שטאפיק האט געשריבן:מתוקים האט געשריבן:יוסף פריעדמאן האט געשריבן:מתוקים האט געשריבן:סתם אינטערסאנט צו-צולייגן אפאר סענס . . .
אמאל איז חסידות געווען ווי מער ביטול
ד.ה. ביטול היש, ביטול עצמו, ביטול לאחרים, ביטול התאווה, וכו, וכו,
משא"כ היינט איז פונקט פארקערט מיט אלעם
ד. ה. ווי מער חסידים, פארענטשעס, פיקשערס, וכו, וכו,
ואידך זיל גמור
אפשר דארף מען טאקע מער חוקר זיין ווי אזוי עס איז געווען אמאל כדי זיך אויסלערנען וואס נאכצוטון
(אדער אפשר וויסן ווי טיף אונז זעמיר.....)
סתם אינטערסאנט צו צולייגן.
אמאל איז געווען א יודישע שטוב זאל זיך פירן אל פי תורה, האבן פיינע גוטע קינדער, מחנך זיין אויפן ריכטיגן וועג וכו'.
היינט איז א יודישע שטוב שיינע לוסטערס, א טייערע לעזיבוי, און קאלירטע טעפיכער.
אגב, האט דיר חסידות עפעס געטשעפעט אז דו קוקסט אויפן טפל?
זיי מיר מוחל זייער נאריש געפליקט.....
א אידישע שטוב איז אלעמאל געווען אויך חינוך הבנים והבנות און היינט אויך
קיינער האט נישט חתונה כדי צו האבן א לעיזיבוי. דאס איז אלעס צו צולייגן צו די הרחבת הדעת
איינער מער און איינער ווייניגער ווענדט זיך וויפיל ער האט געלערנט ספרי חפץ חיים וועגן לוקסוס
אבער די גאנצע פאמפע דעראמפע פון אללע חסידות (עיין ערך בליק, וואך, עולם כולו, וכל חבריהם הן כבתב הן באימייל) האט גארנישט מיט קיין חסידות
ווען א רבי אן קיין "פאמפע דעראמפע" וועט רעדן וועגען עבודת ד' וועסטו טרעפען א אנדערע פראבלעם מיט אים. אבי אז דו דארפסט נישט צושטעלען און דינען איין ג-ט.
רב שטאפיק ..
ב"ה איך דריי מיך ביי עטליכע משפיעים (דאס וואס מ'האט אמאליגע צייטן גערופן רבי וואס איז משפיע חסידות און מוסר) סיי וועכנטליכע שיעורים און סיי שלש סעודות און טישן
ב"ה קיינער פון זיי זענען נישט קיין איין וואך אין די פאמפע דעראמפע אזוי גערופענע אידישקייט אויסגאבעס.. . (און זיי זענען שטארק מואס דערין)
זאלסט אבער וויסן לא אלמן ישראל דער באשעפער האט נאך אין דעם דור אויך זיינע מענטשן, זיך אויף וועסטו טרעפן
מ'דארף וויסן וואל מ'וויל