וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב לְבָנָיו לָמָּה תִּתְרָאוּ - מיר זענען אין גלות, ווארפט זיך נישט אין די אויגן

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כי הוא זה
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 12, 2022 2:22 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

Re: וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב לְבָנָיו לָמָּה תִּתְרָאוּ - מיר זענען אין גלות, ווארפט זיך נישט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כי הוא זה »

הונדערט פראצענט יעדעס ווארט.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב לְבָנָיו לָמָּה תִּתְרָאוּ - מיר זענען אין גלות, ווארפט זיך נישט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

וויאזוי וועלן אונזערע מאגאזינען באקומען די גאר וויכטיגע אינטערוויו'ס מיטן גאווערנאר (און דערנאך נישט לייגן א בילד פון איר) אויב זיי וועלן נישט לאזן הערן זייער קריוודע בשער בת רבים?

ערנסט גערעדט, דער מציאות אין אמעריקע איז אז מען פארלאנגט נישט, באקומט מען נישט. וויכטיג מאכער זשורנאליסטן זענען א גרינגע טארגעט פאר די סארט קריטיק, אבער יעדער פארשטייט אז נישט פונקט דאס - פון אונזער גאנצער התנהגות אויף אלע פראנטן - באדערט און שטעכט אויס די אויגן פארן גוי. עס איז די אנדערע זאכן, די געפעכטן מיט די שכנים און דאס איבערנעמען גאנצע וויליזש'עס, מיליאנען אין גרענטס און בכלל מאסיווע פראיעקטן וואס שטארן ארויס, וועלכע רופן ארויס בייז בלוט. עס איז נישט אלס דא לעזונג דערצו און אמאל איז מען געצווינגען, פארט ברויך מען עטליעסט געדענקען דעם למה תתראו.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6610
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב לְבָנָיו לָמָּה תִּתְרָאוּ - מיר זענען אין גלות, ווארפט זיך נישט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

;l;p- קורץ און שארף

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב לְבָנָיו לָמָּה תִּתְרָאוּ - מיר זענען אין גלות, ווארפט זיך נישט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כשר גערעכט.

ויתערבו בגוים וילמדו מעשיהם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לייקוס
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2020 10:45 pm
לאקאציע: לעיקוואד

Re: וַיֹּאמֶר יַעֲקֹב לְבָנָיו לָמָּה תִּתְרָאוּ - מיר זענען אין גלות, ווארפט זיך נישט אין די אויגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייקוס »

סאיז ליידער א בושה וחרפה וויאזוי א חלק פון אונז זענען ממש אומערצויגען,

איך בין געווען אמאל און ביזנעס לאונדזש קומט צומיר צו איינער מיט שמנה בגדים שווארצע זאקען און ברייט ברייטערע קאפעלידזש,
און זאגט מיר מיט א אומפריינטליכקייט מגיימיר מאכען א מנין מנחה זאג איך עם אוודאי,לאמיר ארויסגיין פון דא ביים טערמינאל איז נאך טויט און סאיז מן הסתם דא דארט נאך אפאר יודען וואס ווייסען נאכנישט אז א היימישע יוד מוז פארען ביזנעס,און לאמיר דארט מאכען די מנין.
זאג ער מיר ניין דא און לאונדזש,פרעג איך עם וואו די זעעסט נישט דא מענשטען ארבעטען דא,שלאפען דא,פלאנסטו איבערצודרייען דעם לאונדזש,מענשטען צאהלען דא גרויס געלט פאר א רואיגע צייט,
זאגט מיר דער ״פפץץ״ די וועלט איז אונזערס און באשאפען געווארען פאר אונז.
וואס זאל איך זאגען סהאט געקאסט א טרער
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”