איידי דאתי לידן האב איך אביסל מסדר געוועהן דער תולדות פון ר' מענדיל מדאמיטש ע"פ JRI (און אביסל ע"פ תפארת שבמלכות-אלפסי) וכל שיש בידו להוסיף יבוא ויוסיף
ר' מענדיל איז געבוירען בשנת תר"צ צו זיין טאטע ר' דוד מזאבלטוב און זיין מאמע פעסיא לאה בת רמ"ל מסאסוב
ר' מענדיל האט בזיווג ראשון חתונה געהאט מיט שבע בת ר' ישראל מליטנשיץ חתן הרה"ק מאפטא (דער הזמנה איז געדריקט און קובץ שפתי צדיקים ד) דער חתונה איז געוועהן פאר שנת תר"ח (שהרי ר' דוד שנפטר בתר"ח בא על החתום)
א. בתו גיטיל אשת ר' יוסף דוד הגר/ניישטאט הנ"ל (ע"פ השערה נולדה בערך תר"י)
ב. בנו שמעלקא נולד בשנת תרכ"ב
בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט מרת חנה בת ר' יוסף דרוביטשער (ב"ר יחיאל מיכל בן ר' יצחק ב"ר יוסף מיאפולא)
ג. בתו פוליא נולד בשנת תר"נ חתונה געהאט בשנת תר"ע מיט ר' חיים ב"ר אברהם גאלדקלאנג און טויבא קירשנבוים פון צאנז
ר' מענדיל איז נפטר געווארען בשנת תרנ"א אין עלטער פון 61 יאהר
ר' יוסף דוד אין מרת גיטיל האבען געהאט פינף קינדער
א. ר' אברהם יהושע העשיל נולד בשנת תרל"א
ב. שבע נולדה בשנת תרל"ד
ג. דינה רבקה נולדה בשנת תר"מ (אשת ר' אשר הכהן פליגמאן, תפארת שבמלכות)
ד. ר' יצחק מאיר
ה. פעסיא לאה אשת ר' חיים שמואל טעסלער (תפארת שבמלכות)
ראי"ה האט חתונה געהאט בשנת תרס"ז צו מרת שרה בת ר' מרדכי ליטוואק וחנה דרוביטשער (אפשר איז דאס זיין שטיף מאמע ??) אלפסי האט פרטים איבער איהם און זיין קינדער ונלאתי להעתיקו
ר' יצחק מאיר האט חתונה געהאט מיט ליבא מירל ליטוואק (אויך פון זיין שטיף מאמע'ס משפחה ?? (ביי זיין קינדער שטייט עפעס וועגען ברעזנא רוסלאנד)) און געהאט א טאכטער שפרה שנפטרה בשנת תרס"ג בת ג שנה געהאט א זוהן מעכל שנפטר בתרס"ה בן תשעה חדשים געהאט א טאכטער רייזל צפורה בשנת תר"ע געהאט א זוהן מרדכי בשנת תרע"א
מרת שבע האט חתונה געהאט מיט ר' שלום בן המקור ברוך (תפארת שבמלכות) ולאחר פטירתו האט זי חתונה געהאט בשנת תרס"ד מיט ר' יחיאל שמחה ווייך (בן ר משה וחוה) פון יאגילניצא און דארט געהאט בשנת תרס"ה א זוהן יוסף דוד ובשנת תרס"ח א זוהן משה
עס איז א פלא אז אלע פינף קינדער פון ר' יוסף דוד הייסען נאך זיין ווייב'ס זייט (אי"ה-אפטא רב שבע-אמה דינה-אשת ר' ישראל מליטשניץ יצחק מאיר-אפטא פעסיא לאה-אם אביה) נאר אויב עס איז ריכטיג אז ער איז געוועהן בן ר' מרדכי מווארשליווקא איז עס פארשטענדליך ווייל עס איז אויך פון זיין זייט (און יוסף דוד האט ער נישט געקענט געבען און דינה
רבקה איז טאקע נאך אם אמו) און אזוי אויך איז פארשטענדליך פארוואס זיין איינקליך האב'ן נישט געוויסט צו דערציילען זיין יחוס חוץ אליק ווייל אלץ אנדערש איז שוין נכלל ביחוס רמ"מ מדאמיטש
און אזוי אויך אפשר הייסען דער איינקליך מרדכי און רייזיל נאך דער עלטערן פון ר' יוסף דוד
ווייסט איינער ווען ר' מרדכי מווארשאליווקא איז אוועק ??