אויפפאסונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויסע פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 20, 2022 9:04 am
לאקאציע: אוניווערסיטעט

אויפפאסונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע פראפעסאר »

בס"ד

שלום עליכם ענק אלע אייוועלט באנוצערס
איך וויל ענק דא מיטטיילן א ריזן ערפינדונג וואס איך מיין וועט זייער שטארק צונוצקומען פאר ענק אלע
איך וויל אבער קלארמאכן פארדעם אז ס'איז נישט אייביג ממש הונדערט פראצענט אזוי ווי איך שרייב ווייל אזויווי ביי יעדע טבע איז דא ווייניגערע און מער קיצוניות'דיגע מענטשן.
צווייטענס וויל איך בעטן פון די עולם, פאר מ'לייגט אריין דא תגובות צו אפפרעגן די גאנצע זאך בעט איך מ'זאל ווארטן אפאר טעג אדער מער, ווייל מ'זעט עס נישט גלייך, נאר נאך גוט נאכקוקען די זאך! איך קוק נאך די זאך שוין 13 יאר אין איך האב נישט געטראפן קיין סתירה!! (נאר פארשטייט זיך אז ס'איז דא מער לייכטערע און מער שטערקערע אזויווי כ'האב געשריבן אויבן)
נא לאמיר צוגיין צו די זאך
פאר 13 יאר צוריק האב איך געליינט א שטיקל אין 'די שטערן' א זאך וואס אלע פראפעסארן מיטשענען זיך שוין לאנגע יארן, פארוואס זענען "רוב" פון די פרעזידענטען פון פאראייניגטע שטאטן פון די לעצטע פופציג יאר געלינקטע? (דעמאלס איז געווען 5 פון די לעצטע 7) (ד. מ. זיי שרייבן מיט די לינקע הענט), לאמיר אויסרעכענען אויף צוריקוועגס: אבאמא, קלינטאן, בוש די ערשטע, רעיגען, פארד, (חוץ פון בוש די צווייטע און קארטער) דאס הייסט 71 פראצענט!! ווען די צאל געלינקטע אין די וועלט איז 10%!!!!!
די פראפעסארן זאגן אז די לינקע מענטשן נוצן בעיקר א אנדער חלק מח פון די גערעכטע!! – קומט אויס אז זיי זענען טאקע אנדערע סארטן מענטשן
איך האב מחליט געווען צו אויסגעפונען די סיבה פון די זאך, איך האב געמאכט א רשימה פון אלע געלינקטע וואס איך זע ארום מיך, אין אנגעהויבן שטאדירן, זייט די אנהויב 13 יאר צוריק ביז יעצט בשעתן שרייבן די שורות האב איך שוין באקוקט הונדערטע אדער אפילו טויזענטע געלינקטע (ס'איז זייער גרינג קוקט'ס ביים דאווענען ווער ס'האט תפילין אויפן רעכטע הענט) די תוצאות זענען ווי פאלגנט (פארשטייט זיך אזויווי געשריבן אויבן, ס'האט דרגות):

די פאקטן זענען אזוי:
• כמעט אלע היימישע פאפולערע זינגערס איך וואלט געזאגט בערך 80% זענען געלינקטע!!!! (ווי ליפא בערי וועבער, לוי און יואלי פאלקאוויטש, אהרהלה סאמעט, מוטי שטיינמץ, איין ברודער מרקוס, ישראל ווערדיגער ארי גולדוואג יעקב שוואקי בעני פריעדמאן איך מיין מיכאל אויך אין נאך אסאך!! איך בין נישט זיכער מיט מרדכי)
• זייער זייער אסאך שוואכערע בחורים און יונגערלייט איך ווייס נישט וויפיל פראצענט אבער א זייער גרויסע נישט פראפארציענעלע!!!!!
איך בעט איבער יעדער וואס ווערט באליידיגט פון דעם (אבער ווארטס פאר די המשך מ'גייט עס נאך אויסשמועסן)
(ס'איז דא אין אמעריקע א בית מדרש פון א גרופע יונגעלייט בערך 40 חברה וואס איז אפיציעל (אדער אומאפיציעל) פאר שוואכערע יונגעלייט, בערך 30 פון די יונגעלייט לייגן תפילין אויפן רעכטע הענט!!!!!!)
• [איך האב אויך געזען אסאך "עקסטרעם" ערליכע יודן וואס זיצן און הארעווען יומם ולילה געלינקטע, וואס מ'זעט נישט אזאנס ביי גערעכטע]
• אין לאמיר נישט פארגעסן די פאקט פון די פרעזידענטען


שוין, דאס זענען די פאקטן,
נו זאג שוין וואס גייט דא פאר!...
רואיג ווארט א רגע.. ס'גייט נישט אזוי שנעל.
מ'קען נישט שרייבן 13 יאר און איין מינוט!

איז לאמיר אנהייבן
ווי ענק האבן שוין געקענט שמעקן פון ביז יעצט ס'האט עפעס צוטוען מיט קיצוניות איינער איז עקסטרעם ערליך און איינער עקסטרעם פארקערט אבער ס'איז נישט אינגאנצען דאס,
נאר וואס?
די געדאנקנגאנג פון די צוויי סארטן מענטשן זענען אונגאנצען אנדערש!
(די גערעכטע וועלן פארשטיין וואס איך זאג, אבער די געלינקטע וועלן נישט אונגאנצן מסכים זיין צו דעם אין אנהייב אבער ווארטס ביזן סוף)
די גערעכטע טראכט אייביג בטבעו צו אוסזעהן און זיין ווי יעדעם וואס ער טוהט ווערט דורכגעטראכט אפאר מאל פארדעם אויב יעדער טוהט אזוי אדער יענער און דער וועט לאכן אדער זאגן עפעס, די געדאנק פון "יעדער און קיינער", ער וועט זיך אנטון ווי יעדעם און טוען ווי יעדעם און ווי מ'זאגט "גיין מיט די שטרוים" און דאס איז די דרך העולם (פארשטייט זיך, 90% וועלט זענען דאך גערעכטע) ס'איז אזא מין "שטילע אפגעמאכטע הסכם" צווישן יעדעם אז אזוי טוהט מען!
אבער, די געלינקטע האבן פונקט א פארקערטע צוגאנג! זיי טוען וואס זיי געפעלט זיי לאכן פון די עולם גולם ס'פאלט זיי אפילו נישט איין אז ס'איז דא אזא מושג פון טראכטן פארדעם וואס יעדער טוהט! ביי זיי איינער וואס טוהט ווי יעדעם איז א שוואכלונג א נער א.א.וו. אויך וועלן זיי נישט אננעמען יענעמס מיינונג בכלל
איך פארשטיי אז ס'איז דא אסאך גערעכטע אזוי, וואס טוען דווקא פארקערט ווי יעדעם ס'איז דאך אן אמעריקאנע מדה אבער דאס איז נישט בטבע אזוי ביי זיי נאר זיי ארבעטן שווער אויף דעם... ס'ציפט זיי אביסל, (און פארשטייט זיך די געלינקטע צווישן זיי וועט גיין אסאך ווייטער ווי זיי)

די ס"ה וואס קומט ארויס איז פילפאכיג
די אלע זאכן קענען ווערן גענוצט אויף גוטס און שלעכטס
1 – זיי וועלן טוען זאכן וואס איז נישט אנגענומען ביי די עולם (גולם) אפילו אזוי ווייט ווי צוברעכן מויערן און יודישקייט און מענטשליכקייט – ווייל ער טראכט נישט וואס יעדער טוהט נאר טוהט ווי ער פארשטייט
2 – זיי וועלן ווייניג אננעמען יענעמס דעה אין זיך עקשנען מיט קאפ און וואנט – ווייל יענעמס דעה איז דאך גארנישט
3 – זיי וועלן אסאך מאל טוען אונטערעסאנטע זאכן און אפילו מאדנע – ווייל זיי טראכטן נישט צופיל פאר זיי טוען אויב ס'איז אנגענומען ביים עולם
4 – זיי וועלן אסאך מאל זיין אנדערש פון זייערע עלטערן צו בעסער ווי זיי צו שוואכער ווי זיי – ווייל ער טראכט אויף זיין אייגענע וועג, (ווי למשל אמאל איז זיין עלטערן שוואך און ער ווערט עקסטרעם ערליך און פארשטייט זיך פארקערט אויך די טאטע איז א ראש ישיבה און עם פאלט אפילו נישט איין צו גיין די זעלבע וועג)
5 – זיי וועלן זיך נישט אונגאנצן צושטעלן צום חדר אדער ישיבה סיסטעם – ס'איז שווער צו אננעמען יענעמס החלטות
6 – זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו הייסן א עכטע ליידיגגייער - ווייל ס'שטערט עם נישט זיין טאטע'ס און מאמע'ס און ברודער'ס און חברים'ס באמערקונגען (וועגן דעם וועט די שטיבל פון ליידיגגיערס זיין בעיקר פון זיי)
7 – זיי קענען זיין זייער פארנומען אין זיך אליינס און נישט זיין סאשעל (א געלינקטע קינד וועט קענען שפילן אליינס פאר לאנגע שעות אנדערש ווי א גערעכטער וואס קען דאס כמעט נישט) – ווייל זיי זענען פארנומען און זיך און טראכטן נישט פון יענעם צופיל
8 – די שלום בית וועט נישט זיין די בעסטע אסאך מאל – ווייל ער רעכנט זיך נישט צופיל מיט יענעם
און יעצט אפאר גוטע זאכן
9 – ער וועט ווייניגער ווערן באליידיגט פון מענטשן – ווייל יענעמס דעה איז בכלל נישט אינטערעסאנט פאר עם
10 – ער וועט ווייט אנקומען ווען ס'פאלט עם עפעס איין - ווייל ער דערשרעקט זיך נישט פון יענעמס דעה צו ער טויגט יא אדער נישט (וועגן דעם זענען זייער סאך פרעזידענטן געלינקטע ווי די שווארצע אובאמא וואס ער האט מחליט געווען אלס קינד אז ער גייט ווערן פרעזידענט אין זיי ווערן נישט שוואך פון גארנישט, אויך זענען דא אסאך געלונגענע מענטשן צווישן זיי ווי גבירים און ארטיסטן און זינגערס בעלי דרשנים א.א.וו. ווייל זיי גייען זייער וועג אן זיך דערשרעקן)
11 – ער וועט האבן ווייניגער בושה – נישט טראכטנדיג וואס יעדער רעאגירט אויף זיין הנהגה (אגב וועגן דעם וועלן זיין אסאך גרויסע זינגערס געלינקטע ווייל זיי וועלן גוט פערפארמען און טאנצן און נישט זיין פארנומען וואס מענטשן זאגן!
12 – ער וועט זיין א שטארקע פירער – ער טוט למעשה וואס מען דארף און איז נישט פארנימען צו טוען א גאנצע טאג וואס יענער זאגט
13 – זייער דרשות וועלן זיין באמבערדיג און כאריזמאטיש – ווייל זיי זענען נישט פארנומען צו טראכטן וויאזוי מענטשן רעאגירן!

איך האב געהערט פון איינע פון די גדולי הדור וואס ס'שטערט עהם זייער שטארק ווען ער לייגט תפילין פאר אן עיטר, ער רעדט זיך שטארק אפ פאר די גבאים אז ס'איז דא צופיל געלינקטע היינט!
אמאל לייגענדיג תפילין פאר איינעם רופט ער זיך אן אז מ'דארף צוגעוואוינען די קליינע קינדער צו עסן מיט די רעכטע הענט – לכאורה מיינענדיג מיט דעם אז מ'קען נאך דעמאלס טוישן די טבע פונעם קינד, אבער פארשטייט זיך אז שפעטער קען מען שוין נישט טוישן די טבע, אויב מ'צווינגט קען עס נאך שאטן פארן קינד ווי באוויסט.
יארן צוריק פון פאר בערך זעכציג יאר צוריק ביז פאר טויזענטע יארן צוריק פלעגט מען צווינגען קינדער צו שרייבן און עסן מיט די רעכטע הענט ווייל ס'איז דעמאלס געווען אנגענומען אלס בושה צו האבן א געלינקט קינד. לעצטע זעכציג יאר איז עס שוין נארמאל געווארן ווי מ'זעט ביי די פרעזידענטן אמאל צווישן אלע אמעריקאנע פרעזידענטן איז געווען איינס היינט איז שוין אסאך מער!

צום שלוס (איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער ס'ווערט שפעט ועוד חזון למועד)
מ'דארף וויסן וויאזוי צו מחנך זיין אזא קינד און פארשטייט זיך אז מ'דארף פרובירן זיך מתגבר זיין אויף די נישט גוטע טבע סיי פון די רעכטע און סיי פון די לינקע! יעדער האט גוטע חלקים און שלעכטע חלקים!

נ.ב. מ'קען וויסן לכאורה ווי א שטארקע געלינקטע מ'איז דורכן קוקן צו מ'קען עפעס שרייבן מיט די רעכטע הענט און צו מ'טוט עפעס אנדערע זאכן מיט די רעכטע הענט.
איך האב אויך געמאכט א טעסט פון צען שאלות מיט נומבערס פון 1 ביז 10 יעדע שאלה די רעזאלטס זענען שטוינענד אלע גערעכטערס האבן געהאט צווישן 5 און 20 און אלע געלינקטערס צווישם 70 און 95!!

איך בעט נאכאמאל איבער אויב איינער איז באליידיגט גאווארן
אין איך בעט נאכאמאל צו נאכקוקען די זאך פאר מ'פרובירט עס אפצופרעגן.

א גוטע נאכט
א "גרויסע פראפעסאר"
איך האב נאך א ניק אבער ס'איז נישט קיין חילוק יעצט ווער איך בין...
אלע אשכולות פון די גרויסע פראפעסאר: דריק דא
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון א עיטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מאכט סענס וואס איר זאגט

(איך בין נישט קיין עיטר יד)
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

איך האב עס נישט דורכגעטוהן ווי די גרויסע פראפעסאר אבער האב שוין אויפגעמערקט יארן צוריק אז זייער אסאך געלינקטע זענען זייער געלונגען אין אסאך זאכן, די ארטיקל איז עס אביסל מסביר.
נ.ב. איך בין נישט קיין געלינקטער אבער די גרויסע פראפעסאר פשטות יא..
אוועטאר
גרויסע פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 20, 2022 9:04 am
לאקאציע: אוניווערסיטעט

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע פראפעסאר »

הײמישער זײגער האט געשריבן:איך האב עס נישט דורכגעטוהן ווי די גרויסע פראפעסאר אבער האב שוין אויפגעמערקט יארן צוריק אז זייער אסאך געלינקטע זענען זייער געלונגען אין אסאך זאכן, די ארטיקל איז עס אביסל מסביר.
נ.ב. איך בין נישט קיין געלינקטער אבער די גרויסע פראפעסאר פשטות יא..

גראדע בין איך נישט קיין איטר
לעצט פארראכטן דורך גרויסע פראפעסאר אום זונטאג אפריל 24, 2022 9:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלע אשכולות פון די גרויסע פראפעסאר: דריק דא
דימעל פאר דימפעל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 8:03 pm

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון א עיטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דימעל פאר דימפעל »

הא
דער ווייסט קיין אהנונג וואס ער רעדט
יעך בין אן עיטר יד
נא ער האט געלייגט אן הנחה אז א עיטר האט יענעם אין בוידעם. יעלעך אייך אויך אהין לייגען.
אֶחָחָחָחָדּדּדּדּ דימעל פאר דימפעל
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

מען שרייבט איטר נישט עיטר.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

אינטערעסאנטע אויפפאסונג!
אוועטאר
גרויסע פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 20, 2022 9:04 am
לאקאציע: אוניווערסיטעט

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון א עיטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע פראפעסאר »

דימעל פאר דימפעל האט געשריבן:הא
דער ווייסט קיין אהנונג וואס ער רעדט
יעך בין אן עיטר יד
נא ער האט געלייגט אן הנחה אז א עיטר האט יענעם אין בוידעם. יעלעך אייך אויך אהין לייגען.

איך האב דאך דאס געשריבן אז א געלינקטער וועט דאס נישט פארשטיין
א חוץ פון דעם זאגסטו דאך אליין: "נא ער האט געלייגט אן הנחה אז א עיטר האט יענעם אין בוידעם. יעלעך אייך אויך אהין לייגען"
....
לעצט פארראכטן דורך גרויסע פראפעסאר אום זונטאג אפריל 24, 2022 9:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אלע אשכולות פון די גרויסע פראפעסאר: דריק דא
אוועטאר
גרויסע פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 20, 2022 9:04 am
לאקאציע: אוניווערסיטעט

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע פראפעסאר »

Mezofzef האט געשריבן:מען שרייבט איטר נישט עיטר.

פארראכטן שכח
אלע אשכולות פון די גרויסע פראפעסאר: דריק דא
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

איך האב א קרוב משפחה א איטר יד
די זאגסט גאנץ פיין אבער איך איך קען נישט זאגן אז איך עגרי צים אלעם
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

;l;p-
אוועטאר
גרויסע פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 20, 2022 9:04 am
לאקאציע: אוניווערסיטעט

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע פראפעסאר »

Haklal האט געשריבן:איך האב א קרוב משפחה א איטר יד
די זאגסט גאנץ פיין אבער איך איך קען נישט זאגן אז איך עגרי צים אלעם

נישט אלעס איז ביי יעדעם ס'איז דא דרגות אין דעם
חוץ פון דעם קוק יענעם בעסער נאך
אלע אשכולות פון די גרויסע פראפעסאר: דריק דא
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

גרויסע פראפעסאר האט געשריבן:גראדע בין איך נישט קיין איטר

שׁטאַרק מסתּבּר וואָס איר שרייבּט.
איך בּין האַלבּוועגס.
שׁיק מיר בּיטע די 10 שאלות. אישׁי איז אויך גוט.
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
purple knish
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך purple knish »

איך בין א איטר יד און טו עס קאנפירמען. נאך מער, כ'האב אלס געהאט אט די הרגשה אן די ידיעות.

יישר כח
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

מיינע מלמדים האבען אלעמאל אזוי געזאגט.

אסאך באוויסטע מעלערס זענען געווען געלינקטע
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

באמת דארף איך געבן א לענגערע אפשאצונג אויף דעם ווייל זייענדיג א געלינקטער אבזערוויר איך שוין דאס א לענגערע צייט (נאכנישט קיין 13 יאר, אבער 3-4 יאר יא) אבער צייט האב איך נישט.
לגבי די וואס קריגן זיך מיט דיינע רייד איז עס מער פאר וויאזוי דו האסט עס געשריבן (קיצוניות'דיג) ווי וואס האסט געשריבן.
איך וואלט ממליץ געווען צו פארעכטן דיין אפהאנדלונג מיט מער ווייעכערע לשונות, לדוגמא ביי די ערשטע: זיי וועלן טוען זאכן וואס איז נישט אנגענומען ביי די עולם זיי וועלן ענדערשער טוען זאכן וואס זענען נישט אנגענומען ביים המון עם ווי א גערעכטער.
לעצט פארראכטן דורך דרייטצעך אום זונטאג אפריל 24, 2022 9:45 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

שטיות! מבשרי אחזה!
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

אלץ איטר וואס האט פרובירט נאכצוגיין די חילוקים קען איך עגריען מיט אייער פארשונג. סאיז אסאך מער ווי דעם אבער די האסט עס גאנץ גוט צענומען. יעצט דארף מען נאר וויסן פארוואס טאקע איז עס אזוי.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע: טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

געפעלט מיר וואס די זאגסט...

די צען שאלות וואלט איך געוואלט זען...
;l;p- ;l;p- ;l;p-
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
גרויסע פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 20, 2022 9:04 am
לאקאציע: אוניווערסיטעט

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע פראפעסאר »

דרייטצעך האט געשריבן:באמת דארף איך געבן א לענגערע אפשאצונג אויף דעם ווייל זייענדיג א געלינקטער אבזערוויר איך שוין דאס א לענגערע צייט (נאכנישט קיין 13 יאר, אבער 3-4 יאר יא) אבער צייט האב איך נישט.
לגבי די וואס קריגן זיך מיט דיינע רייד איז עס מער פאר וויאזוי דו האסט עס געשריבן (קיצוניות'דיג) ווי וואס האסט געשריבן.
איך וואלט ממליץ געווען צו פארעכטן דיין אפהאנדלונג מיט מער ווייעכערע לשונות, לדוגמא ביי די ערשטע: זיי וועלן טוען זאכן וואס איז נישט אנגענומען ביי די עולם זיי וועלן ענדערשער טוען זאכן וואס זענען נישט אנגענומען ביים המון עם ווי א גערעכטער.

גערעכט איך וויל ארויסברענגען א נקודה שרייב איך קיצוניותדיג אבער בעצם איז עס נישט הונדערט פראצענט נאר אביסל ווייניגער ווי דעם
ווי למשל שרייבט מיר איינער און אישי לגבי זיין ב"ב אז זי איז נישט קיין פירער און האט בכלל נישט קיין זעלבסטזיכערקייט
ער איז גערעכט ס'איז נישט אז אלע זענען פירערס פון זיי ס'איז מער אז ס'איז דא מער פירערס ביי זיי ווי גערעכטע וואס דאס איז אויך א אינטערעסאנטע זאך פאר זיך קוקנדיג אויך די פראצענט פון זיי און די וועלט - קוים %10 קעגן 90% גערעכטע.
לגבי די זעלבסט זיכערקייט האב איך בכלל נישט געשריבן די ווארט איך האב געשריבן ענליכע זאכן אבער זעלבסט זיכערקייט ווענדט זיך אין אנדערע זאכן
אבער ס'איז אויך קלאר אז ס'איז דא מער זעלבסט זיכערע מענטשן ביי זיי ווי ביי די גערעכטע פערסענטיש
אלע אשכולות פון די גרויסע פראפעסאר: דריק דא
אוועטאר
עפעס אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 3:10 pm
פארבינד זיך:

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אזוי »

paintbrush.png
paintbrush.png (5.77 KiB) געזען 3010 מאל
אוועטאר
גרויסע פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 20, 2022 9:04 am
לאקאציע: אוניווערסיטעט

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע פראפעסאר »

שפע רב האט געשריבן:שטיות! מבשרי אחזה!

אויב ביזטו א איטר האב איך שוין געענטפערט אויף דעם אז די געלינקטער וועלן עס ווייניגער איינזען ווייל אלעס וואס איך שרייב איז "קעגן וויאזוי די גערעכטע זענען" א גערעכטע וועט עס אבער גענדערש און שנעלער באמערקן
אלע אשכולות פון די גרויסע פראפעסאר: דריק דא
אוועטאר
גרויסע פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 20, 2022 9:04 am
לאקאציע: אוניווערסיטעט

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע פראפעסאר »

עפעס אזוי האט געשריבן:
paintbrush.png

וואס מיינט דאס?
אלע אשכולות פון די גרויסע פראפעסאר: דריק דא
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

הבל הבלים, טאטאלע שטותים!

איך און מיינע אלע געשוויסטער זענען איטר יד, אויב עפעס בין איך דער איינציגסטער וואס פייפט אביסעלע און געט נישט קיין דעקל וואס מען גייט זאגן (און איך האב אויך מיינע גדרים ביז ווען איך קעיר נישט וואס מען זאגט...)

איך קען נישט קיין סאך אנדערע געלינקטע אבער מיין גאנצע משפחה זענען שטארקע חסידים פון "וואס וועט יענער זאגן"...

וואלט געווען ראטזאם זאלסט ברענגען מער באווייז צו דיינע שטודיעס
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ריזן ערפינדונג!! די גרויסע חילוק פון אן איטר יד מיט א גערעכטער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

איין זאך וואס איך האב יא דורכגעפירט א שטודיע, מען דארף שטארק קוקן אבער דאס ברויך 13 יאר שטארק פאקוסען קען מען דאס זעהן, און אויך נאר אויף אידן



























מען לייגט תפילין אויף די רעכטע האנט
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”