טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - א"י, אייר תשפ"ב - קאפיטל ל"ד (ירושלים ח"ג - ענדע!) ארויף

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל ג - די לעצטע הכנות צו די רייזע

איינע פון די ערשטע דאגות וואס זענען מיר אויפגעשווימען אין קאפ ביים קאנפירמירן די רייזע, אז היות אין ארץ ישראל לויפן די פרשיות פאראויס צוליב אחרון של פסח וואס איז ביי זיי נישטא און מען האט געליינט אחרי, דארף איך מברר זיין וואס צו טון לגבי הערן קריאת התורה און נאך וויכטיגער לגבי מעביר סדרה זיין, ווייל קריאת התורה איז א חובת ציבור אבער שנים מקרא ואחד תרגום איז א חובת יחיד. דאס ערשטע האב איך אנגעפרעגט ביי מיין חבר און שותף צו דער נסיעה, און ער האט מיר געזאגט אז אין קרית יואל איז אין דיזע וואכן דא ביי מנחה שבת נאכמיטאג א מנין וואו מען ליינט די גאנצע קומענדיגע פרשה אנשטאט נאר ביז שני, און איך זאל מיך נאכפרעגן אויב אין מאנסי עקזיסטירט אויך אזאנס. איך האב אנגערופן דעם רב פון דעלאטין, וויסנדיג אז ער לעבט כסדר מיט א השתוקקות צו מירון און פארט זיכער צו ר' שמעון'ען, אבער ער האט מיר געזאגט אז ער פארט טאקע אי"ה - אבער נישט אויף שבת בעפאר ל"ג בעומר נאר אויף ל"ג בעומר גופא (אפשר שבת דערויף אויך, איך געדענק נישט), אלזא איז נישט אין פלאן ער זאל צוזאמשטעלן א מנין פאר קריאת פרשת אמור ביי מנחה פון שבת קדושים בחו"ל. נאכ'ן אנפרעגן ברבים דערוועגן האב איך באקומען א תשובה אז אין ביהמ"ד קאמאדע וועט פארקומען אזא קריאה, אבער מען האט מיר צוגעלייגט אז דארט דאוונט מען מנחה בעפאר די שקיעה, זאל איך וויסן צו גיין גענוג פרי.

שבת נאכמיטאג בין איך אריבער צום קאמאדער שול און זיך אינטערעסירט ווען עס שטעלט זיך דער מנין מנחה וקריאת התורה, און צו מזל איז דארט געזעצן מיינס א פלימעניק וואס האט מיר געהאלפן אויסרעכענען ווען דער מנין מנחה וועט פארקומען, און איך בין אהיים רואיג וויסנדיג אז איך האב נאך צייט. ווען עס איז געקומען די ריכטיגע צייט, האב איך גערופן מיין חתן-בחור און מיר זענען אריבער קיין קאמאדע. דארט האבן מיר געזען אז דער מנין מנחה און קריאת התורה קומט נישט פאר אין גרויסן שטוב, נאר אין די זייטיגע פאליש וואס דינט אויך אלס ווייבער שול. מיר זענען אהין אריין, און קוים קוים האט זיך דארט צוזאמגעקראצט א מנין'דל, קוקט אויס אז נישט צופיל אידן פארן קיין מירון אויף "שבת אויפרוף".

מ'האט אנגעהויבן מיט מנחה, דער איידעם פונעם רב איז צוגעגאנגען צום עמוד, און דאן האט ער אריינגעברענגט א ספר תורה פון שול און ווייטער געדינט אלס בעל קורא. קיין כהן איז נישט געווען, האב איך אויך באקומען אן עלי' (איך געדענק נישט אויב ראשון אדער שני, שלישי האט עולה געווען דער רב. גראדע האב איך שוין ביי שחרית אויך עולה געווען, און איך האב זיך געפריידט אז מען האט מיך אויפגערופן, ווייל איך האב געזען צוברענגען אז מען זאל עולה זיין בעפאר מ'לאזט זיך ארויס אויף א נסיעה - אוצר הלכות יוצא לדרך סימן א' אות ה'). דער בעל קורא איז אן ארץ ישראל'דיגער אפשטאמיגער און האט געליינט מיט'ן ארטיגן אויסשפראך, ער האט געליינט שנעל און גיך און אפילו ווען איך האב אמאל פרובירט צו אויסבעסערן א ווארט האט ער זיך נישט געלאזט, און איך האב אויפגעהערט פרובירן... די גאנצע קריאה האט געדויערט א קנאפע צען מינוט, כאטש עס איז א גאנץ גרויסע סדרה געווען.

נאכ'ן ליינען האט מען זיך נישט געשטעלט שמונה עשרה, ווייל פונקט האט זיך דער אלגעמיינער מנין געשטעלט אין היכל הביהמ"ד, האט מען שוין אויסגעווארט א מינוט-צוויי ביז זיי האבן געפארטיגט ליינען און מיר זענען אריין און ממשיך געווען דאס דאווענען אין שול. נאך מנחה בין איך אהיים, און וויבאלד עס איז נאך געווען פרי צו שלש סעודות [מיין געווענליכע שול שטעלט זיך מנחה פונקט א שעה בעפאר זמן רבינו תם, צוועלף מינוט נאך די שקיעה, דאס מיינט אז ביז שלש סעודות האב איך נאך געהאט א גוטע פאר מינוט] האב איך טועם געווען היימישע אייזקריעם וואס די שטוב האט צוגעגרייט, און דאן צוגעגאנגען צו שלש סעודות און מעריב. נאך הבדלה האב איך געזאגט ויתן לך און וישלח, א פרשה וואס איך זאג בלויז ווען איך הייב זיך אין די לופטן און דאס פאסירט גאנץ זעלטן, און די נסיעה איז אריין אין אן ערנסטע שטימונג.

זונטאג האב איך אריינגעכאפט אסאך ארבעט, וויסנדיג אז איך גיי פעלן איבער א וואך צייט, און שוין בעפאר שבת האב איך זיך צוגעאיילט מיט אסאך זאכן און ערלעדיגט זאכן וואס האבן שוין געווארט א לענגערע צייט אויפ'ן טיש צו געטון ווערן, אריינגערעכנט די וויכטיגע 'טעקס ריטוירן' פיילן, וואס צום ערשטן מאל אין מיין לעבן האב איך דאס ארויסגעגעבן פאר איינעם פאר געלט, און נישט סתם איינער, נאר א יונגערמאן וועם מיין איידעם האט רעקאמענדירט אלס גאר געטריי און צוגעלאזן וכו', און וואונדער איבער וואונדער, לויט דעם יונגערמאן וועט מיין טשעקל זיין בערך דאפלט פון וואס איך פלעג אייביג באקומען! מאך א חשבון וויפיל צענדליגער טויזנטער דאלארן איך האב געלאזט ביים פעטער במשך די לעצטע צוואנציג יאר, מ'וואלט דאך פון דעם אליינס געקענט קויפן א הייזקע...

מאנטאג בין איך אויפגעשטאנען מיט א שפרינג אונטער די פיס, א קלייניגקייט? היינט לאזט מען זיך אי"ה ארויס אויף די ערשטמאליגע נסיעה קיין אונגארן-פוילן-א"י! דאס דאווענען איז געווען אנדערש, דאס לערנען איז געווען אנדערש, און די גאנצע באנעמונג איז געווען אנדערש. איין יונגערמאן אין שול האט געהערט פון מיר אז איך פאר, האט ער מיר געזאגט די נעמען פון זיין געזינדל און געשאנקען א הונדערטער באנקנאט אלס פדיון געלט איך זאל מזכיר זיין די נעמען אויף קברי צדיקים [איך האב טאקע ביי יעדן ארט ממש געזאגט די נעמען פון זיין משפחה אין צוגאב צו די נעמען פון מיין משפחה און נאך אפאר אידעלעך וואס האבן זיך מזכיר געווען, אויב הערט איר אז דער יונגערמאן ווערט געהאלפן אין די נאנטע טעג, זייט וויסן אז דער הונדערטער איז געווען א פיינע אינוועסטמענט...], דער יונגערמאן האט מיר אין צוגאב געשאנקען א פינעווער אלס שליח מצוה געלט, זאגנדיג אז זיין טאטע איז זייער מקפיד אויף דעם ביי יעדע רייזע. איך האב אים געפרעגט אויב איך זאל דאס שענקן פאר אן ארץ ישראל איד, און ער האט מיר קלארגעשטעלט אז דאס בלייבט אין טאש ביז מ'קומט צוריק און מ'געבט עס פאר צדקה ביים אנקומען אהיים בשלום. איך האב טאקע געשאנקען דעם פינעווער פאר אן ארץ ישראל'דיגן געלטגייער דא אין מאנסי איין טאג נאכ'ן זיך אומקערן פון די נסיעה, פארנט פון די אויגן פון דעם דערמאנטן יונגערמאן, לקיים מה שנאמר "עשיתי כאשר צויתני".
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

וויאזוי איז געווען די אייזקרעם האסטו נישט געשריבן…

א הערצליכע דאנק פאר די פארזעצונג, געלייענט מיט א זעלטענע אינטערעסע.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ס'האט אויסגעזען בעסער ווי ס'איז געווען, ששש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29316
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

חיים שתקן האט געשריבן:א קורצע בליק אריין, און שוין זע איך מיך ענדיקן דאס קאפיטל... א פליסיגע שפראך דאס!

(אגב, טוט זיך א חברא חברא צומישעניש, אולי וואלט כדאי געווען צו מאכן פיקיטיווע נעמען.)

רעטוויט.

יעצט אנגעקומען.

מצידי איז עכטע נעמען אויך גוט..
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6316
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

יישר כח מנהל! זיך צום באלעקן!


מיין חידוש פונם נייער קאפיטל: דער מנהל נעמט פדיונות
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בדרך אפשר האט געשריבן:יישר כח מנהל! זיך צום באלעקן!


מיין חידוש פונם נייער קאפיטל: דער מנהל נעמט פדיונות

אז מ'געבט נעמט מען, אזא כלל האב איך מקבל געווען פון טאטן שליט"א

לעצטנס בין איך געווען אויף א חתונה פון מיין חבר'ס זוהן [ל"ג בעומר], און ער האט מיר אויך געגעבן א הונדערטער באנקנאט, איך האב אים געזאגט אז די קאר סערוויס אהין און צוריק [און נאך צו א וואכנאכט אויך] קאסט נישט אזויפיל, אבער ער האט געזאגט אז ער וויל מיר געבן, וכך הוה...
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

די טעקס ריטורן איז אפשר געווען דאפלט וועגן סטימיולעס/קינדער געלט.

טענקס פאר די פרי רייד.....
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

מיר באלעקן זיך מיט יעדעס ווארט - גאו אן...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

זייער שיין, זיי ממשיך ביטע.

דו האסט עפעס א געוואלדיגע לייכטע שפראך אז ס'ליינט זיך ממש געשמאק און געשמירט
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

פליען ארויף אראפ

כ'ווארט צו זעהן די א"י חלק...

(אגב, ס'איז הערליך שיין געשריבן)
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

לכאורה האט געשריבן:
קאפיטל ג - די לעצטע הכנות צו די רייזע

.... און נישט סתם איינער, נאר א יונגערמאן וועם מיין איידעם האט רעקאמענדירט אלס גאר געטריי און צוגעלאזן וכו', און וואונדער איבער וואונדער....

שכח שווער פאר די קאמפלימענט.. איך בלאש.. :oops: :oops:
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4200
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

חלהדעקל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
קאפיטל ג - די לעצטע הכנות צו די רייזע

.... און נישט סתם איינער, נאר א יונגערמאן וועם מיין איידעם האט רעקאמענדירט אלס גאר געטריי און צוגעלאזן וכו', און וואונדער איבער וואונדער....

שכח שווער פאר די קאמפלימענט.. איך בלאש.. :oops: :oops:

סאררי. די שווער האט נישט אן איידעם וואס האט זיך שוין געקענט איינשרייבן אין 2015. ער איז נאכנישט אזוי אלט. (אחוץ אויב איז עס געקומען מיט 'דרשה געשאנק' צו באקומען צוטריט צו אן אלטן ניק..)
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ליבי ובשרי האט געשריבן:די טעקס ריטורן איז אפשר געווען דאפלט וועגן סטימיולעס/קינדער געלט.

טענקס פאר די פרי רייד.....

איך האב באמת נישט קיין אנונג דער פשט דערפון

אפשר זאל מען לאדענען דעם ניק Max Refund צו דערציילן סודות פון אפיס, ער האט מיר עס מסדר געווען
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עירוב תבשילין האט געשריבן:זייער שיין, זיי ממשיך ביטע.

דו האסט עפעס א געוואלדיגע לייכטע שפראך אז ס'ליינט זיך ממש געשמאק און געשמירט

יישר כח פאר אלע באדאנקער, בפרט די וואס ברענגען זיך אזוי שיין ארויס...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:פליען ארויף אראפ

כ'ווארט צו זעהן די א"י חלק...

(אגב, ס'איז הערליך שיין געשריבן)

כ'האב מיטלייד מיט דיר, אבער דאס איז געווען די לעצטע טייל פון די נסיעה, און עס וועט נישט אזוי שנעל אפגעשריבן ווערן כפי הנראה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חלהדעקל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
קאפיטל ג - די לעצטע הכנות צו די רייזע

.... און נישט סתם איינער, נאר א יונגערמאן וועם מיין איידעם האט רעקאמענדירט אלס גאר געטריי און צוגעלאזן וכו', און וואונדער איבער וואונדער....

שכח שווער פאר די קאמפלימענט.. איך בלאש.. :oops: :oops:

קומענדיגע מאל מאך דיר עפעס אן אנדערן אימעיל אדרעסע איידער דו פרובירסט אזא וויץ...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח מנהל
אזאלכע פשוטע דיטעלס ווערן עפעס אזוי מייסטערהאפטיג אויפגעמערקט, איינגעקריצט, און אפגעשריבן,

א שטיקל טאג בוך בארואיגט די נערוון..
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

לכאורה האט געשריבן:
בדרך אפשר האט געשריבן:יישר כח מנהל! זיך צום באלעקן!


מיין חידוש פונם נייער קאפיטל: דער מנהל נעמט פדיונות

אז מ'געבט נעמט מען, אזא כלל האב איך מקבל געווען פון טאטן שליט"א

לעצטנס בין איך געווען אויף א חתונה פון מיין חבר'ס זוהן [ל"ג בעומר], און ער האט מיר אויך געגעבן א הונדערטער באנקנאט, איך האב אים געזאגט אז די קאר סערוויס אהין און צוריק [און נאך צו א וואכנאכט אויך] קאסט נישט אזויפיל, אבער ער האט געזאגט אז ער וויל מיר געבן, וכך הוה...

:lol: :lol:
winner
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 9:35 am

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך winner »

זייער אינטערסאנט ביטע ממשיך זיין!
איך האב באמערקט א אינטערסאנטע זאך אז ווער עס איז שוין אמאל געווען אויף א נסועה צו די מקומות הקדושים האט א אויסטערלישע הנאה פון הערן דעטאלן פון א צווייטענס נסועה, מיט אלע פיטשיווקעס, ווי מען איז יא אנגעקומען און ווי נישט די געפילן הרגשים און אלעס ארום.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

winner האט געשריבן:זייער אינטערסאנט ביטע ממשיך זיין!
איך האב באמערקט א אינטערסאנטע זאך אז ווער עס איז שוין אמאל געווען אויף א נסועה צו די מקומות הקדושים האט א אויסטערלישע הנאה פון הערן דעטאלן פון א צווייטענס נסועה, מיט אלע פיטשיווקעס, ווי מען איז יא אנגעקומען און ווי נישט די געפילן הרגשים און אלעס ארום.

לאו דוקא מקומות הקדושים. אפי׳ עני אנדערע פלאץ וואס מאיז געווען, עטליעסט ביי מיר איז עס אזוי.

שכח לכאו׳ פאר אונז מיט נעמען!
שם התלמוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:52 pm

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ב'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שם התלמוד »

לכאורה האט געשריבן:
קאפיטל ג - די לעצטע הכנות צו די רייזע

איינע פון די ערשטע דאגות וואס זענען מיר אויפגעשווימען אין קאפ ביים קאנפירמירן די רייזע, אז היות אין ארץ ישראל לויפן די פרשיות פאראויס צוליב אחרון של פסח וואס איז ביי זיי נישטא און מען האט געליינט אחרי, דארף איך מברר זיין וואס צו טון לגבי הערן קריאת התורה און נאך וויכטיגער לגבי מעביר סדרה זיין, ווייל קריאת התורה איז א חובת ציבור אבער שנים מקרא ואחד תרגום איז א חובת יחיד. דאס ערשטע האב איך אנגעפרעגט ביי מיין חבר און שותף צו דער נסיעה, און ער האט מיר געזאגט אז אין קרית יואל איז אין דיזע וואכן דא ביי מנחה שבת נאכמיטאג א מנין וואו מען ליינט די גאנצע קומענדיגע פרשה אנשטאט נאר ביז שני, .

פותחין בכבוד האכסניא
מיר באדאנקען פארן מנהל פאר די אלע שווערע ארבעט וואס ער טוט אייביג פאר אונז
ווי אויך פאר שרייבן די נסיעה מיט אזא לשון מתיקות
יעצט זענען מיר מעיר די מנהל האט נאר געשריבן די פסק אויף די חלק פון קריאת התורה נישט אויף די חלק מעביר סדרה זיין וואס איז די הלכה
מיר בעטן די מנהל זאל מיטיילן די הלכה אויב מען ברויך מעביר סדרה זיין די פרשה פון א״י אדער די פרשה פון חו״ל
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6316
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

כבוד המנהל שליט''א

שוין צייט פאר נאך א קאפיטל דער עולם דארשט


נאך א צוויי דריי קאפיטלעך אין מקומט שוין אן צום טרעפיק לייט פאר די עירפארט
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

דרייטצעך האט געשריבן:מיר באלעקן זיך מיט יעדעס ווארט - גאו אן...

כבוד הרב, אפשר פאנגט איר אן צו מאכן א פי די עף?
(פאר ס'ווערט א אשכול פון 60 בלעטער, אזויווי די נסיעה צו מקומות הקדושים...)
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ג' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

גרינוויל תושב האט געשריבן:
דרייטצעך האט געשריבן:מיר באלעקן זיך מיט יעדעס ווארט - גאו אן...

כבוד הרב, אפשר פאנגט איר אן צו מאכן א פי די עף?
(פאר ס'ווערט א אשכול פון 60 בלעטער, אזויווי די נסיעה צו מקומות הקדושים...)


נאך ווייט נישט דא גענוג חומר - דער מנהל דארף זיך נאך אביסל אונטערגארטלען....
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6608
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: נסיעה אונגארן - פוילן - ארץ ישראל, אייר תשפ"ב - קאפיטל ד' ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

ש'כח הרב מנהל שליט"א! שרייב ווייטער מיר ווארטן אויפן רייזע.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”