טאלנער יונגערמאן האט געשריבן:ליפשיטץ האט געשריבן:נחוניא האט געשריבן:טאלנער יונגערמאן האט געשריבן:ווייזער האט געשריבן:איז פאראן בן אחר בן פון הייליגן בעש״ט?
פאריגע וואך איז אוועק בדמי ימיו הרה"ח ר' נפתלי יעקב בערנשטיין ז"ל.
ער איז געוועהן א אייניקעל בן אחר בן פון'ם אור שבעת הימים דער הייליגע בעש"ט זי"ע.
מ'האט מפרסם געוועהן זיין יחוס בריעף:
11 ר' נפתלי אהרן ז"ל
10 ב"ר מאיר בערנשטיין
9 ב"ר יצחק אהרן בערנשטיין
8 ב"ר נפתלי יעקב בערנשטיין
7 ב"ר אהרן
6 ב"ר משה
5 ב"ר יצחק
4 ב"ר משה
3 ב"ר נפתלי בע"ש
2 בן הרה"ק ר' אהרן טיטיובער
1 בן הרה"ק ר' צבי
בן אור שבעת הימים רבינו ישראל בעש"ט הק' זיעועכי"א
וואס איז די מקור אז רבי אהרן מטיטיוב האט געהאט א זון רבי נפתלי?
די גאנצע זאך שטימט נישט, וויא שוין געבריינגט באריכות בכמה אשכולות באייוועלט פון נכדי מרן הבעש"ט זי"ע.
1. ר' נפתלי בע"ש איז נישט געוועהן בן רבי אהרן מטיטוב, נאר בן אחותו מרת שיינא רחל. 2. לאחר הרבה חקירות ודרישות מצאנו אז ר' משה (זיידע פון די בערנשטיין משפחה) איז נישט בן בנו פון רבי אהרן מטיטוב, און נישט בן בנה פון מרת שיינא רחל בת רבי צבי בן מרן הבעש"ט.
ס'קען אפשר זיין אז זיי זענעו מגזע הבעש"ט, אבער נישט כפי הסדר המובא לעיל. און ממש נישט מסתבר אז בן אחר בן.!
וכנ"ל, עס איז כיום מן הסתם נישט דא קיין בן אחר בן צום בעש"ט.
איך האב געוויסט דאס גייט קומען!...
אין די פעמפלעטען וואס זיי האבען געטיילט אין די שולען אין עיה"ק ירושלם ת"ו שטייט נישט אז ער איז בא"ב פון בעש"ט הק'.