מילתא דבדיחותא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: צווישן די באקסעס

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:35 pm

און אז מ'רעדט שוין פון טרינקען אין ליובאביטש האבעך געהערט,
אין ליובאביטש טרינקט מען נאר 4 מאל א יאר....

פורים,
שמחת תורה,
שבת,
און....
ביי א פארברענג..
אסאך אפאר מאל פראקטיציר איך מיין ניק..
אוועטער פארמעסט

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:41 pm

און אז מען רעדט שוין פון טרינקען... א פרוי איז אמאל געקומען צו הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זצוק"ל מיט איר מאן, און פארגעלייגט אירע טענות פארן טאלנער אז ער שיכור'ט כסדר ארום, אלץ טרינקט ער און שאשקעט זיך אן... און זי קען נישט לעבן מיט אזא מאן. האט דער טאלנער זי"ע געפרעגט פון דעם מאן: נו... היתכן? פארוואס טוסטו דאס?, האט דער מאן גענטפערט: רבי! איך טרינק ווי אלע אידן... פארוואס זאל פונקט איך נישט מעגן טרינקען?.. האט דער טאלנער גענטפערט: דאס איז דאך די פראבלעם, דיין פרוי וויל אז דו זאלסט טרינקען בלויז ווי איין איד... נישט ווי אלע אידן...
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » זונטאג נובעמבער 10, 2019 12:46 pm

:lol:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פון טרינקען... א פרוי איז אמאל געקומען צו הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זצוק"ל מיט איר מאן, און פארגעלייגט אירע טענות פארן טאלנער אז ער שיכור'ט כסדר ארום, אלץ טרינקט ער און שאשקעט זיך אן... און זי קען נישט לעבן מיט אזא מאן. האט דער טאלנער זי"ע געפרעגט פון דעם מאן: נו... היתכן? פארוואס טוסטו דאס?, האט דער מאן גענטפערט: רבי! איך טרינק ווי אלע אידן... פארוואס זאל פונקט איך נישט מעגן טרינקען?.. האט דער טאלנער גענטפערט: דאס איז דאך די פראבלעם, דיין פרוי וויל אז דו זאלסט טרינקען בלויז ווי איין איד... נישט ווי אלע אידן...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:04 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פון טרינקען... א פרוי איז אמאל געקומען צו הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זצוק"ל מיט איר מאן, און פארגעלייגט אירע טענות פארן טאלנער אז ער שיכור'ט כסדר ארום, אלץ טרינקט ער און שאשקעט זיך אן... און זי קען נישט לעבן מיט אזא מאן. האט דער טאלנער זי"ע געפרעגט פון דעם מאן: נו... היתכן? פארוואס טוסטו דאס?, האט דער מאן גענטפערט: רבי! איך טרינק ווי אלע אידן... פארוואס זאל פונקט איך נישט מעגן טרינקען?.. האט דער טאלנער גענטפערט: דאס איז דאך די פראבלעם, דיין פרוי וויל אז דו זאלסט טרינקען בלויז ווי איין איד... נישט ווי אלע אידן...

:grin:
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אלופי אדום
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » זונטאג נובעמבער 10, 2019 3:27 pm

:lol: :lol: :lol:
פעטער יעקל האט געשריבן:א טאג נאך די פיש האט גערעדט אין סקווירא האט יענקל מילער אריינגעקאלט אין געשעפט:
"איר האט אפשר סעמאן פיש?"
יא איז געווען די תשובה.
"איך קען רעדן צו אים??..."

זעענדיג א אידל שמחת תורה צופרי פאר די הקפות ביי קידוש מאכן, ער גייט ארום צווישן אלע קיכעלעך שאכטלען און קלויבט צוזאם אלע ברעקלעך און עסט עס אויף,
רוף איך אים צו און מיטן פינגער ווייז איך אים אויפן באקס פרישע טשי"ז דעלקעלע"ך, פארוואס נישט פון די?, פרעג איך אים?



דו מיינסט איך עס יעצט, יעצט געב איך צו עסן פאר די פיש!!!
:lol: :lol: :lol: :lol:

מפי מלאך
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » זונטאג נובעמבער 10, 2019 6:41 pm

פרלמן משה האט געשריבן:ביי די היינגערס אין א ישיבה האט מען געשטעלט א צעטל "דער היינגער איז פארן משגיח", האט א בחור צוגעשריבן "און אויך פאר זיין קאפעלוטש"...


;l;p-
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אלופי אדום
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » זונטאג נובעמבער 10, 2019 7:16 pm

הכונו הכונו! לאמיר זיך גרייטן!
וואדע.PNG
וואדע.PNG (1.83 KiB) געזעהן 1425 מאל


נו וואדע ווס איז אונז מהנה כסדר מיט געשמאקע ווערטלעך ווערט אט אט א שר ה......
לאמיר אלע איהם געבן א לייק! עס קומט זיך איהם בוואדע
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

גרינע
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 01, 2017 10:21 am

תגובהדורך גרינע » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:19 am

א מיר'ער בחור האט געזאגט פאר זיין טאטע "קום נישט פאר א סופרייז וויזיט..."
"ווייל די וועסט ווערן סופרייזט..."
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 1:30 pm

דער יארמער רב זז"ג, האט באקומען א כיבוד צו לאזן מעלדן א פרוי אז איר מאן איז ל"ע אוועק, קלאפט ער אן אויפן טיר, דא וואוינט די אלמנה גרינפעלד?
ניין,
איז גוט אז איר זאלט וויסן אז פון היינט און ווייטער גייט זי דא וואוינען,
======

ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!

=====

ווי אזוי קען א פרוי מאכן איר מאן פאר א מיליאנער?



ווען ער איז פארדעם געווען א ביליאנער.



======

וואס איז די שירה פון א מאסקיטא?


רבונו של עולם לאמיר מאכן א בייט.

========

וואס האט די שוויגער מיט חנוכה לעכט??


ביידע האט מען הנאה ווען זיי ברענען.

=======

א עלטערע איד האט אמאל געזאגט פאר א בחור "איך וואלט געקענט זיין דיין זיידע" האט אים דער בחור גענטפערט "מיין באבע וואלט נישט חתונה געהאט מיט אייך"...



============

א פיילאט פארן לאנדן האט באגריסט די רייזענדע ווי פאלגענד,
א העפי קראצמעך פאר אלע וואס זיצן, און א העפי חנוכה פאר אלע וואס שטייען.

-----------



1) צוויי אפגעפארענע חברה (ל"ע) האבן זיך אריינגעזעצט אין א באר טרונקן א ביר, דער ערשטער הייבט אן: ברוך אתה ה' – זאגט אים דער צווייטער "העי, האסט פארגעסן? מיר זענען שוין אפגעפארן!", דער ערשטער פאררויטלט זיך און זאגט שנעל "למדני חוקיך".



2) ) א מאן פרעגט זיין פרוי אין די ספירה טעג "וואס איז היינט דא פאר נאכטמאל"? ענטפערט זי "נעכטן איז געווען שניצל".

---------------

אין א קליין שטעטל אין דערהיים זענען געווען צוויי עלטערע מיידלעך, דער רב פון שטעטל האט געשיקט א בריוול פארן ראש ישיבה פונעם דערנעבנדיגן גרויסן שטאט אז זיי ברויכן צוויי אויסגעצייכנטע בחורים וועלכע זאלן שידוכים טאן מיט די צוויי מיידלעך. דער ראש ישיבה האט אויסגעוועלט צוויי בחורים און זיי אריבערגעשיקט צו יענעם שטעטל.
געלט אויף שפעזן האבן זיי נישט געהאט, זענען זיי געגאנגען צופיסנס אינעם ריכטונג פונעם שטעטל, וואכן לאנג האבן זיי זיך געשלעפט אויפן וועג, ביז די כוחות האבן זיך אויסגעלאזט פאר איינעם פון זיי, און ער איז ל"ע געשטארבן.
דער צווייטער האט פארגעזעצט דעם וועג, אנקומענדיג אין שטעטל ווארטן אים אפ צוויי פרויען, וואס יעדע פון זיי טענה'ט אז ער איז קלאר געשיקט געווארן פאר איר טאכטער.
זיי האבן זיך געוואנדן צום ארטיגן רב ער זאל לעזן דעם פראבלעם, דער רב האט זיך זייער געמוטשעט מיט די שווערע פארוויקלטע שאלה, ביז ער האט זיך דערמאנט פון די באקאנטע דין תורה וואס איז פארגעקומען ביי שלמה המלך.
דער רב האט זיי געלאזט אריבעררופן, אויסגעהערט זייערע טענות, און פארגעשלאגן אז וויבאלד עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה, מוז מען צושניידן דעם בחור אין צווייען, אזוי אז יעדער זאל באקומען איין טייל...
הערנדיג דאס האט זיך איינע פון די מאמע'ס דארט צושריגן: וואס? צושניידן? חס ושלום, איך בין מוותר, זאל ער חתונה האבן מיט די אנדערע מיידל אבער אבי נישט שניידן.
די צווייטע האט אבער געשריגן אז דער רב איז גערעכט, מען מוז צוטיילן פאר יעדן א חלק, און מען זאל יא שניידן. רופט זיך אן דער רב צום בחור: יעצט איז שוין אלעס קלאר. די וואס וויל דיר צושניידן, זי איז די ריכטיגע שוויגער!
*
א איד גייט אדורך דעם "טשעק פוינט" ביים לופטפעלד מיט נישט ווייניגער ווי 5 פרידזשידערס...
דער באאמטער האלט אים אפ פון גיין: ר' איד, וואס איז דאס?
"איך בין א פרומער איד" ענטפערט ער "דארף איך האבן א באזונדערע פאר מילכיג און א באזונדערע פאר פליישיג"
"פיין" זאגט דער אפיציר "אבער דאס געט מיר נאר צו פארשטיין 2 פון זיי, וואס טוט זיך מיט די איבריגע?"
"פון פסח האט איר שוין געהערט" פרעגט אים דער איד צוריק "איך ברויך אויך האבן 2 אויף פסח, איינס אויף מילכיג און איינס פליישיג"
דער באאמטער קראצט זיך אין שטערן און פרעגט: און וואס איז מיטן פינפטן פרידזשידער?
"נו, צוליב איין פרידזשידער מאכסטו אזא עסק?"...
*
א בריסקער קומט אמאל אהיים אינמיטן א תענית און זאגט צום ווייב: הער זיך איין, איך האב היינט א שטיקל שוואכקייט, איז צוליב פיקוח נפש מוז איך אויספאסטן.
די פרוי – אן ערליכע אידענע – זאגט אים: נו, נעם דיר א רעפטל ברויט מיט א האלבן גלעזל וואסער און פאסט אויס.
דער מאן קוקט איר אן: וואס איז מיט דיר קריינדל? מען רעדט דאך דא פון די געוואלדיגע מצוה פון פיקוח נפש, מען מוז מחמיר זיין ביי די מצוה. איך בעט דיר גרייט אן א סעודת שלמה בשעתו.
אומר ועושה. דער מאן זעטיגט זיך אן פון אלע גוטע מאכלים וואס דאס ווייב האט צוגעראכטן וועגן אים. אבער צוליב די פיינע ריח פון די עסנווארג האט פאר די פרוי אויך אנגעכאפט א שוואכקייט. זאגט זי צום מאן: איך קלער אז איך מוז אויך אויספאסטן.
זאגט דער מאן: נו, נעם דיר א רעפטל ברויט און א האלבן גלעזל וואסער און פאסט אויס.
ענטפערט די פרוי: געוואלד, עס איז דאך א מצוה פון פיקוח נפש, און איך וויל מחמיר זיין צו עסן א געהעריגע סעודה, אזוי ווי דיר...
רופט זיך אן דער בריסקער: קריינדעלע, ווייבער דארפן נישט מחמיר זיין...

=======

די בדיחה קומט עכט אין עברית, אבער מ'קען א חלק זאגן (שרייבן) אין אידיש.

א שוויגער מיט א איידעם זענען געגאנגען ביים ים בארטן (ליין ביטש) און די שוויגער איז אריין אין וואסער כאפן א שווים,
די שוויגער ליידער האט אנגעהויבן צו זינקען, פונקט איז איינער א דורכגעגאנגען, און בשעת די שוויגער האט האט שוין געהאלטן ממש ביים נעלם ווערן איז דער איידעם געלאפן דאווענען מנחה, לויפט דער דורכגייענדיגער מענטש נאך דעם איידעם און פרעגט עם, הייתכן דיין שוויגער זינקט איין און דו שטעלסטיר דאווענען מנחה גאר?
ענטפערט דער איידעם. אתה לא יודע שצריכים להתפלל מנחה לפני שקיעת החמה?

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 1:38 pm

:lol: :lol: :lol: :lol:
Wow שכוח...
איך האב מיך לעצט פאראכטן דורך לפנות בוקר אום א האלבע מינוט צוריק, מאל פאראכטן געווארן איבער טויזענט סך הכל.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3173
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 1:49 pm

moishy56 האט געשריבן:
די בדיחה קומט עכט אין עברית, אבער מ'קען א חלק זאגן (שרייבן) אין אידיש.

א שוויגער מיט א איידעם זענען געגאנגען ביים ים בארטן (ליין ביטש) און די שוויגער איז אריין אין וואסער כאפן א שווים,
די שוויגער ליידער האט אנגעהויבן צו זינקען, פונקט איז איינער א דורכגעגאנגען, און בשעת די שוויגער האט האט שוין געהאלטן ממש ביים נעלם ווערן איז דער איידעם געלאפן דאווענען מנחה, לויפט דער דורכגייענדיגער מענטש נאך דעם איידעם און פרעגט עם, הייתכן דיין שוויגער זינקט איין און דו שטעלסטיר דאווענען מנחה גאר?
ענטפערט דער איידעם. אתה לא יודע שצריכים להתפלל מנחה לפני שקיעת החמה?

מענין לקנין באותו בנין

דער איידעם האט אמאל געטראגען די שוויגער שאפפינג. זי קומט ארויס פון די קאר און צוויי גרויסע שטארקע שחורים הייבן איר אן צו באקלאפען. זיין ווייב געט אים א פרעג, פארוואס גייסטו נישט העלפן?


...די צוויי שחורים קענען אליין, זיי דארפען נישט מיין הילף
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
הויעך
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 1:51 pm

moishy56 האט געשריבן:
ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!

=====


פיר אויס, יעצט אז די מענער בויען די סוכה און די פרויען מאכן פסחדיג הייבן ביידע אן ערב סוכות.

שכויעך מוישעלע פארן ארויפברענגן א שמייכל אויף מיינע ליפן
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך סיפורי צדיקים » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:49 pm

צו געזונט האט געשריבן:
moishy56 האט געשריבן:
די בדיחה קומט עכט אין עברית, אבער מ'קען א חלק זאגן (שרייבן) אין אידיש.

א שוויגער מיט א איידעם זענען געגאנגען ביים ים בארטן (ליין ביטש) און די שוויגער איז אריין אין וואסער כאפן א שווים,
די שוויגער ליידער האט אנגעהויבן צו זינקען, פונקט איז איינער א דורכגעגאנגען, און בשעת די שוויגער האט האט שוין געהאלטן ממש ביים נעלם ווערן איז דער איידעם געלאפן דאווענען מנחה, לויפט דער דורכגייענדיגער מענטש נאך דעם איידעם און פרעגט עם, הייתכן דיין שוויגער זינקט איין און דו שטעלסטיר דאווענען מנחה גאר?
ענטפערט דער איידעם. אתה לא יודע שצריכים להתפלל מנחה לפני שקיעת החמה?

מענין לקנין באותו בנין

דער איידעם האט אמאל געטראגען די שוויגער שאפפינג. זי קומט ארויס פון די קאר און צוויי גרויסע שטארקע שחורים הייבן איר אן צו באקלאפען. זיין ווייב געט אים א פרעג, פארוואס גייסטו נישט העלפן?


...די צוויי שחורים קענען אליין, זיי דארפען נישט מיין הילף

שלום אליעזר דים זאגט אז א שוויגער וואס האט געהאט 3 איידימער האט געוואוסט אז איין איידעם האט איר פיינט זי האט אבער נשיט געוואוסט וועלכע, האט זי ארויסגענומען דעם ערשטען איידעם אויף א שפאציר און געגאנגען לעבן וואסער און זי איז אריינגעפאלן און דער איידעם האט איר ארויסגעשלעפט, די קומענדיגע טאג טרעפט דער איידעם ביים הויז א שיינע קעדילעק און א בריוו ש'כח פארן ראטעווען מיין לעבן אונטערגעשריבן די שוויגער, אזוי האט זי געטוהן מיט די צווייטע איידעם און די זעלבע מעשה די איידעם טרעפט ביים טיהר וכו'.. ביים דריטן איידעם איז שוין די מעשה געגאנגען אביסל אנדערש אז די איידעם האט איר געלאזט אין וואסער און זי איז געגאנגען לחחי העולם הבא, די קומענדיגע טאג טרעפט דער איידעם ביים הויז א קעדילעק מיט א בריוו ש'כח פארן ראטעווען מיין לעבן, אינטערגעשריבן די 'שווער'...
איך בין נעכטן אריינגעפארן אין וומסב"ג זוכן פארקינג אינאיינוועגס בין איך אריין צו מיין שוואגער זאגן מז"ט ביים וואכנאכט (וועלוועל פעלדמאן)

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:57 pm

מענין לענין,

א שוויגער איז געווען אין טיר גארטן מיטן איידעם. פלוצלינג הערט ער שרייען יאמערליכע קולות "דיין שוויגער איז אריינגעפאלן אין עליגעיטאר טייך!!!"

דער איידעם האט נישט געטראכט קיין צוויי מאהל, זיך געגעבן א טוה אויס דעם רעקל, אריינגעשפרינגען אינעם עליגעיטאר טייך, און ארויסגעראטעוועט דעם...... עליגעיטאר.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 3:03 pm

די סארט שוויגערס ווערן נאך היינט מעניופעקטשערד?
זיך קיינמאל נישט באגעגענט אין ריעל-לייף מיט אזוינס. איז עס נאכנישט א דיסקאנטיניוד אייטעם?

מאנכע וועלן אנקוקן די שאלה אלס א מילתא דבדיחותא, אבער גראדע בין איך סיריעס.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3627
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 3:12 pm

דאנק גאט!
אבער יא, ס'איז נאכאלטס דא אזאנע. פאר קיין שום איד געווינטשן
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:15 pm

איר קענט זיך פארשטעלן די "שכר" וואס איז אנגעגרייט פאר די שוויגערס וואס לכבוד זיי האבן מיר די אלע וויצן?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: צווישן די באקסעס

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:35 pm

איר האט שוין געהערט פון דעם יונגערמאן וואס האט זיך איין שיינעם טאג גענומען אויפרוימען דעם דיינונג רום?

אויף זיין ווייב'ס פראגע "מה נשתנה" האט ער געענטפערט "לכ' דיין מאמע - די שוויגער- וועלכע וועט זיך בקרוב אריין ציען צו אונז"

"וואס?! - פרעגט זי - דו ביסט אין שפאס?! די מאמע איז דאך שרעקליך קראנק אין שפיטאל.."

זאגט ער "די דאקטער האט מיר געזאגט אז זי מופט זיך אהער אריין"

"אזוי?! וואס האט ער דיר געזאגט?"

"כ'האב איהם געפרעגט 'וואס מאכט מיין שוויגער?' זאגט ער 'יונגערמאן, דו קענסט זיך רישן אויפן ארגסטן'.."...
אסאך אפאר מאל פראקטיציר איך מיין ניק..
אוועטער פארמעסט

אלופי אדום
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:44 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:די סארט שוויגערס ווערן נאך היינט מעניופעקטשערד?
זיך קיינמאל נישט באגעגענט אין ריעל-לייף מיט אזוינס. איז עס נאכנישט א דיסקאנטיניוד אייטעם?

מאנכע וועלן אנקוקן די שאלה אלס א מילתא דבדיחותא, אבער גראדע בין איך סיריעס.

זאג! דו האסט חתונה געהאט?
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:45 pm

אלופי אדום האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:די סארט שוויגערס ווערן נאך היינט מעניופעקטשערד?
זיך קיינמאל נישט באגעגענט אין ריעל-לייף מיט אזוינס. איז עס נאכנישט א דיסקאנטיניוד אייטעם?

מאנכע וועלן אנקוקן די שאלה אלס א מילתא דבדיחותא, אבער גראדע בין איך סיריעס.

זאג! דו האסט חתונה געהאט?

יא, מיט א יתומה....

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:46 pm

אלופי אדום האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:די סארט שוויגערס ווערן נאך היינט מעניופעקטשערד?
זיך קיינמאל נישט באגעגענט אין ריעל-לייף מיט אזוינס. איז עס נאכנישט א דיסקאנטיניוד אייטעם?

מאנכע וועלן אנקוקן די שאלה אלס א מילתא דבדיחותא, אבער גראדע בין איך סיריעס.

זאג! דו האסט חתונה געהאט?

כ'בעט איבער אלע געליטענע, אלע וויקטימס און איבערלעבער, פארן זיין אומסענסעטיוו, און מיט-שטיין מיט די 'מלחמה' לייקענער...

כ'האב אנגעקוקט די שוויגער ווערטלעך, אלס נאך א סעריע ווי די משלי שועלים, אין וועלכע דער פוקס איז נאך פארבליבן ביז היינט דער פיקח, נאך פון די אלטע צייטן ווען דער לייב פלעגט מאכן סעודות פאר אלע חיות...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אחד מהחבורה
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 5:09 pm

זאגט מיר איינער, אז די קשה זוויגו של אדם כקריעת ים סוף, איז סך א גרעסערע פראבלעם נאך די חתונה, ווי ביפאר.
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 5:17 pm

א גרויסן יישר כח אלע שמייכל מאכער!!

און איך מיז נעמען א צד מיט חוח'ל איך האב ב''ה א גוטע שוויגער (איינער קען איר איבערגעבן אז כ'האב עס געזאגט?)

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 6:22 pm

שמארטיקל האט געשריבן:א גרויסן יישר כח אלע שמייכל מאכער!!

און איך מיז נעמען א צד מיט חוח'ל איך האב ב''ה א גוטע שוויגער (איינער קען איר איבערגעבן אז כ'האב עס געזאגט?)

און איך האב געמיינט אז שמארטיקל אז א שוויגערישע נאמען,
ווי יעקב אבינו האט געזאגט: עם לבן גרתי'קל ותרי"ג מצוות שמארטיקל... לבן איז דער שווער און שמארטיקל די שוויגער...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:58 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:א גרויסן יישר כח אלע שמייכל מאכער!!

און איך מיז נעמען א צד מיט חוח'ל איך האב ב''ה א גוטע שוויגער (איינער קען איר איבערגעבן אז כ'האב עס געזאגט?)

און איך האב געמיינט אז שמארטיקל אז א שוויגערישע נאמען,
ווי יעקב אבינו האט געזאגט: עם לבן גרתי'קל ותרי"ג מצוות שמארטיקל... לבן איז דער שווער און שמארטיקל די שוויגער...

ווי איז די לייק באטען ווען מען ברויך אים


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט