מקורות ומנהגים בהליכה לקברי צדיקים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

נישט וואוינען אויף א פלאץ ווי סאיז נישט דא קיין קברי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

נישט וואוינען אויף א פלאץ ווי סאיז נישט דא קיין קברי צדיקים

הרב ר' אברהם חיים שפיצער שליט"א האט פארציילט אז ער האט געהערט פון הרב הגאון ר' שמחה שוסטאל שליט"א אז זיין טאטע ר' טובי' פישל ז"ל איז געווען פון די גדולי חסידים פון הרה"ק ר' יוסל'ע אמשינאווער זצ"ל, און פאר ער איז געפארען אויף אמעריקע איז ער געגאנגען נעמען א ברכת פרידה פון זיין רבין ר' יוסל'ע. האט ער אים געזאגט אמעריקא אמעריקא, אויף חילול שבת בין איך נישט באזארגט, כוויס אז די וועסט נישט נכשל ווערן, און עניני כשרות בין עך אויך נישט באזארגט איין זאך איז פארווא כקען דיר נישט געבען קיין ברכת פרידה אז די זאלסט פארען קיין אמעריקא ווייל דארט איז נישט דא קיין קברי צדיקים, און סאיז נישט דא א פלאץ ווי צו מתפלל זיין אז מזאל האבען גיטע קינדער.
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

זמנים ווען מזאל גיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

זמנים ווען מזאל גיין

ביומא דהילולה- רש"י יבמות דף קכ"ב בשם הגאונים
בשעת צרה - זוה"ק פר אחרי דף ע'
ער"ח און ט"ו לחודש -בשו"ת מנחת אלעזר בס"י ס"ח ברענגט ער פונעם ארי הק אז עס איז כדאי צו גיין צו קברי צדיקים ער"ח און ט"ו לחודש
ביי א תענית - הגמ' דלעיל תענית ט"ז ע"א
ערב ראש השנה - רמ"א סימן תקפ"א בשם הכל בו
כעל נאך מוסיף זיין מיט די מקורות אי"ה
לעצט פארראכטן דורך משה'עלע אום פרייטאג פעברואר 17, 2012 1:33 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

פרייטיג נאך חצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

פרייטיג נאך חצות

מספר בקדשתו של אהרן הוראות מהרה"ק מהר"א מבעלזא אז מזאל נישט זאגען פרייטיג נאך חצות און אזוי אויך אנדרע זמנם בכדומה לו די תפילות וואס מזאגט און א בית החיים נאר די קאפיטלעך תהילים
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

מבעט די מתים אדער בזכות המתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

מבעט די מתים אדער בזכות המתים

און די לשון הגמ' וואס מיר האבען געברענגט ביי כלב בן יפונה אז ער האט מתפלל געווען צי די אבות אז זיי זאלען מתפלל זיין פאר אים

און ווי אויך דאס וואס חז"ל זאגען אז די אידען זאלן מתפלל זיין ביי רחל אמינו שטייט דארט ווייטער אז נאכדעם איז רחל געגאנגען מתפלל זיין פאר כביכול איז משמע אז די תפילה וואס אידען האבען געבעטען איז אז רחל אמינו זאל מתפלל זיין פאר זיי

און אין דו גמרא און תענית בנוגע דאס וואס מגייט צו די קברי צדיקים ביי א תענית כדי זיי זאלען מתפלל זיין פאר אונז אוז אויך משמע דער לשון אז די צדיקים זיי זענען מתפלל און אינז בעטען נאר פון די צדיקים זיי זאלען מתפלל זיין

און תוספות דארטען שטייט אז ביים ביים קבר בעט מען בקשות און מלאכים זענען מודיע פאר די צדיקים אז "זיי" זאלען מתפלל זיין

און דאס אז צדיקים לאחר מאה ועשרים זענין מתפלל שטייט און מדרש איכה אז ביים חרבן בית המקדש איז ירמיה הנביא געגאנגען בעטען די אבות הקדושים אז זיי זאלען מתפלל זיין שטייט טאקע דארט און מדרש אז די אבות מיט משה אבינו האבען מתפלל געווען זעהן מיר אז צדיקים זענען מתפלל לאחר מאה ועשרים און אז מקען בעטען די צדיקים אז זיי זאלען מתפלל זייןץ

(הערת משה'עלע און סאיז לכאורה א דבר פשוט אז אויב צדיקים האבען די כח התפילה לאחר מאה ועשרים זאגט דאך די גמרא אז מי שיש לו חולה בתוך ביתו ווער סהאט א קראנקער ביי זיך און שטוב ילך אצל חכם זאל גיין צו א חכם ויבקש עליו רחמים און דער חכם זאל בעטען פאר אים רחמים, איז פשוט אז די זעלבע גייט אן לאחר מאה ועשרים אויב דער חכם האט א כח צו מתפלל זיין פארוואס זאל מען אים נישט טארען בעטען אז ער זאל מתפלל זיין)

אבער דער מהרי"ל שרייבט אז מזאל נישט בעטען פון די מתים נאר פון השי"ת אז ער זאל העלפען בזכות הצדיק

און דער ב"ח (יו"ד ס"י רי"ז) זאגט אז ווער עס בעט פון דעם נפטר איס א דורש אל המתים און ער מאכט כאילו א אמצעי כביכול צום אייבירשטען וואס דאס איז א עוון פלילי, נאר דאס וואס מאיז מתפלל ביי קברי צדיקים ווייל דארט איז א מקום קדוש (ווי מהמיר שוין פריער געברענגט)

און אפי' פון די לשונות און גמרא איז משמע יא אזוי זאגט דער מהר "ם שיק און די תשובות או"ח סימן רצ"ג אז די לשון איז לאו דוקא או מקען נישט לערנען פון דברי אגדה

(ולי הצעיר קשה דמאי שנא מבחייו דאין חשש לאמצעי ומי שיש לתרץ נא לשלוח פ"ה)

אבער למעשה איז די מנהג און אזוי זעט מען און ספרים אז מהאט יא געבעטען פון די מתים אז זיי זאלען מתפלל זיין, און מאיז נישט חושש און אזוי פירט מען זיך ביי אלויה רח"ל צו בעטען זיי זאלען זיין מליצי יושר

און אינעם פרי מגדים (או"ח סימן תקפ"א) זאגט ער טאקע אזוי אז סאיז פשוט אז די כוונה איז נישט אז זיי זאלען עפעס טיען נאר מבעט אז זיי זאלען מתפלל זיין און זיין מליצי יושר אויף אים. און דער פרי מגדים ברענגט א ראיה פון די אלע תפילות וואס איז דא וואס דער נוסח איז א תפילה צו די מתים אז זיי זאלען מתפלל זיין
און אזוי אויך שטייט און ספר חסידים סימן ת"נ אז די מתים האבען הנאה ווען מקימט צו זיי און זיי זענען מטיב אויף יענער וועלט "און אזוי אויך ווען מבעט זיי זענען זיי מתפלל אויף די לעבעדיגע
לעצט פארראכטן דורך משה'עלע אום פרייטאג פעברואר 17, 2012 1:32 am, פארראכטן געווארן 5 מאל.
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

צו באקימען חכמה ביים ציון פון א צדיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

צו באקימען חכמה ביים ציון פון א צדיק


ווען דער בן איש חי איז געווען און א"י האט ער זיך משתטח געווען ביים קבר פון בניהו בן יהוידע ז"ל האט ער געזאגט אז דאן האט זיך אים געפענט שערי חכמה און דאן איז ער געווארען כמעין המתגבר און רזין דרזין וועגען דעם האט ער אנגערופען זיינע ספרים מיט די נעמען און טיטלען וואס בניהו ווערט אנגערופען און פסוק בניהו, בן יהוידע, בן איש חי. בן איש חיל. רב פעלים.
מקבציאל.
ביי ביי.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

פועלען ישעות ביומא דהילולא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

גיוואלדיג משה'עלע, ביטע זייט ממשיך! - ולאות הוקרה, וועל מיר זיך אויפשארן די ארבל און אביסל צוהעלפן.

פועל'ן ביומא דהילולא פון א צדיק על ציון קדשו
לאחר פטירתו פון בעל שם טוב הקדוש זי"ע האט זיין גרויסער תלמיד דער הייליגער זלאטשובער מגיד זי"ע זיך נישט געקענט בארואיגן נאכ'ן רבינ'ס פטירה, ביז דער בעל שם טוב הקדוש האט זיך מגלה געווען צו איהם מן השמים איהם צו טרייסטן, און ער האט איהם דערביי געזאגט, ווי גאר שווער ס'איז פאר א צדיק זיך אראפצולאזן פון די עולמות עליונים צו די וועלט, אבער אין די יומא דהילולא פון דעם צדיק, דאן מוז דער צדיק אראפקומען צו זיין ציון אויף דעם עולם השפל, און דאן זענען אלע טויערן אפן ביים צדיק, און ער הערט אויס די וויי געשריי פון די וואס קומען מתפלל זיין על קברו, און ער איז א שליח ציבור ארויפצוטראגן זייערע בקשות אין הימל לפני אבינו שבשמים, אויסצו'פועל'ן פאר יעדן אלעס גוטס.

רבי ר' אלימלך בענטשט בשני ידיו הק' די באים על קברו
גלייכצייטיג איז באקאנט אז דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע האט מעיד געווען, אז ער האט געזעהן במו עיניו הקדושים, ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע שטייט אין די יומא דהילולא על קברו, און ער בענטשט מיט זיינע צוויי הייליגע הענט אלע וואס קומען להשתטח על קברו.

ביומא דהילולא פון א צדיק קען מען אלעס פועל'ן
ס'ווערט דערציילט, אז בערוב ימיו פון הייליגען שינאווער רב דער דברי יחזקאל זי"ע איז ער נישט געפארן אויפ'ן ציון אין די יומא דהילולא פון זיין הייליגן דער דער "דברי חיים" וואס געפאלט אום כ"ה ניסן, און ער האט ערקלערט אז די יומא דהילולא פון א צדיק האט אזא גרויסן כח, אז מען קען פועל'ן אפילו די גאולה, האב איך מורא אז כ'זאל נישט דוחק זיין את הקץ פאר די צייט, וואס מען טאר דאס נישט טוהן און ס'איז נישט קיין טובה, דעריבער איז ער נישט געגאנגן מער אויפ'ן ציון הקדוש, מורא האבענדיג אז אין אזא גרויסן טאג וועט ער מיט זיינע הייליגע תפלות אויספועל'ן די גאולה שלימה פאר די צייט.
לעצט פארראכטן דורך חייקל אום מיטוואך פעברואר 15, 2012 9:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

אויסנוצן דעם עת רצון ביומא דהילולא פון א צדיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

* צו זיין אין די שטאט פון צדיק ביומא דהילולא *
צום הייליגן דברי חיים איז אמאל געקומען א איד אין טאג פונעם יומא דהילולא פון ארי' דבי עילאה זי"ע, האט איהם דער צאזער רב זי"ע געפרעגט, וואס זיכסטו דא, פארוואס ביזטו נישט געפארן צום ציון פון ארי' דבי עילאה זיך משתטיח זיין על ציון קדשו אין די יומא דהילולא.
האט דער איד זיך פארענטפערט, אז היות ער איז א כהן, קען ער סיי ווי זיך נישט משתטח זיין און צוגיין ממש צום ציון, איז דאך שוין נישט קיין חילוק צו ער איז דארט בכלל.
האט איהם דער "דברי חיים" אפגעענטפערט און אנגעזאגט האסט יא געדארפט פארן, אפילו דו קענסט נישט זיין ממש אויפ'ן ציון, ווייל אין טאג פון יארצייט פון א צדיק איז מסוגל צו זיין אפילו אין די שטאט ווי דער צדיק ליגט.

* מען דארף האבן שכל אויף וואס צו בעטן *
דער הייליגער מנחת אלעזר זי"ע איז זייער נישט געזונט געווען בסוף ימיו, און ער איז געליגן על ערש דוי, איז מען איהם געקומען זאגן נאכ'ן יארצייט פון "דברי חיים" – וואס דער מנחת אלעזר איז געווען שטארק דבוק צו איהם – אז מען האט איהם שטארק אינזינען געהאט אין צאנז אויפ'ן ציון קדשו פון הייליגן דברי חיים אין די יומא דהילולא.
ווען דער מנחת אלעזר האט דאס געהערט, האט ער זיך אנגערופען, אוי א שאד, פאר מיר האט איר געבעטן אין אזא גרויסן זמן, אין א טאג פון א יומא דהילולא פון א צדיק וואלט מען געקענט פועל'ן די גאולה שלימה, און עטס האטס געבעטן פאר מיר... מען וואלט געקענט אויסבעטן אין דער צייט די גאולה שלימה.

וויינען און בעטן דער צדיק זאל נישט פארגעסן פון אונז ווען ער גייט ארויף
הרה"ק ר' יושע'לע בעלזער זי"ע האט אמאל דערציילט:
עס איז געווען כ"ז אלול ביומא דהילולא פון זיין גרויסן טאטן, שטייענדיג על ציון קדשו איז ער איז געווען זייער צוקאכט, און ער האט דערציילט א מעשה פון בעל שם טוב הקדוש.

בימיו פון בעש"ט הק' איז געווען א איד וואס האט נישט זוכה געווען צו קיין קינדער, ביז ער האט באקומען א ברכה פון בעש"ט הק', און ער איז געהאלפן געווארן מיט א קינד, אבער ליידער ווען דאס קינד איז געווען נאך א גאר יונג, האט פאסירט אן אומגליק ל"ע און דאס קינד איז אוועק.
דער צובראכענער פאטער האט גענומען דאס קינד, און געגאנגען מיט איהם צום ציון פון בעש"ט הק', וועלכער איז נתסלק געווארן אינדערצווישן, און ער האט ארויפגעלייגט דאס קינד אויפ'ן הייליגן ציון, און געזאגט רבי! דאס איז די קינד וואס איר האט מיר אנגעוואונטשען? אזוי יונגערהייט איז ער אוועק?!
האט זיך דער בעש"ט הק' מגלה געווען צום קינד, און איהם מחי' מתים געווען, און איהם געזאגט שריי שנעל אויס צו דיין טאטן, טאטע!! טאטע!! ווילאנג ער איז נאך דא, ווייל ער גייט באלד נפטר ווערן, אין א קורצע וויילע גייט ער ארויף....

און דער צדיק רבי יהושע'לע האט אויסגעפירט; טייערע אידן, מיר שטייען דא אויפ'ן ציון פון הייליגן טאטן, אין די יומא דהילולא, יעצט איז ער נאך דא, ווייל די נשמה קומט אראפ אויפ'ן ציון אין טאג פון די יארצייט, אבער באלד גייט ער שוין צוריק ארויף, לאמיר שנעל אוסשרייען טאטע!!! טאטע!! אבי!! אבי!! א צדיק איז דער טאטע פאר אלע אידן, לאמיר איהם בעטן ער זאל אונז געדענקן, און פועל'ן פאר אונז כל משלאות לבינו לטובה.
דער ציבור האט מיט בכיות מיטגעוויינט מיט'ן צדיק, און געבעטן ביים צדיק ער זאל נישט פארגעסן פון זיי, אויך ווען ער גייט צוריק ארויף.


הערת משה'עלע: - מיר געפינען שוין און גמרא צו שרייען ביי א ציון אבי אבי - ווי געברענגט אויבען די גמרא אין תענית.
לעצט פארראכטן דורך חייקל אום מיטוואך פעברואר 15, 2012 10:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

כי אתה שומע תפלת כל פע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

דאס פאלגענדע באלאנגט נישט ממש צו הליכה לקברי צדיקים, נאר בכלל צו יעדן עת רצון, און חיזוק צו תפלה אין יעדן מצב

* כי אתה שומע תפלת כל פע! *
אמאל ווען עס קומט אן עת רצון, און דער מענטש וויל דאס אויסנונצן ווי ס'דארף צו זיין, ווערט ער אבער זייער צובראכן ביי זיך, וואס איז דען ווערט מיינע תפלות, מי אנכי שאזכה להתפלל.

איז פאסיג דערויף אן עובדא מיט א הייליגן ווארט פון הייליגן "עטרת צבי" זיעועכ"י.
דער הייליגער "עטרת צבי" האט אמאל געוואלט אויספועל'ן עפעס מיט זיינע הייליגע תפלות, און וועלענדיג מתפלל זיין בכוונה לויט זייין דרגה מיט הייליגע יחודים, האט ער עפעס געשפירט אז ס'גייט איהם נישט, עפעס אן ענין האט איהם געשטערט פוון מתפלל זיין כפי גודל דרגתו הקדושה.
האט ער דאן געטייטשט א בחינה, מען זאגט אין די שמונה עשרה "כי אתה שומע תפלת כל פה", די אות פ' פון פה איז רפה, דאס הערט זיך אזוי ווי דאס ווארט "פע", וואס מען דרוקט זיך אויס ווען מען איז עפעס מגנה, אפילו אזא תפלה וואס א תפלת כל פע...!!! איז אויך השי"ת מקבל באהבה, נו, זאל זיין מיין תפלה א תפלת כל פע... קען איך אויך דאווענען פאר אויבערשטען.

מיט די בחינה האבן צדיקים געטייטשט "צעקת הדל" אפילו א נעבאכדיגע געשריי, איז אויך "תקשיב ותושיע" ווערט אויך אנגענומען למעלה.
כאטש די הייליגע תפלות פון עטרת צבי זענען זיכער נישט געווען בחינת כל פע... האט אבער דער צדיק געזאגט די בחינה וואס דאס קען צוניץ קומען פאר אונז, זיך מחזק צו זיין אין יעדן מצב, און זיך נישט מייאש זיין פון מתפלל זיין און שופך זיין פאר'ן שומע תפלת כל פה.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

קברי צדיקים - א בית המקדש - קדושת א"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

קברי צדיקים א בית המקדש

ווי מהמיר שוין פריער געברענגט פון דרשת הר"ן בשם הרמב"ן האט א צדיק א כח פון א בית המקדש און דאס בלייבט אפי' לאחר מאה ועשרים

און ספר חבת ירושלים ברענגט ער אז ער האט געזען מחכמי ספרד וואס טוען זיך אויס די שיך ביי קברי צדיקים אזווי די הלכה ביים בית המקדש של נעליך מעל רגליך

און באמת איז עס א מדרש (מקור פ"ה) שמיום שחרב בית המקדש, פונעם טאג וואס דער בית המקדש איז חרוב געווארען, אין הקב"ה משרה שכינתו איז דער אייבישטער נישט משרה די שכינה אלא על קברי הצדיקים נאר אויף קברי צדיקים.

קדושת ארץ ישראל

ר' נחמן מברסלב האט געטייטשט דעם פסוק ועמך כולם צדיקים לעולם ירשו "ארץ" אז ביי די קברי צדיקים איז אייביג דא קדושת הארץ קדושת א"י
(הערת משה'עלע מיט דעם קען מען פארשטיין דאס וואס מיר ברענגען דא פון בן איש ח"י אז ביי די קברי צדיקים איז אים נפתח געווארען די שערי חכמה, ווייל אוויר דארץ ישראל מחכים ואכמ"ל)
לעצט פארראכטן דורך משה'עלע אום פרייטאג פעברואר 17, 2012 1:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביי ביי.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

פון ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א האב איך געהערט
איך געדענקט נישט פון וועם ער האט עס נאך געזאגט
אז ווען מען גייט אויף א ציון פון א צדיק און מען גיט א קוויטל דארף מען אויך געבן א פדיון
נא וואס פאר א פדיון קען מען געבן פאר צדיק וואס לעבט שוין נישט
נאר מען זאל מזכיר זיין די נעמען פון זיינע קינדער דאס איז פאר אים נחת רח און דאס איז די פדיון
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

גיין צופיס צו קברי צדיקים- שכר פון די טריט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

גיין צופיס צו קברי צדיקים- שכר פון די טריט

עס איז ידוע אז דער אחה"ק איז אראפ געגאנגען פונעם אייזעל אונטען פונעם בארג און מירון און ער איז געגאנגען צופיס דעם גאנצען בארג ארויף צו מירון (ווער עס האט די מקור אדער מער פרטים ביטע שיקען א פ"ה און כוועל מוסיף זיין בשמו)

און ספר מסעות משה שרייבט ער אז פונקט ווי צו גיין צום בית המדרש איז דא שכר פסיעות אז מען באקימט שכר אויף די טריט די זעלבע ביי קברי צדיקים וואס איז אויך א מצוה באקימט מען שכר אויף די טריט

(הערת משה'עלע) לויט ווי מיר האבען פריער געברענגט פון חז"ל איז דאך דער קבר פון א צדיק אזווי א סית המקדש איז דאך א דבר פשוט אז עס איז דא שכר אויף די טריט ממש ווי צו א בית המקדש מעט אדער נאך מער.
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

די צדיקים האבען הנאה אז מקומט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

די צדיקים האבען הנאה אז מקומט

און ספר חסידים סימן ת"נ אז די מתים האבען הנאה ווען מקימט צו זיי און זיי זענען מטיב אויף יענער וועלט "און אזוי אויך ווען מבעט זיי זענען זיי מתפלל אויף די לעבעדיגע

בכתבי ד"י שו"ב עמי רפ"ג שרייבט ער אז דער טעם וואס הרב הקדוש ר' שלמה מאקרלין האט זיך אוועק געצויגען פון קארלין צום שטאט לודמיר' (וואס עס זענען פארהאן פארשידענע טעמים און די חוקרי הדורות ואכמ"ל) האט ער אליינס מגלה געווען אז אין וואהלין איז איינגעפירט צווישען עולם צו גיין אויף קברי צדיקים "און עס איז א גרויסע טובה פאר די צדיקים בעולם האמת
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

ווער פארציילט פאר די צדיקים די צרות פון כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ווער פארציילט פאר די צדיקים די צרות פון כלל ישראל

די מלאכים.

און תוספות און תענית וואס מיר האבען פריער געברענגט שטייט אז ביים ביים קבר בעט מען בקשות, און "מלאכים" זענען מודיע פאר די צדיקים אז זיי זאלען מתפלל זיין.

די אבות הקדושים.

און ספר שבחי הבעש"ט שטייט אז ר' צבי דער זוהן פון בעש"ט איז אמאל געווען און א צרה האט ער געזען דעם בעש"ט און חלום, האט ער געפרעגט פון זיין טאטען צו ער וויסט אז ער (ר' הערש) איז און א צרה האט דער בעש"ט גענפער יא מיין זוהן איך וויס האט ער געפרעגט ווער האט דיר פארציילט, האט דער בעש"ט גענפערט די וואס דרייען זיך ביי די פרשת דרכים (די שייד וועגן) האט ער געפרעגט ווער זענען די וואס דרייען זיך ביים פרשת דרכים האט דער בעש"ט הק גענפערט "אברהם יצחק און יעקב דרייען זיך ביי די פרשת דרכים געוואר צו ווערן די צרות פון כלל ישראל און זיי גייען מודיע זיין אויף די קברי צדיקים און זיי האבען מיר פארציילט"

די נשמות פון יענער וועלט

עס איז ידוע אז דער ישמח משה האט געהייסען פאר די שלוחים וואס ער האט געשיקט מתפלל זיין אויף קברי צדיקים אז זיי זאלען צוזאגען א פרוטה פאר צדקה פאר "די נשמות וואס וועלן גיין מודיע זיין (פב"פ) דער צדיק אז אידען זענען געקימען מתפלל זיין ביי זיין קבר (און אזוי האבען זיך די אייניקלעך פונעם ישמח משה געפירט צו זאגען פארן גיין צו א ציון)
ביי ביי.
אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע: וואס הייסט ווי? דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ברק'ער »

פאר אלע מחכימים, און משה'עלע בפרט, ישש"כ גדול מאד. החכמתני.
לאמיר דא נאר צולייגן א לשון מהרי"ל
"משום דבית הקברות מקום מנוחת הצדיקים ומתוך כך הוא מקום קדוש וטהור, והתפילה מתקבלת ביותר על אדמת קודש, ואל ישים מגמתו אל המתים, אך יבקש מהשי"ת שירחם עליו בזכותם"

און אזוי ווערט געברענגט אין זוה"ר (ח"ב טז.) אז ווען נישט די טויטע בעטן אויף די לעבעדיגע, וואלט מען זיך נישט געהאלטן קיין איין האלבע טאג.

און אין ח"ג ברענגט די זוה"ק (קפג.) וזלה"ק: "זכאה חולקהון דצדיקייא בעלמא דין ובעלמא דאתי. ואע"ג דאינון באתר אחדא בעלמא אחרא עלאה זכותהון קיימא בעלמא דא לדרי דרין"
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

ארויס זאגען דער נאמען פונעם צדיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

ארויס זאגען דער נאמען פונעם צדיק

און ספר אמרי פנחס שטייט אז א מענטשענס נשמה האט און זיך כמה חלקים סהאט א נפש רוח און א נשמה, און לאחר מאה ועשרים בלייבט דער נפש אוף דער וועלט, און דער רוח גייט און גן עדן, און די נשמה גייט נאך העכער, איז פינקט ווי ביי א לעבעדיגע מענטש וואס ווען מוויל אים אויפוועקען פון א טיפער שלאף, און ממקען אים נישט דערוועקן, איז די עצה אז מרופט אים ביי זיין נאמען וועקט ער זיך תיכף אויף, און דער טעם איז ווייל א מענטש'ענס נאמען אוז זיין חיות (די נפש) און מיטען רופען דעם נאמען וועקט מען אויף די חיות פון דעם מענטש. די זעלבע זאך איז ביי קברי צדיקים, דארף מען רופען דעם נאמען פונעם צדיק, און דער נפש וועקט זיך אויף, און דער נפש פארציילט פאר די רוח, און דער רוח פאר די נשמה און די נשמה פאר כביכול, און דאס איז די סוד פון השתטחות אויף קברי צדיקים.
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

גיין צו די לעבעדיגע אדער צו די קברים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

גיין צו די לעבעדיגע אדער צו די קברים

און ספר זכותא דאברהם (פון הרה"ק הגאון המפורסם ר' אברהם מטשעכענאווי) שטייט אז דער טשעכענאווער פלעגט כסדר פארציילען אז ער האט אמאל געפרעגט א חכם פון ארץ ישראל, פארוואס איז איינגעפירט און א"י אז יעדע מאל וואס מען איז און א צרה גייט מען אויף קברי צדיקים, משא"כ און חו"ל איז איינגעפירט אז ווען מען האט א צרה גייט מען מזכיר זיין צו א רבי'ן.
האט דער חכם גענפערט אז ביי די מרגלים זענען צוויי געראטעוועט געווארן יהושע בן נון און כלב בן יפונה, יהושע'ס שיטה איז געווען צו גיין צו א רבי ממילא איז ער געגאנגען נעמען א ברכה פון א רבי'ן (ער איז געגאנגען צו משה רבינו וואס האט אים אנגעווינטשען אז הקב"ה זאל אים ראטעוון פון די עצה פון מרגלים), משא"כ כלב'ס שיטה איז געווען צו גיין צו א קבר און כלב בן יפונה איז געגאנגען מתפלל זיין ביי קברי צדיקים און חברון. און ביידע זענען געראטעוועט געווארן.
אבער די בני א"י האלטען אז דאס איז נאר ווען דער צדיק איז א זיכערע צדיק און די קברים זענען זיכערע קברי צדיקים, משא"כ היינט ווען די צדיקים זענען גארנישט אזוי זיכער אז זיי זענען אמתע צדיקים און די קברים זענען זיכערע קברי צדיקים גייען זיי צו קברים ענדריש, ווייל אין ספק מוציא מידי ודאי.

(הערת משה'עלע כהאב ערגעץ לעצטענס געליינט כקען מיך נישט דערמאנען ווי אז הרה"ק מסאטמאר האט געזעגענט צוויי אידען וואס זענען געפארען מתפלל זיין ביי קברי צדיקים און יוראפ האט ער זיי געזאגט אז אמאל פלעגט מען נישט גיין אזויפיל אויף קברי צדיקים מפלעגט גיין צו ערלכע אידען.
נאך א מעניט האט ער געזאגט יא אבער היינט איז שוין נישט דא מדארף טאקע פארען, (והוא כדברי הגאון מטשעכענאוו איינער וואס געדענקט ווי די מעשה שטייט ביטע שיקען א פ"ה כזאל עס קענען פארעכטען)
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

קברי צדיקים ווען משיח וועט קימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

קברי צדיקים ווען משיח וועט קימען

ווען עס איז נתרבה געווארען דער מנהג צו לופען אויף אלע קברי צדיקים האט הרה"ק מגארליץ זי"ע געזאגט כדרכו בדרך הלצה חז"ל זאגען דאך אז אלע מצות ווערן נישט בטל לעתיד איז וויאזוי וועט מען מקיים זיין די מצוה פון גיין צו קברי צדיקים, האט ער גענפערט אז אלא מאי מיז מען זאגען אז מען וועט גיין צו די קברים פון די צדיקים וואס וועלן נישט אויפשטיין צו תחית המתים

(הערת משה'עלע בנוגע דעם ענין צו גיין בשעת צרה צו מעורר רחמים זיין וועט דאך דאן נישט זיין שייך און בנוגע דעם ענין ווייל דארט איז דא השראת השכינה נאכען חורבן בית המקדש לעתיד לבא וועט מען גיין צום בית המקדש אליינס וחות מזה איז נישט אויסגעשפראכן אז מוועט גיין צום פלאץ ווי די צדיקים זענען געלעגען פאר תחית המתים לויט וואס עס מבואר אז עס בלייבט א קדושה דארט (און סקען גאר זיין אז די צדיקים וועלען גיין צו זייערע אייגענע קברים ואז ימלא שחוק פינו)
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

פארוואס העלפט תפילה ביי א קבר פון א צדיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

פארוואס העלפט תפילה ביי א קבר פון א צדיק

חוץ פון די אלע טעמים וואס מיר האבען שוין אויבען געברענגט אז דער פלאץ איז הייליג און ממילא ווערן די תפילות מער אנגענומען און אז די צדיקים זענען מתפלל ועוד

איז דא א אינטערסאנטער טעם און תשובת מחר"ם שיק און אור"ח סי' רצג, איז ער מזביר דער ענין פון ההשתטחות על קברי צדיקים, אז חז"ל האבען געוויסט אז די מתים זענען זיך מצער מיט די צרות פון די לעבעדיגע אזווי חז"ל דרשענען און מדרש תנחומא חוקת יב אויפען פסוק (במדבר כ ט וירעו לנו מצרים ולאבותינו), וועגען דעם ווען מען גייט אויף קברי צדיקים און מען ברענגט ארויס דער צער וואס מען האט, איז דאך זיכער אז די צדיקים אויפען עולם העליון זענען זיך זייער מצטער, און וויבאלד עס איז נישט נגזר געווארען אויף זיי אז זיי זאלען האבען צער, אוז זיך הקב"ה מרחם אויף אונז און זייער זכות.
ביי ביי.
אוועטאר
בני ברק'ער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 17, 2012 8:36 am
לאקאציע: וואס הייסט ווי? דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ברק'ער »

משה'עלע, א הערליכע ליקוט. יש"כ.
הוי כל צמא לכו למים, נאט אייך צו טרינקען.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

פרויען גיין צו א בית החיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

פרויען גיין צו א בית החיים

כהאב געזען ברענגען פונעם גר"א אז פרויען זאלען בכלל נישט גיין צו א בית החיים

למעשה זעט מען אז מהאט זיך נישט געפירט אזוי

מען ברענגט אז דער סמיכת חכמים האט געשריבען און צוואה אז זיין פרוי זאל קומען צו אים און ביה"ח איינמאל א חודש.

אונעם ספר דרך אר"ץ מנהגי ארם צובא שרייבט ער אז דער מנהג און ארם צובא אוז אז די פרויען גייען יעדען ערב שבת צו קברי צדיקים

ויש עוד מקורות שלא העתקתי כעת ועוד חזון ולמי שידוע לו מקור יכול לכתוב פ"ה ואתקנו כאן בשמו ובענין זמנים מיוחדים לא רציתי להעתיק כמובן
ביי ביי.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

גיין און מקוה פאר מען גייט צו א ציון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

גיין און מקוה פאר מען גייט צו א ציון

מען פלעגט גיין און מקוה פאר מען גייט צו א ציון (מי שדוע לו המקור נא לשלוח פ"ה ואתקנו בשמו)

און נמוקי או"ח פונעם מונקאטשער רב (סימן תקנ"ט) שרייבט ער אז אפי' און שו"ע שטייט אז מען גייט תשעה באב צו א בית החיים, שרייבט ער אז אונזערע רבי' און אבות האבען זיך נישט אזוי געפירט, און איינע פון די טעמים איז וויבאלד תשעה באב קען מען נישט גיין און מקוה פאר דעם
ביי ביי.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

משה'עלע האט געשריבן:גיין און מקוה פאר מען גייט צו א ציון

מען פלעגט גיין און מקוה פאר מען גייט צו א ציון (מי שדוע לו המקור נא לשלוח פ"ה ואתקנו בשמו)

און נמוקי או"ח פונעם מונקאטשער רב (סימן תקנ"ט) שרייבט ער אז אפי' און שו"ע שטייט אז מען גייט תשעה באב צו א בית החיים, שרייבט ער אז אונזערע רבי' און אבות האבען זיך נישט אזוי געפירט, און איינע פון די טעמים איז וויבאלד תשעה באב קען מען נישט גיין און מקוה פאר דעם

ומנהג אבותינו צו גיין אין מקוה 'נאכן' זיין אויפן פעלד [בעפארדעם זיכער, מען גייט דאך יעדן אינדערפרי] און אויך נאך א לויה בר מינן.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

כבוד הרב קרעמער יישר כח פאר די הוספה און פארן אויפמערקזאם מאכען
כהאב געהאט געזען עטליכע מקורות אויף א באזונדער טבילה נאר פארן גיין צו מקומות הקדושים (אזווי פאר חנוכה ליכט וכדומה) כדענק נאר נישט
אבער באמת איז דאס וואס כהאב געברענגט איטערסאנט און נוגע ווען מפארט מקומות הקדושים און סאיז שווער צוצוקימען צו א מקוה, אז דער מנחת אלעזר האט אנגענומען אז מזאל ענדריש נישט גיין צו קיים קברי צדיקים ווי גיין אן א מקוה (און אנקעגען א סיעף און שו"ע) כהאב נישט געזען אז מזאל זיך אזוי פירען
ביי ביי.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

בענין הליכה למקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דער רבי דער ברך משה האט אויך אלץ מקפיד געווען ווען ער איז געפארן
אויף קברי צדיקים צי גיין און מקוה פארדעם.
געהערט פון ר' יוסף חיים גרינוואלד זאל זיין געזינט.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

פאר מנעמט אן א פאסטען, גיין אויף קברי צדיקים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

פאר מנעמט אן א פאסטען, גיין אויף קברי צדיקים.

הגאון ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל שרייבט און א בריוו ווען ער איז געווען און שטאט פראג צו די קהילה און מיץ, נאך דעם וואס זיי האבען אים אויפגענומען פא רב (דער בריוו איז געדאטומט ט"ו סיון תק"א) וואס ער פארענפערט זיך פארוואס ער שטיפט אפ דאס קימען צום שטאט מיץ זאגט ער אז איך האב א חובת גברא צו גיין קיין מעהרין ביים עק פון ארץ שלעזיא זיך צו משתטח אויף די קברים פון מיינע עלטערן און שטאט אייבשיץ אז זיי זאלען אויף מיר בעטען רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”