אבער דאך האב איך די חוצפה, און איך נעם די מייק אין די הענט.
איינער פון אונזער מערסט אינטעליגענטע ניקס, א ניק וואס א יעדער איינער האט שוין הנאה געהאט. יא, איר ווייסט גוט, איך רעד פון נארמי.
מאכט יעצט א שטילע קאמפיין, ווי ער וויל ארויסהעלפן א איד וואס איז נעבעך אריין אין שרעקליכע חובות, וועגן א קראנקע קינד ר"ל.
קומט אלע און די מאסן, אבער ביטע קומען שטיל... ווייל דאס איז "דער שטילע קאמפיין" יעדער איינער ווייסט די גרויסקייט פון געבן צדקה בסתר, וואס אין אידיש מיינט דאס טאקע די נאמען פון דעם קאמפיין.
נא צו וואס ווארט מען, דרוקט דעם לינק און ווייזט ארויס אביסל שעצונג פאר אונזער פריינט!
דאס איז די ווערטער וואס ס'שטייט אויפן קאמפיין פעידש.
א גוטן
אנגעהויבן האט זיך עס ביים קראונע וויירעס ווען זיין ווייב איז געווארן געטעסט א
לטס פאזעטיוו און געהאט קראונע אויף א לייכטן אויפן, אבער בשעת מעשה איז זי געווען אפאר חדשים פארן האבן א קינד, ברוך השם די גליקליכע טאג איז אנגעקומען און סאיז געבוירן געווארן א לעכטיגן מיידעלע,
אבער סהאט זיך אנגעהויבן א נייע פרשה, די קינד איז געבוירן געווארן מיט אפאר געזונטהייט פראבלעמען וואס איז געווארן א דאנק די קראונע וויירעס וואס די מאמע האט געהאט,
ברוך השם אז מהאט שוין פארהיילט די פראבלעמען נאכן דורכגיין א סערזשערי וואס איז געווען מיט א סוקסעס,
אבער איין זאך איז געבליבן ״חובות״, צוליב קראונע האט מען געדארפט גיין צו פרייוועט קליניקס און סהאט אפגעקאסט א געוואלד מיט געלט,
העלפט ארויס דעם אינגערמאן באצאלן זיינע חובות, לייגטס אריין וויפיל עטס קענטס
און זייטס געבענטשט מיט אלעס גוט,פרנסה בריווח, הצלחה,און געזונטע פרייליכע יארן
שכח