רבי מנחם מענדל מזידיטשוב זי"ע, - י"א אדר תרס"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

רבי מנחם מענדל מזידיטשוב זי"ע, - י"א אדר תרס"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

היינט י"א אדר געפאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי מענדעלע זידיטשובער זי"ע

הרה"ק רבי מנחם מענדל מזידיטשוב זי"ע איז געבוירן געווארן אין יאר ת"ר אלס דער פינפטער זוהן צו זיין פאטער הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זי"ע און זיין מוטער הרבנית הצדיקת ליבא ע"ה, פון זיין גאר פריע יוגנט האט ער זיך שוין אויסגעצייכנט מיט גאר מורא'דיגע יראת הרוממות און נישט מסיח דעת געוועהן פון תורה ועבודת השי"ת און יעדער האט שוין אלס גאר יונג קינד מעיד געוועהן אז עס וואקסט דא עפעס אן אויסטערלישע גרויסע צדיק.

זיין נאמען מנחם מענדל האט ער געטראגן נאך הרה"ק רבי מענדעלע רימאנוב'ער זי"ע ווי זיין הייליגע טאטע פלעגט צו פארציילן אז פאר ס'איז איהם געבוירן געווארן דעם זוהן איז הרה"ק רבי מענדעלע רימאנוב'ער זי"ע געקומען צו איהם אין חלום און איהם געזאגט וויסן זאלסטו אז איך בין שוין געוועהן בזה העולם כמה וכמה פעמים, בימי התנאים בין איך געוועהן א תנא און בימי האמוראים בין איך געוועהן אן אמורא און אזוי האט ער איהם אויסגערעכנט די צייטן פון די רבני סבראי און די תקופת הגאונים ביז די צייטן פון די תלמידי הבעל שם טוב זי"ע, האט ער איהם געזאגט במשך די אלע גלגולים האב שוין זוכה געוועהן מתקן צו זיין מיין גאנצע קומה שלימה חוץ פון מיין נאז און יעצט וועט געבוירן ווערן ביי דיר א זוהן וואס ער וועט מתקן זיין מיין חוטם במילא בעהט איך דיר זאלסט איהם א נאמען געבן נאך מיר. וכך הוה רבי אייזיקל זידיטשובער האט איהם א נאמען געגעבן מנחם מענדל און ער האט טאקע געהאט א געוואלדיגע עבודה מיטן חוטם סיי מיטן כסדר טאפן דעם חוטם און ספעציעל מיטן שמעקן בשמים און טאבאק, אויף דער עלטער ווען ער איז נישט געזונט געווען האט איהם די דאקטאר אמאל געזאגט אז ער מוז אויף הערן צו שמעקן טאבאק ווייל עס שאדט זייער פאר זיין געזונט האט ער זיך אנגערופן צו זיין זוהן רבי חיים אברהם וואס זאל איך זאגען דעם דאקטער וואס פארשטייט ער דען, ווען נישט דעס וואס האב איך דא בכלל צו זוכן, און ער האט טאקע נישט מפסיק געווען פון זיין עבודת הקודש.

רבי מענדעלע איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ק רבי חיים אברהם פון מיקאליוב זי"ע דער איידעם און מ"מ פון הרה"ק רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זי"ע נאך די חתונה האט ער געגעסן קעסט ביים שווער ווי ער איז געליגן ראשו רובו אין תורה ועבודה און שרייבן זיינע הייליגע ספרים ווי ער דערמאנט פיל מאל זיין גרויסן שווער, ביז צו די פטירה פונעם שווער און דעמאלס איז ער אויף גענומען געווארן אלס מ"מ פונעם שווער אלס רב ואב"ד אין שטאט מיקאליוב און שפעטער האט ער זיך אומגעקערט קיין זידיטשוב ווי ער איז נתפרסם געווארן מיט זיינע הייליגע תורות און ספרים בדרך זידיטשוב.

ער שרייבט אויף זיך אז ער האט מחבר געוועהן כאלף ספרים טייל פון זיינע ספרים זענען היינט בנמצא ס'איז מורא'דיגע שווערע ספרים אפילו פאר די וואס פארשטייען אין תורת הקבלה והסוד אין זידיטשוב האט מען גערופן זיינע ספרים די ספרן של מלאכים.

איבער זיין געוואלדיגע זכרון און גאונות ווערט פארציילט אז ווען זיין טאטע פלעגט איהם בעטן אינמיטן תורה זאגן ער זאל איהם דערמאנען א זוהר אדער א גמרא צו א מדרש וכדומה פלעגט ער אנפאנגען זאגן דארט ווי די טאטע האט איהם געבעטן און ער פלעגט נישט ענדיגן ביז ער האט איהם געבעטען אזוי פלעגט ער זאגן ווארט ביי ווארט כקורא מתוך הספר און די טאטע פלעגט איהם אסאך מאל לאזן זאגן א לענגערע צייט ווייל ער האט א מורא'דיגע הנאה געהאט צו הערן ווי ער זאגט אויסערווייניג.

עס ווערט אויך פארציילט אז ער איז געווען א מאל אין א באד אויף אפרוה און עס זענען געוועהן דארט א סאך רבנים ומוראי הוראה (כ'געדענק נישט יעצט די נעמען ווער) און עס האט זיך געמאכט עפעס א שווערע שאלה אין הלכות עירובין און קיינער האט נישט געהאט דארט קיין שלחן ערוך מעיין צו זיין האט מען איהם געבעטן ער זאל פסק'נען האט ער געענטפערט אז זידיטשוב איז רחמים וחסדים און עטס ווילטס איך זאל פסק'נען א דין? איך קען אייך אזויפיל ארויס העלפן אז איך וועל אייך פארזאגן די גאנצע שלחן ערוך מיט די נושאי כלים און איהר וועט שוין פסק'נען, און אזוי האט ער טאקע געטוהן ער האט פאגעזאגט די גאנצע שלחן ערוך אויף דעם ענין מיט די טורי זהב און די מגן אברהם און אזוי האבן זיי זיך אן עצה געגעבן. האבן זיי שוין נאך דעם ערלעדיגט מען זאל אפיר ברענגען א שו"ע האבן זיי זיך איבערצייגט אז ער האט טאקע נישט אויס געלאזט און נישט מוסיף געוועהן קיין איין ווארט נאר פארגעלערנט ככתבו וכלשונו.

זי"ע ועל כל ישראל
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

די באוואוסטע רביצין הצדיקת מרת שרה שלאמצא, וועלכע האט עולה געווען קיין ארץ ישראל און געפירט דארט א גאנצע עבודה, איז געווען זיין טאכטער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ווער זענען היינט אייניקלעך פון איהם

זידיטשויב (כהנא) זענען אייניקלעך פון איהם?
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

יא. נכדי ר' צבי כהנא חתן ר' ברוך מבריזדאוויץ חתן ר' מענדל מזידיטשויב. מ' שרה שלאמצא איז געוועהן ר' ברוך'ל בריזדאוויצער רעביצין.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הרה''ק רבי איציקל מסטיטשין זי''ע איז געווען אן איידעם ביי עם
דביה תחדי נפשא
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

די רובי'נס פון קערעסטיר דארפן אויך זיין אייניקלעך
ר' מאיר יוסף פון קערעסטיר איז א זון פון ר' ברוכ'ל
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געהערט עפעס א מעשה וואס מהר"א מסאטמאר פארציילט פון איהם, אז ס'איז געווען אמאל וואס ער האט געהאט א משפט
און עפעס האט ער דערזעהן דעם נאמער 131 איבערן שופט, און ער איז געווארן ווילד (בגי' סמא". ) און דער שופט האט איהם דעריבער באפרייט זאגענדיג אז ער איז צורידערט

ווייסט איינער עפעס מער דערוועגן (געהערט לאנג צוריק איש מפי איש מכלי ששי, געדענק איך שוין נישט פונקליך די מעשה)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2011 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קמח »

די מעשה איז געווען אזוי
איינער האט אנגעקלאגט דעם צדיק, און ער האט זיך געדארפט שטעלן צום משפט, פארן אריין גיין צום שופט, האט ער א שטויס געטוהן די טיהר צו זעהן פאר דעם וואס דארט קומט פאר, און ער האט געזעהן דעם נאמבער 131 וואס איז דאך בגימטריה דעם ס"מ'ס נאמען, האט ער גענומען גלייך זאגן טמא טמא פע פע פע וכו' פסוקי יחוד א.ד.ג. כדרכו בקודש, און צוגעשמעקט טאביק, אזוי אז דער שופט האט דערזעהן א איד וואס איז צורידערט, פרעגט ער דעם מסור ווער איז דער משוגענער, זאגט ער איהם דער איז דער אנגעקלאגטער.
דער שופט האט זיך אויפגערעגט און געהייסן בפארייען דעם צדיק, און דעם מסור איינגעזעצט וועגן בזיון בית משפט

כך שמעתי.
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

דאכט זיך מיר אז מהר"א דערציילט מיט מער אריכות עפעס וועגן אז דער שופט האט געזאגט וועגן דין, און ר' מענדעלע איז געווארן פארטיפט אין אדנ"י און המתקת הדינים, עפעס אזוי
ביז דער שופט האט באמערקט אז דא רעדט זיך פון א העכערע איד וואס איז קיין מורד במלכות, און האט איהם באפרייט
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איך געדענק א לענגערע נוסח, וואס לויט דעם האט ר' מענדעלע מסביר געוועהן דעם ריכטער ע"פ קבלה אז מען טאר נישט שמאגלן, 'דינא דמלכותא דינא, אז מען איז פוגם (?) אין דין איז מען פוגם אין מלכות...', מיט'ן זידיטשויבער קוועטש.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אדרבה
ווער ס'האט א קלארער נוסח ווערט געבעטן צו שרייבן די מעשה מתחלה ועד סוף בבירור
לטובת די וועלט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

חרוזים האט געשריבן:די רובי'נס פון קערעסטיר דארפן אויך זיין אייניקלעך
ר' מאיר יוסף פון קערעסטיר איז א זון פון ר' ברוכ'ל

יא
און די קאסאנער משפחה (נאר ר' ישראל'טשע'ס אייניקלעך) זענען אויך אייניקלעך, ווייל ר' ישראל'טשע איז געווען א איידעם ביי ר' מאיר יוסף
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

און די סוליצ'ער און מוזשאויער און סאסרעגענער רובינ'ס זענען דאך די זעלבע משפחה, זענען זיי דעמאלס אויך אייניקלעך. עפעס אזוי פארשטיי איך.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

יא יא
דאס איז די זעלבע רובין'ס
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

רבי חיים אברהם בן רבי מענדעלע זידיטשובער האט געהאט א טאכטער הרבנית הצ' מבאסטאן ע"ה אשת הרה"צ ר' משה'לע הורוויץ מבאסטאן ב.פ. זצ"ל וואס איז נפטר געווארן אפאר יאר צוריק אין גאר טיפע עלטער, לכאורה איז זי געוועהן די לעצטע אור אייניקל פון הרה"ק רבי אייזיק'ל זידיטשוב'ער זי"ע
זה הקטן גדול יהי'
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

אין ספר שיח זקינים ברענגט ער בשם הגאון הגדול ר' פישל הערשקאוויטש שליט"א אב"ד האליין ודמו"ץ קלויזנבורג, אז ביי די לויה פון רבי מענדעלע זידיטשובער האט דער מהרש"ם אנגעפאנגען מספיד צו זיין האט ער אנגעהויבן מיט די פסוק אין איכה, "עיני עיני ירדה מים כי רחק ממני מנחם משיב נפשי" און גלייך ווען ער האט ארויסגעזאגט די ווערטער פון מויל האט ער גע'חלש'ט און מען האט איהם געדארפט דערמונטערן
זה הקטן גדול יהי'
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ווער איז די

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ראשי תיבות דא ח"א?
אטעטשמענטס
ziditchov lady (550x413).jpg
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

dovidal האט געשריבן:ראשי תיבות דא ח"א?

דאס איז רבי חיים אברהם זצ"ל ממלא מקום פון טאטע'ן רבי מענדלע זצוק"ל אין זידיטשויב.
.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

היינט די יא"צ
האט פארציילט א איד פאר הה"צ ר' פינחס שלום מקאסאן זצ"ל (אביו של הה"צ ר' מנחם ישראל, ור' משולם זצ"ל מקאסאני) פון די בראנקס
אז ער איז געזעצן אויף די באן מיט רבי ר' מענדעלע זידיטשויבער זיע"א און דער איד האט באמערקט אז דא רעדט זיך פון א איש מורם מעם. האט ער זיך צוגעזעצט נעבן דעם זידיטשויבער רבי
אזוי זיצנדיג רופט זיך ר' מענדעלע אן צו אים, יונגערמאן א רייניש א טויזנטער, דער איד האט מתחילה נישט פארשטאנען וואס דער צדיק וויל פון אים, אבער נאכדעם האט ער געטראכט, וואס קען ער שוין דערלייגן, האט ער דערלאנג א רייניש פאר דעם צדיק.
רופט זיך דער צדיק ווידער אן, נו? ווי איינער זאגט, דאס איז דאס? האט דער איד צוגעלייגט נאך א רייניש, פרעגט אים דער צדיק נאך אמאל, און שוין?, האט דער איד געגעבן נאך א רייניש, אזוי איז דאס געגאנגען ביז ניין רייניש,

פארציילט דער איד, פרעג מיר נישט ווי אזוי, אבער ווען איך בין א אהיים געקומען, האב איך פארדינט 9 טויזנט רייניש, כדבריו כן היה

כן תהיה לנו ולכל ישראל
9 טויזנט רייניש טעגליך פאר יעדן איינעם.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

איך האב געהערט אז י"א די יא"צ איז י"ב און נישט י"א, האט איינער מקורות דערויף?
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

טהור-עיניים האט געשריבן:און די סוליצ'ער און מוזשאויער און סאסרעגענער רובינ'ס זענען דאך די זעלבע משפחה, זענען זיי דעמאלס אויך אייניקלעך. עפעס אזוי פארשטיי איך.

איך מיין אז זיי זענען פון די נאנסטע אייניקלעך פון הרה"ק רבי אייזיק זידיטשויבער זי"ע ווייל זייער באבע אשת הרה"ק ר' ברוך מ'ביזדאוויץ זצ"ל איז געווען א רעכטער זידיטשויבע אייניקעל. ווי אויך האחים מגאלאנטא און בורשטין שליט"א זענען די זעלבע דור ווייל זייער זיידע הרה"ק רבי יצחק אייזיק מנחם מ'פודהייץ זצ"ל איז געווען א זוהן פון הרה"ק רבי שלמה יעקב זצ"ל בן הרה"ק מ'זידיטשויב זצ"ל.

איז אפשר דא נאך אייניקלעך אזוי נאנט?
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

ביידעלע האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:און די סוליצ'ער און מוזשאויער און סאסרעגענער רובינ'ס זענען דאך די זעלבע משפחה, זענען זיי דעמאלס אויך אייניקלעך. עפעס אזוי פארשטיי איך.

איך מיין אז זיי זענען פון די נאנסטע אייניקלעך פון הרה"ק רבי אייזיק זידיטשויבער זי"ע ווייל זייער באבע אשת הרה"ק ר' ברוך מ'ביזדאוויץ זצ"ל איז געווען א רעכטער זידיטשויבע אייניקעל. ווי אויך האחים מגאלאנטא און בורשטין שליט"א זענען די זעלבע דור ווייל זייער זיידע הרה"ק רבי יצחק אייזיק מנחם מ'פודהייץ זצ"ל איז געווען א זוהן פון הרה"ק רבי שלמה יעקב זצ"ל בן הרה"ק מ'זידיטשויב זצ"ל.

איז אפשר דא נאך אייניקלעך אזוי נאנט?


אויך האדמו"ר מבוסטון פלעטבוש א זון פון הרבנית מבוסטון וואס איז געווען א טאכטער פון רבי אברהם חיים מזידיטשוב בן הרה"ק רבי מנחם מענדל זי"ע
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אויך דער סטיטשינע רבי רבי יודעלע איז געווען א רעכטע אייניקל
דביה תחדי נפשא
ערגעץ
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערגעץ »

די רעבעצין שרה שלאמצא איז אין א געלעגנהייט אריין צום מרן מהר"א מבעלזא זי"ע, און ער האט זיך אויפגעשטעלט אביסל פונעם בענקל לכבודה ולכבוד אביה, און געזאגט, "אה, ר' מנדעלע זידיטשובער'ס טאכטער", מהר"א זי"ע האט איר געגעבן א גריס פון אירע צוויי קינדער וואס ער האט געזעהן אין פעסט, הרה"צ ר' יי"י פון סאסרעגען און הרה"צ ר' מאיר יוסף פון קערעסטיר, און ווען זי האט געפרעגט וואס וועט זיין מיט זיי? האט מהר"א זי"ע גענטפערט מיט א קרעכטץ "וואס זאל איך זאגן", און שפעטער איז מען געוואויער געווארן אז ביידע זענען נעקד געווארן עקה"ש.
טייטל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2011 12:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייטל »

הסרפד האט געשריבן:יא. נכדי ר' צבי כהנא חתן ר' ברוך מבריזדאוויץ חתן ר' מענדל מזידיטשויב. מ' שרה שלאמצא איז געוועהן ר' ברוך'ל בריזדאוויצער רעביצין.

די כהנא משפחה (הרה"צ ר' יוסף מאיר ב"ר צבי מספינקא ירושלים זצ"ל) זענען געבליבן לפליטה דורך וואס זייער באבע מ' שרה שלאמצא, וואס האט שוין געוואוינט אין א"י פון פאר'ן קריג, און זיי ערלעדיגט פאפירן/סערטיפיקאטן. זי איז געגאנגען פראבירן ביי די אימיגראציע אופיס צו באקומען פאפירן פאר איר אייניקל ר' יוסף מאיר מיט'ן רעבעצין און עטליכע קינדער (וואס זענען שוין דעמאלס געווען געבוירן), און יעדער האט איהר אויסגעלאכט אז זי חלומ'ט צו באקומען פאפירן פאר א משפחה מיט קליינע קינדער, אבער זי איז אהין געגאנגען, און דארטן האט איר אנגעטראפן א ארבעטער וואס האט געדענקט איהר מיט איהר משפחה נאך פון דער היים (אין בריזדאוויץ אדער ערגעץ אנדערש), און האט נושא חן געווען ביי איהם און באקומען די פאפירן.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”