ר' דוד'ל פרענקל זצ"ל - איש אמונם של גדולי הדור זי"ע - ז' שבט תשנ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

ר' דוד'ל פרענקל זצ"ל - איש אמונם של גדולי הדור זי"ע - ז' שבט תשנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

בעזהי"ת
היינטיגער טאג איז געפאלען דער יארצייט פון הרב הגאון מוהר"ר ר' דוד'ל פרענקל זצ"ל בן מוהר"ר הגה"ח ר' יששכר דוב פרנקל זצ"ל

ר' דוד'ל איז געווען א באקאנטער דורכגעווייקטער ערליכער איד, א שטארקער תלמיד חכם, מיט א ספעציעל ווארעמקייט און ברען לכל דבר שבקדושה, א ירא שמים מרבים, ספעציעל איז ער באקאנט געווען מיט זיין שימוש תלמידי חכמים, ער פלעגט זיך דרייען ארום גדולי ישראל, נאשן פון זיי, געהאלטן זיבען אויגען אפען אויף יעדער טריט און שריט פון זיי, ער איז געווען א דורכגעווייקטע גאליציאנע חסיד פון די ליטווישע גדולים.

ר' דוד'ל איז געבוירען געווארן נאך אין גאליציע ערגעץ אין די תר"צ יארן, צי זיין טאטע הרה"ח ר' בערל פרענקל זצ"ל, א דערהויבענער איד, וועלכער האט שפעטער געוואוינט אין ארץ ישראל, און האט זוכה געווען צי זיין א מחותן מיטן בריסקער רב זצוק"ל, ווייל דער בריסקער רב'ס זון ר' רפאל זצ"ל איז ביי איהם געווען א איידעם.

ביי די קריג'ס יארן ר' דוד'ל נאך געווען א קליין קינד, און ער האט דעמאלט זיך ארויס געשווערצט פון די באכניע געטא ציזאמען מיט זיין קאזין ידידו ורעו יבלחט"א הגאון ר' יחזקאל ברעטלער שליט"א, נאך לאנגע טלטולים האט ער זוכה געווען צי אנקומען צי ארץ ישראל.

ער האט באלד זיך אנגעהויבען דרייען ביי רשכבה"ג מרן דער חזון איש זי"ע, ער פלעגט דעמלט זארגען פאר מנין פאר'ן חזו"א פאר מנחה ומעריב יעדן טאג, שפעטער האט דער חזון איש קובע געווען חברותא מיט איהם און ר' יחזקאל שליט"א, ווי זיי האבן זוכה געווען צי לערנען חברותא מיט'ן גדול הדורות בעיון גמרא, ווי מען פארציילט האט אפילו דער חזון איש פארבעטן פון די הנהלה פון פאנעוויטשער ישיבה – ווי די בחורים האבן געלענרט – אז זיי זאלן זיי צילאזען לערנען מיט איהם בחברותא טראץ וואס עס שטערט זיי פון די סדרי הישיבה.
ר' דוד'ל איז געווען פון די נאענסטע מענטשן צום חזון איש, ער פלעגט נישט אראפ נעמען די אויגען פון איהם, נאכגעקוקט יעדע הנהגה, ציגעהערט יעדע דבר תורה פון איהם, ער האט איהם ציגעהאלפן מיט פולע מערכות, ווי שמיטה, שבת און נאך, און אויך לאחר פטירתו המשיך במורשתו.

ווי עס ווערט פארציילט, אז ווען דער ראש הממשלה בן גוריון שר"י איז געקומען צום חזון איש, האט ר' דוד'ל זיך באהאלטן אין צימען צי זיין ביים באגעגניש, ער האט שפעטער געזאגט אז ער האט נישט געקענט צילאזען אז דער חזון איש זאל אליין זיין אין צימער מיט אזא רשע, איינער האט עס אבער פארציילט פארן חזון איש קורץ פארן באגעגניש, דער חזו"א איז נישט געווען צופרידן דערפון, און ער האט געבעטן מען זאל איבער געבן פאר ר' דוד'ל אז ער האט פאראיבעל אויב ער בלייבט דארט, אזוי איז ר' דוד'ל גלייך אנטלאפן פון צימער, גאר קורץ איידער ב"ג איז אנגעקומען.
אויפן וועג ארויס האט ער געטראפן יבלחט"א הגאון האדיר ר' חיים קנייבסקי שליט"א וועלכער האט איהם שנעל אריין געלאדענט צי זיין טאטע'ן אינדערהיים, ער האט צי איהם געשריגען: נו, אסור להסתכל בפני אדם רשע, קום שנעל דא זיך באהאלטן פון איהם...
דער חזון איש האט שפעטער זיי פארציילט וואס איז געווען ביי די באגעגעניש, אז ווען דער חזון איש האט געזאגט פאר ב"ג דער באקאנטער משל פון דער ליידיגער וואגען, איז ב"ג געווארן טויט באליידיגט, און געשריגען "העגלה שלנו איננה ריקה, איננה ריקה, איננה ריקה", דער חזון איש האט געשפעט און נאכגעמאכט מיט די הענט ווי ער האט געמאט ביים שרייען איננה ריקה...

איינמאל ווען דער חזון איש האט געהאלט א אינפעקציע אויף זיין פוס, האט ר' דוד'ל זיך אראפ געבויגען, און מיט זיין מויל ארויס געצויגען דער אייטער פונעם וואונד, דער חזון איש האט עס בשעתו נישט באמערקט זייענדיג איינגעזינקען בלימוד התורה, און ווען ער האט עס שפעטער געהערט האט ער געזאגט אז נאר א משמש א חסיד קען אזוינס טוהן...

כמעשהו אצל החזון איש כן מעשהו אצל הבריקער רב זצוק"ל ווי ער האט אויך שימוש גענומען און איהם באגלייט א סך, ער האט גענאסען א ספעציעל חביבות פון הני תרי גדולי עולם.

אזוי אויך איז ער געווען מקורב צי נאך פולע גדולי עולם, ווי מרן דער סטייפלער זצוק"ל, הגאון הרב שך זצוק"ל.
איינמאל איז געווען, נאך וואס הרב שך האט געגעבן א הספד אויף הרה"ק מסאטמאר זצוק"ל לאחר פטירתו, א הספד וואס האט שטארק אפגעקלינגען אין דער וועלט, ווי הרב שך האט ארויס געברענגט די גדלות פון סאטמאר רב מיט זיין מערכה קעגן ציונית, האט מען דעמאלט געדריקט די הספד אבער צענזורירט פול שארפע שטיקלעך פון דעהם, ר' דוד'ל האט עס שטארק געבאדערט, ער האט זיך נישט געזוימט און שנעל מגיה געווען די געדרוקטע הספד פון א קאסעטע, און עס פארשפרייט, הרב שך איז איהם שטארק דאנקבאר געווען דערפאר.

אזוי אויך איז ער געווען ביי פול מגדולי החסידות זי"ע, ווי הרה"ק מבעלזא זי"ע, ער האט איהם נאך געדענקט פון דער באכניע געטאו, און אויך הרה"ק מסאטמאר זי"ע, טשעבינער רב זי"ע, און נאך.

ר' דוד'ל שבחל"ח ביום ז' שבט תשנ"ו, ולא זכה לזש"ק, תולדות חייו נדפסו בספר "זכור לדוד" ע"י בן אחיו
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

הגה''ח ר' שבתי פרנקל שליט''א מזקני וישישי תולדות אברהם יצחק איז א ברודער מיט ר' דוד'ל
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

אהער און אהין האט געשריבן:הגה''ח ר' שבתי פרנקל שליט''א מזקני וישישי תולדות אברהם יצחק איז א ברודער מיט ר' דוד'ל

ער הייסט ר' (שלום) שכנא פרענקל שליט"א, געוואוינט אין ווילי ביז 8 יאר צוריק
מי כעמך ישראל!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ער איז געווען עטליכע 20 יאר ווען דער חזו"א איז אוועק? ער האט געלערנט בחברותא אלץ בחור?
שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבתי בוים »

קיינמאל חתונה געהאט.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

FREEDOM האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:הגה''ח ר' שבתי פרנקל שליט''א מזקני וישישי תולדות אברהם יצחק איז א ברודער מיט ר' דוד'ל

ער הייסט ר' (שלום) שכנא פרענקל שליט"א, געוואוינט אין ווילי ביז 8 יאר צוריק

outch טעות, יא ר' שכנא, זז''ג
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

חזון-איש'ניק; מלא טעם געשריבען. א יישר כח.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:בעזהי"ת
היינטיגער טאג איז געפאלען דער יארצייט פון הרב הגאון מוהר"ר ר' דוד'ל פרענקל זצ"ל בן מוהר"ר הגה"ח ר' יששכר דוב פרנקל זצ"ל
תולדות חייו נדפסו בספר "זכור לדוד" ע"י בן אחיו

אין זכור לדוד ווערט ער נישט באטיטעלט הגאון
לעצט פארראכטן דורך ישראל אברהם אום מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

פון זכור לדוד
scan0001.png
scan0001.png (216.79 KiB) געזען 2708 מאל
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

WOW טענקס! איטס רילי גוד! די ספר זכור לדוד איז ממש מורא'דיג...
ווייסט איינער א סיבה פ"וו ער האט נשט חתונה געהאט?
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

ישראל אברהם האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:בעזהי"ת
היינטיגער טאג איז געפאלען דער יארצייט פון הרב הגאון מוהר"ר ר' דוד'ל פרענקל זצ"ל בן מוהר"ר הגה"ח ר' יששכר דוב פרנקל זצ"ל
תולדות חייו נדפסו בספר "זכור לדוד" ע"י בן אחיו

אין זכור לדוד ווערט ער נישט באטיטעלט הגאון

האסט א פראבלעם?
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

דאס איבערגעדרוקטע ספר

א איטערסאנטע הוראה ברענגט ער פונעם חזו"א, אז א מוכר ספרים איז אריין צי איהם פרעגן צי ער מעג פארקויפן די ספרים פונעם ראי"ה, די חזו"א האט איהם געזאגט אז די ספרי הלכה מעג ער פארקויפן, אבער די ספרי השקפה טאר ער נישט.

עס איז אינטערסאנט, ווייל איינס פון די עיקר פראבלעמן וואס דער חזו"א האט געהאט מיטן ראי"ה איז דאך געווען די היתר מכירה, און דאס איז דאך הלכה.
אטעטשמענטס
1207479.jpg
1207479.jpg (19.79 KiB) געזען 2657 מאל
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

לחם לשובע האט געשריבן:
ישראל אברהם האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:בעזהי"ת
היינטיגער טאג איז געפאלען דער יארצייט פון הרב הגאון מוהר"ר ר' דוד'ל פרענקל זצ"ל בן מוהר"ר הגה"ח ר' יששכר דוב פרנקל זצ"ל
תולדות חייו נדפסו בספר "זכור לדוד" ע"י בן אחיו

אין זכור לדוד ווערט ער נישט באטיטעלט הגאון

האסט א פראבלעם?

איך האב
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

[b][/b]
לחם לשובע האט געשריבן:דאס איבערגעדרוקטע ספר

א איטערסאנטע הוראה ברענגט ער פונעם חזו"א, אז א מוכר ספרים איז אריין צי איהם פרעגן צי ער מעג פארקויפן די ספרים פונעם ראי"ה, די חזו"א האט איהם געזאגט אז די ספרי הלכה מעג ער פארקויפן, אבער די ספרי השקפה טאר ער נישט.

עס איז אינטערסאנט, ווייל איינס פון די עיקר פראבלעמן וואס דער חזו"א האט געהאט מיטן ראי"ה איז דאך געווען די היתר מכירה, און דאס איז דאך הלכה.


אינטערסאנט ווייל לויט דעם שמעוס וואס איז לעצטנס נספרתם גווארען ע"י אחד מתלמדי החזו"א איז זייער שארף צי טיילן צווישן השקפה אין הלכה ???
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

לחם לשובע האט געשריבן:
ישראל אברהם האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:בעזהי"ת
היינטיגער טאג איז געפאלען דער יארצייט פון הרב הגאון מוהר"ר ר' דוד'ל פרענקל זצ"ל בן מוהר"ר הגה"ח ר' יששכר דוב פרנקל זצ"ל
תולדות חייו נדפסו בספר "זכור לדוד" ע"י בן אחיו

אין זכור לדוד ווערט ער נישט באטיטעלט הגאון

האסט א פראבלעם?

מִדְּבַר שֶׁקֶר תִּרְחָק
מחאה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am
לאקאציע: תל אביב ד'אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחאה »

ישראל אברהם האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
ישראל אברהם האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:בעזהי"ת
היינטיגער טאג איז געפאלען דער יארצייט פון הרב הגאון מוהר"ר ר' דוד'ל פרענקל זצ"ל בן מוהר"ר הגה"ח ר' יששכר דוב פרנקל זצ"ל
תולדות חייו נדפסו בספר "זכור לדוד" ע"י בן אחיו

אין זכור לדוד ווערט ער נישט באטיטעלט הגאון

האסט א פראבלעם?

מִדְּבַר שֶׁקֶר תִּרְחָק

דאס איז דיין פראבלעם?
צדיקים האבן געזאגט אז הוכח תוכיח דרש'נט מען אזויווי המול ימול, פונקט ווי א מוהל קען נאר זיין אזא איינער וואס איז אליינס גע'מל'ט אזוי אויך קען א מוכיח זיין נאר אזא איינער וואס איז אליינס גע'מוסר'ט. (און דאס איז נוגע אויך פאר דער וואס מוסר'ט די מוכיח...)
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

פון אוצר פורום
איינער האט אפשר געזען דעם ספר אני לדודי? ווער איז דער מחבר?
Re: בשורת ספרים חדשים
ו' מאי 30, 2014 5:37 pm

רבן של כל בני הגולה - הגר"ח מבריסק - הרב מלר.

אני לדודי - על ר' דוד פרנקל תלמיד החזו"א.

הערות הגריש"א על הש"ס - הוצאה חדשה.

משנ"ב הקצר - עוז והדר - הל' שבת.

דרך האתרים - האינטרנט בראי ההלכה.
לעצט פארראכטן דורך shalsheles אום מיטוואך יאנואר 16, 2019 4:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

ישראל אברהם האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
ישראל אברהם האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:בעזהי"ת
היינטיגער טאג איז געפאלען דער יארצייט פון הרב הגאון מוהר"ר ר' דוד'ל פרענקל זצ"ל בן מוהר"ר הגה"ח ר' יששכר דוב פרנקל זצ"ל
תולדות חייו נדפסו בספר "זכור לדוד" ע"י בן אחיו

אין זכור לדוד ווערט ער נישט באטיטעלט הגאון

האסט א פראבלעם?

מִדְּבַר שֶׁקֶר תִּרְחָק

א חברותא פונעם חזו"א מעג נישט באטיטעלט ווערן מיטן זעלבען טיטעל פון יעדע בנש"ק וכדומה?
אוועטאר
ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 5:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אברהם »

מתון מתון
איך האב גערעדט וועגען זיין טאטע "הגה"ח" ר' יששכר דוב פרנקל זצ"ל
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: ר' דוד'ל פרענקל זצ"ל - איש אמונם של גדולי הדור זי"ע - ז' שבט תשנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

זיין טאטע ר' בערל איז געווען א זון פון ר' יצחק. דער ר' יצחק האט געהאט א ברכה פון צאנזער רב אויף אריכות ימים, איינמאל איז אריין זיין ווייב צום שינאווער רב און זיך אפגערעדט אז איר מאן האט א ברכה אויף אריכות ימים און וואס איז מיט איר האט איר שינאווער רב געזאגט דו וועסט אים נאך איבערלעבן. וכך הוה זי איז אוועק 1 טאג נאך אים בשנת תשט''ו
הרב הגאון
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 02, 2023 5:20 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב הגאון »

מחאה האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 14, 2019 3:04 pm
WOW טענקס! איטס רילי גוד! די ספר זכור לדוד איז ממש מורא'דיג...
ווייסט איינער א סיבה פ"וו ער האט נשט חתונה געהאט?
וייל ער האט געדארפט א וייב וואס גרייט צו חתונה האבען מיט איהם.......
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”