צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

ביטע זיי ממשיך… שכח!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
לייברערין
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 16, 2015 11:47 pm
לאקאציע: און לייברערי

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייברערין »

יוי ביסטו גוט ;l;p- ;l;p-
מלא משאלות
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 1:16 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלא משאלות »

האב איך פונקט לעצטענס אנגעטראפן א אידל און בתוך הדברים דערציילט ער מיר אז ער איז געווען שבת נחמו אין קערעסטיר! נאכן זיין א ערליכע תרמ"ב ליינער איז אוואדע געקומען די פראגע א יא קענט איהר מיר אפשר זינגען די ניגונים וואס מען האט דארטן געזינגען במשך'ן שבת? זאגט ער מיר נעוואדע די מיינסט אוואדע צוויי מענטשן שווימען אין א טייך..... אינמיטען הייב ער אן זינגען מיט א פעסקייט די ניגון האוכל דג... פרעג איך אים מיט ווינדער די געדענקסט נאך דעי ניגון? זאגט ער מיר די מיינסט טאקע פאר די גאנצע נעקסטע וואך האב איך נישט געקענט אנקוקן קיין פיש, גאנץ שבת האב איך מיר געפילט ווי אין א פיש טאנק.... דעי דני האט געגראבלט אין מיינע אויערן אוכל דג.. ביום דג.. ינצל מדג.. דג.. דג.. דג..
די וועלט איז ווי א געלעכטער! עס קומט און עס גייט!
שמחה בונם
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 1:46 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה בונם »

יעצט געלייענט די גאנצע זאך אין איין צי.....
אין לי מילים!
זיי ממשיך.... שכח...
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

גראדא דזשומעט מיר אויך אין קאפ די "דאג" ניגון, ערעב תרמ'ב וואספארא נאך ניגונים זענען געווען?
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

נתנאל רוזנברג
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:10 am

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל רוזנברג »

עס איז דא שיינע שטייטע ניגונים פון ר' דני אויך

1 קוק צו מיין צער, אינעם גלות המר, טאטע לייז אונז שוין אויס

2 ואני תפילה, איך בין א שטיק תפילה ווען איך דאווען צום נורא עלילה

3 די רבי נאר ער, אלעס איז פאר אים גרינג און גארנישט איז נישט שווער..

שוין צייט צו ארבעטן אויף א קאסעטע... מ'זיכט נאר א ספאנסער..
ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאותי
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

כבוד הרב תרמב, כ'האב נאך עפעס אביסל רעספעקט אין אייער אויגן? אויב יא, בשביל זה ביטע גיין ווייטער,
ס'איז ממש מתוק
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
שמחה בונם
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 1:46 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה בונם »

@תרמב אונז האבען נאכנישט אויפגעגעבן האפענונג אז די גייסט נאך צוריק קומען מיט א זאפטיגע פארזעצונג!!!
זאל מיר אויפגעבן???
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

שמחה בונם האט געשריבן:
@תרמב אונז האבען נאכנישט אויפגעגעבן האפענונג אז די גייסט נאך צוריק קומען מיט א זאפטיגע פארזעצונג!!!
זאל מיר אויפגעבן???
געב נישט אויף חלילה...

אין שום יאוש בעולם כלל!

איך האף בקרוב צו לייגן נאך א פארזעצונג
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מוצשב"ק אין קערעסטיר


ביי די חדר האוכל איז געווען א געשמאקע מצב, חברה זענען געזעצן מיט גיטארס און געשפילט, משה פריעדמאן האט געמאכט הבדלה אויף די קרליבך נוסח, די איידיע האט ער גענומען פון מיינע טאגביכער, ס'איז מיר געווען א ווינדער ווען ער האט מיר אמאל געבעטן איך זאל אים שיקן א רעקארדירונג מיט די נוסח, איך האב עס נישט געגלייבט אויף אים, ער איז מער די וויליאמסבורגע סטיל אינגערמאן, איך האב שפעטער געזעהן א ווידאו האב איך געזעהן אז ער קען זיך נאך צולערנען.

שפעטער איז געווען די צענטראלע הבדלה צערעמאניע, איך בין מכובד געווארן מיט הבדלה, עס איז געווען גאר א דערהויבענע מצב, קיין שטימע האב איך שוין נישט געהעריג געהאט פון אזוי ווייניג שלאף די לעצטע עטליכע טעג, ס'האט זיך אנגעזעהן אויף די שטימע, איך האב אנגעהאט איינעמס אלטע שטריימל, אפרים ישראל האט געהאלטן די הבדלה לעכטל, ער האט אנגעהאט זיין טלית, עס איז נאך א מיסטעריע עד היום הזה, פארוואס דער האט אנגעהאט א טלית מוצאי שבת, און צוויי אידן האבן געשפילט מיט גיטארס, דער גאנצער עולם האט מיטגעזינגען די קרליבך נוסח, איי היייינה.... קל ישועתי.... אאאאבטח... ולא.... אפחאאאאאד.... אוי כי עזי וכו' עס האט אפגעדונערט פונעם גאנצן עולם, אוי כוס ישועות אשא... המבדיל בין קודש לחול! טיריי ריי ריי ראריי רארארארייראם...

עס איז גאר שיין געווען, איך האב זיך געשפירט א מיליאן דאלער, נאך דעם האט מען ארויסגעשיקט דעם ווידיאו אויף סטאטוס, זאל גאנץ כלל ישראל הנאה האבן... מען האט צוריקגעהערט געוואלדיגע גוטע גרוסן פון מיין פאמיליע, זיי האבן זיך גאר שטארק געפריידט מיט דעם לעבעדיגן גרוס...

נאך הבדלה איז פארגעקומען א דערהויבענע מעמד ויתן לך אין די קוויטל צימער פון הה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע, ווי דער צדיק האט אויפגענומען אלע חסידים וואס זענען זיך געקומען מסתופף זיין בצילו, אין דעם שטוב האט ער געטיילט ברכות און אויסגעהערט אידן'ס פיין און ווייטאג, דא האט ער זיי מחזק געווען און דערפרייט זייערע גייסטער, דער עולם איז געפארן אהין מיט יודי לויפערס קאר מיט שיפטס, איך בין אנגעקומען פון די ערשטע האב איך זיך ארומגעקוקט, איך האב זיך באגריסט מיט ר' יואל שווארץ א ראש ישיבה'לע וואס דאוונט מיט מיר אין בית מדרש, ער האט א ישיבה'לע ענדליך צו זיין טאטעס ישיבה מבוא התלמוד נאר אין קליין, ער איז געקומען קיין קערעסטיר מיט די תלמידים, דאן האב איך באמערקט אויפן אויבן אן זיצן דער זשירקע רבי, איך האב זיך מיט אים אויך באגריסט, עס האט אים אינגאנצן נישט געשמעקט מיין שטריימל, ער האט זיך אנגערופן, אינגעלייט מיינען אז שבת נחמו - נחמא (מיט א קמץ) איז פורים... איך האב אים געזאגט דאס איז מיין שטריימל פון א גאנץ יאר, איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון אים ענטפערן אז מיין טאטע פלעגט ביי אים עסן סעודות לערנענדיג אין ארץ ישראל אלס בחור, און דאן פלעגט דער זשירקע רבי זיצן מיט א ספאדיק ביי די סעודה, אז ביי אים איז געווען פורים א גאנץ יאר מעג שבת נחמא אויך זיין פורים..
imgonline-com-ua-resize-XfLbRULCvPZT8..jpg
imgonline-com-ua-resize-XfLbRULCvPZT8..jpg (232.08 KiB) געזען 735 מאל
דער עולם האט זיך אריינגעזעצט אינעם קוויטל שטוב, נעבן די טאוול וואס שטייט אז דער צדיק פלעגט דארט זיצן, מען האט געזאגט ויתן לך מיטן גאנצן פרישקייט, דני האט געלאזט זיין גיטאר אינדרויסן נאכן זעהן די שארפע צעטלעך אז מען טאר נישט אריינברענגען קיין כלי זמר אין די גאנצע שטח, דער עולם האט שיין געזאגט, און ווי מען זאגט ווערטער וואס עס איז דא א ניגון אדער א תנועה דערויף האט מען עס געזינגען, נאך ויתן לך האט מען זיך גענומען שיינע ניגונים, עס האט זיך פארמירט א שיינע קומזיץ, מען האט געצינדן לעכט, די לעקטערס האבן זיך אויסגעלאשן, עס איז געגאנגען א רויעך פון די לילקעס, עס איז פון ערגעץ אפירגעקומען די גיטאר און דער עולם האט שיין געזינגען, עס איז ארום געלאפן פון מויל צו אויער צווישן די געסט דארט אז דא זענען דא א גרופע רחמנות'לעך, האט שוין קיינער נישט געזאגט קיין ווארט וועגן די גיטאר'ס קיינער האט שוין נישט געשטערט, אפילו דער משגיח רב מאנדל איז געקומען מיטהאלטן אביסל, מען האט געזינגען מיט א קאך, די רבי איז דא! די רבי איז דא! די רבי איז דא! ווייל יעדער קיבוץ פון די חסידים איז דער רבי דא, אז דער תלמיד האט געזאגט אז דער רבי איז דא איז דער רבי דא!

אינמיטן האט זיך באוויזן א איד פון בית שמש, מיטן נאמען בלוי, ער האט זיך גענומען דרשנען אויף דער זעלבער סטייל ווי ר' אלימלך בידערמאן, קודם האט מען נישט געוויסט וואס ער וויל, ביז מען האט געכאפט אז ער איז א גוטן בדחן ער איז געשטאנען דארט און געדרשענט פאר א שטיק צייט און דער עולם האט זיך פיין אונטערגעהאלטן, ער האט נאכגעמאכט ר' משה שטערנבוך, ר' ישראל מוויזשניץ, ר' אלימלך מבידערמאן און נאך אנדערע צדיקים, עס איז געווען פריילעך אין שטעטל ביז די עסקנים זענען געקומען טרייבן אז די זייגער רוקט זיך און עס איז נאך דא א שטיקל פראגראם פאר די נאכט.
רב בלוי האלט אונטער דעם עולם מיט בדחנות
רב בלוי האלט אונטער דעם עולם מיט בדחנות
imgonline-com-ua-resize-mGsNRj4MAg60 (1).jpg (153.13 KiB) געזען 735 מאל
אויפן וועג ארויס האט זיך דער עולם באגעגנט מיטן זשירקער רעבין, ווי ס'קוקט אויס איז דער רבי געבליבן אויסגעשפילט בשעת די קומזיץ איז פארגעקומען, איז ער געווען אביסל אין א בייזערדיגע שטימונג, איינער האט זיך אנגערופן אז מען קען ממשיך זיין די קומזיץ, די רבי האט זיך גענומען פייפן מיט די מויל נחמו נחמו עמי...

מען איז צוריק געגאנגען צו מלווה מלכה, דארט אינדרויסן האט זיך אנגערופן צו אונז איינע פון די ישראלישע בחורים צו אונז גייטס עסן, ס'איז דא א מעכטיגע מלווה מלכה, זייער פיינע עסן, איינע פון מיינע באגלייטער האט אים געפרעגט מיט אזא ביטול, יא? וואס איז דא?, יענער האט געענטפערט ס'איז זייער פיין, אבער קען זיין אז אמעריקאנע ווערן נישט אזוי שנעל נתפעל, ער איז נישט קיין מבין אויף די אמעריקאנע פרעס, און פרעסערס.... אריינקומענדיג האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער איז גערעכט געווען, עס איז געווען אנגעגרייט מכל טוב וטוב, שיינע טישטוכער, און דערויף שיינע דישעס, דארט אין אייראפע נוצט מען נישט קיין פלעסטיק דישעס, עס איז געווען ראולס, פיצא, און צוויבל זופ, מיט ספעציעלע טשיז אריינצולייגן דערין, ווי אויך איז געווען א גרויסן טאפ מיט שקשוקה, א רויטע מאראקאנע אייערשפייז וואס איך גלייך, לעצטנס האב איך געהערט א זמר'ל פון זשואי ניוקאמב ווי ער זינגט דערוועגן, שקשוקה אין מאראקא....! פאר ברעקפעסט עוורי דעי...! שקשוקה אין מאראקא...!
imgonline-com-ua-resize-WHAKLHEoa7K7xC (1).jpg
imgonline-com-ua-resize-WHAKLHEoa7K7xC (1).jpg (156.19 KiB) געזען 735 מאל

דער עולם איז געזעצן בשבת אחים, עס האט געהערשט א ברודערלעכע שטימונג, אנגענעם און רואיג, עס האט זיך דארט אנטוויקלט א שארפע טענה'ריי וועגן הכשרים, ר' משה יוסל איז אריינגעקומען מיט שטארקע שטעלונגען אין די נושא, זייענדיג אויסגעקאכט אין די פעלד פון צושטעלן עסן פאר אידן, רב גאלדבלום זייענדיג אן אלצווייסער איז אויך נישט שטיל געבליבן, שפעטער ווען מיר האבן געכאפט א שמועס מיטן פאטער פון ר' בער פסח האט ער געזאגט אז ער האט געהערט אז איינער האט געפערליך אטאקירט זיין זון פארן נישט עסן די פלייש אין קערעסטיר, זאגנדיג אז יענער האט געטשעפעט פערזענליך, זיך אויסדרוקנדיג אז דו ביסט נישט ...... רב, דו ביסט קעמעטשע רב, ווייל זיין זיידע איז געווען רב אין קעמעטשע... איך האב נישט מיטגעהאלטן אז ס'זאל גיין אזוי שארף אויף אזוי ווייט אז מען האט אים גערופן קעמעטשע רב... ווען איך האלט ווען מיט וואלט איך זיך אפשר אנגענומען פארן רב'ס כבוד, אבער איך בין דאך נישט דארט געווען, אדער האט עס נישט פאסירט... האב איך נישט זוכה געווען זיך אנצונעמען פארן רב'ס כבוד וועגן...

געזעגענען ביים ציון הקדוש
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום מאנטאג פעברואר 06, 2023 9:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

גאר פיינע ווארע!!!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
שמחה בונם
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 1:46 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!מתוק מדבש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה בונם »

מתוק מדבש....
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הפלא ולעפלע!!!!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
פארבלענדעניש
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 8:51 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבלענדעניש »

גאר גיט!!
copy cut share select all
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

ער תרמ"בט אריין אין גרויסן...
גאר גוט!
אינטערסאנט אז מען האט געלאזט אריינברענגען די גיטאר.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ווער זשואי ניוקאמב?

איך קען נאר די טראדיציאנאלע ניגון,

שקשוקה לי יש,
שוחקת על האש…

#כארכע_גמלא_ספוטניק
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
צדוק
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 23, 2021 9:11 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדוק »

הערליך שיין ;l;p-

איך האף מען פלאנירט שוין די נעקסטע נסיעה, באמת וואלט מען געדארפט יעדע שבת האבן אזאנס אבער כאטש איין מאל א סיזען..
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5253
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

צדוק האט געשריבן:
הערליך שיין ;l;p-

איך האף מען פלאנירט שוין די נעקסטע נסיעה, באמת וואלט מען געדארפט יעדע שבת האבן אזאנס אבער כאטש איין מאל א סיזען..
סעלצער זאל האבן שטארקע גאז, טאר מען עס נישט עפענען יעדע רגע, מען עפענט עס אויף פון צייט צו צייט און אזוי שיסט ארויס געשמאקע גאז,
היא הדין די שבת, עס טאר נישט זיין נאנט איין נסיעה צום צווייטן, אויב יא וועפט עס אויס.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אחינו הספרדים
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 12:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחינו הספרדים »

מה אומר ומה אדבר
איך קום יעצט פון פליגער נאכן וויילן שבת וארא ביי ר' ישעי'לען (אגב, זייער פיין און דערהויבן געווען).
איך האב געטראכט צו אראפשרייבן מיין הלוך ילך במשך די נסיעה אבער איך מיין אז ס'וועט זיך ענדיגן נאך זיבן קנאפע שורות...

דו ביסט ספעציעל מיט'ן אראפשרייבן יעדע איינציגע דעטאל (בעצם נישט נאר שרייבן נאר אויך מיטלעבן יעדע מינוט און יעדע געשעעניש).

איך מיין ס'איז שוין צייט דו זאלסט פארן ערגעצוואו און צוריק קומען באשרייבן וואס איז געווען :)
וויאזוי קען איך איהם לויבן און דאנקען אויף אלע חסדים
וואס ער טוהט און טוהט מיט מיר יעדן טאג נאך און נאך
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

הייליג הייליג!
יעצט געליינט די גאנצע אין איין אטעם! Wow wow wow
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

שטויביג האט געשריבן:
הייליג הייליג!
פולי עגרי
יעצט געליינט די גאנצע אין איין אטעם!
דאס האף איך איז א שטיקל גוזמא
שקויעך גדול תרמי,
ווי לאוו יאר סטאף
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הארזים האט געשריבן:
ער תרמ"בט אריין אין גרויסן...
גאר גוט!
אינטערסאנט אז מען האט געלאזט אריינברענגען די גיטאר.
די גיטאר איז אזוי שטילערהייט אנגעקומען, דני האט געוואלט פאלגן האט ער עס נישט אריינגעברענגט אבער ווען די קומזיץ איז שוין געווען אויף הויכע טענער האט עס איינער געברענגט, דעמאלטס האט מען נישט געכאפט אז מ’פאלגט נישט די תקנות
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

הארזים האט געשריבן:
צדוק האט געשריבן:
הערליך שיין ;l;p-

איך האף מען פלאנירט שוין די נעקסטע נסיעה, באמת וואלט מען געדארפט יעדע שבת האבן אזאנס אבער כאטש איין מאל א סיזען..
סעלצער זאל האבן שטארקע גאז, טאר מען עס נישט עפענען יעדע רגע, מען עפענט עס אויף פון צייט צו צייט און אזוי שיסט ארויס געשמאקע גאז,
היא הדין די שבת, עס טאר נישט זיין נאנט איין נסיעה צום צווייטן, אויב יא וועפט עס אויס.
אוי אוי אוי, פארוואס פארגינסטו נישט יעדע וואך נאך א נסיעה...

מ’וועט דיך מיטנעמען נעקסטע מאל...

זאגסט א נקודה וועגן די סעלצער..
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8520
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אחינו הספרדים האט געשריבן:
מה אומר ומה אדבר
איך קום יעצט פון פליגער נאכן וויילן שבת וארא ביי ר' ישעי'לען (אגב, זייער פיין און דערהויבן געווען).
איך האב געטראכט צו אראפשרייבן מיין הלוך ילך במשך די נסיעה אבער איך מיין אז ס'וועט זיך ענדיגן נאך זיבן קנאפע שורות...

דו ביסט ספעציעל מיט'ן אראפשרייבן יעדע איינציגע דעטאל (בעצם נישט נאר שרייבן נאר אויך מיטלעבן יעדע מינוט און יעדע געשעעניש).

איך מיין ס'איז שוין צייט דו זאלסט פארן ערגעצוואו און צוריק קומען באשרייבן וואס איז געווען :)
קודם הייב אן שרייבן וועסטו זעהן אז ס’גייט פארנעמען מער ווי זיבן שורות, טריי דיך צו דערמאנען זאכן, עפעס וועט ארויסקומען. מיט די צייט ווען דו וועסט פארן נאכאמאל וועסטו שוין קענען בעסער אויפכאפן זאכן, מ’לערנט זיך מיט די צייט.
אליעזר ב.
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 3:17 pm

Re: צוויי מענטשן שווימען אין א טייך! א שבת אין קערעסטיר מיט הייליגע בעלי שם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ב. »

איך האלט אז ווען תרמב זאל באשרייבן א פשוטע שחרית אין ראדני
וואלט דאס אויכעט גיווען צו באלעקן די פינגער
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”