וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

פעיק ניוז האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
'סעמי טאטש' האב איך שוין עקספיריענסד. עס זענען דא געוויסע גלעזערס וואס ארבעטן מיט רעמאטס וואס מען האלט אין די הענט. אבער עס איז נישט קיין רעמאט אויף וואס מען דארף דריקט באטאנס אנצושטעלן וואס מען זאל זען, נאר איינמאל דו האלטסט דעם רעמאט אין דיין האנט און דו האסט אן דעם גלעזער, קענסטו מיט דיין האנט קאנטראלירן וואס דו ווילסט טון אין דעם פילם 'וואו דו ביזסט'. לדוגמא, אין מיין פאל האב איך זיך געפינען אין א שטוב וואס האט אן עלעוועיטאר. יעצט, וויאזוי עפן איך דעם עלעוועיטאר טיר? פשוט, דער עלעוועיטאר האט דאך קנעפלעך נעבן דעם טיר. וויאזוי דריק איך א קנעפל וואס עקזיסטירט נישט? פשוט, שטרעק אויס די האנט אין קליק דעם קנעפל וואס דו זעסט דארט. כך הוה, איך האב געדריקט דעם קנעפל און דער טיר האט זיך געעפנט.
נו? האסטו נישט ממש געפילט ווי די דריקסט די באטאן פונעם עליוועיטער? אוודאי נאר אין קאפ ( דמיון) מ'רעדט דאך נישט דא עכט
דאס איז נישט מישוש. ניין איך האב עס נישט געשפירט, איך האב עס געזען און געטון.
אקעי דאן בטעם ומישו''ש אין להתוכח.
אבער איך האב יא געשפירטווי איך דריק די באטאן.

(פארשטייט זיך נאכן אויפלאזן מיין מח און עס לאזן דמיון'ען.......)
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

פעיק ניוז האט געשריבן:
וואס האסטו יא געשפירט?

טאטשן אנדערע חפצים. און ווי עפעס רירט מיך אן.......
פעיק ניוז האט געשריבן:

אויף צו זען א זאך מוז עס נישט זיין מאטרעאליסטיש, עס איז גענוג אז עס זעט אויס. אויף צו הערן מוז זיין א 'פאקטישער' קול, מען קען נישט דמיונ'ען ווי מען הערט. אויף צו שמעקן מוז זיין א 'פארקטישער' גערוך דארט וואו דו ביזסט.
כ'בין מחולק מיט דיר קוק וואס כ'האב געשריבן פאר בלייב
חינוך האט געזיגט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

ר' דן האט געשריבן:
ווען עס קומט צו הלכה און השקפה איז אייוועלט מיט רוב פון אירע ליינער אינטערגעווארפן אינטער דעת תורה 100%

צוריק צום נושא.

אלע רבנים אין א''י האבן עס גע'אסר'ט, איז דא איינער וואס האט עס אפציעל מתיר געווען שוין?
כ'ווייס נישט וועם די מיינסט. מיר קוקט נישט אויס די רעדע איז דא צו ס'איז אסור מותר. איך עכ''פ רעד זיכער נישט פון דעם. צו מ'פילט יא עכט צו נישט מאכט נישט אז ס'זאל ווערן אסור אינטערנעט וואס מ'פילט נישט און שמעקט נישט איז אויך אסור.
מ'שמועסט פלעין טויס די פאקטן שבו

און איך זעה נישט פארוואס ווי אר זאל בעצם זיין אנדערש פון אינטערנעט און מאוויס וואס איז ממילא אסור איז מאכט נישט אויס צו מ'פילט יא צו נישט.
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
חנן
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 8:49 am
לאקאציע: ערגעץ ווי

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן »

Rak Tov האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:
איך האב עס אהיימגעברענגט, און געגעבן פאר מינע קינדער צו ליינען. אבער כ'האב צוגעלייגט (פאר מיין גרויסע וואס פארשטייט שוין להבחין) אז בעצם דער ארטיקל קוקט אויס איבערגעשריבן פון א סייט וואס מיין פילטער לאזט נישט דורך...
;l;p- געטראכט די זעלבע, פון ווי האבן זיי צוטריט צו די זאכן? עניוועי, די פוינט איז א ריכטיגע
א מין דומע קשיא...
שרייבער זענען ארטיסטן וואס מאלעווען מיט אותיות.

א שרייבער איז נישט קיין שרייבער צוליב וואס ער שרייבט. נאר ער שרייבט צוליב וואס ער איז א שרייבער.
אוועטאר
ר' דן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:34 pm
לאקאציע: אימבאקאנט

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' דן »

אושפיזין האט געשריבן:
ר' דן האט געשריבן:
ווען עס קומט צו הלכה און השקפה איז אייוועלט מיט רוב פון אירע ליינער אינטערגעווארפן אינטער דעת תורה 100%

צוריק צום נושא.

אלע רבנים אין א''י האבן עס גע'אסר'ט, איז דא איינער וואס האט עס אפציעל מתיר געווען שוין?
כ'ווייס נישט וועם די מיינסט. מיר קוקט נישט אויס די רעדע איז דא צו ס'איז אסור מותר. איך עכ''פ רעד זיכער נישט פון דעם. צו מ'פילט יא עכט צו נישט מאכט נישט אז ס'זאל ווערן אסור אינטערנעט וואס מ'פילט נישט און שמעקט נישט איז אויך אסור.
מ'שמועסט פלעין טויס די פאקטן שבו

און איך זעה נישט פארוואס ווי אר זאל בעצם זיין אנדערש פון אינטערנעט און מאוויס וואס איז ממילא אסור איז מאכט נישט אויס צו מ'פילט יא צו נישט.
נישט געמיינט דיר, געמיינט א צווייטן.

איך האב גראדע שטארק הנאה ווי די קלארסט אויס די נושא אביסל.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

ר' דן האט געשריבן:
אלע רבנים אין א''י האבן עס גע'אסר'ט
נישט אמת.

נ. ב. די זעלבע רבנים וואס האבען עס גע'אסר'ט האבען, דאכט זיך, אויך גע'אסר'ט ווידיאו, און נישט נאר פאר יארן צוריק, נאר יעדע פאר חדשים ווערט ירושלים פון פריש באהאנגען מיט צעטלעך איבערן איסור פון ווידיאו, מיט היינטיגע חתימות.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

שוין לאנג געוואונדערט פשט דערפון, ערליכע רבנים ודיינים האבן די לעצטע פאר געקוקט די בית המקדש גלעזער מיט גרויס השתפכות הנפש
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ר' דן האט געשריבן:
ווען עס קומט צו הלכה און השקפה איז אייוועלט מיט רוב פון אירע ליינער אינטערגעווארפן אינטער דעת תורה 100%

צוריק צום נושא.

אלע רבנים אין א''י האבן עס גע'אסר'ט, איז דא איינער וואס האט עס אפציעל מתיר געווען שוין?
מיין רבי לאזט נישט וואוינען אין ארץ ישראל סוא ברענג מיר די ניו יארקע רבנים וואס אסר'ן עס.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
אלעס פיין און וואויל, דאס גייט איבערנעמען די איצטיגע וועלט עז ווי קנוא איט? די צוויי גייען זיין ווי מעסער-שטעך אוואו וואל-מארט מיט אמאזאן? אדער גייט די עכטע וועלט זיין דאמינירנד און די VR בלויז פאר חול המועד?
אוודאי נישט.
פונקט ווי דו האסט זיך נישט געקענט פארשטעלן צוואנציג יאר צוריק ווי ווייט דער סמארטפאון וועט איבער נעמען אזויפיל פונקציעס פונעם לעבן, און אזויפיל צייט פונעם טאג, ס׳זעלבע אקוראט וועט זיך איבערשפילן מיט VR אויב נישט אויף א טיפערע לעוול
חלומות
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מ'קען שמעקן דורך VR. איך ווייס נישט פינקטליך וועלכע עקוויפמענט ס'פעלט אויס פאר דעם, אבער ס'ארבעט דורכדעם וואס אן אריינגעבויטע לאבראטאריע מאכט נאך דעם זעלבן שמעק מיט כעמיקאלן. טאפן קען מען אויך דורך ספעציעלע הענטשיך, וועלכע גיבן ארויס כוואליעס און וויברירונגען וואס פילן גענוי ווי די זאך וואס מ'טאפט.

פילן א טעם אין עסן איז נישט שייך. אפשר ווען מ'וועט לייגן עפעס אין מויל וואס וועט נאכמאכן דעם טעם (און מ'וועט באהעפטן א רער צום מאגן וואס וועט גיבן די ערנערונג [nutrition]). דעמאלט וועט קענען שבעה עשר בתמוז נאכמיטאג שפירן א געשמאקע קאווע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

fiena nieas האט געשריבן:
יקוש פייוויש האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
אלעס פיין און וואויל, דאס גייט איבערנעמען די איצטיגע וועלט עז ווי קנוא איט? די צוויי גייען זיין ווי מעסער-שטעך אוואו וואל-מארט מיט אמאזאן? אדער גייט די עכטע וועלט זיין דאמינירנד און די VR בלויז פאר חול המועד?
אוודאי נישט.
פונקט ווי דו האסט זיך נישט געקענט פארשטעלן צוואנציג יאר צוריק ווי ווייט דער סמארטפאון וועט איבער נעמען אזויפיל פונקציעס פונעם לעבן, און אזויפיל צייט פונעם טאג, ס׳זעלבע אקוראט וועט זיך איבערשפילן מיט VR אויב נישט אויף א טיפערע לעוול
חלומות
קיינער ווייסט נישט. נישט מעגליך פאראויסצוזאגן.

אזויפיל יא, פאר פערציג יאר צוריק האט די וועלט אויסגעקוקט גענצליך אנדערש ווי היינט, און ס'איז קלאר אז פערציג יאר ארום גייט עס אויך אויסקוקן גענצליך אנדערש.

גראדע איז דער סמאטרפאן בכלל נישט די זאך וואס האט די מערסטע געטוישט די מענטשהייט. אינטערנעט און קאמפיוטער קומען אריין די ערשטע פון די לעצטיגע טעכנאלאגיעס. פריער איז עס געווען דער טעלעפאן, לייט באלב, קאר, און עראפלאן. אין די קומענדיגע צען-צוואנציג יאר וועלן מסתמא די הויפט ענדערונגען קומען דורך דרייווערלאזע קארס, 3D פרינטערס, AI, און VR.

דער טעילארייזער: @Yang2020
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

שיק איך א לינק פון די אשכול צום מחבר פון ביהמ"ק גלעזער און ער ענטפערט צוריק מיין פילטר לאט נישט דורך אייוועלט

שטייט א בן תורה אנע ציטריט צי אייוועלט און מאכט א זאך וואס רבנים געבן אים הסכמה און קוקן עס מיט דורשט

ער מאכט עס כשר אנע ווידעא בלויז סליידס

קומט מען אויף אייוועלט און מווייזט ווידעא - הנאסר על ידי כל גדולי ישראל בימים ההם - ווי מקוקט א אנדערע אומכשרע גלעזער און מען ווייזט דא א ווידעא דערפון און מיט די ווידעא ברענגט מען ראיות צי אסרן יענעםס כשרע פרנסה..

אין קורצן: ווידעא איז געאסרט געווארן אפילו בלי VR און סליידס איז נישט אסור געווארן אפילו מיט VR
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

VR פאר זיך דארף נישט זיין קיין גרעסערע פראבלעם ווי ווידיאו. די פראבלעם איז נאר אויב די אינטערנעט וועט ראנען אויף דעם אופן - וואס דעמאלטס איז עס א חורבן עולם.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

געוואלטיג האט געשריבן:

אין קורצן: ווידעא איז געאסרט געווארן אפילו בלי VR און סליידס איז נישט אסור געווארן אפילו מיט VR
זייער א געשמאקע טאלקינג פוינט אראפצורייסן אייוועלט (בד"וו איך קוק נישט קיין ווידיאוס) אבער די VR גלעזער איז יא גע'אסר'ט געווארן דורך רבנים, אויך די סליידס ווערסיע (אין רוב פלעצער ווערט געוויזן די ווידיאו ווערסיע, סתם לידיעה).
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

איך האב דורכגעליינט ביז אהער, הנאה געהאט פון די קאמענטארן פון די ליינער. איך האב באזונדער הנאה געהאט אז דער עולם האט פארשטאנען וואס איך ברענג ארויס, וויבאלד מיינע ווערטער זענען געווען געמאסטן און געוואויגן. איך האב אויך געזען די קושיות און שאלות פון געוויסע ליינער, ווי אויך שפעקולאציעס אז אלעס איז דמיונות וחלומות.

קודם-כל, איך האב אסאך געליינט און געטון אין דעם נושא, ווי אויך דורכגעשמועסט מיט געוויסע מומחים. איך האב נישט די צייט צו שרייבן לאנגע מאמרים, איך וועל אבער שרייבן אפאר קורצע זאכן.

צום אלעמען ערשטן זאלט איר וויסן, אז ס'איז נאך אסאך מער און ווייטער פון וואס מען שטעלט זיך פאר. ווי ווייט דאס וועט בפועל אנקומען, קען מען נישט פאראויס שאצן יעצט, אבער זייערע פלענער זענען זיכער זייער ווייט, און עס ווערט אינוועסטירט דערין ביליאנען.

מענטשן האבן אסאך קושיות, ווי אזוי עס גייט ארבעטן אינאיינעם מיט די אמת'ע וועלט. נישט אלעס קען מען פאראויס וויסן, אבער מער ווייניגער איז פארהאן ענטפערס אויף יעדע שאלה וואס מענטשן האבן געשריבן און געפרעגט.

אויף די שאלות ווי אזוי עס איז בכלל מעגליך דער חוש המישוש, וואס מענטשן האבן געזאגט אז ס'וועט קיינמאל נישט פאסירן און ס'קען נישט געשען. לאמיר אייך דערמאנען אז מיט 200 יאר צוריק, וואלט איר געזאגט אז עס איז אוממעגליך צו רעדן אין אמעריקע אז מען זאל דאס הערן ביז כינע. אפילו אויב מען וואלט אייך געזאגט אז מען ארבעט אויף אזא פאטענט, וואלט איר געזאגט אז ס'איז חלומות מיט דמיונות, דעם באשעפער'ס וועלט קען מען נישט טוישן (און מ'קען טאקע נישט!) אויב וואלט מען צו אייך גערעדט איבער א רעקארד-פלעיער (איך רעד שוין נישט פון היינטיגע רעקארדערס), וואלט איר יענעם אויסגעלאכט - הלמאי, א קול קען מען אנכאפן, אוועקלייגן ערגעץ אז מען זאל דאס קענען איבערהערן? - און לאמיר שוין זאגן אז יא - פוסטע דמיונות, אבער לאמיר שוין זאגן - איז נאך וואס דו לאזט ארויס דעם קול, ווי אזוי קענסטו עס ווייטער איבערהערן? - וואס האקסטו א טשייניק.

דאס זעלבע איז מיט די ווידאו, און אלע היינטיגע לייוו-האקאפס, אריינגערעכנט, אויב וואלט מען אייך געזאגט צען יאר צוריק איבער 3D און 4D.

נאכמער; אויב זאגט מען אייך 2,000 יאר צוריק, אז עס וועט קומען א צייט, וואס א מענטש וועט שפאצירן שעות לאנג בחצות הלילה אינדרויסן אויף די גאס, און ער וועט נישט ציטערן פון א לייב אדער אן אנדערע חיה, אדער פון גזלנים - פארקערט, די גאסן וועלן זיין באלויכטן און ליכטיג - וואלט איר געזאגט אז דער מאן דארף א דאקטער נייטיג.

א מענטש האט א טבע, אז עס לייגט זיך אים נישט אויפן שכל, א זאך וואס ער זעט נישט פאר די אויגן.

פונקט אזוי איז מיט די קומענדיגע. מיר ווייסן נאכנישט ווי אזוי עס וועט ארבעטן דעם חוש המישוש, אבער איר קענט זיכער זיין אז מען ארבעט דערויף, מען אינוועסטירט ביליאנען דערויף. דער עולם המסחר דארף דאס נייטיג האבן.

מענטשן פרעגן פארוואס איז דאס אזוי וויכטיג אז מען זאל אינוועסטירן דערין אזויפיל געלט: עס וועט הייבן די עסן אינדארסעריע אויף כח. ווען איר שפאצירט אריין אין א רעסטאראנט, איר שמעקט דעם שמאלציגן זופ, איר כאפט אן מיט די אייגענע ידיים די סענדוויטש, ציעט עס אייך אסאך מער איינצוקויפן דערמיט און זיך ערלויבן די תאוה, אסאך מער ווי היינט ווען מען קען נישט שמעקן און מען קען נישט טאפן, והדברים ברורים.

אנדערע פרעגן, אז אויב קען מען שמעקן, טאפן און אפילו עסן, טא, פארוואס זאל מען מוזן איינקויפן און באצאלן געלט דערפאר? - דער ענטפער איז טאקע אט דאס. ווען איר זעט א זאפטיגן רויטן אייסקריעם, און איר שפירט אז איר מוזט דאס האבן, אפילו ווירטואליש פארזוכן, וועט איר באצאלן געלט דערפאר. און אוודאי אויב איר וועט עס וועלן האבן אין פאקטישן וועלט, און עס וועט דארפן ווערן דערליווערט צו אייך, וועט עס ציען אסאך מער צו קויפן. די גאנצע אינדארסיעריע פון באשטעלן א נאכטמאל פון רעסטעראנטן, לויט ווי איר זעט אויפן סמארטפאון, וועט האבן אן אנדערע משמעות, און עס וועט אסאך מער ציען און ממילא וועלן אסאך מער מענטשן קויפן.

און כמובן, נעמט דעם משל און טראנספארטירט אים אויף די נמשל ודו"ק.

אנדערע פרעגן פארוואס דארף מען קויפן ספעיס, ריעל-עסטעיט וכדו'. איינער האט געענטפערט אז דאס איז לדוגמא פאר א מאלל, וואס דאס איז אמת, אבער אפילו אין פריוואטע הייזער. א מענטש וועט זיך דינגען א ווירטואלע אפיס, ווייל ער וויל ארבעטן באקוועם. אויף די וועלט ליגט ער אין בעט, אבער ווירטואליש טוט ער פאקטיש געוויסע זאכן, ער וויל דאס טון פון א באקוועמע אפיס מיט שיינע פורנוטשער, דינגט ער זיך אן אפיס, וואס איז נישט פארהאן במציאות, אבער ווירטואליש איז עס פארהאן, ס'איז אים גוט אויפן הארץ אז ער ארבעט פון דארט און ער באצאלט געלט דערפאר.

איר לאכט? - וויפיל קאסט אויפצוהאלטן א וועבסייט? - וויפיל מענטשן באצאלן דערפאר און פארוואס? - וואס פונקטליך באקומט ער פאר זיין געלט? - א איד אין דעם אלטן דארף, זיצנדיג אין קרעטשמע, וואלט געלאכט פון דעם אייניקל וואס צאלט אלפים חודש'ליך פאר א וועבסייט וואס דערליווערט נישט קיין הארטע סחורה פאר א מענטש.

פונקט אזוי וועלן מענטשן פארמאגן הייזער. ער וויל האבן א הערליכער ליווינג-רום מיט א דיינינג רום, ס'פעלט אים שטארק אויס. ער וועט זיך האבן זיינע שכנים און קאמפאני, יעדע נאכט וועט מען מאכן א גריל און פארברענגען אינאיינעם. דברים פשוטים מאוד.

כדאי צו פארשטיין בעסער: משל'ט אייך אויס אייוועלט, אלס א שטאט. איר טוט זיך אן די ברילן און איר זעט א שטאט. איין געגנט הייסט "פארברענגען", א צווייטע געגנט הייסט "ידיעות התורה". וואו ווילט איר וואוינען? - מיט וועמען ווילט איר טשילן? - א הויז נעבן איין ניק קאסט טייערער ווי א הויז נעבן א צווייטע ניק... מ'גייט קומען אין בית-המדרש, די מנהלים וועלן חוסם זיין און אויסשפארן ניק'ס פארן פארלעצן תקנות... ס'וועט אלעס זיין עכט. נישט קיין געשריבענע זאכן אדער ווידאוס.

ס'איז א מערכה שלימה.

און נאכאמאל; ס'איז נאך אסאך מער פון דעם. די תגובה האט זיך פארצויגן לענגער ווי געפלאנט, אפשר באלד וועל איך שרייבן נאך א תגובה מיט נאך פרטים.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

בד"וו VR ווערט שוין גענוצט ביי די ארמיי זיך צו לערנען דרייוון פליגערס וכדומה.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אומאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:46 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאן »

עס איז ידוע פון צדיקים אז יעדעס דור האט זיך זיינע נסיונות.
לדעתי, ווען איינער וועט היינט גייט פירן א מערכה קעגן קאמיניסטן, בודניטן, נעלאגן, פרייע צייטונגן וכו' איז עס ממש נישט אויפ'ן פלאץ. דאס איז נישט די נסיון פון דעם דור.

פונקט אזוי דארף מען פארשטיין אז יעצט גיין פירן א מערכה מיט א דבר שלא בא לעולם איז ממש זינלאז.
VR איז דער נסיון פון אונזערע אייניקלעך. זיי וועלן האבן די כוחות און עצות זיך מתגבר זיין דערמיט.

אונזערע זיידעס האבן נישט געפירט קיין מערכות קעגן דעם טעיפריקארדער און קעגן דעם לייט באלב וכו'. ווען עס איז אונטערגעקומען דעם פראבלעם האט מען זיך אקעגן גשעטעלט און באזיגט. מ'דארף נישט נעמען א נסיון פאר די צייט... דערוויל האלט מען נאך נישט דארט.

עס קען גאר נאך טיפער, די בעל דבר אליין וויל אז מ'זאל אנהייבן די מערכה מיט'ן VR און אזוי נאך אפלאזן די אינטרנט און אייפון מערכות.
די שטייגער איז דאך אזוי אז ווען די מערכה אויף אינטרנט איז אינטער געקומען איז די מערכה קעגן ווידיאו שוואך געווארן [טאקע דא לעצטענסט וואס ווילן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף ווידיאו].
גייט מען בקרוב דארפן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף אינטרנט???
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

תגובה דורך winner »

אומאן האט געשריבן:

מען דארף זיך שלאגן נאך פאר עס ווערט א פראבלעם נאכדעם קען שוין זיין שפעט, היינט זעהן שוין פילע איין אז מען דארף נישט האבן קיין סמארטפאנס קען מען עס יעצט אסרן? וואלט נישט בעסער געווען ווען מען לאזט עס נישט מלכתחילה?
אוועטאר
videoff
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:44 am

תגובה דורך videoff »

פארוואס טראכט איר אז עס איז נאך א דבר שלא בא לעולם?
וויפיל יודן דארפן אוועקפאלן אז מען זאל שוין מעגן רעדן וועגן דעם?
אויף מיין דעווייס קען מען נישט זען קיין ווידיא
ווייל איך האב אינסטאלט Videoff
מער פרטים

videoff האט געשריבן:

די אינטערנעט ווען עס האט זיך אנגעהויבן האבן אויך פילע נישט פארשטאנען די איסור.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

געוואלטיג האט געשריבן:

אין קורצן: ווידעא איז געאסרט געווארן אפילו בלי VR און סליידס איז נישט אסור געווארן אפילו מיט VR

אומאן האט געשריבן:
ע [טאקע דא לעצטענסט וואס ווילן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף ווידיאו].
גייט מען בקרוב דארפן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף אינטרנט???
אמת אז דער חת"ס האט געזאגט מזאל האקן נאר אויף נייע פירצות און נישט אויף אלטע וואס איז שוין איינגעריסן
פארט איז אבער א דבר חשוב און א גדר וסייג ווער עס קוקט נישט ווידעא אפילו ווען סאיז שוין איינגעריסן
און מעגליך אז אפילו מיט ווידעא טאר מען נישט זיין צופיל פארנומען לפי שיטת החת"ס צי פירן בעיקר מערכות אויף די היינטיגע פירצות

אבער דא רעדט מען אז מהאט עס געמאכט אנע ווידעא אויף א כשרע אופן וואס דאן האט עס דאך נישט די פראבלעם אויך נישט דעריבער איז דא ביידע נקודות
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
videoff
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 12:44 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך videoff »

winner האט געשריבן:
videoff האט געשריבן:
אומאן האט געשריבן:
עס איז ידוע פון צדיקים אז יעדעס דור האט זיך זיינע נסיונות.
לדעתי, ווען איינער וועט היינט גייט פירן א מערכה קעגן קאמיניסטן, בודניטן, נעלאגן, פרייע צייטונגן וכו' איז עס ממש נישט אויפ'ן פלאץ. דאס איז נישט די נסיון פון דעם דור.

פונקט אזוי דארף מען פארשטיין אז יעצט גיין פירן א מערכה מיט א דבר שלא בא לעולם איז ממש זינלאז.
VR איז דער נסיון פון אונזערע אייניקלעך. זיי וועלן האבן די כוחות און עצות זיך מתגבר זיין דערמיט.

אונזערע זיידעס האבן נישט געפירט קיין מערכות קעגן דעם טעיפריקארדער און קעגן דעם לייט באלב וכו'. ווען עס איז אונטערגעקומען דעם פראבלעם האט מען זיך אקעגן גשעטעלט און באזיגט. מ'דארף נישט נעמען א נסיון פאר די צייט... דערוויל האלט מען נאך נישט דארט.

עס קען גאר נאך טיפער, די בעל דבר אליין וויל אז מ'זאל אנהייבן די מערכה מיט'ן VR און אזוי נאך אפלאזן די אינטרנט און אייפון מערכות.
די שטייגער איז דאך אזוי אז ווען די מערכה אויף אינטרנט איז אינטער געקומען איז די מערכה קעגן ווידיאו שוואך געווארן [טאקע דא לעצטענסט וואס ווילן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף ווידיאו].
גייט מען בקרוב דארפן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף אינטרנט???
פארוואס טראכט איר אז עס איז נאך א דבר שלא בא לעולם?
וויפיל יודן דארפן אוועקפאלן אז מען זאל שוין מעגן רעדן וועגן דעם?
די אינטערנעט ווען עס האט זיך אנגעהויבן האבן אויך פילע נישט פארשטאנען די איסור.
לויט ווי איך פארשטיי (עכ''פ איך האף אזוי) איז די גאנצע טענעריי דא אויב עס איז געווארן אסור, און נישט אויב עס זאל זיין אסור ווייל דאס האט אויסשליסליך מיט רבנים און וואס זיי זאגן דאס איז, אפי' אויב איר ווילט נישט אדער איר טראכט אנדערש (און אפי' זיי מאכן א טעות טוישט עס נאך אלץ נישט די הלכה)
אויף מיין דעווייס קען מען נישט זען קיין ווידיא
ווייל איך האב אינסטאלט Videoff
מער פרטים
אומאן
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 10, 2022 6:46 pm

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאן »

winner האט געשריבן:
אומאן האט געשריבן:
עס איז ידוע פון צדיקים אז יעדעס דור האט זיך זיינע נסיונות.
לדעתי, ווען איינער וועט היינט גייט פירן א מערכה קעגן קאמיניסטן, בודניטן, נעלאגן, פרייע צייטונגן וכו' איז עס ממש נישט אויפ'ן פלאץ. דאס איז נישט די נסיון פון דעם דור.

פונקט אזוי דארף מען פארשטיין אז יעצט גיין פירן א מערכה מיט א דבר שלא בא לעולם איז ממש זינלאז.
VR איז דער נסיון פון אונזערע אייניקלעך. זיי וועלן האבן די כוחות און עצות זיך מתגבר זיין דערמיט.

אונזערע זיידעס האבן נישט געפירט קיין מערכות קעגן דעם טעיפריקארדער און קעגן דעם לייט באלב וכו'. ווען עס איז אונטערגעקומען דעם פראבלעם האט מען זיך אקעגן גשעטעלט און באזיגט. מ'דארף נישט נעמען א נסיון פאר די צייט... דערוויל האלט מען נאך נישט דארט.

עס קען גאר נאך טיפער, די בעל דבר אליין וויל אז מ'זאל אנהייבן די מערכה מיט'ן VR און אזוי נאך אפלאזן די אינטרנט און אייפון מערכות.
די שטייגער איז דאך אזוי אז ווען די מערכה אויף אינטרנט איז אינטער געקומען איז די מערכה קעגן ווידיאו שוואך געווארן [טאקע דא לעצטענסט וואס ווילן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף ווידיאו].
גייט מען בקרוב דארפן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף אינטרנט???
מען דארף זיך שלאגן נאך פאר עס ווערט א פראבלעם נאכדעם קען שוין זיין שפעט, היינט זעהן שוין פילע איין אז מען דארף נישט האבן קיין סמארטפאנס קען מען עס יעצט אסרן? וואלט נישט בעסער געווען ווען מען לאזט עס נישט מלכתחילה?
אוודאי דארף מען זיך שלאגן ווי נאר די נסיון קומט אן. דא איז די נסיון נאך נישט דא.
גדולי ישראל האבן זיך געשלאגן אויף ווידיאו. נישט אויף טעיפריקארדעס און בילדער ווייל די זאכן אליין זענען נאך נישט געווען אונזערע נסיון.
די זעלבע זאך דא.
ווען עס וועט זיין דברים אסורים וואס טארגעטן אונז וועט מען ארויסשרייען.
מיט יעצט אננהייבן דעם מערכה גייט מען אפלאזן די אינטרנט מערכה.
[איך קלער יעצט אז זינט די מערכה קעגן אייפון'ס איז די מערכה קעגן אינטרנט בכלל שוואכער געווארן]
איז שוין די צייט צו כשר'ן די אייפון און גייט צום נעקסטן נסיון???
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

videoff האט געשריבן:
winner האט געשריבן:
videoff האט געשריבן:
אומאן האט געשריבן:
עס איז ידוע פון צדיקים אז יעדעס דור האט זיך זיינע נסיונות.
לדעתי, ווען איינער וועט היינט גייט פירן א מערכה קעגן קאמיניסטן, בודניטן, נעלאגן, פרייע צייטונגן וכו' איז עס ממש נישט אויפ'ן פלאץ. דאס איז נישט די נסיון פון דעם דור.

פונקט אזוי דארף מען פארשטיין אז יעצט גיין פירן א מערכה מיט א דבר שלא בא לעולם איז ממש זינלאז.
VR איז דער נסיון פון אונזערע אייניקלעך. זיי וועלן האבן די כוחות און עצות זיך מתגבר זיין דערמיט.

אונזערע זיידעס האבן נישט געפירט קיין מערכות קעגן דעם טעיפריקארדער און קעגן דעם לייט באלב וכו'. ווען עס איז אונטערגעקומען דעם פראבלעם האט מען זיך אקעגן גשעטעלט און באזיגט. מ'דארף נישט נעמען א נסיון פאר די צייט... דערוויל האלט מען נאך נישט דארט.

עס קען גאר נאך טיפער, די בעל דבר אליין וויל אז מ'זאל אנהייבן די מערכה מיט'ן VR און אזוי נאך אפלאזן די אינטרנט און אייפון מערכות.
די שטייגער איז דאך אזוי אז ווען די מערכה אויף אינטרנט איז אינטער געקומען איז די מערכה קעגן ווידיאו שוואך געווארן [טאקע דא לעצטענסט וואס ווילן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף ווידיאו].
גייט מען בקרוב דארפן דערמאנען די פארגעסענע איסור אויף אינטרנט???
פארוואס טראכט איר אז עס איז נאך א דבר שלא בא לעולם?
וויפיל יודן דארפן אוועקפאלן אז מען זאל שוין מעגן רעדן וועגן דעם?
די אינטערנעט ווען עס האט זיך אנגעהויבן האבן אויך פילע נישט פארשטאנען די איסור.
לויט ווי איך פארשטיי (עכ''פ איך האף אזוי) איז די גאנצע טענעריי דא אויב עס איז געווארן אסור, און נישט אויב עס זאל זיין אסור ווייל דאס האט אויסשליסליך מיט רבנים און וואס זיי זאגן דאס איז, אפי' אויב איר ווילט נישט אדער איר טראכט אנדערש (און אפי' זיי מאכן א טעות טוישט עס נאך אלץ נישט די הלכה)
איך העל זאגן די אמת ווען איך האב געזעהן די צעטלעך האט מיר עס געבאדערט און געהאלטן אז עס איז אביסל צופיל אבער נאכן זעהן די אויפקלערונג און אז מען טראכט קען מען שטום ווערן ווי טיף דאס גייט, זאג איך שוין גארנישט הגם מען וואלט אפשר געדארפט שרייבן מער בכלליות
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וועקטס ענק אויף! VR גלעזער, די קומענדיגע שטורעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

@חסדי איך גלייך דיין משל אויף אייוועלט, איך וואלט געוואלט אריינשפאצירן אין די VR אייוועלט....
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”