ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הרב הצדיק המפורסם בקדושתו רבי נחום לאנדמאן האדמו"ר מבילקאמין שמאות חסידים הסתופפו בצל קורתו ולמדו ממנו עבודת ד' (לשון נכדו בספר שאילת שלום) איז געוועהן א באקאנטע רבי בזמנו אבער היום כמעט נשתכח זכרו לגמרי, היות איך האב לעצטענס באגעגענעט אפאר פרטים איבער איהם, האב איך מלקט געוועהן דער ביסל וואס איך האב געטראפן, עס איז ווייט פון א דבר השלם ומסודר אבער אל תאמר כשאפנה אשנה שמא לא תפנה, ולא עליך המלאכה לגמור

[ובכלל דער סארט רבי'ס וואס האבען נישט געהאט תלמידים און נישט איבערגעלאזט א שולשלת ["פאלק רבי'ס"] זענען כמעט אינגאנצען פארגעסן געווארען, פון ר' ישעיה קרעסטירער וואלט מען מסתמא אויך נישט געהערט אויב ער וואלט געוואוינט אין פולין אדער גאלציה]

[א גרויסע יישר כח פאר הרב הסרפד פאר זיין הילף מיט דער מעטריקאל, טוב עין הוא יבורך]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

ר' נחום איז געבוירען בשנת תקפ"ג לאביו ר' אברהם [א] ולאמו מרת יוטא (הכל לפי רישום פטירתו), קיין קלארע מקור ווער זיין עלטערען זענען געוועהן לא מצאתי כעת, אבער פון דעם וואס מען שרייבט אז ער איז געוועהן ממשפחת השרף מסטרעליסק ובצירוף להשם לאנדמאן ושם הוריו, זעהט אויס אז ער איז געוועהן א ברודער פון ר' צבי הירש אב"ד סטרעליסק וקיטוב בני ר' אברהם אב"ד וויזנצא ולמעלה בקודש [ראה כאן מש"כ ר' קאפיל ב"ר צ"ה כאן]

מען שרייבט אז ער איז געווארען א יתום בילדותו ונתגדל אצל השרף מסטרעליסק (שטימט נישט אם נולד תקפ"ו) ואח"כ למד עם/אצל השר שלום מבעלז
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט בת ר' אברהם טשייטלעס/צייטל'ס מבילקאמין [אשר כורך בההד] [ב] כנראה האט זי געהייסן צביה ונפטרה בערך בשנת תרכ"ו ועיין בההערה [ג]

גר בדירה דלה, פרוש מעניני העולם הזה, נודע בלמדנותו ובהתמדתו בנגלה ובנסתר, ובתפילתו בנוסח רבו מסטרעליסק, כשנפטר חמיו מטה ידו החל לקבל קהל, ונתגלה כרבי פועל ישועות, (קיצור דברי כורך ע"י וואונדער) עיין בסיפורים להלן מאשר כורך ודוב סדן אודות עבודתו ותפילתו וכו'

ער פלעגט נאר רעדען האלבע דיבורים, מען דערציילט אז ער האט זיך אמאל אויס געדריקט צו שארף האט ער זיך מקבל געוועהן נישט צו רעדן געהעריג כל ימיו [סדן ברענגט אז עס איז געוועהן פון א הקפדה פון ר' מאיר פרימישלאנער]

ר' נחום נפטר כ"ט חשון תרנ"ח (דעצ' 24 97' בשעה 1)

-----------------------
[א] במשפחת עתיקות בישראל שטייט אז ער איז געוועהן בן ר' יוסף ווידערמאן מבילקאמין, דאס איז א טעות כנ"ל, אבער קען זיין אז זיין זוהן ר' אורי איז געוועהן א איידעם ביי דער משפחה, ועיין בספר חורוסטקוב עמוד 202 ואילך וואס ער איז מאריך איבער משפחת ווידערמאן ומבואר שם אז זיי האבען זיך משדך געוועהן מיט דער סטרעליסקער [שם ודאי משובש], אפשר האט דאס א שייכות
[ב] נאך א איידעם פון ר' אברהם צייטלעס איז געוועהן ר' שלמה ב"ר בעריש מאלעסק ולאחר פטירתו האט זי חתונה געהאט מיט ר' יצחק מבילקאמין נכד הרה"ק ר' בנימין מזאלזיץ בעמ"ח אהבת דודים ושא"ס [וחתנו היה הבעל שורש מיעקב] עיין כ"ז במכתבו של ר' אהרן אוסאיבל ב היכל הבעש"ט לב, ועיין איזה סיפורים אודותיהם בספר נפשות חסידיו לרא"י בומבאך
[ג] אויף ג"ג טרעפט מען בשנת תרכ"ז בביתו של ר' נחום (216) פטירת צביה לאנדמאן בגיל 30, אויב דער עלטער איז ריכטיג איז עס מסתמא זיין זיווג שני ווייל ער האט שוין געהאט אן איינקיל בשנת תרכ"ה כדלהלן, אויף JRI טרעפט מען פטירת מרת צביה בשנת תרכ"ו בגיל 50, דאס שטימט בעסער אבל צ"ע שהיה לה בן בשנת תר"כ, 40 (בערך כגיל בעלה) וואלט געשטימט בעסער [דאס וואס עס שטייט אויף JRI אשתו לבית רובין איז א טעות]

בניו

א. ר' אורי
ב. ר' יעקב שמשון
ג. ר' אברהם בער נולד תר"כ (ג"ג)

אשר כורך בההד
דוב סדן בעיתון

רישום פטירתו
1_300_0_0_3066_0013 (2).jpg
1_300_0_0_3066_0013 (2).jpg (489.73 KiB) געזען 1306 מאל
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מיטוואך יולי 28, 2021 6:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

בנו ר' אורי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

בנו ר' אורי (כורך שרייבט אורי צבי אבער ער האט געהאט א זוהן בשם הירש) נולד בערך בשנת ת"ר, נשא לאשה מרת חיה, נפטר בין שנת תרל"ו (שנולד בנו) לשנת תרנ"ד שאז נולד נכדו שנקרא על שמו

עליו אמרו כי היה יוצא מן הכלל בתור ת"ח גדול ומקובל גדול חשבו עליו כי הוא ימלא מקומו של אביו בבילקמין אבל הוא התמסר יותר ויותר לעבודת הבורא היה לומד יומם ולילה בלי הפסקה יוב בתענית משבת לשבת ויסגף עצמו בסיגופים שונים, שום בקשות והשתדליות מצד משפחתו ואחרים לא יכלו למנוע אותו מהתנגות זו, לבסוף נחלש מאד, חלה ונפל למשכב, הביאו אליו רופאים מזלוטשוב ומלברג, אך לא יכלו להצילו ונפטר בלא עת בדמי ימיו כשהיה עדיין אברך צעיר (כורך)

ואלה צאצאי ר' אורי ואשתו חיה
א. בתו בלימא נולדה תרכ"ה ובעלה היה ר' ברוך שפירא (ע"פ דער נעמען פון זיין קינדער, יעקב לייב, און מינצא, איז ער גאנץ זיכער געוועהן אן איינקיל פון ר' יעקב לייב מקאוולע (בן ר' מרדכי מנעשכיז) ואשתו מרת מינצא) מסתמא הוא הנזכר בפרענומעראנטן לספר התמונה (תרנ"ב) תשובות הרא"ם (תרנ"ז) אלץ ר' ברוך נכד הרה"צ ר' נחום שליט"א

ואלה צאצאיו
אורי הירש (תרמ"ה) אשתו מרת ראצא בת ר' אלימך פרנקל מפאדהייץ (ע"פ רישום נישואין כאן)
ר' אלימלך ב"ר ישראל אריה ב"ר צבי חת"ר מאיר מפרימישלאן נפטר כ"א אב תרע"ה חתן אצל ר' נחום מנארול בן ר' אהרן בן ר' אשר ישעניה רובין מרימנוב (מליצי אש בהשלמות)
יעקב לייב תרנ"ג
רחל תרנ"ה
הודיל תרנ"ח זלאטשוב
נחום יצחק תר"ס זלאטשוב
פריידא תרס"א- תרס"א זלאטשוב
מינצא חוה תרס"ג - תרס"ג זלאטשוב
מרדכי תרס"ד גלוגריי
גיטל לאה תרס"ח זלאטשוב

ב. בתו שבע אשת ר' חיים גרינבערג בן ר' יצחק אליעזר חתן ר' מיכל מגלינא
אורי צבי תרנ"ד (הנודע בשם אצ"ג)
שרה רבקה תרנ"ו אשת ר' אהרן אריה גוטעסמאן (בן ?) [לפי ספר גלינא]
פרומט רעכיל תרנ"ח
אנא תרס"א לבוב
חוה שלימא (?) תרס"ג לבוב

ג. בתו חוה ובעלה ר' אברהם אלטשטאט
אורי נחום תרס"א

ד. ר' אברהם נשא מרת צינא בת רא"ח רעדליך ממיקיוליב ונפטר בקציו"ש בן י"ט שנה, (ע"פ דברי נכדי בספר שאילת שלום) מסתמא הוא הנזכר בסו"ס עטרת זקנים "הרב אברהם נכד הרה"צ ר' נחום זלל"ה מבילקאמין" (לעמבערג תרס"ח) מען שרייבט אז דער שוויגער פון ר' יחיאל אשכנזי האט חתונה געהאט בזיוו"ש מיט ר' פנחס ליבערמאן משב"ק בבעלזא
יענטל זיסל אשת ר' יחיאל אשכנזי

ה. שרה תרל"ג – תרנ"ד
ו. חוה תרל"ה – תרס"א
ז. הירש תרל"ו – תר"ס
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מיטוואך יולי 28, 2021 7:10 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רבי נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

ר' מאיר וונדר דינגט זיך מיט די פרטים וואס איהר האט געברענט איבער רבי אברהם:
אוצר החכמה_105735.jpg
אוצר החכמה_105735.jpg (164.68 KiB) געזען 1279 מאל
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

זייער שיין! ענדליך א ביסל סדר ביי דיע משפחה.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אנא עבדא האט געשריבן:ר' מאיר וונדר דינגט זיך מיט די פרטים וואס איהר האט געברענט איבער רבי אברהם:
אוצר החכמה_105735.jpg

דאס וואס ר' אברהם לאנדמאן חותן ר' יחיאל אשכנזי איז געוועהן בן ר' אורי קומט פון דער אשכול אבער דער איינקיל שרייבט אין שאילת שלום אז ר' אברהם איז געוועהן א זוהן פון ר' נחום פון בילקאמין אליינס, אויב דאס איז ריכטיג איז דאס ר' אברהם בער וואס איז געבוירען צו ר' נחום בשנת תר"כ (ג"ג)
איז כנראה דער ר' אברהם וואס ווערט דערמאנט אין עטרת זקנים איז א צווייטער, אולי בן ר' יעקב שמשון

דא שטייט אז ר' פנחס מבארשא האט חתונה געהאט בזיוו"ש מיט אלמנת ר' יחיאל (בת ר' אברהם) וואס איז דער מקור אויף דעם ?
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מיטוואך יולי 28, 2021 7:01 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ר' יעקב שמשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

ר' יעקב שמשון נפטר בשנת תרס"ז וגילו נרשם 62 אבל אם גיל וגיל ר' נחום הנרשם הם נכונים נמצא שנולד לר' נחום כשהיה בן י"ד ולא מסתבר כלל
(דאס אז ר' יעקב שמשון איז געוועהן בן ר' נחום, הוא מוואונדער הכותב שנכדו ר' מרדכי אריה בן חתנו ר' חיים אברהם היה נכד ר' נחום מבילקאמין, וכן מדברי צאצאי חתנו ר' ברוך גלאנץ- ציממער)

בני ר' יעקב שמשון ואשתו מרת שרה לבית הלפרין (ע"פ השם שבח איז הרב הסרפד משער אז זי איז ממשפחת ר' שבח הלפרין)

א. מרים נולדה תרל"ב נישאה לר' חיים אברהם מאהר נולד בשנת תר"ל בפרימישלאן לר' מרדכי אריה (כנראה בן ר' צבי בן ר' מאיר מפרימישלאן) ואשתו מרת שפרה (רישום נישואין)
צאצאיהם
נחום תרנ"ח
שבח תרנ"ט
Maurycy Maryan (מרדכי אריה) תרס"א (וואונדער [בח"ו] דערמאנט א ר' מרדכי אריה מאהר אדמו"ר בלבוב בתרצ"ב נכד פרימישלאן ור' נחום מבילקאמין)
שלאמצא רחל תרס"ג

מזיוו"ש נשא ר' יעקב שמשון מרת בלומא לבית KNIAPOW מסטרעליסק

ב. שרה חנה תרל"ט
ג. חוה תרמ"ג אשת ר' ברוך גלאנץ-ציממער רב בבוקערעשט ואח"כ בירושלים (תרמ"א-תשי"ג) לתולדותיו ראה תורת אמת (שטפנשט) קובץ ד' עמוד רמ"ז וכן כאן, מציבתו חתנו ר' רפאל יוסף ב"ר חיים דוב מוואסלוי, בנו [לפ הקטלוג יודאיקה ירושלים תשס"ז פריט 283 נזכר בספרו שו"ת רב"ץ (בכת"י) חותנו הרב הצדיק מבילקאמין] שוב מצאתי לידת בנו יעקב שמשון כאן נו' 102
ד. ישראל תרמ"ה
ה. אויף ג'ני שרייבט איינער אז ר' אברהם לאנדמאן חתן ר' שמואל אליהו ווין איז געוועהן בן ר' יעקב שמשון בן ר' נחום
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מיטוואך יולי 28, 2021 6:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' יעקב שמשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
מזיוו"ש נשא ר' יעקב שמשון מרת בלומא לבית KNIAPOW מסטרעליסק

ג. חוה תרמ"ג אשת ר' ברוך גלאנץ-ציממער רב בבוקערעשט ואח"כ בירושלים (תרמ"א-תשי"ג) לתולדותיו ראה תורת אמת (שטפנשט) קובץ ד' עמוד רמ"ז וכן כאן, מציבתו חתנו ר' רפאל יוסף ב"ר חיים דוב מוואסלוי, בנו [לפ הקטלוג יודאיקה ירושלים תשס"ז פריט 283 נזכר בספרו שו"ת רב"ץ (בכת"י) חותנו הרב הצדיק מבילקאמין] שוב מצאתי לידת בנו יעקב שמשון כאן נו' 102

שוב מצאתי מציבת מרת חוה כאן איז כנראה איהר מאמע מרת בלומא אשת ר' יעקב שמשון איז געוועהן נכדת ר"ש מיעריסלאב (וסטרעליסק ?), ווער איז דאס ?

Re: בנו ר' אורי

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ואלה צאצאי ר' אורי ואשתו חיה
א. בתו בלימא נולדה תרכ"ה ובעלה היה ר' ברוך שפירא (ע"פ דער נעמען פון זיין קינדער, יעקב לייב, און מינצא, איז ער גאנץ זיכער געוועהן אן איינקיל פון ר' יעקב לייב מקאוולע (בן ר' מרדכי מנעשכיז) ואשתו מרת מינצא) מסתמא הוא הנזכר בפרענומעראנטן לספר התמונה (תרנ"ב) תשובות הרא"ם (תרנ"ז) אלץ ר' ברוך נכד הרה"צ ר' נחום שליט"א
ואלה צאצאיו
יעקב לייב תרנ"ג
רחל תרנ"ה
הודיל תרנ"ח זלאטשוב
נחום יצחק תר"ס זלאטשוב
פריידא תרס"א- תרס"א זלאטשוב
מינצא חוה תרס"ג - תרס"ג זלאטשוב
מרדכי תרס"ד גלוגריי
גיטל לאה תרס"ח זלאטשוב

נאך א קינד
אורי הירש (תרמ"ה) אשתו מרת ראצא בת ר' אלימך פרנקל מפאדהייץ (ע"פ רישום נישואין כאן)
ר' אלימלך ב"ר ישראל אריה ב"ר צבי חת"ר מאיר מפרימישלאן) נפטר כ"א אב תרע"ה חתן אצל ר' נחום מנארול בן ר' אהרן בן ר' אשר ישעניה רובין מרימנוב (מליצי אש בהשלמות)
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מיטוואך יולי 28, 2021 6:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: רבי נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:ר' מאיר וונדר דינגט זיך מיט די פרטים וואס איהר האט געברענט איבער רבי אברהם:
אוצר החכמה_105735.jpg

דאס וואס ר' אברהם לאנדמאן חותן ר' יחיאל אשכנזי איז געוועהן בן ר' אורי קומט פון אשכול דער וכן הוא בג'ני אבער דער איינקיל שרייבט אין שאילת שלום אז ר' אברהם איז געוועהן א זוהן פון ר' נחום פון בילקאמין אליינס, אויב דאס איז ריכטיג איז דאס ר' אברהם בער וואס איז געבוירען צו ר' נחום בשנת תר"כ (ג"ג)

דא שטייט אז ר' פנחס מבארשא האט חתונה געהאט בזיוו"ש מיט אלמנת ר' יחיאל (בת ר' אברהם) וואס איז דער מקור אויף דעם ?

ר' מאיר וונדר פרעגט דאך אפ א פרט וואס זיי שרייבן אין שאילת שלום, וממילא נעם דאס נישט אן אזוי גלייט.

אגב, זעה איך לויט ווי איהר האט צוגעצייכנט צי דער מצבה פון ר' יחיאל אשכנזי, אז זיין שווער [בזיוו"ש] איז רבי אברהם ברבי אורי ברבי אברהם חתן רבי אורי זי"ע - איז דאס רבי אברהם לאנדמאן אב"ד סטרעליסק, בן רבי אורי'לע גבאי בבעלזא, בן רבי אברהם חתן הרה"ק השרף - אין דאס איז די ייחוס פון די משפחת הרבנים והגבאים לאנדמאן אין בעלזא - תשובה אויף אייער שאלה אין א אנדערע אשכול.
אין דאס איז לכאורה די תשובה אויף די שאלה - אפי' אויב איהר נעמט אן אז דער שווער פין רבי יחיאל אשכנזי אין געווען רבי אברהם פין בילקאמין [אזויווי ס'איז גאנץ מסתבר, מ'ווייסט צו זאגן פין טעכטער פאר רבי אברהם אב"ד סטרעליסק אחוץ זיין 2 זוהון ?].
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: רבי נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אנא עבדא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:ר' מאיר וונדר דינגט זיך מיט די פרטים וואס איהר האט געברענט איבער רבי אברהם:
אוצר החכמה_105735.jpg

דאס וואס ר' אברהם לאנדמאן חותן ר' יחיאל אשכנזי איז געוועהן בן ר' אורי קומט פון אשכול דער וכן הוא בג'ני אבער דער איינקיל שרייבט אין שאילת שלום אז ר' אברהם איז געוועהן א זוהן פון ר' נחום פון בילקאמין אליינס, אויב דאס איז ריכטיג איז דאס ר' אברהם בער וואס איז געבוירען צו ר' נחום בשנת תר"כ (ג"ג)

דא שטייט אז ר' פנחס מבארשא האט חתונה געהאט בזיוו"ש מיט אלמנת ר' יחיאל (בת ר' אברהם) וואס איז דער מקור אויף דעם ?

ר' מאיר וונדר פרעגט דאך אפ א פרט וואס זיי שרייבן אין שאילת שלום, וממילא נעם דאס נישט אן אזוי גלייט.

דער איינקיל מישט אבער וואונדער מישט אויך
דער איינקיל שרייבט בטעות אז ר' נחום איז בן רצ"ה בזמן וואס ער איז כנראה א ברודער
וואונדער מישט כנראה דער ר' אברהם מיט ר' אברהם וואס האט געוואוינט אין ווין וואס דאס איז מסתמא בן ר' יעקב שמשון ב"ר נחום (ואולי הוא היה ג"כ אב"ד בילקאמין משנת תרס"ח)
אגב, זעה איך לויט ווי איהר האט צוגעצייכנט צי דער מצבה פון ר' יחיאל אשכנזי, אז זיין שווער [בזיוו"ש] איז רבי אברהם ברבי אורי ברבי אברהם חתן רבי אורי זי"ע - איז דאס רבי אברהם לאנדמאן אב"ד סטרעליסק, בן רבי אורי'לע גבאי בבעלזא, בן רבי אברהם חתן הרה"ק השרף - אין דאס איז די ייחוס פון די משפחת הרבנים והגבאים לאנדמאן אין בעלזא - תשובה אויף אייער שאלה אין א אנדערע אשכול.

אטו אאשכול שם נסמוך ? ווי ווערט דערמאנט אז דער סטרעליסקער האט געהאט אן איידעם ר' אברהם לאנדמאן ? אזוי אויך אז זיין שווער איז געוועהן בן ר' אורי איז כנראה אויך נישט פארלעסליך (אויף אזוי פיל נעם איך אהן דברי הנכד)
לעצט פארראכטן דורך אליעזר לאנדא אום מיטוואך יולי 28, 2021 6:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

ס'איז גאנץ שמאהל אין די יאהרן [רבי אברהם אב"ד סטערליסק איז געבוין תר"י לערך, אין זיין טאטע הייסט שוין נאכ'ן סטרעליסקער], אין ס'איז מוכרח אז ער איז א סטרעליסקע אייניקל.
יעצט רעכן אויס וויאזוי קען ער זיין.
לייג צו דערצו אז ער האט געהאט א זוהון אברהם - לכאורה נאך זיין טאטע.

יעצט, אמת אז דאס אלעס איז לע"ע לופט געשעפטן, אבער קודם דארף מען וויסן וועלכע וועג צו זוכן, וע"פ חשבון איז נישט דא צו פיהל וועגן אין אזוי ווייניג יאהר'ן.

אגב:
מתוך קונטרס ייחוס לאחד ממשפחת לאנדמאן:
תמונה1.png
תמונה1.png (18.83 KiB) געזען 1216 מאל

איז דאס ריכטיג ?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אנא עבדא האט געשריבן:ס'איז גאנץ שמאהל אין די יאהרן [רבי אברהם אב"ד סטערליסק איז געבוין תר"י לערך, אין זיין טאטע הייסט שוין נאכ'ן סטרעליסקער], אין ס'איז מוכרח אז ער איז א סטרעליסקע אייניקל.
יעצט רעכן אויס וויאזוי קען ער זיין.
לייג צו דערצו אז ער האט געהאט א זוהון אברהם - לכאורה נאך זיין טאטע.

יעצט, אמת אז דאס אלעס איז לע"ע לופט געשעפטן, אבער קודם דארף מען וויסן וועלכע וועג צו זוכן, וע"פ חשבון איז נישט דא צו פיהל וועגן אין אזוי ווייניג יאהר'ן.

אגב:
מתוך קונטרס ייחוס לאחד ממשפחת לאנדמאן:
תמונה1.png

איז דאס ריכטיג ?

יחוס משפחת לאנדמאן איז ריכטיג ווי ר' קאפל שרייבט דא https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=5361&st=&pgnum=3
אויב ר' אורי איז געוועהן א ברודער פון רצ"ה און ר' נחום, איז ער א שטיף איינקיל פון דער סטרעליסקער, עס איז מוכרח אז ער (נישט נאר זיין זוהן) איז א נכד ממש ?
אדער אפשר איז ער א זוהן פון א שוועסטער אדער א ברודער מהאחים הנ"ל שהיה חתן בסטרעליסק ? (רצ"ה נולד כבר בתק"ע)

ס'איז אפשר געווען קינדער מזיוו"ש ?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: רבי נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:ר' מאיר וונדר דינגט זיך מיט די פרטים וואס איהר האט געברענט איבער רבי אברהם:
אוצר החכמה_105735.jpg

דאס וואס ר' אברהם לאנדמאן חותן ר' יחיאל אשכנזי איז געוועהן בן ר' אורי קומט פון דער אשכול אבער דער איינקיל שרייבט אין שאילת שלום אז ר' אברהם איז געוועהן א זוהן פון ר' נחום פון בילקאמין אליינס, אויב דאס איז ריכטיג איז דאס ר' אברהם בער וואס איז געבוירען צו ר' נחום בשנת תר"כ (ג"ג)
איז כנראה דער ר' אברהם וואס ווערט דערמאנט אין עטרת זקנים איז א צווייטער, אולי בן ר' יעקב שמשון

דא שטייט אז ר' פנחס מבארשא האט חתונה געהאט בזיוו"ש מיט אלמנת ר' יחיאל (בת ר' אברהם) וואס איז דער מקור אויף דעם ?

ווי ווייט עס איז נוגע ווייס איך נישט, אבער כמדומני אז די תולדות אין שאילת שלום איז דער ארבייט פון א געדינגענעם שרייבער כמפורש ערגעץ דארט...
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' יעקב שמשון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
אליעזר לאנדא האט געשריבן:
מזיוו"ש נשא ר' יעקב שמשון מרת בלומא לבית KNIAPOW מסטרעליסק

ג. חוה תרמ"ג אשת ר' ברוך גלאנץ-ציממער רב בבוקערעשט ואח"כ בירושלים (תרמ"א-תשי"ג) לתולדותיו ראה תורת אמת (שטפנשט) קובץ ד' עמוד רמ"ז וכן כאן, מציבתו חתנו ר' רפאל יוסף ב"ר חיים דוב מוואסלוי, בנו [לפ הקטלוג יודאיקה ירושלים תשס"ז פריט 283 נזכר בספרו שו"ת רב"ץ (בכת"י) חותנו הרב הצדיק מבילקאמין] שוב מצאתי לידת בנו יעקב שמשון כאן נו' 102

שוב מצאתי מציבת מרת חוה כאן איז כנראה איהר מאמע מרת בלומא אשת ר' יעקב שמשון איז געוועהן נכדת ר"ש מיעריסלאב (וסטרעליסק ?), ווער איז דאס ?

כנראה איז דער נאמען קנאפף ווי עס שטייט ביי איהר טאכטער אין ווין
דא ווערט דערמאנט א משפחת קנאפף נכדי סטרעליסק
אין סטרעליסק טרעפט מען אסאך קנאפף'ס, אבער קיין סדר קען איך נישט מאכען, איינער איז א איידעם ביי א לאנדמאן
[בספר חורוסטקוב שרייבט איינער ממשפחת ווידערמאן אז זיין זיידע ר' יוסל ווידערמאן האט חתונה געהאט מיט דאבריש דער טאכטער פון דער שרף זיין לשון איז זייער משובש, אבער אויף ג"ג אין לבוב טרעפט מען ביי משפחת קנאפף דער נאמען דאבריש, וכן בצלאל שהוא שם למשפחת ווידערמאן]
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: בנו ר' אורי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:ב. בתו שבע אשת ר' חיים גרינבערג בן ר' יצחק אליעזר חתן ר' מיכל מגלינא
אורי צבי תרנ"ד (הנודע בשם אצ"ג)
שרה רבקה תרנ"ו אשת ר' אהרן אריה גוטעסמאן (בן ?) [לפי ספר גלינא]
פרומט רעכיל תרנ"ח
אנא תרס"א לבוב
חוה שלימא (?) תרס"ג לבוב

יעצט זעה איך אויף ג'ני (ומקורו בספר זכרון של זלאטשוב, כמצוין בערכו של אביו) אז איהר מאן איז געוועהן ר' דוד משה שפירא ב"ר שמואל אב"ד זלאטשוב
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

אויף די מצבה פין רבי יואל אשכנזי מיאס בן רבי יחיאל אשכנזי הנ"ל שטייט נכד הרה"ק רבי מענדל'ע מרימנוב זי"ע. די יחוס צי רימנוב דארף צי זיין דורך זיין מאמע פין משפחת לאנדמאן בילקאמין ווייסט איינער מער פרטים ?
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

כבוד הרב האט געשריבן:אויף די מצבה פין רבי יואל אשכנזי מיאס בן רבי יחיאל אשכנזי הנ"ל שטייט נכד הרה"ק רבי מענדל'ע מרימנוב זי"ע. די יחוס צי רימנוב דארף צי זיין דורך זיין מאמע פין משפחת לאנדמאן בילקאמין ווייסט איינער מער פרטים ?

אם נכון מש"כ הנכדים שר' יחיאל היה חת"ר אברהם בו ר' נחום וחתן רא"ח ממיקליאייב, בלייבט דער אייניגסטע וועג דורך מרת צביה אשתו בזיוו"ש (?) של ר' נחום
ולהעיר אז ר' מענדל'ע האט געהאט א זוהן ר' ישראל יעקב אין בילקאמין

איהר האט א בילד פון דער מציבה ?
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

אין ווי אזוי סקומט אויס פין רוב פלעצער זענען נכדי רבי נחום מבילקאמין נישט קיין סטרעליסק’ע איינקליך נאר פין זיין צווייטע רעבצין בלימא בת רבי קאפיל חסיד
אבער זיין ברידער רבי צבי הירש מקיטוב געווען א איידעם ביין רבי יצחק חתן השרף מסטרעליסק.
אין אויף רבי יואל אשכנזי’ס מצבה הנ”ל שטייט נכד סטרעליסק. חוץ אז מען זאגעט אז רבי נחום איז געווען אי זין פין רבי צבי הירש הנ”ל אין נישט קיין ברידער
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
כבוד הרב האט געשריבן:אויף די מצבה פין רבי יואל אשכנזי מיאס בן רבי יחיאל אשכנזי הנ"ל שטייט נכד הרה"ק רבי מענדל'ע מרימנוב זי"ע. די יחוס צי רימנוב דארף צי זיין דורך זיין מאמע פין משפחת לאנדמאן בילקאמין ווייסט איינער מער פרטים ?

אם נכון מש"כ הנכדים שר' יחיאל היה חת"ר אברהם בו ר' נחום וחתן רא"ח ממיקליאייב, בלייבט דער אייניגסטע וועג דורך מרת צביה אשתו בזיוו"ש (?) של ר' נחום
ולהעיר אז ר' מענדל'ע האט געהאט א זוהן ר' ישראל יעקב אין בילקאמין

איהר האט א בילד פון דער מציבה ?

רבי יואל בן רבי יחיאל אשכנזי
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

כבוד הרב האט געשריבן:אין ווי אזוי סקומט אויס פין רוב פלעצער זענען נכדי רבי נחום מבילקאמין נישט קיין סטרעליסק’ע איינקליך נאר פין זיין צווייטע רעבצין בלימא בת רבי קאפיל חסיד
אבער זיין ברידער רבי צבי הירש מקיטוב געווען א איידעם ביין רבי יצחק חתן השרף מסטרעליסק.
אין אויף רבי יואל אשכנזי’ס מצבה הנ”ל שטייט נכד סטרעליסק. חוץ אז מען זאגעט אז רבי נחום איז געווען אי זין פין רבי צבי הירש הנ”ל אין נישט קיין ברידער

אין שאילת שלום שטייט אז רבי נחום איז געווען א זין פין רבי צבי הירש מסטרעליסק קיטוב בן רבי אברהם לאנדמאן חתן השרף מסטרעליסק חתן רבי קאפל חסיד. אבער ער מישט ארום די יוצרות וייל סיי דא אין סיי דא
זעט מען רבי אברהם לאנדמאן חתן הרבנית בלימא ע"ה [אשת השרף מסטרעליסק בזוו"ש] בת רבי קאפל חסיד
בנו רבי צבי הירש מסטרעליסק קיטוב חתן רבי יצחק חתן השרף מסטרעליסק
איז די שאלה צי רבי נחום איז געווען א זין פין רבי צבי הירש אדער א ברידער ??
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

כבוד הרב האט געשריבן:
כבוד הרב האט געשריבן:אין ווי אזוי סקומט אויס פין רוב פלעצער זענען נכדי רבי נחום מבילקאמין נישט קיין סטרעליסק’ע איינקליך נאר פין זיין צווייטע רעבצין בלימא בת רבי קאפיל חסיד
אבער זיין ברידער רבי צבי הירש מקיטוב געווען א איידעם ביין רבי יצחק חתן השרף מסטרעליסק.
אין אויף רבי יואל אשכנזי’ס מצבה הנ”ל שטייט נכד סטרעליסק. חוץ אז מען זאגעט אז רבי נחום איז געווען אי זין פין רבי צבי הירש הנ”ל אין נישט קיין ברידער

אין שאילת שלום שטייט אז רבי נחום איז געווען א זין פין רבי צבי הירש מסטרעליסק קיטוב בן רבי אברהם לאנדמאן חתן השרף מסטרעליסק חתן רבי קאפל חסיד. אבער ער מישט ארום די יוצרות וייל סיי דא אין סיי דא
זעט מען רבי אברהם לאנדמאן חתן הרבנית בלימא ע"ה [אשת השרף מסטרעליסק בזוו"ש] בת רבי קאפל חסיד
בנו רבי צבי הירש מסטרעליסק קיטוב חתן רבי יצחק חתן השרף מסטרעליסק
איז די שאלה צי רבי נחום איז געווען א זין פין רבי צבי הירש אדער א ברידער ??

דאס איז זיכער אז ער איז נישט געוועהן א זוהן פון ר' צבי הירש, זיינע זוהן זענען באקאנט, און עס איז נאר דא פינף (כברכת השרף, כנגד חמשה חומשי תורה) מסתברא איז אז ער איז אחיו ווי עס שטייט אין דער מעטריקאל, בן ר' אברהם ואשתו יוטא, איז לכאורה איז ער נאר א שטיף איינקיל, אויסער אויב אשתו איז געווען נכדת הסטרעליסקער
ייחוס זוכער
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ייחוס זוכער »

אנא עבדא האט געשריבן:
ס'איז גאנץ שמאהל אין די יאהרן [רבי אברהם אב"ד סטערליסק איז געבוין תר"י לערך, אין זיין טאטע הייסט שוין נאכ'ן סטרעליסקער], אין ס'איז מוכרח אז ער איז א סטרעליסקע אייניקל.
יעצט רעכן אויס וויאזוי קען ער זיין.
לייג צו דערצו אז ער האט געהאט א זוהון אברהם - לכאורה נאך זיין טאטע.

יעצט, אמת אז דאס אלעס איז לע"ע לופט געשעפטן, אבער קודם דארף מען וויסן וועלכע וועג צו זוכן, וע"פ חשבון איז נישט דא צו פיהל וועגן אין אזוי ווייניג יאהר'ן.

אגב:
מתוך קונטרס ייחוס לאחד ממשפחת לאנדמאן:
תמונה1.png
איז דאס ריכטיג ?
כמה הערות

1)ס'איז קלאר אז יוטא אשת ר' אברהם לאנדמאן אבי ר' צבי הירש און ר' נחום איז נישט געווען בת הסטרעליסקער נאר בת אשתו מרת בלימא אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אין הקדמה פון ספר השיב לב אבות און ס'איז טאקע א קושיא עצומה פארוואס ר' לוי יצחק לאנדמאן מטארנעפאל האט אזוי געשריבען
2)לגבי די צומישענישן פון די אלע ר' אברהם לאנדמאן'ס לאמיר פראבירן צו מאכן סדר וויאזוי ס'איז מיר אויסגעקומען נאך פארברענגען אויף דעם שעות ארוכות
א) ר' אברהם לאנדמאן מבילקאמין בן ר'יצחק אב"ד וויזניץ וחתן מרת בלימה בת הרהק ר' יעקב קאפל חסיד ואבי ר' צבי הירש לאנדמאן אבד קיטוב ור'נחום אבד בילקומין
ב)ר' אברהם משפטיווקא בן ר' צבי הירש אבד קיטוב
ג) ר' אברהם בן ר' נחום מבילקומין חותן ר יחיאל אשכנזי מבעלזא
ד)ר' אברהם בן ר' יעקב שמשון בן ר' נחום שם אמו בלימא בת ר' בעריש קנאפף נכדת סטרעליסק לא יודע כעת איך (ולא KNIAPOW שרשום בJRI ) נפטרה בווינה
ר' אברהם הנ"ל היה חתן של ר' אליהו שמואל ווין והוא נפטר בריגה שנת תש"ב
ה) ר' אברהם לאנדמאן אב"ד ססטרעליסק חתן אצל משפחת קלוגהויפט (מסתמא נכדי סטרעליסק) בן ר'אורי מבעלזא המכונה ר'אורי סטרעליסקער(- בן כעת לא ידוע )
שרשום על מציבתו שהוא נכד סטרעליסק ולא ידוע איך
כל זה ברור ב100 אחוזים אחרי שדברתי עם נכדי ר' יעקב שמשון מבילקומין ועם נכדי ר' נחום אשכנזי ואחרי שעות של חיפוש
ועדיין לא ברור איך ר' נחום היה נכד סטרעליסק כמו שכתבו כולם ומי היה חותנו ועל שם מי נקרא בנו יעקב שמשון
אני יודע שהרב וונדר כותב אחרת אבל הוא בעצמו משנה כמה פעמים והנכון כמו שכתבתי
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: ר' נחום לאנדמאן מבילקאמין כ"ט חשוון תרנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

ייחוס זוכער האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:
ס'איז גאנץ שמאהל אין די יאהרן [רבי אברהם אב"ד סטערליסק איז געבוין תר"י לערך, אין זיין טאטע הייסט שוין נאכ'ן סטרעליסקער], אין ס'איז מוכרח אז ער איז א סטרעליסקע אייניקל.
יעצט רעכן אויס וויאזוי קען ער זיין.
לייג צו דערצו אז ער האט געהאט א זוהון אברהם - לכאורה נאך זיין טאטע.

יעצט, אמת אז דאס אלעס איז לע"ע לופט געשעפטן, אבער קודם דארף מען וויסן וועלכע וועג צו זוכן, וע"פ חשבון איז נישט דא צו פיהל וועגן אין אזוי ווייניג יאהר'ן.

אגב:
מתוך קונטרס ייחוס לאחד ממשפחת לאנדמאן:
תמונה1.png
איז דאס ריכטיג ?
כמה הערות

1)ס'איז קלאר אז יוטא אשת ר' אברהם לאנדמאן אבי ר' צבי הירש און ר' נחום איז נישט געווען בת הסטרעליסקער נאר בת אשתו מרת בלימא אזוי ווי ס'ווערט געברענגט אין הקדמה פון ספר השיב לב אבות און ס'איז טאקע א קושיא עצומה פארוואס ר' לוי יצחק לאנדמאן מטארנעפאל האט אזוי געשריבען
2)לגבי די צומישענישן פון די אלע ר' אברהם לאנדמאן'ס לאמיר פראבירן צו מאכן סדר וויאזוי ס'איז מיר אויסגעקומען נאך פארברענגען אויף דעם שעות ארוכות
א) ר' אברהם לאנדמאן מבילקאמין בן ר'יצחק אב"ד וויזניץ וחתן מרת בלימה בת הרהק ר' יעקב קאפל חסיד ואבי ר' צבי הירש לאנדמאן אבד קיטוב ור'נחום אבד בילקומין
ב)ר' אברהם משפטיווקא בן ר' צבי הירש אבד קיטוב
ג) ר' אברהם בן ר' נחום מבילקומין חותן ר יחיאל אשכנזי מבעלזא
ד)ר' אברהם בן ר' יעקב שמשון בן ר' נחום שם אמו בלימא בת ר' בעריש קנאפף נכדת סטרעליסק לא יודע כעת איך (ולא KNIAPOW שרשום בJRI ) נפטרה בווינה
ר' אברהם הנ"ל היה חתן של ר' אליהו שמואל ווין והוא נפטר בריגה שנת תש"ב
ה) ר' אברהם לאנדמאן אב"ד ססטרעליסק חתן אצל משפחת קלוגהויפט (מסתמא נכדי סטרעליסק) בן ר'אורי מבעלזא המכונה ר'אורי סטרעליסקער(- בן כעת לא ידוע )
שרשום על מציבתו שהוא נכד סטרעליסק ולא ידוע איך
כל זה ברור ב100 אחוזים אחרי שדברתי עם נכדי ר' יעקב שמשון מבילקומין ועם נכדי ר' נחום אשכנזי ואחרי שעות של חיפוש
ועדיין לא ברור איך ר' נחום היה נכד סטרעליסק כמו שכתבו כולם ומי היה חותנו ועל שם מי נקרא בנו יעקב שמשון
אני יודע שהרב וונדר כותב אחרת אבל הוא בעצמו משנה כמה פעמים והנכון כמו שכתבתי
אגב, אויב ס'לייגט עפעס צו.
כ'האב געהערט לעצטנ'ס, אז דער ר' אורי סטרעליסקער פון בעלזא, בסוף ימיו איז ער ארויף וואוינען אין ארץ ישראל.
אויב ס'לייגט צי עפעס צו געוואר ווערן ווער איז דאס געוועהן.

אבער ס'געהערט נישט צי די אשכול, וואס רעדט נישט פין איהם.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”