דער נוארקער רבי: רבי חיים כהנא זצ"ל - כ"ה שבט תר"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

דער נוארקער רבי: רבי חיים כהנא זצ"ל - כ"ה שבט תר"פ

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג ינואר 19, 2016 3:49 pm

ב"ה
אהרן הירשקוביטץ
מזכיר, מורשת חכמי אמעריקא

וועגן באסטאנער רבי האט איר שוין געהערט? אודאי, וואספארא שאלה?

און וואס טוט זיך מכח די רבי'ס פון פיטסבורג, קליוולאנד, פילאדעלפיע און מאשעלוי? וועגן דעם האט איר שוין אודאי אויכעט געהערט. און אז ס'איז דא געווען באלטימארער און נוארקער רבי'ס האט איר אויך געוואוסט? איך גלויב אז נישט.

און איר זענט דערפאר קיין יחיד נישט. ווייל פונקט אזוי, זענען נאך דא אן א שיעור דעטאלן איבער די געשיכטע פון חסידות עלי אדמת ארץ החדשה וואס זענען פארגעסן געווארן. מורשת חכמי אמעריקא האפט בעז"ה צו ערשיינען אין די קומענדיגע מאנאטן מיט א גאר ברייטע און רייכע אפהאנדלונג ווי אט די געשיכטע, וועט אויסגעשמועסט ווערן מיט זייער קלארע דעטאלן.

אינעם היינטיגן ארטיקל וועלן מיר זיך באציען צום נוארקער רבי וואס מיר האבן וועגן איהם דערציילט אין די לעצטע בולעטין 'מאסיפת המורשת' נומער 7. זיין יאהרצייט געפאלט אויס אין צוויי וואכן ארום ביום חמישי פרשת משפטים הבעל"ט. דאס פאלט אויס גענוי זעקס און ניינציג יאהר זינט יענעם כ"ה שבט שנת תר"פ ווען דאס אמעריקאנער אידנטוהם איז געכאפט געווארן אין שאק מיט זיין פריהצייטיגע פטירה.

מיר ווילן פריער קלארשטעלן, אז אונזער אויפגאבע ווי אלעמאל איז נישט, זיך צו פארנעמען אין מעקלעריי פון פריש אנדעקטע 'צדיקים נסתרים' מיט מופתים וישועות, דאס איז אין קעגנזאץ מיט די פרינציפן פון אונזער פאראיין. ואדרבה, אז אידן וועלן אינאיינוועגס אויסנוצן די געלעגנהייט צו שעפן דערפון מופתים ישועות ונחמות וועלן מיר זיין דערפון זייער צופרידן.

און איצט צו אונזער געשיכטע:

מיט הונדערט יאהר צוריק האט אין די נוא דזשערסי האפן שטאט –נוארק, געוואוינט א "גוטער איד" מיטן נאמען, רבי חיים כהנא זצ"ל וועמען אמעריקאנער אידן האבן געקענט אלס דער "נוארקער רבי", ד.ה. אז ער האט געפירט וואס מ'האט דעמאלטס גערופען א "גוט אידישער ווערטשאפט" גענוי ווי די חסידישע צדיקים, די רבי'ס פון דער אלטער היים. ווי צב"ש אויסגעהערט אידישע קרעכצן, געגעבן עצות, געוואונטשן ברכות אא"וו.
ווי קומט עס אז א חסידישע רבי זאל זיך באזעצן אין דער דעמאלטסדיגע פוסטער אמעריקא? אט הערט די זייער דראמאטישע געשיכטע.

אין די שטאט צפת האט געוואוינט א גאר דערהויבענע חסידישער איד מגזע הצדיקים רבי ברוך דוד כהנא זצ"ל, וואס ער איז ארויף געפארן אויף ארץ ישראל לויט די פקודה פונעם הייליגן דברי חיים מצאנז זי"ע. רבי ברוך דוד איז אין ארץ ישראל געווען געשטעלט איבער די גאליציאנער כולל פון מעות דרבי מאיר בעל הנס, מיט פארשידענע אנדערע לייסטונגען לטובת הישוב בכלל ובפרט. צווישן אנדערע אויפטוען איז ער געווען דער גרונדער פון די בארימטע 'צאנזער קלויז' וואס שטייט נאך ביז היינט אינעם צפת'ער אלט שטאט.

זיין זוהן איז געווען רבי נחמן וואס נאכפאלגנדיג זיין פאטער איז ער געווארן געשטעלט אנצופירן מיט די טעטיקייטן פון דער גאליציאנער כולל. רבי נחמן האט זוכה געווען אויפצושטעלן א שטוב געבענטשט מיט גאר געלונגענע קינדער בנין וחתנין רבנן.

צווישן זיי האט ארויסגעשיינט זיין צווייטע זוהן וואס איז געבוירן געווארן אין יאהר תרמ"ז און איז א נאמען געגעבן געווארן 'חיים' נאכן הייליגן רבי'ן פון צאנז. דער אינגער חיים האט זיך משלים געווען בתורה מיט גרויס עמל, און זיך געפירט מיט גרויס פרישות. כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית המושלמת מרת אלטא יוטא דכיא, די געראטענע טאכטער פון רבי ראובן יהודה הכהן טורנהיים מיקירי ירושלים און אייניקל פונעם הייליגן בעל 'עבודת יששכר' מוואלברוז. אויך נאך די חתונה האט ער אנגעהאלטן מיט זיינע לימודים אין די בארימטע ירושלימ'ער ישיבות.

די פירערשאפט איבער די ארץ ישראל'דיגע כוללים איז געווען גאר ברייטפארצווייקט. אפגערעדט דערפון וואס ס'זענען געווען פארשידענע קאנפליקטן מיט וואס דאס איז געווען פארבונדן, האט זיך אויסגעפעלט גרויס געניטקייט סיי צו קאנצענטרירן די געלטער וואס קומען פון אויסלאנד און ווי אויך עס צו פארטיילן מיט בארעכטיקייט צווישן די עניי ארץ ישראל.

עס האט זיך דעריבער אויסגעפעלט אז איינער פון די ירושלימ'ער זייט זאל אפפארן אויף אויסלאנד און באטראכטן פון דערנאנט וויאזוי דאס געלט ווערט דארט באהאנדלט. אום תרע"ד האבן די מנהלים פון די גאליציאנער כולל אין ירושלים זיך געוואנדן צו רבי חיים כהנא וועמענס פאטער רבי נחמן איז שוין געווען דערין זייער טעטיג, אז ער זאל נעמען אויף זיך אט דער אויפגאבע. זייער שווער איז אנגעקומען פאר רבי חיים צו מאכן דער ענדגילטיגער באשלוס. אבער די מנהלים האבן איהם פארזיכערט אז די אויפגאבע וועט איהם נישט שטערן פון זיינע לימודים, צו וואס ער וועט זיך קענען אומקערן נאכן אויספירן זיין שנעלע שליחות פון בלויז איין האלבע יאהר.

אבער זייענדיג אין יענע מדינות האט אויסעבראכן די שרעקליכע (ערשטע) וועלט מלחמה. רבי חיים מיט די עסטרייכישער בירגערשאפט וואס ער האט גע'ירש'נט פון זיינע עלטערן איז דעריבער אריינגערוקט געווארן אין די עסטרייכישער מיליטער. דאן איז איהם געקומען צו הילף רבי אברהם חיים דוד סופר וואס איז געווען דער נשיא פון די כולל גאליציע, ביי וועמען רבי חיים האט שטארק נושא חן געווען און געווארן גאר באליבט. רבי דוד האט גע'שתדל'ט און מ'האט רבי חיים'ן געגעבן די אויפגאבע צו זיין א מיליטערישער טשאפלען, וואס וואלט איהם באהיט פון דארפן ארויסגיין אויפן קאמף.

די דאזיגע אויפגאבע, כאטש וואס עס איז געווען רעלעטיוו גאר א לייכטע איז אבער געווען פאר רבי חיים -וואס איז געווען א כהן- גאר שווער, וויבאלד ער האט זיך געדארפט אפגעבן מיט מיליטערלייט וואס האבן ר"ל געהאלטן ביי גסיסה. דעריבער ווען זיין מיליטערישע איינהייט האט זיך דערנענטערט קיין גריכלאנד'ס הויפטשטאט -סאלוניקי, האט ער זיך פון זיי שטילערהייט ארויסגעדרייט און געוואנדן זיינע טריט צום ארטיגן הויפט רב –רבי יעקב מאיר, פאר וועמען ער האט אויסגעגאסן זיין הארץ און דערציילט די דילעמע אין וועלכע ער געפונט זיך.

הרב מאיר -וועלכע האט פון פריער געוואוינט אין ירושלים עיה"ק און געקענט פון דארט רבי חיים אלס איינע פון די חשוב'סטע אינגעלייט- האט דעריבער איינגעהאנדלט פאר זיינעט וועגן א רייזע בילעט אויפן קומעדיגע שיף וואס רייזט אויף אמעריקא. ווארום אויף ארץ ישראל האט מען פון גריכלאנד נישט געקענט רייזן צוליב וואס גריכלאנד מיט טערקיי זענען געווען אין קעגנזייטיגע מלחמה קאנפליקט.

אין אמעריקא איז ער דאן אנגעקומען ענלד אליין, נישט האבנדיג קיין שום מעגליכקייט אהער צו ברענגען זיינע איבריגע פאמיליע מיטגלידער ד.ה. זיין פרוי מיט די פינף אינגע קינדער.

זיין הנהגה פון חסידות ופרישות האט זיך הערשט ארויסגעשטעלט פילפאכיג דאהי אין אמעריקא, צווישן אנדערע האט ער צוליב די שוואכע כשרות צושטאנד אין אמעריקא קיינמאל מער נישט אריין גענומען קיין שטיקל פלייש אין מויל און קיין מילך האט ער נישט געטרונקען נאר אויב איז ער אנוועזנד געווען ביים מעלק אא"וו. דאס איינציגסטע וואס ער האט גענומען אין מויל איז געווען ברויט, גרינצייט און הייסע טיי.

דערווייל האבן זיך די נוארקער אידן דערוואוסט וועגן דער גאסט וואס געפונט זיך אין אמעריקא, זיי זענען באגייסטערט געווארן פון זיין גדלות בתורה, זיין חסידות און איהם פארבעטן צו קומען וואוינען מיט זיי. די ארטיגע קהילה "קדושת לוי אנשי רומעניא" האבן די זכי' געהאט און איהם טאקע אויפגענומען אלס רב אין זייער קהלה. גלייכצייטיגט האבן זיי אויסגענוצט די זכי' און איהם גענוצט אלס חסידישער רבי וואס איז דערפון געווען א גרויסער מאנגל אין די נייע מדינה און זיך גוגעטשעפעט צום ניי געקרוינטע "נוארקער רבי".

אנקומענדיג אויף נוארק האט רבי חיים איר געפונען פוסט פון אידישער אינהאלט, ער האט דערפאר געגרינדעט זיין חברה "מחזיקי הדת" דורך וואס ער האט מתקן געווען מקואות, געשטעלט משגיחים אויף די כשרות אא"וו אלעס וואס איז וויכטיג פאר א רעכט אידישער שטאט.

נאך פילע יאהרן מאטערנישן איז אום ענדע תרע"ט עווענטועל געלונגען נאך פילע שתדלנות דורך די הילף ארגענעזאציעס, אהער ארויס צו ברענגען די רעבעצין מיט די קינדער. א גרויסער שמחה איז געווען ביי זייער אנקום ווען א גרויסער עולם 'נוארקער חסידים' זענען ארויסגעפארן אפצוברענגען דעם רבי'נס פאמיליע.

אבער ליידער איז נישט דורך קיין לאנגע וויילע זינט זייער אנקום און דער רבי איז געשלאגן געווארן מיט א לונגן אנטצינדונג, עס האט זיך גאר שנעל דערקייקלט צו א מצב פון לעבנס געפאר און ווען נאך בלויז עטליכע טעג איז נצחו אראלים את המצוקים איז דאס גאנצער אידנטוהם ספעציעל די נוארקער איינוואוינער און חסידים איינגעוויקלט געווארן אין שאק און טרויער. דער רבי איז אין בלויזן עלטער פון דריי און דרייסיג יאהר נפטר געווארן לעולמו, איבערלאזנדיג א צובראכענע אלמנה מיט יתומים און דערשיטערטע חסידים וואס האבן פארלוירן זייער מנהיג און וועג ווייזער, זייער רבי'ן צו וועמען זיי האבן זיך געוואנדן בעת צרה און פון וועמען זיי האבן גענאסן עצה ותושי' און ברכות לרוב.

די לוי' איז פארגעקומען צו מארגנס און איז געפירט געווארן פארנט פון אלע ארטיגע שוהלן קומענדיג לקבורה אויף די ארטיגער בית עולם
אויף וועלכע ס'איז געשטעלט געווארן אן אוהל.

עס איז צום האפן אז אמעריקאנער אידן וועלן נאך כמעט הונדערט יאהר ענדליך נאכאמאל אפרעכטן זיין יאהרצייט און טוהן לטובת ולעילו נשמתו ווי ס'פאסט. ויהא זכרו ברוך
צוגעלייגטע
matzeiva newark.jpg
DSC_0607.jpeg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25661
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 19, 2016 4:09 pm

א גרויסן יישר כח כבוד הרב המזכיר שיחי' - פעמים שבא בארוכה, תפארת לעושיה, שיין באשריבן.

דא ערשיינט דער גליון "מאסיפת המורשת" עלון ז' - מיט די ערשטע באשרייבונג איבערן נוארקער רבי זצ"ל:
viewtopic.php?p=1140686#p1140686

אן אשכול איבער משפחת כהנא צאצאי רבי ברוך דוד כהנא זצ"ל מצפת - וואס דער רבי פאררעכנט זיך פוון אט די מיוחס'דיגע משפחה"
viewtopic.php?p=232526#p232526

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג ינואר 19, 2016 4:10 pm

מיר ווילן פריער קלארשטעלן, אז אונזער אויפגאבע ווי אלעמאל איז נישט, זיך צו פארנעמען אין מעקלעריי פון פריש אנדעקטע 'צדיקים נסתרים' מיט מופתים וישועות, דאס איז אין קעגנזאץ מיט די פרינציפן פון אונזער פאראיין. ואדרבה, אז אידן וועלן אינאיינוועגס אויסנוצן די געלעגנהייט צו שעפן דערפון מופתים ישועות ונחמות וועלן מיר זיין דערפון זייער צופרידן.

דא אין נוארק גאר, אפשר כאפט מען זיך צו דערצו

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג ינואר 19, 2016 4:48 pm

זייער אינטערסאנט, יישר כח פאר'ן באשרייבן און מגלה זיין פאר'ן עולם דעם צדיק.
זענען זיינע קינדער דא געבליבן אין אמעריקע?
איז דא עפעס א שארית בישראל פון זיי?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג ינואר 19, 2016 4:52 pm

אלס א זייטיגע נאטיץ האב איך מיט מיין הקדמה געוואלט מאכן א פוינט
בן בוזי האט געשריבן:וועגן באסטאנער רבי האט איר שוין געהערט? אודאי, וואספארא שאלה?


איך האב געוואלט צייגן אז ענליך צו דער געשיכטע פונעם נוארקער רבי אזוי האט זיך געשאפן די היינט בארימטע 'באסטאנער דינאסטיע', ווי מיר דערציילן דאס אין די שנירל פון בית באסטאן לתולדותיהם ווי פאלגענד:

דער ערשטער באסטאנער רבי איז געווען ר' פינחס דוד וועלכע האט זיך באזעצט אין אמעריק אין די תר"ע יאהרן אין סאמע ברען פון דער ערשטער וועלטס קריג,
ר' פינחס דוד איז אויפגעוואקסן אין ירושלים, און איז געווען שטארק מקושר צו זיין פעטער ר' דוד'ל בידערמאן פון ירושלים, בערך א יאהר פאר עס האט אויסגעבראכן דער ערשטער וועלטס קריג האט זיך צופלאקערט א וויכוח איבער די חלוקה פון קופת ר' מאיר בעל הנס, און מען האט איהם געשיקט קיין יוראפ אלס דעלעגאט צו פארטרעטן די בני הכולל אין דער דין תורה וועלכע האט געדארפט פארקומען ביים ר' אלי' רב פון פרוזשאן, אין יאר תרע"ג איז ער אהין געפארן, ער איז אינטערוועגנס געווען אין בעלזא, באבאוו און ביי נאך גדולי ישראל, למעשה איז דער דין תורה נישט פארגעקומען ווייל די מלחמה האט אויס געבראכן, האט ער געמוזט שנעל צוריק פארן קיין ארץ ישראל ווי ער האט איבער געלאזט זיין רעבעצין (א טאכטער פון ר' יחיאל מיכל מטורקא-סטרעטין) מיט די קינדער, ער איז געפארן דורך גריכלאנד, זייענדיג דארט זענען די גריכישע אויך אריין אין דער קריג זיך שטעלענדיג צו די ענגלישע-פראנצויזישע זייט, ער וואס האט געהאט אן עסטרייכישער פאס איז באטראכט געווארן אלס א פיינט און דעריבער האט ער געמוזט אנטלויפן אבער קיין ארץ ישראל האט ער אויך נישט געקענט פארן, האט איהם דער חכם באשי פון סאלוניקי רבי יעקב מאיר וועלכע האט איהם געקענט פון ירושלים ערלעדיגט א גריכישער פאס מיט וועלכע ער האט געקענט ארויס פארן, אבער צו דער איינציגסטער אידישער ישוב ווי ער האט געקענט דערגרייכן איז געווען אמעריקא דעריבער האט ר' פנחס דוד געפליכטעט קיין אמעריקע


און ווער ווייסט צו ווען נישט די פריצייטיגע פטירה פונעם רבי'ן וואלט מעגליך אויך היינט זיך געצויגן אזא רבי'שע שנירל פון 'בית נוארק לתולדותיהם' (גראדע זענען דא חרדישע אייניקלעך פונעם רבי'ן, דעם רבי'נס זוהן רבי הירש לייב וועלכע האט געלערנט אין חברון און געווען פון די געראטעוועטע ביים תרפ"ט פאגראם האט שפעטער געפירט מיט רבנות אין נוארק אבער נישט אויפן רבי'שען שטייגער ווי זיין פאטער, זיינע קינדער דארפן לויט מיין וויסנשאפט וואוינען אין מאנסי, כאטש כ'ווייס נישט פונקטליך גענוי ווער ווייס איך אבער פון זייער עקזיסטענץ).
צוגעלייגטע
פֿאָרװערטס, יום שישי, אוקטובר 20, 1944.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג ינואר 19, 2016 5:02 pm

א בילד איז נישט געבליבן פערצופאל?
שויתי השם לנגדי תמיד

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג ינואר 19, 2016 5:51 pm

איז מעגליך ביטע ארויס צושטעלן דעם אדרעס צום בית החיים און פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען צום אוהל?

ולמצוה גדולה תחשב!

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » דינסטאג ינואר 19, 2016 5:53 pm

ביטע ערקלערט וואס זענען די מטרות פון מורשת חכמי אמעריקא, בכלל ובפרט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25661
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 19, 2016 6:28 pm

חיים של שמחה האט געשריבן:ביטע ערקלערט וואס זענען די מטרות פון מורשת חכמי אמעריקא, בכלל ובפרט

באלאנגט נישט דא, אבער אז איר פרעגט, נאט אייך א לענגערע שמועס דערוועגן.

viewtopic.php?f=3&t=28728

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25661
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 19, 2016 6:34 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:א בילד איז נישט געבליבן פערצופאל?

דאס צו וויסן דארף מען מאכן קאנטאקט מיט די אייניקלעך.

די אלמנה פונעם נוארקער רבי האט נאכאמאל חתונה געהאט, זי האט געהאט נאך קינדער מיט איר צווייטע מאן אויך.

אגב, אינעם ארטיקל אינעם גליון דערציילט דער חשוב'ער מזכיר אז די נוארקער רביצין, וואס ווי דערמאנט איז זי געווען א יחסנית לכשעצמה אלס וואלברוזשער אייניקל, איז געקומען פון ארה"ק קיין אמעריקא אינאיינעם מיט א שוועסטער, וועמענס מאן הג"ר מרדכי הלוי רייזעמאן ז"ל איז געווען א רב אין פילאדעלפיא אין יענע צייט.

רב רייזעמאן איז געווען פון די באקאנטע ירושלימער משפחה, און ער איז געווען א פעטער פאר הגאון רבי ישראל יצחק רייזעמאן זצ"ל דיין אינעם ביד"צ פון די עדה החרדית אין ירושלים.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9541
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג ינואר 19, 2016 6:37 pm

געוואלדיג הרב המזכיר, מיר ליינען מיט הנאה.

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » דינסטאג ינואר 19, 2016 9:38 pm

געוואלדיג .. אם חכם בני ישמח ליבי גם אני

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך ינואר 20, 2016 8:45 am

אזוי שיין אראפצולייגן, א מייסטער ארבייט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך ינואר 20, 2016 1:27 pm

הערליכע און געשמאקע באשרייבונג, ברך ה' חילכם ופועל ידכם תרצה! זכות עבודת הקודש להנצחת זכר הנשכחים יגן בעדכם!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך ינואר 20, 2016 3:08 pm

לייענט און פארשפרייט
צוגעלייגטע
נוארקער רבי.pdf
(212.52 KiB) דאונלאודעד 142 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

דער רב
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » מיטוואך ינואר 20, 2016 6:00 pm

בן בוזי, איר פרעגט שוין געהערט פון פיטסבורג... וואס איז מיט נוארק. דער פיטסבורגער רבי'ס זוהן, האדמור השני לבית פיטסבורג ר' אבא'לע. האט געוואוינט אין נוארק, און מען האט אים גערופן דעם נוארקער רבי.

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 5:37 pm

א קליין חילוק איז דא צווישען די רבי'ס ווי באסטאן וכו' וואס בן בוזי האט דערמאנט - צו נוארק'ר רבי, דהיינו אז די דערמאנטע שטאמען אלע פון רבי'שע דינאסטיע'ס משא"כ נוארק וואס שטאמט טאקע פון חסידישע דערהויבנע אידן אבער נישט פון קיין רבי'שע גזע פון פאר איהם, כן נראה

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג ינואר 21, 2016 9:32 pm

טייערער מזכיר, אייער מייסטערהאפטיגע ווערק ווערן וואס א מאל אלץ בעסער און בעסער. 'מורשת חכמי אמעריקא' האט טאקע נישט געקענט אויסקלויבן א בעסערע מזכיר ווי אייך זעלבסט!

שפתים ישק, כה לחי!
-
בשבילי נברא האט געשריבן:איז מעגליך ביטע ארויס צושטעלן דעם אדרעס צום בית החיים און פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי אנצוקומען צום אוהל?

ולמצוה גדולה תחשב!

שאלה גדולה שאלת. דער פלאץ וואו דער נוארקער רבי איז מנוחתו כבוד, געפינט זיך אין זייער א שרעקעדיגע געגענט אינערהאלב נוא-ארק ניו דשערסי, אז ביי די פאליציי איז אנגענומען דער געגענט פאר גאר א הויכע קרימינאלע ראטע. לויט געוויסע, אויב וואלט זיך פארמירט א גרופע אינאיינעם צו גיין, וואלט נישט געווען קיין פראבלעם. די פאליציי איז זיכער נישט וויליג צוצושטעלן שיצע פאר איינצלווייז מענטשן.

אויב פון דא וועט ארויסגיין א קריאה, צו זיך צוזאם נעמען אינאיינעם אויף א זונטאג אינדערפרי צו שופך שיח זיין ביי דעם רבי'ן, וואלט דאס זיכער געווען דאס גלייכסטע, און אויף דעם וואלט זיך טאקע געפאסט דער 'מצוה גדולה יחשב'.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1154
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » פרייטאג ינואר 22, 2016 1:09 am

א גרויסע שכוח פארן מזכיר, מיר האבן שטארק הנאה געהאט פון אייער הערליכע באשרייבונג.

איין זאך האב איך נאר געוואלט צולייגן לגבי דאס וואס ר' נחמן נתן שרייבט וועגן באזוכן דעם ציון.
נחמן נתן האט געשריבן:דער פלאץ וואו דער נוארקער רבי איז מנוחתו כבוד, געפינט זיך אין זייער א שרעקעדיגע געגענט אינערהאלב נוא-ארק ניו דשערסי, אז ביי די פאליציי איז אנגענומען דער געגענט פאר גאר א הויכע קרימינאלע ראטע. לויט געוויסע, אויב וואלט זיך פארמירט א גרופע אינאיינעם צו גיין, וואלט נישט געווען קיין פראבלעם. די פאליציי איז זיכער נישט וויליג צוצושטעלן שיצע פאר איינצלווייז מענטשן.

עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען א היפשע פאר מאל זיך צו דרייען אין דעם געגענט ארום דעם בית החיים, און איינמאל האב איך שוין אפילו באזוכט אין דעם בית החיים גופא. צו זאגן אז עס איז שרעקעדיג אזש מען מוז גיין אין גרופעס באגלייט מיט פאליצייאישע שוץ איז היבש איבערגעטריבן, עס איז באמת נישט דא וואס צו זארגן אויב מען גייט אינמיטן טאג, העכסטענס זאל מען גיין צוויי מענטשן אויפאמאל און אריינגיין פון דעם הויפט טויער אויף סענטראל עוו וואס איז א ברייטע גאס מיט א גרויסע פארקער.

אז מען רעדט שוין פון דעם אידישן ניוארק איז כדאי צו נאטירן אז ביז די מאסן אויסוואנדערונג אינמיטן די זעכציגער יארן האבן געוואוינט אין ניוארק א געשאצטע זיבעציג טויזענט אידישע נפשות און עס זענען געווען דארט בערך פופציג בתי מדרשים! ליידער איז דער בית החיים מיט אירע טויזענטער מצבות דער איינציגסטער שטימער עדות אויפן געוועזענעם אידישע שטאט.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג ינואר 22, 2016 12:27 pm

רייכע באשרייבונג
זיעועכי"א
לאמפ האט געשריבן:א גרויסע שכוח פארן מזכיר, מיר האבן שטארק הנאה געהאט פון אייער הערליכע באשרייבונג.

איין זאך האב איך נאר געוואלט צולייגן לגבי דאס וואס ר' נחמן נתן שרייבט וועגן באזוכן דעם ציון.
נחמן נתן האט געשריבן:דער פלאץ וואו דער נוארקער רבי איז מנוחתו כבוד, געפינט זיך אין זייער א שרעקעדיגע געגענט אינערהאלב נוא-ארק ניו דשערסי, אז ביי די פאליציי איז אנגענומען דער געגענט פאר גאר א הויכע קרימינאלע ראטע. לויט געוויסע, אויב וואלט זיך פארמירט א גרופע אינאיינעם צו גיין, וואלט נישט געווען קיין פראבלעם. די פאליציי איז זיכער נישט וויליג צוצושטעלן שיצע פאר איינצלווייז מענטשן.

עס איז מיר לעצטענס אויסגעקומען א היפשע פאר מאל זיך צו דרייען אין דעם געגענט ארום דעם בית החיים, און איינמאל האב איך שוין אפילו באזוכט אין דעם בית החיים גופא. צו זאגן אז עס איז שרעקעדיג אזש מען מוז גיין אין גרופעס באגלייט מיט פאליצייאישע שוץ איז היבש איבערגעטריבן, עס איז באמת נישט דא וואס צו זארגן אויב מען גייט אינמיטן טאג, העכסטענס זאל מען גיין צוויי מענטשן אויפאמאל און אריינגיין פון דעם הויפט טויער אויף סענטראל עוו וואס איז א ברייטע גאס מיט א גרויסע פארקער.
צוגעלייגטע
pm.png
2.png
3.png

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג ינואר 22, 2016 1:04 pm

נחמן נתן האט געשריבן:טייערער מזכיר, ... 'מורשת חכמי אמעריקא' האט טאקע נישט געקענט אויסקלויבן א בעסערע מזכיר ווי אייך זעלבסט!

שפתים ישק, כה לחי!

הערליך הערליך אראפ געלייגט and brought to life;
דער זכות זאל אייך ביי שטיין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג ינואר 22, 2016 1:46 pm

חיים של שמחה האט געשריבן:א קליין חילוק איז דא צווישען די רבי'ס ווי באסטאן וכו' וואס בן בוזי האט דערמאנט - צו נוארק'ר רבי, דהיינו אז די דערמאנטע שטאמען אלע פון רבי'שע דינאסטיע'ס משא"כ נוארק וואס שטאמט טאקע פון חסידישע דערהויבנע אידן אבער נישט פון קיין רבי'שע גזע פון פאר איהם, כן נראה


דער באסטאנער רבי האט נישט געשטאמט פון א רבי'שע דינאסטיע! ער איז טאקע אן אייניקל פון הרה"ק הרבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, אבער נישט מיט קיין רבי'סטעווע ביז אראפ. אויך דער נוארקער רבי האט געשטאמט פון הרה"ק רבי דוד מגיד מראדומישלא כהן מיוחס צו אהרן כהנא קדישא וואס איז געווען מגדולי תלמיד הרה"ק מבארדיטשוב והרה"ק מלובלין זי"ע.

אויסער דעם איז דער באסטאנער רבי געווען אן איידעם ביי בית סטרעטין און דער נוארקער רבי ביי בית וואלברוז.

עס איז אבער נישט ריכטיג צו ציען א פארגלייכערישער פאראלעל צווישן די צוויי הויפן. די עיקר פינטל וואס כ'האב געוואלט ארויס ברענגען איז אז ס'רעדט זיך לכאורה פון אן ערנסטער צדיק וואס פארדינט די ריכטיגע עהרע ביי חובבי קברות הצדיקים באמעריקא. דאס איז אין איינקלאנג מיט אונזער אנגענומענע מהלך אהער צו שטעלן פארן ציבור באגרינדעוועטע ידיעות איבער די רבנישע/רבישע פערזענליכקייטן וואס זענען דאהי געווען אין אמעריקא. אנדערש ווי עס איז די לעצטיגע משוגעת וואס מ'שיקט דעם עולם מתפלל זיין אויף קברים צו וועלכע עס זענען נישטא קיין באגרינדעטע באקאנטשאפטן איבער זייער ערליכע לעבנסשאפן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » זונטאג ינואר 24, 2016 1:55 pm

בן בוזי האט געשריבן:
חיים של שמחה האט געשריבן:א קליין חילוק איז דא צווישען די רבי'ס ווי באסטאן וכו' וואס בן בוזי האט דערמאנט - צו נוארק'ר רבי, דהיינו אז די דערמאנטע שטאמען אלע פון רבי'שע דינאסטיע'ס משא"כ נוארק וואס שטאמט טאקע פון חסידישע דערהויבנע אידן אבער נישט פון קיין רבי'שע גזע פון פאר איהם, כן נראה


דער באסטאנער רבי האט נישט געשטאמט פון א רבי'שע דינאסטיע! ער איז טאקע אן אייניקל פון הרה"ק הרבי ר' שמעלקא מניקלשבורג זי"ע, אבער נישט מיט קיין רבי'סטעווע ביז אראפ. אויך דער נוארקער רבי האט געשטאמט פון הרה"ק רבי דוד מגיד מראדומישלא כהן מיוחס צו אהרן כהנא קדישא וואס איז געווען מגדולי תלמיד הרה"ק מבארדיטשוב והרה"ק מלובלין זי"ע.

אויסער דעם איז דער באסטאנער רבי געווען אן איידעם ביי בית סטרעטין און דער נוארקער רבי ביי בית וואלברוז.

עס איז אבער נישט ריכטיג צו ציען א פארגלייכערישער פאראלעל צווישן די צוויי הויפן. די עיקר פינטל וואס כ'האב געוואלט ארויס ברענגען איז אז ס'רעדט זיך לכאורה פון אן ערנסטער צדיק וואס פארדינט די ריכטיגע עהרע ביי חובבי קברות הצדיקים באמעריקא. דאס איז אין איינקלאנג מיט אונזער אנגענומענע מהלך אהער צו שטעלן פארן ציבור באגרינדעוועטע ידיעות איבער די רבנישע/רבישע פערזענליכקייטן וואס זענען דאהי געווען אין אמעריקא. אנדערש ווי עס איז די לעצטיגע משוגעת וואס מ'שיקט דעם עולם מתפלל זיין אויף קברים צו וועלכע עס זענען נישטא קיין באגרינדעטע באקאנטשאפטן איבער זייער ערליכע לעבנסשאפן.


ריכטיג ! אבער יש מה להעיר וזה החלי !

רבי'שע דינאסטיע געמיינט צו זאגן , אז די אנדרע זענען בדרך כלל ממילא געווארן רבי'ס און דאהי איז עס געווארן אויף די אמעריקא'נע שטעט משא"כ נוארק'ר, וואס אין דעהם הינזיכט זענט איר גערעכט מיט באסטאן,
וואס און זיין משפחה זענען נישט דוקא געווארן רבי'ס נאר רבי פינחס דוד מ'באסטאן אליין'ס, און לאו דוקא געמיינט באסטאן נאר כל הרשומים בשמך - קליוולאנד-פיטסבורג-מאשלוי, זענען נודברנה אייניקל'עך.
פילדאלפיע, האט זיך גערופן ליפשיץ - ארי' דבי עילאה-וויעליפאלי אייניקל. [אחים של החסידים הנודעים למשפחת בריזל - הגם זיין משפחה האבן זיך גערופן בריזל און זיין מאמע איז א וויעליפאלי טאכטער פון הגה"ק ר' נטע'לי זי"ע, איז ער אויך נישט דירעקט פון קיין רבי'שע גזע,
(און במשפחתו איז ער די איינציגסטע וואס ווערט גערופן רבי) שטאמען זיי אבער יא בא"ב פון אחד המפורסמים ה"ה הגה"ק המפורסם ר' חיים אורי מנאנש פון די גדולי תלמידי הגה"ק רי"א מ'קאלוב זי"ע און שפעטער ביים ראפשיצ'ר רב זי"ע און פון פון נאך צדיקים פון יענע גלילות]

איך האב חס ושלום נישט געמיינט קיינעם צו פארגלייכן און צושטעלן און צו ציען א פארגלייכערישער פאראלעל ווי איר האט דערמאנט, נאר געמיינט ארויס צו ברענגן די נקודה פון די נפ"מ,
און עס טוט נישט פארמינערן קיינעם'ס גרויסקייט, און דוקא דא נאך פארמערן צו זיין רבי און רב צוזאמען אפילו ער האט נישט געשטאמט פון קיין רבי'שע דינאסטיע

איז דער נוארקער רבי געוועהן אן אייניקל בא"ב פון רבי דוד מגיד ? משא"כ באסטאן [הגם י"א אז כמה פון די זיידעס האבן אפילו נישט געהאט קיין שייכות מיט דרך החסידות און אפילו געוועהן מתנגדים] וואס איז יא געוועהן אן אייניקעל בא"ב פון הייליגען רבי'ן רבי שמעלקא זי"ע,

דאס איז וואס איך געדענק יעצט פון מיין כונה פון די הערה שהזכרת למעלה, א גרויסן דאנק

נוארק'ער רבי אייניקל פון רבי דוד מגיד און איידעם ביי בית וואלברוז - ברויך מען עס טאקע אריינלייגען און די תולדות למעלה, יישר כח

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

לחיים אויף "זעקס און ניינציג"..!

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 1:35 pm

* צום 96'סטען יארצייט.

נאך אזוי פיל יאהרן וואס דער ציון פונעם נוארקער רבי'ן זצ"ל איז ליידער אין א בחינה פון שוממה מאין יושב, און באזוכער קומען כמעט נישט פוקד זיין דעם בית החיים בכלל און דעם ציון בפרט, פריידט אבער דאס הארץ צו הערן אז א שליח נכבד במורשת חכמי אמעריקא האט היינט, ביומא דהילולא קדישא, אראפגענומען פון זיין טייער צייט און מיט א שטארקע רצון אנצוקומען אהין האט ער עס ב"ה באוויזן (כאטש אויף א קורצע וויילע, אויס מורא פון די תושבי השכונה), און אונז אלע מזכיר געווען דארט, אין די ד' אמות, לטובה ולברכה.

זאל השי"ת העלפן אז דער שליח זאל האבן געפועלט אלעס גוט'ס, ויתקבלו תפלותיו ברחמים וברצון לפני אדון כל, און די זכות פונעם צדיק, דער בעל ההילולא זאל מגין זיין אויף איהם און אויף אונז אלע להתברך בכל משאלות לבנו לטובה.
צוגעלייגטע
2016-02-04 09.53.40.jpg
בילד גענומען פונעם שליח'ס אויטא
לחיים ולברכה!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג פאברואר 04, 2016 2:17 pm

חשוב, חשוב, חשוב; דאס אראפ גיין און מתפלל זיין ביומא דהילולא

יא, אז מען פארגעסט נישט פון די נפטרים; פארגעסען זיי נישט פון אונז.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט