געוואונען די לאטערי - ווי אזוי גייט איר זיך אום דערמיט?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

געוואונען די לאטערי - ווי אזוי גייט איר זיך אום דערמיט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

עטליכע אשכולות זענען שוין געעפנט געווארן מיט די ברענעדיגע שאלה. "אויב איר געוואונט די לאטערי, וואס טוט איר מיט די געלט"? - פארשידענע חלומות זענען שוין געהערט געווארן און דיסקאסירט געווארן. יעדער האט שוין געליינט יעדנ'ס תאוות און געדאנקען, ווי אזוי אויסצולעבן און אינוועסטירן און נוצן די טריליאנען וואס די לאטערי האט צו פארקויפן.

יעצט עפן איך א באזונדערע אשכול מיט א נייע שאלה:
איר האט געוואונען די לאטערי. איר זענט יעצט די ערשטע מענטש וואס ווייסט פון דעם סוד, אז איר האט עס געוואונען. וואס טוט איר פון דא און ווייטער? - פאר וועמען דערציילט מען די ערשטע? - וואלט איר קודם געזאגט פאר אייער ווייב, אדער קודם גענומען א לויער? - זיך דורכגערעדט מיט אן אדם גדול? - אמאל קען זיין אז די פירסום קען זיין שעדליך, אבער פאר איינעם מוז מען דערציילן. ווי אזוי וואלט איר אומגעגאנגען?

וואלט איר געבליבן אינדערהיים די ערשטע תקופה, אדער וואלט איר קודם אנטלאפן אויף אפאר חדשים, אז מען זאל אייך נישט נאכיאגן אין די גאסן? - וואס טוט זיך מיט אייער משפחה, וואלט די לעבן אין שטוב אנגעגאנגען ווייטער? - קומט איר מארגן צום שיעור ווי קיינמאל גארנישט?

משל'ט אויס, ווי אזוי אייער לעבן קוקט אויס אין די ערשטע צוויי חדשים, אנגעהויבן פון ווען איר דערוויסט זיך פון די גרויסע נייעס, ביז צוויי חדשים דערנאך?

לאמיר הערן...
איבערלעבער
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm

Re: געוואונען די לאטערי - ווי אזוי גייט איר זיך אום דערמיט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערלעבער »

איך וואלט אנגעגאנגען ווייטער מיטן לעבן ווי ביז היינט באצאהלט די חובות און צוגעלייגט א שעה לערנען פארטאגס. געהאלפן אידן מיט געלט בסתר. זיך געשלייכט צו העכערע פאזעציע אין חינוך און אויסגעראטן די קארופציע פון מנהלים וואס טוען גארנישט. געהעכערט שכר מלומדות צום ווייניגסטענס דאפעלט און געגעבן זכות קדימה פאר די וואס לערנען און פעלעווען נאך חדר.
די ווייב פארציילט הערשט נאך איך קום אראפ פון מיין וואלקן...
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected]Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4734
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע: אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: געוואונען די לאטערי - ווי אזוי גייט איר זיך אום דערמיט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

קומט אין פארברענגען.

איך וואלט פארקויפט די געווינענדע טיקעט פאר אפאר מיליאן דאלאר און געהאקט שווייג...
- דיס ספעיס איז אוועילעבל פאר רענט, פאָר רעיטס קאנטעקט אין אישי.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”