נחוניא האט געשריבן:א מאמר פון הרב וועקשטיין וועגן די יחוס פונעם מגלה עמוקות.
שאילתא בתולדות בעל מגלה עמוקות .pdf
ווען איז דאס ערשינען?
איך האב זיך נישט ליב צו קריגן מיט די גרויסע לייבן א שטייגער ווי הרב וקשטיין, אבער זיין אויספיר דא איז מיר א גרויסע חידוש, אז מיט אזא שוואכע ראי' וועט ער מאכן א החלטה, און פארקוקען אויף שטערקערע ראיות.
צום בעסטן פאל זאל ער בלייבן מסופק.
והיה כי ישאל השואל, האם וודאי הדבר שמדובר אכן בשני נכדיו של המחבר, דהיינו, בני בנו רבי שלמה? ואולי הם היו נכדיו של המעתיק, ולא של המחבר?
אולי הם בני בתו של רבי אברהם זה שהיה בנו של רבי אליהו טרויטלן, ה"ה המעתיק של הספר? ושמא משום כך הם מזכירים שם את יחוסם מצד אמם דהיינו, בת בנו של המעתיק?
ברם מתוך מה שהם כותבים "עטרת בני בנים זקנים", מכאן הסיקו הגרי"י ווייס וצוות העורכין שהאחים הללו הם בוודאות בני בניו של המחבר עצמו, ה"ה רבי נתן שפירא מהורודנא, ולא בני בתו של נכדתו של המעתיק.
בני בנים מיינט "אייניקלעך", נישט קיין שום סיבה צו זאגן אז ס'איז דוקא זייער מצד האב און נישט מצד האם.
בפרט ווען ווי דערמאנט אינעם מאמר איז די סגנון החתימה גאנץ אנדערש ווי די אנדערע חתימה פונעם מגלה עמוקות,
און נאך מער והוא העיקר, די חותמים האבן נישט געפילט קיין חשיבות צו שרייבן זייער פאטער'ס פאטער'ס נאמען – דער מחבר הספר, אבער יא געשריבן זייער מוטער'ס פאטער'ס נאמען און זיין פאטער'ס נאמען...
ס'איז אסאך מער מסתבר אז דאס זענען אייניקלעך פון רבי אליהו המעתיק, און דערפאר שרייבן זיי בן הבת של ר' אברהם בר אליהו.
אפצואווארפן דאס ווייל ס'שטייט בני בנים, דערפאר מיינט עס נישט אז זייער מאמע איז געווען אן אייניקל, איז זייער שוואך, ס'איז נישט וקשטיין'ס סטייל.