וואסי געשען מיט יענקי ?!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

ביסט א צדיק.
שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע לשאול »

אה איך האב מורא געהאט אז די ביזט "ערגעץ ווי" אהינגעקומען

ברוך מחיה מתים! הגומל לחייבים טובים שגמלני כל טוב! ברוך הטוב והמטיב! שהחיינו וקיימנו והגיענו בימים ההם בזמן הזה! בא"י מלך מהולל בתשבחות. יתגדל וכו'! ברכי נפשי את ה'! אקב"ו לקרא את ה..... לישב ב..... וואס איז געשען מיט יענקי-לאקשי נא נו!! פסססס!! פססס!! טוה דיך אן די גארטעל
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

לאקשי ס'לעצטע מאל ווארענעך דיר אויב גייסטו נישט שוין אנהייבעןשרייבען הייב איך דערנאך וועסטו דארפן צוריקדרייען אלעס וואסיך האב געשריבען.....

עמעסדיג גערעדט זיי מוחל סינישט קיין יושר צולאזען אנגעצויגען א ציבער אידען נאאאאאאאא!!!!!!!!!!!!!!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

א ריזן יש"כ לאקשי
א חתימה ברויך מען האבן ?
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

8'טע פארזעצונג

משולם זיצט ביים רעדעל אין די קאר פארט מיט א גאלאפ, אלעקסיי לאז אפ די לייצעס האט דער הייליגער בעש"ט געזאגט ...... אפס ווי האלט איך דא ..... סארי ........ , משולם חאפט שטארק אן די דרייווער אין פרובירט פארען די שנעלסטע וואס ער קען לויטען געזעץ.

נאך א שטיק צייט זענען זיי בשלום אנגעקומען אויף לעיק פארעסט, הערשי ריפט אריין יענקי אין געבט עים עפעס צי עסען אין פרובירט אים בארואיגען ער זאל אביסעל קומען צי זיך, משולם איז דערווייל געגאנגען אנריפען יענקי'ס עלטערען אין זיי אפדעכיטען מיט די מצב,

הערשי: יענקי דארפסט דאנקען דעם באשעפער אז ס'איז געלונגען דיר צי ראטעווען די לעצטע מינוט ווייל טאמער ס'וואלט נישט געלונגען וואלט נאכדעם לכאורה שוין געווען צי שפעט,

יענקי קוקט ארום צימישט אין מורמעלט ארויס: כ'וויל גיין צי דעיוויד מיין הייליגע נשמה דארף ווערען גערייניגט לאז מיר גיין, לאז מיר גיין, יענקי רעדט מיט א שוואכע קול אין ס'דערקענט זיך אז זיין מוח איז אביסעל בארירט, הערשי ווערט זייער נערוועז, ער נעמט אריין יענקיאין א שלאפ שטוב אין בעט אים ער זאל זיך אראפ לייגען שלאפען אין זיך אביסעל אויסריען, הערשי גייט ארויס אין שפארט צי די טיר,

הערשי גייט אריין צי משולם אין ער קוקט אויס זייער באזארגט,

הערשי: ווי עס קוקט אויס איז די דעמעדזש צי יענקי'ס מוח א סאך מער ווי כ'האב געמיינט ס'איז א שרעק וואס זיי האבען געטוהן מיט א יונגע בחור'ל, כ'ציטער פאר זיין וואוילזיין,

משולם: כ'האב יעצט גערעדט צי זיינע עלטערען זיי האבען געוויינט ווי קליינע קינדער, זיי ציטערען אז זיי זאלען אים נישט צוריק חאפען,

הערשי: יא מען דארף זיך טאקע רעכענען דערויף, דער רוצח סעמועל וועט לכאורה נישט אזוי שנעל אויפגעבען, כ'מיין אז מ'וועט אים מיזען ארויס פיהרען פין לאנד ווי שנעלער, כדי זיי זאלען אונז נישט קענען טרעפען, אין כ'גיי מיר טאקע שוין נעמען צי די ארבעט, קוק אהער משולם די פאר שוין אריין אין שטאט, גיי ברענג אונדזערע אין יענקיס פאספארטען אין אנדערע זאכען וואס מען קען דארפען, אין איך גיי רעדען מיט יענקי דערוועגען,

משולם: אקעי זייער גוט איך פאר ארויס, זיי געזונט

הערשי: כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך
-------
הערשי גייט אריין צי יענקי, יענקי ליגט מיט אפענע אויגען אין קוקט אויפען דאך....

הערשי: יענקי הער זיך גוט צי די ביסט אין א גרויסע סכנה פין ווערען צוריק פארכאפט דורעך די רשעים כ'האלט אז אונז זאל מיר ארויס פארען פין לאנד אין זיין אויף א צווייטע פלאץ דערווייל ביז די מצב וועט זיך באריאוגען, וואס זאגסטו דערצי ?

יענקי: כ'פאר נישט אין ערגעץ נישט ענק זענען פין די שווארצע כוחות אין ענק פארגינען מיר נישט די לעכטיגקייט, לאזט מיר אפ באצייטענס כ'וויל גיין צי דעיוויד,

הערשי: די ווייסט אז דיינע עלטערען וויינען מיט בלוטיגע טרערען וועגען דיר !? האסט דען נישט קיין רחמנות אויף דיינע עלטערען, אזוי פארהארטעוועט ביסטו שוין ?!

יענקי: כ'האב יא רחמנות אויף זיי אבער דאס איז א תיקון פאר זייער נשמה, איך מיז גיין צים גרויסען פירער לאזט מיר גייט .........לאזט מיר גיין.......(הייבט יענקי אן שרייען מיט באנומענע קולות............)

הערשי גייט ארויס אין שפארט צי די טיר, ער שפאצירט ארויף אין אראפ די הויז זייער באזארגט, מען קען דאך נישט אדורעך גיין די גרעניץ וואך ווען יענקי וועט שרייען אז ער וויל נישט גיין, נאופס ס'איז אויסגעשלאסען מען קען נישט אזוי אדורך גיין די עירפארט, וואס טוט מען ?! וואס טוט מען ?!

הערשי מאכט א קאל צי בערגמאן אין פארציילט אים די לעצטע אנטוואקלונגען אין פרעגט אים צי ער האט א עצה וויזוי צי קענען ארויס פארען פין לאנד אן דורעך גיין א גרעניץ וואך,

בערגמאן: קודם הערשי וויל איך דיר קאנגראטולירען פאר אלעס וואס די טוסט פאר דעם אומגליקליכען בחור'ל, אין יעצט איז אזוי כ'האב א חבר א גרויסע לויער וואס האט א וואקאציע היים ביים ברעג ים אין דארט האט ער א שיינע סייז יאכט שיף, אפשער קענען ענק אנטלויפען אין יענע שיף, קוק אהער כ'גיי אים קאנטאקטען אין כ'גיי דיר צירוק ריפען,
דערווייל טעיק קעיר....ביי

------------------
ביל אין הענרי זענען אנגעקומען אין נאך אביסעל זיכען האבען זיי געטראפען דעיוויד ציגעבינדען צי א בוים אין די מויל פארשטאפט מיט א שמאטע, זיי האבען עים שנעל אויפגעבינדען, אין עים געפירט צי ביל'ס קאר, הענרי איז געגאנגען אהיים דרייווען דעוויד'ס קאר,

ביל האט אנגעהויבען פארען מיט דעוויד אין זיין קאר אין האט עים אנגעהויבען אויסציפרעגען וואס עס האט פאסירט, דעיוויד האט עים אלעס פארציילט אין געזאגט אז וואשיינליך איז עס געווען אידען ווייל ער האט געהערט ווי זיי רעדען אידיש,

ביל: דער פירער וועט זיין אויסער זיך פאר כעס, אונז וועלמיר שוין טרעפען א וועג צי חאפען די אידען אין נקמה נעמען,

דעוויד: כ'בין נישט אזוי זיכער אז מ'וועט זיך קענען א עצה געבען מיט זיי, זיי האבען אויסגעקוקט ווי זייער דענזשערעס חברה אין זייער סאפיסטיקירט, ווער ווייסט וואס זיי וועלען אונז נאך אפטוהן,

ביל: דעוויד נע זיי נישט אזא דערשראקענע שעפסעלע, דאנט ווארי אונז וועלען זיי נאך חאפען אין זיי אלע ברעין וואשען אזוי אז ס'וועט גיין א רויעך,

דעוויד: ביל די חלומסט מיינסט טאקע אז אונז פיר מיר די וועלט, ניין ס'דא קלוגערע אויך, כ'ציטער פין דאס קומענדע,

ביל: שוין ס'איז מיר גוט, האסט דיר דערשראקען פין די אידישע טעראר, ווארט נאר וועסטו זעהן אז מ'קען זיי אויך ציפיקסען,

נאך א שטיק צייט פארען זענען זיי אנגעקומען אין אריין אין סעמועל'ס אפיס ראין עים אלעס פארציילט, דער סעמועל האט זיך גערעגט ווי א מארשמעלאו, ער האט נישט געקענט אראפ שלונגען דעם דורכפאל,
גייטס אלע ארויס פין דא !!! דערשראקענע מייז וואס עטץ זענץ !!! גייטס צירוק צי ענקער ארבעט, כ'וועל מיר שוין א עצה געבען אין דעם ענין אויף א אנדערע וועג,
די דריי חברה זענען ארויס געלאפען פין זיין אפיס אבל וחפוי ראש.

-----------------
לעיקפארעסט.

די טלפון קלינגט טררררררררררררר טרררררררררררררר טרררררררררררררררר
בערגמאן איז אויף די ליין ער ריפט צירוק הערשי,

הערשי: האלאו

בערגמאן: יא הערשעלע כ'האב גערעט מיט יענעןם לויער אין כ'האב אים מסביר געווען די סוטיאציע אין ער איז גרייט צי בארגען זיין שיף כ'וועל דיר שיקען א טעקסט מעסעדזש מיט די פינקליכע אדרעס פין זיי וואקאציע היים אין ער זאגט אז די שיף אין אין די בעק פין די הויז אויפען ים, אויך וועל איך דיר טעקסטען די נאמבער לאק פין די הויז אין די קאוד פין די אלארעם אין ער זאגט אז די שליסעל פין די שיף ליגט אין די העכסטע לעדעל פין זיין אפיס דעסקדעסק אויפען אינטערשטען שטאק פין די הויז,

הערשי: עקסעלענט, די שאלה איז יעצט ווי מ'זאל פארען ?

בערגמאן: קוק אהער ערשט דארפען ענק אוועק פארען, ערשט דארפען ענק פארשווינדען ווערען, אין נאכדעם וועט מען שוין זעהן, כ'וועל שוין ערלעידיגען ארויס צי שיקען א שיפמענט עסען צים שיף אין אזוי אויך וואפען מיט נאך זאכען וואס מען קען דארפען אזוי ווי א סעטעלייט טלפון אין אנדארע כלים, די לאז דיר ווי שנעלער ארוי צי די שיף ווייל יעדע מינוט איז טייער מען קען נישט וויסען וואס יעדע מינוט קען ברענגען,

הערשי: אקעי איך גרייט מיר דא צי אין כ'ווארט אז משולם זאל צירוק קומען אין מ'גיימער,

---------------
ספרינגפיעלד.

סעמועל דרייט זיך ארום ווי א לונאטיקער אין זיין אפיס, ער קען נישט קומען צי זיך פין זיין דורעכפאל,
פארפאלען טראכט ער צי זיך,"כ'וועל מיזען אנקומען צי מיינע פריינד אין די אינטערוועלט חאטשיג ס'פאסט מיר נישט", ער גייט צי צים טלפון............

יאהאן: יאללא ווער רעט ?

סעמועל: דאס בין איך סעמועל סמיט,

יאהאן : העי סעמועל, שוין אזוי לאנג נישט געהערט פין דיר, הא האסט אונז נישט פארגינט א פאון קאל די ראצער וואדי ביסט,

סעמועל: העי יאהאן כ'בין נישט ציגעוואוינט מען זאל צי מיר רעדען אזא שפראך,

יאהאן: חא חא חא חא חא חא אז די ווילסט קעניך דיר ציגעוואוינען..... די ביסטאך ארום גענומען מיט דיינע מטורפים דארטען ווער זאל דען רעדען מיט דיר ווי א מענטש.....מיינטס מיר ווייסען נישט דיינע מעשים תעתועים...... העי העי דאנט ווארי מיט האלטען אלעס מיט..... די ביסט א פארשטינקענע פערד......... אפילו אונז באדערען נישט קיין קינדער, אונז שיק מיר נאר אין גן עדן די מענטשען וואס מיר האלטען אז םאר זיי וועט בעסער זיין דארט, אבער די נעמט אומשילדיגע קינדער אין די הארגעסט זייער לעבען די ביסט פין די נידריגסטע וואס די מענטשהייט פארמאגט........ שעים אן יוא......... עניוועי וואס ווילסטע היינט ?

סעמועל: העי העי יאהאן, די קומסט מיר זאגען מוסר, די שוויין וואדי ביסט, שטעלסטעך אהער אז די וועלטס צדיק ..... דיינע הענט זענען דאך פיהל מיט אומשילדיג בלוט.........

יאהאן: שווייג שטיל די שראץ, נאך איין ווארט אין כ'וועל באמירען מיין מעסער מיט דיין בלוט, דיין בלוט איז דאך זיכער שולדיג ,

סעמועל: אקעי יאהאן לאמיר זיך נישט שלאגען, כ'וויל מאכען ביזנעס, די קענסט דערביי שיין פארדינען

יאהאן: אה ביזנעס עניטיים, וואס ווילסטע ?,

סעמועל פארציילט פאר יאהאן די גאנצע מעשה פין יענקי אין די פארכאפונג, אין אז מען דארף חאפען די אידען אין זיי ברענגען צי די גערעכטיקייט,

יאהאן: אהא הםםםםם הםםםםםםם , אקעי דאס וועט קאסטען אזוי קודם א איינגאבע פין הונדערט טויזענט דולר, אין נאכען אויספירען נאך הונדערט טויזענט,

סעמועל: הםםם אזוי סאך געלט, פארוואס עפעס אזוי טייער?ת

יאהאן: הארך אויס די שוויין, ווילסטע אדער נישט, וואס פארברענגסטע מיין צייט, יא אדער ניין ,

סעמועל: בררררר אקעי יא כ'וויל, נישטא קיין ברירא מען מיז כאפען די אידען,

יאהאן: אקעי כ'שיק צוויי פין מיינע חברה אפנעמען די געלט ס'מיז זיין קעש אין פארצייל זיי אלעס דיטעילס וואס די ווייסט פין דארט אין ווייטער לאז עס צי מיר..........ביי

-----------------
לעיקפארעסט.

משולם איז אנגעקומען צוריק, אין הערשי אפדעיט אים מיט די לעצטע אנטווקלונגען אז מען גייט אויף א שיף, אין ער זאל זיך פאקען זיינע זאכען ווייל מען דארף זיך ארויס לאזען ווי שנעלער ווייל מען קען נישט וויסען וואס די מינוט קען ברענגען,

ביז א שטיק צייט איז אלעס גרייט געווען, משולם האט אויך געברענגט יענקי'ס קליידער פין שטאט אין מ'האט אלע פעקלעך אריין געלייגט אין די קאר הערשי מיט משולם האבען זיך באוואפענט על כל צרה שלא תבוא אין הערשי איז געגאנגען ריפען יענקי.

יענקי קום מ'גיימער פארען אויף א אינטערעסאנטע וועג קום , קודם האט יענקי נישט געוואלט גיין אבער הערשי האט אים באוויזען איבערצירעדען אין ער איז אריין אין קאר,
משולם אין הערשי גייען אריין אין קאר אין ויסעו, מען פארט צים אנגעגעבענעם אדרעס צווישען די בערג לעבען ים.

--------------------------
אינטערוועלט. ענגלאנד.

יאהאן: חא חא חא חא חא חא, אוי האב איך אריין גע'פסוק'ט פאר דעם סעמועל, ער איז דאך אזא שמענדראק, עניוועי אונז גיימער מאכען אסאך געלט היינט, לאמיר חאפען א טרינק...... יאנאש גיי ברענג די וויין...... די ווייסטאך וואס איך האב ליב...

באריס: חא חא חא, יאהאן זאלסט וויסען איין זאך איך וואלט נישט געארבעט פאר דעם סמועל, ער שפילט אז ער איז אונדזער פריינד אבער ער דערמאנט זיך פין אונז ווען ער האט טראבעל, זאל ער זיך אליינס אפווישען די נאז, אייי דאנט קעיר

יאהאן: קוק אהער פארדעם האב איך טאקע געבעטען אסאך געלט ווילאנג ער וועט באצאלען די געפעפערטע פרייזען וועט מען אנעמען זיינע דזשאב'ס,

באריס: קוק אהער ער וויל מען זאל זיך נעמען איבער א פאר אידעלאך, וואס וויל ער פין די אידאלעך, מעגען זיי זילך נישט אנעמען פאר זייער'ס א ברודער,

יאהאן: קוק נאר דעם באריס, ער האט מיר באקומען א הארץ פין פוטער, וואס האקסטע א טשייניק, וואט דא איי קעיר אידען גוים כינעזער אדער אינדיאנער, אונז האמער א ביזנעס, אין אז מען באצאלט ארבעט מען,
הערצי ריף מיר אריין מייק מיט גרעגארי כ'דארף זיי שיקען צי סעמועל.
-----------------

פארזעצונג בל"נ זונטאג בשלח
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

א ריזיגן יישר כח, הערליך הערליך, כאמעך שוין דערשראקן אז דו גייסט שוין ענדיגן, באט דערווייל ציסטו זייער זייער פיין, קיפ אן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

וויי וויי.... נאר מיט דעם יאנאש זאל ער זיך נישט אנהייבן דארטן..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

טענקס א מיליאן. מיר ווארטן אויפן פארזעצונג...
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

ברעט'עלע. יו דיד איט עגעין. ס'קומט העווי צייטן....
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יישר לאקשן.
די ביזט ריזיג. האלט אן, מיר ווארטן מיט אומגעדולט אינאיינעם.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

לאקשי שניינדט אויף זיין לאקשען ברעט אזאנע שטותים מיט לאקשען אז נאר,
אבער (דא קומט דער גרויסער אבער) ס'איז אייזען גוט! לאקשען ארויף לאקשען אראפ ס'איז גוט, אפי' כ'בין אלערדזשיק דערצו (גילוי...)
בד"וו דער אויסדריק מארשמעלוי איז גוט, אבער די האסט א קליינע טעות, ווייל בעיני ראיתי יענץ מאל האטער געשאלטן ווי א טויסטער נאכען צוברענען, איינמאל פארדעם איז געוווען א מארשמעלוי...
און טאקע שקויעח פארן אויפדעקן דעם עמעסן פארצעף פון דעם יאנאשן איך האב געמיינט אז ער איז א איי וועלט ניק ווער איך געוואר אז די איי סטענדס פאר אינטער וועלט ער איז אן אינטערוועלטניק!!! א מאפיאנער !!רבותי געצענק אבאכט...... !!!!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

אינטערוועלט, ענגלאנד - יעצט קומט אן די נייעס אז עס האט זיך איבערקעקערט א טראק מיט מארשמעלאס, ווי עס שיינט איז דאס א פועל יוצא פון דעם שרעקעדיגן כעס וואס האט באטראפן סעמועל...

עניוועי, לאקשן דו בוסט פלעין נישט נארמאל גוט!!!
איז שוין דא א ריליעס דעיט ווען דאס ביכל גייט זיין אין די געשעפטן??
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
פסח שני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסח שני »

לאמיתו של דבר,
די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס...
א רחמנות אויף אונז אויב חיים אליאב אדער יאיר וויינשטאק וועלן פאבלישען אזעלכע מעשיות וואס קען אפילו נישט פאסירן...
בחורים זאלן זיך אליין שלאגן זיך מיט אזא גרופע? האבן זייערע עלטערין געלאזט? געווער? סאפיסטיקעיטעט מאשינען? ארויסשמאגלן א מענטש פון לאנד? א לויער מיט זיין חבר זאלן מיטארבעטן?
סארי, איט דאזנט מעיק עני סענס.
נעקסטיים פרוביר אביסל נערמאלער.
באט עניוועי, אז סאיז דא וואס צו ליינען איז גוט.
שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע לשאול »

זייער שיין אבער אוי ווי ווי איז מיר וואס וועט דא זיין מיט הערשי ער קען גאר דרייווען א שיף? איך מיין.... איך ווייס שוין נישט ווער סאיז א גרעסערע באם הערשי אדער יענקי
שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע לשאול »

פסח שני זיי מוחל אבער אין דיין ערשטע הודעה מיזטו שוין זאגען זאגען קריטיק?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ליהוי ידוע אז לאקשן האט אפגעטייפט דעם מוצאי שבת א לאנגע פארזעצונג, נאך לענגער ווי די יעצטיגע, אבער ליידער די שווארצע חברה האבן עס געוואלט צוריקהאלטן און ס'יז אלעס געגאנגען לטמיון.

נישט האבנדיג קיין ברירה האט ער זיך געמוזט באנוצן מיט די אינטערוועלט,, כ'מיין אינטערנעט און געמוזט איבערטייפן די גאנצע מעשה, אבער אינדערמיט האט זיך כמובן געטוישט עטליכע זאכן , ואיתכם הסליחה.

דער איז אייזן גוט!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן:פסח שני זיי מוחל אבער אין דיין ערשטע הודעה מיזטו שוין זאגען זאגען קריטיק?



דערקענט זיך טאקע אז ביים פסח ראשון איז ער נישט געווען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע לשאול »

אבער איך בין אזוי נייגעריג וואס די מעשה איז געווען מוצאי שבת יעצט האב איך מורא די מעשה וועט גיין אנדערש ווי עס וואלט זיך געשלעגעלט מיט די אנדערע פארזעצונ ווער עס קען דאס מגלה זיין ווערט געבעטען אבער פארשטייט זיך אין א אנדערע אשכול ס'איז דאך צוויי אנדערע מעשיות
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

*
לעצט פארראכטן דורך לאקשען ברעט אום דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:57 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
bakitzer

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bakitzer »

זייער שיין לאקש. מיינע גלידער ווארפן זיך פאר שרעק. :shock:
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ס'גוט ס'גוט. איך האב נאר מורא פונעם סעקראטערי דארט ביי לויער בערגמאן אין אפיס וואס גיט זיי אלעס ארויס. מ'מיז אובאכט גיבן פון די חברה.

עניוועי, ס'בעסטע איז מיר געפאלן ווי שוועמל האט געכאפט דאס קדחת ווען ער האט געהערט אז יאנאש איז אקטיוו דא...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

הערשט יעצט געליינט פון אנפאנג, איך מיז דיר זאגן " די ביסט עפעס נישט פלען גיט ס'געוואלדיג יעדע חלק עקסטער איז משוגע צי ווערן

KEEP IT UP YOU ARE GRATE !!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

אפגעליינט. גיי אן לאקש, שרעק זיך נישט פון די טשעפנאקעס, זיי רעדן פון קנאה.
פינקט פארקערט
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינקט פארקערט »

די ביסט פארוקט גיט, משוגע איז נישט די ווארט, טויט משוגע? אויך נישט, וואס יא? אפשר משוגע צעדרייט, איי העוו נאו איידיע, באט דיס גיי איז ראקינק.....

לאקשי לאקשי קיפ איט אפ, די גאד ווארק ;l;p- ;l;p- ;l;p-
פארוואס עפעס אזוי.....אפשר פינקט פארקערט....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לאקשי, שרעק דיך נישט פון פסח שני, עס האט נישט קיין חול המועד...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”