רבניש האט געשריבן:ער איז א תלמיד פון פאפא רב ״ויחי יוסף״ זצ״ל אויך, דענק איך נישט פונקטליך אבער איין זמן דאכצעמיר
---
דעת האקט
פארענטפערט
א יאר צייט, פון אדר תש"ג ביז נאך פורים תש"ד.
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
דעת יחידאה האט געשריבן:
ווען ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, פלעגט ער יא גיין גאנץ אסאך קיין סאטמאר. חסידים געדענקן אז ער פלעגט רעדן מיט סאטמארער רב צומאל גאנצע שעה'ן ביינאכט. ער האט זיך אויסגעדרוקט אמאל ברבים: "נישטא קיין ענין אין אידישקייט וואס איך האב מיר נישט אדורכגערעדט מיטן סאטמארער רב."
אויב האט ער גערעדט מיט איינעם וואס איז נאנט געווען מיט אים, ווען ער האט געזאגט סתם די "רב ז"ל" האט ער געמיינט סאטמארער רב.
למרבית הפלא, האט ער אויך געהאט א זייער ענליכע הערצה צום קלויזענבורגער רב ז"ל.
דעת יחידאה האט געשריבן:צוויי אינטערסאנטע מעשיות וואס דער פאלטישאנער רב, רבי מרדכי שטיין (וואס בדרך אגב הייסט נאכען זעלבען זיידען, דער טשערנאבילער מגיד - ווען מען האט אמאל ערנסט גערעדט איינע פון די טעכטער פאר ר' מאטל שטיין זוהן, האט ער געזאגט: איך וואלט מיר שטארק געוואלט משדך מיט רבי ישראל אברהם, אבער די נעמען, די נעמען! צום סוף האט ער זיך נאם משדך געווען מיט אים איינמאל בחייו פון רי"א, ר' ישראל ברפ"ש איז אן איידעם ביי ר' מאטל, און די חתונה איז געווען תשמ"ט), האט פארציילט אין ישיבה אין גיבערס ווען ער איז געווען דארט אויף שבת:
- שבת נשא תשכ"ז, איז דער רבי ז"ל געווען אין מאנטריאל. שבת האט שוין יעדער גערעשט מיט די אפענע 'ניסים' וואס מען האט געזעהן ביי די 6 טאג מלחמה. ביי של"ש האט דער רבי געזאגט אז ח"ו, מען טאר נישט זאגען אז ניסים געשעהן דורך רשעים, וכו'. ווי נאר שבת איז ארויס, איז אנגעקומען די נייעס פון א"י אז דער הייליגער אמרי חיים האט געזינגען חסדי ה', און געזאגט אז עס איז ניסים מן השמים, א.א.וו.
מוצאי שבת, האט דער רבי ז"ל אנגערופען דעם פאלטיטשאנער רב (וועם ער האט גערופען זיין 'ידיד נאמן' און איינע פון די איינציגסטע רבנים (בנוסף צו סאטמערער רב און קלויזענבורגער רב) וועם ער האט מספיד געווען ברבים)
דריידל האט געשריבן:דעת יחידאה האט געשריבן:צוויי אינטערסאנטע מעשיות וואס דער פאלטישאנער רב, רבי מרדכי שטיין (וואס בדרך אגב הייסט נאכען זעלבען זיידען, דער טשערנאבילער מגיד - ווען מען האט אמאל ערנסט גערעדט איינע פון די טעכטער פאר ר' מאטל שטיין זוהן, האט ער געזאגט: איך וואלט מיר שטארק געוואלט משדך מיט רבי ישראל אברהם, אבער די נעמען, די נעמען! צום סוף האט ער זיך נאם משדך געווען מיט אים איינמאל בחייו פון רי"א, ר' ישראל ברפ"ש איז אן איידעם ביי ר' מאטל, און די חתונה איז געווען תשמ"ט), האט פארציילט אין ישיבה אין גיבערס ווען ער איז געווען דארט אויף שבת:
- שבת נשא תשכ"ז, איז דער רבי ז"ל געווען אין מאנטריאל. שבת האט שוין יעדער גערעשט מיט די אפענע 'ניסים' וואס מען האט געזעהן ביי די 6 טאג מלחמה. ביי של"ש האט דער רבי געזאגט אז ח"ו, מען טאר נישט זאגען אז ניסים געשעהן דורך רשעים, וכו'. ווי נאר שבת איז ארויס, איז אנגעקומען די נייעס פון א"י אז דער הייליגער אמרי חיים האט געזינגען חסדי ה', און געזאגט אז עס איז ניסים מן השמים, א.א.וו.
מוצאי שבת, האט דער רבי ז"ל אנגערופען דעם פאלטיטשאנער רב (וועם ער האט גערופען זיין 'ידיד נאמן' און איינע פון די איינציגסטע רבנים (בנוסף צו סאטמערער רב און קלויזענבורגער רב) וועם ער האט מספיד געווען ברבים)
כ'האב געזעהן א הספד אויך אויף פאפא רב ז"ל געדריקט אין זיין ספר (דאכציכמיר ס'הייסט דברי תורה)
דריידל האט געשריבן:וויזניצע רבי האט געהאט אסאך חומרות. עטליכע ווייס איך אבער איך בין זיכער ס'געווען נאך
א. נישט געלאזט ריפן הצלה שבת נאר פאר פיקוח נפש ממש. טאמער האט מען געריפן הצלה, האט מען געדארפט גיבן א סכום געלט פאר צדקה. אזוי וועט א מענטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן ריפן טאמער ס'איז טאקע פיקוח נפש.
ב. נישט געפארן אין א קאר חול המועד
ג. ביי חתונות האט מען געגעבן "דעזירט" (נאכשפייז) הערשט נאכן בענטשן צוליב ספק ברכה
ד. אין וויזניץ ביי שלוש סעודות גיט מען גאר קליינע בילקעלעך, כדי ס'זאל נישט בלייבן קיין שיעור כזית וואס מ'ווארפט אוועק
ישראל_הלוי האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:ער איז א תלמיד פון פאפא רב ״ויחי יוסף״ זצ״ל אויך, דענק איך נישט פונקטליך אבער איין זמן דאכצעמיר
---
דעת האקט
פארענטפערט
א יאר צייט, פון אדר תש"ג ביז נאך פורים תש"ד.
רבניש האט געשריבן:ישראל_הלוי האט געשריבן:רבניש האט געשריבן:ער איז א תלמיד פון פאפא רב ״ויחי יוסף״ זצ״ל אויך, דענק איך נישט פונקטליך אבער איין זמן דאכצעמיר
---
דעת האקט
פארענטפערט
א יאר צייט, פון אדר תש"ג ביז נאך פורים תש"ד.
האט ער געלערנט אין פאפא צוליב די מלחמה וואס רוב ישיבות זענען שוין געווען פארמאכט? די דאטומס שטימען עפעס אזוי.
דריידל האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט אז ביי שלוש סעודות האט מען איינגעברענגט ליכט הערשט נאך רבינו תם זמן. קען איינער דאס באשטעטיגן?
דריידל האט געשריבן:וויזניצע רבי האט געהאט אסאך חומרות. עטליכע ווייס איך אבער איך בין זיכער ס'געווען נאך
א. נישט געלאזט ריפן הצלה שבת נאר פאר פיקוח נפש ממש. טאמער האט מען געריפן הצלה, האט מען געדארפט גיבן א סכום געלט פאר צדקה. אזוי וועט א מענטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן ריפן טאמער ס'איז טאקע פיקוח נפש.
ב. נישט געפארן אין א קאר חול המועד
ג. ביי חתונות האט מען געגעבן "דעזירט" (נאכשפייז) הערשט נאכן בענטשן צוליב ספק ברכה
ד. אין וויזניץ ביי שלוש סעודות גיט מען גאר קליינע בילקעלעך, כדי ס'זאל נישט בלייבן קיין שיעור כזית וואס מ'ווארפט אוועק
דיעל האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:וויזניצע רבי האט געהאט אסאך חומרות. עטליכע ווייס איך אבער איך בין זיכער ס'געווען נאך
א. נישט געלאזט ריפן הצלה שבת נאר פאר פיקוח נפש ממש. טאמער האט מען געריפן הצלה, האט מען געדארפט גיבן א סכום געלט פאר צדקה. אזוי וועט א מענטש טראכטן צוויי מאל פאר'ן ריפן טאמער ס'איז טאקע פיקוח נפש.
ב. נישט געפארן אין א קאר חול המועד
ג. ביי חתונות האט מען געגעבן "דעזירט" (נאכשפייז) הערשט נאכן בענטשן צוליב ספק ברכה
ד. אין וויזניץ ביי שלוש סעודות גיט מען גאר קליינע בילקעלעך, כדי ס'זאל נישט בלייבן קיין שיעור כזית וואס מ'ווארפט אוועק
באופן כללי איז די רבי געווען "גאר א גרויסע מיקל" ער האט נישט געקענט סובל זיין קיין חומרות. (איך האב אסאך מעשיות דערוועגן).
א. רופן הצלה ווען עס איז נישט פקוח נפש ממש איז חילול שבת רח"ל. ער האט ס"ה מעמיד געווען דת על תילה. ער האט דעמאלטס אויפגעברענגט א געדאנק פון געבן א סכום געלט ווען מען רופט הצלה שב"ק - אבער קיינמאל נישט איינגעפירט. (אגב איז דעמאלטס געווען א גרויסע הפקרות מיט רופן הצלה שב"ק)
ב. דאס איז א רעבישע זאך כמנהג אבותיו.
ג. נישט צוליב ספק ברכה - נאר צוליב דעים וואס מענטשן מאכן מיט קיין ברכה.
ד. דאס איז פשוט צו שפארן געלט משום בל תשחית.
אין ענייני כשרות המאכלים האט די רבי געהאט "אייגענע" פארשידענע חומרות. באופן כללי האט ער נישט מחמיר געווען.
פריער האט שיינער געשריבן אז די רבי האט זיך געפירט מוצאי שבת כשיטת רבינו תם. דאס איז פרשטייט זיך שטותים והבלים - אדער ווי די רבי וואלט געזאגט להד"ם. איך האב איין יאר מוצאי יום כיפור אליינס געזען - עס איז נישט געווען קיין לבנה, איז נישט געווען קיין קידוש לבנה. די רבי האט געמאכט הבדלה תיכף נאך מעריב אין די לאבי פון די נייע ביהמ"ד. די רבי האט געטרינקן די וויין 69 מינוט נאכן שקיעה.