ר' ישראל בער קורשידט מניו יארק -תלמיד הג"ר נתן אדלער זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

ר' ישראל בער קורשידט מניו יארק -תלמיד הג"ר נתן אדלער זצ"ל

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מאי 25, 2010 2:03 pm

איך האב הערשט יעצט באגעגנט ביי ברוך אמסעל אין זיין ווירטואלע בית עולם א מציבת קבורה פון איינע פון די גרויסע תלמידים פון הגאון ר' נתן אדלער מפראנקפורט ד'מיין, איך ווייס נישט גענוי וויאזוי מ'שרייבט דער נאמען אויף אידיש אבער בערך אזוי איז עס 'ר' ישראל בער קורשידט', ער איז שוין נסתלק געווארן בשנת תרי"ב ומנו"כ סמוך ונראה לעיר ואם בישראל וויליאמסבורג אין די בית עולם סעמעטערי אין סייפרעס היל. ער איז געווען א חבר מיט ר' וואלף היידנהיים און ר' אברהם בינג וועלכע האבן צוזאמען געלערנט ביי זייער גרויסער רבי הנ"ל, עס ווערט אנגעגעבן אז ר' נתן אדלער פלעגט זיך אויף זיי אויסדרוקן, אברהם איז א חריף, וואלף איז א מדקדק, און ישראל איז א חכם.

כ'וועל מודה זיין אז מעולם האב איך פאר דעם נאך וועגן איהם נישט געהערט אבער אז זיי שרייבן אז ס'דא איז דאך עס דא, ממילא איז נישט מער ווי פאסיג אז כ'זאל איהם ארויף לייגן ביי אונז אויכעט אין שם הגדולים.

קברים.קאם

דא איז פארהאן א יידיש פרעסע ארטיקל אויף ענגליש, און בהיות כ'האב עס נאכנישט עספיעט אויסצוליינען שטעל איך עס בלויז אין לינק שפראך.
צוגעלייגטע
UploadedImages_StdImage_450kursheedt.jpg
UploadedImages_StdImage_450kursheedt.jpg (17.57 KiB) געזעהן 1562 מאל
ysb13.jpg
ysb13.jpg (113.7 KiB) געזעהן 1566 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מאי 25, 2010 2:50 pm

הרב קורשידט איז געווארן אן איידעם ביי ר' גרשון מינדיס שייקעס דער רב פון די קהלה שארית ישראל.

ער האט געהאט עלעף קינדער איינער פון זיי ר' גרשום איז געווען א רב אין נוא ארליענס, ער איז געווען זייער טעטיג אין אידישקייט, ער איז שטארק באפריינדעט געווארן מיט יהודא טורא איינע פון מאנטיפיורעס נאנטע מענטשן און ער האט איהם באאיינפלוסט זיך צוריק צו קערן צו אידישקייט, שפעטער איז ער געפארן צוזאמען מיט מאנטיפיורע קיין ארץ ישראל אויף צו בויען דעם שפיטאל. ער האט חתונה געהאט שפעט ביי די 43 מיט מאנטיפיורעס א ניכטע און ער איז אויך געשטארבן אינג, זעהט אויס אז אין ענגלאנד.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 25, 2010 2:54 pm

ר' אלחנן פר"מ האט אמאל געהאט עפעס וועגן אים אין נייעס באריכט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מאי 25, 2010 3:06 pm

איך לייג ארויף דא אין פד"ף פארמאט די ארטיקל פונעם דזשואיש פרעס, ס'איז היבש אינטערעסאנט.
צוגעלייגטע
kurshidt.pdf
(76.86 KiB) דאונלאודעד 120 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 4:02 pm

פון אקסידענט - שנת תרנ"ד

מודעת אבל איבער די פטירה פון הרבנית שרה קורשידט אשת ר' ישראל בער ובת הרב גרשון מינדיס-סיישיז מניו יארק
צוגעלייגטע
getimage (5).png
getimage (4).png

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 4:22 pm

אט האט איר דער ארטיקל אינעם אקסידענט-תרי"ב, א לענגערע לעבנס ביאגראפישע באשרייבונג צו דער פטירה פון הרב ישראל בער קורשידט.
צוגעלייגטע
kursheedt 1.GIF
kursheedt 2.gif
kursheedt 3.gif
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 4:23 pm

המשך

(מגנזי מורשת חכמי אמעריקא)
צוגעלייגטע
kursheedt 4.gif
kursheedt 5.gif
kursheedt 6.gif
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 22, 2013 4:32 pm

זייער אינטערעסאנט, שוין געקומען דא אין די תק"ן יארן, דא חתונה געהאט מיט ר' גרשום מינדיס' טאכטער, און געווען דא פון די מייסדים פון די ערליכע קהלות.

יהא זכרו ברוך


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ביללער און 19 געסט