מילתא דבדיחותא

אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לעב ריליסטיש
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:12 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעב ריליסטיש »

unit 13 האט געשריבן:;l;p-
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:קען זיין שוין דא געווען, חזרה שאדט נישט;

וויאזוי זאגט מען אויף ירושלימ'ע אידיש, איך גיי אויס פאר ליידיג גיין?




וואס הערטצאך?

אין ווי אזוי זאגט מען איך פלאץ שוין פאר ליידיגקייט ?

וואס טוט זיך סתם אזוי ?
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

אויב עט איינער זיך מרחם זיין דא לייגן א ליקוט פון דזאקס אויף א pdf עלעך עהם געבן א
ריזיגע
ישר כח מיט א גרינע ;l;p-
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
י
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 01, 2007 1:29 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י »

דאס איז געקליבן פון מילתא מדיחתא אשכול



1. איך האב געהערט נאכזען פון ר' יענקעל אז פארוואס טוט מען אן א קיטל פאר א נפטר? ווייל מען וויל אים דערמאנען אז ער האט אמאל חתונה געהאט.
2. איך פונקט געהערט לעצטע וואך איינער זיך אפרעדן אויף זיין אלטע קאר.

אז אלעס פייפט, אויסער די פייפער.
3. געהערט לעצטנס: פארוואס זאגט מען נישט אום ר"ה "אנו מתירין להתפלל עם העבריינים"?

ווייל אלע עבריינים געפונען זיך דאן אין..
4. וואס בין איך?

א גאנץ יאר באנוץ איך זיך מיט דיר, אבער סוכות באנוצטו זיך מיט

א שלאק........
5. פון היינט און ווייטער וועל איך זיין גוט, אנגעהויבן פון מארגן...
6. דער יארמער רב זז"ג, האט באקומען א כיבוד צו לאזן מעלדן א פרוי אז איר מאן איז ל"ע אוועק, קלאפט ער אן אויפן טיר, דא וואוינט די אלמנה גרינפעלד?
ניין,
איר ווילט מאכן א וועט?
און BTW איז גוט אז איר זאלט וויסן אז פון היינט און ווייטער גייט זי דא וואוינען,
7. ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!
8. א איד האט אמאל געבעטן דעם אייבירשטען,

גיב גיב מיר געלט און קינדער,די לעבן וועל איך מיך שוין אליין נעמען...
9. אמאל איז איינער געגאנגען צו א ספרדישע כאחאם, אז זיינע טשיקענ'ס האלטן אין איין שטארבן, און ער איז אומבאהאלפן,

דער כאחאם זאגט נישט קיין פראבלעם, און ער געט אים א סגולה און עס וועט העלפן, עס גייט אריבער אפאר טעג און דער איד קומט צוריק אז עס העלפט נישט, האט אים דער כאחאם געגעבן א צווייטע סגולה, און דער איד גייט אהיים גליקלעך אז נאך אביסל גייען זיינע טשיקענ'ס אויפהערן צו שטארבן, און ווייטער האט דער סגולה נישט געהאלפן, און דער איד לויפט צוריק צו כאחאם פרעגן, צו ער האט נישט אפשר נאך עפעס א סגולה,

ענטפערט אים דער כאחאם, איך האב נאך אסאך סגולות, אבער זאג נאר די האסט נאך טשיקענ'ס... (דוי לאכט מען)..
10. אמאל איז אן אמעריקאנע אידישקע געקומען צו א ראביי אז די הינט איז געפערליך קראנק דער דאקטאר האט שוין אויפגעגעבן.
דער רביי איז נישט קיין נאר און זאגט אז פאר א סכום פון טויזנט דולער [בימים ההם] וועט ער איינרייסן וועלטן פאר א רפואה.

די פרוי האט נישט קיין ברירה, די סכום איז זייער גרויס אבער וואסטוט מען נישט פאר א רפואה. עס גייט דורך עטליכע טעג און דאס הינטל האט געפגרט.
זי קומט מין איין בהלה צום ראבבי וואס הייסט א גנב ער נעמט געלט און ס'אט ניט געהאלפן! איך גיי אריינטראגן א לאו סוט קעגן אייך.
בארואיגט איר דער רבבי, וואס זאל איך טון, איך בין גשטאנען די נאכט אגאנצן צייט און זיך געאמפערט מיט מלאך המות, ער האט נאר געוואלט גיין צו אייך אבער איך האב געפועלט ער זאל גיין ענדערש צום הינט..... (דוי לאכט מען)...
11. איינער פארציילט פאר זיין חבר, אז ער האט געבעטן דעם בורא, היות עס שטייט אלף שנים בעניך ביום אתמול, דרש'נט די גמרה אז יום של הקב"ה איז טויזענט יאר, איז דאך לכאורה מיט געלט די זעלבע זאך א מיליאן דאלאר איז ביים באשעפער ווי א פאר צענט, האט ער געבעטן דעם באשעפער 'גיב מיר א פאר דאלאר פאר א פאר מינוט'.
פרעגט אים זיין חבר 'נא, וואס האט ער גענטפערט'? ער האט גענטפערט, יא יא איך גיב דיר שוין, ווארט נאר א פאר מינוט.
12. לצים זאגן היינט, ראמספעלד האט אראפגעזעצט סאדאם כוסעין, און סאדאם (איראקע מלחמה) האט אראפגעזעצט ראמספעלד.
13. אכשיר דרא.....


בוש וויל ענדיגן בבלי

סאדאם וויל ענדיגן ירושלמי

אולמערט וויל ענדיגן ש"ס

........ וויל ענדיגן .....
14. עס איז אמאל געווען צוויי חברים פלאצירט אין אן אנשטאלט פאר משוגעים, - לאמיר זיי אנרופען פאר די סעיק פון די מעשה ראובן און שמעון - איינמאל האבן די צוויי חברים שפאצירט נעבן א סווימינג פול און ראובן געט א שפרונג אריין אין פול, און ס'קוקט אויס ווי ער דערטרענקט זיך, שמעון זעט וואס ס'גייט פאר, ער טראכט נישט קיין צוויי און געט א שפרונג אריין נאך זיין חבר און ער שלעפט אים ארויס, ממש ער האט אים געראטעוועט דאס לעבן.

דער הויפט פון די אנשטאלט האט געהערט פון די מעשה האט ער געלאזט רופן דעם שמעון, און ער זאגט אים איך האב פאר דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס, די גוטע נייעס איז אז אזויווי דו האסט באוויזען אזא העראישע אקט כדי צו ראטעווען דיין חבר ביסטו באפרייט פון דא, און די שלעכטע נייעס איז אז ראובן איז טויט, ער האט זיך געהאנגען אין זיין צימער.

זאגט אים שמעון, ער האט זיך נישט געהאנגען, איך האב אים אויפגעהאנגען ער זאל זיך אויסטרוקענען פון די וואסער, יעצט ווען קען איך ארויסגיין?...
15. ווי אזוי קען א פרוי מאכן איר מאן פאר א מיליאנער?



ווען ער איז פארדעם געווען א ביליאנער.
16. וואס איז די שירה פון א מאסקיטא?


רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט.
17. וואס איז די שירה פון א מאסקיטא?


רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט.
18. פארוואס איז נישט דא קיין וואלמארט אין איראק?


ווייל יעדע קארנער איז א טארגעט.
19. א עלטערע איד האט אמאל געזאגט פאר א בחור "איך וואלט געקענט זיין דיין זיידע" האט אים דער בחור גענטפערט "מיין באבע וואלט נישט חתונה געהאט מיט אייך"...
20. איינער האט אמאל שפעט ביינאכט, זיך גענומען עסן לאטקעס (פארשטייט זיך חנוכה), ווען מען האט אים פארגעהאלטן אז דער דאקטער לאזט אים דאס נישט עסן, האט ער געענטפערט אז דער דאקטאר שלאפט שוין יעצט...........
21. דריי זאכן וואס ס'פאסט נישט אבער ס'שאדט נישט.

טרינקען ברוינפן פון א גרויס גלעזל.
עסן קאמפאט מיט א גרויסן לעפל.
דערלאנגען צוויי פראסקעס פאר די ווייב. ( ואיכא דאמרי, אז ס'פאסט אבער ס'שאדט אויך )
22. איך האב פונקט געהערט נעכטן, אז מען האט געפרעגט א באקאנטן גדול אין ארץ ישראל, צו מען מעג אין שבת אריינווארפן די באל אין די בעסקעט, (ווען מען שפילט בעיס באל), דער גאון זייענדיג אויסגעטוען פון דער וועלט, האט מען אים דאס געדארפט מסביר זיין אז עס איז דא אזא בעסקעט וואס מען ווארפט אריין דערינען אזא רינדעכיגע באלי.

דער גאון נאכ'ן מעיין זיין אביסל, האט זיך אנגערופן, אז לדעתו וואלט געווען כדאי אז מען זאל עס אריינלייגן אין די בעסקעט נאך פון פאר שבת........
23. היינט געהערט פון די שמש אין מיין שוהל:

פארוואס גייען רבי'ס בלויע בעקיטשעס אום שבת?

צוליב די זעלבע סיבה וואס ארבייטער גייען בלויע העמעדער אינדערוואכן.

די חילוק איז אז די ארבייטער ארבעטן אינדערוואכן, און די ארבעט פון די רבי'ס איז אום שבת.
24. א תימן'ער איד האט געשילדערט ביי אן אפיל די גרויסקייט פון זיינע עלטער זיידעס די מארי'ס פון תימן, זאגט ער בתוך הדברים: מיין זיידע מארי עייאש איז אמאל שולדיג געווען געלט פאר אן אראבישן שכן, און ער האט געמוזט באצאלן נאך יענעם טאג, ווען ער האט געזען אז ער וועט נישט האבן די פונקטליכע סומע ביז עטליכע שעה, האט ער אפגעשטעלט די זון, און עס איז נישט געווארן נאכט ביז ער האט געהאט דעם גאנצן סכום.

דער עולם שמייכלט זיך אונטער און בליקט זיך ארום...

ער ווערט ווילד, די אויגן קומען אים ארויס פון די לעכער: איר גלייבט נישט???? עס איז געווען בשעתו אזא ווינדער, אז אפילו די גוים האבן דאן אריינגעלייגט אין זייערע צייטונגען א בילד דערפון!!!!!!!!!!!!!!
25. א פיילאט פארן לאנדן האט באגריסט די רייזענדע ווי פאלגענד,
א העפי קראצמעך פאר אלע וואס זיצן, און א העפי חנוכה פאר אלע וואס שטייען.
26. א אמת'דיגע מעשה , אין וויליאמסבורג פאר בערך 15 יאר ציריק
א איד אין וויליאמסבורג האט אמאל געקאלט די הצלה אז ער האט הויכע בלוט דרוק אין די דאקטער לאט עם נישט עסן קיין שמאלץ הערניג אין ער האט עס זייער ליב .סא האט ער געבעטן די הצלה אז זיי זאלן קימען אין צען מיניט ארום ווייל ער גייט יעצט עסן שמאלץ הערניג
27. קשיא: וואס איז די חילוק צווישען א לענדלארד און א גרוש?

תירוץ: דער לענלארד ווארט אויפן ערשטן, און א גרוש ווארט אויפן צווייטען.
28. איך האב אמאל געהערט פון איינעם דערציילן אז ער איז געווען לעבן אן אלטן אידל ווען יענער האט אויפגעכאפט ווי א שנה ראשונה'דיגער יונגערמאן רופט זיך אן, אה, א שיינע לבנה, געט זיך דער אלטער א רעג אויף, דאס הייסט א לבנה? דו שעמסט דיך נישט? און אונזערע צייטן אינדערהיים איז געווען א לבנה, אבער א לבנה, וואס ווייסט עטץ פון א לבנה צו זאגן?
29. קען זיין אז ס'איז שוין געווען געשריבן אבער איך געדענק נישט, און ווער ס'קען זאל טוהן א קליינע טובה און נאכמאל לאכן, אויב האט ער שוין איינמאל געלאכט פאר דעם דזשאוק,

איינער זאגט פארן חבר איך האב געליינט זייער א טרויעריגע ביכל.

וועלעכע?

מיין טשעק ביכל.
30. געווען אמאל א מעקסיקאנער, וואס האט ארויסגעשניטן פון א צייטונג א קיופאן פאר א אומזיסטע קאר-וואש (נישט פון יגר'ל), און געקומען ווייזן מיט גרויס שמחה פאר זיין חבר.
פרעגט אים דער חבר: וואס פרייסטו דיך אזוי? האסט דאך נישט קיין קאר.
זאגט ער: נו, וואס איז די פראבלעם? וועל איך דינגען א קאר...
31. פארוואס איך ארויס געקומען אזא זאך ווי ווייסע טשאקאלאד? אויסער די סיבה ווייל ס'איז גוט.


כדי די שווארצע זאלן אויך האבן עפעס מיט וואס זיך שמוציג צו מאכן.
32. א איד האט געווינען צוויי הונדערט טויזנט דאלאר אין די לאטערי.
פרעגט אים דער חבר: וואס גייסטו טון מיט אזויפיל געלט?
זאגט ער: איך וועל באצאלן פאר מיינע בעלי חובות.
פרעגט דער חבר: און וואס וועסטו טון מיט די איבריגע?
זאגט ער: די איבריגע זאלן ווארטן...
33. משה: איך בין אין אמעריקע עלף חדשים א יאר, אויף הכנסת כלה
יעקב: וויאזוי האלטסטו דאס אויס?
משה: בלויז איין חודש? נישט געפערליך..
34. איינער האט מיך אונגעטראגען צי קויפן א קאלירטע בעקיטשע מיט אלף בית (אותית) פרעג איך עם ווער דארף עס ?האט ער מיך געשיקט צי א רבי וואס האט אזא בעקיטשע, הער איך אימיטן טיש די רבי ציפייערט זיך אין שרייט "ג" זע איך פין די בעק אז די גבאי קראצט די רבי'ס ריקען טאקע ביים "ג"
35. איר קענט די מעשה מיטן ייד מיטן זיך א שופר?

ס'איז געווען א ייד וואס האט נישט געטראגן קיין זייגער. "איך האב א שופר" -
האט ער געזאגט - "אויב איך וויל וויסן למשל, אינמיטן דער נאכט ווי שפעט איז.
גיב איך א בלאז מיטן שופר און הער באלד דעם שכן זאגן: משוגענער!! צוויי
אזייגער ביי נאכט בלוזסטו שופר?! ווייס איך שוין אז ס'איז צווי אזייגער ביי נאכט".
36. ס'געווען א יונגערמאן וואס האט געהייסן ניסן, און דער שווער האט אים צוגעזאגט קעסט אויף פינף יאר. די מעשה איז אבער געווען, אז דער ניסן האט ליב געהאט דעם ביסן, און ער האט געגעסן זייער אסאך.
איין מאל האט אים דער שווער געוואלט געבן אנצוהערן איבער דעם שלעכטן מדה, זאגט ער אים אזוי: ניסן טייערער, מילא טבת און שבט אז ס'איז דא פרעסט, פארשטיי איך. ס'איז דאך ווינטער. אום חודש אדר? נו, מאכט זיך אויך. אבער "ניסן פרעסט"? ווי קומט דאס?
האט אים דער איידעם געענטפערט: נו, לאמיר שוין זאגן אז "ניסן פרעסט" לייגט זיך נאך אויפ'ן שכל, אבער "איר פרעסט"? דאס האב איך נאך טאקע קיינמאל נישט געהערט...
37. אז אזוי ווי לעצטנס האבן אנגעהויבן צו קראכן טשעקס ביים אים, און ער וויל נישט אז דער וואס באקומט זיינע טשעקס זאל שאדן האבן געלט.............
איז ער אויפגעקומען מיט א המצאה אז ווען ער וויל אויסשטעלן פאר איינעם א טשעק פון פינף הונדערט דאלער, שטעלט ער אויס פאר פינף הונדערט צוואנציג, כדי עס זאל דעקן די שאדן וואס עס קאסט ווען די טשעק קראכט...
38. היינט אינדערפרי האב איך געהערט פון א לוסטיגן אינגערמאן - בשעת'ן זוכן זיין מאנטל נאכן דאווענען - אז ער האט אמאל נישט געקענט געפונען זיין מאנטל אין די באלאגאן פון מאנטלעך אינעם קארידאר פונעם שוהל, האט ער זיך באנוצט מיטן אור אלטן עצה און געזאגט "אמר ר' בנימין".

מה עשה הקב"ה?

ער האט געפונען ר' בנימין'ס מאנטל.
39. דער זעלביגער מונטערער אינגערמאן זאגט מיר היינט, אז די יצר הרע האט אים פרובירט איינרעדן זיך איינצוהאנדלן א בלויע גמרא (ארטסקראול בלעז), אבער ער האט זיך באנוצט מיט די עצה פון חז"ל "משכהו לבית המדרש", ער האט געזאגט פארן יצר הרע אז עס איז א שאד די געלט, ווייל ער קען אריינבליקן אינעם ש"ס פונעם בית המדרש..
40. א אידענע האט דערציילט, זי האט פארגעסען א היימישע קרעימעש קעיק אויפ'ן מאנסי באס, האט זי ארויס געהאנגען א צעטיל אויפ'ן באס מיט איר טעלעפון נומער אז דער טרעפער זאל איר רופען.
א טאג דערויף באקומט זי א טעל. קאלל "האלוי איך האב געפונען דעם קעיק, אפשר קענט איר מיר געבען די רעסעפי"?
41. א גלח האט אמאל געפרעגט פון ר' יונתן אייבשיץ (פון וועמען דען?...): פארוואס איז דאס ביי ענק אידן, אז יעדע קשיא וואס מ'פרעגט ענק, ענטפערן ענק צוריק מיט א קשיא?
האט ר' יונתן צוריקגעפרעגט: פארוואס נישט?...
42. אז דו רעדסט שוין פון ר' יונתן מיט להבדיל דעם גלח, איז דא א מעשה אז דער גלח, (אדער אן אנדערער) האט געפרעגט ר' יונתן (אדער אן אנדערן) וואס איז פשט פון דעם מנהג ישראל, פון באהאלטן ברעקלעך פאר בדיקת חמץ און דערנאך גייט מען דאס זוכן, האט אים ר' יונתן געענטפערט, און פארוואס ביי ענק, פירט מען זיך, אז מ'באהאלט א טויטן קערפער אין א קעלער פון א איד און דערנאך גייט מען דאס זוכן.
43. צוויי אפגעפארענע חברה (ל"ע) האבן זיך אריינגעזעצט אין א באר טרונקן א ביר, דער ערשטער הייבט אן: ברוך אתה ה' – זאגט אים דער צווייטער "העי, האסט פארגעסן? מיר זענען שוין אפגעפארן!", דער ערשטער פאררויטלט זיך און זאגט שנעל "למדני חוקיך".
44. צוויי אידן האבן זיך געטראפן אינעם באן, אזוי זיצנדיג לאזט איינער ארויס א זיפץ "א-ו-י". רופט זיך אן דער צווייטער "זאגסט מיר?".
45. א מאן פרעגט זיין פרוי אין די ספירה טעג "וואס איז היינט דא פאר נאכטמאל"? ענטפערט זי "נעכטן איז געווען שניצל
46. ווען די אמעריקאנער אסטראנאטן זענען צום ערשטן מאל ארויפגעפארן אין די הויכע וועלטן, האבן די טעכניקער אויסגעארבעט אלע קליינע דעטאלן, אז אלעס זאל קלאפן און דורכגיין בשלום.
אבער מיט איין קלייניגקייט האבן זיי זיך נישט געקענט קיין עצה געבן? וויאזוי גייט מען קענען אפשרייבן אלע נאטיצן און באריכטן? כידוע, אין די אויבערשטע אטמאספערע איז דאך נישטא קיין גראוויטי (כח המושך), און א פענע ארבעט נאר מיט דעם וואס די טינט - אזוי ווי יעדע פליסיגקייט און יעדע באשטאנדטייל - רינט אויף אראפ. נו, אז ס'איז נישטא קיין גראוויטי, וויאזוי וועט דער פענע ארבעטן?
נאך א לאנגע צייט זיך ברעכן קאפ און נישט קומען צו א לייזונג, האט מען באשלאסן אוועקצוקוקן פון די בזיונות, און פרעגן די רוסן - וואס זיי האבן בשעתם געהאט געמאכט מער פארשריט אויפ'ן געביט פון אסטראנאמיע - וויאזוי מ'גיבט זיך אן עצה מיט דעם געוואלדיגן פראבלעם.
די עצה וואס די רוסן האבן געגעבן: שרייבט מיט א בליי...
47. כ'מיין אז כ'האב שוין אמאל ערווענט ערגעץ די מעשה עס גייט אבער אביסל אנדערש, כ'מיין צו זאגען אז עס איז געווען אנדערש,

די אמעריקאנע האבן אויס געגעבן אן ערך פון צוועלעף מילאן (צו מער צו ווייניגער) דאללער פאר סייענטיסטען צו ערפינדען אזא סארט פענע, און זיי האבן עס געמאכט,

אין די זעלבע צייט האבן די רוס'ן גשריבען מיט א בליי,
48. אין א קליין שטעטל אין דערהיים זענען געווען צוויי עלטערע מיידלעך, דער רב פון שטעטל האט געשיקט א בריוול פארן ראש ישיבה פונעם דערנעבנדיגן גרויסן שטאט אז זיי ברויכן צוויי אויסגעצייכנטע בחורים וועלכע זאלן שידוכים טאן מיט די צוויי מיידלעך. דער ראש ישיבה האט אויסגעוועלט צוויי בחורים און זיי אריבערגעשיקט צו יענעם שטעטל.
געלט אויף שפעזן האבן זיי נישט געהאט, זענען זיי געגאנגען צופיסנס אינעם ריכטונג פונעם שטעטל, וואכן לאנג האבן זיי זיך געשלעפט אויפן וועג, ביז די כוחות האבן זיך אויסגעלאזט פאר איינעם פון זיי, און ער איז ל"ע געשטארבן.
דער צווייטער האט פארגעזעצט דעם וועג, אנקומענדיג אין שטעטל ווארטן אים אפ צוויי פרויען, וואס יעדע פון זיי טענה'ט אז ער איז קלאר געשיקט געווארן פאר איר טאכטער.
זיי האבן זיך געוואנדן צום ארטיגן רב ער זאל לעזן דעם פראבלעם, דער רב האט זיך זייער געמוטשעט מיט די שווערע פארוויקלטע שאלה, ביז ער האט זיך דערמאנט פון די באקאנטע דין תורה וואס איז פארגעקומען ביי שלמה המלך.
דער רב האט זיי געלאזט אריבעררופן, אויסגעהערט זייערע טענות, און פארגעשלאגן אז וויבאלד עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה, מוז מען צושניידן דעם בחור אין צווייען, אזוי אז יעדער זאל באקומען איין טייל...
הערנדיג דאס האט זיך איינע פון די מאמע'ס דארט צושריגן: וואס? צושניידן? חס ושלום, איך בין מוותר, זאל ער חתונה האבן מיט די אנדערע מיידל אבער אבי נישט שניידן.
די צווייטע האט אבער געשריגן אז דער רב איז גערעכט, מען מוז צוטיילן פאר יעדן א חלק, און מען זאל יא שניידן. רופט זיך אן דער רב צום בחור: יעצט איז שוין אלעס קלאר. די וואס וויל דיר צושניידן, זי איז די ריכטיגע שוויגער!
49. א איד גייט אדורך דעם "טשעק פוינט" ביים לופטפעלד מיט נישט ווייניגער ווי 5 פרידזשידערס...
דער באאמטער האלט אים אפ פון גיין: ר' איד, וואס איז דאס?
"איך בין א פרומער" ענטפערט ער "דארף איך האבן א באזונדערע פאר מילכיג און א באזונדערע פאר פליישיג"
"פיין" זאגט דער אפיציר "אבער דאס געט מיר נאר צו פארשטיין 2 פון זיי, וואס טוט זיך מיט די איבריגע?"
"פון פסח האט איר שוין געהערט" פרעגט אים דער איד צוריק "איך ברויך אויך האבן 2 אויף פסח, איינס אויף מילכיג און איינס פליישיג"
דער באאמטער קראצט זיך אין שטערן און פרעגט: און וואס איז מיטן פינפטן פרידזשידער?
"נו, צוליב איין פרידזשידער מאכסטו אזא עסק?"...
50. א בריסקער קומט אמאל אהיים אינמיטן א תענית און זאגט צום ווייב: הער זיך איין, איך האב היינט א שטיקל שוואכקייט, איז צוליב פיקוח נפש מוז איך אויספאסטן.
די פרוי – אן ערליכע אידענע – זאגט אים: נו, נעם דיר א רעפטל ברויט מיט א האלבן גלעזל וואסער און פאסט אויס.
דער מאן קוקט איר אן: וואס איז מיט דיר קריינדל? מען רעדט דאך דא פון די געוואלדיגע מצוה פון פיקוח נפש, מען מוז מחמיר זיין ביי די מצוה. איך בעט דיר גרייט אן א סעודת שלמה בשעתו.
אומר ועושה. דער מאן זעטיגט זיך אן פון אלע גוטע מאכלים וואס דאס ווייב האט צוגעראכטן וועגן אים. אבער צוליב די פיינע ריח פון די עסנווארג האט פאר די פרוי אויך אנגעכאפט א שוואכקייט. זאגט זי צום מאן: איך קלער אז איך מוז אויך אויספאסטן.
זאגט דער מאן: נו, נעם דיר א רעפטל ברויט און א האלבן גלעזל וואסער און פאסט אויס.
ענטפערט די פרוי: געוואלד, עס איז דאך א מצוה פון פיקוח נפש, און איך וויל מחמיר זיין צו עסן א געהעריגע סעודה, אזוי ווי דיר...
רופט זיך אן דער בריסקער: קריינדעלע, ווייבער דארפן נישט מחמיר זיין...
51. עס איז געשען א מאל אז א פראסטער סוחר איז פלוצעם נתעשר געווארן און ער איז געווארן א גרויסער גביר.
איז ער האט זיך געקויפט א פלאץ אין שול אין מזרח לעבן דעם רב און אלע נכבדי הקהילה און זיצנדיק דארט ער האט אנגעהויבן אריינמישן זיך אין די "געלערנטע שמועסן", פרעגן "קשיות" א.ד.ג.
איין מאל פרעגט ער דעם רב: "רבי, איך האב א שווערע קשיא אין קריאת שמע".
"וואס פאר א קשיא?" - פרעגט אים דער רב.
זאגט ער:"די קשיא מיינע איז - וואס עשו טוט אין קריאת שמע? וואס פאר א שייכות קען ער צו קריאת שמע האבן?"
דער רב האט פון אנהייב נישט פארשטאנען, וואס מיינט ער: "וואס? עשו אין קריאת שמע? וועגן וואס רעדט איר?!"
ענטפערט יענער: "עס שטייט דאך אין קריאת שמע - ונתתי עשו בשדך לבהמתך..."
ערשט דאן אט דער רב געכאפט, וועלכן עשו'ן מיינט ער. זאגט אים דער רב: "א טיפע קשיא האט איר געפרעגט, און דער תירוץ איז אזוי - איר זייט טאקע גערעכט אז עשו צו קריאת שמע האט קיין שייכות נישט. נאר וואס זשע? ער איז דאך געווען זייער רייך, איז ער האט פאר זיך געקויפט דארט א פלאץ...
52. א זון פרעגט ביי זיין טאטע'ן (נאכן זאגן הלל אין שול):
- טאטע, פארוואס עס שטייט אין פסוק "החילטם רטאטה, וחילטניס החילחראדלון"? עפעס א נישט פארשטאנדיקע זאך - פארוואס זשע ירדן האט אנטלאפן אויב דער ים האט עס געזען?
דער טאטע נעמט דעם סידור, עטלעכע מינוט קוקט זיך איין אינעם פסוק און טראכט און דערנאך ענטפערט:
- אט פונקט די שאלה פרעגט דאך דוד המלך דארטן ווייטער, זאגנדיק: "מחה-ללאךט החילטם, כלהי תטנולס החילחראדלון?".
53. א מענטש איז געווען ביים דאקטער, אין ער פרעגט אים, זאג נאר הער דאקטער דו זעהסט אז איך בין משוגע? 'ניין' ענטפערט דער דאקטער, זאגט אים דער מענטש, 'דעמאלטס ביסטו משוגע'...
54. ענליך צו דעם איז דא א ווארט פון ר' יו"ט ערליך, ער שטעלט זיך אויף די מגילה "ונחתום בטבעת המלך", לכאורה וואס זוכט דער נחתום (בעקער) אינעם רינגל פונעם קעניג?

נאר וואס דען - די מגילה אליין זאגט טאקע באלד דערנאך: אין להשיב --- קיין תירוץ דערויף איז נישטא!
55. זיצנדיג נעכטן נאכט ביי א שמחה, רופט זיך אן איינער פון די אנוועזנדע: וואס איז די חילוק צווישן א ליטווישע און א חסידישע חתונה?

און פירט אויס (אויסער די אלעמען באקאנטע חילוקים צווישן די צוויי סארטן חתונות): ווען א ליטוואק הייבט זיך אויף פון זיין ארט אינמיטן עסן, אויב קומט ער צוריק 5 מינוט שפעטער, טרעפט ער נישט דעם פארציע, דער סארווירער האט דאס שוין צוגענומען. ווידער דער חסיד'ישער קערט זיך אום 5 מינוט דערויף, צו טרעפן א צווייטן איד איבער זיין פארציע..
56. מען זאגט ביים דאווענען "ברוך שאמר" אונז ווייס מיר אז 'ברך' טייטשט "אנטלאפן", און 'שאמר' טייטש "אפגעהיטן",

נו וויאזוי קען עס זיין?...אז מען האט אים אפגעהיטן וויאזוי האט ער געקענט אנטלויפן?

שטייט טאקע ווייטער 'והיה העולם' דער וועלט איז געווען אויף מיט די מעשה...
57. איינער איז געווארן אפגעשטעלט פון א פאליס, און דער פאליס האט אים געגעבן א טיקעט, און צוגעלייגט אז ס'איז צוויי פוינטס אויף די לייסענס, האט אים יענער געפרעגט וואס קען איך טוהן מיט די פוינטס, האט אים דער פאליס געענטפערט, אז ווען ער האט צוועלף פוינטס קען ער קויפן א בייק.
58. א דעליווערי מאן האט געהאט א קליינע עקסידענט מיט זיין טראק, אין דער ארבעטארער וואס דער אינגערמאן האט געהאט פאר א געהילף איז געווען פין די ספאנישע אינועדירערס, וואס גנב'ן זיך אריין אין אינזער לאנד אן רשות, מןע האט געריפען די פאליציי פאר א ריפארט, און ווען דער פאליס אפיציער איז אנגעקימען האט ער איבערגענימען אלע פרטים פין די מעשה, און צווישען די אלע פראגעס, האט דער פאלציאנט געפרעגט דעם ספרנישע'ר ארבעטארער וואס זיין נאמען און געבורט'ס טאג איז, און דער גוי האט געפרעגט דעם פאלציאנט, וועלכע געבורטס טאג, מיין אמעריקאנער אדער מיין עכטע,
59. א איד זיצט אויף א באנק. לעבן אים זעצט זיך אוועק א גענעראל. זענדיק דעם אידן און וועלנדיק רייצן זיך מיט אים, דער גענעראל מיט הויכן קול (אז דער איד זאל אים גוט הערן) רופט צו זיין הונט: "מאטשקע, אהער! מאטשקע, זיץ!, מאטשקע, שטיי! מאטשקע, ברענג!" א.ד.ג.
און דערנאך ער ווענדט זיך צום אידן און פרעגט אים: "ס'געפעלט דיר מיין הונט, יודע?"
"יא!"- ענטפערט דער איד, - "זייער געפעלט. אייער הונט איז דאך אזוי קלוג. ס'איז נאר א שאד אז ער איז א איד. אז נישט דאס ער וואלט אויך געווארן א גענעראל ווי איר
60. אזוי גייט די וועלט היינט, ווי האט געזאגט א קלוגער איד אמאל, מען האט געווארפן אויף אים שטיינדלעך, האט אים איינער געפרעגט וואס איז דאס, האט ער געענטפערט, דאס איז ווייל איך האב אים געטון א קליינע טובה, ווען איך טוה אים ווען א גרויסע טובה ווארפט ער ווען גרויסע שטיינער.
61. געווען אמאל א ראשעקאל, א מן הארץ פון דער ערשטער קלאס, און פארשטייט זיך אז געהאלטן האט ער זיך פאר'ן גערעסטן תלמוד לומר פון שטאט, אזש אז יעדער רב וואס האט נאר קאנדאטירט פאר'ן רבנות פאסטן אין שטאט האט זיך קודם געמוזט שטעלן צו א קרייץ פארהער ביים ראשעקאל, און ער האט געמוזט געבן זיין הסכמה צו דער רב איז טאקע א ת"ח.

ביי איינע פון די פעלער, ווען א געוויסער גדול וועלכער האט קאנדאטירט פאר'ן רבנות פאסטן האט זיך געשטעלט צום פארהער ביים ראשעקאל, האט אים דער ראשעקאל געפרעגט אזא שאלה:

עס שטייט אין פסוק אז יתרו איז געווען חותן משה, דער שווער פון משה. פרעגט ער אים, וויאזוי איז דאס מעגליך אז יתרו האט בכלל געהאט קינדער, יתרו איז דאך, כידוע, געווען א "גלח" און גלחים האבן דאך נישט חתונה?

זאגט אים דער רב: יא, גערעכט, אבער דאס איז דאך נאך געווען קודם שנתגייר...

דער גרויסער תלמוד לומר'דיגער ראשעקאל, איז אזוי נתפעל געווארן פון דעם ענטפער, אז ער האט באלד געגעבן זיין הסכמה צו זיין רבנות שטעלע...
62. ס'איז דא אן ענלעכע מעשה וועגן א ירושלים'ער בחור וואס פרעגט ביי זיין טאטע'ן אויפן ווארט, באגעגנדיק ס'ערשטע מאל זיין כלה און זעענדיק אז זי האט ר"ל נאר איין אויג: "טאטע, פארוואס האט זי נאר איין אויג?"
איז דער טאטע ענטפערט אים: "און ווער האט דיר געזאגט, נחום'לע, אז ווייבער בדרך כלל האבן צוויי?".
63. א בחור'ל אין ישיבה איז ארומגעטאנצן מיט א בעזים אינדרויסן אין האל אום ר"ח אדר. דער ראש ישיבה טרעפט אים אן און פרעגט אים מיט א בייזע מינע: וואס איז דאס? זאגט דער בחור'ל, עס איז דאך ר"ח אדר ווען מען איז מרבין בשמחה, ממילא מאך איך זיך פרייליך... פרעגט דער ראש ישיבה: אזוי מאכט מען זיך פרייליך? צו ווערן פרייליך איז פאראן בלויז איין עצה: פיקודי ה' ישרים משמחי לב! אדרבה, אזא טאג ווי היינט דארפסטו מרבה זיין בלימוד התורה!

דער בחור'ל פארטראכט זיך א מינוט, און רופט זיך אן: אקעי, גוט. אבער דער ראש ישיבה זאל דאס געדענקען אויך אויף חודש אב ווען מען איז ממעטין בשמחה..
64. א שוויגער מיט א איידעם זענען געגאנגען ביים ים בארטן (ליין ביטש) און די שוויגער איז אריין אין וואסער כאפן א שווים,
די שוויגער ליידער האט אנגעהויבן צו זינקען, פונקט איז איינער א דורכגעגאנגען, און בשעת די שוויגער האט האט שוין געהאלטן ממש ביים נעלם ווערן איז דער איידעם געלאפן דאווענען מנחה, לויפט דער דורכגייענדיגער מענטש נאך דעם איידעם און פרעגט עם, הייתכן דיין שוויגער זינקט איין און דו שטעלסטיר דאווענען מנחה גאר?
ענטפערט דער איידעם. אתה לא יודע שצריכים להתפלל מנחה לפני שקיעת החמה?
65. א פרוי איז אריינגעקומען צום רב מיט א ויצעקו, א שוידערליכע טראגעדיע האט איר באטראפן, זי האט פארלוירן איר "גט", און יעצט וועט זיך נישט קענען נאכאמאל חתונה האבן! דער רב קלערט אהער און אהין, ער ווייס איר נישט וואס צו זאגן. די פרוי האט נישט נאכגעלאזט, פארפירט און געשריגן: דער רב מוז עפעס טאן, איך בין רח"ל אומגליקליך יעצט אויפן לעבן, איך קען נישט אזוי אנגיין, איך נעם זיך דאס לעבן.

דער רב ברוב חכמתו האט זיך שנעל געכאפט אויף אן עצה, ער נעמט ארויס א שטיקל פארמעט און הייסט דעם סופר אנשרייבן 2 ווערטער דערויף:

GET LOST
66. מיט וואס איז א שוויגער גלייך צו שניי.
פון אנפאנג איז עס שיין אין ווייס צום סוף לאזט עס איבער א גרויסע חורבןווען איר זאגט עפעס פאר א מאן גייט עס אריין אין איין אויער אין ארוים פון די צווייטע
ווען איר זאגט פאר א פרוי עפעס גייט עס אריין אין אויער אין ארויס פון מויל
67. איך האב געהערט אז יארמער רב אלס טשערמאן האט אויסגערופן איינמאל עפעס א רב זאל קומען זאגן זיין דרשה לכבוד המאורע,
האט ער אים אויסגערופן אזוי, יעצט וועלן מיר האבן די כבוד צו הערן הגאון הצדיק [לדוגמא] משה הכהן פעפרקארן שליט"א,

ר' משה קומט ארויף און מערקט אויף יארמער רב אז ער האט געמאכט א טעות ווייל ער איז נישט קיין כהן,

רופט זיך אן יארמער רב און א צדיק זענט איר יא?..........
68. לעצטנס איז יארמער רב געווארן גאר שטרענג אויף די וואס כאפן פיקטשערס. יעדע מאל וואס מען נעמט זיך בליצן, שרייט ער: "נישט כאפן קיין בילדער!, וואס עפעס כאפן? מען קען נעמען, עס איז דא גענוג!"
69. א מאן פרעגט זיין ווייב די מיינטס אז מיין קליינע געהאלט וועט זיין גענוג פאר דיר
די ווייב ענטפערט זיכער. אבער פון ווי וועסטו לעבן
70. אויב זעהט איר א שווארצן גוי זיצן צונאזאם מיט א מעקסיקאנער אין א קאר, ווער איז דער דרייווער ? א פאליסמאן..
71. אדמו"ר מיארמע שליט"א (יענקל מילללער) האט אמאל אפגעשטעלט א חסיד און געפרעגט:
זאג נאר, די האסט פאד סטעמפס ? ניין ! ענטפערט ער,
מעדיקעיד ? ניין!
סעקשאן 8 ? ניין !
זאג נאר, תפילין לייגסטו יא ?....
72. א איד קאלט אן זיין חבר מיט געוואלדעס, מיין שוויגער שטייט נעבן פענסטער און וויל זיך ארויסווארפן!!

חבר: דו האסט א פראבלעם דערמיט ??
איד: ניין, אבער איך קען נישט עפענען די פענסטער..
73. מיין טאטע האט געשריבן ניגונים, קיינער זינגט עס נישט,
מיין מאמע האט געשריבן ביכער, קיינער ליינט עס נישט,
איך שרייב טשעק'ס, קיינער עקסעפט עס נישט...
74. א גוי מיט א גאן כאפט זיך ארין אין א רעסטאוראנט,גייט צו צום איינגעטומער: מאני אר לייף!!
איינגעטומער: טא סטעי אר טא גאו??
75. געווען א 19 אין א האלב יעריגע בחור וואס האט שוין געארבייט, ער האט געפענט אן אייגענעם ביזנעס (וועא"מ), ווען מ'האט געפרעגט די עלטערען וועגען שידוכים פארוואס ער ארבייט ? האבען זיי גענפערט 'ער האט זייער א גוטן קאפ ער האט שוין אלעס גענדיגט' ...
76. ס'איז באקאנט אז דער קייסער פראנץ יאזשעף, פלעגט זיך אלץ פארשטעלן, און ארום גיין צווישן זיינע אונטערטאנען, און אויסהערן וואס זיי רעדן אויף אים, ער האט איינמאל געהערט אז די אידישע מקוה איז די קראנסטע און שנעלסטע נייעס אגענטור, דארט ווייסט מען נייעס נאך פאר ס'פאסירט, און האט זיך דאס געוואלט אליינס איבערצייגן, האט ער זיך פארשטעלט פאר א איד, און געגאנגען צופרי אין מקוה, און פרעגט זיין שכן, וואס איז נייעס היינט? האט אים יענער געענטפערט, האסט נישט געהערט, ס'הייסט אז פראנץ יאזשעף קומט היינט באזוכן אין מקוה.

איינמאל ביי זיינע שפאצירונגען, האט ער אנגעטראפן א אידל, און פרעגט אים, וואס זאגסטו צו פראנץ יאזשעף?

פרעגט אים יענער, ווער, שוואנץ יאזשעף?

ניין, פראנץ יאזשעף, דער קיסר.

איך ווייס זייער גוט וועם דו מיינסט, דו מיינסט שוואנץ יאזשעף.

ער הייסט אבער נישט שוואנץ יאזשעף, נאר פראנץ יאזשעף.

און אזוי האבן זיי זיך גע'טענה'ט אהין און צוריק, ביז דער איד רופט זיך אן אפשר שרייבט איר מיר אראפ ווי אזוי ס'שרייבט זיך פראנץ יאזשעף, און דער קיסר האט גענומען א צעטל און אנגעשריבן זיין נאמען, און דער איד רופט זיך אן, אה, יעצט פארשטיי איך שוין, שכוח.
דעם נעקסטן טאג איז פארן קייסער צוריק געקומען א וועקסל פון באנק וואס דו באנק האט ארויס געגעבן אויף זיין חשבון הונדערט טויזנט רובל, דער קייסער קראצט זיך דעם קאפ, פארוועם האב איך געגעבן אזא וועקסל, ביז ער דערמאנט זיך דעם פרשה מיט דעם אידל, און ער געט זיך א קלאפ אויפן קאפ און געט א שריי, איר ווייסט וואס איך וועל אייך זאגן, טאקע שוואנץ יאזשעף.
77. פעסיכיאטער'ס זאגן אז 1 פון 4 מענטשן זענען "מענטלי ריטארעט" (נעבעך משוגה)
אויב דיינע 3 חבירים זענען נארמאל, דאן מוז עס זיין די....
78. וויאזוי רופט מען אן א קינדערישע שטימע אויף לשון הקודש?

כל-בו
79. א פאליציאנט האט אפגעשאטעלט א אינגערמאן אין געבעטן זיין לייסענס, דער אינגערמאן רופט זיך אן: כ'קען נישט פארשטיין, אזוי אימארגענזירט זענט איר, נעכטן האסטו דאס אוועק גענימען פון מיר, און היינט בעטסטו דאס.... ?
80. זאג נאר, האסט א מינוט ? געב א קאלל דעוויד לערנער און עסאסיעטס, כ'מיין, די אפוינטמענט איז דאך פרי, די עדווייס פון די אנדערע זייט, אידאך פרייסלעס.. איך האב געהערט פון יארמא רב;
איינער האט אים געפרעגט פארוואס די דזשיראף האט אזא לאנגע האלז, וואס ביי אנדערע באשעפענישן זעט מען דאס נישט

פארציילט יארמע רב אז ער האט זיך נישט געפוילט, און ער איז אראפגעפארן ביז די בראנק זו, און ער האט באמערקט א אינטערעסאנטע זאך אז א דזשיראף איז די איינציגסטע חיה וואס די קאפ איז שטארק אפגערוקט פון די האלז, ממילא איז זייער פארשטענדליך פארוואס מען האט אים באשאפן מיט א לאנגע האלז, משא"כ אנדערע בעלי חיים איז זייער קאפ זייער נאנט צום האלז, און אויב וואלט ווען זייער האלז געווען לאנג, וואלט ווען געווען א פראבלעם...

יגעת ומצאת תאמין.....
81. ס'ווערט געברענגט אז לאחר מאה ועשרים ווען מ'וועט ארויפקימען פארן בי"ד של מעלה וועט מען אנפאנגען פרעגן דעם מענטש קשיות, שטייט אז די ערשטע צוויי קשיות וואס מ'וועט אים פרעגן וועט זיין,

א] נשאת ונתת באמונה ?
ב] עסקת בפוריה וריביה ?

אידאך לכאורה שווער, וואסארע שייכות האבן דיזע צוויי פראגן ?

נאר די פשט גייט אנדערש, זאגט ער, די מלאך וועט פרעגן דעם מענטש, זאג נאר, נאשת ונתת באמונה, האסטו געהאנדלט ערליך, אנע דריידלעך און שווינדלערייען ? וועט אים דער מענטש צירוק פרעגן, וואסערא קשיא פרעגסטו מיר ? זאג נאר די, עסקת בפוריה ורוביה ? האסטו אויפגעשטעלט א אידישע שטוב ? די ווייסט וואס מיינט חתונה מאכן קינדער, וואס פרעגסטו בכלל ?
82. געווען אמאל א משמש אין א שול וואס האט נישט געקענט זאגען די אות 'מ. ער פלעגא זאגען א 'וואוו' אנשטאט, געווען איינמאל נאכן דאווענען שבת אינדערפרי, אין דער שמש רופט אויס הויך " ווזל טוב ווזל טוב ווענדעל האט געהאט א וויידעל " די קידוש קומט פאר דא אין בעסוועדריש.
83. What do u get when u eat a blackberry?
A blue tooth!...
84. Quit smoking! Its very easy! I have done so six times..
85. געווען נעכטען נאכט מוצשב"ק ביי א בר מצוה (ווצווה), יא כאב געהעריג מיטגענומען מיין טשעק בוק צו קענען טיילן פארן מצווה בחור, למעשה איז געווען מעשה שטן הצליח, מיין טשעק בוק איז געווען לער פין טשעקן, וואס עס האט יא געהאט איז געווען פין צום סוף די דיפאסיט סליפס, ווער עס ארבייט כשר אויף ס'בוקס ווייסט וואס איך מיין, שוין קלער איך אזוי אריין וואס טוט מען דא? עס פאסט דאך נישט סתם צו קומען עסן ס'לאווע מאלכע אין אהיים פארען, ביז עס איז מיר בייגעפאלן א געניאלע פלאן, איך רייס ארויס אזא דיפאסיט סליפ אין גיי צו צים בחור אין זאג אים אזוי, דו ווייסט אז ביי א בר מצווה באקומט דאך יעדער בר מצווה בחור געלט אדער א מתנה, (אדער פארקערט ביי אונז איז עס געווען פארקערט) אין ווי קען מען לייגען די געלט עס זאל זיך האלטען אויף שפעטער אין נישט גלייך פארשווענדען ס'גאנצע געלט, האב איך אן עצה פאר דיר -זאג איך אים-איך וועל דיר געבן א דיפאסיט סליפ(פין מיין טשעק בוק) צו האבן ווי צו דיפאסיטן ס'גאנצע געלט, אזוי וועט עס בלא בלא בלא, אויף שפעטער.
כ'דארף דאך אייך נישט זאגען ווי שטארק ער האט זיך געפרייט מיט א עכטע עכטע דיפאסיט סליפ פין א עכטע טשעק בוק פין א עכטע באנק, אקיצור יעצט בלייבט נאר איבער צו זעהן צו דער טאטע דא האט אריין גרעדט אינעם שפיל...
86. יענעם שווער, וואס האט צוגעזאגט פארן איידעם, וועלכער איז געווען דער "טאפ טאפ" בחור פון ישיבה, א מיליאן דאלער נדן. נאך די חתונה האט ער באמערקט אז יענער איז א לא יוצלח און שלימואל כמו שכתוב, האט ער זיך מיישב געווען אויסצונוצן די געלעגנהייט: ער גייט צו מיטן מיליאן דאלער'דיגן טשעק צום חתן און זאגט אים "טייער ליבער חתן, דא האסטו די נדן געלט וואס איך האב דיר פארשפראכן, קוק אהער, עס איז אויסגעשריבן א מיליאן דאלער! און אלץ אות הוקרה והכרה, ארויסצואווייזן דאס ליבשאפט וואס איך האב צו דיר, בין איך דיר מכבד "אונטערצושרייבן" דעם טשעק!!!"...
87. ווען עס איז אנגעקומען פאר פסח, און ער האט ווייטער באשטעלט ספרים פאר דריי טויזענט דאלאר, האט אים יארמער רב געבעטן אז לכבוד יו"ט זאל ער אים געבן עפעס א מתנה, האט ער ארויסגענומען א סעט בית יהודה חומשים, און געט אים עס אהין אלס געשאנק, רופט זיך אן יארמער רב נאר דאס געט איר מיך?, ביז דער מוכר ספרים האט באשלאסן אז ער גייט אים צוריקגעבן די גאנצער דריי טויזנט דאלער'דיגע טשעק אלס געשאנק,
רופט זיך אן יארמער רב אז ער ברויך ענדערש די בית יהודה חומשים........
88. דריי טאמעטעס האבן שפאצירט אויף די גאס, די טאטע-טאמעטע די מאמע-טאמעטע און די בעיבי-טאמעטע, אינמיטן איז די בעיבי-טאמעטע געווארן אביסל אינטערשטעליג, סאו איז די טאטע-טאמעטע געווארן בייז, איז ער צוריקגעגאנגן ביז צום בעיבי-טאמעטע און אים געגעבן א קוועטש און געשריגן אויף אים קעטש-אפ.
89. אן אמת'ע מעשה איבער די עירפארט פלאפס פון די מעכטיגע ענגליש רעדענדע אידעלעך.

ווען עס איז געקומען אויסצופילן די פאפיר מיט די פערזעהליכע אינפארמאציע, האט ער (נגא"ר) געשריבן

נעים: ער, סיטי: ברוקלין, סטעיט: ניו יארק, קאנטרי: לפידות.
90. אן אראבער האט זיך אמאל געטראפען אין א גרויסען ליידיגן מדבר שממה, צוביסלעך איז זיין וואסער וואס ער האט זיך מיט געברענגט אויסגעלאפען, זיין דורשט האט אים אנגעהויבן צו פייניגן מער אין מער, ענדליך פין דערווייטנס דערזעהט ער עפעס זיך רורען עס רוקט זיך, ער האט פארשטאנען אין געהאפט אז דאס איז א מענטש וואס וועט אים קענען העלפען, ער קומט נענטער אין נענטער אין יא עס איז א מענטש, א יודל זיצט ביי א טישל אין ער פעדעלט נעקטייס (האלז בענדער), ער לויפט צו צי אים קוים אין איין אטעם אין ער בעהט זיך ביי אים, העלפ מיר ביטע איך דארפ אביסל וואסער נאס צו מאכען מיינע גומען, איך שפיר ווי איך לאז מיך אויס, דער יוד ענפערט, וואסער האב איך נישט, אבער פארוואס זאלסטו נישט קויפן א נעקטיי? קוק אהער דאס פאסט זייער מיט דעם אנצוג וואס דו טראגסט יעצט, עס קאסט יעצט נאר $150, דער אראבער הייבט אן שרייען איך קויפ נישט קיין איבערגעטריבענע $150 דאלערדיגע נעקטיי איך דארף וואסער ווייל איך גיי שטארבען באלד, ענפערט דער יוד OK איר מיזט נישט קויפן ביי מיר, אין כדי צו צייגען אז איך בין א ארענטליכע מאן וועל איך דיר צייגן דא אויף דער זייט 4 מייל פין דא איז דא א רעסטעראנט דארט קענסטו באקומען וויפיל וואסער דו ווילסט, דער גוי באדאנקט זיך זייער פאר אים אין רעכט אהין זיינע טריט ער ווערט ווייטער אין ווייטער ביז מ'זעהט אים שוין נישט, 5 שעה שפעטער דער גוי שלעפט זיך צוריק אויסגעטריקענט אין גרין, דער יוד פרעגט אים כאדאך דיר געזאגט פיר מייל פין דא, האסט עס נישט געקענט געפונען? יא יא נאך ווי איך האב עס געפונען, אבער דיין ברודער לאזט מיך נישט אריין אן א נעקטיי!!!...
91. עס האבן זיך געטראפען א רוסישע א יודישע מיט א פלעינע גוי אויף ס'זעלבע ס'פלאץ?
כאב עפעס ענליכעס איך ברענג עס נאר וועגען די פאנטש ליין איז א ענין וואס מ'רעדט יעצט דא,
עס האבן זיך געטראפען ביי איין גאס אן אמערקאנער אין א רוסישער אין א כינעזער אין א.... יא א יוד, קומט צו צו זיי א נייעס ריפארטער, אין פרעגט צו זיי,
'אנטשולדיגט וואס זאגט איר וואס איז אייער מיינונג צום פלייש מאנגעל וואס הערשט יעצט?
וואס איז דאס מאנגעל? פרעגט דער אמעריקאנער,
וואס איז פלייש פרעגט דער רוסישער,
דער כינעזער געט א פרעג וואס מיינט א מיינונג?


דער יוד האט געפרעגט מיט גרויס וואונדער, וואס איז דאס 'אנטשולדיג'? ......
92. ביי מיר אינדערהיים האב איך אייביג דאס לעצטע ווארט. מיין ווייב זאגט מיר וואס צו טון, און איך זאג "אקעי"...
93. אן אלטער60 יעריגער איז געגאנגען צום דאקטער זיך אינטערזיכען אויפ'ן גאנצען גוף, נאך אפאר טאג קומט ער צוריק נאך די רעזאלטס, ער פרעגט דעם דאקטער נו וויזוי געפעלט עס דיר?, עם זאגט דער דאקטער פאר דיין יארגאנג איז עס גוט, עד איז געווארען אביסעלע אנגעצויגן וויזוי מ'זאגט, ער פרעגט דעם דאקטער,
דו האלטסט איך גיי לעבן ביז די 80?
פרעגט אים דער דאקטער well דו רויכערסט אדער דו טרינקסט ביר?
OH NO זאגט ער כאב דאס נאך קיינמאל נישט געטאן קיינע פין זיי,
דו עסט גרילט טשיקען אדער בארביקיו בהמה פלייש?
ניין כאב געהערט זאגען אז די רויטע פלייש איז זייער נישט געזונט,
דו זיצט אסאך אונטער די זון אינדרויסען ווצב"ש שפילסט גאלף?
ניין איך בין נישט אסאך אינדרויסן,
דאן האט ער אים געפרעיגט דו געמבעלסט אדער דו דרייווסט רעיסער קארס אד"ג? ניין קיינע פין דיזע,

האט אים די דאקטער אריינגעקוקט אין די אויגן פרעגענדיג

"דאן פארוואס ווילסטו לעבן 80 יאר?
94. א שווער (מחותן) האט געגעבן א ש"ס פאר זיין נייעם חתן. ער זאגט פארן חתן, כ'האב געהערט אז דו האסט נישט געלערנט צו פלייסיג אין ישיבה, איך האף אבער אז מיין ש"ס וועסטו יא נוצן!

זאגט דער חתן, אודאי, אין א צוואנציג יאר ארום, ווען איך וועל א שידוך טון מיט מיין טאכטער וועל איך דאס געבן פאר מיין איידעם אי"ה, וועל איך עס אודאי נוצן אי"ה.

זאגט דער מחותן, נו אודאי, נו פון וואו מיינסטו האב איך מיין ש"ס? אויך פון מיין מחותן פון 18 יאר צוריק..
95. מענטשן געבן אויס געלט וואס זיי האבן נישט.
פאר זאכן וואס זיי דארפן נישט.
צו באאיינדרוקן מענטשן וואס זיי קענען נישט.
96. מ'פרעגט ביי איינעם וואס איז דער סוד פון זיין שלום בית.
זאגט ער: "מיר האבן געמאכט אין דער משפחה חלוקת החלטות. איך באשליס נאר פאר די גרויסע (אבער באמת גרויסע) זאכן, און אלע קלייניקייטן לאז איך איבער פאר מיין ווייב, אז זי זאל דאס באשליסן אליין. אט אזוי גאר עס קיינמאל קומט אונז נישט אויס קריגן זיך."
איז ווייטער מ'פרעגט אים: "נו, פאר וועלכע זאכן צום ביישפיל באשליסט דיין ווייב?"
ענטפערט ער: "ווי איך האב געזאגט - כל מיני קלייניקייטן. צום ביישפיל, וואו וועלן מיר קויפן א דירה, אין וועלכן באנק זאלן מיר פירן דעם חשבון, וואוהין וועלן מיר פארן אויפן אפרו א.ד.ג."
דאן פרעגט מען עם: "אויב דאס איז ביי דיר קלייניקייטן וואס זשע זיינען די גרויסע זאכן וואס פאר זיי באשליסטו אליין?"
זאגט ער: "נו, צום ביישפיל, ווער וועט זיין דער פרעזידענט און וואס זאלן מיר טאן מיט איראן'ס נוקלעאר באמבע..."
97. אן אלטער רויסישער אידל וואס פלעגט טרינקן א גאנץ לעבן זעקס און ניינציגער, און ביי די פיר און ניינציג געקומען צום דאקטער אז ער האט א שווערן אטעם, זאגט אים דער דאקטער אז ער האט וואסער אין די לונגען, רופט ער זיך אן צום דאקטער, איך האב אלס געוואוסט אז די פיר פראצענט וואסער גייט מאכן טראבל.
98. זרח: איך דארף קלינען מיין טלית פאר פסח?
רב: האסט עס קיינמאל נישט אנגעהאט לענגער פון 18 מינוט, איז עס קיינמאל נישט געווארן חמץ'יג...
99. מיין וואש מאשין איז געווארען א בנן של קדושים, וואס הייסט?
עס דרייט זיך אין דרייט זיך אין ארבעט נישט...
100. מיין ווייב (נישט עכט) האט מיך געמאכט פאר א גלויביגער, ווילאנג כא נישט חתונה געהאט האב איך נישט געוואסט פין א גיהנם צו זאגען,...
101. מאן: זאג נאר ,טראגסטו אפשר די רינגעל אויף די נישט ריכטיגע פינגער ?
פרוי: יא ווייל איך האב חתונה גיהאט צום נישט ריכטיגען מאן.....
102. דער אויבערשטער האט באשאפן א מענטש אלס א פלגא דגופא; א האלבער מענטש.
אבער ווען מ'האט חתונה, דעמאלטס איז מען 'פארטיג'...
103. Husband: dust is not Chumetz and I'm not your Korben Pesach! Wife: and I'm not your Korben Tumid!...
104. א איד איז געווען אין ארץ ישראל, און איז געפארן פון ירושלים קיין בני-ברק מיטן אוטובאס. און ווי מאנכע פירן זיך, איז אים געקומען צו ברעכן פון די ווילדע געדרייוועכץ. איז ער צוגעגאנגען צום דרייווער, און פרובירט צו רעדן עברית (וואס ער האט נישט געקענט): "אני צריך לשבור"! (איך דארף ברעכן!...), מה? פרעגט אים דער דרייווער, פרעגנדיג וואס וויל ער? "אני צריך לשבור"! שרייט דער אידל נאכאמאל... לא! אל תשבור! זאלסט מיר דא גארנישט צוברעכן!

שטייט דער אידל און וואונדערט זיך אויפן רשעות'דיגן דרייווער. וואס הייסט אל תשבור? איך דארף דאך? אבל אני צריך! שרייט ער נאכאמאל געמישט לשה"ק און העברעעאיש..

ביז וואס ווען ותפתח הא.. את פיו, און ס'האט נעבעך אנגעהויבן רינען מיט א שפע, דער דרייווער האט געזעהן כי כלתה אליו הרעה, כי מלאה הארץ חמס, האט ער אנגעהויבן שרייען מיט (אומ)באנומענע קולות: אל תקיא! אל תקיא! (ד.ה. ברעך נישט!), דער אידל שרייט אים צוריק, וואס? איך בין א "אלטע קיה"? דו ביסט א "אלטער פערד"! דו רשע איינער..
105. א חבר מיינער זאגט מיר נעכטן אז ער האט באקומען א ביל פון קיספען (געז) פון זעכצן הונדערט דאללער ($1600) א הימל שרייענדע נומער,

זאגט ער מיר אז ער גייט זיי עס באצאלן דורך אריינשיקן זעכצען הונדערט סינגעלס, זאלן זיי ווייסן אז ס'איז אסאך געלט...
106. - מניין לאידיש-טייטש מן התורה?
- פון דעם וואס עס שטייט אין תהילים: "אחל תלההאיול, כלאסולס - כלאפזערד".
107. א איד איז געווען אין פאבליק ביהכ"ס אין ביהמ"ד, הערט ער ווי א עלטערער איד (נישט פון ראדני) זאגט אשר יצר הויך אויפן קול אין זיין ביהכ"ס, נעקסט צו אים...

ארויסקומענדיג, גייט דער איד צו צום אלטן איד: ר' חיים, וואס עפעס זאגט איר דעם ברכה אשר יצר אין ביהכ"ס? זאגט דער אלטער, קוקט אהער, דא אויפן אשר יצר סיין שטייט: א סגולה צו אריכות ימים צו זאגן די ברכה "אינווייניג", האב איך געוואלט טון די סגולה... כ'בין דאך שוין אויף די עלטערע יארן..
108. אזוי ווי אלע יארן וועט אויך היי יאר זיין צו באקימען ביי אייערע לאקאלע גראסערי געשעפטן א 'רעדי בדיקת חמץ סעט' מיט די 10 ברעקלעך אריינגעלייגט דערון, אויף היי יאר זענען מיר ארויסגעקימען מיט א ספעשל, עס וועט זיין צובאקימען נאך צוויי מיני ברעקלעך, 'האול וויט' און 'ספעלט'...
109. ?שוטה lesser then the big שוטה what with is the small
the small 'shoyta' is not such a big shoyta as the big shoyta! v
ודו"ק,
110. חיים זאגט נעכטן פאר פנחס , די ווייסט!!!! איך גיי שוין די וואך אנהייבן צי ארבייטען אויף מיין צווייטע מיליאן
פרעגט אים פנחס צוריק, אין וואס איז מיט די ערשטע מיליאן. האסט עס שוין??
זאגט אים חיים , ניין, מיט די ערשטע מיליאן בין איך דורוך געפאלן, כאב עס נישט געמאכט, פראביר איך די צווייטע. אפשר דאס וועט יא געלונגען
111. איינער פארט זיך אויפן טראוועי און ער באקומט א טעלעפון רוף פון זיין בני בית אז זי הערט אויף די רעדיו אז עס איז דא אויפן טראוועי איינער וואס פארט ראנג וועי און ער זאל אבאכט געבן, רופט ער זיך אן, נאר איין קאר מיינסטו, איך זעה הונדערטער קארס פארן דא פארקערט.
112. גרינוואלד האט געזעהן הורוויץ אין די גאס, ער לויפט צו צונעם אין הייבט אים אן צו באמאקלען די ביינער אזוי איינס אין אזעלכס ער שרייט אויף אים דו מר. ראוזענצווייג דו גנב איינער דו באנדיט איך וועל מיך נאך מיט דיר נאך אמאל אפרעכענען, דער מר. הורווויץ שרייט איך בין נישט ראוזענצווייג לאז מיך געמאכט איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פין מיר? מר. גרינוואלד כאפט זיך וואס דא איז געשען הייבט ער אים אן איבערבעטן ער שולדיגט זיך פאר אים, דא האט הורוויץ גענומען ס'ווארט אין זיך גענומען אריינפארן פאר אים אז היתכן מען טוט דאס? מעג מען דען טוען מיט ראוזענצווייג יא? אין שרייט אין שרייט אין באבעס באבען אריין, פרעגט אים גריננוואלד 'וואס גייט דיך אז אן איך האב א געפעכט מיט ראוזענצווייג?...
113. א איד האט אמאל געטראפן צוויי קינדער שפאצירן, און איז מיט זיי אריין אין א שמועס, ער פרעגט איינעם ווי אזוי הייסטו?

מארקאוויטש.

ער פרעגט דעם אנדערן, און דו?

אויך מארקאוויטש.

עטץ זענטס ברודער'ס?

יא.

ער פרעגט דעם ערשטן וועלכע כתה לערנסטו?

כתה ו'.

און דו? פרעגט ער דעם אנדערן.

אויך כתה ו'.

עטץ זענטס צווילינג?

ניין.

סאו, ווי אלט ביסטו? פרעגט ער דעם ערשטן פארוואונדערהייט.

צען יאר.

און דו? לאזט ער נישט נאך און פרעגט דעם אנדערן.

אויך צען יאר.

דער מענטש פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר, און פרעגט נאכאמאל און עטץ זענטס נישט קיין צווילינג?

ניין.

ווי אזוי קען עס זיין?

ווייל אונז זעמער א דרילינג, מיר האבן נאך א שוועסטער אין די זעלבע יארגאנג.
114. א פאליס האט אפגעשטעלט איינעם און זאגט אים, יו אר אנדער 'ארעסט'.

פרעגט אים יענער צוריק, האו איז דיס?
115.
א פאליציאנט איז אים אמאל נאכגעפארן, און בשעת מעשה האט איינער פון די קינדער וועלכע זענען געזעצן אינעם אונטערשטן זיץ געעפנט א פענסטער און ארויסגעווארפן א שמוציגע נעפקין. דער פאליציאנט האט זאפארט אנגעצינדן די לעמפעלעך, און נאכן אפשטעלן געזאגט, "סיר, ביסט ארעסטירט, ס'איז ארויסגעפלויגן שמוץ פון דיין קאר, און דא איז פאראן א שטרענגע ווארענונג סיין NO LITTERING". ער האט זעך געבעטן באנעם, אז ער איז נישט שולדיג, עס איז נאר געווען א קינד וואס איז געזעצן אונטן, ווי קען ער דען אכטונג געבן? אבער עס העלפט נישט. דער פאליציאנט איז פאר'עקשנ'ט והוא בשלו: עס איז דיין קאר, און דו ביסט פאראנטווארטליך פאר אלעם וואס פאסירט מיט דעם קאר!

נו, מען האט אים ווי א שעפעלע אריינגעזעצט אינעם אינטערשטן חלק פון פאליציי אויטא ווי א פאלנער פארברעכער, און דער האט אנגעהויבן פארן. א מינוט דערויף, האט הרב געלבמאן ארויסגענומען א טישו פון זיין טאש, און געעפנט דעם פענסטער און עס ארויסגעווארפן. דער פאליציאנט פרעגט אים: וואס טוסטו? זאגט ער: הער אפיציר! איר זענט ארעסטירט! עס איז ארויסגעפלויגן פון אייער קאר א שמוץ! איר זענט פאראנטווארטליך פאר אלעם וואס פאסירט מיט אייער קאר ווען איר דרייווט!!

דער פליציי אפיציר האט זעך צעלאכט, וחמת המלך שככה, און ער זאגט, נו, זאגסטעך יא גוט, האט ער אים צוריקגעטראגן צו זיין קאר ווי זיין פאמיליע איז שוין געשטאנען און געווארט מיט אנגסט וואס דא וועט זיך אויסלאזן..

ווי זאגט די וועלט? וואו תורה וכו'...
116. ראובן האט געטראפן שמעון אין די ארבעט, ווען לויט ראובן'ס ידיעות איז פונקט דאן געווען די לווי' פון שמעון'ס שוויגער ל"ע, פרעגט ער שמעון'ען, פארוואס גייסטו נישט צו די לווי', ענפערט שמעון, ביזנעס ביפאר פלעזשער.
117. איינער האט געזען ווי א חבר זיינער מאכט הבדלה מיטוואך נאכט, פרעגט ער אים וואס גייט פאר, ענטפערט יענער, מיין ווייב איז היינט אהיים געקומען פון וויקעישן, ס'איז אויס יום טוב. א קינד האט געפרעגט פון א טאטע, טאטי וויפיל קאסט חתונה צו האבן, האט אים דער טאטע געענטפערט, איך ווייס נאכנישט וויפיל, איך האלט עס נאך אינמיטן באצאלן
118. איין מעלה האבן פרויען וואס מענער האבן נישט, זיין האבן נישט קיין ווייב' ודו"ק
119. ענליך צו די ווארט, פארוואס אדם הראשון האט געלעבט לאנג, ווייל ער האט נישט געהאט קיין שוויגער.
120. א אינגערמאן האט מורא'דיג אפגעאטעמט ביים הערן אז דאס ווייב האט גאר א מיידל געבוירן, זאגנדיג: כאטשיג וועט דאס קינד נישט מיטמאכן וואס איך האב מיטגעמאכט די לעצטע שעה צוויי...
121. נליך צו דעם האט געזאגט אן ארימאן, א מלמד: וואלט איך געהאט דאס פארמעגן פון ראטשילד, וואלט איך געווען נאך רייכער פון ראטשילד, ווייל כ'וואלט נאך געווען א מלמד צו די זייט אויך...
122. אין די צייט וואס די וועסט שוין האלטן אז דיין טאטע איז געווען גערעכט, וועסטו שוין האבן קינדער וואס וועלן האלטן אז די ביסט נישט גערעכט.
123. איך בין א שיסער, איך הרג'ע מענטשן פאר געלט, די, אזוי ווי די ביסט מיין חבר וועליך דיר הרגענען פאר אימזימסט...
124. די איינציגסטע גוטע זאך אין וויליאמסבורג איז די באס וואס פארט אויף בארא פארק...
125. שלמה המלך זאגט, טוב ללכת אל בית האבל מלכת אל בית המשתה, ס'טיישט, ס'איז בעסער צוגיין מנחם אבל זיין עמעצן, ווי צוגיין צו א סעודת חתונה, שבע ברכות אד"ג, זאגט ר' יושע, איהכ"נ ס'קען טאקע זיין אז ס'איז בעסער, אבער אונז ערליכע אידן, מיר באגעניגן זיך אויך מיט שוואכערס, מיר ברויכן נישט דאס בעסטע
126. יענקל מילער האט געזאגט פאר איינעם פאר די גרויסע מעגא לאטערי, אז ער האפט נאכאמאל צו געווינען די לאטערי, האט אים יענער צירוק געפרעגט, האסט שוין איינמאל געווינען? זאגט ער אים ניין, איך האב שוין איינמאל געהאפט...
127. שווארצער: דו ווייסט ווי שנעל איך בין און איך טויג?

איד: ס'פשט?

שווארצער: איך האב יעצט געענדיגט א זעכציג שטיקל'דיג פאזל.

איד: ווי לאנג האט עס דיר גענומען?

אכט חדשים, כאטש אויפן באקס שטייט פון דריי ביז זעקס יאר.
128. איינער פרעגט דעם אנדערן וואס גייט זיין דער וועטער מארגן?

ענטפערט יענער, זעכציג. און לייגט באלד צו, דרייסיג בייטאג און דרייסיג ביינאכט.
129. מעשה שהי' - די ערשטע נאכט חל המועד
ראובן פרעגט שמעון, קענסט מיך אפשר מוציא זיין מיט די ברכה פון ספירה
שמעון, קוים די צווייטע נאכט און שוין קענסטו נישט מאכען א ברכה? וואס אי מיט דיר?
ראובן, אטפ'ס יעצט קענסטו שוין אויך נישט היינט ציילען מיט א ברכה
130. א יונגעל איז אמאל אהיימגעקומען צו זיין פאטער זאגענדיג
'טאטי מיין רעבע הייבט נישט אן צו וויסען וועלכע סדרה עס גייט, יעדע וואך זאגט ער עפעס אנדערש'
...
131. איך האב גענומען מיין דריי יעריג יונגעל אין שול יו"ט פסח העעל"ט בס"ד ובהתרוממות הנפש וכבידות הגוף, וואס קען איך דען טאן מיט אים שול? נאר לערנען די אלף בית, שוין ווי לאנג נעמט עס דען? גיימער דערנאך צו די נקודות, איך הייב אן קמץ אין ער זאגט חמץ, פתח ער זאגט פסח, הייב איך אן נאכאמאל קמץ אין ער זאגט חמץ, זאג איך אים הערש'עלע זיסקייט דעיס איז א קמץ נישט חמץ, זאגט ער אוי יע מיין רעבע זאגט חמץ...
132. איינער איז צוגעגאנגען צו א חבר אינמיטן תפילין לייגן, זאג נאר, דו לייגסט נאך מיט א ברכה?
133. צוויי אידן ווען מ'טרעפט זיך,
נאך פינעף מינוט ווערט מען גוטע פריינט,
נאך צען מינוט ווערט מען שוין קרובים,
און ביי פופצען מינוט וויל מען שוין בארגען געלט..
134. איך האב געוואוסט צוויי יודן איז א שם
און צוויי רבי איז השם ישמרינו...
135. א טרעילער האט אויפגע'בעק'ט אינמיטן א שטאק טונקעלע געסל, שרייט דער דרייווער צום שחור וואס האט אים געוויזן וואו צו פארן: עפן דיר דאס מויל, איך זעה דיר נישט.
136.
פארוואס ווען מען שטייט אויפן קאפ פליסט דאס בלוט אריין אין קאפ, בעת ווען מען שטייט אויף די פיס פאסירט גארנישט?

ווייל די פיס זענען נישט ליידיג!..
137. איך געדענק נישט אויב מ'האט דאס שוין דא געשריבן איינמאל, די באקאנטע מעשה פון א קינד וואס האט געזען דעם טאטן ליינען א ציי(נ)טונג (ר' יונתן שווארץ) וועגן א מלחמה, האט ער אנגעפאנגען נוזשען דעם טאטן, טאטי ווי אזוי הייבט זיך אן א מלחמה, און דער טאטע איז זייער ביזי, מיט די קאבינעט מיטינג, און ער האלט נישט פאר וויכטיג, אז פונקט ווען בוש רעדט, דארף ער יעצט מסביר זיין פאר זיין קינד זיינע פראבלעמען, און ער האט אים נישט געענטפערט, די מאמע שטייט אין א זייט און זעט וואס דא גייט פאר, נעמט זיך זיך שרייען אויפן טאטן, קענסט טאקע אזויפיל נישט טוהן פאר דיין קינד? ער פרעגט דיך עפעס, און דו קענסט נישט ענטפערן? דער טאטע וועקט זיך אויף ווי פון א חלום, און שרייט צוריק, וואס ווילסטו פון מיר? איך ארבעט שווער א גאנצן טאג, ענדליך איך קום שוין אהיים, איך זעץ מיך אביסל אראפ, דארף ער מיר נודזשען פונקט אינמיטן ליינען ער קען נישט ווארטן ביז איך ענדיג? און די מאמע מיט א קותין של שופכין שרייט צוריק אויף איר שטייגער, מיט די תשעה קבין וואס זי איז געווארן באשאנקען, וחוזר חלילה, און נאך גאנצע טענות ומענות, געט זיך דער טאטע א דריי אויס צום קינד, יא שעפעלע, וואס האסטו געוואלט? ס'איז גארנישט טאטע, איך ווייס שוין.
138. בוש האט געפרעגט אולמערט, וואס קען איך אויסהעלפען די משולחים וואס קומען קיין אמעריקא? אולמערט: הער אויף צו פרודוצירן קאינס-קליין געלט,...
139. נא להתפלל בעד חי' רוטל בת מושקה.
140. אן אמעריקאנער איז געקומען קיין מירון אויף ל"ג בעומר.
אויפ'ן וועג ארויף צום מערה טרעפט ער אן א איזראעלי, און ער פרעגט אים: אנטשולדיגט, וויפיל איז דער זייגער?
דער איזראעלי ענטפערט: איך האב נישט קיין מושג.
דער אמעריקאנער אידל שפאצירט זיך ווייטער ארויף, ווען עס קומט אים אנטקעגן אן איזראעלי און פרעגט אים:
אנטשולדיגט, וויפיל אזייגער איז?
ענטפערט דער אמעריקאנער: סליחה, מיין מושג איז צעבראכן...
141. פינקי וועבער רופט זיך אן אינמיטן א מצוה טאנץ דרייע ביינאכט: מילא איך מיט צאלי באקומען באצאלט אבער ענק משוגעים וואס זוכט עטס דא.
142. בוני עולם האט שוין היינט צוטאג אזויפיל קינדעלעך קעניינע הארע, אז זיי גייען שוין באלד דארפן גיין נאך געלט פאר אייגענע מוסדות.
143. אויף א באוואוסטע קאמפאני איז ארויס א רומער אז זיי באקן אין שבת, און דאס איז געווען איינע פון די סיבות אז מ'האט פון זיי אראפ גענומען די הכשר, האבן זיי אויף זייערע נייע לעבל'ס ארויף געלייגט. 'געבאקן נאך שבת'.
144. נעכטן ביי ספירה הער איך ווי א אינגערמאן זאגט הויך "שבזכות ספירת העומר שספרתי היום יתקן מה שפגמתי בספירה פלוני השייך לאותו הלילה, ואטהר ואתקדש...
145. נעכטען ביי ספירה זעה איך ווי א אינגערמאן שטייט אין זיכט דעם פגום היום, ענדליך זאגט ער מיט אראפ געלאזטען נאז מה שפגמתי בספירה חוזק שבחוזק, ואטהר ואתקדש...
146. דריי ענליכקייטן פון בין הזמנים צו תשעה באב.

1) מ'גייט א גאנצן טאג מיט פאפוטש.
2) מ'לערנט נישט.
3) מ'לייגט תפילין ביי מנחה צייט.
147. מזאגט נאך פון די וואס ווייסען, אז ל"ע די סארט קרענק פון נישט האבן קינדער, גייט אריבער ווייטער, אין זייערע קינדער האבען אויך נישט ל"ע קיין קינדער, רח"ל,
148. נולד בן וככר בידו.
איי פארוואס זעהט מען ביי טייל מענטשן אז זיי בלייבן די זעלבע ארים ווי פריער?
מסתמא איז ביי זיי מיטגעקומען א ככר השבת... מ'קען גארנישט טון דערמיט...
149. יונתן מיין חבר האט געהאט א שוואכע מינוט און א גרויסע נסיון, דהיינו ער איז געווען ביי זיין רבי'ן און געזען א שיין גאלדען זייגערל אויפ'ן טיש, דער זייגער האט זייער געשמייכעלט צונעם ווי איינער זאגט וואס קוקסטע כאפ און לויף, ער האט זיך נישט באהערשט, עס איז געווארען ביינאכט ער קען נישט פארמאכען אן אויג, ער האלט נישט אויס וואס ער האט געטאן, אוועקגענומען דעם רבי'נס א זייגער, ער הויבט זיך אויף ער לויפט אריבער צום רבי'ן און זאגט, רבי איך האב געגאנבעט א זייגער, נו גיי געב עס שנעל אפ, זאגט דער רבי, די רבי דארף עס? ניין געב עס אפ פאר'ן בעה"ב, אבער ער דארף עס נישט, יעמאלט קענסט עס האלטען...
150. איינער פרעגט איינעם אויפן קינד וואס איז מיט אים מיטגעגאנגען, איז דאס דיינס?

ס'איז מיין ווייב'ס פון איר ערשטע מאן.

וואס? זי איז געווען גע'גט?

ניין, איך בין איר ערשטע מאן.
151. פארוואס האבן לעצטנס אסאך אקציעס זיך א נאמען געגעבן 'יובל'? יובל העשרים, יובל החמישים, וכדומה.

ווער ס'לערנט חומש רש"י, ווייסט אז יובל איז על שם דאס בלאזן מיטן שופר, ס'האט גארנישט מיט פופציג יאר, ס'איז נאר א פאקט אז יעדע פופציג יאר, האט מען געבלאזן מיטן שופר.

אט די אלע אקציעס, פראבירן צו 'בלאזן' פון זיך, ווען אימער זיי קענען, קענען זיי מיט רעכט רופן זייערע אקציעס, יובל, על שם בלאזן.
152. איינער האט אמאל געוואונען א גרויסע לאטארי פון צען מיליאן דאלער, און מען האט נישט געוואוסט וויאזוי מען זאל אים איבערגעבן די פרייליכע בשורה, ווייל צוליב זיין שוואכע הארץ וועט ער קענען כאפן א הארץ אטאקע. האט מען געלאזט רופן א ספעציעלע גרויסע דאקטער וואס זאל אים איבערגעבן די בשורה, אז ער האט געוואונען די לאטארי.

דער דאקטאר קומט אן צו אים, און פרעגט אים, זאג נאר, וואס וואלטסטו געטוען ווען דו וואלטסט ווען געוואונען די לאטערי? האט ער אים געענטפערט אז ער וואלט געגעבן האלב דערפון פאר אים'ן (פאר'ן דאקטאר), ווי נאר דער דאקטער האט דאס געהערט האט ער געכאפט א הארץ אטאקע.
153. - שמעון, וואס ביסטו אזוי צעטראגן היינט?

- האסט נישט געהערט, ס'יז דא א געווינער פון די הונדערט מיליון דאלערדיגן לאטארי, אוי א שאד ס'יז א גוי. געווינט עס ווען א איד וואלט איך מיך געפרייט.

- יא אזוי? איך הער אז דיין שכן האט עס געווינען, ס'אמת?

- אה אה נא נאנא ניין ניין ניין....
154. פארוואס מאכט נישט דער באשעפער אז א איד זאל אמאהל געוואונען די לאטערי?
ווייל ער וויל נישט מצער זיין אזויפיל אידען אויף איינמאהל.
155. דאס לעבן איז א לאנגע זיסע שלאף, און דאס חתונה האבן, איז די אלארם קלאק. (הערת הזעצער. מיטן סנאוז.)
156. א סוד הייסט נאר ווען דריי מענטשן ווייסן עס, און צוויי פון זיי לעבן שוין נישט.
157. א איד א מדקדק במצות רופט זיך אן פורים: "איך האב איצט אנגערופן דעם דיין פרעגן צו איך האב שוין גענוג געטרונקען צו יוצא זיין עד דלא ידע, האט מען מיר די דיין געגעבן 3 סמנים, 1, אויב די זאגסט איבער די זעלבע זאך, 2, אויב די פארגעסט וואס האט פאסירט אין די לעצטע 5 מינוט, 3.......געדענק איך שוין נישט".
158. צוויי בחורים האבען זיך געטענ'הט אינמיטן לערנען ביי א תוספות, עס הייבט זיך אן אזוי - ק"ק זאגט איין בחור 'קשה קצת' עס איז אביסל שווער, זאגט דער צווייטער 'קצת קשה' עס איז אביסל שווער, אזוי האבן זיי זיך געטענ'הט הין און צוריק, ביז איינער זאגט פארן צווייטן קוק אהער עס מאכט זיכער 'קצת קשה', ווייל ווען עס מאכט ווען 'קשה קצת' וואלט ווען די צווייטע קוף געדארפט שטיין פאר די ערשטע קוף...
159. וויאזוי הייסט דער שבת נאך שבועות?
שבת געלע בלינצעס. דעם שבת דארף מען אריין לייגען א שליסל אין די טשיז קעיק
160. געווען אמאל א איד א משולח פון א"י, ער פלעגט קומען יעדעס יאר פאר די זעלבע צוועק, און מער ווייניגער צו די זעלבע נדבנים בעם, געמאכט זיין פאר טאלער און איז צוריק אהיים געפארען, ויהי היום, דער איד קומט קיין אויסלאנד ווי אלע יארען, פאר זיין מוסד, ער קומט אן צום געוועליכן אדרעס ווי ער פלעגט יערליך באקומען א $100 באנקנאט, ער קלאפט אין טיר דער איז נעמט אים שיין אויף ער זעצט אים אוועק אווי געוויינטליך, דער נדבן נעמט ארויס זיין נדבה און ער דערלאנגט אים $98, צום וואונדער פונעם משולח זאגט ער אים אז ער האט געהערט שמעועת לא טוב, אז די מוסד נעמט געלט פון די מדינה הטמאה, האט ער באשלאסען אז ער הערט אויף צו שטיצן די מוסד,
אבער וואס זענט איר שולדיג? דערפאר אייער חלק וואס איר באקומט פון מיין נדבה געב איך ווייטער...
161. נעכטן נאכט געווען ביי א שמחה, אזוי ווי כמעט יעדער, האב איך אויך געברויכט ארויס, אזוי זייענדיג דארט, אינמיטן הער איך א פייערדיגע אשר יצר אויפן קול, איך ווער פארגליווערט וואס הער איך דא? ממש אזוי נישט געטראפען א בעסערע צייט און א בעסערע פלאץ? הייב איך אן צו נאקענען נא נו שא ששש,
ענפערט ער, וואס שישקעסטו דארט? דו ווייסט נישט אז עס איז א סגולה צו זאגען אינעווענדיג?...
162. א מענטש איז געווארען אויפגענומען אין א סופערמארקעט צו ארבעטן, די ערשטע טאג די מענעדשער קומט צו אים, און ער גיט אים א בעיזעם זאגענדיג, נאדער דא האסטו דאס וועט זיין דיין ערשטע דשאב היינט, 'איך בין דאך אבער א גראדואירטער' זאגט ער פארוואונדערט, אזוי? איך האב דאס נישט געוואוסט, ער נעמט צירוק די בעיזעם און ער זאגט אים, קוק אהער איך וועל דיך אויסלערנען ווי אזוי...
163. געווען א דיין דקהלתינו, וואס פלעגט פראווען דיני תורות, איימאל ביי א דין תורה נאכן ארויסגעבן דעם פסק אז צד ב' זאל דארפן באצאלען פאר צד א', רופט זיך צד ב' אז 'אין לי', זאגט דער דיין, אז אין לי קען מען נאר טענה'ן ווען מ'האט נישט...
164. א מאנס פערזאון איז: אויב זיין פרוי זאל איהם זאגן: נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, וועט ער איר לאזן.

די פרוי: ווען זי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, און ער וועט איר לאזן, וועט זי ווערן באליידיגט און אנפאנגן בלאזן.

דער מאן: ווען די פרוי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוען אליין און ער לאזט איר, און זי הייבט אן צו בלאזן, וועט ער איר פרעגן וואס איז יעצט? פארוואס ביסטו באליידיגט?

די פרוי: ווען זי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, און ער לאזט איר, און זי הייבט אן בלאזן, און ער פרעגט איר וואס איז יעצט? וועט זי ענפערן אויב דו ווייסט נישט איז נישט, איך גיי דיר יעצט נישט זאגן,

דער מאן: ווען די פרוי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, און ער לאזט איר, און זי הייבט אן צו בלאזן, און ער פרעגט איר וואס איז יעצט? פארוואס ביסטו באליידיגט? און זי ענפערט אויב דו ווייסט נישט איז נישט, איך גיי דיר יעצט נישט זאגן, וועט ער פרעגן: אז דו גייסט מיר נישט זאגען, פון וואו זאל איך וויסן וואס דא איז געשען? וואס דא גייט פאר?

די פרוי: אויב זי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, און ער לאזט איר, און זי הייבט אן צו בלאזן, און ער פרעגט איר וואס איז יעצט? און זי ענפערט אויב דו ווייסט נישט איז נישט, איך גיי דיר יעצט נישט זאגן, און ער פרעגט אז דו גייסט מיר נישט זאגען, פון וואו זאל איך וויסען וואס דא איז געשען? וואס דא גייט פאר? וועט זי זאגען: OK מ'קען רעדן דערוועגן, איך גיי דיר זאגן.

דער מאן: ווען די פרוי זאגט נעווער מיינד איך וועל עס טוהן אליין, און ער לאזט איר, און זי הייבט אן צו בלאזן, און ער פרעגט איר וואס איז יעצט? און זי ענפערט אויב דו ווייסט נישט איז נישט, איך גיי דיר יעצט נישט זאגן, און ער פרעגט אז דו גייסט מיר נישט זאגען, פון וואו זאל איך וויסען וואס דא איז געשען? וואס דא גייט פאר? וועט זי זאגען: OK מ'קען רעדן דערוועגן, איך גיי דיר זאגן,
וועט ער זיך באלד אנרופן: איך יאג זיך געפערליך צום שיעור, און איך האלט נאך פאר מנחה...
165. אן אנגעטרנקענער פערזאון איז אמאל ארויף א באס, ער שפאצירט אזוי ביז אינמיטן פונעם באס און ער זעצט זיך אוועק נעבן אן אלטער מאן, דער מענטש באטראכט אים אזוי פון קאפ ביז פוס פון אויבן אראפ, און ער זאגט אים, דו ווייסט אז דו גייסט גלייך אין גיהנם אריין, הייבט אן צו שרייען, אוי איך בין אויף די נישט ריכטיגע באס לאזט מיך גיין..
166. רעדנדיג פונעם גיהנום: על שארפטאן, דער שווארצער אקטיוויסט וואס ציהט ווי א מאגנאט צו יעדן קאנטראווערסיע אין וואס א טונקל-הויטיגער פערזאן איז באקריוודעט געווארן, און גיסט צו אויל צום פייער מיט זיין מויל-אויף-שרויפן, האט אמאל באזוכט אין מדינת ישראל ארויסצואווייזן כלומר'שטע 'גוט-ווילן' פארן אידישן פאלק וואס ער ליבט אהבת עשו ויעקב. שטייענדיג אינעם עירפארט ווארטנדיג אויפן פליגער וואס וועט אים אפטראגן קיין אמעריקע, אט אים א צוהיצטער ישראלי באזידלט זאגנדיג: GO TO HELL (גיי דיר אין גיהנום אריין).

על שארפטאן האט זיך נישט פארלוירן, און באלד צוריקגעשאסן: איך בין יעצט דארט!..
167. אן אנפירער פון א מיוזיקעל בענד האט אמאל געהאט א פראבלעם מיט'ן דראמער, עס האט נישט געטויגט, ער האט פרובירט צו רעדן מיט אים איימאל און נאכאמאל עס איז גארנישט געווארען עס איז פשוט נישט געגאנגען, איינמאל האט זיך געמאכט א גוטע געלעגנהייט, אין פארנט פון יעדן איינעם האט ער זיך אנגערופען, א מיוזישען וואס קען גארנישט שפילען ער טויגט אויף זילטש נעמט מען אוועק פון אים אלע אינסטרעמענטן און מלייגט אים אריין צוויי שטעקענעס אין האנט און מ'מאכט אים פאר א דראמער!, איינעם וואס עס האט געבאדערט וואס מ'האט געטאן מיון דראמער רופט זיך אן פון הינטען,
און אז עס גייט נישט דאס אויך נישט, נעמט אוועק איין שטעקן און מ'מאכט אים פאר א קאנדאקטער...
168. אין פאראנט פון די קאלעדש בילדינג זענען געשטאנן צוויי פראפעסארען פון mathematics און physics, און געקוקט אויף דעם שטאנג וואס פלאטערט דעם פאן, ווי עפעס איז נישט און דערארדענונג, גייט פארביי נעבן זיי די פראפעסר וואס לערנט ענגליש, און פרעגט זיי וואס איז די פראבלעם דא?
מיר קוקען -זאגען זיי- ווי אזוי אפצומעסטן די הייעך פון די שטאנג,
דער ענגלישער פראפעסאר טראכט נישט קיין צוויי, ער שרויפט עס אויף ער לייגט אים אראפ אויף דער ערד, און ער מעסט אים אפ, זאגענדיג ער איז פונקטליך 20 פוס לאנג, אזוי שפאצירט ער אוועק פון זיי, פארויכערן'דיג זיין ציגאר,
זיי די אנדערע צוויי, קוקען אים נאך, ווי ער וואקט אוועק בעלגאוויש, רופט זיך אן איינער צום צווייטען 'גרויסע אויבער חכם, אונז ווילן מיר וויסען די "הייעך" און ער זאגט אונז די לענג'!
169. די מעשה איז פארגעקומען צווישען גוים להבדיל,
מייק האט פארציילט פאר זיין חבר הענרי, ווי שווער עס איז אים געווען היינט אין ביי די ארבעט, דהיינו אז זיין בעה"ב האט געכאפט א הארץ אטאקע און איז געשטארבען ל"ע, אוי וויי עס איז דאך שרעקליך וואס האסטו געטאן? שאקעלט ער אזוי צו מיטן קאפ, איך האב נישט געהאט 'וואס' צו העלפען, ער האט געהאלטען און איין שרייען רוף ניין וואן וואן (9-1-1) , אבער ער האט מיר נישט געוואלט זאגען די איבריגע נומערן...
170. איינער גייט צו צום חבר אז דו זאגסט מיר א ליגנט אויפן פלאץ אן טראכטן באקומסטו א פופציגער.

יענער רופט זיך אן אויפן פלאץ, האסט דאך פריער געזאגט א הונדערטער?
171. א קינד האט געזאגט פארן טאטן, כ'וויל עסן נאר פינף לעפלעך זופ.

דער טאטע: איין לעפל האט זיך לעצטנס צובראכן, מיר האבן נאר פיר לעפלעך.
172. מ'האלט ביי די זופ, און איינער רופט זיך אן, אז ס'איז דא זופ מיט א טשויס.

חבר: וועלעכע מין?

טעיק איט אר ליוו איט.
173. שבועות אויפדערנאכט איז געזיצן צוויי יודן נעבן מיר, ראובן און שמעון, רבאון'ס תיקון ליל שבועות איז געווען א אפגעניצטע, גיט אים שמעון א פרעג, וויזוי איזעס אזוי אפגעניצט? מען ניצט דאך עס נאר איינמאל א יאר, האט שמעון ציריקגענטפערט, איך ניץ דאך עס יעדע וואך צי מעברסדרה זיין,,,
174. עס איז דא א באקאנט ווארט. דער מענטש טראכט, און דער באשעפער לאכט.
איך האב לעצטענס געהערט אזא ווארט. דער מאן טראכט, און די ווייב לאכט.
מלה בסלע שתיקה בתרי
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

[quote="י"]דאס איז געקליבן פון מילתא מדיחתא אשכול

ישר כח זאלסטע געבענטשט זיין
;l;p- ;l;p- ;l;p-
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

וואW מדארף אסאך צייט צו ליינען
אבער א ריייייייזיגן שקויעך
י
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 01, 2007 1:29 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י »

חברה

איך האב נאך א גאנצע פרידיזשדער אנגעפילט מיט דזאקס.

ווער עס האט צייט קען עס אויספאקן
מלה בסלע שתיקה בתרי
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

כ'האבעס אפגעליינט בהעלם אחת, שכח! נומער זעקס און זיבן איז ס'זעלביגע, און איבער די ספעיס פענס איז די טרויעריגע מציאות אז א פשוטע פעדער ארבעט געהעריג אין ספעיס
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

י האט געשריבן:חברה

איך האב נאך א גאנצע פרידיזשדער אנגעפילט מיט דזאקס.

ווער עס האט צייט קען עס אויספאקן

Wow wow can't believe it
You are making much more a happier our Yom Tov

Thanks
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

א ריזיגען שכויעך ר ”יוד”
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

לפי עניות דעתי האט געשריבן:א ריזיגען שכויעך ר ”יוד”
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

איינער גייט אריין אין "קאווע שטיבל" אין בית המדרש און וויל זיך מאכען א קאווע זעהט ער אז עס הענגט דארט א צעטיל.

נישט אריין נעמען קאווע אין בית המדרש, עיין שו"ע יורה דעה סימן רצ"ג.

דער איד איז גראדע געוועהן א תלמיד חכם, און ער פאנגט אן טראכטען וואס שטייט דארט וועגן אריין נענען קאווע אין א בית המדרש. גייט ער אריין און נעמט ארויס א שו"ע עס נאך קוקען, זעט ער א גרויסע קאווע פלעק אויפ'ן גאנצע בלאט.
"hate will never ever win"
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

.hershy האט געשריבן:איינער גייט אריין אין "קאווע שטיבל" אין בית המדרש און וויל זיך מאכען א קאווע זעהט ער אז עס הענגט דארט א צעטיל.

נישט אריין נעמען קאווע אין בית המדרש, עיין שו"ע יורה דעה סימן רצ"ג.

דער איד איז גראדע געוועהן א תלמיד חכם, און ער פאנגט אן טראכטען וואס שטייט דארט וועגן אריין נענען קאווע אין א בית המדרש. גייט ער אריין און נעמט ארויס א שו"ע עס נאך קוקען, זעט ער א גרויסע קאווע פלעק אויפ'ן גאנצע בלאט.

צום צענטן מאל, נאר מיט א אנדערע מראה מקום
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2498
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

איינער גייט אריין אין קאווע שטיבל אין בית המדרש און וויל זיך מאכען א קאווע זעהט ער אז עס הענגט דארט א צעטיל.

נישט אריין נעמען קאווע אין בית המדרש, עיין תהילים קאפיטל צ"ג

דער איד פלעגט גראדע זאגן אסאך תהילים , און ער פאנגט אן טראכטען וואס שטייט דארט וועגן אריין נענען קאווע אין א בית המדרש. גייט ער אריין און נעמט ארויס א תהילים עס נאך קוקען, זעט ער א גרויסע קאווע פלעק אויפ'ן גאנצע בלאט.

די ווערטל איז נאכנישט ""גענוג"" מאל דא אינעם אשכול.
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

שטויביג האט געשריבן:איינער גייט אריין אין קאווע שטיבל אין בית המדרש און וויל זיך מאכען א קאווע זעהט ער אז עס הענגט דארט א צעטיל.

נישט אריין נעמען קאווע אין בית המדרש, עיין תהילים קאפיטל צ"ג

דער איד פלעגט גראדע זאגן אסאך תהילים , און ער פאנגט אן טראכטען וואס שטייט דארט וועגן אריין נענען קאווע אין א בית המדרש. גייט ער אריין און נעמט ארויס א תהילים עס נאך קוקען, זעט ער א גרויסע קאווע פלעק אויפ'ן גאנצע בלאט.

די ווערטל איז נאכנישט ""גענוג"" מאל דא אינעם אשכול.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

נעקסטע מאל וועט עס זיין אויפן שכן'ס טלית
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

:lol:
shimon7323 האט געשריבן:נעקסטע מאל וועט עס זיין אויפן שכן'ס טלית
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ס'איז ערב יום כיפור נאכמיטאג. דער אייניקל פלאצט שוין אז זיידי זאל אראפלייגן דעם טעלעפאן, אבער אן ערפאלג. דער אייניקל איז געהיידזשעקט.
מ'האט שוין זיבעצן מאל געוואונטשן. יעצט שפייעט דער חולה מסוכן אריין אינעם טרייבל, בשארית כוחותיו, אלע סארט אלטע נייעס, באפעפערט מיט שטותים און לאקשן.

נאך צוויי שעה ווען דעם זיידנ'ס זאפאס האט זיך אויסגעלערט, ענדיגט ער:
ווייסטע פארוואס כ'האב אזוי מאריך געווען היינט? ווייל כ'געדענק פון גירסא דיאנקעלע, אז ווען מ'קען נישט גיין אין מקוה, קען מען יוצא זיין מיט תשעה קבין...
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'איז ערב יום כיפור נאכמיטאג. דער אייניקל פלאצט שוין אז זיידי זאל אראפלייגן דעם טעלעפאן, אבער אן ערפאלג. דער אייניקל איז געהיידזשעקט.
מ'האט שוין זיבעצן מאל געוואונטשן. יעצט שפייעט דער חולה מסוכן אריין אינעם טרייבל, בשארית כוחותיו, אלע סארט אלטע נייעס, באפעפערט מיט שטותים און לאקשן.

נאך צוויי שעה ווען דעם זיידנ'ס זאפאס האט זיך אויסגעלערט, ענדיגט ער:
ווייסטע פארוואס כ'האב אזוי מאריך געווען היינט? ווייל כ'געדענק פון גירסא דיאנקעלע, אז ווען מ'קען נישט גיין אין מקוה, קען מען יוצא זיין מיט תשעה קבין...

גוט גוט :lol:
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
מצה טאש
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:כ'האבעס אפגעליינט בהעלם אחת, שכח! נומער זעקס און זיבן איז ס'זעלביגע, און איבער די ספעיס פענס איז די טרויעריגע מציאות אז א פשוטע פעדער ארבעט געהעריג אין ספעיס

https://www.google.com/amp/s/mobile.reu ... SL1N2MQ1RR
אדרבה
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:03 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדרבה »

חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'איז ערב יום כיפור נאכמיטאג. דער אייניקל פלאצט שוין אז זיידי זאל אראפלייגן דעם טעלעפאן, אבער אן ערפאלג. דער אייניקל איז געהיידזשעקט.
מ'האט שוין זיבעצן מאל געוואונטשן. יעצט שפייעט דער חולה מסוכן אריין אינעם טרייבל, בשארית כוחותיו, אלע סארט אלטע נייעס, באפעפערט מיט שטותים און לאקשן.

נאך צוויי שעה ווען דעם זיידנ'ס זאפאס האט זיך אויסגעלערט, ענדיגט ער:
ווייסטע פארוואס כ'האב אזוי מאריך געווען היינט? ווייל כ'געדענק פון גירסא דיאנקעלע, אז ווען מ'קען נישט גיין אין מקוה, קען מען יוצא זיין מיט תשעה קבין...

גווווט!...
פיין.
אדרבה
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 20, 2021 2:03 pm

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדרבה »

Money or life!
Sorry I'm merrid
Sooo!?
No money no life!...
י
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 01, 2007 1:29 am

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י »

רויבער:מאני אר לייפ!

מענטש: טו סטעי, אר טו גאו?
מלה בסלע שתיקה בתרי
אוועטאר
אלטע קוגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4843
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע: דארטן

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

י האט געשריבן:רויבער:מאני אר לייפ!

מענטש: טו סטעי, אר טו גאו?
אדרבה האט געשריבן:
Money or life!
Sorry I'm merrid
Sooo!?
No money no life!...

הרה"ג רבי אברהם מרדכי מלאך האט געזאגט ביי א שיעור אז די חברה קען מען נישט טראסטן, וואס הייסט?, ער שטעלט דיר אפ, האלד אפ!! מאני אר לייף! זאג איך אים הארגע מיך און לאז די געלט ביי מיר... :wink: ניין, איז ער נישט מסכים, איז פשט אז די קענסט אים נישט טראסטן....
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
צו געבן
https://go.thechesedfund.com/babyex7777gmailcom/grand
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

י האט געשריבן:רויבער:מאני אר לייפ!

מענטש: טו סטעי, אר טו גאו?


דאס ווערטל זאגט מען אויף בערי קליין פון קליינס רעסטוראנט.... איי איי נאסטאלאגיע.....
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: מילתא דבדיחותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

!Money or wife

I would give my wife
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
שרייב תגובה

צוריק צו “אונטערהאלטונג”