רבבה האט געשריבן:לכבוד הנכד . דוא שרייבסט כמה וכמה פעמים בזה''ל איך האב געהערט פין ר' יאנקעלע . דוא האסט טאקע אליין געהערט פין ר' יאנקעלע . אדער מפי כתבו אדער פין טעיפס .
פליז קליר יור סעלף
פון טעיפס.
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבבה האט געשריבן::xרימנובער אייניקעל האט געשריבן:שמעתי מרבי יענקעל'ה זצ"ל.אז צדיקים האבען געזאגט אז דריי טפחים אונטער די ערד און רימנוב האט דער רבי רבי מענדעלע מקדש געווען בקדושת ארץ ישראל. און ער אויכעט פארציילט אז די רבי רבי שמעון יעראסלבער האט זיך אמאל אפגערעדט פארן רבי רבי מענדעלע. אז די גלאקען וואס קלינגען פון די קירכע. און שטאט יעראסלעב שטערט עם. האט עם די רבי רבי מענדעלע גהייסען ער זאל עם אס ווייזען האט ער עם אס געוויזען האט רבי מענדעלע געקוקט דרויף מיט זיין הייליגע אויגען און די גאנצע קירכע האט איינגעזונקען מיט די מענעטשען.יארען שפעטער האט מען געגראבען דארט צו בויען א פארק,האט מען געטראפען ביינער פון מענטשען מיט די קירכע טיף און די ערד ,כן יאבדו כל אויבך ה'.
א חידוש אז ר' מאיר ונדר דער ארויסגעבער פין דעם ירואסלעווער יזכור בוך דערמאנט נישט אזא טשיקאווע מעשה
יענקל פאטאש האט געשריבן:א געדאנק איז מיר בייגעפאלן, אויב פאנגט מען היינט אן צו צינדען א לעכט לע"נ רמ"מ בן ר"י וועט זיך ענדיגען די פערציג טעג אויפן יאהרצייט.
די שאלה איז נאר וואס טוט מען יו"ט?
איך האב א שטיקל חקירה צו דאס ענין איז אז עס זאל ברענען א לעכט און לויט דעם קען מען צינדען ערב יו"ט א ליכט וואס ברענט צוויי טעג אדער דאס ענין איז דאס צינדען. און אמת'ן בין איך שוין אויף געקומען מיט דעם חקירה ווען נר מצוה האט אנגעהויבען צו פראדאצירען די מיני טרעוולינג לעכט וואס איז א מוראדיגע המצאה פאר בתי מדרשים וואס ווילען לאזען די לעכט ברענען א גאנצען טאג מיין שאלה איז נאר צו דאס ציפט נישט אראפ פון די תיקון פאר די נשמות.
יוסלמאן האט געשריבן:לכבוד ההילולא,
פעם אחת שאל החוזה הקדוש מלובלין את הרה"ק רבי מנחם מנדל מרימנוב זי"ע אם יש לו חסידים ןיענהו כן, יש לנו ב"ה חסידים, ובמה הנם חסידים, שאל שוב החוזה הקדוש, חסידים שלנו ענהו הרה"ק מרימנוב, שוקדים על עיון הש"ס ותוספות, אם כן נענה אחריו החוזה הק', הנם באמת חסידים.
מיללער האט געשריבן:מצית ר' יעקב ב"ר שאול בעיר קארטשין, נין ונכד להרמ"מ מרימינוב:
http://dartmouthprojectpreservation.org/korcyna-b1
ווער איז דאס?
ראש הקהל האט געשריבן:ידוע אז הרה"ק רבי מענדלע מרימנוב זצ"ל האט יעדן טאג געלערנט ח"י דפים רי"ף.
ער האט געהאט א זוהן וואס האט זיך גערופן אויף דער משפחה נאמען, ריף.
און בית החיים און רימנוב, כמדומני אז ידידינו שבתי משורר האט עס דא מעתיק געוועהן און זכור ימות עולם, איז דא א מציבה,
פון א אברך יקר היחסן רבי אריה לייב בן ר' יצחק צבי, לויט ווי איך בין עס דערגאנגען מיט ידידינו שמואל ישעי' רעד זיך עס,
פון ר' אריה לייב שטערן, און איינע פון זיינע איינקלעך און א קונטרס געדענק איך נישט דער נאמען, שרייבט ער אויף דעם יצחק צבי שטערן,
שהיה מגזע הריף בעל מגיהות.
איז נפשי בשאלתי, וואס מיינט דער ווערטער מגזע הריף בעל מגיהות, גייט עס ארויף אויף רבינו יצחק אל-פאסי ז"ל, אויב יא, לא ראיתיו מעולם בתואר בעל מגיהות.
איז דער רבי מענדעלע געוועהן אן אייניקעל פונעם רי"ף, און וועגן דייקא למד רי"ף בכל יום? ולכן קראו אחריו בנו מיטן משפחה נאמען ריף?
און וועגן דעם מונח שם היחסן ר' יצחק צבי שטערן, ווייל ער האט געהאט עפעס א משפחה קירבה מיט'ן ר"ר מענדעלע זצ"ל?
איך פארשטיי אליין כ'מאך א מיש-מאש, בנין אב און א גזירה שוה, אבער איז דא דברים בגו,
אגב ליגט מיר און קאפ אז ס'דא א משפחת בלומענבערג, מיט אסאך יצחק צבי'ס דארט?
האט איינער אינפא? אפשר שבתי משורר גאר?
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:נטיעות האט געשריבן:נטיעות האט געשריבן:ווער איז געוועהן די שווער פון רבי מנדל מרימנוב זי"ע?
שמועה שמענו ואין אנו יודעים את מקורה, שבזיווגו השני, ואולי היה זה כבר בערוב ימיו, נשא הרמ"מ מרימנוב את בתו של רבי אלחנן מבילגוריי, מי שהיה חותנו של רבי נפתלי מליזענסק. האם יש מי שיודע מה מקורו טהור?
פון וואו שטאמט די שמועה?.דאס איז א'גרויסער חידוש אז די רבי רבי מענדעלע האט געהאט צוויי זיווגים. וצריך עיון גדול.