היינטיגע אמונת צדיקים

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך פארווייטאגט »

איך זעה דא, אז יעדער האט זיך זיין בליק, לויט וואס ער אליין האלט אויף זיין רבי'ן.

איז פארוואס אינעם בחצרות אשכול, לייגט מען עס אראפ כאילו ווער ווייסט וואס?

הא לן והא להו, דאס איז פאר מיר צו וויסען, און יענץ איז פאר יענעם צו גלייבן.

ווען איהר וועט זיין אויפריכטיג, אפען און אמת'דיג אינעם בחצרות אשכול, וועט אייך זיין לייכטער צו זעהן אז עס איז דא גענוג און נאך רבי'ס וואס זיי האט דער בעל שם הקדוש געמיינט.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך מי יודע »

תינוק האט געשריבן:
תירוצים האט געשריבן:
גראַדע האט געשריבן:
איז אזוי

דעיס איז זעכער אז ס'דא צדיקים היינט צוטאגס. ד.מ. אידן וואס זענען דבוק אינעם אייבערשטען.

דעיס איז אבער אויך זעכער אז זיי זענען נישט אזויווי די אמאליגע. דאס הייסט אז זיי האבן נישט קיין התגלות אזויווי אמאל. די הסתרה איז עפטער אלל גאר גרויס בזמנינו.

יעצט דארפמען זיין דבוק אין אזאנע אידן?!? זיכער אז יא! די זעלבע ריזן פארוואס מ'זאל האבן געווען דבוק אמאל, אז די זאלסט קענען שטייגן און אידישקייט. (אין די זעלבע ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט געדארפט זיין אסיפת חברים זיך צו מחזק זיין אין די נסיונות ברוח ובגשם)

יעצט, אויב רביים זענען די אידן? לעני"ד מיינעך אז רוב מאל נישט! ווי אויך איז בעסער צו האבן א פריוואטע מורה דרך, וואס האט מער צייט פאר דיר. ואעפ"כ האלט איך אז מ'דארף זיין אינטערגעווארפן אינטער א רבי פון א קהילה (ווי די באלאנגסט) זיי מיינען זיכער נישט קיין שלעכטס, און ס'גוט פאר די עקזיסטענץ פון כלל ישראל..
ענדליך איינער מיט סאמטינג קלאר !
אויב פארשטיי איך גוט דיי קלארע רייד, מיינט עס אז רוב רביס היינט זענען נישט דבוק אינעם אייבערשטן, כאטש וואס שלעכט מיינען זיי נישט.
לכאו' די רבי פון די קהילה ווי דו באלאנגסט איז פון דער מיעוט... אדער איז ער נישט דבוק און דערפאר ווילסטו האלטן אז רוב זענען אזוי.

אני לכשלעצמי בין איידל מוחה אויף די רייד, און טוה זיי קאטאגאריש אפלייקענען.
כאטש וואס איך האלט אז ס'איז דא א מיעוט וואס זענען נישט גענוג דבוק טאקע, און אז עס קען זיין אומבאקאנטע אידן וואס זענען נאך מער דבוק ווי אסאך רביס.
גא"מ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך מי יודע »

טשארלס דער דריטער האט געשריבן:
דרייען זיך יודן אנליין איינער מיט אן היתר צוויי אן, און זענען גאנצע פארשטייערס איבער צדיקים, היינטיגע אמאליגע, זיי קענען עדות זאגן אז וואס איז אמאל געווען איז היינט נישטא, און די עולם שאקלט מיט די קאפ, מען איז זיך איינעם די צווייטע מחזק אז מען קען טיען וואס מען וויל די צדיקים היינט זענען סייווי נישט געניג הייליג אז איך חשובע יוד זאל זיי דארפן פאלגן, דאס טראכט מען נישט קלאר, דאס איז אזוי סוב קאנשעס אבער עס שרייט.

ר' יוד, עס איז היינט דא גרויסע גרויסע יודן, הייליגע נשמות דרייען זיך צווישן אינז, מען קען זוכה זיין און כאפן א בליק אויף זיי, אביסל נענטער צו ווערן דורך זיי צום הייליגן באשעפער.

וויאזוי עס איז היינט קעגן אמאל, ווייס איך נישט, עס איז משמע אין הייליגע ספרים אויף ביידע וועגן, עס קען אפילו זיין היינט שטערקער ווי אמאל, הגם די הסתר ווערט אמאל שטערקער און שטערקער, מיז נישט זיין אז עס אפעקטירט די צדיקי דורנו.

דאס איז א נושא וואס מיר קליינע קינדער האבן נישט אריינצרעדן, און מאך נישט קאלט יענם ווייל די ביסט ליידער אזוי.
;l;p-
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
נקודה למחשבה
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 15, 2022 10:38 am
לאקאציע: מיטן מחשבה גייט דער מענטש

Re: היינטיגע אמונת צדיקים

תגובה דורך נקודה למחשבה »

דאס איז פונעם הייליגן עטרת צבי, עס געט אביסל קלארקייט אין דעם נושא.
Screenshot 2022-10-06 220012.png
Screenshot 2022-10-06 220012.png (122.66 KiB) געזען 185 מאל
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-10-06 220042.png
Screenshot 2022-10-06 220042.png (97.24 KiB) געזען 185 מאל
שוועריקייטן שטייען נישט אין דיין וועג, זיי זענען דיין וועג!
פארשפארט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”