לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

גפני אייערזאפט, א ברודער מיט חיים עפל דורך זיין שוויגער זיבן מאל פאריקט.. זיבן מאל? המממ, כ'גדענק נישט פונקטליך די יוחס, אפשר טאקע אכט מאל פאריקט.. סא'חילוק.. ער איז א געשמאקע לעכא לעכא איד.. א גאנץ יאר זיצט ער אין טייערע רעסטוראנטן און האקט בשר ויין ווייל ער איז א מבין וואס הייסט קילאוי נאה קילאוי יאה.. ער קען נישט עסן סתם פאטעיטע קנישעס מיט שניצל.. ער דארף בשר.. זיין כאווער יאיר רעטעך האט אים נעכטן מסביר געווען אין שול, אז בשר איז די זאך.. פון פיצא און פרענטש פריי ווערט מען עפעס נישט זאט, מ'איז נישט סעטעספייד.. פרוביר בשר.. אוי יע, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימלוכא..

גפני עסט אויך סושי, ווייל פיש מאכט אויך זאט און צופרידן, אלס אנדערש איז דזשאנק.. מ'ווערט נישט זאט, און מ'איז אומצופרידן.. אזוי האט אים זיין מאמע אויסגעלערנט אלץ קינד, וואס איז די איינציגסטע זאך וואס ער זאגט נאך פון איהר.. צופרי עסט מען א אייערשפייז מיט סחוק, ביי לאנטש עסט מען סושי, און ביינאכט בשר ויין.. פרוביר אים צו קאנווינסן אז מ'קען עסן סענדוויטש קוקיס פאר לאנטש.. אדער סיריעל פאר פרישטאג.. און פלעט ברעדס פאר נאכטמאל..

קומט אבער חוידעש ניסן, און גפני מאכט א געהעריגע 180.. שטא וואס צו עסן פסח.. ער קען קוים ווארטן ס'זאל שוין אריבערגיין, די פרעשור איז ממש נישט אויסצוהאלטן.. נאוי וועי.. ער האט געדראפט אלע חומרות פון פסח, ווייל ער האט דעוועלאפט א ספעציעלע נאנטשאפט מיט זיין אייניקל'ס גא-ט ברוך הוא, ער לאווט אים, ער האט אפילו א טענק יו האשעם קארטל אויף זיין קאר.. א געהעריגע לעכא לעכא איד מיט אלע הידורים.. און זיין גא-ט איז ער מיר מסביר, ברויך נישט די אלע חומרות, ער ברויך מ'זאל זיין בעסימכע.. און אויב האט מען נישט קיין עונג יו''ט, דעמאלטס ברויך עס נישט זיין גא--ט..

הקיצור, גפני עסט פסח מכל הבא ליד.. ער שמייסט אריין אין גראסערי מיט קאנפידענץ, און לייגט אריין פסח'דיגע סענדוויטש קוקיס, אלע מינע קעיקס, פלעט ברעד, סיריעל, און וואס נישט?! זאכן וואס ער קוקט נישט אן א גאנץ יאר, ער גרוילט זיך עס צו עסן.. אבער, פסח הינגער'ן? נאוי וועי.. די באשעפער וויל דעס נישט.. לעכא לעכא, האשעם מא מאמלאכא, קילאוי נאה קילאוי יאה, צוזאמען יעדער קעסער בימליכא..

וואסי געשעהן מיט די בשר ויין פון א גאנץ יאר? שטא קיין בשר פסח? יין? טוצעך מיט סושי? אויך נישטא?

קארטאפל מיט אייער וועסטו עסן, ער עסט פסחיגע קעיק מיט קוקיס.. אופס, פאר פרישטאג האט ער אויך סיריעל.. און ביי לאנטש עסט ער פיצא.. און ביינאכט פלעט ברעדס מיט אוממממ, פאטעיטע טשיפס.. ער איז זאט.. ער קויפט עס בעיקר פאר זיינע קינדער זאגט ער מיר, ס'איז אסאך רואיגער אין שטוב זייט זיי עסן די פסחדיגע געווירצן.. ס'הייבט די אטמעספערע אין זייער קערפער.. ס'איז חול המועד אין די קישקעס א גאנץ פסח.. טוצעך סראקט אריין א קילאוי נאה קילאוי יאה אינעם קליינטשיגן נעמן'ס מאגן, ס'גייט דארטן א קאראהוד.. מ'טאנצט די שטויס ניגון.. לעבעדיג, לעכא לעכא האשעם הא מאם לו כו.. גאנצע שטוב איז אסאאאאאאך רואיגער פסח, ס'איז גענדיגט מיט די צייטן פון הונגער'ן פסח.. היינט נייע זמנים, ס'דא פלעט ברעדס מיט סיריעל און סענדוויטש קוקיס, ווער דארף בשר פסח, ס'דא אויראויס.. קענסטעך האלטן מיט דיין סושי, ס'דא פלעט ברעדס מיט פיצא.. מיר האבן אלעס היינט.. זאג מיר איין זאך וואס פעלט נאך?

שבכל הלילות אנו אוכלין חמץ ומצה, און הלילה הזה? זאג העכער, איך הער נישט? הלילה הזה, הא? זאג מיר וואס פעלט נאך? קום מיט מיר אין גראסערי דו צולייגער.. ניין, דריי מיר נישט מיטן פינגער כאילו דו פרעגסט מיר יעצט א באמבע קשיא וואס האט נישט קיין תירוץ, זיי מיר מסביר וואס פונקטליך זעהסטו אנדערש פסח ווי א גאנץ יאר, הא?
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע: וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

כ'זינג מיט... קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא..

אזא הארציגקייט...!

גוט ארויסגעברענגט די מצב.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

דער בענאוואשטי איז קרעיזי!

ליינענדיג דעם קעפל האב איך געוואוסט איך מוז אריינקומען דאס ליינען...

בד''וו, איך זאג גוט ארויס דיין נאמען?..
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אזוי גוט
מאניש.... בתפארתה
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 16955
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

געלייענט און הנאה געהאט.....

געלייקט און געקאמענט...

געלאכט און געשמייכלט...


(גאנץ ווייניג קערעקטערס)
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

עז אלוועיס מאניש...
פרישער פין פריש
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

קודם געלייקט.
נאכדעם געליינט.
נישט חרטה געהאט.
מאניש איז גוט.
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מוראדיג מוראדיג..
כ'כאפ נאר נאכנישט געהעריג ס'שייכות מיט די ניגון..
באט מאניש איט איז!!!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

שטארק הומאריסטיש ארויס געברענגט די מצב הדור
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

נאר אכט מאל פארריקט? סאך מער... :lol: :lol:
פיינע נייעס דו! פיין צולייגט!
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
אוועטאר
sukoss
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 6:23 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sukoss »

wow wow
גוט געלאכט!
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

eller האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:51 am
מוראדיג מוראדיג..
כ'כאפ נאר נאכנישט געהעריג ס'שייכות מיט די ניגון..
באט מאניש איט איז!!!
פשט וויאזוי מ'האט געמאכט א שטויס ניגון אויף ווערטער וואס דארף ארויסברענגען הכרה צום אייבערשטן אז נאר ער איז פאסיג צו טראגן די טיטול מלך, דאס כאפסטו יא? העי, באשעפער, פאר דיר און נאר פאר דיר, נאדיר א שטויס.. כאפסט? ניין? איז שטעל דיר אין די רינג טאנצן מיט די בחורים.. לעכא לעכא, האשעם הא מאם לאכא, קילאוי נאה קילאוי יאה.. איי קעסער בימליכא.. סארא שייכות האט דאס שטויסן מיט אזא מאמר? אויב איז דא א געהעריגע פשט, דאן גיימער ביים סדר היי יאר אויפשטעלן ס'גאנצע פמליא של מטה ביי קילאוי נאה, און געהעריג מיט די פיס אין די הייעך מסביר'ן אזש קילאוי נאה קילאוי יאה, קעסער בימליכא..

ס'איז היינט א וועלט ווי גארנישט דארף מער נישט האבן פשט.. מ'זעמער גוט אין די קרקע.. ס'אלס גוט.. הוי קעיר'ס.. עיקר אז ס'לעבעדיג ביי חתונות, און מוזיק באכעט.. און ס'דא גרויסע שטיקער בשר דורכאויס די יאר, און פסח הינגערט מען מער נישט.. איך האב גראדע יא געטראכט ביים מאכן די קעפל, צו מאכן גאנצעטע פשעטלעך פון א חפץ וואס עסט זיך אן מיט די פסח'דיגע געווירצן, דערקענט זיך עס אויפן גאנצן געביידע נאך פסח.. ס'איז א קילאוי נאה קילאוי יאה.. באט נאכדעם האב איך געטראכט, ס'עפעס? ווער דארף היינט פשט.. אריין מיט א קעפל.. ס'קלינגט פיין? ס'זעצט? זאל זיין אזוי.. מוטשע דעך.. ס'שטימט נישט? עס זיי מוחל פינעף קאנטעינערס סענדוויטש קוקיס וועסטו זעהן ס'שטימט..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

מאניש איינס אין דער וועלט...
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

אייזן גוט! מאניש במאנישו!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אולי יש ליישב.. מיט פלפול קען מען פארענטפערן א שווערע איד.. ס'דא א דעה אין מכילתא.. ר' אלעזר המודעי אומר: עבדים היו ישראל למלכים במצרים, יצאו לשוק נוטלין פת בשר ודגים וכל דבר ואין כל בריה מוחה בידם.. קומט דעך אויס אז ביי יציאת מצרים האבן זיי דאס פארלוירן.. ודו"ק..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימלי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 1:47 pm
eller האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 10:51 am
מוראדיג מוראדיג..
כ'כאפ נאר נאכנישט געהעריג ס'שייכות מיט די ניגון..
באט מאניש איט איז!!!
פשט וויאזוי מ'האט געמאכט א שטויס ניגון אויף ווערטער וואס דארף ארויסברענגען הכרה צום אייבערשטן אז נאר ער איז פאסיג צו טראגן די טיטול מלך, דאס כאפסטו יא? העי, באשעפער, פאר דיר און נאר פאר דיר, נאדיר א שטויס.. כאפסט? ניין? איז שטעל דיר אין די רינג טאנצן מיט די בחורים.. לעכא לעכא, האשעם הא מאם לאכא, קילאוי נאה קילאוי יאה.. איי קעסער בימליכא.. סארא שייכות האט דאס שטויסן מיט אזא מאמר? אויב איז דא א געהעריגע פשט, דאן גיימער ביים סדר היי יאר אויפשטעלן ס'גאנצע פמליא של מטה ביי קילאוי נאה, און געהעריג מיט די פיס אין די הייעך מסביר'ן אזש קילאוי נאה קילאוי יאה, קעסער בימליכא..

ס'איז היינט א וועלט ווי גארנישט דארף מער נישט האבן פשט.. מ'זעמער גוט אין די קרקע.. ס'אלס גוט.. הוי קעיר'ס.. עיקר אז ס'לעבעדיג ביי חתונות, און מוזיק באכעט.. און ס'דא גרויסע שטיקער בשר דורכאויס די יאר, און פסח הינגערט מען מער נישט.. איך האב גראדע יא געטראכט ביים מאכן די קעפל, צו מאכן גאנצעטע פשעטלעך פון א חפץ וואס עסט זיך אן מיט די פסח'דיגע געווירצן, דערקענט זיך עס אויפן גאנצן געביידע נאך פסח.. ס'איז א קילאוי נאה קילאוי יאה.. באט נאכדעם האב איך געטראכט, ס'עפעס? ווער דארף היינט פשט.. אריין מיט א קעפל.. ס'קלינגט פיין? ס'זעצט? זאל זיין אזוי.. מוטשע דעך.. ס'שטימט נישט? עס זיי מוחל פינעף קאנטעינערס סענדוויטש קוקיס וועסטו זעהן ס'שטימט..
אייזען גוט ארויסגעברענגט, די געמיינקייט פון דעם ניגון… קיינמאל זיך נישט געקענט געהעריג מסבירן, וואס סשטינקט דא…
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
געשמאקע צייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 22, 2021 12:11 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע צייטן »

מאני'ס ארטיקלען זענען אייביג, קילאוי נאה קילאוי יאה ...
דיינע געאנקען זענען אזוי געשמאק ווי דיין שריפט!
אוועטאר
ממש יעצט
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 11:13 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממש יעצט »

לאכא לאכא מאניש האסט מיר געמאכט א לאכא.
כאניש געוויסט אז דו קענסט אויכט חיים עפל.
זוכה אהא אהא...
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

אריינצובייסן!!!!!! (אין די פלעט ברעדס...)
יוש ביסטו גוט!
אזוי זאפטיג אראפלייגן אונזער לעכא לעכא פרענד..
:lol:
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

ממש יעצט האט געשריבן: זונטאג מארטש 26, 2023 5:09 pm
לאכא לאכא מאניש האסט מיר געמאכט א לאכא.
כאניש געוויסט אז דו קענסט אויכט חיים עפל.
איך האב דיר שוין דעמאלטס איינגעמאלדן אז ס'גייט אריין אין מיין טעלעפאן בוך, האסט מיר נישט געגלייבט.. ס'קען מען טוהן, אז מ'פלאנצט איין א פיטש, וואקסט ארויס א גאנצע בוים מיט בונדאש..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

קילאוי נאה קילאוי יאה..... איי איי מאניש מאניש מימליכא.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

גוט געשמייכלט! ש'כח מאניש, שרייב ווייטער.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
רעגנדיג
שר שבעת אלפים
תגובות: 7202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:15 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעגנדיג »

🤣🤣🤣

קוקו דעלוקו דו! מ'שאקלט זיך דא פאר געלעכטער.

פארפאלן, מאניש'ס זאפאסן וועלן זיך קיינמאל נישט אויסנוצן, אלץ וועט ער האבן עפעס פריש.
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 1:48 am
איין זאך ווייסעך יא, איך זעה ווער ס׳שטייט אויף וועמענס צד… דאס זאגט מיר פונקטליך וואו איך זאל שטיין…
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: לעכא לעכא, האשעם מא מאם לו כו, קילאוי נאה קילאוי יאה קעסער בימליכא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

וויאזוי האב איך געוואוסט נאר פונעם קעפל אז מאניש איז אין טאון?

גיוו אפ פאר מאניש! העכער! כערניש!
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”