המהר"ל מפראג וזקנו ר' ליוואי הזקן מפראג זצ"ל
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
המהר"ל מפראג וזקנו ר' ליוואי הזקן מפראג זצ"ל
די אלט-ניי שול אין פראג, וויאזוי ס'זעט היינט אויס
-
- שר חמישים
- תגובות: 97
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
שרייב'זשע ארויס אז דאס איז א לענגערע צוזאם געשטעלטע באשרייבונג פון ר' נפתלי אהרן וקשטיין,
מען זאל וויסן פון פאר אויס וואס עס ערווארט ווען מען עפנט עס און מען גייט זעהן.

לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2009 6:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ועמך כולם צדיקים
-
- שר חמישים
- תגובות: 97
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm
פראבלעם איז: אז רב האי גאון האט נישט געהאט קיין זוהן, און עס איז נישטא קיין מקור אז דער מהר"ל האט זיך יא מתייחס געווען צו עם.
וואס ס'איז יא דא, איז דאס פאלגענדע:
אין ספר מטה משה (ומשם למגלת יוחסין למהר"ל, עם הרבה שיפוצים!!! ודי) געפונט זיך דא.
שטייט אז ראש משפחתו איז געווען רבי ליוואי הזקן, וואס אויף עם זין מצבה שטייט מגזע הגאונים (דער נוסח המצבה אין מטה משה איז פאלש, דער ריטיגע נוסח געפונט זיך עין ס' גלעד), און דעטס איט.
דער השתלשלות היחס ביז רב האי גאון דור אחר דור איז פוסטע דמיונות. צוזאמען מט סדר היחס פונעם מהרש"א (לוי) בן אחר בן ביז רבי יהודה החסיד (ישראל)!!! מקור אחד לשניהם.
וועגן דעם פולמוס איז געשריבען באריכות ערשט דורך הגה"צ רבי שלמה ענגלארד - אדמו"ר מראדזין און צפונות, משם בא בקיצור במג"י באבוב, ולאחרונה נתפרסם בהמודיע הנ"ל.

נאך איבער דעם ענין [און נאך אינטערסאנטע אפהאנדלונגען בנוגע יוחסין] קוקט אין דעם לינק:
http://chfreedman.blogspot.com/search/l ... ng%20David

איטשע האט געשריבן:דער השתלשלות היחס ביז רב האי גאון דור אחר דור איז פוסטע דמיונות. צוזאמען מט סדר היחס פונעם מהרש"א (לוי) בן אחר בן ביז רבי יהודה החסיד (ישראל)!!! מקור אחד לשניהם.
דאס אז דער מהרש"א איז בכלל געווען אן אייניקל פון רבי יהודא החסיד [נישט באח"ב] האט יא א מקור?
איך געדענק אז איך האב אמאל געליינט עפעס א מעשה אז ביי אן אסיפה האט מען אמאל גערעדט וועגן די צוואה פון רבי יהודא החסיד נישט צו געבן דעם נאמען שמואל און יהודא, און צי די צוואה מיינט נאר פאר די אייניקלעך וכו', און דער מהרש"א האט זיך אנגערופן אז אינטערסאנט ער איז אן אייניקל פון ר' יהודא החסיד און ער הייסט שמואל און זיין טאטע האט געהייסן יהודא! [אפשר איז טאקע 'דאס' א ראי' אז ער איז נישט געווען קיין אייניקל. ס'קען אויך זיין אז דאס איז א ראי' אז ער איז געווען אן אייניקל אבער נישט באח"ב, און די סיבה פון די נעמען שמואל און יהודא, איז טאקע ווייל זיי זענען נישט געווען באח"ב, און די צוואה האט געמיינט בלויז פאר זיינע אייניקלעך באח"ב].
אויך איז מיר אינטערסאנט צו וויסן אויב דאס האט יא א מקור: אז דער פאטער פונעם טורי זהב ר' שמואל הלוי איז געווען א ברודער מיט'ן פאטער פונעם מהרש"א, ר' יהודא הלוי, ביידע זענען טאקע געווען לוים, אבער מאנכע ספרי יוחסין ברענגען נישט דעם קשר, און ווידעראום אנדערע נוצן פאר'ן טורי זהב דעם זעלבן סדר היחס פונעם מהרש"א, בן אחר בן ביז רבי יהודא החסיד..
לעצט פארראכטן דורך למדן אום מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 5:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
למדן האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:דער השתלשלות היחס ביז רב האי גאון דור אחר דור איז פוסטע דמיונות. צוזאמען מט סדר היחס פונעם מהרש"א (לוי) בן אחר בן ביז רבי יהודה החסיד (ישראל)!!! מקור אחד לשניהם.
דאס אז דער מהרש"א איז בכלל געווען אן אייניקל פון רבי יהודא החסיד [נישט באח"ב] האט יא א מקור?
איך געדענק אז איך האב אמאל געליינט עפעס א מעשה אז ביי אן אסיפה האט מען אמאל גערעדט וועגן די צוואה פון רבי יהודא החסיד נישט צו געבן דעם נאמען שמואל און יהודא, און צי די צוואה מיינט נאר פאר די אייניקלעך וכו', און דער מהרש"א האט זיך אנגערופן אז אינטערסאנט ער איז אן אייניקל פון ר' יהודא החסיד און ער הייסט שמואל און זיין טאטע האט געהייסן יהודא! [אפשר איז טאקע 'דאס' א ראי' אז ער איז נישט געווען קיין אייניקל. ס'קען אויך זיין אז דאס איז א ראי' אז ער איז געווען אן אייניקל אבער נישט באח"ב, און די סיבה פון די נעמען שמואל און יהודא, איז טאקע ווייל זיי זענען נישט געווען באח"ב, און די צוואה האט געמיינט בלויז פאר זיינע אייניקלעך באח"ב].
אויך איז מיר אינטערסאנט צו וויסן אויב דאס האט יא א מקור: אז דער פאטער פונעם טורי זהב ר' שמואל הלוי איז געווען א ברודער מיט'ן פאטער פונעם מהרש"א, ר' יהודא הלוי, ביידע זענען טאקע געווען לוים, אבער מאנכע ספרי יוחסין ברענגען נישט דעם קשר, און ווידעראום אנדערע נוצן פאר'ן טורי זהב דעם זעלבן סדר היחס פונעם מהרש"א, בן אחר בן ביז רבי יהודא החסיד..
דאס אז דער מהרש"א איז געוען אן אייניקל, ווערט געברענגט אין כמה מקומות, ובראשם אין מעלות היוחסין פון רבי זלמן מרגליות פון בראד.
אין מגלת יוחסין - באבוב, ווערט געברענגט: בשערי שמחה (אות כד) מעיר: דע דמה שכתוב, בסוף ספר מגלת יוחסין למהר"ל, שאשת הר"ר יהודה הלוי, היתה בת הג"ר צבי העלמאן, אין לה יסוד כלל, וכמו שסיים אח"כ. גם מה שכתוב, כי הר"ר יהודה הלוי, הי' אחיו של הרב הר"ר שמואל הלוי, אבי הטורי זהב, שיבוש הוא. והטורי זהב ביו"ד סי' שכ"ג, ובאהע"ז סי' י"ב, מזכיר להמהרש"א ואינו מתארהו כלל ב'ש"ב'.
שערי שמחה האט געשריבען א זעהר פארלעסליכן חוקר יוחסין, ר' חיים בער גראס מפעטריווא.
אויך די שלוחי חב"ד אין פראג האבן אנטייל גענומען אין די פייערונגען, צושטעלענדיג מאכלי כשר און אנדערע ענינים.
זעהט אויך אינעם לינק בילדער פון די מאורעים אין פראג.

*איטשע האט געשריבן:דאס אז דער מהרש"א איז געוען אן אייניקל, ווערט געברענגט אין כמה מקומות,למדן האט געשריבן:דאס אז דער מהרש"א איז בכלל געווען אן אייניקל פון רבי יהודא החסיד [נישט באח"ב] האט יא א מקור?איטשע האט געשריבן:דער השתלשלות היחס ביז רב האי גאון דור אחר דור איז פוסטע דמיונות.
צוזאמען מט סדר היחס פונעם מהרש"א (לוי) בן אחר בן ביז רבי יהודה החסיד (ישראל)!!! מקור אחד לשניהם.
איך געדענק אז איך האב אמאל געליינט עפעס א מעשה אז ביי אן אסיפה האט מען אמאל גערעדט וועגן די צוואה פון רבי יהודא החסיד נישט צו געבן דעם נאמען שמואל און יהודא, און צי די צוואה מיינט נאר פאר די אייניקלעך וכו', און דער מהרש"א האט זיך אנגערופן אז אינטערסאנט ער איז אן אייניקל פון ר' יהודא החסיד און ער הייסט שמואל און זיין טאטע האט געהייסן יהודא! [אפשר איז טאקע 'דאס' א ראי' אז ער איז נישט געווען קיין אייניקל. ס'קען אויך זיין אז דאס איז א ראי' אז ער איז געווען אן אייניקל אבער נישט באח"ב, און די סיבה פון די נעמען שמואל און יהודא, איז טאקע ווייל זיי זענען נישט געווען באח"ב, און די צוואה האט געמיינט בלויז פאר זיינע אייניקלעך באח"ב].
ובראשם אין מעלות היוחסין פון רבי זלמן מרגליות פון בראד.
קבלתי מידידינו חוקר היוחסין הרב נפתלי אהרן וקשטיין להעיר ולהאיר את חברינו היקרים, על הדברים שנאמרו לעיל.
בשו"ת "שם אריה" [הגאון רבי אריה לייבוש באלחובר מזעסלאב - וילנא תרל"ג, יו"ד סימן כ"ז],
מביא מעשה ששמע מאחד מבניו של הגאון רבי אלכסנדר מרגליות - קבלה מאבותיו,
שבימי המהרש"א באחד מאסיפות גדולי הדור,
דיברו שם בענין צוואת רבי יהודה החסיד שלא יתן איש שם לבנו לא שמואל ולא יהודה,
ועמד המהרש"א על רגליו, ואמר: אני מבני בניו של רבי יהודה החסיד, ושמי שמואל, ושם אבי יהודה, עיי"ש.
אולם מה שמובא בכמה ספרי יוחסין, פירוט מדוייק של סדר היחס בן אחר בן עד רבי יהודה החסיד,
הוא פרי המצאה דמיוני ואינו אמת, ורבי יהודה החסיד לא היה כלל "לוי".
*
חלק גדול מהדברים שכתב רבי נפתלי אהרן וקשטיין בארוכה על המהר"ל ומשפחתו שהעלה חברינו יהיה כן לעיל,
רוכזו ותומצתו לאחרונה ב"מגילת יוחסין לבית באבוב" מהדורא תנינא, שנערך מחדש ע"י הרב יוסף נחמיה הכהן קוואדראט מלאנדאן הבירה, בתוספת בירורי יוחסין שנערכו גם על ידי הרב וקשטיין הנ"ל, וע"י ידידינו בקיא ביוחסין הרב דוב בעריש וועבער, מלבד כמובן מחקרי העורך רבי יוסף נחמיה הכהן קוואדראט בעצמו.
וראה בהקדמתו שם שמציין את השינויים לטובה שנערכו בהמגילה, הודות להארותיהם במוצאי תולדות מסובכים של שני מטיבי לכת טובי המוחות בחוקרי היוחסין הרב נ"א וקשטיין והרב ד"ב וועבער הנ"ל, ובעקבות הערותיהם ובירוריהם עודכן ורעונן כל המגילת יוחסין למעליותא, וכפנים חדשות באו לספר.
*
דעתינו אודות הגולם תקראו באשכול יאסעלע גולם; לא היה "או" נברא?
*
-
- שר מאה
- תגובות: 112
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm
רבי ליואי הזקן מפראג - יומא דהילולא
בס"ד
די וואך, האט דעם באקאנטען חוקר יוחסין ר' נפתלי ווקשטיין מפרסם געווען א שיינע מאמר אין "המודיע", וועגען רבי ליוואי הזקן מפראג, און ער איז מגלה דארטען די טאג פון יארצייט פון ר' ליוואי, יום כ"ה במרחשון. דאס איז א שיינע און א נייעם ידיעה, צוזאמען מיט נאך שיינע און נייע גילויים דארטען אין די מאמר.
די וואך, האט דעם באקאנטען חוקר יוחסין ר' נפתלי ווקשטיין מפרסם געווען א שיינע מאמר אין "המודיע", וועגען רבי ליוואי הזקן מפראג, און ער איז מגלה דארטען די טאג פון יארצייט פון ר' ליוואי, יום כ"ה במרחשון. דאס איז א שיינע און א נייעם ידיעה, צוזאמען מיט נאך שיינע און נייע גילויים דארטען אין די מאמר.
-
- שר מאה
- תגובות: 112
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm
המאמר: האמנם "עדה המצבה הזאת"?
באדיבות רנ"א וועקשטיין שליט"א, לייג איך דא א קובץ מיט די גאנצע מאמר, אזוי ווי ער האט מיר דאס געשוקט בתשו"ח.
למשלוח תגובות, הארות והערות, בירורים, "מגילות יוחסין", וכיוצא בזה, על פי הכתובת דלהלן.
נפתלי אהרן וקשטיין
המאגר העולמי לכתבי היוחסין
רבי ינאי 56/12 רובע ז' אשדוד
פקס: 153/8/8679877
דוא"ל: [email protected]

- אטעטשמענטס
-
- בעקבות מצבת רבי ליוואי הזקן .pdf
- מאמר "האמנם עדה המצבה הזאת" - בעקבות מצבת רבי ליוואי הזקן
- (132.55 KiB) געווארן דאונלאודעד 259 מאל
לעצט פארראכטן דורך משה אמת ותורתו אום מאנטאג נאוועמבער 28, 2011 2:23 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
-
- שר מאה
- תגובות: 112
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm
בין איך היינט געוואור געווארן א בשורה טובה ומרנינה, אז דער גרויסער חוקר היוחסין הנודע לכל באי בית מדרשינו הרב ר' נפתלי אהרן וועקשטיין הי"ו פון אשדוד ארבייט יעצט אינאיינעם מיט הרב החשוב ר' יוסף נחמי' הכהן קוואדראט הי"ו פון לאנדאן אויף גאר א גרונטליכען פראעיקט לתולדות המהר"ל מ'פראג ומשפחתו, הן זיין יחוס למעלה בקודש און הן די פרטים איבער זיינע קינדער, אייניקלעך און צאצאים.
די ארבייט נעמט אריין אין זיך פארשידענע מגילות יוחסין וואס מ'האט אפיגעטראפן, כולל דער מגילת יחוס פון משפחת בראנדיס און ר' מאיר פערילס וואס מ'האט שוין גערעדט דערוועגן אין א אשכול המיוחד, די ארבייט איז ארויסגעבן דערפון א ספר השלם רב הערך מיט פארשידענע טבלאות און אילני יחס, און פארשידענע נוצליכע אינפארמאציע לחקר משפחות ענופות וחשובות.
איך האב נישט קיין פונקטליכע ידיעה איבער א צייט ווען דער ספר וועט זיין צו באקומען, און ווי ווייט די מחקר האלט, אדרבא אויב קען איינער באשטעטיגען די נייעס און/אדער מוסיף זיין אינפארמאציע דערוועגן אל ימנע טוב.

מיללער האט געשריבן:בין איך היינט געוואור געווארן א בשורה טובה ומרנינה, אז דער גרויסער חוקר היוחסין הנודע לכל באי בית מדרשינו הרב ר' נפתלי אהרן וועקשטיין הי"ו פון אשדוד ארבייט יעצט אינאיינעם מיט הרב החשוב ר' יוסף נחמי' הכהן קוואדראט הי"ו פון לאנדאן אויף גאר א גרונטליכען פראעיקט לתולדות המהר"ל מ'פראג ומשפחתו, הן זיין יחוס למעלה בקודש און הן די פרטים איבער זיינע קינדער, אייניקלעך און צאצאים.
די ארבייט נעמט אריין אין זיך פארשידענע מגילות יוחסין וואס מ'האט אפיגעטראפן, כולל דער מגילת יחוס פון משפחת בראנדיס און ר' מאיר פערילס וואס מ'האט שוין גערעדט דערוועגן אין א אשכול המיוחד, די ארבייט איז ארויסגעבן דערפון א ספר השלם רב הערך מיט פארשידענע טבלאות און אילני יחס, און פארשידענע נוצליכע אינפארמאציע לחקר משפחות ענופות וחשובות.
איך האב נישט קיין פונקטליכע ידיעה איבער א צייט ווען דער ספר וועט זיין צו באקומען, און ווי ווייט די מחקר האלט, אדרבא אויב קען איינער באשטעטיגען די נייעס און/אדער מוסיף זיין אינפארמאציע דערוועגן אל ימנע טוב.
איך וואלט אויך געוואלט בעטן אויב ווייסט עמיצער צי אייניקלעך פונעם מהר"ל קענען שיקן פאר הרב וועקשטיין זייערע אינפארמאציע בכדי ס'זאל זיין א דבר השלם, אדער איז אפשר בעסער אז נישט...
אני הקטן ווייס אז מיר זענען אייניקלעך פונעם סמיכות חכמים און פונעם מהר"ל, נאר עס פעלט מיר עטליכע פרטים ביז'ן סמיכות חכמים, אפשר איז מיר בעסער נישט צו שיקן און בלייבן אן אייניקל...
בן אחר בן למהר"ל מפראג
איז דא היינט משפחות וואס האבן א קלארע יחוס בן אחר בן צום מהר"ל מפראג?
דער מהר״ל, ווי ווייט ס׳איז אונז באקאנט האט בלויז געהאט איין בן יחיד:
א. הגאון ר׳ בצלאל אבד״ק קעלן.
ר׳ בצלאל האט געהאט עטליכע זוהן:
1. ר׳ מנחם מענדיל, מען האט עם אויך גערופען מאניס, ער איז נפטר געווארן בחייו פונעם מהר״ל בשנת שס״ב.
2. ר שמואל, ער איז געווען א פרנס אין פראג. ער איז נפטר געווארן ו׳ שבט שנת תט״ו לפ״ק.
3. ר׳ [יקותיאל] קפמאן, דיין אין וויען, ער איז נפטר געווארן אין פראג ז׳ אב שנת תי״ז לפ״ק.
פון ר׳ שמואל ווייסן מיר צו זאגן פון בלויז איין זוהן:
a. ר׳ יהודה ליב אין פראג, ער נפטר געווארן דארט׳ן שנת תס״ו לפ״ק.
ע״כ לע״ע.