די אידישע צוויבל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
yankelshister
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 7:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankelshister »

בלומבערג'ס געז געזעץ אפגעווארפן דורך א ריכטער!


אין א גענצליך אומערווארטעטע שריט האט א העכערע געריכט'ס ריכטער באשלאסן אנידערצושלאגן מעיאר בלומבערג'ס פרישן געז געזעץ, געציילטע טעג בעפאר עס האט געדארפט אריינגיין אין קראפט.

ווי באריכטעט מערערע מאל. האט מעיאר בלומבערג פארגעשלאגען א געזעץ וואס לויטעט אז, מען טאר נישט אנפולען די טאנק פון די קאר מער ווי איינמאל א וואך. בלומבערג'ס שריט איז געקומען נאך גרויס דרוק פון די אינווייראמענטל גרופעס וואס טענה'ן שוין א לענגערע צייט אז די ניו יארקע לופט איז פארפעסטעט מיט שעדליכע פעלאשען א דאנק די גרויסע מאס געז וואס ווערט פאברענט.
אלטס אן ענטפער צו זייער וויי געשריי האט בלומבערג דורכגעפירט א געזעץ אז מען טאר נישט אנפילען די טאנק מער פון איינמאל א וואך, און דער איינמאל איז אויך באגרעניצט צו זעכצן גאלאן. די געזעץ איז שטארק באגריסט געווארן דורך די העלט דעפארטמענט ווי א ווארטזאגער פארן קאמישענער האט איבערגעגעבן; "מיר טוהן שטארק באגריסן בלומבערג'ס דרייסטע שריט, וואס וועט ווארשיינדליך אויך ברענגען א ענדע צו די איבערוואג פראבלעם וואס מוטשעט די ניו יארקע באפעלקערונג. אז מען קען נישט אנפולען מער ווי זעכצען גאלאן געז א וואך גייט מען נישט צו רעסטאראנטען טרינקען איבריגע סאדע".

טראץ די ווילדע פראטעסטאן וואס האט אונטערגעצינדען גאנץ ניו יארק בעיקר געטריבען דורך די געז סטאנציאס אייגענטומער. האט בלומבערג זיך געהאלטן פעלזן פעסט און האט באוויזן דורכצושטיפן דעם געזעץ אין סיטי קאנסול, און עס וואלט ווען געדארפט אריינגיין אין אפעקט דעם קומענדיגען מאנטאג.
למעשה האט ריכטער כוסעין דזשאליבאל היינט נאכמיטאג אפגעווארפן דאס געזעץ מיטן טענה; "דער געזעץ באגרעניצט די קאנסטעטאציאלע רעכטן פון די אפע"ק לענדער וואס האבן א רעכט צו פארקויפן וויפיל גאזאלין זיי ווילן אומגעשטערט!"

א ווארט זאגער פאר בלומבערג גיבט איבער; "דער מעיאר גרייט זיך צו גיין צום אפאלעט געריכט און וועט טוהן וואס עס איז מעגליך צו פארזיכערן אז דאס געזעץ גייט אריין אין אפעקט, דאס איז א סימבאל פון א געזעץ וואס אלע אנדערע שטאטען וועלן גאר אין דער נאנט נאכטוהן!"
יאנקל שיסטער איז גערעכט...
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

דאנאלד טראמפ אויפגעקומען מיט פרישע קאנספיראציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

דאנאלד טראמפ אויפגעקומען מיט פרישע קאנספיראציע


נאך עטליכע יאר וואס דער לאנגוויליגער ביליאנער דאנאלד טראמפ פארפירט אז פרעזידענט אבאמא איז נישט קיין אמעריקאנער געבוירענע, האט ער די לעצטע פאר חדשים אויפגענומען א שטאב מיט צענדליגע אדער גאר הונדערטע אינוועסטיגעיטערס זאלן דערגיין די זאך זייער קלאר.

די שטאב אינוועסטיגעיטער וואס ציילט זיך קרוב צו הונדערט אין צאל, מיט א א באזונדערע שטאב פון מיטהעלפערס, האבן געגריבעלט אין אלע ארכיוון צו דערגיין פונקטליך ווען און וואו דער פרעזידענט - באראק כוסעין אבאמא איז געבארן.

די לעצטע צוויי וואכן איז שוין ארויסגערינען געוויסע טיפס צו די מידיע, אז ס'קומט גאר גאר שאקירענדע רעזולטאטן.

דעם פארגאנגענעם שבת נאכמיטאג האט טראמפ ארויסגעשיקט א מעלדונג אז די וואך (נד"מ) וועט ער מעלדן - וואס ער האט גערופן: "אויפשאקעלדיגע נייעס, וואס די וועלט וועט זיך נישט קענען בארואיגן".

היינט אום צוועלעף אזייגער מיטאג, האט טראמפ שטייענדיג פארענט פון זיין וואוינונג (וועלכע?), צוגעגאנגען צו די מייקרעפאון, און מיט א ציטערדיגע שטימע אויסגערופן:

"טייערע פרויען און מענער פון די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא! ווי איר אלע זענט באקאנט האב איך אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות צו דערגיין דעם געבורטסשיין פון דעם א.ג. פרעזידענט באראק כוסעין אבאמא...".

טראמפ האט געגעבן א קלאפ אין שטענדער און געשריגן: "מיר זענען דערגאנגען, אז נישט נאר איז אבאמא נישט געבוירן אין אמעריקא, נאר ער איז נישט געבוירן אין קעניא אויך נישט. מיר זענען דערגאנגען מיט גאר קלארע באווייזן אז אזא מענטש מיט דעם נאמען "באראק אבאמא" עקזיסטירט בכלל נישט!!!"

"די גאנצע אבאמא מאוומענט די לעצטע עטליכע יאר איז א אויסגעטראכטע זאך פון די דעמאקראטן, וואס האבן געזוכט צוריק צו געוואונען דאס ווייסע הויז, און די איינציגסטע וועג וויאזוי זיי האבן זיך געקענט זעהן דערמיט איז געווען דורך פאטאשאפן א מענטש וואס עקזיסטירט בכלל נישט, און מיט דעם ארום הוליען די לעצטע פאר יאר".

טראמפ האט אויסגעפירט: "דאס זענען מיר דערגאנגען גאר קראנט, מיר האבן עדות'שאפט אויף דעם פון דעם פארשטארבענעם יוגע טשאוועז און דעם לעבעדיגן אכמאדינידזשאד, און נאך גאר שטארקע און פעסטע באווייזן".

טראמפ האט נאך ווייטער גערעדט און פארפירט, אבער היות מיר זענען געווען אונטער אן אויסערגעווענליכע שאק, קענען מיר דערווייל נישט באריכטן ווייטער.

מיר האפן צו קומען צו זיך אין די גאר נאנטע טעג, וועלן מיר ווייטער אפדעיטן דעם עולם.

שמחת פורים און א פרייליכן תמיד.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

ביל דיבלאזיא: נייע עסקלעט סיסטעם אין ניו יארק סיטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

ניו יארק.

מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די גיטע נייעס ביי תושבי ניו יארק, אז נאך שווערע מיה איז ענדליך ארויסגעקומען די גרויסע נייעס אז מען גייט אנפאנגען צי אינסטאלירען גאר א פארגעשריטענע עסקלעיטער סיסטעם אויף די גאסען פון ניו יארק סיטי.

די געדאנק פון אזא סיסטעם האט זיך אנגעפאנגען ווען די נייע מעיאר עלעקט האט גענומען די געדאנק צו לויפען פאר מעיאר דא אין שטאט, און אזוי אריינקוקענדיג מיט וואס די שטאט פלאגט זיך די מערסטע האט ער געזען אז דער עולם זוכט צו שפארן די צייט פון גיין, איבערהויפט אין די היינטיגע עפאכע מיט די טעקנאלדשי וואס מען איז זייער אריינגעטוהן אין די סקרינס. איז ער אויפגעקומען מיט די געדאנק צו מאכען א עסקלעיטער סיסטים אין גאנץ ניו יארק סיטי.

ווי געהילפען אין די מעיארס אפיס גיבען איבער וועט די פראיעקט זיך שוין אנפאנגען אזוי פרי ווי די קומענדיגע זומער 2014 למספ'. לויט ווי א באהאלטענע קוואל אינערהאלב די אפיס גיבט איבער פאר די "אידישע צוויבעל" אז עס ארבעטען דערויף א גאנצע שטאב מיט געניטע טעקנישענ'ס אין דעם געביט צו פארזיכערען די סוקסעס פון די פראיעקט.

עס וועט ארבעטען אזוי: עס וועט זיין בערך דריי פיס ברייט, אויף די סיידוואק ביי די זייט פין די ראוד (סזאל נישט שטערען פאר די ביזנעסער) פארשטייט זיך אז מ'וועט אראפנעמען איין ליניע פון קארס, אין ס'וועט פארען 4 מפ"ש. סוועט ארבעטען צוזאמען מיט די טרעפיק לייטס כדי סזאל נישט שטערען די טרעפיק פון די קארס.

מער אינפאו איז נאך באהאלטען פארן פובליק, מיר וועלן צוריקקומען מיט א לענגערע באריכט ווען די צייט וועט זיין רייף.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

"סטעטשו אוף ליבערטי באקומט א בלוטוט"

בלו סטעיט, ניעגרא.

אין א שריט פאראויס צי פרייהייט האט די אמעריקאנע רעגירונג אין א היסטארישע לענדסלייד היינט געשטימט אויף א ביל וואס ווען ענדליך שענקען א נייע בלוטוט פאר מיטער סטעטשו אוף ליבערטי.

די געדאנק איז אויפגעברענגט געווארן נאכדעם וואס די ווינטען פון פרייהייט האבן אנגעהויבן בלאזען אינעם ווילעדש "קאנקיאנטעקיאה" אינעם דרום מעריב פראווינץ 'קוטשעניא', און די רעגירונג האט זיך דערזען מיט א ערענסטען פראבלעם פון ווילדע ראיאטען און היציגע געפעכטען.

פאר געציילטע חדשים גייט שוין אן אינעם געגענט א אויפרידעריי, הלמאי די רעגירונג האט זיך געבראכן צי די פארלאנגען פון רוסלאנד צי איינשטעלען פרידליכע געזעצען אין אמעריקע, געזעצען וואס די בירגער זאלן הנאה האבן דערפון, און ס'זאל בענעפיטען די רעגירונגס קאסע.

ווי אנאליסטען זאגן פאר, און ארכעלאגן שאצען איבער, קען א פרידליכע רעגירונג שאדן מאכן פאר די אקאנעמי אויף א פארנעם וואס איז נאכנישט געזען געווארן זייט די בעילאוט, מיטדעם וואס ס'גיט פאר די באפעלקערונג די מאכט צי קאנטראלירן די רעגירונג און אריינוועלען ערפארענע באמטע אויף פאזיציעס וואס זיי קענען דורך איר פארדינען כאבאר, וואס דאס שטיפט די באפעלקערונג צי געבען כאבאר (לאו עכברא גנב...) וואס פירט זיי צי רייכקייט.

די אמעריקאנע באפעלקערונג איז זייער אויפגעהייצט אויף די רעגירונגס פלאן, און זיי האבן אנגעהויבן מיט מאסען דעמאנסטראציעס וואס איז שנעל ארויס פון קאנטראל און פארוואנדעלט געווארן אין א נאקאוט געים פון וואס צענדדליגע זענען שוין פארוואנדעט געווארן און אנדערע האבן עס אויסגעמיטען!

די רעגירונג האט דעריבער באשלאסען צי לאזען לויפן א מעכטיגע פי.אר. קאמפיין וואו זיי וועלען אויפשילען רעקארדירונגען פון וועלטס פירער - א שטייגער דער פרעזידענט פון רוסלאנד גופא, איינע פון די מערסטע פרידליכע לענדער - מיטן ציל אז זיי זאלען טוישען דעם דעת הקהל!

די אראנדשע הויז איז אויפגעקןומען מיט א פרישע קנייטש אינעם קאמפיין, נעמליך די רעגירונג זאל לאזען לויפן די פראגראם מיט די גוט-הייסונג פון די ליבערטי פאמיליע, און אזוי ארום האפן זיי אז ס'וועט רעדן צי ווי מער מענטשען (ווערענדיג פארכאפט פון די שיין-קלינגעדיגע ווארט "ליבערטי").

ווען די אגענטען האבן זיך געמאלדן צי די ליבערטי'ס האבן זיי געזאגט אז די באבע זייערע איז מער ווי מסכים צי אויפטרעטען פאר די רעגירונג און מסביר זיין פאר די באפעלקערונג ווי גוט פרייהייט איז און אירע פילע בענעפיטען וואס פרייהייט שטעלט פאר מיט זיך.

א שטייגער פון פרייהייטען איז די - היינט באקאנטע מציאות - אז ס'מאכט די רעגירונג אין קאנטראל פון אלע דיינע ענינים, אזוי אז דער יחיד דארף זיך מער נישט ארומדרייען פארזארגט איבער די רעגירונגס באצאלען פאר ברויט און פיטער? ווייל א פרייע רעגירונג איז אויסגעשטעלט אויף א אופן אז זיי נעמען אליינס אראפ וויפיל געלט זיי דארפן פון אייער קאסע, אן אייך כסדר באמיטשען.

נאך א מעלה וואס א פרייע רעגירונג שטעלט פאר מיט זיך איז די דערלייכטערונג מיטן אייך זאגן וואס און וויפיל איר דארפט קויפן פון סיי וועלכע פראדוקט, (בראנקא באמעקעיר, 16אונס קאלאר סאדע, ציגארעטלעך ועוד...) אזוי אז רוב רובו פון די דאגות וואס דער פשוטער מענטש איז פארנימען איבערן טאג, ווערט פשוט אוועקגענימען דורך די רעגירונג. ממש א מחיה!

די ליבערטי'ס האבן אבער געהאט איין פראבלעם, דאס די אלטיטשקע האט אירע ביידע הענט פארנימען... איינס איז פארנימען מיט א פאקעל (צי באצייכענען דעם שריפת התלמוד) און די אנדערע איז פארנימען האלטענדיג א בוך, דעריבער איז נישט שייך אז זי זאל אויך האלטן דעם מייקראפאון און רעדן צום אמעריקאנעם פאלק....

דעריבער האט קאנגרעס היינט געמאלדן אז זיי האבן באשטעטיגט א ביל וואס וועט צישטעלען פאר מאמע ליבערטי א נייע בלוטוט - ווי היסטאריש ס'הערט זיך וועט עס זיין איר ערשטער בלוטוט!! - און אזוי וועט זי נישט דארפן אפלאזן די פאקעל אדער די בוך!

די בלוטוט ווערט געספאנסערט דורך די "רב טוב ארג." וואס זיי האפן אזוי ארום צי פארשאפען וויזא'ס פאר זייער קלייענטען (עסקנים בעטען אבער אז מ'זאל געדענקען "#עת לחשות...")

"לעבען זאל טיראניי! טויט צי פרייהייט!" - האט געזאגט א באגייסטערטער 'דאנעלד טראמפ' - "איך ווארט שוין אויפדעם יאאארן! ענדליך דערלעבט!"
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

דער אידישער צוויבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

unnamed-2.png
unnamed-2.png (17.35 KiB) געזען 3904 מאל


אומאפהענגיג פין ריאלעטעט
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ברעיקינג: אינגערמאן מיט סמארט-קאר טרעפט פארקינג אין וויליאמסבורג

וויליאמסבורג איז פאלאזירט, מענטשן שטייען אויף די גאסן געפרוירן ווי סטאטוען נישט קענענדיג צוזיך קומען פאר שאק, נעמליך א אינגערמאן האט געטראפן פארקינג בלויז צעהן גאסן פין זיין הויז

בילד פונעם ווינדערליכע געשעהעניש
בילד פונעם ווינדערליכע געשעהעניש
b1e51cc54bff12c6c476805bc6fd40fa.jpg (10.61 KiB) געזען 3864 מאל


הצלה פארט ארום מיט א פייער טראק און פראבירט צו דערמינטערן די פארחלשטע מיטן שפריצן גאלאנען פונעם הויפט שלאך, און מאנכע העלפן ארויס מיטן ארויסגיסן עמערס וואסער פון זייערע פענסטערס, ארויס דירעקט אויף די באטראפענע

"עס איז טאקע נאר א "סמאטקאר" האט דער גליקליכער יונגערמאן געזאגט אנווייזענדיג ווי פיצל די קאר איז ביי די פרעסע קאנפרענס וועלכע איז ספאנטאניש פארופן געווארן איבער די אויסערארענדליכער געשעהעניש "אבער עס איז א ממש א נס שלא כדרך הטבע" אויספירענדיג איך האב געמיינט אז איך וועל שוין פארבלייבן אין מיין קאר פאר אייביג"

טויזענטער ריפארטער וועלכע זענען לאנגווייליג צוליב מאנגעל אין פרעס קאנפערענסן האבן באלאגערט די שטאט ווי בחורים ביי א גענעראל פארזאמלונג און פארשטייען נישט פארוואס דער עולם שלייכט זיך אוועק פין זיי ווי זיי וואלטן ווען געוועהן איבאלישע זיקע מאסקיטאס, א זאך וואס לאזט פאר די ריפארטער איבער א טעם אין מויל [ענד איי קוואט] "ווי טרינקען ארענדש דשוס נאכן בארשטן די ציין'

דער אינגערמאן איז צו אלעמענס איבעראשונג אין א גוטע צושטאנד, רעלעטיוו וואס מען קען ערווארטן פון איינער וועלכע פארט שוין ארום פאר זעקס וואכן זיכענדיג פארקינג, ער איז געשטאנען ביים פרעס קאנפרענס מיט די הילף פין גוטע פריינט אבער דאקטוירם זאגן פאר א שנעלע ריקאווערי הגם זיינע בגדים קוקן אויס בערך ווי דער שבת'דיגער תהילים זינגער אין ווילימסבורג

אויף די פראגע פארוואס ער האט געדרייווט א קאר און נישט ווי אלע אנדערע וועלכע האבן טראנספארמירט זייערע אויטאס פאר סטארידש בודקעס צוליב די מאנגעל אין פארקינג, האט ער געזאגט אז זיין עיר קאנדישען האט זיך צובראכן און ער האלט דארט זיין טלית ותפילין וועלכע דארפן האבן א קאנטראלירטע טעמפעטשער
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:49 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

זאפטיג!!!!! יעדע שורה באזונדער = א קונץ-שטיק!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

דאס איז פיינע פרישע סחורה, חחח. שרייב נאך פליז
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

שאקינג! בנן של קדושים מיט קראקס געכאפט אין בארא פארק

גייענדיג צום דרוק קומט אריין שרעקליכע נייעס וואס צוליב די סענסעטיווקייט פונעם ענין וועט מען זיך באגנוגען אהן א באריכט.

(יש, פיינע איידיע!)
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך בין זיכער אז עס שטייט שוין דארט אויף די וואך א אלטע רינדיכיגע טינקעלע מאמע מיט א רעדיאו און א טיקעט בוק אז ווי נאר די קאר פון פארענט וויל ארויספארן אדער אריינבעקן מיט די נייע ׳פילונג׳ טעכנעלאגיע, נעמליך ער פילט די קאר פון פארענט און פון בעק צו וויסן ווען צו שטיין בלייבן, און ער גייט אביסל שטיפן די סמארט קאר ארויף אויף די ווייסע ליינס, זאל זי אים קענען גראד דעליווערן די ביל וואס די שטאט בעט פארן איבערפארן די ליינס, צוליב די גרויסע היילונגס קאסטן וואס די שטאט דארף צאלן נאך אזא עקסידענט, וואסייסט... דו האסט געהעריג איבערגעטרעטן די ליינס... לעבעדיגערהייט... יעצט העסטע צאלן א פרייז פארן דרייווען אזוי אן קיין שום עול.

#שיגע-צודרייט

@יש דו ביסט פיין.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

כ'בין כמעט פאלאזירט פון לאכן אזויפיל, האב איך דען א ברירה
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

חחחח חחחח חחחח
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

פיינע נייעס דאס ;l;p-

----
(אגב, ס'איז שוין דא אזא אשכול, זעהט דא: viewtopic.php?p=209073#p209073 )
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

און אנדערע נייעס ווערט געמאלדען פון קולמא וואסער דשענעל,
אז עס האט אויסגעבראכען העפטיגע שלעגערייען, צווישען צוויי גרויסע הויפען אזש עס גייט מערדערליכע קלעפ
א יש ברירה ווארט זאגער געט איבער פאר די פרעסע אז ביי זיי איז זייער שטארק אנגענומען די ענין פון יש ברירה מען קען אייביג טוען וואס מען וויל, און אזוי האט זיך נאך געפירט די אלטע רבי זעכרוינע לעסראחע די בעל הישר בעיניו תעשה, און זיי גייען מיט דעים ממש ביז מסרות נפש,
עס גייט פארקומען א פרעסע קאנפרענץ ווי פון יש ברירה'ס לאגער גייט פארטרעטן סענדער שטיינווארצעל, און פון שנאפס לאגער גייט פארטרעטן חיים די שיסטער,
וואס חיים געיט איבער אז זייער רבי פלעגגט אייביג זאגן אז אונז פארמאג מיר בכלל נישט קין ברירה [זיי איגנארען בכלל אז עס עקזעסטירט אזא לאגער ווי יש ברירה] זיי טאנען אז דעי אלע ברירה ניקעס עסן פיצא אין גאס וואס דאס איז דאך ממש אפיקורסות גמורה, ממילא זענען זיי בכלל נישט פון כלל ישראל סא אויטאמיטיש איז אין ברירה בכלל ישראל,
די פרעסע קאנפרענץ גייט פארקומען אויף די 7'בעטע שטראסע צווישען דעפרעסט סטריט, און באהל סטריט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ועד הישובים ערצייגן רעוואלאציניערע "פארטעם"

עס איז פאר קיינעם נישט קיין סוד די מצב הדירות און די חרדישע געגענטער, געוויסע פארפעלקער וואוינען אזוי טיף אין דער ערד אז מענטשן אין אוסטראליע רעדן זיך אפ אז די געוויין פונעם קליינם וועקט זיי אויף

אנדערע משפחות וואוינען שוין אפיציעל אין די סיטי פארקס און האלטן זייער האב און גוטס און א געגענבטע וואל-מארט שאפינג קארט. "עס איז נישט אזוי שלעכט ווי מען מאכט עס" האט איין פארק באזיצער געזאגט פאר 'דער אידישער צוויבל' "ביינאכט וויגן מיר פראקטיש די קינדער איו די סווינגס, און אינדערפרי איז דאס אנטוען גאר גרינג ווען מען לייגט די הויזן אינטען פונעם גליטשער און דערנאך גליטש מען זיך גרינגערהייט אריין דערין

אבער רוב איינווינער זענען נישט אזוי גליקליך און קענען נישט געפינען א באקס פין וואס צו מאכן א קישן אויף די הארטע בענק דעריבער האבן זיך די עסקנים אריין געלייגט אין די נושא צו לינדערן די שווערע מצב

נייע שטעטליך האבן זיך געבויעט אבער די אפקלאנג איז נישט געוועהן ווי געראכטן, טויזענט הייזער זענען גרייט צו ווערן באזעצט אבער קיינער איז נישט גרייט זיך ארויסצוצוען. נאך אינטענסיווע פארשונגען זענען די עסקנים געקומען צו די החלטה איז די עיקור עיכוב פארוואס אזויפיל האלטן זיך צוריק פון מופן איז צוליב וואס זיי ווילן נישט פארלאזן די "מאמעס פארטעך"

דעריבער האבן זיך די עסקנים אריין געלייגט אין א פריוו צו לייזן דעם פראבלעם על צד היותר טוב און האבן היינט געמאלדן די פרייליכע בשורה איבער די פרישע ערצייגטע פארטעך-שירעם!

די שירעם ווערט קאסטעם ערצייגט פאר אלע באשטעלער וואס שיקן אריין זייער מאמעס פארטעך צים פארבריק, ווי פרעפעסניאלע ארבעטער וועלן עס איבערארבטן און ערצייגן דערפין א הערליכע שיינע שירעם וואס דער אינגערמאן וועט קענען שטענדיג ארום טראגן מיט זיך און עס עפענען ווען אימער ער שפירט א דראנג צו זיין אונטערן פארטעך
א פרישע ערצייגטע שירעם
א פרישע ערצייגטע שירעם


א דיפרענט דיזיין פאר די וואס פייפן אויף פיער פרעשור
א דיפרענט דיזיין פאר די וואס פייפן אויף פיער פרעשור
Fartim ©.jpg (21.89 KiB) געזען 3744 מאל

אוועק זענען די טעג וואס מען האט געקענט זעהן ערוואקסענע יונגעלייט און יודענעס וויינען מיט ביטערע וואל פיש טרערן אין די נייע ישובים, נאכן פארטעך. היינט ווי נאר די ביטערע געפילן קומען צו גיין, צייגט מיטן שירעם אויף ארויף און מיט איין קנעפל עפענט ער זיך אויף און באשיצט העכער אייך

און פילע בתי מדרשים זענען די שירעמעס א פאקט און צעהנדליגע גליקליכע "פארטעם" (פארטעך-שירעם אין קורצן) איינגעטומער זענען געזיצן מיט השתפכות הנפש ביים דאווענען מיטן שירעם, אבער ווי די מורי הוראות געבן איבער איז דאס האלטן דעם פארטעם ביי שמו"ע פארבינדן מיט שאלות דעריבער האבן אלע שמשים ארויף געלייגט אזא סטענדס אויף אלע טישן עס זאל זיך האלטן פין זיך אליינס צו די צופרידענהייט פון די שוין היינט געהאלפענע יונגעלייט

כה לחי!
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יש!
יש ברירה האט געשריבן:כה לחי!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

סארא רעוואלאציע...

יש ברירה! :lol: ;l;p-
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

קריעטיוו!!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

ענדע צדיק! האט געשריבן:יש!
יש ברירה האט געשריבן:כה לחי!
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

;l;p-
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8614
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

הכי קרא שמו צוויבל? טרערן רינט ווען מען ליינט דאס! :lol:
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ווילט איר א פארקינג?! יש יש!

ווילט איר א פארטעם?! יש יש!

טענקס יש, די איידיעס אזוי זאפטיג ארפגעלייגט! געוואלדיג!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

צוקערדיג...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מיסטעריעז האט געשריבן:הכי קרא שמו צוויבל? טרערן רינט ווען מען ליינט דאס! :lol:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”