רבי יהודא הורוויץ מסטיטשין זצ״ל - תרנ״ב - תשמ״ב
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
רבי יהודא הורוויץ מסטיטשין זצ״ל - תרנ״ב - תשמ״ב
[align=center]כבוד קדושת מרן אדמו״ר הגה״ק פאמ״ק
רבי יהודא הורוויץ זצ״ל
אדמו״ר מסטיטשין[/align]
איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי יצחק (ר׳ איציקל) מסטיטשין זצ״ל. בן הרה״ק רבי משה׳לע מראזוואדוב זצ״ל, בן הרה״ק רבי אליעזר׳ל מדזיקוב זצ״ל בן מרן הרה״ק ה״זרע קודש״ מראפשיץ זי״ע.
ביום י״ג תמוז תרנ״ב.
אין סטיטשין ווי זיין טאטע איז געווען דער רב.
וקרא שמו בישראל ״יהודא״ ע״ש זקינו הק׳ בעל ״ייטב לב״ מסיגוט, דער שווער פון זיין הייליגען זיידן הרה״ק רבי משה׳לע מראזוואדוב זצ״ל.
(דער סטיטשינער רבי פלעגט זאגן אז ער ווינדערט זיך פארוואס מען האט אים נאר געגעבן א האלבע נאמען נאכן זיידן... און הלוואי זאל ער כאטש זיין האלב ווי דער זיידע...)
דער גרויסער זיידע הרה״ק מראזוואדוב איז געווען ביים ברית, הגם וואס ער איז נישט געווען דער סנדק ווייל ער האט קיינמאל נישט אנגענומען סנדקאות צוליב זיין ווייעכע נאטור האט ער דאס נישט דערהויבן. (בית דזיקוב פחדנים היו)
ביי די פיר יאר אלט האט זיין טאטע געשלאסן זיין שידוך מיט הרבנית הצ׳ חי׳ בת הרה״צ רבי יהושע שפירא מריבאטיטש בן הרה״ק הצבי לצדיק מבלאזוב זצ״ל (דער צבי לצדיק איז געווען א שוואגער מיט רבי איציקל, אן איידעם ביי רבי משה׳לע מראזוואדוב)
די חתונה איז פארגעקומען ביום ט״ו סיון שנת תרע״ב.
די רבי האט באקומען סמיכה פון הגאון רבי יהושע ווידערקער זצ״ל ראב״ד פשעמיש.
נאכן ערשטן וועלט קריג ווען די רבינס טאטע איז געפארן זיך באזעצן אין טארנא האט ער איבערגעגעבן דאס רבנות אין סטיטשין פארן זון רבי יודעל׳ע ווי ער איז געזעצן על כס הרבנות לדון ולהורות את המעשה ואת ההלכה אשר יעשו, וללמוד עם תלמידים את הדרך ילכו בה.
לאנגע יארן האט די רבי געווארט געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, זיין טאטע הרה״ק רבי איציק׳ל האט אים געזאגט כאן אי אתה זוכה לילדים, דארפסט פארן קיין א״י און דארט וועסטו געהאלפן ווערן, בשנת תרצ״ו איז ער ארויף קיין ארה״ק קודם קיין טבריה דערנאך קיין ירושלים עיה״ק, ווי עס איז אים געבוירן געווארן זיין טאכטער הרבנית ע״ה, נאך אן ערך פון צוויי יאר איז ער צוריק קיין סטיטשין.
בעת פרוץ המלחמה בסוף תרצ״ט איז ער אנטלאפן קיין לעמבערג ווי פילע פליטים האבן זיך אויפגעהאלטן, שפעטער איז ער אנגעקומען קיין סיביר און געארבייט עבודת הפרך אין די געפרוירענע אומשטענדן אבער דורך דעם האט ער בחסדי ה׳ איבערגעלעבט די מלחמה.
בשנת תש״ב איז ער באפרייט געווארן פון סיביר מען האט די גאנצע שיירא געשיקט קיין סמארקאנד ווי זיי האבן געלעבט אונטער מער ארענטליכע אומשטענדן און זענען דארט ווייטער אנגעגאנגן מיטן לעבן.
בתש״ו איז די רבי אנגעקומען קיין אנטווערפן ווי ער האט געוואוינט פאר א שטיקל צייט און געפירט זיין הויף פאר די חסידי דיזקוב - ראזוואדוב וואס זענען אנגעקומען אהין נאכן קריג.
בטבת שנת תש״ז איז די רבי אנגעקומען בשעה טובה צום האפן פון נוי יארק, אנהייב האט ער זיך באזעצט אין די בראנזוויל געגענט אין ברוקלין. און בתש״ח האט ער זיך באזעצט און בארא פארק ווי ער האט געפירט זיין הויף אלע יארן ביז צו דער פטירה לחיי העולם הבא.
דער סטיטשינער רבי האט געלעבט מיט געוואלדיגע געגועים לשכינה הק׳ שתתגלה מלכותו בכל העולם, ולהגאולה שלימה שיהיה שמו שלם וכסא שלם, אזוי ווי סיז געווען דער דרך הק׳ לבית דזיקוב וראזוואדוב.
זיינע הייליגע טישן זענען געווען בהתעוררת וחדווה עילאה ובאש קודש ספעציעל די הייליגע תורת זענען געזאגט געווען מיט א געוואלדיגע התרגשות און ברען און צומאל אויך מיט א קול בכי, און איז בעיקר געווען באזירט אויף מעורר צו זיין אז דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין ברוב רחמיו און משפיע זיין חסד ורחמים, ברכה ונחת, ברכות וישועות פאר אידישע קינדער, וכלשון קדשו: ״בני חיי ומזוני שהוא כוללת כל הישועות לנו ולכל ישראל״
און משלב געווען זיינע הייליגע תורת מיט דברי הדרכה אריינצוברענגן א רוח פון קדושה און השגות אין עבודת השם אינעם יונגן דור וואס איז געוואקסן נאכן קריג.
אויך זיין דאווענען איז געווען בבכי ובדמעות לעורר רחמים מרובים על עם ישראל וכל השפעות טובות.
די קוויטלעך נעמען - דאס פראווענען. איז געווען א עבודה רבה, ער האט געטראגן יעדן הזכרה על לוח ליבו הטהור, צו פויעלן און משפיע זיין פאר אידישע קינדער, און פילע עובדות ווייסן חסידים צו פארציילן פון זיינע אפענע אויגן און ווי ער האט געפויעלט ישועות ונחמות.
נסתלק ט׳ מר חשון שנת תשמ״ב
ומנוחת כבודו בטבריה
תורותיו נדפס בספר ״משנת יהודה״
בתו היחידה הרבנית חנה׳לע ע״ה - אשת יבלחט״א הרה״ג רבי עובדי' יודקאווסקי שליט״א - תלמיד ישיבת ביהמ״ד גבוה לעיקוואד.
נכדיו:
הרה״צ רבי אליעזר יהושע יודקאווסקי שליט״א - אדמו״ר מסטיטשין.
הרה״ג רבי צבי אלימלך שליט״א - ראה"כ בי-ם
והרה״ג רבי משה שליט״א

רבניש האט געשריבן:[align=center]כבוד קדושת מרן אדמו״ר הגה״ק פאמ״ק
רבי יהודא הורוויץ זצ״ל
אדמו״ר מסטיטישן[/align]

והרה''ג רבי אהרן יודקאווסקי - לעיקוואד עיה''ת
- פריידאנזוהן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 251
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 10:40 am

איך זיך א בילד פון רבינו
אדער סיי וועלעכע שיין קאלירטע בילד?