בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

יוצאי חלציו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איז באקאנט פרטים איבער זיינע קינדער?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

הרה"ק רבי יצחק אריה
זעקיל לייב ווארמסער זצוק"ל
ה'בעל שם' ממיכלשטאט


דער בעל שם פון מיכלשטאט איז געבוירן געווארן בשנת תקכ"ח אינעם שטאט מיכלשטאט אינעם ארבאך ראיאן וואס געפינט זיך אינעם העסען פראווינץ אין דייטשלאנד, צו זיין טאטע הג"ר מתתיהו - א טעקסטיל סוחר אין מיכלשטאט, און זיין מאמע מרת שרל'ה. זיינע עלטערן האבן געבוירן צען קינדער - א טייל זענען אוועק אינג. דער בעל שם איז געווען דאס אכטער קינד און האט מאריך ימים געווען מער פון אלע זיינע געשוויסטער.


צור מחצבתו


אנהייב האט זיך דער בעל שם גערופן מיטן משפחה נאמען 'מאטעס' ע"ש זיין טאטע ר' מתתיהו, דעם נאמען 'ווארמסער' האט ער גענומען ווען די ארטיגע רעגירונג האט - בשנת תקס"ח - געפאדערט פון יעדעם צו האבן אן אפציעלן פאמיליע נאמען. דעם נאמען האט ער גענומען ע"ש זיין עלטער זיידע (אבי סבו הג"ר יעקב מיכלשטאט, אבי אביו הג"ר מתתיהו) הג"ר יצחק זעקלין אייכל לואנץ - שעל שמו נקרא - וואס האט געוואוינט יארן לאנג אין ווארמס, און האט געדינט דארט אלס א דיין. דער טאטע פון הג"ר יצחק זעקלין האט געהייסן הג"ר משה ברוך עלזאס, וואס צייגט אז די פאמיליע איז געקומען פון עלזאס קיין ווארמס און דערנאך קיין מיכלשטאט.

דער בעל שם'ס זיידע, הג"ר יעקב מיכלשטאט, האט געהייראט מרת יטל'ה א טאכטער פון הג"ר מתתיהו ארוויילער וואס האט געדינט אלס רב פון ק"ק בינגען און דערנאך אלס רב פונעם קלויז אין מאנהיים און צום סוף אלס רב פון ק"ק היידלבערג. דער טאטע פון הג"ר מתתיהו, הג"ר הירץ ארוויילער, איז געווען א דיין אין פראנקפורט. די פאמיליע האט ווארשיינליך געשטאמט פונעם שטאט ארוויילער.

הג"ר יעקב מיכלשטאט הנ"ל איז געווען אן אור אייניקל (בהג"ר יצחק זעקלין הנ"ל, בהג"ר משה ברוך עלזאס הנ"ל) פון הרה"ק רבי אליהו לואנץ ה'בעל שם' מווארמס, וואס האט געדינט אלס רב אין פארשידענע קהילות: ווארמס, פולדא, האנאו, מיינץ, פרידבורג, און סוף ימיו איז ער צוריק קיין ווארמס. ער איז געווען א גדול בנגלה ונסתר, און האט איבערגעלאזט אפאר ספרים נאך זיך: רנת דודים - ביאור על שיר השירים (באזל ש"ס); הגהות על הסמ"ג (באזל ש"ס); מכלול יופי - ביאור מגילת קהלת (אמסטערדאם תנ"ה); ויכוח יין עם המים (אמסטערדאם תקי"ז), אזוי אויך האט ער איבערגעלאזט כתבים, צווישן זיי אדרת אליהו אויפן זוה"ק.

דער זיידע פונעם בעל שם פון ווארמס איז געווען דער באוואסטער שתדלן הג"ר יוסלמאן מרוסהיים, וואס זיין מאמע איז געווען פון משפחת לוריא, אייניקלעך פון רש"י הק'.


זיינע יונגע יארן


אין זיינע יונגע יארן איז דער בע"ש געזעצן אין זיין היימשטאט מיכלשטאט אין געלערנט סיי לימודי קודש און סיי אנדערע זאכן, ווי נגינה און די דויטשע שפראך. זיין טאטע האט געוואלט ער זאל זיין א סוחר און האט אים דעריבער געשיקט אפאר מאל צום דערנעבנדן שטאט ארבאך.

זייענדיג דרייצן יאר אלט האט ער געוואלט גיין לערנען אין א ישיבה, אבער זיינע עלטערן - אפשר צוליב זייער געדריקטן מצב - האבן נישט געוואלט. דער שטאטישער חזן האט מיט אים געלערנט משניות, אבער ביז א קורצע צייט האט ער מודה געווען אז ער האט נישט גענוג קענטעניס נאכצוקומען דעם קינד'ס פארלאנג אין לערנען.

נאך צוויי יאר האבן זיינע עלטערן מסכים געווען אז ער זאל גיין קיין 'מארציג' לערנען גמרא ביים ארטיגן רב. אויפן וועג איז ער אבער קראנק געווארן און האט געדארפט צוריק אהיימגיין. צוויי חדשים איז ער געלעגן אין בעט אויסנוצנדיג די צייט צו לערנען מיט א גרויסן פלייס.

זייענדיג זעכצן יאר אלט - אנהייב יאר תקמ"ד איז דער בע"ש אריין לערנען אינעם ישיבה אין פראנקפורט אונטערן גרויסן ראש הישיבה רבי נתן אדלער.

פינף יאר האט דער בע"ש געלערנט אינעם פראנקפורטער ישיבה, פון יאר תקמ"ד ביז תקמ"ט. דארט האט ער קונה געווען - ווי אלע תלמידי רבי נתן אדלער - זיין דרך החיים פון סיגופים און תעניתים, און אויך די נטייה צו חכמת הקבלה וואס האט זיך דאן פארשפרייט בקרב די אשכנזי'שע קהילות.

נ.ב. מאנכע שרייבן אז דער בע"ש האט געלערנט ביי רבי נתן אדלער צוזאמען מיטן חתם סופר, אבער דאס איז נישט ריכטיג. דער חתם סופר האט געלערנט אין פראנקפורט ביי רבי נתן אדלער ביז יאר תקמ"ב וואס דאן האבן זיי פארלאזט פראנקפורט און זענען געגאנגען קיין באסקאוויץ, און ווען רבי נתן אדלער איז צוריקגעקומען קיין פראנקפורט אום יאר תקמ"ד - וואס יענעם יאר איז דער בע"ש אריין אין ישיבה - איז דער חתם סופר נישט מיטגעקומען.


אין מיכלשטאט - ערשטע תקופה


אום יאר תקמ"ט האט דער בע"ש געהייראט מרת אדעלהייד א טאכטער פונעם סוחר ר' אייזיק רייס פון פראנקפורט.

קורץ דערויף אום יאר תק"נ איז דער בע"ש צוריקגעגאנגען וואוינען אין זיין היימשטאט מיכלשטאט, און ער האט דאן באקומען א שוץ בריוו פונעם גראף פון ארבאך (וואס מיכלשטאט געפינט זיך אין איר ראיאן). ער האט זיך באזעצט אין זיין טאטע'ס הויז און איז געזעצן על התורה ועל העבודה, ליידנדיג א שווערע דחקות, ווען א געוויסע תקופה זענען ער מיט זיין ווייב געלעגן קראנק אין בעט מיט א שווערן מחלה.

אום יאר תקנ"ח, אלט זייענדיג דרייסיג יאר, האט דער בע"ש זיך אונטערגענומען צו זיין א מסתפק במועט, אינדערוואכן איז זיין מאלצייט אסאך מאל באשטאנען פון א וואסער זופ און א שווארצע קאווע, אמאל אמאל אויך ירקות, אפילו שבת פלעגט ער נישט עסן מער ווי א בונדלעך זופ און צולאזטע פעטנס, און צומאל אויך א שטיקל פיש. אנגעהויבן פון דעם יאר האט ער זיך אויפגעהערט צו שערן די בארד.

אום י"ז טבת תקס"ב איז ער נתייתם געווארן פון זיין טאטע הג"ר מתתיהו, ווי ער שרייבט אינעם ספר הזכרת נשמות פון ווארמס: אדוני אבי כ"ה מתתיהו בן כהר"ר יעקב זצ"ל. בעבור זכות גמילות חסדיו שיסד ביתו בית הקודש לקדושה אמיתית, לקיים דברי חכז"ל: כל בית שנשמעין בו דברי תורה [בלילה שוב אינו נחרב]. וזכות זה יגין ויליץ בעד נשמתו, להנות מאורה עם שאר צדיקים בישיבה של מעלה, על דבר מאמר חכמינו ז"ל: גדול המעשה יותר מהעושה. מלבד מה שקיים מאמר חכז"ל, כנודע לכל: גדול הכנסת אורחים מקבלת פני שכינה. ונתן בעבור זה לכבדו ולרוממו חצי ליטרא שעוה למאור, וח"י צ"ל [צלמר] להקדש. נפטר יום שלישי שבעה עשר לחודש טבת שנת חמשת אלפים וחמש מאות וששים ושתים לבריאת עולם, ויזכה לתחייה עם שאר בעלי תחייה.

דורכאויס דעם תקופה האט דער בע"ש נישט געדינט אויף קיין רבנות פאסטן, דאס איז געווען אין רעזולטאט פון די קעגנערשאפט פון א טייל חברי הקהילה צום בע"ש, וואס זיי האט גאר אויפגערעגט זיין פרישות, זיי האבן אים געשטערט פון באקומען א רבנות פאסטן און זאגאר באשמוצט איבער זיין קבלה מעשים אזש ביזן אים איינזעצן אין טורמע פאר א קורצע צייט.

נאך צוואנציג פון זיין חתונה, אום יאר תקס"ט, איז זיין ווייב נפטר געווארן איבערלאזנדיג פינף קינדער יונגע יתומים. זיין ווייב'ס פטירה אין צוגאב צו די רדיפות פון זיינע קעגנער האט צוגעברענגט אז ביים ענדע פון שנת האבל פון זיין ווייב, אום יאר תק"ע, איז דער בע"ש אריבער קיין 'מאנהיים'.


אין מאנהיים


אום יאר תק"ע איז דער בע"ש אריבער קיין מאנהיים, און האט דארט געזוכט א פרנסה. אין אן ארטיגע שפיטאל האט זיך דאן געפינען א גייסטיש קראנקער וואס די דאקטורים האבן איר נישט געקענט אויסהיילן, דער בע"ש האט אבער איר מצליח געווען אויסצוהיילן אין א קורצע צייט. דאס איז געווען די אנהייב פון זיינע פולע רפואה מעשים מיט וואס ער איז באקאנט געווארן. פון דעמאלטס אן האט מען אים אנגעהויבן רופן "בעל שם".

קורץ דערויף איז ער א חתן געווארן מיט מרת חנה בענציגער, א 17 יעריגע מיידל פון מאנהיים. די מאנהיימע אידן האבן געבעטן דער בע"ש צו בלייבן וואוינען אין מאנהיים, אבער ער האט זיך אנטזאגט, און האט זיך צוריקגעקערט קיין מיכלשטאט מיט זיין כלה, און האט איר דארט געהייראט.


אין מיכלשטאט - צווייטע תקופה


אום יאר תקע"א האט זיך דער בע"ש צוריקגעקערט קיין מיכלשטאט, און איז שוין דארט געבליבן וואוינען ביז זיין פטירה. באלד ביים אנקומען האט ער זיך געוואנדן צו די רעגירונג בנוגע זיין אויפנעמען אלס רב פונעם ארבאך ראיאן, אבער צוליב די התנגדות פון געוויסע עשירים פון מיכלשטאט וואס עס האט זיי פארדראסן זיין דרך הקבלה און סיגופים איז דאס נישט ארויס מכח אל הפועל.

אום יאר תקפ"ג איז דער בע"ש אויפגענומען געווארן אלס רב פון מיכלשטאט אינאיינעם מיט הג"ר וואלף מאהר וואס האט אויך געדינט אלס שו"ב און חזן פון מיכלשטאט, און זייער רבנות האט אריינגערעכנט אפאר שטעטלעך ארום מיכלשטאט. אום יאר תקצ"ו איז נפטר געווארן אינעם שטאט דארמשטאט דער רב פונעם ארבאך ראיאן, הג"ר ישראל קלמן מאנקבורג. דער בע"ש איז דאן געווען דער עלסטער רב אינעם ראיאן וואס איז געווען בארעכטיגט דערפאר, אבער ער האט זיך אנטזאגט דאס אנצונעמען. למעשה איז די רבנות פון מיכלשטאט בטל געווארן נאך וואס די צוויי רבנים זענען נפטר געווארן - הג"ר וואלף מאהר אום תר"ז, און דער בע"ש א יאר דערויף אום תר"ח, און איז געווארן צוזאמגעשטעלט מיטן דארמשטאט רבנות.


די שריפה


אין איינע פון די נעכט אום יאר תקפ"ה האט זיך דער בע"ש גע'חלומ'ט אז זיין הויז ווערט פארברענט מיט זיין גאנצע פארמעגן. ווען דאס חלום האט זיך איבערגע'חזר'ט אפאר מאל האט דאס דער בע"ש דערציילט פאר זיין עלסטער זוהן, זיין פלימעניק און פאר זיין יוגענט פריינט בערל בערנהיימער פון מיכלשטאט. דער בע"ש האט נישט געוואלט פארקויפן דאס הויז, וואס איז געווען זיינע עלטערנ'ס וואוינארט, וויבאלד עס האט זיך געפינען דארט א ניינציג יעריגע ביהמ"ד, דעריבער האט ער פארזיכערט זיין הויז קעגן פייער.

אין איינע פון די נעכט אום סוף חודש אלול תקפ"ה האט דאס פאסירט. ארום חצות ביינאכט האט א פייער זיך אנגעכאפט אינעם הויז, און קוים קוים האט זיך דער בע"ש ארויסגעראטעוועט פונעם ברענעדיגן הויז, אבער דאס גאנצע הויז מיט די גאנצע פארמעגן דערין איז פארברענט געווארן טאטאל, אלע ספרים פון זיין גרויסע לייברערי זענען פארברענט געווארן - דערין כתבי ידות פונעם בע"ש, פארברענטע בלעטער פון זיינע ספרים זענען געפינען געווארן אזוי ווייט ווי צוויי שעה אוועק פון זיין הויז. די שריפה האט זיך פארשפרייט צו די ארומיגע הייזער, און צוואנציג הייזער זענען דאן פארברענט געווארן. אין א קונטרס וואס דער בע"ש האט געשריבן א יאר שפעטער איז פארהאן א דעטאלירטע רשימה פון קליידער און שטוב חפצים - אריינגערעכנט פון זיינע קינדער, ווארשיינליך אין פארבינדונג צום שריפה.

די שמועה פונעם שריפה האט זיך ווייט פארשפרייט, און אפאר קהילות - בעיקר פראנקפורט דמיין - האבן געשיקט געלט פארן בע"ש זיך צו קענען צוריקשטעלן אויף די פיס. די געלט, אינאיינעם מיט די געלט פונעם פייער פארזיכערונג האבן ערמעגליכט צו קויפן א נייע הויז, קויפן ספרים און אויך צוריק אויפמאכן זיין ישיבה.


זיין ישיבה


אנהייב פונעם ערשטן תקופה פון זיין וואוינען אין מיכלשטאט האט דער בע"ש אויפגעמאכט א ישיבה אין זיינע עלטערנ'ס הויז, און דארט זענען געקומען בחורים פון פארשינדענע געגנטער אין דייטשלאנד, אריינגערעכנט: באדן, בייערן, ווירטעמבורג און קוהרהעסען.

די מיכלשטאטע קהילה, וואס האט דאן געציילט קוים צוואנציג פאמיליעס, האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט די מאלצייטן פון די איבער זיבעציג ישיבה בחורים. צו דעם איז צוגעקומען די התנגדות פון א טייל חברי הקהילה, די עשירים, קעגן די ישיבה, זיך באקלאגנדיג אויפן פלייץ פון פרעמדע בחורים, און האבן ביים צוריקקער פונעם בע"ש קיין מיכלשטאט (אום יאר תקע"א) גע'פועל'ט ביי די רעגירונג אז זיי זאלן פארבאטן פארן בע"ש צו ברענגען מיט זיך נייע בחורים. צוליב דעם האט דער בע"ש גענומען אויף זיך די שפעזן פון זיינע תלמידים וואס האבן נישט געהאט וואו צו עסן, און זיי פלעגן עסן ביי אים אינדערהיים.

די אלע געלטער וואס מענטשן פלעגן אים געבן נאך וואס דער בע"ש האט זיי געהאלפן מיט רפואות וישועות, האט ער נישט גענומען פאר זיך, נאר דאס גלייך געגעבן פאר די ישיבה געברויכן. אזוי אויך האבן די קהילות פון פראנקפורט און מאנהיים פון מאל צו מאל געשיקט געלט פארן ישיבה. אזוי אויך פלעגן ארומגיין אין דייטשלאנד שליחים צאמקלייבן געלט פארן ישיבה.

די געלט וואס דער בע"ש האט באקומען נאכן שריפה פון זיין הויז אום יאר תקפ"ה, האבן ערמעגליכט דאס צוריק-אויפבוי פונעם ישיבה וואס איז דאן פארברענט געווארן, און ווי זיין זוהן שרייבט איז דאס געווען די גרעסטע שמחה פאר אים.

אפאר נעמען פון תלמידים זענען באקאנט: הג"ר מרדכי בער אבד"ק באטהאוזען; הג"ר אליעזר בלומענטאל; הג"ר משה אדלער; הג"ר איציק ב"ר חיים.


סוף ימיו ופטירתו


אין זיינע לעצטע יארן איז דער בע"ש געווען קראנק, און איז פול מאל געלעגן אין בעט פאר א לענגערע צייט, ער האט זיך אבער קיינמאל נישט באקלאגט אויף זיינע יסורים, און האט דאס פראבירט צו באהאלטן פון זיין פאמיליע. צוליב זיין שוואכקייט האט ער סוף ימיו אנגעטוהן וואלענע קליידער.

ווען ער איז געווארן זיבעציג יאר אום יאר תקצ"ח, האבן די קהילות פון בערפעלדן און רימבאך - וואס זענען געווען אונטער זיין רבנות - אפגעראכטן א גרויסארטיגע מסיבה לכבודו אינעם ביהמ"ד אין בערפעלדן, די צוויי קהילות האבן אים דאן געשאנקן צוויי זילבערנע בעכערס. אין זיין דרשה ביים מעמד האט דער בע"ש גערעדט איבער זיין ארימקייט, און געבעטן אז מ'זאל זיך זארגן פאר זיין פאמיליע נאך זיין פטירה.

זיין געזונט צושטאנד האט אים געשטערט צו אנהאלטן זיין אויסערגעווענליכע התמדה אין לערנען, אבער מיט דעם אלעם האט ער נישט אויפגעגעבן אויף זיינע שיעורים וואס ער האט געגעבן, הגם מער נישט ברבים, אבער פריוואטע שיעורים האט ער נאך געגעבן.

די לעצטע ראש השנה לימי חייו, אום יאר תר"ח, זענען זיינע קינדער געקומען נעמען ברכת השנה פון זייער טאטע, אבער דער בע"ש האט נישט געקענט רעדן צוליב זיין שוואכקייט. דעם צווייטן טאג ר"ה האט ער געבעטן צו הערן די תקיעות, און דערנאך האט ער באפוילן די סדר פון זיין לוויה, און אז מ'זאל נישט טראגן זיין מיטה מיט א וועגעלע ווי די רעפארמער האבן איינגעפירט נאר אויף די אקסלן. אזוי אויך האט ער געבעטן אז מ'זאל גארנישט ענדערן אין זיין ביהמ"ד נאך זיין פטירה.

מוצאי צום גדליה - אור לד' תשרי תר"ח - האט דער בע"ש מיט זיינע לעצטע כוחות געדאווענט מעריב, און קורץ דערנאך איז ער נסתלק געווארן לחיי עד.

די לוויה איז באשטימט געווארן אויף צוויי טעג שפעטער - ו' תשרי, און עס האבן אנגעהויבן שטראמען מאסן מענטשן קיין מיכלשטאט פון א נאכט פארן לוויה. דאנערשטאג - ו' תשרי - נאכמיטאג איז די לוויה ארויס, מיטן באטייליגונג פון איבער אכט הונדערט מענטשן - אידן און גויים, נאכן ארון זענען געגאנגען די בני המשפחה, און נאך זיי די תלמידי הישיבה און הג"ר צבי בנימין אויערבאך אבד"ק דארמשטאט, נאכגעפאלגט ביי די בני הקהילות וואס זענען געווען אונטער די רבנות פונעם בע"ש. אזוי אויך האבן אנטייל גענומען א גרויסע נוצרישע עולם אינאיינעם מיט גלחים, אין שפיץ פון א משלחת פונעם גראף פון ארבאך און די שטאטראט. די כתבי ידות פונעם בע"ש זענען אויך געטראגן געווארן נאך זיין ארון.

ביים לוויה האבן מספיד געווען דער דארמשטאטער רב, צוויי מגי"ש פון מיכלשטאט (מן הסתם פונעם בע"ש'ס ישיבה), און דערנאך - להבדיל - צוויי גלחים. די מספידים האבן זיך געשטעלט אויף די מידות און פולע זכותים פונעם בע"ש, און זיין גמילת חסד פאר אידן און גויים צוגלייך.

מ'האט באערדיגט דעם בע"ש אינעם ביה"ח אין מיכלשטאט.


זיינע קינדער


פון זיין ערשטע ווייב האט דער בע"ש געהאט פינף קינדער:
▪ ר' יעקב הירש (געבוירן בשנת תקנ"ד)
▪ אשת ר' שמעון מוזעס
▪ מרת גנענדל (געבוירן בשנת תק"ס) אשת ר' אליהו צדוק שטרויס ממיכלשטאט (געהאט פערצן קינדער, רוב זענען אוועק יונג, איין זוהן ר' שמואל האט מאריך ימים געווען און איז געווען א באנקיר אין קארלסרוה)
▪ נאך צוויי קינדער וואס זענען אוועק יונג

פון זיין צווייטע ווייב האט דער בע"ש געהאט צען קינדער:
▪ ר' מתתיהו (געבוירן תק"ע)
▪ הילד יצחק (געבוירן תקע"ב, אוועק תקע"ו ביי די פיר יאר)
▪ הבחור שמואל (געבוירן תקע"ד, אוועק תקצ"ד ביי די צוואנציג יאר)
▪ ר' יצחק (געבוירן תקע"ו, באלד נאכן פטירה פון זיין ברודער)
▪ ר' יהודה (געבוירן תקע"ז, אוועק תרל"א)
▪ ר' מיכאל (געבוירן תקע"ט, געשריבן דאס לעבן און שאפן פון זיין טאטע)
▪ הילד מאיר (געבוירן תקפ"ב, אוועק תקפ"ה ביי די דריי יאר)
▪ ר' שמעון (געבוירן תקפ"ד)
▪ ר' וואלף רפאל (געבוירן תקפ"ה, אוועק תרנ"ב)
▪ ר' אברהם (געבוירן תקפ"ט, אוועק תרס"ה)
לעצט פארראכטן דורך טריסקער אום זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח פאר די הערליכע באשרייבונג. זי"ע.

די "קונטרס ידיעות" וואס איז געדרוקט אינעם ספר "בעל שם ממיכלשטאט" איז זייער אינטערסאנט.

***

בילדער פון אידן וואס זענען זיך משתטח על ציונו דאס יאר תשע"ח. ווערט געזען הרה"ח ר' בערל ברעטלר שליט"א, וועלכע איז עולה על ציונו כמעט יעדעס יאר ביומא דהילולא.

רבי בערל ברעטלער אצל בעל שם ממיכלשטאט.jpeg
רבי בערל ברעטלער אצל בעל שם ממיכלשטאט.jpeg (295.76 KiB) געזען 2554 מאל


pjngfbnk__w968h726q95.jpeg
pjngfbnk__w968h726q95.jpeg (257.61 KiB) געזען 2554 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ווייסט איינער פון אייניקלעך פון דעם בע"ש ממיכלשטאט זצ"ל?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

עס איז דא איינער וועזעל (אייניקל פון טורדא רב) וואס איז א א איניקל פון בעש"ט ממיכלשטאט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

יידישע קהילות האט געשריבן:ווייסט איינער פון אייניקלעך פון דעם בע"ש ממיכלשטאט זצ"ל?

ר' יונה שטרויס שווער פון ר' נח ליכטער איז געווען אן אייניקל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

טריסקער האט געשריבן:
זיינע קינדער

פון זיין ערשטע ווייב האט דער בע"ש געהאט פינף קינדער:
▪ מרת גנענדל (געבוירן בשנת תק"ס) אשת ר' אליהו צדוק ממיכלשטאט (געהאט פערצן קינדער, רוב זענען אוועק יונג, איין זוהן ר' שמואל האט מאריך ימים געווען און איז געווען א באנקיר אין קארלסרוה)

ר' אליהו צדוק שטרויס.
דער זון ר' שמואל שטרויס האט אויפגעשטעלט "חצר שטרויס" אין ירושלים. ער איז געווען דער שווער פון מורנו ר' יעקב רוזנהיים.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נחוניא האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
זיינע קינדער

פון זיין ערשטע ווייב האט דער בע"ש געהאט פינף קינדער:
▪ מרת גנענדל (געבוירן בשנת תק"ס) אשת ר' אליהו צדוק ממיכלשטאט (געהאט פערצן קינדער, רוב זענען אוועק יונג, איין זוהן ר' שמואל האט מאריך ימים געווען און איז געווען א באנקיר אין קארלסרוה)

ר' אליהו צדוק שטרויס.
דער זון ר' שמואל שטרויס האט אויפגעשטעלט "חצר שטרויס" אין ירושלים. ער איז געווען דער שווער פון מורנו ר' יעקב רוזנהיים.

א דאנק פארן הוספה, איך וועל דאס אריין שטעלן אין מיין תגובה.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליכע באשרייבונג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נחוניא האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:ווייסט איינער פון אייניקלעך פון דעם בע"ש ממיכלשטאט זצ"ל?

ר' יונה שטרויס שווער פון ר' נח ליכטער איז געווען אן אייניקל.

לפ"ז זענען הגה"צ ר' שמואל זאב ליכטער'ס קינדער, אייניקלעך פון בעל שם ממיכלטשטאט
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
חסיד - אשכנזי
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2011 10:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד - אשכנזי »

יידישע קהילות האט געשריבן:ווייסט איינער פון אייניקלעך פון דעם בע"ש ממיכלשטאט זצ"ל?


עס געפינט זיך א משפחה אין ציריך שווייץ בשם "ווארמסער" אייניקלעך בא"ב פונעם בע"ש פון מיכלשטאט זי"ע

הרב דניאל ווארמסער שליט"א מנהל ת"ת ןבית יעקב בעיר באזעל, חסיד אדמור"י באסטאן (א יעקע מיט א שטריימעל)
רבש"ע זיי בעסער צופרידן - לייז אונז אויס אלץ אידן - ווי איידער אלץ גוים חלילה - ר"ר בונם מפשיסחא זי"ע
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

איך מיין אז הגאון הישיש רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש הישיבה הרמה בלונדון איז אויך א אייניקל.
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

איז דא א ספר פון זיינע תולדות וכדו'?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

קדוש ונורא האט געשריבן:איז דא א ספר פון זיינע תולדות וכדו'?

זעה אויבן פון "טריסקער" זייער שיין זיינע תולדות. ווי אויך איז דא די ספר "בעל שם ממיכלשטאט", און דארט איז דא אין אנהייב ספר זיינע תולדות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

איך בין געזיצן אויפן פליגער פון פרנפורט אויף ניו יארק

איז געזיצן לעבן מיר א איד
וואס האט פארציילט גאר מורא'דיגע נורא נורא מעשיות וואס סיי ער האט געהאט, און סיי פון אנדערע וואס האבן געזען ישועות
ביים ציון הבעל שם ממיכעלשטאט זי''ע

דו ווייסט אדער האסט געהאט נאך עפעס ארום דעם?.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לחיים לחיים היינט איז די הילולא קדישא פין דער גרויסע בעל מופת דער בעל שם פין מיכלשטאט זי''ע

יה''ר כמו שבחיים חיותו האט ער געהאלפן אידישע קינדער מיט אלעס, אזוי אויך זאל ער פין אויבן איינרייסן פאר גאנץ כלל ישראל מיט א ישועה כללית וישועה פרטית אין מיט א גוט געבענטש יאהר א גמח''ט מיט אלעס גוטנ'ס אמן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

זי"ע. כהאב געהאט די זכי' צו פוקד זיין ציון קדשו עטליכע יאר צירוק.
כהאב ערגעץ געליינט אז מען האט איהם געלייגט אזוי אינמיטן אז א כהן זאל קענען צוקומען. לויט די בילדער אין דעם אשכול (און לויט ווי איך געדענק) איז דא מציבות אויפן וועג אריין. איינער ווייסט?
על "טעם וריח" אין להתווכח
אידישע מוח
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

Re: בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע מוח »

ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט
זכותו יגן עלינו ועכ״י
אוועטאר
טאלנער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 6:52 pm

Re: בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאלנער יונגערמאן »

איינער האט מיך אריין געשיקט:
"הנני רוצף כאן חיבור על צאצאי הבע"ש ממיכלשטט.
הרשימה הרצופה בזה היא מגברת אלן וורמסר נכדה של בנו הצעיר ביותר של הבע"ש ממיכלשטט שמו היה רבי אברהם והוא נפטר בניו יורק תרס"ה
דהיינו בנו של הבעל שם ממיכלשטט נפטר בסך הכל
לפני קצת יותר ממאה שנה."
.pdf
'געשענישען זענען באשערט, דאס עגמת נפש מאכט זיך דער מענטש אליין' (הרה"ק בעל שפת אמת זי"ע)

רבותי, איך בין שוין ארויס פון'ם וועלט. איך בין אויך נישט דא אויף א אנדערע ניק. מ'קען זיך אייביג פארבינדען מיט מיך דארך אימעיל - [email protected]
.
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט
זכותו יגן עלינו ועכ״י
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איז דא ערגעץ בילדער פון אלע מציבות פון מיכלשטאט?
משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה שטינקאוויטש »

יארצייט זיע"וכי
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבי יצחק אריה זעקיל לייב ב"ר מתתיהו זי"ע, (וורמסר), הבעל שם ממיכלשטאט

ער איז געבוירן אין שטאט מיכלשטאט, בשנת תקכ"ח,

צו זיין טאטן הרה"ק רבי מתתיהו מווארמש זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת סורלה ע"ה, וואס איז געווען א צדקת און א אשה צנועה,

דער טאטע איז געווען א דור חמישי פון הרה"ק רבי אליהו בעל שם דומ"ץ אין שטאט וורמייזא זי"ע, און ווען עס איז געווארן דער געזעץ אז יעדער ברויך האבן א משפחה נאמען, האט די טאטע גענומען דעם נאמען "וורמסר" צוליב וואס דער הייליגער זיידע האט געוואוינט אין וורמייזא, וואס די יחוס איז געווען פון די משפחה פון לוריא און אשכנזי ביז צום הייליגען מהרש"ל זי"ע און אויך דער הייליגער אר"י הקדוש זי"ע,

אויך איז ער געווען א אייניקל פון דעם גרויסן שתדלן והנגיד המפורסם הרה"ק רבי יוסלמן מרוסהיים זי"ע, וואס איז געווען מפורסם אויך אלס א גרויסע בעל מקובל,

דערציילט מען אז די עלטערן וואס זענען געווען גאר ערליכע אידן וואס האבן געדינט דעם באשעפער מיט א געוואלדיגע תמימות, דער טאטע איז געווען א סוחר וואס האט געארבעט מיט א געוואלדיגע ערליכקייט,

יעדע שמחת תורה ווען מען האט פארקויפט די זכותים פארן יאר, האט דער טאטע יעדעס יאר געקויפט דעם זכות פון אויפמישן די ספר תורה ערב שבת צום סדרה פון די וואך, אבער איין יאר האט איינע פון די עשירים פונעם שטאט מציע געווען מער געלט ווי ר' מתתיהו האט געקענט צו זאגן, און יענער עושר האט זוכה געווען צו דעם כיבוד, דאס האט זייער וויי געטון פאר ר' מתתיהו אז ער וועט נישט האבן דעם זכות, אבער מיט זיין ערליכקייט און תמימות האט ער נישט געלאזט אז דאס זאל ח"ו שטערן זיין שמחת יו"ט נאר ער האט זיך ווייטער געפרייט מיט די תורה הקדושה,

שפעטער ווען די טאטע איז אהיים געקומען פון שוהל האט ער זיך געזעצט צו די סעודה וואס דער טאטע האט כסדר געהאט גאר אסאך אורחים ביים טיש, נאך די סעודה איז צו די עלטערן צו געקומען איינע פון די אורחים און זיך גאר שטארק באדאנקט פארן אים אריין נעמען צו זיי אין שטוב אויף יו"ט, און דאן האט דער אורח געפרעגט פון די עלטערן מיט וואס ער קען זיי בענטשן,

די טאטע נישט טראכטענדיג צוויי האט גלייך געענטפערט, מיר האבן שוין ליידער פארלוירען 6 קינדער יונגערהייט, בעטן מיר א ברכה אז מיר זאלן זוכה זיין צו א בן זכר זש"ק, דער אורח האט זיי גלייך געגעבן א ברכה, אז זיי זאלן זוכה זיין צו האבן א קינד וואס זאל אויסוואקסן א גדול בישראל און באלייכטען די וועלט, דער טאטע האט געפרעגט דעם אורח וואס זיין נאמען איז, האט דער אורח געענטפערט אז מען רופט אים אליהו,

דאן איז דער אורח נעלם געווארן, צום יאר איז צו די עלטערן געבוירן געווארן א בן זכר וואס דאס איז געווען דער הייליגער צדיק וקדוש רבי יצחק זעקיל בעל שם ממיכלשטאט זי"ע, ביים ברית האט מען דעם קינד א נאמען געגעבן יצחק אריה זעקיל לייב,

ער איז געווען א קדוש אלוקי, חריף עצום און א למדן נפלא און א עילוי נפלא, ער איז געווען א בקי בנגלה ובנסתר, א בעל מופת עצום און א גרויסע פועל ישועות, ער איז געווען א שפל ברך און א גרויסע עניו און געלעבט א גאר פשוטע לעבן, ער האט זיך זיין גאנץ לעבן גאר שטארק מסגף געווען און כמעט נישט הנאה געהאט פון דעם וועלט,

אויך איז ער געווען א בעל מכניס אורח יעדער האט ביי אים געטראפן אן אפען טיר און דער צדיק האט זיך אליין אפגעגעבן מיט די אורחים און נישט געלאזט קיינעם צו נעמען דעם מצוה פון אים, און ער פלעגט כסדר זאגן אז ווען עס קומט צו העלפן א איד א עני זאל מען זיך נישט פארלאזן אויפן באשעפער, נאר ביי דעם מצוה זאל א איד טון אליין און העלפן אנדערע,

ביי די אכט יאר אלט האט ער שוין גע'שמ'ט מיט זיין געוואלדיגע גדלות בתורה און אויך אלס א גאר קלוג קינד, אז מען האט שוין דאן נישט געקענט טרעפן קיין מלמד פאר אים ביי זיי אין שטאט וואס זאל זיין ראוי צו לערנען מיט דעם קינד,

דערציילט מען אז דער טאטע זייענדיג א סוחר האט געוואלט דעם קינד אויך אויס לערנען מוסחר אז ער זאל פון דעם האבן פרנסה, אבער ווען דער טאטע האט דעם קינד געשיקט צום מארק אויף מסחר, האט מען דעם קינד גערטאפן זיצן מיט א ספר און לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, דאן האט דער טאטע פארשטאנען אז דער קינד איז עפעס העכער און איז נישט ראוי לאותה איצטלה, און פון דאן האט ער געלאזט דעם קינד נאר עסק זיין בתורה,

ער איז געווען מפורסם אלס א גאר ערליכער קינד אידן האבן גאר אסאך פארברענגט מיט אים אן תורה און יעדער איז ממש ארויס פון התפעלות פון זיין געוואלדיגע גדלות בתורה, אויך איז ער געווען מפורסם אלס א גאר קלוגער קינד און אנדערע זאכן חוץ תורה, אידן האבן זיך מיט אים דורך גערעדט אין אנדערע חכמות אויך, און אידן האבן שוין דאן אפילו ער איז געווען א קליין קינד באהאלטן געלט ביי אים וויסענדיג זיין ערליכקייט און חכמה,

ביי די בר מצוה האט דער קינד זייער געוואלט גיין לערנען אין א ישיבה, אבער די עלטערן וואס האבן ליידער פארלוירן 6 קינדער האבן נישט געקענט לאזן דעם קינד אוועק פארן, זיי האבן גענומען פארן קינד די בעסטע מלמדים וואס זאלן מיט אים לערנען, אבער יעדער איינס ביי איינס האט מסביר געווען פאר די עלטערן אז דאס קינד פאדערט אסאך מער ווי זיי קענען מיט אים לערנען,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ביי די 16 יאר האבן די עלטערן שוין מסכים געווען צו שיקן דעם קינד אין ישיבה, ער איז דאן געפארן לערנען קיין פרנקפורט אין די ישיבה פון הגה"ק רבי פנחס הלוי הורביץ בעל הפלאה זי"ע, וואס די שטאט פראנקפורט איז דאן געווען א עיר ואם בישראל פיל מיט גדולים און גאונים בתורה, דארט האט ער געלערנט ביים גאון וגדול בישראל הגה"ק רבי נתן אדלער זי"ע, אויך האט ער דארט געלערנט בחברותא מיט הגה"ק רבי משה סופר בעל חתם סופר זי"ע,

דארט אין ישיבה איז דער גאון רבי יצחק זעקיל געוואקסן אין תורה, ער האט עוסק געווען בתורה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה און מסירת נפש, ער איז געווען ממש אויסגעטון פון עולם הזה, גאר שנעל איז ער געווארן מפורסם אלס איינע פון די גדולי תלמידים פון די ישיבה, אויך איז ער באוויסט געווען מיט זיין געוואלדיגע קדושה און יראת שמים און א געוואלדיגע בעל מידות טובות נפלא, אויך האט ער דארט ביי זיין רבין רבי נתן אדלער קונה געווען דעם דרך אין עבודת השם דורך סיגופים און תעניתים, אויך האט ער דארט קונה געווען דעם חכמת הקבלה,

דערציילט מען אז דער גאון האט געהאט א געוואלדיגע זכרון אז עפעס וואס ער האט געלערנט ביי זיין רבין רבי נתן אדלער איינמאל האט ער געדענקט בעל פה, אז ער האט זיך אפגעהאלטן פון אפשרייבן חידושי תורה אדער סיי וואס, ווייל דער גאנצער היתר צו שרייבן תורה של בעל פה איז כדי מען זאל דאס נישט פארגעסן, און וויבאלד ער האט דאך נישט פארגעסן גארנישט האט ער נישט אפ געשריבן די חידושים,

ביי די 18 יאר אלט האט דער גאון וקדוש זיך מנדר געווען פון עסן א דבר היוצא מן החי, און דערפאר האט ער זיין גאנצע לעבן נישט געגעסן קיין פיש פלייש און אפילו נישט קיין אייער אדער מילכיגע זאכן, נאר ער האט געגעסן פרוכט און גרינצייג,

ער איז געווען א אהוב וחביב לבריות און א גרויסע בעל צדקה ער האט גאר גרויסע סכומים פארטיילט פאר ארימעלייט און נצרכים און עוסק געווען אין הכנסת אורחים און זיך אליין אפגעגעבן מיט די אידן, אויך האט ער עוסק געווען אין דעם מצוה פון ואהבת לרעך כמוך און געברענגט שלום בין אדם לחברו, אויך ווען ער איז שוין מפורסם געווארן אלס א פועל ישועות, האט ער מיט זיין גרויס עניוות זיך נישט גרויס געהאלטן מיט די מופתים, נאר כסדר געזאגט אז דאס קומט בדרך הטבע פונעם גרויסן באשעפער אליין,

ער האט חתונה געהאט מיט הצדקת מרת אלדהייד ע"ה,
בת הנגיד מנכבדי הקהילה רבי יצחק אייזיק רייס זי"ע,

נאך די חתונה איז ער צוריק וואוינען צום שטאט מיכלשטאט דארט ווי זיינע עלטערן האבן געוואוינט, דארט האט זיך דער גאון אריינגעווארפן אין תורה ממש יומם ולילה, ער האט דארט געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה און געווען אויסגעטון פון די וועלט,

ביי די 20 יאר האט ער פארלוירען זיינע עלטערן און דאן האט ער נישט געהאט קיין פרנסה און אויך האט ער ליידער דאן געליטן פון א מחלה וואס האט אים זייער אפגעשוואכט, אבער דער גאון וקדוש האט נישט נאך געלאזט נאר ער האט ווייטער עוסק געווען בתורה מיט א מסירת נפש, אויך האט ער געלערנט מיט תלמידים וואס פון דעם האט ער געהאט א שטיקל פרנסה צו קענען לעבן,

אפילו מען האט אים דאן נישט אויף גענומען אלס רב פון שטאט צוליב וואס ער האט שוין דאן עוסק געווען בתורת הקבלה און געטיילט קמעות וואס דאס איז דאן געווען א נייע זאך און די שטאט לייט האבן מורא געהאט דערפון, מיט דעם אלעם האבן זיך אסאך אידן מדבק געווען אין דעם צדיק,

צוליב די רדיפות פון זיינע קעגנער האט ער זיך פאר אפאר יאר געצויגען צום שטאט מאנהיים, דארט איז ער נספרסם געווארן אלס א גרויסע פועל ישועות און א בעל מופת עצום, ער האט ספעציעל געהאט א גרויסן כח אויס צו היילן חולי נפש וואס זענען ליידער קראנק געווארן און משוגע געווארן, צענדליגע אידן האבן געזען ביי דעם צדיק גרויסע מופתים,

דערציילט מען אז ווען ער איז אנגעקומען דאס ערשטע מאל קיין מאנהיים איז דארט געווען א פרוי א מאמע פון א שטוב מיט קינדער וואס איז ליידער אראפ פון זינען און געליטן פון חולי נפש, די משפחה האט נישט געוויסט וואס צו טון מיט די מאמע פאר א רפואה, ווען דער צדיק איז אנגעקומען איז די משפחה געלאפן צום צדיק אז ער זאל אויספויעלען א רפואה פאר די מאמע, א וואך איז דורך און די פרוי איז אויס געהיילט געווארן און אינגאנצן געזונט געווארן, דאן איז זיין נאמען ארויס אין אלע שטעט ארום מיט זיין גרויסע כח מיטן פויעלען ישועות און הונדערטער אידן זענען געקומען זיך מזכיר זיין ביי דעם צדיק וקדוש,

ליידער צוואנציג יאר נאך זיין חתונה איז זיין רעבעצין נפטר געווארן און איבער געלאזט דעם צדיק מיט א שטוב מיט קינדער אן קיין פרנסה, ער האט זיך מחזק געווען און ווייטער געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה,

א קורצע צייט שפעטער האט ער חתונה געהאט מיט זיין זיווג שני הצדקת מרת חנה ממאנהיים ע"ה, און ווי עס איז מקובל איז די זיווג שני געווען די טאכטער פון די פרוי וואס דער גאון האט אויסגעהיילט גלייך ביים אנקומען אין שטאט מאנהיים,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: בעל שם ממיכלשטאט זי"ע - ד' תשרי תר"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בשנת תקפ"ב האט מען דעם גאון אפיציעל אויף גענומען אלס רב אין שטאט מיכלשטאט, דאן האט ער אנגעהויבן פירן זיין עדה הקדושה און אפילו זייענדיג א גרויסער עניו און נישט וועלענדיג נעמען קיין רבנות האט ער בלית ברירה גענומען דאס רבנות אין שטאט, און דאס אלעס האט ער נאר געטון כדי צו מרביץ תורה זיין פאר די אידן פון שטאט,

ער איז דאן געווארן באוויסט אלס א גרויסע פועל ישועות, אפילו גרויסע גדולים און גאונים בדורו האבן געשיקט הזכרות צו דעם צדיק, ובתוכם הגה"ק בעל החתם סופר זי"ע, והגה"ק בעל חידושי הרי"ם זי"ע, הונדערטער אידן זענען געהאלפן געווארן דורך זיינע ברכות און קמיעות, און דאן האט ער באקומען דעם נאמען "בעל שם" צוליב די גרויסע מופתים און זיין גרויסע גדלות בתורת הנסתר און קבלה,

אויך האט ער דאן אויף געשטעלט זיין ישיבה אין שטאט מיכלשטאט ווי עס האבן געלערנט גרויסע גאונים בתורה, הונדערטער גדולים זענען ארויס געקומען פון דעם ישיבה, דער צדיק האט זיך אליין אפגעגעבן מיט די תלמידים און געמאכט זיכער אז עס פעלט גארנישט פאר די תלמידים סיי ברוחניות און סיי בגשמיות,

ווי עס ווערט דערציילט האט דער צדיק גאר אסאך אידן געהאלפן און אידן פלעגן שיקן גרויסע סכומים פארן צדיק, אבער ער האט רוב פון די געלטער געניצט צו קויפן ספרי קודש פאר די ישיבה און מיט די יארן האט ער געהאט א גרויסע אוצר הספרים, אויך פלעגט ער פון די אלע געלטער אויס האלטן די ישיבה און פארטיילן גרויסע סכומים פאר צדקה אז עס האט זיך געקענט מאכן צייטן וואס עס האט דורך דעם געהערשט א גרויסע ארעמקייט ביים צדיק אין שטוב,

בשנת תקפ"ה האט דער צדיק געהאט א חלום אז עס גייט אויס ברעכן א שריפה ביי אים אין שטוב, מען האט געבעטן דעם צדיק אז ער זאל פארקויפן דעם הויז און זיך אריין ציען צו א נייע הויז, אבער דער צדיק האט דעם הויז נישט געוואלט אויפגעבן צוליב וואס דאס איז געווען דער הויז ווי זיינע עלטערן האבן געוואוינט,

ליידער חודש תשרי תקפ"ו דריי יאר נאכדעם וואס ער האט אויף געמאכט זיין ישיבה, אינמיטן די נאכט האט אויס געבראכן א גרויסע שריפה אין זיין שטוב און דאס גאנצע שטוב און אויך די ישיבה זענען פארניכטעט געווארן מיטנעמענדיג אלעס וואס דער צדיק האט פארמאגט צווישן די זאכן זענען געווען גאר אסאך חידושים און דברי תרה וואס ער האט זיך פארשריבן און אויך דעם גאנצן אוצר הספרים, אפילו די משפחה זענען מיט ניסים ממש געראטעוועט געווארן פון די שריפה,

דעם צדיק האט דאס נישט בארירט נאר ער האט זיך ווייטער מחזק געווען און ווייטער עוסק געווען בתורה מיט א געוואלדיגע התמדה, גוטע אידן פונעם שטאט און אויך פון די ארימיגע שטעט האבן צוזאמען געשטעלט גרויסע געלטער צו קענען צוריק שטעלן דעם ישיבה און אויך דעם אוצר הספרים, אבער פון דעם רבין'ס מכתבים זענען ממש גארנישט געבליבן,
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”