רבי יוסף גרינוואלד זצ"ל מפאפא בעל ויחי יוסף, י"ג אב תשמ"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
א REAL LIFE בילד
הלשון האט געשריבן:דאס איז א געמאלענע בילד
מיללער האט געשריבן:און: סעריע פון הערליכע רבנים בילדער צו אידענטיפיצירן
א טייער בילד, דער פאפא רב זצ"ל אין צענטער קוקט אויס ווי ער זאגט א סברא וחידוש בתורה.
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
הלשון האט געשריבן: קיקיון, דאס זענען כתבי ידות פון הגה"ק מפאפא זצוק"ל?
דאס האב איך לכתחילה געפרעגט אבער זעט אויס אז ניט
ראה צילום כתב ידו
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
היסטארישער בריוו פון הגה"צ מפאפא זצ"ל געשריבן בשנת תש"ז אלס ראש ישיבת "קהלת יעקב" אין אנטווערפן צו הרב דר. אלי' יונג ז"ל פון די ראשי העסקנים מטעם הוועד העזרה (זשאונט) אין ניו יארק.
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _00942.pdf
איז דער בריוו כתב-ידו הק' פונעם פאפא רב זצ"ל?
אינעם בריוו בעט דער רב שטיצע פונעם זשאונט פאר זיין ישיבה אין אנטווערפן, ער דערמאנט אז ש"ב הגה"צ רבי יעקב יצחק ניימאן זצ"ל שפעטער דער בעלזא רב פון מאנטריאל, איז יעצט אין שווייץ וואו ער האט אפגעשטאט א באזוך אין די שטאט באדען דארט האט ער זיך געטראפן מיטן רב "הרב הג' רבי אביגדור בוימגארטן נ"י שהוא רב דשם" און היות הרב בוימגארטן איז א שוואגער מיט הרב יונג, האט הרב ניימאן געבעטן אז ער זאל שרייבן פאר זיין שוואגער לטובת הישיבה באנטווערפן וכו'
וויאזוי איז הרב בוימגארטן געווען א שוואגער פאר הרב יונג, און איז דער רבי אביגדור בוימגארטן געווען א מיטגליד פון די רבני'שע בוימגארטן משפחה פון וויען/לאנדאן?
דער בריוו:

- אטעטשמענטס
-
- Pupa-Antwerpen.pdf
- (1.97 MiB) געווארן דאונלאודעד 287 מאל
מיללער האט געשריבן:
וויאזוי איז הרב בוימגארטן געווען א שוואגער פאר הרב יונג, און איז דער רבי אביגדור בוימגארטן געווען א מיטגליד פון די רבני'שע בוימגארטן משפחה פון וויען/לאנדאן?
א תשובה פונעם חלקת יעקב הרב ברייש צו רבי אביגדור בוימגארטן פון באדען:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 73&hilite=
מיללער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:
וויאזוי איז הרב בוימגארטן געווען א שוואגער פאר הרב יונג, און איז דער רבי אביגדור בוימגארטן געווען א מיטגליד פון די רבני'שע בוימגארטן משפחה פון וויען/לאנדאן?
א תשובה פונעם חלקת יעקב הרב ברייש צו רבי אביגדור בוימגארטן פון באדען:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 73&hilite=
געטראפן דא:
http://toladot.blogspot.com/2011/07/blog-post.html
אז רבי אביגדור בוימגארטן איז געווען א ברודער פון רבי שלמה פון לאנדאן, קינדער פון רבי יוסף בוימגארטן דער רב פונעם באקאנטן שיפשוהל אין וויען - אייניקלעך פון הייליגען חתם סופר זצ"ל
געהערט א עובדא ממקור מוסמך.
ס'איז געווען א איד וואס איז געווען זייער נאענט צום צעהלעמער רב ז"ל,
זיין בחור האט געלערנט אין פאפא ישיבה.
ווען ער איז א חתן געווארן, האט ער זייער געוואלט מכבד זיין צעהלעמער רב מיט סידור קידושין, אבער ווי פארשטענדליך איז אין פאפא געווען איינגעפיהרט אז דער רב איז מסדר קידושין ביי אלע חתונות, ובלעדו לא ירים איש את ידו.
איז ער אריין צום פאפא רב און מסביר געווען זיין סיטואציע, אז צעהלעמער רב איז אים ממש ווי א טאטע, און ער האט שטארק חשק אים צו גיבן דעם כיבוד.
פאפא רב זאגט אים, נישט געזארגט, ער זאל מו קיינעם נישט רעדן וועגן דעם און ער וועט שוין קעיר נעמן.
ס'קומט אונטער די חופה גיט פאפא רב א שריי אויס. "צעהלעמער רב שליט"א איז מכובד מיט סידור קידושין"...

והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
מענין לענין האט מיר פאריגע וואך דערציילט איינע פון די הויז בחורים ביי הגה"ק מפאפא זצוק"ל, אז ס'איז כמעט נישט אדורך קיין טאג וואס דער רבי האט נישט גערופן אויפ'ן טעלעפאן זיין פעטער הגה"ק מצעהלים זצוק"ל. עס האט געהערשט א געוואלדיגע קירבה והערצה איינער צום צווייטן. זיי פלעגן גאר אסאך שמועסן.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
- געדיך אוואש
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 422
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm
קיקיון האט געשריבן:איז דא תולדות פון הרה"ק פאפא רב זי"ע אויף אידיש אדער ענגליש?
זוגתי שתחי' איז שטארק אינטערעסירט
הורי חמותי ע"ה זענען געווען תושבי פאפא
מו"ח ז"ל א תלמיד
אין "אורות" שיו"ל ע"י חסידי סקווירא, איז דא דעם חודש א שיינעם ארטיקל פון זכרונות פון תלמידי פאפא וואס וואוינען אין שיכון סקווירא איבער הגה"ק בעל ויחי יוסף זי"ע.
קיקיון האט געשריבן:הלשון האט געשריבן:דא צוויי בענדער תולדות אין אידיש
יי"כ
ווי אזוי הייסט עס?
אן איבערבליק אויפ'ן בעל ויחי יוסף
כ'ווייס נישט אויב ס'איז נאך דא אין די געשעפטן.
(קומענדיגע וואך ביים יארצייט, וועט עס לכאורה זיין צו באקומען במשך היום אין קרית פאפא)
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
געדיך אוואש האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:איז דא תולדות פון הרה"ק פאפא רב זי"ע אויף אידיש אדער ענגליש?
זוגתי שתחי' איז שטארק אינטערעסירט
הורי חמותי ע"ה זענען געווען תושבי פאפא
מו"ח ז"ל א תלמיד
אין "אורות" שיו"ל ע"י חסידי סקווירא, איז דא דעם חודש א שיינעם ארטיקל פון זכרונות פון תלמידי פאפא וואס וואוינען אין שיכון סקווירא איבער הגה"ק בעל ויחי יוסף זי"ע.
געטראפן אין געשעפט, געקויפט, געלייענט, הנאה געהאט.
גאר שיין באשריבן דעם פאפא רב זצ"ל, אריגינעל מפי תלמידיו, אן אויסערגעווענליכע שמועס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- געדיך אוואש
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 422
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm
קיקיון האט געשריבן:איז דא תולדות פון הרה"ק פאפא רב זי"ע אויף אידיש אדער ענגליש?
זוגתי שתחי' איז שטארק אינטערעסירט
הורי חמותי ע"ה זענען געווען תושבי פאפא
מו"ח ז"ל א תלמיד
אלץ תושב פאפא קען אפשר זיין אינטרעסאנט דאס
http://yizkor.nypl.org/index.php?id=1558
און סקראולט אראפ ביז PAPA
http://yizkor.nypl.org/image.php?id=161 ... P&new=true
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
געדיך אוואש האט געשריבן:אלץ תושב פאפא קען אפשר זיין אינטרעסאנט דאס
http://yizkor.nypl.org/index.php?id=1558
און סקראולט אראפ ביז PAPA
http://yizkor.nypl.org/image.php?id=161 ... P&new=true
יי"כ פאר די טירחא
אבער עס איז רוב אויף אונגאריש און דאס ביסעל אויף איווריט איז אויך פון א נישט היימישער בליקווינקעל
עפעס האב איך יא פארדינט דאטומס פון די שטאפלען פון די גזירות
און אז הרהגה"צ שאפראנער רב זי"ע איז געווען א תקופה אין פאפא
ווי לאנג איז הרהגה"צ מהרי"י ניימאן זי"ע געווען דארט ?