דאס איבערפלאצונג פון חסידות על אדמת אמעריקא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג מארטש 04, 2018 11:17 pm

וויאזוי קען זיין אז איך האב קיינמאל נישט געהערט פונעם שענדישובער צדיק.

איך בין נישט קיין היסטאריקער אבער א רבי פון פארן קריג וואס האט געהאט טויזענטער חסידים און איז געווען דא אין אמעריקע וואלט איך זיכער געמעגט הערן.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג מארטש 06, 2018 11:25 pm

מצב כללי האט געשריבן:וויאזוי קען זיין אז איך האב קיינמאל נישט געהערט פונעם שענדישובער צדיק.

איך בין נישט קיין היסטאריקער אבער א רבי פון פארן קריג וואס האט געהאט טויזענטער חסידים און איז געווען דא אין אמעריקע וואלט איך זיכער געמעגט הערן.


אז די ביסט נישט קיין היסטאריקער האסטו נישט געהערט אלעס וואס איז פארגעקומען דא אין אמעריקע יארן בעפאר די קריג. עס איז געווען אסאך געשעענישן וואס איז פארגעסן געווארן און זייער זכרון איז אינטערגאנגען ברוח מדינת אמעריקע.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » מיטוואך מארטש 07, 2018 4:24 pm

מנהלים, קומט ממש נישט אריין אין דעם אשכול.
ביטע עפענען אן אשכול 'צדיקי שענדישוב על אדמת ארה"ב' אדער כעין זה. יישר כח

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג מארטש 09, 2018 11:42 am

ווער בין איך אריינצורעדן דא צווישן די לייבן פון מורשת חכמי אמעריקא אבער אחר בקשת מחילה אלף פעמים זאלן זיי מיר מוחל זיין

כ'קען שענדישוב סאך פאר מיללער האט אמאל געהערט דער ווארט... און מ'קען מיר נישט חושד זיין צו זיין א אוהד צום היינטיגן הנהגה אבער דאך קען מען זיך נישט דינגן מיט די פאקט אז א גוטע איד כדוגמת רבי טובי'לע וואס טויזענטער אידן אין גאליציא ענו אחריו מקודש איז נישט געקומען קיין אמעריקא פארן קריג און אודאי נישט געוואונט דא פאר קורצע אפשניט און ברענגן א ראי' פון רנ"ח מגארליץ דער מאדינער אדער ר' מיילעך מעליצער איז ניטאמאל מביא לידי גיחוך פאר די וואס קענען אביסל היסטאריע
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25677
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 09, 2018 11:54 am

חמרא טבא האט געשריבן:ווער בין איך אריינצורעדן דא צווישן די לייבן פון מורשת חכמי אמעריקא אבער אחר בקשת מחילה אלף פעמים זאלן זיי מיר מוחל זיין

כ'קען שענדישוב סאך פאר מיללער האט אמאל געהערט דער ווארט... און מ'קען מיר נישט חושד זיין צו זיין א אוהד צום היינטיגן הנהגה אבער דאך קען מען זיך נישט דינגן מיט די פאקט אז א גוטע איד כדוגמת רבי טובי'לע וואס טויזענטער אידן אין גאליציא ענו אחריו מקודש איז נישט געקומען קיין אמעריקא פארן קריג און אודאי נישט געוואונט דא פאר קורצע אפשניט און ברענגן א ראי' פון רנ"ח מגארליץ דער מאדינער אדער ר' מיילעך מעליצער איז ניטאמאל מביא לידי גיחוך פאר די וואס קענען אביסל היסטאריע

וואס איז מיטן סטרעטינער רבי בעל קן ציפור? אויך מביא לידי גיחוך, אדער דער נאוואמינסקער רבי ר' יהודה ליב, דער ראדיוויצער רבי וואס האט געפירט דא הערליכע טישן וכו'. איך האב בעיקר געברעגנט רנ"ח מגארליץ ור' אלימלך ממעליץ אלס צאנזער און ראפשיצער אייניקלעך נישט משווה צו זיין אדער מעסטן איינס קעגן איינס.

מאכט נישט קיין טעות, הרה"ק רבי טובי' משענדישוב זצוק"ל גייט זיכער אריין אין די קאטעגאריע פון 'יחידי סגולה' וועלכע האבן באטראטן דעם אמעריקאנער באדן אין די בראשית יארן, און ער איז בלי ספק געווען נערץ ונקדש אין גאליציע און זיין קומען אהער איז יש בו משום חידוש.

נאר ווען מ'נעמט א זאך און כדי ארויסצובלאזן פון פראפארץ (משום להגדיל בית שענדישוב) דארף מען זיך באנוצן מיט 'ערשטע' און 'אזא שטייגער', מעג מען עס לייגן אין פערספעקטיוו און זאגן אז עס איז נישט ממש די ערשטע און נישט ממש די איינציגע, איי ר' יונה לאנדא האט עס געזאגט/געשריבן? נו ר' יונה גייט דאך צו ר' ישעי'לעס ברודער האלטן דרשות ביומא דהילולא פון רבי ישעי'לע אויך, און העלפט ארויס די מיסטישע היינטיגע אויפגעבלאזענע דורשים אל המתים. ר' יונה לאנדא איז א מורא'דיגע גוטע מקור אויף היסטאריע, אבער זיין 'אפלערנען' די היסטאריע דארף גענומען ווערן מיט א מעסטל זאלץ לדעתי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג מארטש 09, 2018 12:02 pm

די איינציגסטע מיט ווען דו האסט רעכט איז דער סטרעטינער רבי וואס איז אינדערהיים געווען א גרויסער רבי מיט הונדערטער חסידים אבער דאך איז ער נישט געווען אזוי נערץ ונקדש ווי רבי טובי'
דער נאוועמינסקער רבי איז נישט פון יענעם דור
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג מארטש 11, 2018 9:48 pm

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:א. וואס איז א נפק"מ פון וועלכע חדר?
ב. געווען דא אסאך ראפשיצער אייניקלעך, וואס זענען געקומען און געגאנגען, ווי ר' אלימלך מעליצער און דער מאדינער, רנ"צ מקראקא במאנטריאל, ועוד
ג. געווען צאנזער אייניקלעך ווי רבי אלישע מגארליץ ובנו מהרנ"ח, ועוד
ד. בעלזא אייניקלעך געווען די צדיקים לבית קארוב, ועוד

בקיצור, נישט די ערשטע און נישט איינצייגסטע, און די מאס קדושה וצדקות איז שווער צו מעסטן


הרב מיללער, לא ידענא מאי קאמר, (און איך בין נישט זיכער צו איר ווייסט יא, אדער איר מאכט זיך כאילו אשר לא ידע... אדער איז נאך עד דלא ידע...) זענט איר נישט פון די גרויסע ידענים? ווי איז שייך אז איר "פארשטייט פשוט נישט די פשט פון "אזא שטייגער" און פראבירט צו פארדרייען פאקטן?!
אגב אין די אידישע צייט (ויחי תשע"ז) איז געשטאנען א מעשה אז הרב הקדוש מסאטמאר האט מפליא געווען די באזוכן פונעם הייליגן פריערדיגן שענדישוב'ער רב, און געזאגט פאר זיין אייניקל אז עס איז א דבר חידוש אז אזא פארצייטישער רבי זאל קומען קיין אמעריקע, [איך האב נישט מברר געווען די מקור, אבער עס איז לכאורה א מילתא דאפשר לבירורא].
לענינינו מרעדט נישט פון אייניקלעך מרעדט פון רבי'ס.
איידער מגייט אריין אין א דין ודברים, איז דא נאך אזא שטייגער בילד פון א רבי אין אמעריקע בימים ההם?

(קרעדיט: אידישע צייט)

כבוד הרב מעתיקי איר זאלט מיר מוחל זיין אבער אייער ראי' פון דעם בילד איז א גרויס פראבלעם ווייל דער בילד איז בלתי שום ספק אין קראקא און נישט אין אמעריקא!

אדרבה טרעפט מיר א בילד פון א בחור אין אמעריקא בימים ההם מיט א קאשקעטל און נאכדעם וועט מען ווייטער רעדן.

אגב אויף די טרעפ אונטער רבי טובי'לי דערקענט מען דער סטיטשינער רב רבי יודעלע וואס כנראה באגלייט עם ארויס נאך א שמחה אדער באזוך בביתו.
דביה תחדי נפשא

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » זונטאג מארטש 11, 2018 10:42 pm

איך ווייס נישט וואו דאס בילד איז, און איך האב נישט געשריבן אז עס איז אין אמעריקע, כאטשיג איך האב שוין געזען אזוי שטיין מער ווי איינמאל, איך האב נאר נאכגעברענגט א אויסצוג. בכל אויפן יישר כח פאר די הערה.

אבער די ראי' איז במקומו עומדת, איך האב נישט אזוי ווייט געמיינט די קאשקעטלעך און די בחורים, ווי די געשטעל פון אזא סארט רבי בימים ההם וואס איז געקומען קיין אמעריקע אין יענע תקופה.

אגב ווייסט איר פון ווען און וואו דאס בילד איז ?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג מארטש 12, 2018 12:05 am

איר קענט זעהן שטיין הונדערט מאל אויך אבער די מציאות טוישט זיך נישט....

כ'ווייס נישט וואו אינעם בילד מ'זעהט "אזא סארט רבי" הגם בעצם בין איך מסכים מיט אייך אז א רבי פון יענע דור וואס איז געווען אזוי נערץ ביים המון עם איז נישט געקומען קיין אמעריקא בימים ההם אן מ'דארף צו דעם נישט קיין ראיה אבער פונעם בילד זעהט מען ממש גארנישט.
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 19, 2018 4:57 pm

האדמורים הצדיקים משאץ ודזיקוב זצ"ל
צוגעלייגטע
shotz-dzikov.JPG
shotz-dzikov.JPG (46.79 KiB) געזעהן 1616 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יולי 19, 2018 5:21 pm

בן בוזי האט געשריבן:האדמורים הצדיקים רבי ישראל דוד משאץ-שענדישוב ורבי מתתי׳ אייכנשטיין מזידיטשוב-דזיקוב זצ"ל
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יולי 25, 2018 9:16 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:האדמורים הצדיקים רבי ישראל דוד משאץ-שענדישוב ורבי מתתי׳ אייכנשטיין מזידיטשוב-דזיקוב זצ"ל

יבוא הכתוב השלישי ויכריע...
אין די איסט סייד איז ער געווען באקאנט אלס 'דער האלאשיצער', (ע"ש מקום מגוריו וחותנו האב"ד בהאלאשיץ), נישט דזיקוב און נישט זידיטשוב. אויך דאכט זיך אז ער איז געווען מהסמוכים על שולחנו פון מהרי"ד משענדישוב שאץ (רעכטס).

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יולי 25, 2018 11:42 pm

וואס מיינט דאס סמוך על שלחנו?
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג יולי 27, 2018 12:18 am

ער האט דארט געגעסן בשבתות ויו"ט

אגב, זעה דא זיין מצבה, ועליו חרות "האדמו"ר מהאלאשיץ".

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2535
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:38 pm

ווייסט איינער ווי מ'קען באקומען דעם קונטרס 'יסוד צדיק' פון שענדישוב?

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג מאי 19, 2019 6:42 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:ווייסט איינער ווי מ'קען באקומען דעם קונטרס 'יסוד צדיק' פון שענדישוב?

כ'מיין ס'איז פארטיילט געווארן בלויז איינמאל ביי א מעמד

פרעג אהן ביי זיי
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9#p1622609

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג מאי 20, 2019 12:28 am

שלא מענין האשכול כלל פאלט מיר יעצט איין צו זאגן אז ס׳בילד וואס מהאט געברענגט פריער פון רבי טובי׳לי שענדישובער איז נישט עם בכלל!!!
7FF6B095-1FC3-4078-B9B3-264F5DBB6F77.jpeg
7FF6B095-1FC3-4078-B9B3-264F5DBB6F77.jpeg (126.55 KiB) געזעהן 843 מאל


נאט אייך א בילד פון א ש״ב אין קראקא דער חתן איז הרב משה הורוויץ ז״ל א צוגעקומענע אייניקל פונעם אלטן סטיטשינער רב
2EF44EB2-CD6E-42F5-965B-2B60BB48C767.jpeg
2EF44EB2-CD6E-42F5-965B-2B60BB48C767.jpeg (41.07 KiB) געזעהן 843 מאל

אויף די אנדערע זייט פונעם סטיטשינער רב זיצט די אנדערע זיידע פון די כלה הגה״צ רבי אלטר אליעזר הורוויץ זצ״ל הי״ד מסטאשוב סיז ביי מיר ברור כשמש אז דער אינעם ערשטן בילד איז דער סטאשובער און אפשר גאר ווי ער גייט ארויס פון דעם ש״ב ווייל אונטער עם דערקענט מען רבי יודעלע סטיטשינער באגלייט עם ארויס און דער בחור וואס שטייט נעבן עם איז דער וואס שטייט אינעם צווייטן בילד אונטערן חתן

נו די עולם איז מיט מיר?
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג מאי 20, 2019 12:59 am

חריפות יש כאן...דער צאמשטעל איז בליציג כ'בין שוין כמעט איינגעגאנגען דערויף, אבער די פארעם פונעם בארד לאזט מיר נישט.
אינעם ערשטען בילד - באקאנט צו זיין פונעם שענדישוב'ער רב - איז די בארד מעהר א רינדיגע פון אונטן, אינעם צווייטן בילד פונעם סטאשעווער איז די בארד מעהר שפיציג ווי א פארקערטע סגול. אפילו נניח ס'איז דעם זעלבען מענשט קען עס זיכער נישט זיין ביים זעלבן מאורע, און מאכט אויך שווער צו מטיל בספק זיין אינעם יחס פונעם בילד בכלל.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5636
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג מאי 20, 2019 1:13 am

אויב דאס איז די איינציגסטע פראבלעם שטימט עס נאך ביי מיר ווייל אינעם צווייטן בילד זעהט מען נישט דעם גאנצן בארד אזוי אויך איז די קאפ געבויגן אינעם ערשטן בילד מילא קען מען נישט קלאר זעהן וואס טוט זיך אבער עכ״פ די געשטעל איז נישט ענדליך צו רבי טובי׳לי ווי אויך זעהט מען עם נישט אין קיין איין אנדערע בילד מיט ברילן
דביה תחדי נפשא

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » מאנטאג מאי 20, 2019 1:39 am

חמרא! דאס איז ביי מיר ברור אז דו ביסט גערעכט!
איידער מ׳טענה׳ט זיך, ניתי ונחזה

דא האט איר דעם שענדישוב׳ער
A63DAE73-2DDD-47A4-9699-C30B2AFFB9D2.jpeg
A63DAE73-2DDD-47A4-9699-C30B2AFFB9D2.jpeg (89.33 KiB) געזעהן 812 מאל


A5745C5A-AABD-4E4E-9864-C50B800E1696.jpeg
A5745C5A-AABD-4E4E-9864-C50B800E1696.jpeg (64.23 KiB) געזעהן 812 מאל


א) ווי איר זעהט אינעם בילד איז דער שענדישוב׳ערס בארד זעהר אויסגעפליקט, און דער סטאשוב׳ער האט מער א פיללע

ב) דער סטאשוב׳ערס פיאות איז שיין געקרייזעלט, ביי דער בילד איז עס ממש דער זעלבע,
דער שענדישוב׳ער האט מער אויסגעפליקט
35C8A1F0-527D-4E4A-A3F9-D31285BEDA37.jpeg
35C8A1F0-527D-4E4A-A3F9-D31285BEDA37.jpeg (126.69 KiB) געזעהן 812 מאל


ג) די ברילן איז די זעלבע

ד) דער שענדישוב׳ערס בארד איז אסאך לענגער

ה) די שניט אינעם שענדישוב׳ערס בארד איז זעהר טיף, ווידער מיטן סטאשוב׳ער שטימט עס פונקטלעך.

חמרא! דו ביסט ווי אלטע וויין, דו מאכסט שווינדלען, אבער ס׳איז גוט...
לעצט פאראכטן דורך חיי אריכי אום מאנטאג מאי 20, 2019 10:07 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג מאי 20, 2019 11:10 am

אין שמחה כהתרת הספיקות!!!

חמרא איז די בעסט ;l;p-

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג מאי 20, 2019 3:37 pm

נאכ'ן זעהן די צוויי בילדער פון ר' טובי משענדעשוב וואס חיי אריכי ברענגט, זעה איך בכלל נישט וויאזוי מען קען טראכטן אז דאס איז אים.

חמרא טבא האט ריכטיג מקיים געווען דעם "דביה תחדי נפשא"!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג מאי 20, 2019 5:38 pm

איך הער פון א מקור מוסמך אז דער בילד וועלכע איז געדרוקט אין מאורי גאליציע לר' מאיר וונדר, קומט פון טשעבינער ראש ישיבה הגאון רב"ש שניאורסאן, וועלכער האט געזאגט אז דאס איז דער שענדישוב'ער רב

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג מאי 20, 2019 5:44 pm

הייסטעס אז בעצם פארשטייסטו אויך אז פון בלויז קוקן אויף די בילדער איז דאס זיכער נישט דער שענדישובער רב, ביזטו יעצט געקומען מיט א מקור, אז אויב איינער זאגט אנדערש קריגט ער זיך שוין מיט א מקור מוסמך...

#קאפ_אין_וואנט
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג מאי 20, 2019 9:32 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:הייסטעס אז בעצם פארשטייסטו אויך אז פון בלויז קוקן אויף די בילדער איז דאס זיכער נישט דער שענדישובער רב, ביזטו יעצט געקומען מיט א מקור, אז אויב איינער זאגט אנדערש קריגט ער זיך שוין מיט א מקור מוסמך...

#קאפ_אין_וואנט

די ווארט איז נישט מקור

די בילד קומט נישט פון נייע אנטדעקטע ארכיוון און מ'דארף יעצט צוטרעפן וועמענס בילד דאס איז, די בילד איז א באקאנט בילד און איז בשעתו געקומען דיירעקט פון איינעם וואס האט אליין געכאפט די בילד, און ער האט געוויסט פון וועם ער האט עס געכאפט

איה"נ די צוויי בילדער זעהן טאקע נישט אויס די זעלבע, אבער בהכרח אז אויב מ'האט עס ביז היינט מייחס געווען צום שענדישוב'ער רב איז עס נישט געווען פאר די אויסזעהן פון די בילד, (אנדערש ווי די נייע עפאכע פון צאמשטעלן בילדער מיטן שיקול הדעת, וואס ארבעט נאר אויב די צוויי בילדער זענען פונעם זעלבן תקופה)

איינמאהל מ'ווייסט אז דאס האט א איד געכאפט פונעם שענדישוב'ן רב איז די שאלה נאר "ווען" דאס איז געכאפט געווארן


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט