ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

אזוי ווי מאנכע האבן ערווענט אין דעם ברוך דיין האמת אשכול, איז הרה"ח ר' גרשון ע"ה ראוי פאר אן אשכול פאר זיך. וועל איך דא גיין פתיחה און עפענען אן אשכול לכבודו.

ווער עס האט זכרונות, אינטערעסאנטע ענינים, איז מכובד אריינצוברענגען.

יהא זכרו ברוך.
לעצט פארראכטן דורך רוויגו אום מאנטאג אוגוסט 02, 2021 7:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ער איז ממש נישט געקמען צי זיך זינט די פטירה פון רבו דער תורת מרדכי זצ״ל
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
פערזשוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 7:58 am
לאקאציע: ישראל

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערזשוך »

ברוך דיין האמת: בארה"ב הלך לעולמו הרב החסיד ר' גרשון ניימן ז"ל גבאי בית המדרש הגדול ויז'ניץ במונסי ואיש אמונו של האדמו"ר בעל ה'תורת מרדכי' מויז'ניץ זצ"ל שהלך לעולמו בגיל 83.

הרב החסיד ר' גרשון ניימן ז"ל נולד ביום י"ז ניסן חול המועד פסח תרצ"ח בשכונת ויליאמסבורג בברוקלין, לאביו הרה"ח ר' שלמה ניימן ז"ל מוותיקי חסידי ויז'ניץ, ממשפחה נאמנה של ארצות הברית בשנים קדמוניות.

בילדותו למד בישיבה 'תורה ודעת', ומאוחר יותר נכנס ללמוד בישיבה צעהלים בויליאמסבורג, תחת נשיאותו של הרבי מצעהלים זי"ע בעל 'מגדלות מרקחים'. שם למד תורה בהתמדה גדולה, והיה תלמיד חביב אצל הרבי מקאשוי זי"ע בעל ברכת שמים ששימש כר"מ בישיבה, וכן אצל הגה"צ גאב"ד ביליץ זצ"ל שהרביץ תורה בישיבת צעהלים.

בבחרותו נסע לארץ הקודש ללמוד בישיבת 'בית ישראל ודמשק אליעזר' בקרית ויז'ניץ בני ברק, שם זכה להסתופף בצל קדשו של מורו ורבו המובהק הרבי בעל ה'אמרי חיים' מויז'ניץ זי"ע, ואף זכה לשמשו בנאמנות יתירה.

בהגיעו לפרקו נישא לרעייתו שתחי' שעמדה לימינו כל השנים במסירות יתירה, בת הרב החסיד ר' ישראל צבי פרידמן ז"ל מהעסקנים הידועים בניו יורק בשנות השואה, ר' ישראל הערש הקים את מערכת הכשרות "גלאט כשר פלייש" ורבים הקפידו לאכול דווקא מחנותו, כן עסק בלא ליאות למען כבוד המתים, והעמיד "יראים טשאפל" באותן הימים.

בחתונת ר' גרשון השתתף מורו ורבו הרבי ה'אמרי חיים' זי"ע, שהיה אז בביקור בארה"ב בקרב חסידיו. ר' גרשון הקים את ביתו בשכונת ויליאמסבורג, ועמד לימין קדשו של מורו ורבו הרבי בעל ה'תורת מרדכי' מויז'ניץ זי"ע במסירות ממש, כש'התורת מרדכי' עבר לגור בשיכון ויז'ניץ במונסי בשנת תשכ"ד, היה ר' גרשון מהנחשונים לבוא עם הרבי לארץ שממה, ולעמוד לימינו.

מעשה נפלא מסופר מפי בני משפחתו ל'בחדרי חרדים': החתונה של ר' גרשון התקיימה בשנת תשי"ח, ובשנת תשכ"ד עדיין ציפה לזרע של קיימא, ביום ב' סיון תשכ"ד נכנס אל הרבי בעל ה'אמרי חיים' זי"ע בתו הרבנית הינדה אדלר ע"ה אמרה לפניו שהיום ב' סיון חל ההילולא קדישא של הסבא קדישא בעל אהבת ישראל מויז'ניץ זי"ע, וכשהביאו הארון של האהבת ישראל לארה"ק, היה ר' שלמה ניימן (אביו של ר' גרשון) שהביא הארון במשאית שלו עד מקום קבורתו בבני ברק.

הרבנית אדלר ע"ה אמרה שבזכות זה יעתיר אבי (האמרי חיים) בעד ר' גרשון בנו של ר' שלמה הזקוק לישועה ולהיוושע בעזרת ה' בזש"ק. ה'אמרי חיים' נענה על אתר ואמר: "ר' גרשון איז א געהאלפענער", ולשנה הבאה, בשלהי חודש אייר תשכ"ה נולד בנו בכורו הרה"ג רבי ניסן זצ"ל.

יותר מיובל שנים שימש כגבאי המרכזי בביהמ"ד הגדול בשיכון ויז'ניץ במונסי, מאז בואו לגור במאנסי נתבקש על ידי האדמו"ר זצ"ל לשמש כגבאי בביהמ"ד, ומאז עד ראש חודש אב השה עמד בראש הקהילה, וניהל הכיבודים והעליות בחכמה יתירה, כן עמד לשמש בקודש אצל השולחנות הטהורים של האדמו"ר זצ"ל כל ימי התנהגותו באדמו"רות.

כמו כן זכה לסייע להרבי זצ"ל ב'כורעים' בימים הנוראים במשך כל השנים, וכן המשיך בשנים האחרונות אצל בנו האדמו"ר מויז'ניץ ממונסי שליט"א.

לפני הרבה שנים זכה ר' גרשון להציל הכתבים של הרבי בעל תורת חיים מקאסוב זי"ע, בעת השריפה הגדולה שפרצה בביתו של הרבי בעל תורת מרדכי זי"ע בחנוכה תשל"ג, ר' גרשון נכנס אל תוך הבית העולה בלהב במסירת נפש ממש, ונטל הסטנדר שבו כל חפצי ירושה היקרים, ביניהם הכתבים של התורת חיים, זרק את הסטנדר מחוץ לבית ולאחר מכן קפץ מהחלון להציל החפצים היקרים והעתיקים. הרבי ה'תורת מרדכי' הכיר לו טובה ע"ז כל ימי חייו. בשנים האחרונות המשיך אצל בנו האדמו"ר מויז'ניץ ממונסי שליט"א, ושימשו בנאמנות.

לפני כמה שנים שיכל את בנו בכורו הגאון רבי ניסן ניימן זצ"ל, מו"ץ דחסידי ויז'ניץ בית שמש ומו"ץ ב'עדה החרדית' שנפטר בגיל 50 לאחר מחלה קשה.

הותיר אחריו דור ישרים מבורך וזכה להשתדך עם מספר אדמו"רים ורבנים, ביניהם כ"ק גאב"ד מלבורן זצ"ל, האדמו"רים מדעעש, בערגסאז, שומרי אמונים, זוועהיל, נאנאש, זידטשויב, קאזשניץ, מישקאלץ, גאב"ד עכו, הגר"מ וובר דומ"ץ בעלזא ב"ב זצ"ל, ולהבחל"ח האדמו"רים מסקאליע, בערעגסאז ב"ב, זידיטשויב ויליאמסבורג, סעמיהאי בורו פארק, הגר"מ שובקס, הגר"מ קסלר דומ"ץ ויז'ניץ ממונסי, הגר"ש ברגר אב"ד טאלנא ב"ב, הגר"ש טוביאס גאב"ד יאס, הגר"י טננהויז דומ"ץ בב"ב, ועוד.

מסע הלוויה הבוקר (שני) בשעה 10:00 שעון ניו יורק מבית המדרש הגדול 'לבוש מרדכי' ויז'ניץ בשיכון ויז'ניץ במונסי לבית החיים ויז'ניץ שם ייטמן.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

בחדרי
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

ער האט געהאט די זכי' צו שערען און גאלען די רבי זצ''ל אלע יארען, און ער האט געהאט אסאך אינטעסאנטע מעשות וואס די רבי פלעגט אים זאגען דעמאלטס
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

געדענק איך איינמאל יוה''כ ווען ער האט אויסגעקלאפט אז מען זאל מאכען גענוג פלאץ אז די רבי זאל קענען דורךגיין ווייל מען האט צוקלאפט דעם רבינ'ס פוס, ווי ער האט זיך ממש געשטיקט פון טרערן ווען ער האט געזאגט אז מען האט צוקלאפט דעם רבינ'ס פוס,
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

עפעס איז געווען מיט אים?
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
מאירים
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:43 pm

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאירים »

יענע מעשה, נעבעך.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

זיין ברודער איז אויך לעצטענס אוועק?
בערך א יאר צוריק?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

הויעך האט געשריבן:זיין ברודער איז אויך לעצטענס אוועק?
בערך א יאר צוריק?


יא
הרה"ח ר' יעקב דוד ז"ל
ווער געדענקט נישט ווי נאך די של"ס תורה פון הרה"ק בעל תורת מרדכי זי"ע פלעגט קומען אן הילכיגן 'אמן' און דערנאך פלעגט ר' גרשון ז"ל ספאנטאניש אויסרופן 'יעקל דויד'
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער יעקל »

ר' גרשון איז דער וואס פלעגט פארזינגען מנוחה ושמחה ביים טיש?
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

פעטער יעקל האט געשריבן:ר' גרשון איז דער וואס פלעגט פארזינגען מנוחה ושמחה ביים טיש?

יא
#איך-פארק-מענטשליך
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

Capture2.PNG
Capture2.PNG (511.12 KiB) געזען 2057 מאל
Capture5.PNG
Capture5.PNG (423.02 KiB) געזען 2057 מאל
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

עם רבו הרה''ק בעל אמרי חיים.jpg
עם רבו הרה''ק בעל אמרי חיים.jpg (41.73 KiB) געזען 2051 מאל
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

סיפר ר' גרשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

איין יאר איז דער רבי זצ"ל געפארן אויף א שבת קיין סאראטאגא, וואו זיין שווער דער סקווירא רבי זצ"ל פלעגט זיך אויפהאלטן אויף אפרוה עטליכע וואכן. אז דער רבי איז געפארן בין איך מיטגעפארן, איך בין נאך דאן געווען א בחור, און דער דרייווער איז געווען ר' משה טארעם ע"ה.

שבת אינדערפרי פארן דאווענען, זענען מיר געזעצן אין די לאנטשרום און געטרינקען קאווע, עס איז געווען דארט א צעהן פופצן איהרע, אינמיטן מאכט זיך אויף די טיר, און דער סקווירא רבי זצ"ל קומט ארויס, און גיסט אויס זיין נעגל וואסער.

די רעבעצין טראני איז דאן צוגעקומען צו מיר: גרשון" דו זעסט! ער האט גבאים אויף גבאים, אונטער גבאים און אויבער גבאים, און ער גיסט אליין אויס די נעגל וואסער.

האב איך זיך אנגערופן אז עס ווערט דאך געברענגט די מאמר חז"ל, אויסגיסן אליין די נעגל וואסער איז מסוגל אויף יראת שמים!

האט די רעבעצין טראני זיך געגעבן א רוף אן: יראת שמים דארף ער האבן? יראת שמים דארף ער האבן?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ר' גרשון איז געווען צוגעבינדן מיט הארץ און נשמה צו זיין רבי'ן זצ"ל. געדענק איך אז עס איז געווען איינמאל ביי א מצוה טאנץ, נאך וואס דער רבי איז אריבער א פראצעדור און האט געהאט מערדערליכע יסורים אין די פיס, און עס האט זיך דערקענט א צער על פניו, איז ר' גרשון געשטאנען אין זייט און פארגאסן טייכן טרערן אז עס טוט עפעס וויי דעם רבי'ן.
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

עס האט זיך שטארק אנגעזעהן ננאכן הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל, ביי די לוויה האט מען אים מכבד געווען פארצוזאגן תהלים כנהוג, ער האט פשוט נישט געקענט קומען צו זיך. שפעטער ווען מ'האט אנגעהויבן באגלייטן איז אים שלעכט געווארן, און ער איז גלייך אהיים, נישט גייענדיג אויפן פעלד ווי אלע חסידים.
קארגע צוויי וואכן שפעטער פסח תשע"ח האט ער ל"ע געליטן פון א הארץ אטאקע, און זינט דאן געווארן שטארק אפגעשוואכט.
ביים היינטיגן רבי'ן האט ער שוין קיינמאל נישט געזינגען מנוחה ושמחה, די ערשטע שבת האט ער נאך געשניטן די חלה, אבער דארט האט זיך עס געענדיגט
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

ער איז געווען א מוסטער פאר התבטלות לצדיקים,
אפילו פאר די היינטיגע רבי שליט''א וואס איז מיט איבער צען יאר יונגער פון איהם האט ער געהאט א שטארקע התבטלות,
איך האב געהערט אז ער איז נאך געגאנגן ביז יעצט מיט א מאסק אויפן גאס, ווייל מען האט איינמאל ארומגערופן בשם די רבי אז אויפן גאס זאל מען גיין מיט א מאסק,
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אוי בד"ה, מאנסי האט פארלוירן א לעכטיגקייט פון א איד
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

דאס פארצייטישקייט וואס ער האט איבערגעגאסן פון זיך...

"ס'זאל זיין שטיל... ס'זאל זיין שטיל אין ווייבער שול..."

אוי מלא חן, צוגעגעבן אזויפיל קאליר צו וויזניץ מאנסי.

מיטן אלטן פלאכן שטריימל, ווייסע בארד און ביטול'דיגע אויגן געוואנדן צום רבי'ן...

אבידה הוא שאין לה תמורה.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
שטאפיק
שר חמש מאות
תגובות: 864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:13 am
לאקאציע: עיה"ק ירושלם תובב"א

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאפיק »

עס איז מיר גיט האט געשריבן:ער איז געווען א מוסטער פאר התבטלות לצדיקים,
אפילו פאר די היינטיגע רבי שליט''א וואס איז מיט איבער צען יאר יונגער פון איהם האט ער געהאט א שטארקע התבטלות,
איך האב געהערט אז ער איז נאך געגאנגן ביז יעצט מיט א מאסק אויפן גאס, ווייל מען האט איינמאל ארומגערופן בשם די רבי אז אויפן גאס זאל מען גיין מיט א מאסק,


וואס איז דער חידוש?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

וואס איז דער כג אב אונעם קעפל?

איז ער נישט היינט אוועק ? ביי אונז איז היינט כד אב
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: הרה"ח ר' גרשון ניימאן ז"ל - כג אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

שטאפיק האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:ער איז געווען א מוסטער פאר התבטלות לצדיקים,
אפילו פאר די היינטיגע רבי שליט''א וואס איז מיט איבער צען יאר יונגער פון איהם האט ער געהאט א שטארקע התבטלות,
איך האב געהערט אז ער איז נאך געגאנגן ביז יעצט מיט א מאסק אויפן גאס, ווייל מען האט איינמאל ארומגערופן בשם די רבי אז אויפן גאס זאל מען גיין מיט א מאסק,


וואס איז דער חידוש?



דער חידוש פון זיין התבטלות איז נישט די התבטלות, נאר די וועג פונעם התבטלות.
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

גראד נאך די פטירה האט ער זיך מקשר געווען בלו"נ צום נייעם רבי'ן און ער האט זיך נישט גערירט אן אים פרעגן יעדע זאך. ער האט געהאט א שטארקע התבטלות צום היינטיגן רבי'ן, אלע זיינע שאלות האט ער נאר אים געפרעגט. ער פלעגט קומען צו טישן בשארית כוחותיו און זיך מתבטל געווען כעבדא קמא מרא. ער האט אויפגעהויבן דעם רבי'ן ביי כורעים (הגם ער איז שוין געווען אלט און שוואך און דער היינטיגער רבי פיל געזונטער פון אים) און אזוי אויך אלע שיינע מעמדים האט מען אים געזען. נאר לעצטנס איז פארגעקומען א מלוה-מלכה וואו מען האט געבעטן דעם עולם זאל זיך מתחייב זיין אויף 5,200 דאלער און יעדער וואס האט זיך מתחייב געווען איז אריבערגעגאנגען דעם רבי'ן אפגעבן די אפלעקאציע. דער ערשטער וואס האט זיך ארויפגעשטעלט איז געווען ר' גרשון, ער האט געטון וואס מען האט געהייסן.

איך געדענק ווען חנוכה, איז פארגעקומען א וואכנאכט מיט א ברית פון זיינ'ס אן אייניקל, אין גיבערס. עס האט קודם געהייסן אז ער וועט זיין אין גיבערס אויפן וואכנאכט און אויף מארגנס צום ברית. פונקט דעמאלס איז דער רבי געווען אויף א חנוכה ליכטל אין ישיבה ביי די בחורים, האב איך אים געפרעגט, "ר' גרשון, יעצט וועט איר האבן די געלעגנהייט צו זיין א ליכטל ביים רבי'ן אין גיבערס..." - ענטפערט ער מיר, "דער רבי איז דאך אין ישיבה..." - מיט אזא פשטות און תמימות, עס איז אים גארנישט איינגעפאלן עפעס אנדערש.

אט איז א בילד פון דעם ערשטן יאר פורים, צו מגילה ליינען, וואו מען זעט אים די ערשטע פון רעכטס, נעבן רבי'ן, בשעת דער אנדערע זייט שטייט די אנדערע גבאי ר' יעקל ראזנפעלד ז"ל.
אטעטשמענטס
ר' גרשון מיטן רבי'ן שליט''א.jpeg
ר' גרשון מיטן רבי'ן שליט''א.jpeg (35.08 KiB) געזען 1558 מאל
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דער בילד פון מגילה ליינען איז נאך אלץ רב, ווארטענדיג אופן רבי'ן זכרונו לברכה אריינצוקומען
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24343
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ועל החסידים: ר' גרשון ניימאן ז"ל גבאי שיכון וויזניץ מאנסי - כד אב תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איי איי ר' גרשון

בד"ה

א אמת'דיגע חסידישע איד
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”