רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- סעלפאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 533
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
- לאקאציע: אין טאש
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
פילטער בלאקט
וואס זעהט מען דארט?
וואס זעהט מען דארט?
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
ווייסט איינער ווי די מקור צו די פסוק "חי חי יודך וישבוחך" פון די ניגון לאמיר מאכן א בייט ? לכאורה פון ישעי' לח יט אבער דארט איז נוסח: חַי חַי הוּא יוֹדֶךָ, כָּמוֹנִי הַיּוֹם; אָב לְבָנִים, יוֹדִיעַ אֶל-אֲמִתֶּךָ. איך וועל מכיר טובה זיין פאר ווער עס וועט מיר ברענגן א ידיעה איבער די נושא.
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
אינעם בית החיים אין ווארשא א מציבה פון תר"ע
[align=center]נכדת של הרב הצדיק ר' יצחק לוי זצל"ל
מבערדיטשב
האשה הצנועה החשובה
וי"ד הישרה במעש...
צדקה וחסד, רדפה כל ...
בדרך הישר הדריכה ...
מרת ברכה ב"ר אנ[טשיל]
וואהל
אשת ר' מרדכי
דאטאצנער[/align]
https://cemetery.jewish.org.pl/id_29866/info/
[align=center]נכדת של הרב הצדיק ר' יצחק לוי זצל"ל
מבערדיטשב
האשה הצנועה החשובה
וי"ד הישרה במעש...
צדקה וחסד, רדפה כל ...
בדרך הישר הדריכה ...
מרת ברכה ב"ר אנ[טשיל]
וואהל
אשת ר' מרדכי
דאטאצנער[/align]
https://cemetery.jewish.org.pl/id_29866/info/
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
איז באקאנט וויאזוי זי איז געווען אן אייניקל?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
מה ידידות האט געשריבן:איז באקאנט וויאזוי זי איז געווען אן אייניקל?
ניין
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
כ"א אייר תרס"ד איז אין שטאט ארהיוב נפטר געווארן הרב ר' דוב בעריש אן אייניקל פונעם בארדיטשובער רב זצ"ל אין עלטער פון זיבעציג יאר.
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
אינעם צייטונג הצפירה ז' שבט תרמ"ז ווערט באריכטעט איבער די פטירה פון רבי יחזקאל איידעם פון הרב ר' לוי יצחק ז"ל וועלכער איז נפטר געווארן אינעם עלטער פון 98 יאר.
דאס איז ווארשיינליך רבי יחזקאל הכהן לאנדא, איידעם פון רבי מאיר זון פונעם בארדיטשובער רבי, און אייניקל פונעם נודע ביהודה. לויט די סענסוס איז ער געבוירן בשנת תקנ"ו, און לפי זה איז ער געווען ביי זיי פטירה 91 יאר. (ער איז בכל אופן געבוירן נאך די פטירה פונעם נו"ב י"ז אייר תקנ"ג).
דאס איז ווארשיינליך רבי יחזקאל הכהן לאנדא, איידעם פון רבי מאיר זון פונעם בארדיטשובער רבי, און אייניקל פונעם נודע ביהודה. לויט די סענסוס איז ער געבוירן בשנת תקנ"ו, און לפי זה איז ער געווען ביי זיי פטירה 91 יאר. (ער איז בכל אופן געבוירן נאך די פטירה פונעם נו"ב י"ז אייר תקנ"ג).
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
רבי יחזקאל הכהן אדער רבי יחזקאל הלוי?
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
א חסיד האט געשריבן:רבי יחזקאל הכהן אדער רבי יחזקאל הלוי?
רבי יחזקאל הכהן לאנדא
בן רבי אהרן הכהן לאנדא מיאמפאלי
בזיוו"ש חתן רבי יעקבקא הלוי לאנדא
בן רבי יחזקאל הלוי לאנדא בעל נו"ב
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
נחוניא האט געשריבן:כ"א אייר תרס"ד איז אין שטאט ארהיוב נפטר געווארן הרב ר' דוב בעריש אן אייניקל פונעם בארדיטשובער רב זצ"ל אין עלטער פון זיבעציג יאר.
אינטרעסאנט ווער איז עס? דער טאטע פון ר' משולם זוסיא דערבארעמדיגער מאורהייב האט געהייסן ר' דוב בער (בחאטין, ב"ר זאב וואלף מחאטין, ב"ר דוב בער בן הקדו"ל) אבער ער איז געבוירן תרע"ז בערך, אויב אזוי עס שטימט נישט.
ס'איז געווען אנאנדערער ר' דוב בער וואלף דערבארעמדיער וואס איז טאקע געבוירן תקצ"ד בערך (ב"ר אורי יוסף ב"ר זאב וואלף מחאטין הנ"ל) אבער יענער האט געלעבט און אוועק אין טיקעשפאלי. ??
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
צדיקים האבן געזאגט אז בלויז דערמאנען דעם נאמען פון די שטאט "בארדיטשוב" איז שוין מסוגל אויף רחמים.
איז דאך אודאי פאסיג אין די יעצטיגע טעג ווען יעדער וויל זוכה זיין צו א גמר חתומה טובה צו ארומרעדן מעשוית פון די הייליגע צדיק דער סניגורן של ישראל.
איז דאך אודאי פאסיג אין די יעצטיגע טעג ווען יעדער וויל זוכה זיין צו א גמר חתומה טובה צו ארומרעדן מעשוית פון די הייליגע צדיק דער סניגורן של ישראל.
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
אליין טוהן אין הכנסת אורחים
דער הייליגער בארדיטשובער רב זצ"ל (הקדושת לוי) ווען עס איז אנגעקומען געסט צו זיין שווער און מען האט געדארפט האבין בעטן צו שלאפין איז ער ארויס געגאנגען צום מארק און געקויפט בינטלעך שטרוי אז די געסט זאלין האבן ווי צו שלאפין, פאר גרויס ליבשאפט צו די מצות הכנסת אורחים האט ער אליין אהיימגעברענגט די בינטלעך שטרוי.
ווען זיין שווער האט געזעהן אז ער שלעפט זיך אליין מיט די בינטלעך האט ער אים געפרעגט פארוואס שלפעסט דו אליין די בינטלעך קענסט דען נישט באצאלען , פאר א גוי א ביסל געלט און ער זאל עס דיר א היימברענגין ?
ענטפערט דער בארדיטשובער היתכן ! מכבד זיין א גוי צו האבין א חלק אין די מצוה פון הכנסת אורחים און אים באצאהלן.
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
פארוואס איז דער בארדיטשובער רב געקומען שפעהט צו סליחות
איינמאהל ערב ראש השנה פארטאגס ווען דער גאנצער עולם איז שוין געוועהן אין בית המדרש צו זאגין סליחות און זיי האבין אלע געווארט אויף דעם בארדיטשובער ער זאל זאגין סליחות פאר דעם עמוד יעדער ווואונדערט און יעדער פרעגט "ווי איז דער רבי" ווי איז דער רבי?
פלוצלונג קומט דער בארדיטשובער אריין מיט א פלאש בראנפין אין די האנט,, און גייט צו צום עמוד און זאגט סליחות אזוי ווי געוועהנליך , מיט א גרויס ברען (התלהבות), ס'איז פאר יעדען געוועהן א וואונדער פארוואס דער בארדיטשובער האט געשפעטיגט, און א וודאי פארוואס האט ער געהאט א פלאש בראנפין אין די האנד?
נאכדעם דאווענען האט דער בארדיטשובער געזאגט פאר די חסידים עס זאל אייך נישט זיין קיין וואונדער ווי איך בין געוועהן פאר סליחות- איך האב געזעהן אז דער שטן גרייט זיך צו רעדין שלעכטס אויף די יודען האב איך געטראכט אן עצה. איך בין געגאנגען אויפגעוועקט עטליכע יודען פאר סליחות און זיי געפרעגט צו זיי ווילן טרונקען בראנפין האבין זיי מיר געזאגט "רבי פאר'ן דאווענען פאר סליחות"? חס וחלילה".
נאכדעם בין איך געגאנגען אין מארק פלאץ ווי עס זענען געשלאפען להבדיל גוים און איך בין צוגעגאנגען צו א גוי און אים אויפגעוועקט און געפרעגט צו ער וויל טרונקען בראנפין האט ער באלד געזאגט גיב מיר, און ער האט געטרונקען. אזוי איז געוועהן ביי עטליכע גוים , אלע האבין באלד געטרונקען אהן זיך אפגיסען נעגל וואסער, און אהן זאגען "מודה אני" האט דער בארדיטשובער געזאגט אז יעצט האב איך שוין געהאט א גרויסען לימוד זכות אויף יודען, אז די ערשטע זאך אינדערפרי געדענקען זיי צו דאווענען און צו דינען השם יתברך.
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
וואס זוכט דער רבי
דער גרויסער "מליץ יושר של ישראל" רבי לוי יצחק בארדיטשיעווער האט אמאל ערב יום כפור פארנאכט , בעת דער גאנצער עולם איז שוין געווען פערזאמלט אין בית מדרש צו כל נדרי גענומען א ליכט און אנגעהויבען זוכן אונטער די בענק.וואס זוכט איהר רבי? פרעגט מען אים .
ענטפערט רבי לוי יצחק איך זוך א שיכור'ן איד און איך קען אים בשום אופן נישט געפונען .
און תיכף שטעלט ער זיך אוועק און הייבט אן אויף זיין שטייגער זיך אויסטענה'ען מיטען רבונו של עולם, זעהסט רבונו של עולם וואס פאר א טייער פאלק דיינע אידן זענען דו האסט זיי געהייסען אז זיי זאלען עסען און טרונקען ערב יום כפור און האסט נאך צוגעזאגט "כל האוכל ושותה בתשיעי" אז ווער עס עסט און טרונקט ערב יום כפור איז עס פונקט ווי ער וואלט געווען געפאסט , ווען די אומות העולם וואלטן געהאט אזא טאג וויפיל פון זיי וואלטן יעצט געלעגען טויט שכור וויפיל וואלטען זיך געוואלגערט אין בלאטע וויפיל וואלטען געוועהן צו'ממית'טע און צו'הרג'עטע ... גיב אבער א קוק אויף דיינע אידן בייטאג האבען זיי מקיים געווען דיין מצוה געגעסען געטרונקען און געפראוועט יום טוב'דיגע סעודות און יעצט עס איז נאך צייט ביז עס ווערט נאכט זענען זיי אלע שוין דא אין בית מדרש קיינער איז נישט שכור קיינער שלאפט נישט אלע שטייען אויף די פיס גערייניגטע געהייליגטע מוכן ומזומן מקבל צו זיין אויף זיך אלע עינויים פון יום הקדוש, זיך מתודה זיין פאר דיר און תשובה צו טוהן מיט'ן גאנצען הארצן! רבונו של עולם צו פארדינען זיי דען נישט דערמיט אליין אז דו זאלסט זיי מוחל זיין אלע זייערע עבירות און זיי אנ'חתמ'ענען לחיים טובים, מיט א שנת ברכה והצלחה מיט כל טוב און א שנת גאולה וישועה.
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
לאמיר מאכען א בייט
אין די שטאט בארדיטשוב איז געווען א מענטש וואס האט אנגעהויבן צו ווערן א מעקלער, און ס'איז אים איינגעפאלן אז אויב די צוויי שיך סטאר'ס פון שטאט וואלטן געטוישט זייער פלאץ וואלטן זיי בייידע הנאה געהאט און פארדינט מער געלט. אבער אזוי ווי ער איז נאך נישט געווען א גרויסע מעקלער, און ער האט מורא געהאט אז די מענטשן וועלן נישט צוהערן וואס ער זאגט, איז ער געגאנגען צו ר' ברוך וואס איז געווען א גרויסע מעקלער אז ער זאל זיי זאגן די עצה, אבער ר' ברוך זאל אים אויך געבן א חלק פון די געלט וואס ער וועט פארדינען. ר' ברוך האט געזען אז ס'איז א גוטע פלאן און ער האט צוגעזאגט פאר דעם מעקלער אז ער וועט אים געבן א חלק פון די געלט. אבער צום סוף האט ר' ברוך טאקע פארדינט זייער אסאך געלט פון די מעקלעריי אבער ער האט גארנישט געוואלט געבן פאר די אנדערע מעקלער. דער נייער מעקלער איז געלאפן צום בארדיטשוב'ער רב און ער האט געוויינט אז ר' ברוך וויל אים גארנישט געבן. דער בארדיטשוב'ער רב האט גערופן ר' ברוך און האט אים געהייסן אז ער זאל באצאלן די געלט, אבער ער האט זיך אויסגעלאכט. האט דער בארדיטשוב'ער רב אנגעהויבן צו זאגן: די זאלסט וויסן אז איך בין אויך א מעקלער צווישן השי"ת און די יודן, איינמאל בין איך ארויף אין הימל און איך האב געזען דריי זאכן וואס ס'דא דארט אבער מען דארף עס נישט, דארט אויבן אין הימל און דאס איז: מחילה, סליחה, כפרה, און איך האב געזען דריי זאכן וואס די יודן דארפן נישט און דאס איז: חטאים, עוונות, פשעים, האב איך געפרעגט פון השי"ת אויב ער קען באשטיין צו געבן זיינע דריי זאכן און די יודן וועלן געבן זייערע דריי זאכן און השי"ת האט מסכים געווען. אבער ווען איך בין געגאנגען פרעגן די יודן אויב זיי זענען מסכים האבן זיי נישט געוואלט. אבער איך האב געזען נאך דריי זאכן דארט אויבן און דאס איז בני, חיי, ומזוני. און השי"ת מיט די יודן האבן מסכים געווען אז די יודן געבן זייערע חטאים, עוונות, פשעים, און השי"ת געבט זיי מחילה, סליחה, כפרה, און אויך געבט ער זיי בני, חיי, ומזוני. אבער השי"ת האט מיר געזאגט אז ווייל איך בין געווען די מעקלער וועל איך מעגן געבן די בני, חיי, ומזוני פאר וועמען איך וויל. און איך ווארן דיך יעצט אז די זאלסט שוין געבן די געלט, דער ר' ברוך האט נישט געגלייבט וואס דער הייליגער בארדיטשוב'ער רב האט געזאגט און ער איז ארויס געלאפן און זיך אויסגעלאכט. אבער ווען ער איז אהיים געקומען האט ער אנגעהויבן זייער נישט גוט צו פילן און ער האט געפילט ווי ער גייט שוין.... האט ער שנעל געשיקט זיין ווייב זאל נעמען די געלט צום בארדיטשוב'ער רב און אים איבערבעטן. דער בארדיטשוב'ער רב האט געזאגט פאר זיין ווייב אז יעצט וועט ער שוין גוט פילן. און אלע מענטשן האבן געזען אז דער בייט וואס דער בארדיטשוב'ער רב האט געמאכט איז טאקע אמת זי"ע.
-
- שר האלף
- תגובות: 1392
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 28, 2021 10:33 am
- לאקאציע: אין כולל - [email protected]
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
Ban Mazel האט געשריבן:
מורא'דיג!!!
ריזן שכוח!!!
זייטיגע נאטיץ
איך האב שוין נישט קיין צייט צו זיין אזוי אפט אויף אייוועלט. אפשר וועל איך עס נאך אמאל באקומען.
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
דער סנגורן של ישראל הרה"ק מבארדיטשוב זצ”ל איז אמאל אריינגעקומען אין א ביהמ"ד און געהערט ווי א בעל דרשן שטראפט דעם עולם מיט שארפע מוסר רייד און זידעלט אן די צוהערער, האט זיך דער צדיק אנגערופן, "רבוש"ע, די צרות רעדן ארויס פון אים, דאס דחקות צווינגט אים אזוי צו רעדן, גיב אים די פּאר רובל חתונה צו מאכן זיין קינד, וועט ער אויפהערן מקטרג זיין אויף אידישע קינדער"...
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
דער צדיק הרה"ק ר' לוי יצחק פון בארדיטשוב זצ"ל איז אמאל געגאנגען אין תשעה באב צוזאם קלויבן געלט פאר א דבר צדקה, האט ער אנגעטראפן א גרופּע ליידיגייער וועלכע זיצן און עסן א פליישיגע סעודה אין דעם פאסט טאג, האט ער זיך אנגערופן, "אויב עסט איר איצט אויף די עופות, פון וואו וועט איר נעמען כפּרות אויף יום כיפּור?"
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
עס ווערט דערציילט אז דער קדושת לוי פלעגט ראש השנה פארן דאווענען זאגן, דבר אל בני ישראל אמור להם וכו' און אויסגעפירט, "דבר, צו וועמען רעדסטו? אמור, צו וועמן זאגסטו? צו וועמן גיבסטו. כה תברכו וועמען הייסטו בענטשען? אלעס נאר די אידישע קינדער, פרעג איך דיר באשעפער דו פארמאגסט אויך כשדים און ישמעאלים טא פארוואס גייסטו נישט צו זיי אלא מאי איז געדרינגן זיין אז חביבין ישראל שנקראו בנים למקום", און אזוי האט ער אנגעהויבן שמונה עשרה...
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
איינמאהל איז דער בארדיטשובער רב זי"ע נאך שמונה עשרה צוגעגאנגען צו פיל מענטשען וואס האבען מיט געדאווענט און זיי געגעבען שלום. ווען זיי האבען זיך אלע געוואונדערט פארוואס ער גיבט זיי שלום.
האט ער זיי געזאגט איר זאלט אייך נישט וואונדערען, איר אלע מענטשען זענט ביי די שמונה עשרה נישט געוועהן דא מיט אייערע געדאנקען נאר האבען ארום געשוועבט אויף די יריד'ן און פרעמדע שטעדט און נאך שמונה עשרה ביי דעם אויסגיין און צוריקטרעטין האבען זייערע געדאנקען אויפגעהערט צו טראכטען פון יענע ווייטע ערטער און זענען צוריק אהער געקומען דעריבער קומט אייך א אמת'ען שלום עליכם ....
האט ער זיי געזאגט איר זאלט אייך נישט וואונדערען, איר אלע מענטשען זענט ביי די שמונה עשרה נישט געוועהן דא מיט אייערע געדאנקען נאר האבען ארום געשוועבט אויף די יריד'ן און פרעמדע שטעדט און נאך שמונה עשרה ביי דעם אויסגיין און צוריקטרעטין האבען זייערע געדאנקען אויפגעהערט צו טראכטען פון יענע ווייטע ערטער און זענען צוריק אהער געקומען דעריבער קומט אייך א אמת'ען שלום עליכם ....
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
א ברען צו א מצוה
ס'איז באקאנט אז דער הייליגער בארדיטשובער רב (בעל מחבר ספר קדושת לוי), האט נישט געקענט שלאפן די ערשטע נאכט סוכות, צוליב דעם גרויסן חשק צו מקיים זיין מצוה פון נטילת לולב.
ער האט קוים געווארט אז ס'זאל שוין ווערן טאג, ער זאל שוין קענען מקיים זיין די מצוה פון נטילת לולב, תיכף ווען ס'איז נאר געווארן טאג, פלעגט ער גלייך לויפן נעמען דעם אתרוג, און לולב, און מיט א הייליגע ברען געמאכט די ברכה.
איין יאר גלייך ווען ס'איז געווארן טאג איז ער שנעל געלאפן נעמען דעם אתרוג און לולב, וואס זענען געווען אין א גלאזענע שאנק, מיט א ברען האט ער געכאפט דעם אתרוג, און האט ניטאמאל באמערקט אז די גלאז פון שאנק האט זיך צובראכן, און זיין האנט האט זיך צעשניטן, און געווארן בלוטיג, ווייל ער איז געווען אזוי פארטראכט, אין די מצוה פון אתרוג, און האט גארנישט געשפירט.
יענע יאר וואס דער הייליגער בארדיטשובער רב איז נפטר געווארן, האט ער מוצאי יום כיפור געזאגט פאר זיינע נאנטע, אז באמת וואלט ער שוין היינט געדארפט נפטר ווערן, אבער אזוי ווי עס קומען יעצט אזעלכע צוויי שיינע מצות, די מצוה פון סוכה און די מצוה פון אתרוג, האב איך אויסגעבעטן ביי הקב"ה, אז איך זאל נאך בלייבן לעבן ביז נאך סוכות.
און טאקע גלייך נאך סוכות, אסרו חג, איז דער רבי קראנק געווארן און דעם אנדערן טאג איז דער רבי נפטר געווארן,
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
Re: רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זצ"ל - כ"ה תשרי שנת תק"ע
מי כעמך ישראל
דער הייליגער בארדישטובער האט ערב פסח געבעטן א איד, ער זאל איהם פארשאפן טאביק, וואס די רעגירונג לאזט נישט האבן, און דער איד האט איהם ביז אפאר מינוט געברענגט, האט ער איהם געבעטן יעצט פארשאף מיר אביסל חמץ פון א אידישע שטוב, האט דער איד געזאגט אז עס איז נישט מעגליך, ער וועט אין ערגעץ נישט טרעפן, האט דער בארדיטשובער געזאגט, רבונו של עולם מי כעמך ישראל, די רעגירונג האט געשטעלט שומרים און פאליציי און דאך האט מען זיך נישט צוריק געהאלטן פון אריינשמאגלען, און דו האסט נאר געשריבן אין דיין תורה "לא יראה לך חמץ" און קיינער האט נישט קיין חמץ.

פראסטע מענטשן אין זיין סוכה:
דער "קדושת לוי" פון בארדיטשוב זי"ע פלעגט שטענדיג נאכגיין און אויפזוכען אפילו גאר פראסטע געסט אריין צו נעמען אין די סוכה. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער ברענגט אריין אזוינע פראסטע מענטשן, וואס עס פאסט נישט פאר די סוכה, האט ער געענטפערט: "ווען משיח וועט קומען, און מען וועט אריינזעצן די צדיקים אין די סוכה פון דער הויט פון דעם לויתן, וועל איך זיך אויך צושטיפן. דאן וועט מען מיר זיכער פרעגן וואס איך - אזא פראסטער מענטש - וויל אריין גיין אין די סוכה"? וועל איך ענטפערן דערויף א גוטע תשובה: "אין מיין סוכה האב איך אויך אריין גענומען ארימעלייט פראסטע מענטשן"!

איזהו חכם המכיר את מקומו
אין א שטעטל נאנט צו ברדיטשוב האט געוואוינט א איד וואס האט געהייסן ר' מענדל, דער ר' מענדל האט פארמאגט א גאסט-הויז וואו אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זענען געווען אויפן וועג צום סנגורן של ישראל דער הייליגער בארדיטשוב רב זי"ע פלעגן דארט איינשטיין און איבער נעכטיגן.
ויהי היום דער ר' מענדל האט אנגעפאנגן האבן מחשבות אז ס'איז גענוג, ס'איז שוין צייט אז ער זאל זיך אליין זעצן לערנען, די מחשבות האבן זיך אנגעפאנגן גאנץ פשוט אבער ס'האט נישט לאנג גענומען און ר' מענדל האט געלאזט רופן זיין זוהן יושע און אים מכבד געווען איבער צו נעמען דעם גאסט-הויז ווייל ער פלאַנט אין די נאנטע טעג צו פארן צום הייליגן בארדיטשובער און ווערן פון די דערהויבענע תלמידים.
געזאגט און געטוען, דאס יונגע יושע איז געווען גאר א געלונגענער און האט זיך גלייך גענומען צום ארבעט, און פון א קליין אלטע גאסט-הויז איז עס געווארן א ברייט באניצטע גאסט-הויז וואו גאר אסאך נישט אידישע רייכע לייט האבן זיך אנגעפאנגן דרייען און צוביסלעך האבן די חסידים אויפגעהערט דארט איינשטיין און דאס פלאץ איז פארוואנדעלט געווארן צו א קרעטשמע סארט גאסט-הויז.
איין טאג נאכן לערנען האט הרה"ק מברדיטשוב זי"ע צוגערופן ר' מענדל און געזאגט: די משנה לערנט אונז 'איזהו חכם המכיר את מקומו' צומאל מיינט דער מענטש אז די ריכטיגע פלאץ אונזערע איז אויף עפעס אַן אנדערע פלאץ פון וואו מיר זענען, און אויך איר האט געטראכט אז קומען דא און ווערן פון די תלמידים איז אייער ריכטיגע פלאץ אבער דאס אמת איז נישט אזוי, ר' מענדל איר האט געהאט א גאסט-הויז וואו אידן זענען געקומען און געגאנען, איר האט כסדר געהערט דאס אנגעלייגטע הארץ פון אידישע קינדער וואס זענען געווען אויפן וועג אהער, און דערנאך די פרייליכע הערצער ווען די אידן זענען געווען אויפן וועג אהיים, אבער איר האט נישט אַנערקענט דאס גרויסקייט פון 'הערן און דערהערן' דאס געפילן פון אידישע קינדער, וויסן זאלט איר אז ס'איז נישט פארהאן עפעס מער חשוב פון זיין און געבן א אוזן קשבת פאר די קינדערלעך פון אבינו שבשמים, ר' מענדל ס'איז צייט איר זאלט צוריק פאָרן צום שטעטל און צוריק שטעלן דעם גאסט-הויז און ממשיך זיין מיט די הייליגע עבודה אייערע, דארט איז אייער פלאץ!