רבינו ישראל אור שבעת הימים הבעל שם טוב הקדוש זי"ע - שבועות תק"כ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

האסט נישט פארשטאנען קיין מלה וואס איך זאג, און איך האב געזאגט דברים פשוטים מאד, זעט אויס ס'איז פון עניני אמונה ביי געוויסע מקומות וואס מ' טאר נישט פארשטיין
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

נשתכחה תורת הבעל שם, מיינט גענוי וואס וואס מ'זאגט; ביים בעל שם איז געווען און היינט נאו מאר!
ווען וואלסטו געווען ביים בעל שם וואלסטו נישט נאר געזאגט אזוי, נאר אראפגעלאזט אפאר פעטש דעם בעל שם אליינס! יענע מתנגדים זענען היינטיגע מתנגדים נאר אביסל מער טיפשות'דיגער.
איך האלט מיך קלוגער ווי דיר, און מער אויפגעקלערט ווי דיר און דיין ענוה פסולה, און ס'יא דא היינט ווי די תלמידי בעל שם, און ס'יא דא צדיקים אזוי גרויס ווי די תלמידי בעל שם, איי דו זעסט עס נישט, דאן וואש דיר אויס די אויגן, ס'דא וואס האבן נישט פארגעסן און זעען יא און גלייבן יא און האלטן יא ביי מדריגות וואס דו ''פארשטייסט נישט'' דערין - לפי דבריך.
וואס סאטמארע רב זאגט איז מיר נישט נוגע, דער בעל שם ותלמידיו האבן געזאגט אז זייער דרך 'לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך מעתה ועד עולם' און כ'טראסט זיי מער! אוודאי ווען כ'זע עס אין פאקט. קען זיין דו דרייעסט דיך נישט אויפן ריכטיגן ארט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

בראשית ברא האט געשריבן:האסט נישט פארשטאנען קיין מלה וואס איך זאג, און איך האב געזאגט דברים פשוטים מאד, זעט אויס ס'איז פון עניני אמונה ביי געוויסע מקומות וואס מ' טאר נישט פארשטיין

מורא'דיג, האסט מיר ממש יעצט אפגעפרעגט...

די האסט געזאגט צוויי נקודות, איינס האב איך איגנארירט ווייל מען זעט אז ס'איז ביי אייך פשוט חסרון ידועה אז עס עקזעסטירט נאך אזעלכע אידן, און כ'גיי נישט אריינגיין אין קיין חילוקי דיעות איבער א פאקט. [ס'איז מיר נאר אינטרעסאנט אז ביים באזיכן דעם בד"ה אשכול, האט מען דארט אויסגעלויבט אידן נאך מער ווי די חשובע חסידישע אידן פונדערהיים, אבער כנראה איז דא א צייט וואס מען וויל עס נישט זען, ווייסט מען נישט דערפון...]

איך האב בעיקר בארירט די אנדערע נקודה וואס איר גיבט אז מאך אוועק אז ווער זענען אונז אריינצורעדן צווישן די שרפי מעלה, דערויף האב איך דיר געברענגט וואס סאטמאר'ער רב האט פארציילט אז אין פאקט איז דא א חילוק, צו איך ווייס וואס די חילוק איז צו נישט, מאכט בכלל נישט אויס צו די נקודה וואס איך האב געוואלט ארויסברענגן, און די הסבר פארוואס ס'איז דא א חילוק איז נישט מיין הסבר דאס האבן שוין פריערדיגע געזאגט [באמת דארף איך נישט צוקומען צום מעשה פון סאטמאר'ער רב, שטייט שוין באמת אין גמרא אזוי, אבער כ'האב געקלערט אז אפשר אזוי וועט מען יא צולייגן קאפ צו פארשטיין וואס איך האב באמת געזאגט...].
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אנטשולדיגט איך האב אייך נישט געזוכט אפצופרעגן, און נישט געזאגט אז ס'איז נישט דא קיין חילוק, איך זאג דיר דאך אז איר פארשטייט בכלל נישט וואס איך האב געזאגט, און איך ווייס ווי איר געהער במילא איז ממש אשאד די טינט, מ' דארף גלייבן דער היינטיגער רבי איז פונקט ווי תלמידי בעש"ט, מיט א חילוק פון רמב"ם וכו' כדברי הרב מסאטמאר, ארבעט דער היתר כרוך אויטאמאטיש אז נשתכח איז א וויץ, וואס הייסט ס'איז דאך יא דא.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

און דאס האב איך געזאגט הייסט?
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ניין, איך זאג
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

למעלה משבעים האט געשריבן:סידיראם, כ'האף איר פארשטייט אז אייער פונקט פראווט גארנישט. פונקט ווי איר פארשטייט אז בזמן הבעש"ט האט מען קיין רשב"א אויך נישט געקענט געפונען, קען מען היינט נישט געפינען איינער ווי די תלמידי הבעש"ט, דאס האט פשוט צו טון מיט די ירידת הדורות, מיט די אלע וואגלענישן און שוועריגקייטן וואס מאכט שוואכער די גוף ונפש, בנוסף צו דעם וואס די לופט איז פשוט פאר'סמ'ט, און די הייליגע תלמידי בעש"ט האבן זיך נישט געדארפט דרייען אין אזעלכע בלאטעס ווי אונז היינט.

ממילא, צו ברענגן פון דעם א ראיה אז דעם דרך אין עבודת השם עקזעסטירט נישט, איז פשוט נישט ריכטיג, יא, די דרך עבודה איז נאך אלץ דא, נאר ליידער די עבודה דארף אונז ארויפברענגן פון אסאך א גרעסער גרוב ווי בזמן תלמידי הבעש"ט. דאס הייסט יענער צייט כנגד אונזער צייטן, איז ווי דער קינד וואס איז געבוירן אויפן בארג, קעגן דער וואס דארף פון אלץ קינד אנהייבן קריכן ארויף דעם בארג. ופשוט הוא.


מסכים, איך האב מיך באצויגן אויף דעים געשרייבאכט'ס אז היינט איז פונקט די זעלבע ווי בזמן הבעל שם טוב אן קיין שום שינו, עס גייט אן אין פולן שוואונג, קען זיין אז מען קען היינט אנקומען - מיט אסאך האראוואניע און שימוש חכמים - צו דעים דרך פון תלמידי הבעל שם טוב, אבער די דרך גייט ליידער נישט אן אין פולן שוואונג (עס וואלט אפשר געדארפט און געמעגט אנגיין, אבער ליידער איז דאס נישט אזוי)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ליידער האט מען אויסגעריסן די אמונה פון אסאך חלקים פון חרדישע יודען, אז ס'מער נישטא קיין אמת'ע העכערע יודען היינט.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

רשימת משלמי מס במעזיבוז תקי"ח
אטעטשמענטס
Besht_Tax_List_1758.jpg
Besht_Tax_List_1758.jpg (225.96 KiB) געזען 3927 מאל
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

דאנציגער האט געשריבן: און ס'יא דא היינט ווי די תלמידי בעל שם, און ס'יא דא צדיקים אזוי גרויס ווי די תלמידי בעל שם, איי דו זעסט עס נישט, דאן וואש דיר אויס די אויגן, ס'דא וואס האבן נישט פארגעסן און זעען יא און גלייבן יא און האלטן יא ביי מדריגות וואס דו ''פארשטייסט נישט'' דערין - לפי דבריך.

...אוודאי ווען כ'זע עס אין פאקט. קען זיין דו דרייעסט דיך נישט אויפן ריכטיגן ארט.


איך פרעג באמת, די האלסט באמת אזוי? למשל מען קען זעהן די אלע מדריגות ביי די היינטיגע צדיקים? איך בין מסכים אז זיי זענען מורא'דיגע צדיקים קדושים וטהורים, וגם אני מתאבק באפר רגליהם. אבער למשל א היינטיגע צדיק איז פונקט ווי דער דברי חיים? למשל מען זעהט טאקע אזא סארט עבודה, אזא פלאם פייער, עס שאקלט זיך דארט ביי הנורא ווי ביים שינאווער רב?

איך פרעג נאר, איך וויל באמת וויסן. אדרבה אויב יא הענדס אפ...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

סידיראם האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:סידיראם, כ'האף איר פארשטייט אז אייער פונקט פראווט גארנישט. פונקט ווי איר פארשטייט אז בזמן הבעש"ט האט מען קיין רשב"א אויך נישט געקענט געפונען, קען מען היינט נישט געפינען איינער ווי די תלמידי הבעש"ט, דאס האט פשוט צו טון מיט די ירידת הדורות, מיט די אלע וואגלענישן און שוועריגקייטן וואס מאכט שוואכער די גוף ונפש, בנוסף צו דעם וואס די לופט איז פשוט פאר'סמ'ט, און די הייליגע תלמידי בעש"ט האבן זיך נישט געדארפט דרייען אין אזעלכע בלאטעס ווי אונז היינט.

ממילא, צו ברענגן פון דעם א ראיה אז דעם דרך אין עבודת השם עקזעסטירט נישט, איז פשוט נישט ריכטיג, יא, די דרך עבודה איז נאך אלץ דא, נאר ליידער די עבודה דארף אונז ארויפברענגן פון אסאך א גרעסער גרוב ווי בזמן תלמידי הבעש"ט. דאס הייסט יענער צייט כנגד אונזער צייטן, איז ווי דער קינד וואס איז געבוירן אויפן בארג, קעגן דער וואס דארף פון אלץ קינד אנהייבן קריכן ארויף דעם בארג. ופשוט הוא.


מסכים, איך האב מיך באצויגן אויף דעים געשרייבאכט'ס אז היינט איז פונקט די זעלבע ווי בזמן הבעל שם טוב אן קיין שום שינו, עס גייט אן אין פולן שוואונג, קען זיין אז מען קען היינט אנקומען - מיט אסאך האראוואניע און שימוש חכמים - צו דעים דרך פון תלמידי הבעל שם טוב, אבער די דרך גייט ליידער נישט אן אין פולן שוואונג (עס וואלט אפשר געדארפט און געמעגט אנגיין, אבער ליידער איז דאס נישט אזוי)

כ'פיל נישט אז כ'האב פארוואס צו שרייבן אין די נקודה אויף למעשה וואס די פאקטן זענען, פשוט וויבאלד איך קוק עס אן, ווי דער ענין ווי א זאטער פארשטייט נישט דעם הינגעריגן, אדער דער עושר פארשטייט נישט דעם ארעמאן, כן הדבר הזה. אז איך וועל זאגן יא, און צוגעבן דערמיט נעמען פאר דוגמאות, וועסטו זאגן נו, יענער איז דאך אן אויסנאם.... אזוי אז כ'בין בכלל נישט זיכער מיט וויפיל אויסנאמען מיר וועלן זיך צום סוף טרעפן. בכל אופן א שאד צו רעדן דערוועגן.

--
סידיראם, אויף דיין לעצטן שאלה, וויבאלד עס רירט אן לעבעדיגע רביים וואלט איך באמת נישט אריין דערין, עמער זען צו ווי עס וועט פירן, אולי וועט מען דארפן דא מעקן... אבער מיין תשובה דערויף איז א קלארע יא! [איך האב מעיקרא בכלל נישט פארשטאנען אז די רעדסט פון די עצם היינטיגע צדיקים, ווען יא וואלט איך זיך בכלל נישט אנגערופן...]
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איטשע האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר פון א מאמר וכדומה וואס באהאנדלט דעם ענין פון "נשתכח דרך הבעל שם"?


מה זאת?
״נשתכח דרך הבעל שם״?
עס גייט אן מיט׳ן פולן שוואונג...


צום שאלה, אביסל ווערט ארומגערעדט דערפון דא
viewtopic.php?f=5&t=25173&hilit=נשתכח
viewtopic.php?f=3&t=21321&hilit=נשתכח
viewtopic.php?f=21&t=30399&hilit=נשתכח
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בראשית ברא האט געשריבן:א דרך בעצם אפשר איז דא, אבער נישט מענטשן וואס זענען דערין, רשב"א און תלמידי בעש"ט נישט קיין גרויסע חילוק צווישן די צוויי, ווער קען אריינרעדן צדיקים קדושים שרפי מעלה, היינט קען מען טרעפן אחד מאלף א איד וואס זאל נאר ענדלן קצת אין א פשוטע חסידישע איד פון דערהיים.
און כידוע די גרעסטע דרגא פון שפלות איז ווען מ'ווייסט אפילו נישט וואס פעלט, און מ'איז זיך מדמה און מ'איז נאך גרעסער, ווי עס לויטעט היינט אכשיר דרא. דאס איז עפעס א מין יתמות וואס קען נישט ארויסגעברענגט ווערן אין שפראך.

אחד מאלף?
לאמיר נעמען סאטמארער אידן פון אלע צדדים, נאר וואס קומט מיר אויף אויפן געדאנק אין די מינוטן, איך ברענג דוגמאות פון מענטשן וואס זענען עטוואס באקאנט, ווייל פריוואטע מענטשן האט דאך נישט קיין פשט, אבער באישי קען איך אייך געבן נאך דוגמאות.

האסט שוין געזעהן א איד ווי הרה"צ רבי שמואל קעסטנבוים שליט"א פון קרית יואל אראפלייגן א דאווענען? רבי יושע באנדא פון וומ"ס קענט איר? רבי יוסף חיים גרינוואלד האט איר שוין אמאל געזעהן? רבי אלימלך לאנדא פון קר"י, רבי יוסף הערש וויינשטאק פון וומ"ס, רבי וואלף בראווער פון קר"י, רבי שמחה שלום שטיינבערגער, רבי משה ראובן איצקאוויטש, רבי שמעלקא פריעדמאן, רבי שמואל דוד טויב, ועוד ועוד ועוד

סתם ווארפן זאמד האט נישט קיין פירוש וכבר אמר החכם מכל אדם אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת זאת.

דער ענין פון נשתכח תורת העבל שם, האט גארנישט מיט די דיון צו עס איז דא היינט ערליכע אידן, יראים ושלמים, עס איז אסאך א טיעפערע שמועס, קודם צו פארשטיין וואס דער 'דרך הבעל שם' איז בכלל געווען, וואס דער בעשטה"ק האט מחדש געווען, מיט וואס איז אנדערש געווען דער דרך לדוגמא פון הרה"ק רבי חייים מוואלאזשין זצוק"ל בעל נפש החיים מגדולי תלמידי הגר"א ווי הרה"ק המגיד מקאזשניץ זצוק"ל מתלמידי תלמידיו של אור הגנוז הבעשטה"ק, והדברים עתיקים.

אבער געוויס דארף מען האלטן אפענע אויגן און נאכגיין די פיסטריט פון ערליכע אידן החיים אתנו לאויט"א, אויפכאפן בעלי מסירת נפש, אידן וואס צוברעכן זייער גוף להשי"ת, אידן וואס פארברענגען נישט קיין מינוט און זענען נישט מסיח דעת פונעם רבוש"ע, און יא עס איז דא אזאנע, אין יעדע בית המדרש קען מען טרעפן, אין יעדע געגענט וואונען ערליכע אפגעהיטענע אידן וועלכע האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די 'פשוטע חסידישע אידן פונדערהיים' (איך האף אז איר מיינט נישט די אונגארישע 'באטשיס' און רוימענישע פויערישע כאסידים פונדערהיים).

און די דעבאטע וועט אנגיין ביז משיח'ס טאג....
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

מיללער די האסט געקענט אידן פון 100 יאר צוריק אז די זאלסט וויסן אז די היינטיגע ענדלען אין זיי? אוודאי איז דא היינט ערליכע אידן, אבער דאכט זיך מיר אז אין דעים נקודה איז נאך אלס בראשית גערעכט אז אמאליגע חסידישע אידן איז בפשטות געווען א מער דערהויבענע פראדוקט.

איך רעד נישט אין די פשטות'דיגע אפגעהיטנקייט, נאר דוקא אין די דערהויבנקייט, אין מדריגות. לפי חקירתי ושמיעתי מסיפורי זקנים וחסידים, איז געווען ביי אמאליגע חסידישע אידן א נערמאלע ערשיינונג אז ערב שבת נאך חצות זאל דער חסידישער איד בכלל נישט "דא" זיין, א חסידישע איד האט זיך געקענט שאקלען אלע איברים ביי א שלש סעודות, פשוט פון פחד ה' והדר גאונו בזמן קדוש כזה (עי' סידורו של שבת). ביי מיין עלטער זיידע (וכן ענליכ'ס ביי מיין עלטער פעטער, ביידע דערהויבענע חסידישע אידן) האב איך מקבל געווען אז זיין דאווענען פלעגט נעמען יעדן טאג ביז 1 אזייגער און יעדן איינציגן טאג האט מען געדארפט אויפהענגען זיינע בגדים אויסצוטריקענען פון שווייס וואס עס האט זיך געגאסן נאכ'ען דאווענען עטליכע שעה מיט גרויס דביקות. און ער איז נישט געווען קיין רבי, א פשוט'ע ארבעטער, אבער א דערהויבענע חסידישע איד.

כהנה וכהנה שמעתי מזקנים ומעוד מקורות, דירעקט אז דאס איז געווען א געווענליכע ערשיינונג, אין יעדע שטאט איז געווען הונדערטער צו צענדליגער אזעלכע אידן, עס האבן זיך געוואלגערט אין פוילן און אין גאליציע עובדי השם אין די מאסן בחצרות הצדיקים.

ולכן איז אמת אז היינט איז דא ענליכ'ס צו דעים, אבער נישט דאס ממש. אדרבה מען קען טאקע היינט אויך זיין א חסידישע איד מיט א דערהויבנקייט, מען דארף טאקע משתוקק זיין מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי, און מען דארף דאס טאקע טוהן, אבער למעשה איז די מצב היינט אנדערש ווי אמאל אביסל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

טראכט נאר וויאזוי וואלסטו גערעדט ווען דו וואלסט געווען יענע צייטן. וואלסטו לכאורה אויך געזאגט, עה, היינט זענען נישטא, דער פון מעזיבוש דער פון קאזניץ ער איז סתם ... ער איז אביסל...
גענוי אזוי פלעגן 'אסאך' רעדן אויף די גרעסטע וואס מיר דענקן, אין יענע צייטן.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מיללער האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:א דרך בעצם אפשר איז דא, אבער נישט מענטשן וואס זענען דערין, רשב"א און תלמידי בעש"ט נישט קיין גרויסע חילוק צווישן די צוויי, ווער קען אריינרעדן צדיקים קדושים שרפי מעלה, היינט קען מען טרעפן אחד מאלף א איד וואס זאל נאר ענדלן קצת אין א פשוטע חסידישע איד פון דערהיים.
און כידוע די גרעסטע דרגא פון שפלות איז ווען מ'ווייסט אפילו נישט וואס פעלט, און מ'איז זיך מדמה און מ'איז נאך גרעסער, ווי עס לויטעט היינט אכשיר דרא. דאס איז עפעס א מין יתמות וואס קען נישט ארויסגעברענגט ווערן אין שפראך.

אחד מאלף?
לאמיר נעמען סאטמארער אידן פון אלע צדדים, נאר וואס קומט מיר אויף אויפן געדאנק אין די מינוטן, איך ברענג דוגמאות פון מענטשן וואס זענען עטוואס באקאנט, ווייל פריוואטע מענטשן האט דאך נישט קיין פשט, אבער באישי קען איך אייך געבן נאך דוגמאות.

האסט שוין געזעהן א איד ווי הרה"צ רבי שמואל קעסטנבוים שליט"א פון קרית יואל אראפלייגן א דאווענען? רבי יושע באנדא פון וומ"ס קענט איר? רבי יוסף חיים גרינוואלד האט איר שוין אמאל געזעהן? רבי אלימלך לאנדא פון קר"י, רבי יוסף הערש וויינשטאק פון וומ"ס, רבי וואלף בראווער פון קר"י, רבי שמחה שלום שטיינבערגער, רבי משה ראובן איצקאוויטש, רבי שמעלקא פריעדמאן, רבי שמואל דוד טויב, ועוד ועוד ועוד

סתם ווארפן זאמד האט נישט קיין פירוש וכבר אמר החכם מכל אדם אל תאמר שהימים הראשונים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת זאת.

דער ענין פון נשתכח תורת העבל שם, האט גארנישט מיט די דיון צו עס איז דא היינט ערליכע אידן, יראים ושלמים, עס איז אסאך א טיעפערע שמועס, קודם צו פארשטיין וואס דער 'דרך הבעל שם' איז בכלל געווען, וואס דער בעשטה"ק האט מחדש געווען, מיט וואס איז אנדערש געווען דער דרך לדוגמא פון הרה"ק רבי חייים מוואלאזשין זצוק"ל בעל נפש החיים מגדולי תלמידי הגר"א ווי הרה"ק המגיד מקאזשניץ זצוק"ל מתלמידי תלמידיו של אור הגנוז הבעשטה"ק, והדברים עתיקים.

אבער געוויס דארף מען האלטן אפענע אויגן און נאכגיין די פיסטריט פון ערליכע אידן החיים אתנו לאויט"א, אויפכאפן בעלי מסירת נפש, אידן וואס צוברעכן זייער גוף להשי"ת, אידן וואס פארברענגען נישט קיין מינוט און זענען נישט מסיח דעת פונעם רבוש"ע, און יא עס איז דא אזאנע, אין יעדע בית המדרש קען מען טרעפן, אין יעדע געגענט וואונען ערליכע אפגעהיטענע אידן וועלכע האבן זיך נישט וואס צו שעמען פון די 'פשוטע חסידישע אידן פונדערהיים' (איך האף אז איר מיינט נישט די אונגארישע 'באטשיס' און רוימענישע פויערישע כאסידים פונדערהיים).

און די דעבאטע וועט אנגיין ביז משיח'ס טאג....

כ'ווייס נישט אויב ס'איז דא אחד מאלף פון וואס מיר האבן גערעדט, אפשר...
וואוילע אידן איז נאך דא עפעס עפעס ב"ה. בעיקר פון די עלטערע דור.

די תגובה מאכט נאר שטארקער מיינע ווערטער ליידער. ווען נישט די בלינדקייט פון די נטי' פון שטופן דעם אכשיר דרא וואגן, וואס דאס האט פשוט שלמה המיילעך געמיינט מיט אל תאמר..
מוז מען דאך יא זאגן אכשיר דרא ווייל אויב נישט קומט דאך אויס אז..
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אריין אינעם פייער/וואסער פורים אשכול, טענו לו בחטים והודו לזכר קדשו
דער רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 7:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רב »

טייטל האט געשריבן:א בילד פונעם מצבה פון פארן קריג

קרדיט

אנטשולדיגט זעסט נישט אז דאס איז מזויף מתוכו, ביים זייט שטייט דעם דאטום תשל"ו.
פארן קריג איז קיין מצבה געווען. דאס איז געשטעלט דעמאלט.
משה ברמן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ברמן »

סאיז דא אבילד פון פארן קריג מיטן א קליינע דאך
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

בראשית ברא האט געשריבן:..
כ'ווייס נישט אויב ס'איז דא אחד מאלף פון וואס מיר האבן גערעדט, אפשר...
וואוילע אידן איז נאך דא עפעס עפעס ב"ה. בעיקר פון די עלטערע דור.

די תגובה מאכט נאר שטארקער מיינע ווערטער ליידער. ווען נישט די בלינדקייט פון די נטי' פון שטופן דעם אכשיר דרא וואגן, וואס דאס האט פשוט שלמה המיילעך געמיינט מיט אל תאמר..
מוז מען דאך יא זאגן אכשיר דרא ווייל אויב נישט קומט דאך אויס אז.

פונקט פארקערט, די אלטע זענען לאוו דווקא די גרויסע מר בר רב אשי'ס, די יונגערע זענען אכשרי דרא, זיי צייגן אז 'כי לא ישכח מפי זרעו'.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

דאנציגער האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:..
כ'ווייס נישט אויב ס'איז דא אחד מאלף פון וואס מיר האבן גערעדט, אפשר...
וואוילע אידן איז נאך דא עפעס עפעס ב"ה. בעיקר פון די עלטערע דור.

די תגובה מאכט נאר שטארקער מיינע ווערטער ליידער. ווען נישט די בלינדקייט פון די נטי' פון שטופן דעם אכשיר דרא וואגן, וואס דאס האט פשוט שלמה המיילעך געמיינט מיט אל תאמר..
מוז מען דאך יא זאגן אכשיר דרא ווייל אויב נישט קומט דאך אויס אז.

פונקט פארקערט, די אלטע זענען לאוו דווקא די גרויסע מר בר רב אשי'ס, די יונגערע זענען אכשרי דרא, זיי צייגן אז 'כי לא ישכח מפי זרעו'.


א שיינע דרוש לכבוד חודש אדר... זייער אינטערסאנט און באלערנד וואס די זאגסט...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

זכותו יגן עלינו.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

עס איז באקאנט די סיפור וואס איז פארגעקומען ווען דער בעש"ט הק' איז געווען אויף פסח אין איסטאנבול אויפן וועגן קיין ארץ ישראל.
לויט ווי מען דערציילט איז דאס געווען ווען ער האט זיך געוואלט טרעפן מיטן אור החיים הק'. לפי זה קומט אויס אז דאס איז פארגעקומען פסח תק"ב אדער תק"ג, ווייל דער אור החיים הק' איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אלול תק"א און נסתלק געווארן תמוז תק"ג.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז י"ז ניסן תק"ב [אפריל 21 1742] האט זיך דער גרויסוויזיר אחמד פאשא געדארפט אפזאגן פון זיין פאסטן און מען האט אים פארשיקט קיין רודוס.
מעגליך אז ער איז געווען דער רשע וואס האט געוואלט דעמאלט מאכן צרות פאר די אידן, וואס דער בעש"ט הק' האט מבטל געווען די גזירה ביים סדר נאכט.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

דאנציגער האט געשריבן:.
וואס סאטמארע רב זאגט איז מיר נישט נוגע, דער בעל שם ותלמידיו האבן געזאגט אז זייער דרך 'לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך מעתה ועד עולם' און כ'טראסט זיי מער! אוודאי ווען כ'זע עס אין פאקט. קען זיין דו דרייעסט דיך נישט אויפן ריכטיגן ארט.

ווי שטייט אז די "דרך" לא ימוש אין ספר מגן אבות שטיין 150 יאר איןחמדה גנוזה שטייט אויך 150 יאר אין קונטרה התפעלות יפן האדמו"ר האמצעי נ"ע שטייט אויך אז כמעט שנאבד הדרך בעל שם
אלע וואס רעדן יפן די חלק אז מען וועט קענען דינען דעם באשעפיר אבער נישט די חלק העבודה מיט מדרגות
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7414
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

נחוניא האט געשריבן:עס איז באקאנט די סיפור וואס איז פארגעקומען ווען דער בעש"ט הק' איז געווען אויף פסח אין איסטאנבול אויפן וועגן קיין ארץ ישראל.
לויט ווי מען דערציילט איז דאס געווען ווען ער האט זיך געוואלט טרעפן מיטן אור החיים הק'. לפי זה קומט אויס אז דאס איז פארגעקומען פסח תק"ב אדער תק"ג, ווייל דער אור החיים הק' איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אלול תק"א און נסתלק געווארן תמוז תק"ג.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז י"ז ניסן תק"ב [אפריל 21 1742] האט זיך דער גרויסוויזיר אחמד פאשא געדארפט אפזאגן פון זיין פאסטן און מען האט אים פארשיקט קיין רודוס.
מעגליך אז ער איז געווען דער רשע וואס האט געוואלט דעמאלט מאכן צרות פאר די אידן, וואס דער בעש"ט הק' האט מבטל געווען די גזירה ביים סדר נאכט.

יש האומרים כי אותו שביעי של פסח היה ביום שישי ואז תיקן מרן הבעש"ט הק' לומר את המזמור הודו לה', ותיקנה שיאמרו כן בכל ערש"ק.
ומעניין הדבר כי גם בשנת תק"ב וגם בשנה שלאחריה - תק"ג לא חל שביעי של פסח ביום שישי.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”