הרב ר' הלל קליין ז"ל רב בנוי יארק - ז' ניסן תרפ"ו לפ"ק

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

הרב ר' הלל קליין ז"ל רב בנוי יארק - ז' ניסן תרפ"ו לפ"ק

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מארטש 26, 2014 2:59 pm

נישט דא קיין סאך געשריבן איבער אים דא אין וועלטל. אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו איבערן "ווידער ענדעקונג" פון זיין מקום מנוחה. לויט ווי הרב חיים - ב"ר מענדל ע"ה - רייכבערג ני"ו לייגט אים אראפ, רעדט מען פון א אדם גדול, און א גרויסער קעמפער קעגן די רעפארם. און פון די גרינדער פון חברה שמירת שבת.

למעשה זעה איך ווי מילער האט שוין לאנג געברענגט פון "קברים דאט קאם" זיין קבר.

דא האט איר וואס די חבירים האבן שוין געשריבן.

מיללער אין פולמוסי אתרוגים לשעבר ואודות הרב רייס מבאלטימאר אשכול האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איר מיינט אשכנזישע דוקא פון מדינת אשכנז-דייטשלאנד, אבער עס איז כדאי צו דערמאנען אין די קאטעגאריע די רבנים;
ר' ישכר דוב אילאווי פון סינסינעטי, וועלכער איז געווען א תלמיד פונעם חת"ם סופר זצ"ל, ער איז געקומען קיין אמעריקא בשנת תרי"ג. ר' יהושע הכהן פאלק וועמענס ספר 'אבני יהושע' איז געווען דער ערשטער ספר געדרוקט צו ווערן אין אמעריקא. ר' הלל הכהן קליין א תלמיד פון כתב סופר ונשיא כולל שומה"ח באמעריקא, ועוד.

מיללער ר' יעקב יוסף (יאזעף) רב הכולל בניו יארק אשכול האט געשריבן:א גרויסן דאנק ר' ברוך פארן גיין פתיחה איבער אזא גרויסער פערזאן, וועלכער איז ליידער פריצייטיג נפטר געווארן נישט קענענדיג בייקומען די רעפארמירטע ווינטן וואס האבן דא געבוזשעוועט אין יענע צייטן.

ר' יעקב יוסף (יאזעף) איז געווען א תלמיד פון נצי"ב אין וואלוזשין ווי ער איז גערופען געווארן 'ר' יעקב יוסף חריף', נאכן דינען אלס רב אין עטליכע שטעטליך אין די ליטא, איז ער אויפן פארלאנג פון 18 פאראייניגטע קהלות אין ניו יארק ארויסגעקומען קיין אמעריקע צו דינען אלס 'רב הכולל' ווען אינדערצייט האט ער געפירט דעם 'בית המדרש הגדול' אין די איסט-סייד.

ער האט ווי דערמאנט געפירט שווערע מלחמות קעגן די וואס האבן געוואלט רעפארמירען אידישקייט, בעיקר בעניני שוחטים ושחיטה, דאס האט אים געקאסט זיין געזונט און עווענטועל זיין לעבן.

אלט זייענדיג 57-60 יאר האט ער געכאפט א סטראוק פון וואס ער איז ליידער אוועק נאך צוויי יאר, זיין געלעמט און קראנק, געשאצטע 50,000 מענטשן האבן זיך באייליגט בייי זיין לויה אין די גאסן פון מאנהעטן, ווען נאך א געפעכט צווישן צוויי גרויסע קהלות איז ער געקומען למנוחות אין די 'יוניאן פיעלד סעמעטיערי' אין קווינס
זעהט דא א בילד פונעם מציבה.

פון זיינע קינדער ווערן דערמאנט די זוהן שמואל און רפאל און טעכטער מרת שולץ און מרת בראדי, בייגעלייגט איז דער אריגינעלער באשרייבונג פון דער 'ניו יארק טיימס' אינעם פרימארגן פון זיין פטירה כ"ד תמוז תרס"ב ולמס' יולי 29 1902 , עס ווערט דארט דערמאנט אז די לויה וועט מן-הסתם אנפירען ר' הלל קליין פון די אונגארישע שוהל אין די איסט סייד.

אין די וויליאמסבורג און איר היסטאריע אשכולfarshlufen האט געשריבן:שמו המלא איז געווען "יעקב אברהם דאלגינעס" ער האט געהערט צום דזשעי טי עס קרייז אבער באותה שעה כשרים היו, ער איז געווען אקטיוו אין ת"ת אין שולן בארבע פינות ניו יארק.

מיר האבן געפונען א מעלדונג אין די "רעפארם אדוואקעיט" פון פעברוערי 16 1918 וואו עס שטייט אז ער גייט דעם קומענדיגן זונטאג אויפגענומען אויף דעם פאסטן אין דעם "בני ישראל סינעגאגע" דורך דר. פיליפ [ר' הלל] קליין און דר. בערנארד [ר' דוב בער] דראקמאן http://kevarim.com/rabbi-dov-ber-bernard-drachman/" onclick="window.open(this.href);return false; רב דקהל זכרון אפרים http://en.wikipedia.org/wiki/Park_East_Synagogue].

רב בן בוזי שיקט מיר א לינק אז אין תרפ"ח איז ער אויפגענומען געווארן אין "תורה ודעת פלעטבוש [?]
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 43&hilite=" onclick="window.open(this.href);return false;

תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעףfarshlufen האט געשריבן:א באריכט אין זומער תרפ"ג אז הרב ר' הלל קליין ז"ל נשיא כולל שומרי החומות באמעריקא זאגט אז דער לאקאלער אפיס האט געהאלטן דאס גאנצע געלט פאר אירע אייגענע אויסגאבן....

AUGUST 24, 1923
Says “meshullachim” Took Money Intended for Jerusalem

NEW YORK, Aug. 24 (JTA) –
Charges that the local offices of the Jewish community in Palestine known as the "Kolel Shomre Hachomoth" (Guardians of the Walls) had used all the contributions intended for the members of the community for the expenses of the local office are made in an appeal published in the Jewish Morning Journal by the Rev. Dr. Philip Klein.
Rabbi Klein contends that the local offices have not sent as much as a cent to the Jerusalem community in 5 months. He couples this charge with an appeal that Hungarian Jews send moneys intended for the "Kolel" direct to Jerusalem or else only to representatives authorized by him. He states that 3,000 members of the Hungarian community in Jerusalem are in woeful distress

פון:
http://archive.jta.org/article/1923/08/ ... -jerusalem

מיללער אין קידוש החמה תרנ"ז, ניו יארק אשכול האט געשריבן:
זייער אינטערעסאנט און היסטאריש, א דאנק אייך הרב שטרויזאק.

פארשלאפן,
הרב קליין איז לכאורה ר' הלל הכהן קליין רב דקהל אוהב צדק אין ניו-יארק.

(מנהלים,
דאס באלאנגא אין 'זכור ימות עולם')

געוועזענע אידישע געגנטן אין אמעריקאfarshlufen האט געשריבן:שטאטעלעך ר' בן בוזי, מיר זענען דארט געוואויר געווארן עטליכע חידושים:

ר' שמריהו לייב הורוויץ האט דארט ערגעצוואו אמאל געהאט א שטעלע.

ר' הלל קליין, האט געהאט א ביבליאטעק פון טויזענטער ספרים ויגע בתורה וכו'.

מיללער אין ר' יוסף אליהו פריד משוקיאן אשכול האט געשריבן:ווערט דערמאנט אינעם טיימס ביים הקמת המציבה, אינאיינעם מיט דר. ר' הלל הכהן קליין, הרב מינדיס, דראכמאן, וויינער (?)
http://query.nytimes.com/mem/archive-fr ... 946797D6CF

די ערשטע קהילות אין ברוקלין אשכול leiby האט געשריבן:(צוריק געברענגט נאך די צונאמי)
דורך farshlufen אום מאנטאג יולי 19, 2010 3:23 pm

הער מיללער, איינס ביי איינס:

1) האב איך אזוי צוזאמענגעשטעלט ווייל הויז אף איזראעל האט גארנישט געמיינט און יענס יאר איז בית אלקים געגרינדעט געווארן, די שול מיטן נאמען בית ישראל איז די קעין סטריעט שול וואס האט נאך דאן נישט עקזיסטירט זיי זענען הערשט געווארן א קאנגרעגעישאן אין 1855, און אין גאר אן אנדער געגנט, אבער עס איז מיר א פליאה אויף וואס ארויף אין א געל איז נישט פארהאן קיין זכר פון די זעלבע מסיבה.

2) איני יודע, דעם נאמען האב איך אבער שוין געזען אסאך.

3) נארמאל פאר אלע ארטאדאקסישע רבנים פון יענע תקופה, אריינגערעכנט רבי הלל קליין.

4) איני יודע, איך האב ניט געפונען דערווייל קיין ברעקל אינפארמאציע איבער אים.
שאין לאדם חלק בתורת משה רבינו עד שנאמין בכל דברינו ומקרינו שכלם נסים אין בהם טבע ומנהגו של עולם, בין ברבים ובין ביחיד [רמב"ן שמות י"ג ט"ז].

מיללער אין אגודת הרבנים דארה"ב וקאנאדא אשכול האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:א העתקה פון א מחאה גלוי' קעגן מזרחי וועלכע איז געווען געדרוקט אינעם מאגן זשורנאל אונטערגעשריבן דורך די גדולי הרבנים מנוא יארק.

די חתימות וויפיל איך פארשטיי;
ר' משה זבולון מרגליות (ניו יארק)
ר' שלום אלחנן יפה (ניו יארק)
ר' ישראל הלוי ראזענבערג (ניו יארק יו"ר אגוה"ר)
ר' דובער המכונה ד"ר רעוועל (ניו יארק ישיבת רי"א)
ר' אליעזר מאיר פרייל (עליזאבעט)
ר' יעקב קאנאוויץ (? אולי הכוונה לר' יוסף קאנוויץ מבעיאן חתן הרידב"ז או לר' יעקב קאנטראוויץ)
ר' הלל המכונה ד"ר קליין (ניו יארק נשיא כולל שומה"ח)
ר' דוב אריה לעווענטאהל (פילעדעלפיא)
ר' שמה שמעון זיוויץ (פיטסבורג)
ר' שמואל צבי גליק (?לא שמעתי)
ר' יעקב איסקאלסקי (סקרענטאן - ניו יארק)
ר' יצחק הלוי סיגעל (בעיאן)

פארשריבן אין דאס אידישקייט אין אמעריקא בשנים קדמוניות אשכול האט געשריבן:
ס'איז אינטרעסאנט אז כשרות שטעלט ער די ערשטע.

(דער הרה"ג ד"ר קליין, איז ווארשיינליך דער רב פון אוהב צדק יוצאי אונגארן וואו יאסעלע האט געדינט אלס חזן).
בילד

באשכול הנ"ל farshlufen האט געשריבן:יא, אודאי איז דאס דר. פיליפ הלל קליין, געווען א שטארקער רב נישט אזוי ווייט אמעריקאניזירט אווי דייטשיש במדע ובהנהגה, אבער אן ערליכער.

פעלדמאן אין ר' משה וויינבערגער אב"ד ביהמ"ד הג' אנשי אונגארן בניו יארק אשכול האט געשריבן:אין יאהר'ן תרנ''ז – תרס''ב האט אויסגעבראכען צוויי מחלוקת'ן צווישען הרה''ג ר' משה וויינבערגער ז''ל מיט הרה''ג ר' הלל דר קליין ז''ל א' באקאנטער אונגארישער רב וואס איז אויך געווען פין בי''ד פין דער רב הכולל ז''ל וואס ביידע מערכות זענען געווען בנוגע די שוחטים יוניאן חברה מלאכת הקודש, וואס הרב וויינבערגער האט זיך ציגעשטעלט צי די צד קעגן די יוניאן, הרב וויינבערגער האט ארויסגעגעבן צווי קונטרסים הלכה למשה אין הואיל משה (ביידע איז דא אויף היברו בוקס ) הרב קליין האט מפרסם געווען עטליכע גאר שארפע בריווען אין א' צייטונג וואס דער רעדאקטער איז געווען הרב משה וועכסלער א אונגארישע רב אין ניא יארק .
אין ספר שו''ת מי יהודה סי' צב להרה''ג ר' יודא אלטמאן אב''ד טשטאה חתנו ומ''מ בעל נטע שורק (דא אויף היברו בוקס ) נעמט ער זיך אן אויף הרב וויינבערגער אין אין סי' צג שרייבט ער צי הרב וועכסלער ער זאל אויף הערן משמץ זיין הרב וויינבערגער אין ער זאל נישט מפרסם זיין די בריווען פין הרב דר' קליין וועגן בזיון ת''ח
זע אויך אין שו''ת נטע שורק צו הרב וויינבערגער בנוגע די אנדערע סיכסוך וויל איך אפעלירען צי די חושבע חברים אויב איינער קען פארשאפען די בריעף פין דר' קליין , ווי אויך די צייטונג פין וועכסלער ווייל אלץ אן אייניקל פין משפחות וועבערמאן וואס מיין זיידע ר' משה וועבערמאן ז''ל איז געווען אן איידעם ביי הרב ר' פנחס אהרן ברודער ז''ל שו''ב אין בארדיוב וואס איז ארויס געקימען קיין ניא יארק בשנת תרל''ז אין איז געווען יאהרן א' שו''ב דא אין ניא יארק ווערט אפשר דערמאנט אין די מערכה , אין הואיל משה ווערט דערמאנט השו''ב המפורסם לשם ולתהלה מו''ה פנחס אהרן ני''ו אין ער דערמאנט נישט זיין לעצטע נאמען, אין אין הלכה למשה פעדש 54 ווערט דערמאנט השו''ב מו''ה פ.א. נ''י
דער צווייטער שוחט וואס האט געארבעט קעגען די יוניאן איז געווען הרב פייש צבי גראס ז''ל פין באטור במח''ס נחלת צבי – עטרת צבי ער האט הסכמות פין רבני אונגארן ובתוכם הגה''ק מסאטמאר זי''ע אין קראלי בשנת תרצ''ג

בנוגע די מערכה מיטן ארויס ווארפן הרב וויינבערגער פין ביהמ''ד הגדול וואס בן בוזי שרייבט אז עס איז געפירט געווארן דורך עמי הארצים אין גראבע יונגען וואס האבן נישט געוואלט זיין עהרליך , וויל איך קאמענטירן, הגם ס'איז שווער צי זאגן א' דעה אין אזאך וואס איז פארלאפען איבער הינדרעט יאר ציריק אין נישט איך אין נישט בן ביזי זענען דארט געווען.
ערשטענס האט מען אויף גענימען נאך איהם א' רב א גדול בתורה ובהוראה פין יוראפ נישט קיין אמעריקאנער ראביי הרה''ג רבי אלתר שאול פעפער ז''ל במח''ס שו''ת אבני זכרון
צווייטענס זענען געבליבען מעמבערס אין ביהמ''ד הגא''א ת''ח ואנשי מעשה מיט חתימת זקן ווי הר''ר משה קלאפטער ז''ל מו''ה אלי דוד העלד ז''ל מו''ה ר' משה וועבערמאן ז''ל אין דער גבאי איז געווען מיין זיידע מו''ה מאיר עהערנפעלד ז''ל מוהל מומחה אין א' תלמיד פין כתב סופר זצ''ל (עיין בהקדמת תביאות השדה להרה''ג מבאניהאד ז''ל וואס ער שרייבט וועגן די אונגארישע אידן און ניא יארק)
ווי ס'זעט אויס איז געווען א' מחלוקה מיט משפחות האראוויטץ מארגערעטען פין די גרעסטע מצה בעקערס אין אמריקע וואס זענען געווען מתפללים אין ביהמ''ד הגא''א אין הרב וויינבערגער האט געעפענט זיין אייגענע בעקעריי
אין ליידער א' מחלוקה קען זיך צי פייערן ר''ל זייער מיעס וי מ'זעהט בימינו אויך כאטש ביידע צדדים קענען זיין עהרליך.
די גוישע צייטונג די סאן שרייבט אויך אז די מחלוקות איז געווען איבער די מצות, לאנגע יארן שפעטער זענען אונגעגאנגען קארט קעסעס צווישען האראוויטץ מארגערעטען אין הרב וויינבערגער

בן בוזי אין בילדער פון אמעריקאנער רבנים ואנשי השם ווער ווייסט? אשכול האט געשריבן:קיין חידה, נאר ווי דען זאל מען שטעלן ס'ערהאבן בילד?

ביי א מיטינג פאר די סענטראל רעליעף קאמיטע אין דער אוהב צדק שוהל.

אויבן אהן זיצט הרב דר. הלל קליין ווען צו זיין רעכטס זיצט דער בארימטער אידישער חזן ר' יאסעלע ראזנבלאט און צו זיין לינקע זייט דער גרויסער ארטאדאקסישער פירער הרב דר. בערנארד דראכמאן.

וכמובן קומט זיך דערפאר קרעדיט, דעם גרויסן צדיק ר' פישעלע דער בראנסווילער ריש מתיבתא. תשואת חן חן לו-ו-ו
בילד

מיללער אין בילדער פון אמעריקאנער רבנים ואנשי השם ווער ווייסט? אשכול האט געשריבן:
פעלדמאן האט געשריבן:ווער דערקענט

דאכציך אז דער בילד איז שוין געווען דא, דאס איז פון יענע בוך איבער די רעליעף פאנד.

אין צענטער איז רמ"ז מרגליות, הרב פרערא-מינדיס, הרב דר. הלל קליין, שוין פארגעסן די איבריגע
בילד

בן בוזי ווער האט ממלא געווען דער חלל פון רב הכולל? אשכול האט געשריבן:דער סט. פאול גלאוב אוגוסט 11 1902, דערציילט וועגן א באוועגונג אויפצונעמען הרב דר. הלל קליין אויפן פלאץ פון רב הכולל, בשעת דער קינסלי קרעפיק האט שוין מיט דריי טאג פריער אום אוגוסט 8 געמאלדן "אפיציעל" הרב לעווענטהאל'ס אויפנאמע.
בילד
בילד

ווערט אויך דערמאנט:
דא.
דא.
דא.
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מיטוואך מארטש 26, 2014 4:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:13 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נישט דא קיין סאך געשריבן איבער אים דא אין וועלטל. אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו איבערן "ווידער ענדעקונג" פון זיין מקום מנוחה. לויט ווי הרב חיים - ב"ר מענדל ע"ה - רייכבערג ני"ו לייגט אים אראפ, רעדט מען פון א אדם גדול, און א גרויסער קעמפער קעגן די רעפארם. און פון די גרינדער פון חברה שמירת שבת.



ימחול לי רייכבערג אלף פעמים, אבל אם כי הרב ד"ר קליין היה איש מסוים ורב נכבד, אבער צו מאכן פון זיין קבר א נייע "אטראקשאן" איז פאלג מיך א גאנג.

משוגע מטארע כי לעולם חסדו

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:14 pm

מיללער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נישט דא קיין סאך געשריבן איבער אים דא אין וועלטל. אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו איבערן "ווידער ענדעקונג" פון זיין מקום מנוחה. לויט ווי הרב חיים - ב"ר מענדל ע"ה - רייכבערג ני"ו לייגט אים אראפ, רעדט מען פון א אדם גדול, און א גרויסער קעמפער קעגן די רעפארם. און פון די גרינדער פון חברה שמירת שבת.



ימחול לי רייכבערג אלף פעמים, אבל אם כי הרב ד"ר קליין היה איש מסוים ורב נכבד, אבער צו מאכן פון זיין קבר א נייע "אטראקשאן" איז פאלג מיך א גאנג.

משוגע מטארע כי לעולם חסדו

ער רעדט פון מופתים!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:14 pm

מופתים ביים קבר?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:16 pm

מיללער האט געשריבן:מופתים ביים קבר?

יע.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:17 pm

ניבא וידע מה שניבא

מאנ-יימער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:פון הונטער די קוליסן ווערן מיר געוואויר וועגן נאך א ציון וואס א געוויסער מאן דהו האלט אין די פריע שטאפלען פון פארוואנדלן אין אן הייליג ארט. אבער אנדערש ווי די פריערדיגע באקאנט געווארענע 'צדיקים נסתרים' איז די רעדע יא פון א באקאנטער פיגור אינערהאלב די רבנישע קרייז אין נוא יארק, און אויך אן אקטיווער אויפטוער פאר ארטאדאקסישער אידישקייט. אט ער וועט אין די קומענדיגע מאנאטן אריינגיין אין די קאטאגאריע פון 'בעקיארד צדיקים נסתרים'.

האלט אייך געשפאנט!

וואס בעט ער דערפאר? די פרייז וויפיל ס'איז יעצט ווערד, אדער וויפיל ס'גייט ווערד זיין נאכן אנקלעבן סגולות דערויף? אפשר לוינט זיך צו אינוועסטן...

viewtopic.php?p=772706#p772706
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:18 pm

אויף וואס פעלט אויס צו פארקויפן דברים הרחוקים מהמציאות?

מיר געדענקען נאך די היסטאריע איידערן עס פארדרייען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:23 pm

אגב אין די לינק צו קברים.קאם פון מיללער, איז דא נאך אסאך אינפארמעשאן פון די חבירים דא, און אנדערע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:39 pm

דער בעל מופת ז"ל
בילד

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:41 pm

מיללער האט געשריבן:דער בעל מופת ז"ל


דער רב איז א לץ?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 26, 2014 3:50 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער בעל מופת ז"ל


דער רב איז א לץ?

איך זעה נישט דערינען קיין ליצנות, הרב קליין איז געווען אן ערליכער רב, א תלמיד פון הייליגן כתב סופר וואס האט דערנאך שטודירט אלגעמיינע שטודיעס איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא בשנת תרנ"א צו דינען בבית דינו הצדק של הרב הכולל זצ"ל.

דברי הערכה והספד עליו בירחון אפריון:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=164
ועוד אחת מיהושע ראקער:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=164

זיין רביצין איז געווען אן אייניקל פון הגאון ר' שמשון רפאל הירש, זי איז אוועק 48 שעה נאך איר מאן, און ליגט נעבן אים (אז מ'קומט שוין אהין קען מען דארט אויך זאגן א קאפיטל תהלים און צינדען א ליכטל).

מציבת הרבנית
צוגעלייגטע
IMG_3080.jpg

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 12:11 am

מיללער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נישט דא קיין סאך געשריבן איבער אים דא אין וועלטל. אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויו איבערן "ווידער ענדעקונג" פון זיין מקום מנוחה. לויט ווי הרב חיים - ב"ר מענדל ע"ה - רייכבערג ני"ו לייגט אים אראפ, רעדט מען פון א אדם גדול, און א גרויסער קעמפער קעגן די רעפארם. און פון די גרינדער פון חברה שמירת שבת.



ימחול לי רייכבערג אלף פעמים, אבל אם כי הרב ד"ר קליין היה איש מסוים ורב נכבד, אבער צו מאכן פון זיין קבר א נייע "אטראקשאן" איז פאלג מיך א גאנג.

משוגע מטארע כי לעולם חסדו

איז דאס דער זעלבער רייכבערג וואס גייט ארום מיט דעם רב הכולל פון (?) יעדע שטיק צייט ביי אלע מנינים און גיבט תיקון ווייל מען האט היינט מחדש געווען דעם תלמוד תורה און מקוה אין ווייטן לאטוויע? אויב יא שטימט אלעס...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 11:57 am

די חברה זענען אייזן גוט. נאכן 'אנדעקן' דעם קבר איז רייכבערג געגאנגען צו אונזער שוין באקאנטער קברים פראפעסאר הרב לייבוש פריינד און איהם דערציילט וועגן דער געפונס. אהההה...... רופט זיך ר' לייבוש אן; יעצט ווערט מיר פארענטפערט, אז זיכער איז הגאון רבי משה פיינשטיין געגאנגען צו דעם קבר* יענעם ערב יום הקדוש....

דמיון+פראפעסיע=אנדעקט קבר פון צדיק נסתר ופועל ישועות

*א בחור פון בית התלמוד האט אמאל דערציילט אז ער האט געזעהן רבי משה גיין צו די וואשינגטאן סעמיטערי אום עריוה"ק אבער ער האט נישט געזעהן וועלכע קבר (צווישן די רבבות קברים) עס איז געווען.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 12:09 pm

דער מס"ק איז גוט, קענסט זיך פארבינדן מיט די וואס ציען סברות איבערן פארלוירענעם פליגער, איר האט זיך נישט צו שעמן ;l;p-
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 2:54 pm

בן בוזי האט געשריבן:די חברה זענען אייזן גוט. נאכן 'אנדעקן' דעם קבר איז רייכבערג געגאנגען צו אונזער שוין באקאנטער קברים פראפעסאר הרב לייבוש פריינד און איהם דערציילט וועגן דער געפונס. אהההה...... רופט זיך ר' לייבוש אן; יעצט ווערט מיר פארענטפערט, אז זיכער איז הגאון רבי משה פיינשטיין געגאנגען צו דעם קבר* יענעם ערב יום הקדוש....

דמיון+פראפעסיע=אנדעקט קבר פון צדיק נסתר ופועל ישועות

*א בחור פון בית התלמוד האט אמאל דערציילט אז ער האט געזעהן רבי משה גיין צו די וואשינגטאן סעמיטערי אום עריוה"ק אבער ער האט נישט געזעהן וועלכע קבר (צווישן די רבבות קברים) עס איז געווען.

למען הפונקטליכקייט, ער דערציילט אז יענער ווייסט יא זיכער, ער האט נאר נישט געדענקט ווי מען קומט אן אהין, אבער די נאמען האט ער געדענקט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 2:57 pm

למען הפונקטליכקייט איז ער זיך סותר מני' ובי'... קודם דערציילט ער אז ער האט געזעהן ווי רבי משה איז געווען און אפילו שפעטער געזעהן די מציבה, אבער דערנאך איז ער זיך סותר אז דער בחור האט נישט קלאר געזעהן ווי אהין רבי משה איז געווען, און מען האט פראבירט דורכאויס מאנאטן אפיר צו זוכן עפעס א לאקאציע, (איז געווען א 'קלאנג' אז רבי משה איז געווען ביי הרב דר. קליין ווייל ווי הרב דר. קליין ליגט באהאלטן איז אלעמאל געווען באקאנט און ס'איז נישט קיין נייעס דערפאר האבן בחורים שפעקולירט).
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 3:08 pm

בן בוזי האט געשריבן:למען הפונקטליכקייט איז ער זיך סותר מני' ובי'... קודם דערציילט ער אז ער האט געזעהן ווי רבי משה איז געווען און אפילו שפעטער געזעהן די מציבה, אבער דערנאך איז ער זיך סותר אז דער בחור האט נישט קלאר געזעהן ווי אהין רבי משה איז געווען, און מען האט פראבירט דורכאויס מאנאטן אפיר צו זוכן עפעס א לאקאציע, (איז געווען א 'קלאנג' אז רבי משה איז געווען ביי הרב דר. קליין ווייל ווי הרב דר. קליין ליגט באהאלטן איז אלעמאל געווען באקאנט און ס'איז נישט קיין נייעס דערפאר האבן בחורים שפעקולירט).

הער אויס, יענע גאנצע שמועס איז ווערט א שמועס.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

געגאנגען ווייטער
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 23, 2014 6:18 pm

תגובהדורך געגאנגען ווייטער » מאנטאג מארטש 31, 2014 5:43 pm

אין די שמועס זאגט ר' חיים, אז אזוי ווי ער האט אנגעפירט מיט די צדקה פין עזרת תורה האט איהם מסתם הג"ר משה זצ"ל פאר דעם זייער מחשיב געוועהן אזוי ווי ער פלעג גיין צוה רב הענקין זצ"ל ערב ר"ה פאר א ברכה,

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 31, 2014 6:04 pm

געגאנגען ווייטער האט געשריבן:אין די שמועס זאגט ר' חיים, אז אזוי ווי ער האט אנגעפירט מיט די צדקה פין עזרת תורה האט איהם מסתם הג"ר משה זצ"ל פאר דעם זייער מחשיב געוועהן אזוי ווי ער פלעג גיין צוה רב הענקין זצ"ל ערב ר"ה פאר א ברכה,


ר' הילל איז טאקע געווען דער גזבר פון עזרת תורה אזוי ווי מ'זעהט דא איז דער ספר הזכרון פון עזרת תורה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=6

דאס איז וואס הרב קליין שרייבט אינעם ספר הזכרון:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=11

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מארטש 31, 2014 6:11 pm

זייער נאריש צו ציען אזא פאראלעל, רבי משה איז געווען גאר שטארק בידידית מיט הרב הענקין אפגעזעהן צו ער האט אנגעפירט מיט עזרת תורה, און אזוי איז אלעמאל געווען איינגעפירט ביי אידן זיך צו וואונטשן איינער דעם אנדערען מיט א גוט יאהר.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
חניוק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 19, 2013 11:34 pm

היינט יומא דהילולא

תגובהדורך חניוק » זונטאג אפריל 06, 2014 9:18 am

א גרויסע וואכונג ביים חשוב'ן ציבור צו גיין, איינער קען ביטע געבן דירעקשאנס?
בילד
לעצט פאראכטן דורך חניוק אום זונטאג אפריל 06, 2014 10:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 06, 2014 10:18 am

מ'קען רופן קול החיים

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22009
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 06, 2014 10:37 am

מיללער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער בעל מופת ז"ל


דער רב איז א לץ?

איך זעה נישט דערינען קיין ליצנות, הרב קליין איז געווען אן ערליכער רב, א תלמיד פון הייליגן כתב סופר וואס האט דערנאך שטודירט אלגעמיינע שטודיעס איידער ער איז געקומען קיין אמעריקא בשנת תרנ"א צו דינען בבית דינו הצדק של הרב הכולל זצ"ל.

אויך געלערנט ביי ר"ע הילדעסהיימער.

האב מיר געלעזט דעם ארטיקל אין די צייטונג פ' טהרה, קוקט אויס ווי במכוון איז ארויסגעלאזט געווארן און צוגעפיצט געווארן געוויסע פאקטן בתולדות חייו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מארטש 14, 2018 8:31 pm

יארצייט איז נעקסטע ווואך

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 14, 2018 8:45 pm

fiena nieas האט געשריבן:יארצייט איז נעקסטע ווואך

אידן לויפטס כאפן ישועות, תוך אמונ"י עם סגול"ה, בדוק ומנוסה.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט