שבת אין טענערסוויל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8517
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מיינע ארומיגע וואס האבן געהערט אז איך פלאן צו פארן אויף שבת קיין טענערסוויל האבן מיר געפרעגט, צו ס'קומט אן ארטיקל דערוועגן, איך האב געצויגן מיט די פלייצע, איך וואלט געוואלט שרייבן אן ארטיקל אבער כדי צו שרייבן אן ארטיקל דארפן זאכן גיין שיעף, סתם א ארטיקל אז מ'האט געגעסן געטרינקען און געשלאפן איז נישט אינטערסאנט, צו מאכן אן עקסידענט האלט איך נישט דערביי, און א קאזשניצע בית מדרש ווי אין בלומינגראוו איז נישט דא, און זיכער נישט קיין ר' טוביה און קיין ראש המדברים, האב איך געקלערט אז ס'וועט זיך מאכן עפעס נייעס וועט מען שרייבן.

מיין שוועסטער האט א חברטע וואס האט איר אנגעטראגן צו נעמען איר דירה אין טענערסוויל, אונז האבן זיך צוגעכאפט, ווייל ס'איז א שטארקע מנהג פאר די בני העיר ארויסצופארן אויף שבתים צווישן פסח און שבועות צו די קאנטרי, און צו קרבתני גיי איך נישט ווייל ס'איז געאסרט... און אויך קאסט עס אסאך געלט קען איך נישט אפארדן אנצופייפן די רבנים.. האט מען זיך צוגעכאפט צו דעם, מ'האט רעזערווירט א קארעלע ביי עי זי קאר רענטאל, איך עקסטער און מיין שוואגער עקסטער, אונז האבן באקומען די זעלבע סארט קאר נאר אנדערע קאלירן.

דאנערשטיג באנאכט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף די לאנגע רייזע, ס'האט גענומען א צוויי און א דריי פערטל שעה די וועג, קערצער ווי גערישט, זעמער אנגעקומען די ערשטע, די דירה איז געווען חושך ואפילה איך האב געזוכט דעם פיוז באקס, איך האב עס ענדליך געטראפן און אנגעצינדן די לעקטער באמערקנדיג אז איך שטיי ממש העכערן סעלער איין שלעכטע טריט איך וואלט געמאכט און איך טרעף מיך אין קעלער און איך צוקלאפ מיך די ביינער און איך טרעף דעם אוצר אינעם אייגענעם קעלער...

די דירה האט אויסגעקוקט לייטיש פון דרויסן אבער אינסייד האט עס געשמעקט און אויסגעקוקט ווי אן אלטן באנגעלאוי, אונז קוקן נישט אויף דעם מ'האט זיך מסדר געווען, געמאכט טועמיה אויף די באקסעס עסן, איך האב געכאפט א מעריב מיט א פייערדיגע ספירת העומר אונטער די ביימער, אונטערן רושם פון די מחיהדיגע לופט.

צופרו ווען איך האב זיך ארויסגערירט פון בעט האט מיין שוואגער דער איש המעש ואיש הזמנים, שוין געהאלטן נאכן מאכן הקפות ארום דעם שטעטל זוכנדיגע פאר א מקווה א מניין פאר שחרית און א שול ווי צו דאווענען שבת, ער האט געהאט באקומען אזא ליסטע מיט אדרעסן, ער איז געפארן פון איינס צום צווייטן, איין פלאץ דאוונט מען אכט אזייגער שחרית, נישט אינטערסאנט פאר אונז, א צווייטע פלאץ איז אפען נאר זומער, איך האב נישט געוואלט זיך נאכפרעגן פארן קומען וועגן א שול ווייל איך האב נישט געוואלט הערן פארן קומען אז ס'איז נישט דא.

למעשה האט מיר מיין שוואגער געזאגט איך זאל קומען צו די באסטאנע שול, די שול איז צוגעמאכט אבער די מקווה איז אפען, צען דאלער האט עס געקאסט, ס'איז א פיינע מקווה פאר טענערסוויל ס'האט א בור עטליכע שויערס און א באנק ס'שמעקט פון א קאנטרי מקווה פול מיט קריכעדיגע און פליעדיגע, צוגעשטעלט זייף און מ'האט גענוצט שעמפו וואס מענטשן האבן איבערגעלאזט, די בור איז מים יש בו אבל נחשים ועקרבים גם יש בו...
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

קוקט אויס ווי עס קומט א פיינע פארזעצונג
גיי אן מיט דיין געשמאקע שפראך (אפילו עס איז נישט לשוה"ק)
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
פאר וואס נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 2:50 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאר וואס נישט »

אוי שרייבסטו גוט.. קיפ איט אפ..
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3702
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

גוט געשריבן
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

דו ביסט פיינע נייעס!!
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

ייש''כ. און ספעציעל ייש''כ פארן עס שרייבן אין אידיש!
אוועטאר
שטייפע טרויבן
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 8:53 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייפע טרויבן »

פיין געשריבן, געשמאקע שפראך, שכח
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פאר וואס נישט האט געשריבן:אוי שרייבסטו גוט.. קיפ איט אפ..
אוועטאר
אבי דוד
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2022 5:52 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי דוד »

האסטו געציילט ספירה דעי וואך? אדער סאיז א מעשה פון תרמב?
דא האט איר וואס ספעלט איר קענט דאס לייגן וואו איר ווילט לויט אייער געשמאק
,,,,,,,,,,,,,,,,,,,................."""""""""""""""???????????????????!!!!!!!!!!!!!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אבי דוד האט געשריבן:האסטו געציילט ספירה דעי וואך? אדער סאיז א מעשה פון תרמב?


תרמב האט געשריבן: א חברטע וואס האט אנגעטראגן צו נעמען איר דירה אין טענערסוויל, אונז האבן זיך צוגעכאפט, ווייל ס'איז א שטארקע מנהג פאר די בני העיר ארויסצופארן אויף שבתים צווישן פסח און שבועות צו די קאנטרי



תרמב, גיי אן! קומסט אריין קריספי קלאר!
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8517
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

בעל מנוחה האט געשריבן:קוקט אויס ווי עס קומט א פיינע פארזעצונג
גיי אן מיט דיין געשמאקע שפראך (אפילו עס איז נישט לשוה"ק)

שפע רב האט געשריבן:ייש''כ. און ספעציעל ייש''כ פארן עס שרייבן אין אידיש!

איך האב פרובירט שרייבן אין אידיש, און שוין איז געמעקט געווארן שטיקער..... איך פארשטיי פארוואס מ'האט געמעקט, ס'איז געווען א טעות פון מיין זייט, אבער אין לשון קודש וואלט עס געפעסט.....
אוועטאר
א נייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 9:03 pm
לאקאציע: ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייניקל »

הו הא...
קומט אינטערעסאנטס צו לייענען, ווארט מיר מיט שפאנונג
אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

געשמאקע שפראך, שכח
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

מיין חלום פון די לעצטע יאר צייט,
תרמב מיט א אידישע טאג בוך,
טענקיו האשעם,

יויש דעי אלע דעטאלן און דיטי דעטאלן, קראנק צו ווערן,
ביסט דאך מתוק מדבש,
כ'האב נישט קיין אנדער אויסדרוק,
זיסער פון האניג
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6316
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח תרמב, ס’קוקט אויס ווי ס’קומט א גוטס

איך בין מער משוגע נאך דיין וויליאמסבורג’ע לשון קודש שפראך
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

מיט א הארץ פול מיט פחד וויל איך גענענען און פרעגן מיין ראו-מאדעל אין שרייבן, @תרמב, וואס איז די פלאן אויף ווייטער? פלאנסט צו פארזעצן? אדער גייסט לאזן מיין שמחה צורינען ווי א זייפן בלאז?
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8517
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

אחר חצות האט געשריבן:מיט א הארץ פול מיט פחד וויל איך גענענען און פרעגן מיין ראו-מאדעל אין שרייבן, @תרמב, וואס איז די פלאן אויף ווייטער? פלאנסט צו פארזעצן? אדער גייסט לאזן מיין שמחה צורינען ווי א זייפן בלאז?

ס'איז שוין גרייט די המשך, איך דארף נאר געבן צייט אראפצושלונגען....
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

תרמב האט געשריבן:
אחר חצות האט געשריבן:מיט א הארץ פול מיט פחד וויל איך גענענען און פרעגן מיין ראו-מאדעל אין שרייבן, @תרמב, וואס איז די פלאן אויף ווייטער? פלאנסט צו פארזעצן? אדער גייסט לאזן מיין שמחה צורינען ווי א זייפן בלאז?

ס'איז שוין גרייט די המשך, איך דארף נאר געבן צייט אראפצושלונגען....


צייט? וויפיל?

אקעי טענקס
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

שיינע טאג בוך.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

בדרך אפשר האט געשריבן:יישר כח תרמב, ס’קוקט אויס ווי ס’קומט א גוטס

איך בין מער משוגע נאך דיין וויליאמסבורג’ע לשון קודש שפראך
burich mechel
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:10 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך burich mechel »

אין די זומער חדשים איז דא דארט א הערליכע שול קיבוץ בני הישיבות אסאך ליטווישע קומען דארטן פראווענען אב בין הזמנים
גם מאחורי
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 11:11 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גם מאחורי »

burich mechel האט געשריבן:אין די זומער חדשים איז דא דארט א הערליכע שול קיבוץ בני הישיבות אסאך ליטווישע קומען דארטן פראווענען אב בין הזמנים

היינט צוטאג איז דא דארט א ליטווישע ישיבה א גאנץ יאר.

דאכט זיך אז דער וואס האט געבויט דעם נייע בהמ''ר איז אוועק ביי קאוויד.

קעגן איבער איז דא א געזיבאו און וואס מזאגט אז ר ברוך בער האט גלערענט.
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

ס'רינט מיר שפייעכץ פון די אויגן ברילן הענטל ליינענדיג דיין דזשוסי שפראך!!

שרייב שנעל ווייטער פאר ס'גיסט זיך אויס די גאנצע
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8517
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

מיין שוואגער האט זיך דערוויסט אז אין די האטעל מעלאויער רעזארט וואס געפינט זיך בשכינות איז דא עטליכע אידן וואס זענען שוין געקומען פון נעכטן נאכט און ס'גייט זיך שטעלן א מניין שחרית דארט, אונז שמייס מיר אהין צום מעלאויער רעזארט אונז גייען אריין צו די שטיבל וואס איז דעזיגנירט פאר א בית מדרש, דארט האבן זיך פארזאמלט עטליכע אידן וואס זענען שוין געווען דא פון איבער נאכט.

איך האב אזוי באטראכט די חברה און פרובירט צו כאפן ווער זיי זענען, איינער האב איך דערקענט אויפן פנים נישט געדענקט פון ווי, איך האב געכאפט א בליק אויף די טלית בייטלעך, איך האב גלייך געזעהן אז מ'האנדלט דא מיט אינגעלייט פון וויליאמפעסט, אזוי זיך גרייטנדיג צו שחרית האב איך זיך אוועקגעזעצט און אזוי פאכמאניש געכאפט עטליכע בילדער פון די חברה, און ארויסגעשיקט צו מיינע חברים אז זיי זאלן מיר העלפן זיי צו אינדענטיפיצירן, איך האב נישט גענומען די ריסק זיי צו פרעגן אפען איך ווייס נישט פארוואס.

איך האב באמערקט אז אלע קינדער וואס האבן דארט ארומגעשפרינגען האבן אנגעטון שווארצע העמעדלעך מיטן אויפשריפט "Im a Proud Katzenelnbogen Einikel" (פיקטיווע נאמען) מיינע חברים האבן טאקע באשטעטיגט אז מ'רעדט דא פון א משפחה אצילית ומכובדת פון וויליאמסבורג, ס'האט זיך צאמגעשטעלט א בילד אז ס'רעדט זיך פון דא א גרופע וואס באשטייט פון א זיידע, אסאך זוהן און עטליכע איידימער פון די סארט משפחות וואס א בארימטע משורר האט זיך אויף זיי אויסגעדרוקט אימיטן זיין פאעזיע,

גְזֵרָה גָּזַרְתִּי, אֵין לְךָ רְשׁוּת לְהַרְהֵר,
קוּמִי רוֹנִי, אֶל בְּרוּקְלִין בִּירָתֵינוּ נְמַהֵר,
נַכְרִיז כִּי יוֹם הַהוּא נִּמְהָר,
בְּאַרְבָּעָה בְּיוּלִי נִצְלֶה בָּשָׂר.

טוֹב לִי כִּי עֻנֵּיתִי, לְוַאי וּבַמִּדְבָּר הַזֶּה מָתְנוּ,
זָכָר וּנְקֵבָה נִבְרְאוּ, לָהּ בָּאגַאבָּא - לוֹ אַדֶעסִי....


איינע פון מיינע חברים האבן מיר געזאגט אז איך זאל זיי דערמאנען אז פונעם אייבירשטן און פון וויליאמסבורג קען מען נישט אנטלויפן....

מ'האט זיך געשטעלט דאווענען, סוף דאווענען האב איך געזעהן ווי עטליכע חברה פון די משפחה שמועסן זיך דורך און מ'בליקט אויף מיר, איך האב צאמגעלייגט מיין טלית פלוצלינג טרעט צו מיר צו דער בולי פון די משפחה, דער וואס איך געזעהן שרייען און טשעפענען די נעפיוס וואס האבן אים דורכגעוואקט, און ער זאגט מיר האלאו! אז דו כאפסט פיקטשערס שיק מיר עס אריין! אופס... איך האב מיר דערזעהן אין טראבל, איך האב תיכף ומיד עס פארלייקנט, יענער האט עס נישט אפגעקויפט און ער זאגט מיר נאו פראבלעם קענסט כאפן... שיק מיר עס נאר אריין פאר די פאמיליע אלבום וואס גייט ארויסקומען נאך די שבת...

עטליכע פאמיליע מיטגלידער האבן זיך אונטערגעשמייכלט אז מ'האט מסדר געווען דעם אינגערמאן, און איך בין ארויס פון דארט בבושת פנים... נישט וויסנדיג וואס מ'טוט דא ווייטער, איך דארף נאך דא צוריקומען דאווענען שבת און איך בין אויף די שווארצע ליסטע פון די קאצענעלנבויגן'ס, איין חבר האט מיר געזאגט אז איך זאל זיי זאגן אז די וויליאמסבורגע שטאטראט האט מיר געשיקט האלטן א אויג אויף זיי... א צווייטער האט גע'עצה'ט דריי דיך ארויף די פיאות און זאג אז דו הייסט שלעזינגער... יא יא האב איך אים געענטפערט, א שלעזינגער מיט א ווייסן וועסטל, ווער גייט מיר גלייבן....
לעצט פארראכטן דורך תרמב אום דינסטאג יוני 21, 2022 11:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אחר חצות
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 5:31 pm

Re: שבת אין טענערסוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחר חצות »

:lol: :lol:

טוב מאוד,

אבער אפשר לייג אביסל מער אויף א מאל
@פאראויס האט גענאגלט די סיטואציע... כאפט א בליק,

viewtopic.php?p=4637906#p4637906
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”