בלאט 1 פון 2

רבי אשר פריינד מירושלים זצ"ל - מוצאי יוכ"פ תשס"ד

געשריבן: מאנטאג מארטש 31, 2014 12:43 pm
דורך רימנובער אייניקעל
הרה"צ רבי אשר איז געבוירען לאביו רבי אריה מרדכי זצ"ל נכד היוד הקדוש מפשיסחא זי"ע בשנת תר"ע און ירושלים עיה"ק.געווארען א'איידים ביי רבי אברהם שטערנבערג זצ"ל.געווען א'בעל חסד עצום .ער אליין פלעגט און זיין אינגע יארן שלעפען און צו טיילען פעקליך עסען מיט א'וועגעלע און די גרעסטע רעגענס און שניי פאר ארימע משפחות במסירת נפש ממש. שפעטער האט ער געגרינדערט די באווסטע מוסדות יד עזרא וואס פארטיילט פעקליך עסען לנזקקים ולשבורי לב מדי שבוע בשבוע.און אויך געפענט א דרוקעריי פאר צובראכנער קראנקער מענטשען זיי צו האלטען פארנומען.און א'ביליגע חתונה זאל און בני ברק.און אויך א'קאך וואס טיילט אויס דריי מאל א'טאג געשמאקע עסען לכל דיכפין און א' עס זאל וואו מ'קען זיצען דארטען און עסען.און אויך א'חדר וואו שבורי לב זאלען קענען שיקען זייערע קינדער.ער איז געווען א'חכם מחוכם א'חריף עצום גוט פארשטאנען צו תורת הנפש. ממש הונדערטער מענטשען פון אלע קרייזען און שיכטען זענען גקומען לפתחו פאר א'עצה אדער א'ברכה.מ'האט געקענט ווארטען גאנצע וואכען ביז מ'איז אריין געקומען צו אים. זייער א'שארפער מענטש געהאט א'אינטערסאנטע הנהגה.אבער מלא וגדוש באהבת ישראל. א'איש קדוש . א'גרויסע פועל ישועות און מענטשען האבען געזען ביי אים זאכען ממש למעלה מדרך הטבע.און אויך תפיסת מחשבה מדי יום ביומו.צווישען זיינער תלמידים איז הרב עקיבא יוסף ראבינאוויטש שליט"א האדמו"ר מפאריסאוו.און רבי ישראל חיים ווייס האדמו"ר מספינקא בני ברק שליט"א ועוד.נסתלק זקן ושבע ימים במוצאי יום הכיפורים תשס"ד לפ"ק. ומנו"כ בהר המנוחות.יהי זכרו ברוך.

געשריבן: מאנטאג מארטש 31, 2014 1:05 pm
דורך רימנובער אייניקעל
דא האט איר אבילד מציונו הקדוש בהר המנוחות .

געשריבן: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:03 am
דורך רימנובער אייניקעל
ב"ה געהאט די זכיה אים צו זען.ער איז געווען א'מורעדיגער אוהב ישראל .אבער שיינע אידין און בעלי גאוה האט ער נישט געקענט אנקוקען און פנים ,ממש געקעלט פון זיי.און האט זיי גערוידעפט.אויך געווען א'מורעדיגער איש אמת .שקר מיט גאוה איז געווען די ערגסטע זאך ביי אים.

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2015 4:08 am
דורך כתר ישועה
איז פארהאנען א ספר מתולדותיו וקורות חייו ?

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2015 9:33 am
דורך leiby
יא פון יאיר וויינשטאק, צו באקומען אין אלע לאקאלע געשעפטן.

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2015 4:46 pm
דורך כתר ישועה
leiby האט געשריבן:יא פון יאיר וויינשטאק, צו באקומען אין אלע לאקאלע געשעפטן.

ויקרא שמו ?!

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2015 4:48 pm
דורך מיללער
כתר ישועה האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:יא פון יאיר וויינשטאק, צו באקומען אין אלע לאקאלע געשעפטן.

ויקרא שמו ?!


"רבי אשר - מפי תלמידיו"

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 9:10 pm
דורך leiby
א גוט יו"ט מ'זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס.

היינט איז די יארצייט פונעם צדיק אמת,
ס'דא דא איינער וואס געדענקט אים?

לעצטענס געווען א אינטערעסאנטע אינטערוויו מיט יאיר וויינשטאק ( זיין אייניקל ) איבער ר' אושר.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:12 pm
דורך טעם וריח
גוט יו״ט מזאל האבן געפועלט אלעס גוטס!

שמעתי לאחרונה כי האדמו״ר מהר״י מוויזניץ שליט״א מב״ב הסתובב אצלו והרהצ רבי אשר שח עמו וגילה לו מראש כל אשר יעבור עליו וכו׳ וכו' וגם אמר לו כי אם ישתוק ויעבור על מידותיו יגיע לו הכל בכל מכל בחזרה כו׳ ונפלא

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:50 pm
דורך אויס וועלט
געווען א "גאון" אין חסד כפשוטו אין אלע הינזיכטען די חידוש איז געווען אז ער האט זיך באצויגען צי זיין אימפריע אזוי ווי סגהערט צי השם גארנישט מיט אים בכלל

געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2018 5:22 am
דורך זענדל
37541.jpg
37541.jpg (156.92 KiB) געזען 4245 מאל

געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2018 3:30 pm
דורך חסיד - אשכנזי
שיין די בריוו
אגב איז ר' אשר געווען א קארלינער אייניקל, אויך איז זיין זיידע (מאמע'ס טאטע) געווען א פלאם פייער'דיגע קארלינער חסיד.

אז מ'רעדט שוין פון דעם הייליגן איד, ווערן די בענקענישן אויפגעוואכט, ווער קען אונז אויפלייכטן דעם וועג, דער הייליגע צדיק וואס האט געזען מסוף העולם ועד סופו, און ארויס פון זיין וועג במסירת נפש ממש צו העלפן א צובראכענע איד, זאל זיין זכות מגין זיין אויף כלל ישראל להיוושע בגאולת עולם בב"א

געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:53 pm
דורך סידיראם
ער האט געהאט א פלא'דיגע הנהגה, געגעבן הדרכות ווי פון הימל ארויס. איך ווייס פון איינעם וואס האט געהאט א גרויסע ישועה דורך פאלגן אן הדרכה וואס רבי אשר זצ"ל האט אים באפוילן.

דאכט זיך מיר אז ער איז מער געווען ליטוויש געשטימט, איז דאס ריכטיג?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 2:48 am
דורך שטייגען
איז ער געווען א ברודער מיט הגאון רבי נטע ע״ה אין יבחדל״ט הגאון רבי חיים אורי שליט״א ??

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:54 am
דורך יצחק פון ישיבה
שטייגען האט געשריבן:איז ער געווען א ברודער מיט הגאון רבי נטע ע״ה אין יבחדל״ט הגאון רבי חיים אורי שליט״א ??

לא, קרבה רחוקה מעט.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 10:57 am
דורך חושב מחשבות...
ר' אשר האט אמאל געזאגט פאר איינע פון זיינע גדולי התלמידים א חשוב'ע בנש''ק מיט א זקן יורד על פי גדותיו (היינט אן אדמו''ר) ''די איינציגע תיקון וואס איך האב פארדיר וועט זיין ווען דו וועסט אראפשניידן דיין לאנגען בארד און אויסטוען דיינע שמונה בגדים און ארומוואקן אין מאה שערים מיט א דזשעקעט'' ע''כ

מ'דארף וויסן וויאזוי אפצולערנען אזא מעשה.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 11:04 am
דורך חושב מחשבות...
א אייניקעל האט אמאל אלס קינד אריינגעקומען צו ר' אשר און געזאגט אז ער דארף געלט פאר א באס, האט איהם ר' אשר גענטפערט: וואס ווילסטו פון מיר? קודם רעד צום אייבירשטן! און גיי צום באס און האב ביטחון! די קינד איז געווארן אינגאנצן צוטומעלט אבער ער האט געזעהן אז די זיידע מיינט עס ערענסט, האט ער אויסגעפאלגט די זיידעס הדרכה און געגאנגן, אזוי גייענדיג עטליכע טריט באמערקט ער פלוצלינג אויפן גאס 'געלט' ער הייבט אויף די געלט מיט איין שמחה און לויפט שנעל צוריק צום זיידן פארציילן מיט התפעלות אז 'די אייבירשטער האט געשיקט געלט', ר' אשר בעהט דעם אייניקעל געב אהער דאס געלט, און יעצט גיי צום באס מיט א פרישע ביטחון... ס'דען א קונץ? לאמיר יעצט זעהן צו דו גייסט עומד זיין בניסיון..

עד כאן שמעתי כ'האב נישט געהערט די אויספיר

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 12:12 pm
דורך בעל דעת
שטייגען האט געשריבן:איז ער געווען א ברודער מיט הגאון רבי נטע ע״ה אין יבחדל״ט הגאון רבי חיים אורי שליט״א ??

ערשטע קאזין'ס ר' אשר טאטע ר' ארי מרדכי ז"ל איז געווען א ברידער מיט הגאון ר' יעקב מנחם ז"ל די טאטע פין די 3 גדולים

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 4:06 pm
דורך yield
דא האט איר א ספר פון זיינע בריוון אמרי אשר
https://drive.google.com/file/d/1ttz5Lb ... p=drivesdk

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 11:45 pm
דורך ווער איז דאס
yield האט געשריבן:דא האט איר א ספר פון זיינע בריוון אמרי אשר
https://drive.google.com/file/d/1ttz5Lb ... p=drivesdk


שכח וועל מיר לערנען שפתותיו דובבות אויף די יארצייט

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:56 am
דורך מענטשאלע
רבי אשר איז געווען מסתמא דער ערשטער וואס געטוהן אין קירוב רחוקים ווייט פון יעדם פרסום, זיך אפגעגעבן מיט צובראכענע מענטשן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן, וואס ביז היינט זענען זיי פארקאכט אין אים מיט אלע רמ"ח און שס"ה.
א דמות צום געדענקן.

Re: רבי אשר פריינד מירושלים זצ"ל - מוצאי יוכ"פ תשס"ד

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:14 am
דורך נחזור לענינינו
היינט ממחרת יום הכיפורים, איז דער יארצייט מהאי גברא רבא, וועל מיר דערציילען א קורצע מעשהלע פון זיין מדת החסד, ס'פלעגן זיך דרייען ביי אים אלע סארטן, האט אים איינער אמאל געפרעגט פארוואס פארשיקט ער נישט דער וואס מאכט אזעלעכע קולות און דרייט איבער דער שטוב, האט ער געזאגט:
איז עס דען מיין שטוב אז איך קען אים פארשיקען..

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.

Re: רבי אשר פריינד מירושלים זצ"ל - מוצאי יוכ"פ תשס"ד

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:20 am
דורך נחזור לענינינו
צורת קדשו
צורת קדשו
Screenshot_20200929-015235_1.png (640.1 KiB) געזען 939 מאל

Re: רבי אשר פריינד מירושלים זצ"ל - מוצאי יוכ"פ תשס"ד

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 10:19 pm
דורך zugurnish

Re:

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:29 pm
דורך סטאוו יא פיטא
חושב מחשבות... האט געשריבן:ר' אשר האט אמאל געזאגט פאר איינע פון זיינע גדולי התלמידים א חשוב'ע בנש''ק מיט א זקן יורד על פי גדותיו (היינט אן אדמו''ר) ''די איינציגע תיקון וואס איך האב פארדיר וועט זיין ווען דו וועסט אראפשניידן דיין לאנגען בארד און אויסטוען דיינע שמונה בגדים און ארומוואקן אין מאה שערים מיט א דזשעקעט'' ע''כ

מ'דארף וויסן וויאזוי אפצולערנען אזא מעשה.

ליידער ווייס איך נישט וויאזוי דאס אפצילערנען.