צאצאי קרח בזמנינו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ראובן ינקובסקי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:18 pm

צאצאי קרח בזמנינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן ינקובסקי »

זיידעניו האט געשריבן:פרפראות

יא. החוזה הקדוש מלובלין היה מצאצאיו של קרח, ואמר, שהסבא לא ידע שאפשר לעבוד את ה' מאחורי התנור, בדיוק כמו הכהן-גדול בקודש-הקדשים.



מה המקור לאימרה זו בשם החוזה מלובלין?

-------------------------------

נשלח באימייל של "ויתילדו" "המאגר העולמי לכתבח היוחסין" ביום ו' ערש"ק פר' קרח:

ב"ה
מתוך המאמר השבועי במדור
ויתילדו
[מתוך מאמר 173 שפורסם היום יום שישי ערש"ק לסדר "כל העדה כולם קדושים"]


* * *
... אלא שכל יחוסו של הרא"ה ואחיו למעלה בקודש עד רבינו זרחיה הלוי בעל המאור גם היא לאו בפירוש איתמר, אלא על פי תיקונו של גאון עוזינו מרן החיד"א זי"ע. שכן, על פי דברי הרא"ה בחתימתו, הוא היה בנו של: רבי יוסף הלוי. בן רבי בנבנשתי הלוי מפרובינציא. בן רבי יוסף הלוי. בן רבי יצחק הלוי מגירונה. והחיד"א זי"ע מתקן ומוסיף כאן - בין ר' יוסף ובין אביו ר' יצחק - דור נוסף: בן רבינו זרחיה הלוי - הרז"ה - בעל המאור.
* * *
והנה, הגאון רבי צבי הירש הורוויץ מדרעזדן מביא שמועה בריש ספרו "תולדות משפחת הורוויץ", ולפיה, היתה משפחה זו מבני בניו של שמואל הנביא ע"ה, שהיה משבט לוי, מבני קרח בן יצהר בן קהת בן לוי. כמו כן, מסורת בפי חסידים, אשר "החוזה" - ה"ה הרה"ק רבי יעקב יצחק הלוי הורוויץ - "הרבי מלובלין" זי"ע, שהיה מבני בניהם של משפחה מיוחסת זו, היה נוהג לומר: "די הייליגע זיידע קרח".
אלא שהרב מדרעזדן לא מציין מקור לשמועה זו. גם הגה"ק הרבי ר' שמואל שמעלקא הלוי הורוויץ מניקלשבורג זי"ע, כאשר ציין ביום פטירתו את שייכות נשמתו לנשמת שמואל הנביא, לא הזכיר מאומה שהוא מיוצאי חלציו, וכמו שהועד על כך בהקדמת ספר נזיר ה' - עיי"ש.
כ"ק אדמו"ר מראדזין שליט"א הראה לנו ששמועה זו נפוצה היתה כבר שנים רבות לפני מסירתו על ידי הרב מדרעזדן, אך לאו דווקא מסורת משפחתית כי אם שמועה בעלמא ללא כל מקור, וכמו שמצאנו את העדות לכך בספרו של הגאון רבי מעשיל גלבשטיין בחיבורו "תפילה למשה" שנדפס בשנת תרנ"ח, [ראה שם בעמוד מ"ב ע"א]. אלא ששוב, עדיין ללא מקור.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די באבע ברענט נאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

געהערט פון הרה"ק רבי יענקלע מפשעווארסק זיע"א אז די רבי לובלין זיע"א פלעגט צו זאגן
די הייליגע זיידע קורח און די באבע ברענט נאך.
זיין ווייב האט דאך אנגעמאכט די גאנצע מחלוקת

מ'זאגט אז ער איז געווען בן אחר בן צו קורח.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ווי איז די מקור אז לעתיד לבא וועט קרח זיין די כהן גדול?
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

בהיכל הברכה להרה"ק מקאמארנא כ' בזה"ל
וקרח היה מעותד להיות כהן גדול לעתיד לבוא וכו'
ויל"ע בלשונו היה מה כוונתו
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דער עצם ענין ווערט געברענגט פון אריה"ק אז צדיק כתמר יפרח איז סופי תיבות קרח, לעתיד לבא וועט ער זיין כה"ג, כן מובא בהרבה ספה"ק.

דער קאמארנער, וואס מהאט דא צוגעברענגט, זאגט אבער פונקט פארקערט, און ס'איז טאקע א גרויסע חידוש זיינע ווערטער. ער טייטשט דעם אותו אבחר וואס שטייט ביי די פרח מטה אהרן, אז דאס מיינט לעתיד לבא, נעמליך אז קרח האט טאקע געדארפט זיין כה"ג אבער ער האט עס פארלוירן אדאנק זיין מחלוקה אויף משה רבינו. דאס איז א חידוש מדנפשי'.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

להודיע האט געשריבן:דער עצם ענין ווערט געברענגט פון אריה"ק אז צדיק כתמר יפרח איז סופי תיבות קרח, לעתיד לבא וועט ער זיין כה"ג, כן מובא בהרבה ספה"ק.

דער קאמארנער, וואס מהאט דא צוגעברענגט, זאגט אבער פונקט פארקערט, און ס'איז טאקע א גרויסע חידוש זיינע ווערטער. ער טייטשט דעם אותו אבחר וואס שטייט ביי די פרח מטה אהרן, אז דאס מיינט לעתיד לבא, נעמליך אז קרח האט טאקע געדארפט זיין כה"ג אבער ער האט עס פארלוירן אדאנק זיין מחלוקה אויף משה רבינו. דאס איז א חידוש מדנפשי'.

ס'איז א'פלא אז ער איז חולק אויפן אר"י הקדוש זיע"א
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ס'איז נישט מוכרח אז ער איז חולק, ער לערנט לכאורה אזוי פשט אין אריה"ק.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

להודיע האט געשריבן:ס'איז נישט מוכרח אז ער איז חולק, ער לערנט לכאורה אזוי פשט אין אריה"ק.

שטייט דען נישט קלאר און ספרי אר"י זיע"א אז ער וועט יא זיין כהן גדול?
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

די קאמארנער שרייבט א מורא׳דיגע יסוד
ווען איינער קריגט זיך מיט א צדיק נעמט ער די חלק הרע פונעם צדיק און די צדיק נעמט יענעמס חלק הטוב
ממילה קומט אויס אז אהרן איז די חלק הטוב פון קרח
קומט אויס אז עס איז נישט קיין מחלוקת מיט די אריה״ק

נ.ב. איך האב עס נישט נאכאמאל נאכגעקוקט אבער אזוי געדענק איך פון גירסא דיענקותא
Impossible is just an opinion
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1809
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

איך האב עס נאכגעקוקט
וז״ל כי על ידי המחלוקת של קרח זכה בטוב של קרח על כן ראוי להיוה כהן גדול אף לעתיד
Impossible is just an opinion
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

ז"ל ליקוטי תורה לר"ח וויטאל ז"ל בתהלים
צדיק כתמר יפרח ס"ת קרח
רמז שעתיד לפרוח בימי שמואל הנביא הבא מבני בניו של קרח ע"כ
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

פרשה זו יפה נדרשת!!! אפילו דא אויף אייוועלט.....
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איינער האט שוין נאכגעקוקט אין אר"י הק' צו עס שטייט טאקע כהן גדול ווייל מיר דאכט זיך אז עס שטייט כהן סתם, לעתיד יהיה כהן
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

עיין בס' יפה נוף שהביא בהערה בשם הדברי יואל / ויואל משה שכשהדפיסו בספרו כך שאל מאן יימר שיהא כהן גדול, וואח"כ תיקנו בספרו ושינו תיבת "כה"ג" לתיבת "כהן", עיי"ש.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרו מעשיכם »

לכאורה שטייט ערגעץ נישט פון אריז"ל אז קורח וועט זיין כהן / כהן גדול.

חוץ פון די ליקוטי תורה וואס 'לטובה ולברכה' האט געברענגט, שטייט אויך אין פרי עץ חיים (הנהגת הלימוד, א): "וגם אביהם יזכה לעתיד, והרמז בס"ת, צדיק' כתמר' יפרח' ס"ת הוא קרח כנודע"
שפרו מעשיכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרו מעשיכם »

אגב, געהערט / געזען אמאל, פרשה זו יפ"ה נדרשת, על משקל דברי הרה"ק מראפשיץ שהזיווג יעלה יפ"ה, ס'איז מרמז אויף לעתיד לבוא וואס די צירוף השמות יהי"ה אדנ"י וועט זיין צ"ה כמנין יפ"ה, און דעמאלטס וועט קרח האבן א תיקון
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

שפרו מעשיכם האט געשריבן:אגב, געהערט / געזען אמאל, פרשה זו יפ"ה נדרשת, על משקל דברי הרה"ק מראפשיץ שהזיווג יעלה יפ"ה, ס'איז מרמז אויף לעתיד לבוא וואס די צירוף השמות יהי"ה אדנ"י וועט זיין צ"ה כמנין יפ"ה, און דעמאלטס וועט קרח האבן א תיקון

קדושת ציון פר' קרח בשם אביו והוסיף רמז דמנין הפסוקים בפ' קרח הוא צה
לעצט פארראכטן דורך חמרא טבא אום מיטוואך יולי 13, 2016 2:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

ועי' במגדנות אליעזר פ' קרח שהביאו בשם חותנו הקול אריה
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

וכ"ה בייטב פנים לחדשי תמוז אב אות ג'
דביה תחדי נפשא
צוגעלאזענער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 12:30 am

של"ה הקדוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוגעלאזענער »

די של"ה הקדוש איז א בן אחר בן פון קרח
א חסיד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א חסיד »

אין ירושלים איז דא משפחת גרומן וואס ווייסען אז זיי זענען בן אחר בן פון קרח
צוגעלאזענער
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוגעלאזענער »

משפחת קרויס וואס זענען לוים זענען בן אחר בן פון קרח
בעריש מעשהפארציילער
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש מעשהפארציילער »

סטוט זיך דא א שטיקל איבער-קערניש, מצד אחד פארשטיי איך אז דו משפחה נאמען פון קרח'ן איז געווען הארוויטץ, שפעטער זע איך אז נישט, דו משפחה נאמען זיינער איז געווען בכלל גרומן, נאך דעם זעהט אויס אז דו משפחה נאמען זיינער איז געווען בכלל קרויס, קען עמיצער מאכן א קלאהר קייט וואס איז געעוען דו משפחה נאמען פון קרח בן יצהר?
מיר ווארטען אויף א ניק וואס וועט זיך רופן "קרח'ס אייניקעל", אויף ביישפיל אזוי ווי סטרעטין מיט רימינוב...
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

צוגעלאזענער האט געשריבן:די של"ה הקדוש איז א בן אחר בן פון קרח


מקור ביטע!
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

די גרובער משפחה זענען לויים און אייניקלעך פון קרח, וויאזוי ווייסעך, ווייל ר' פישל גרובער פון קרית יואל איז אמאל אריינגעקומען צו הרה"ק רבי יעק'לע ווען ער איז שוין געווען אין די שוואכע צייטן, און ער גיבט זיך א רוף אן, אהה שלום עליכם קרח'ס אייניקל.....

כך שמעתי מר' פייוול ווייס ממקורבי בית פשעווארסק
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”