דער בעל שם טוב הק' אדער להבדיל פוטין

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

דער בעל שם טוב הק' אדער להבדיל פוטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

יא, ס'איז געקומען די צייט צו נעמען די פעדער אין די האנט אריין און פארציילן מיינע ברידער אין אמעריקא וואס אזאנס שפילט זיך איצטערט אפ אונטער די קאמוניסטישע פארהאנג

פארהאנג פאלט....

שוין געפאלן? יא, פאר איבער דרייסיג יאר צוריק איז די אייזערנע פארהאנג געפאלן אינאיינעם מיט די רשעות'דיגע קאמוניזם. ווען מ'איז געקומען קוקן וואס טוט זיך הינטערן פארהאנג, האט זיך אנדעקט א שרעקעדיגער בילד.
אחינו בני ישראל היושבים בצרה ובשבי' א צווייטע דור פון אידן וואס האבן נישט געוואוסט פון קיין אידישקייט קיין מינימום, מ'רעדט נישט דא פון דורות וואס זענען שוין נטמע געווארן צווישן גוים פאר הונדערטער יארן, און מ'ווייסט נישט מאין מוצאם, פון וואנעט שטאמען זיי. נאר דוקא רעדט מען דא פון אידן אזוי ווי אונז, נישט ווייניגער חשוב'ע זיידעס געהאט פון אונז, נאר זאגאר האט מען גערעדט פון גרויסע בנן של קדושים, צאצאים וצאצאי צאצאיהם פון די צדיקים קדושים אשר מפיהם אנו חיים. וואס נישט נאר אז זיי זענען נישט געגאנגען מיט'ן לבוש, מיט'ן חסידי'שען לבוש ווי זייערע זיידעס און עלטער זיידעס, נאר ניטאמאל קיין אלף בית האבן זיי קוים געוואוסט.
ווער רעדט נאך פון אזעלכע וואס זענען ליידער אסימילרט געווארן, און ווער רעדט נאך פון די טויזענטער אחינו בני ישראל וואס האבן קיין ברית נישט זוכה געווען צו האבן, ועוד ועוד, גאנצעטע קהילות וואס נישט זיי זענען פארברענגט געווארן אין די לאגערן, נאר האבן אלעס דורכגעלעבט, אבער מ'האט פארברענט זייערע נשמות מיט די קאמוניסטישע אידייען.

פארשטייט זיך אז עס האט זיך באלד ערווארבן פילע ארגענזאציעס פון קירוב, און מ'האט געטון און מ'טוט נאך אלץ וואס מ'קען צוריקצוברענגן אט די אלע נשמות, - וואס וואלטן ווען נישט דאס פארשאלטענע קאמוניזם - געווען דא אדער דארט פונקט ווי אונז אלע, געלעבט און געאטעמט דעם באשעפער מיט זיינע תורה און מצוות.

עס זענען געווען און עס זענען דא עטליכע באקאנטע וואס טוען כל מה שביכולתם צו ראטעווען וואס מער פונעם גיהנם של שלג דארטן אין די אוקריינישע גרעניצן, איינער פון זיי איז דער באקאנטער ר' הלל כהן, וואס ארבעט פיר און צוואנציג שעה רונדע דעם זייגער, צו נעמען די אלע אידישע קינדער די אלע אידישע נשמות וואס זענען פארווארפן בכל מקומות פזוריהם, און ארבעט ווי א מאשין מיט זיין גאנצע שטאב פון היימישע אידן וואס וואוינען אין אוקריינא, אריינצובלאזן דאס אידישע חיות אין זייערע הערצער, און כסדר איז דא נאך א איד, אמאל א אינגערער און אמאל אן עלטערער, אמאל וואס האט ביידע עלטערן אידן, און אמאל וואס האט נאר איין שורש צום אידישן פאלק וואס גייען אריין לבריתו של אברהם אבינו עליו השלום.

וואס ליגט הינטער די קוליסן פון אזעלכע ברית'ן, איז נישט משער צו זיין, כל משבריך וגליך עלי עברו זאגט דוד המלך עליו השלום, גאנצעטע משברים און גלים גייען אריבער אויף די אלע וואס זענען צום סוף זוכה צו אט דעם גליקליכן מינוט זיך צו אידישן און צו זיין מיט אונז אלע גלייך.

פארשטייט זיך אז דאס קאסט פאר דעם און נאכדעם כוחות עצומות פון הסברה ליבליכקייט ערענסקייט ריכטיגע שפראך אז די נשמות זאלן זיך ערוועקן און באקומען דעם רצון וואס זאל ברעכן אלע שוועריגקייטן צוריק אריינצוקומען לחיק אבינו שבשמים.

נישט אנדערש איז ביי די עזרת נשים, נעמען מיידלעך און פרויען וואס עס פעלט זיי לכאורה גארנישט אין זייער פרייע לעבן, זאלן אויף זיך נעמען דעם עול מלכות שמים, און היטן די מצוות, און אויפשטעלן אידישע שטובער כדת משה וישראל בקדושה ובטהרה. דאס איז נישט קיין זאך וואס מ'קען אין די ראמען פון אזא קורצע ארטיקל אנרירן בקצה המזלג.

איינע פון די הויפט זאכן זענען די שבתים און קעמפס וואס די עסקנים שטעלן צו כסדר פאר די קינדערלעך, מ'פרובירט אנקומען צו יעדן פארשטופטן שטעטל ברחבת אוקריינא, און אזוי מציל זיין מזוטו של ים נאך א נשמה, און נאך א נשמה, און נאך א נשמה, און נאך א נשמה, און נאך א נשמה, און נאך א נשמה בלי שיעור וערך.


איינע פון די פראיעקטן זענען א שבת אין מעזיבוזש מיט'ן בעל שם טוב'ס קינדער פון אוקריינא מ'לייגט אריין כוחות עצומות די לעצטע עטליכע יאר אז דאס זאל צושטאנד קומען, די הצלחות פון אט דעם שבת, איז ווייטגרייכענד ממש העכער אונזערע השגות וואס דאס ברענגט אריין א חיות דקדושה אין די אלע קינדערליך, און די תוצאות פון דעם איז ממש א מלחמה מיט די סטרא אחרא קאפ צו קאפ.
נאר די כוחות פון די הייליגע צדיקים פון וועמען די קינדער שטאמען, און אוודאי פון הייליגן בעשטה"ק זי"ע זענען מגין אז עס זאל קענען אנגיין און אנהאלטן, און דורך דעם צו ראטעווען נאך א צווייגעלע און נאך א צווייגעלע.

דער שטן בלייבט אבער נישט שטיל, דאס מאל הייסט ער פוטין שמוטין, ועומד ומקטרג, ווי קען מען צושטערן אזא הייליגע אונטערנעמונג, אהה מלחמה.


רבותי, כ'בין געווען די וואך אין אוקריינא, כ'טרעף רבי הלל כהן, איך האב אים נאך אין מיין לעבן נישט געזען אזוי באזארגט, פשוטו כמשמעו! כ'מיין אז יעדער ווייסט וויפיל שווערע אונטערנעמונגען דער איד האט שוין גענומען אויף זיך, קיינמאל זעט מען אים נישט באזארגט. כ'נעם די קוראזש און איך פרעג אים: הלל וואס גייט פאר? כמעט מיט טרערן זאגט ער מיר אז די שבת משפטים אין מעזיבוזש הענגט אויף א האר, און פון די וואס קומען געווענדליך אויף אזא שבת, וואס דאס מיינט די הייליגע אידן וואס האבן א הארץ צו אזא שבת און צאלן אויס אזא שבת, קענסלן ארויס, פוטין! מלחמה! בלא בלא

[align=center]רבותי, ווער שלאגט זיך דא מיט וועמען? דער הייליגער בעשטה"ק אליינס איז דא אין מלחמה מיט די סטרא אחרא!!!
לאמיר נישט פארגעסן!

אויב פארט מען נישט אויף שבת, לאמיר אים כאטש באגילדען מיט טויזענטער דאלערס אז די שבת פאר'ן בעל שם טוב'ס קינדער זאל נישט צעפאלן.
אוודאי ווער עס שפירט גענוג שטארק, זאל זיך נישט לאזן און טאקע פארן, מ'וועט אוודאי נישט דערלייגן בזכותו וכוחו של אותו זקן, אבער צוריקהאלטן דאס געלט, חלילה וחס.

לאמיר אויסשטרעקן א האנט, נעמט איינס, צוויי, דריי קינדער, יעדער כפי יכולתו און לאז מיר ווייזן ווער עס איז דער געווינער.
https://metchy.com/Basht_kids/[/align]
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: דער בעל שם טוב הק' אדער להבדיל פוטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

געגאנגען! ווי איז די אייוועלט פעיזש?
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: דער בעל שם טוב הק' אדער להבדיל פוטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

חוץ דעם ריזן זכות אויף דורי דורות, קעמען איינוועגס אויכעט אריינגיין אין א גורל אויף א ווי.איי.פי. שבת אין מעזבוש פאר פופציג אידן..

בלויז 300 טיקעטס ווערן פארקויפט און כעת אינאך איבערגעבליבן 220 זכותים בגורל.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: דער בעל שם טוב הק' אדער להבדיל פוטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheetrock »

יא, זייער וויכטיך זיך משתתף זיין, ובזכות זה זאל שוין שלום ווערן דארט און שלום אויף די וועלט מיט משיח'ן
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: דער בעל שם טוב הק' אדער להבדיל פוטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

די אויפוואכונג וואס קומט פאר אין אוקריינא איז אומגלויבליך. טויזנטער טויזנטער אידן קומען צוריק און ווערן באמת ערליכע אידן. אין געוויסע שטעט זענען דא געהעריגע קהילות פון בעלי תשובה און טייל ווערן גאר אליינס מחזירים בתשובה

די זכותים זענען אין לשער. איך האב געהערט ערשטע האנט פון אידן וואס זענען דארט געווען. די חיזוק וואס זיי באקומען ווען אונזערע אידן קומען אהין איז געוואלדיג
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: דער בעל שם טוב הק' אדער להבדיל פוטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

א זכיה צו שטיצן אזעלכע פראיעקטן!!

----
לעצט פארראכטן דורך יאנאש אום מיטוואך יאנואר 26, 2022 4:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: דער בעל שם טוב הק' אדער להבדיל פוטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

יצחק אייזיק האט געשריבן:א זכיה צו שטיצן אזעלכע פראיעקטן!!

----

ליגט אזוי אונטן פונעם בלאט, רבותי, עס איז דאך הימל שרייענד וואס דא קומט פאר, ס'שטיל דא ווי אין א בית הקברות...

לויפט און קויפט אייך עולם הבא, נעמט א קינד פון בעל שם טוב אויף אייערע קארטל, און ווערט געבענטשט בכל הברכות.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
באסעלע
שר האלף
תגובות: 1992
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 09, 2021 4:25 pm

Re: דער בעל שם טוב הק' אדער להבדיל פוטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באסעלע »

דאס איז די ארגענעזאציע וואס ר' הילל כהן איז אקטיוו ?
אז איך בין א גלות יוד, מיינט נאכנישט אז איך דארף שטימען דעמעקראט,
(קרעדיט: יוסי געשטעטנער)
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: דער בעל שם טוב הק' אדער להבדיל פוטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

באסעלע האט געשריבן:דאס איז די ארגענעזאציע וואס ר' הילל כהן איז אקטיוו ?

איא.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”