישט גערופען אב"ד יפו, נאר דא אין אמעריקע האט מען אים גערופען יפו רב בלשון חיבה.

פינקט ווי א סאך רבנים (אויך גרויסע גדולי ישראל) וואס מען האט גערופען דא אין אמעריקע אב"ד פון א שטאט כאטש זיי זענען קיינמאל נישט געווען די שטאטס רב דארט.
לעצט פאראכטן דורך איימעניט אום דאנארשטאג יוני 20, 2019 8:10 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2778
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דאנארשטאג יוני 20, 2019 7:04 pm

א דאנק.

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » פרייטאג יוני 28, 2019 3:43 pm

א היסטארישע בריוו פון בערך שנת תשכ"ג ווי דער מאקאווא רב בעל עטרת משה שילדערט פאר זיין פעטער דער יפו רב וואס עס טוהט זיך ביי זיינע קינדער, און צום סוף בעהט ער אים "אולי בנכם ידי"נ הרה"ג ר"ש [= ר' שלמה] יכול להשתדל בימי הרצון האלו לטובת הישיבה".
צוגעלייגטע
Makeve.jpg
Makeve.jpg (603.99 KiB) געזעהן 1112 מאל

איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » פרייטאג יוני 28, 2019 4:00 pm

של ביהכנ"ס שארית הפליטה ביפו מנשיה תש"י
צוגעלייגטע
Yaffe5710.jpg
Yaffe5710.jpg (613.01 KiB) געזעהן 1109 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט