בלאט 1 פון 2

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 14, 2008 2:46 pm
דורך farshlufen
א איד פארקויפט אידישע צייטונגען אין די אמאליגע אידישע בראנסוויל:

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:10 am
דורך בן בוזי
farshlufen האט געשריבן:ר' בן בוזי, דער ר' שמרי' לייב הורוויץ איז געווען שפעטער רב אין ת"ת תפארת הגר"א אויף 495? האווערד עוו. אין בראנזוויל.

איך ווייס נישט איך וויל אויך וויסן מער פרטים איבער איהם און אויב זיינע אויפטוען האבן עושה פירות געווען.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:23 am
דורך farshlufen
דער בנין פון ת"ת תפארת הגר"א, היינט ליידער שועלים הלכו בו.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:33 am
דורך מיללער
וואו ליגט דער ר' שמרי' לייב הורוויץ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:38 am
דורך farshlufen
מיללער, איני יודע אבער עס איז שטארק מסתבר אז אין בעיסייד.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 10:20 am
דורך בן בוזי
farshlufen האט געשריבן:מיללער, איני יודע אבער עס איז שטארק מסתבר אז אין בעיסייד.

מהיכן דנתנו?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 11:02 am
דורך farshlufen
הרב בן בוזי, לויט מיט וועם ער האט זיך אנגעהערט און געדרייט, וואס זיי ליגן אין בעיסייד.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 8:10 am
דורך farshlufen
זין פולער נאמען איז: ר' שמריהו לייב ב"ר דוב בער הלוי.

די ערשטע קהילות אין ברוקלין

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 4:53 pm
דורך מיללער
א סקאנדאל אין בראנזוויל!

דער 'ברוקלין איגעל' אוגוסט 18 1893 (תרנ"ג) דערציילט איבער א געוויסער הרב קאהן וועלכער איז געקומען פון אייראפא, און טענה'עט אז דער ביז היצטיגער 'רב' און שוחט שלמה לעווין איז מאכיל נבילות וטריפות און זיין שחיטה איז פסול.

דער דערמאנטער לעווין שעכט שוין די לעצטע פאר יאר פאר די 'טעטפארט סט.' שול אין בראנזוויל, ווי ער קריגט באצאלט 3 צענט א קאפ, און גטוע צייטן לייזט ער אזויפיל ווי 5 גאנצע דאלער א וואך (!) און דא קומט הרב קאהן אום צונעמען די פרנסה.

בראנזוויל קאכט!

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 12:46 pm
דורך בן בוזי
איך האב נעכטן ארויף געלייגט אויף קברים.קאם דעם פאלגנדן ביאגראפיע, ביי דער אפטיילונג פונעם גרויסער גאון און פוסק ר' משה חיים ראבינאוויטש, הרב ראבינאוויטש איז דאהי אין אמעריקא געווען פון די גרעסטע גדולים, זיין הסכמה האט פיגורירט אויף פילע ספרים, און מסמך געווען להוראה צענדליגע רבנים, לויט ווי דער סקרענטאנער רב גיבט אהן האט מען איהם דאהי גערופען דער 'בראנזווילער עילוי', ומה' מצעדי גבר איך האב ניטאמאל באמערקט בשעת'ן שרייבן אז עס געפאלט אויס היינט דער יאהרצייט, ידידנו הרב מיללער מסקרענטאן האט אונז דאס שפעטער דאס אנגעמערקט.

ואלה תולדות ר' משה חיים ראבינאוויטש הרב דקהלת עץ חיים בבראנזוויל.

ר’ משה חיים ראבינוביץ היה מגדולי ההוראה והעומדים על הדת באמעריקא הוא היגר לכאן בשנת תרמ”ח 1888 מעיר לובטשע שבפלך מינסק, אביו היה אב”ד דעיר ההוא, שם בלובטשע הצטיין בלימודו וקבע לו שיעורים עם התלמידי חכמים המפורסמים והרבנים וגדולי העיר, במיוחד היה לו קביעת שיעורים עם אב”ד לומז’ה שהתפרסם אח”כ ע”ש ספרו ‘דברי מלכיאל’, גם למד במינסק אצל גדולי הרבנים דשם.

כאמור היגר לארה”ב בשנת תרמ”ח ונתקבל כרב ומנהיג העדה בבראנזוויל, והוציא תקנות לחיזוק הדת והרמת קרן התורה וכבוד הרבנות, זכה לשיבה טובה ונפטר בשנת תרצ”ב בגיל פ”ב שנה, והשאיר אחריו חיבורים בכתובים על כל מקוצועות התורה.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 1:45 pm
דורך מיללער
די צווייטע מצבה איז פוןא טאכטער מרת פעשא קאלמאן אשת ר' ראובן זאב, האסט עפעס מער פרטים איבער דעם איידעם אדער נאך קינדער?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 1:50 pm
דורך בן בוזי
כ'האב עס גראדע נשיט געהאט בשעת'ן שרייבן זיין תולדות, איך האב עס גענומען פון דער לובשטע'ר יזכור בוך נאך וואס כ'האב געזעהן אז ער איז פון דארט געקומען, למעשה זעה איך אז ר' בן ציון אייזנשטאט האט געשריבן א ספעציעלער ספר קול בכי אויף ר' משה חיים'ס פטירה, דארט שטייט אויך געשריבן איבער זיינע קינדער

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 2:10 pm
דורך בן בוזי
ער שרייבט דארט אז ער איז געווען מחברי דבי דינא פונעם רב הכולל, ער האט איבער געלאזט דריי קינדער, א זוהן דר. צבי נחום, און צוויי טעכטער.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 2:20 pm
דורך farshlufen
פון שערי ציון טבת אדר תרצ"ה, זיי גרייזן מיטן דאטום:

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 2:33 pm
דורך בן בוזי
בן בוזי האט געשריבן:ב"ה
אין נוא יארק האט געוואוינט א רב ר' שמריהו ליב הורוויץ וועלכע האט געדינט אלס רב בביהכנ"ס דתלמוד תורה ר' ישראל סאלאנטער, ווי ס'זעהט אויס האט ר' שמרי' לייב פיל פראבירט צו טוהן פאר חינוך און דעריבער האט ער מחבר געווען צענדליגע ספרים וועלכע ערקלערן די יסודות הדת און הלכות, למעשה איז מיר נישט באקאנט וויפיל ער האט טאקע אויפגעטוהן ווייל ווען זיינע אויפטוען וואלטן געווען גרויס וואלט ער געווען מער באוואוסט, למעשה זעהט אויס אז ער איז געווען פון די וועלכע האבן יא שווער פראבירט צו מאכן סדר אין נוא יארק.

זיינע ספרים זענען
חגים וזמנים, אוצר היהדות, שלחן ערוך לתלמידים, מורה הדרך, ספר המצות, ספר השבת, מאמר המצות, אוצר התורה עם קונטרס ההלכה, היהדות והלשון העברית, החנוך עפ"י התלמוד ופוסקים, השקפות היהדות על הכסף והרכוש, קצור התלמוד והפוסקים, תורת המזון בישראל, תורת הרמב"ם, חכמי ישראל ותורתם, הרבנות והדרשנות, דיני ישראל ומנהגיו, ספר הדרשות, ספר המזוזה, אוצר התורה, הדת והחינוך, ספר הקדיש, יסודי היהדות, התורה והמצות, בית ישראל, דבר הלכה, משניות אין אידיש, משניות אין אידיש, פנינים מספרות הדרוש, ששה סדרי משנה.

ווי אויך איז ער געווען דער רעדאקטאר פונעם דגל ישראל, און ס'איז כדאי אריבער צו בליקן דער דגל ישראל תרפ"ז איבער זיינע פילע לייסטונגען לטובת היהדות והחינוך בנוא יארק (מ'קען מאכן א סוירטש אין דער ספר ביי 'חפש בתוך ספר זה' זוך דער נאמען הורוויץ).

געשריבן: מאנטאג מארטש 15, 2010 2:30 pm
דורך מיללער
בן בוזי האט געשריבן:איך האב נעכטן ארויף געלייגט אויף קברים.קאם דעם פאלגנדן ביאגראפיע, ביי דער אפטיילונג פונעם גרויסער גאון און פוסק ר' משה חיים ראבינאוויטש, הרב ראבינאוויטש איז דאהי אין אמעריקא געווען פון די גרעסטע גדולים, זיין הסכמה האט פיגורירט אויף פילע ספרים, און מסמך געווען להוראה צענדליגע רבנים, לויט ווי דער סקרענטאנער רב גיבט אהן האט מען איהם דאהי גערופען דער 'בראנזווילער עילוי', ומה' מצעדי גבר איך האב ניטאמאל באמערקט בשעת'ן שרייבן אז עס געפאלט אויס היינט דער יאהרצייט, ידידנו הרב מיללער מסקרענטאן האט אונז דאס שפעטער דאס אנגעמערקט.

ואלה תולדות ר' משה חיים ראבינאוויטש הרב דקהלת עץ חיים בבראנזוויל.

ר’ משה חיים ראבינוביץ היה מגדולי ההוראה והעומדים על הדת באמעריקא הוא היגר לכאן בשנת תרמ”ח 1888 מעיר לובטשע שבפלך מינסק, אביו היה אב”ד דעיר ההוא, שם בלובטשע הצטיין בלימודו וקבע לו שיעורים עם התלמידי חכמים המפורסמים והרבנים וגדולי העיר, במיוחד היה לו קביעת שיעורים עם אב”ד לומז’ה שהתפרסם אח”כ ע”ש ספרו ‘דברי מלכיאל’, גם למד במינסק אצל גדולי הרבנים דשם.

כאמור היגר לארה”ב בשנת תרמ”ח ונתקבל כרב ומנהיג העדה בבראנזוויל, והוציא תקנות לחיזוק הדת והרמת קרן התורה וכבוד הרבנות, זכה לשיבה טובה ונפטר בשנת תרצ”ב בגיל פ”ב שנה, והשאיר אחריו חיבורים בכתובים על כל מקוצועות התורה.


דיון קצר
בפורום ספרים וסופרים אודות ר' צבי נחום אביו של ר' משה חיים רבינוביץ מלוב'ץ

געשריבן: מיטוואך יולי 20, 2011 4:26 pm
דורך farshlufen
מי זה?

הי' רב בעיירה ברוסלאנד שהה בלאנדאן ענגלאנד ובא לאמעריקא והי' רב בניו יוארק נ"י בסיראקיוז בבאלטימאר בסט. לואיס בשיקאגא בניו העיוון בפאסעיק ושנים רבים בבראנסוויל עלה ארצה ישראל ונפטר שם שנת תשכ"א.

רעוורענד הערשקאוויץ האלט אייך איין ביטע.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 8:27 am
דורך farshlufen
יא רב מיללער האט מיר שוין געלאזט וויסן אז ער ווייסט, וואס ווייסט ער דען נישט?

----

ר' שמואל אליהו עלקין ז"ל בן הרה"ג ר' חיים יעקב שהי' אב"ד ור"מ נאווא-אלעקסאנדראווסק נולד כ"א כסליו תרל"ט בעיר הנ"ל הי' רב בביכאוו ישן ומפני הצרות והפרעות ברח ללאנדאן, בשנת תרס"ח הי' רב בביהמ"ד צמח צדק נוסח אר"י ב184 הענרי סטריעט נ.י נ.י, הי' לזמן מה בווארטשעסטער מאס. בבאלטימאר מארילענד, סיראקיוז נעוויארק, הי' רב בסט' לואיס משנת תרע"ה עד שנת תרע"ח בביהמ"ד בני ציון נוסח האר"י בשליחת רבו המהרש"ב, ב' שנים בניו העיוון קאנעקטיקוט, ה' שנים בפאסעיק ניי דזשערסי, ומשנת תרפ"ה עד שנת תרצ"ג הי' רב בביהמ"ד אנשי ליובאוויטש בשיקאגא, מילא מקום רבנות הרב רבי משה חיים ראבינאוויטש זצ"ל בביהמ"ד עץ חיים מחזיקי הרב בעירנו בראנסוויל יצ"ו תרצ"ה עד תשט"ז, עלה ארצה ישראל והי' ר"מ בישיבת תורת חסד והעמיד תלמידים הגונים, חיבר ספר דבר שמואל יד אליהו וספרי נאות דשא ג' חלקים על ספר תהלים, נפטר ט"ז אדר תשכ"א לפ"ק.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 5:13 pm
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:יא רב מיללער האט מיר שוין געלאזט וויסן אז ער ווייסט, וואס ווייסט ער דען נישט?

----

ר' שמואל אליהו עלקין ז"ל בן הרה"ג ר' חיים יעקב שהי' אב"ד ור"מ נאווא-אלעקסאנדראווסק נולד כ"א כסליו תרל"ט בעיר הנ"ל הי' רב בביכאוו ישן ומפני הצרות והפרעות ברח ללאנדאן, בשנת תרס"ח הי' רב בביהמ"ד צמח צדק נוסח אר"י ב184 הענרי סטריעט נ.י נ.י, הי' לזמן מה בווארטשעסטער מאס. בבאלטימאר מארילענד, סיראקיוז נעוויארק, הי' רב בסט' לואיס משנת תרע"ה עד שנת תרע"ח בביהמ"ד בני ציון נוסח האר"י בשליחת רבו המהרש"ב, ב' שנים בניו העיוון קאנעקטיקוט, ה' שנים בפאסעיק ניי דזשערסי, ומשנת תרפ"ה עד שנת תרצ"ג הי' רב בביהמ"ד אנשי ליובאוויטש בשיקאגא, מילא מקום רבנות הרב רבי משה חיים ראבינאוויטש זצ"ל בביהמ"ד עץ חיים מחזיקי הרב בעירנו בראנסוויל יצ"ו תרצ"ה עד תשט"ז, עלה ארצה ישראל והי' ר"מ בישיבת תורת חסד והעמיד תלמידים הגונים, חיבר ספר דבר שמואל יד אליהו וספרי נאות דשא ג' חלקים על ספר תהלים, נפטר ט"ז אדר תשכ"א לפ"ק.


א גרויסען יישר-כח, מאכט נישט קיין טעות איך האב דעם בילד נישט דערקאנט נאר די רמזים האבן מיר מגלה געווען איבער וועם דער נידון איז, און הויפטזעכליך האב איך די פארשידענע פרטים געוויס נישט געוואוסט, ותשוח"ח לך על הגלות לנו.

אלס א אות הכרת הטוב, די מודעה אין ירחון קול תורה לפטירת הרב עלקין ז"ל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 5:48 pm
דורך farshlufen
ערכו בדורות האחרונים ב' שנת ת"ש:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=28

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 5:50 pm
דורך מיללער
קוקט אויס ווי דער זון איז שוין נישט געווען דער גרויסער תנא קמא, פונעם ציוניסטישען צייטונג 'הדאר'

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 5:50 pm
דורך farshlufen
נעבעך ל"ע אומגעפאלן אונטערן באן אין שנת תש"ג:

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 5:55 pm
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:קוקט אויס ווי דער זון איז שוין נישט געווען דער גרויסער תנא קמא, פונעם ציוניסטישען צייטונג 'הדאר'

זעהט אויס אז אויפן וועג וואדערנדיג האט ער נעבעך פארלוירן די קינדער צו די אמעריקאנע גאס.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 21, 2011 5:57 pm
דורך farshlufen
דער מקור פון מיין בילד:
http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=35922

שכונת בראנסוויל, ברוקלין ורבני'

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 12:41 pm
דורך מיללער
במקום גדולים, דארט ווי אונזער ידיד דער חסיד און עושה חסד הרב ר' פישעלע פארשלאפן איז משמש ברבנות, אל תעמוד, טאר מען זיך נישט אפשטעלן מל' ותעמוד מלדת, נאר מ'ברויך אפירזוכען אלס און אלעמען לתולדות הישוב הישן שהיה נקרא 'ירושלים דאמעריקא'.

די ערשטע אידען האבן זיך געצויגען קיין בראנסוויל בעיקר פון די לאוער איסט-סייד און אזוי אויף נייע אימיגראנטען פון רוסלאנד און ליטע אין די יארן צווישען תר"מ און תר"ס, אן אפיציעלע קהילה איז הערשט געגרינדעט געווארן סוף שנות תר"ן בשם קהל אוהב שלום, זייער ערשטער רב איז געווען ר' יהודא הכהן וויסטינעצקי ז"ל.

ר' יהודא איז געבוירען אינעם קליינעם שטעטל פריראשלע בגלילות סובאלק צו זיין פאטער ר' חיים הכהן בשנת תר"ד ער האט געלערנט ביי הג"ר חיים פיליפאווער אין וויסטינעץ און שפעטער ביי ר' משה לייב פון סלאבודקא, אין זיינע יארן האט ער אויך שטודירט עניני חכמה ומדע ארומוואנדערנדיג אין מערערע לענדער.

בשנת תרנ"א האט ער געדרוקט דעם ספר חסידים אין בערלין פון א כתב יד וואס איז געלעגן אין שטאט פארמא, בתוספות הערותיו, שפעטער בערך תרנ"ג איז ער געקומען קיין ניו יורק, קודם האט ער געוואונט אין איסט-סייד ווי ער איז געווען פארזיצער אויף פארשידענע וואולטעטיגע ארגענזאציעס אונטער די פירערשאפט פון כתריאל שרהזאהן דער בקאנטער צייטונג פארוואלטער און שרייבער.

פון דארט איז ער בשנת תרנ"ד אריבערגערופען קיין בראנסוויל צו דינען אלס איר ערשטע רב, זיין אנקומען איז צוגעגאנגען מיט גרויס פאפמע און פאראדע באגלייט מיט פערד-נ-וועגענער און הונדערטער קינדער האבן מארשירט לכבודו, די קהילה האט אים פלאצירט אין א הויז אויף וואטקינס עוו. ביי בעלמאנט רד.

לא ארכו הימים און ווי זיינע קאלעגע רבנים אין אמעריקא בימים ההם האט ער אריינגעביסען אין די בוטשערס, די חברה האבן אים ממש געוואלט דורס זיין ביי איין אינצידענט ווען ער איז געגאגענגען געבן אן השגחה, ווען נישט די פאליצייאישע קרעפטן העט ער עס ווען נישט דורכגעמאכט.

הרב וויסטינעצקי האט זיך געפאקט פעק און בשנת תרס"א-ב איז ער שיינערהייט צוריק קיין ליטא, קודם קיין סובאלק דערנאך קיין ווילנא ווי ער האט געדינט אלס פערזענליכער סעקרעטאר פונעם עושר וגביר ר' שאול צוקערזיסס.

על מקומו אין קהל אוהב שלום איז אויפגענומען געווארן ר' שמעון יצחק פינקעלשטיין ז"ל, וועלכער האט דארט משמש געווען ברבנות פאר איבער א יובל יארן, ממש פונעם אויפשטייג ביזן אונטערגאנג פונעם עיר ואם בישראל 'בראנסוויל', מער איבער אים און זיין מציבה:
http://kevarim.com/rabbi-shimon-yitzchok-finkelstein/