ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

איך וואוין שוין אין בארא פארק א היפשע צאל יארן אבער די לעצטע שטיק צייט זינט איך האב מיר איינגעהאנדלט מיין קליין שאכטל אויף פיר רעדער האב איך אנגעהויבן איינזעהן אז דער עולם דא אין שטאט ליידט ערנסט אויף די נערווען, יא פלעין ענד פשוט מ'ליידט אויף די נערווען, איך וויל נישט ממש באדעקען גאנץ ב.פ. מיט דעם נאסען ליילעך אבער ליידער א גרויסער ציבור.

על מה יצא הקצף? ס'דא א געוויסע מחלה וואס דערווייל אינאך נישט דא קיין שום היילונג און עצה דערצו, ניטאמאל א וואקסין קענען דעי חברה אויף טרעפן, דאס איז די פראבלעם פון די לאקאלע טרעפיק, די באסעס טראקס דאבל פארקינג והמסתעף, אבער נישט אויף דעם גיי איך יעצט דא אויסגיסן מיין טינט ווייל מען קען שוין אנפילן די עמפייער סטעיט בילדינג מיט געשרייבעכצער פון לעזונגען און פלענער וויאזוי צו לינדערן דעם קריזיס, און איך ווי אסאך אנדערע תושבי העיר האב שוין משלים געווען מיטן מצב אז אזוי איז עס און מיך טיילווייז צוגעוואוינט דערצו, נאר די צרה איז מיט דעי מענטשן וואס רעדן זיך איין אז זיי האבן יא אנדעקט עפעס א וואונדערליכע מיטל צו לעזן דעם אלטן פראבלעם דאס איז דורך זייער באליבטן טראמפייטער וואס זיצט אויפן רעדל פונעם קאר.

לאמיר אייך פארציילן א פאסירונג וואס קומט פאר דא אין שטאט יעדן איינציגסטן טאג און מער ווי איינמאל א טאג.

מ'זיצט אין קאר אויף א אנגעלייגטע גאס און ס'פארט נישט, די גאנצע גאס איז פיל מיט קארס וואס זיצן באמפער טו באמפער און ס'רירט זיך קוים, וואס גייט פאר? אה גארנישט ספעציעל, ווארשיינליך האלט יעצט א באס אינמיטן אראפלייגן צאן קדשים, אדער האט א פעדעקס דרייווער באשלאסן אז די גאס באלאנגט עניוועי פאר אים איז פארוואס נישט אראפ דראפן א מתנה פאר איינע פון זיינע איינוואוינער, אדער האט איינער דאבל פארקירט נישט טראכטענדיג אז פונקט יעצט וועט א ברייט ביינערדיגע טרעיליר ווילן דורכפארן און וועט נישט פיטן, אדער איז סתם אזוי אנגעלייגט, קעניינע הארע א ווירבילדיגע שטאט מיט צענדליגע טויזענטע איינוואוינער און די גאסן זענען פארנומען.

יעצט איך אין אזא פאל טראכט טאקע אז איינע פון די אויבן דערמאנטע פעלער קומט יעצט פאר און נישטא וואס מ'קען טון עניוועי, מ'קראכט די נאקעלס פארבייסט די ליפן צינד אן אביסעלע מוזיק און מ'ווארט ס'זאל זיך אביסעלע אויפלעזן, אבער דא קומט אריין דעם שכן פון הונטער מיר און העי ער האט נישט קיין צייט צו ווארטן ער האטעך דעם אלטן מיטל וויאזוי מען קען אין סעקונדעס אויפלעזן די גאנצע גאס, ער געט א לייג ארויף די הענט אויפן פייפערל און פפפפפפפאאאאאאאאאאאאא.... און......... וואונדער איבער וואונדער גייט נישט דורך קיין פאר סעקונדעס און ניין איר האט נישט גוט צוגעטראפן, די טרעפיק איז נישט אויפגעלעזט געווארן, די געלע באס מאכט סייווי ווייטער זיינע סטאפס ער איז שוין אימיונט צי די קולות, די פעדעקס דרייווער קימערט זיך גאנץ קנאפ מיט דיין אטאקע, און דער דאבל פארקיטער איז אריינגעלאפן אין א געשעפט און כאפט ניטאמאל אז אים מיינט מען.

אבער דער שכן אין פארנט פון מיר זעהט אז מ'דארף דא בעקאפ, איי מין איט דאסענט לאאק לייק איין פייפער וועט מאכן די זשאב דעי מאל סאו געגאנגען פפפפפפפאאאאאאאאאאאאאאאאא...  פאאא פאאא פפאא....... און מיט יעדע סעקונדע וואס גייט פארביי שטעלצעך נאך א נערוועזער צו צום קווייער און ס'טוצעך א געפייפעריי אז אפילו א טויבער קען טויב ווערן, וכל העם רואים את הקולות ממש, איך קען זען דעם גרים צארן אויף דעם נערוועזען אידל'ס וואנצע ווען איך הער זיין פפפאאאאאא.

און יא וואס פאסירט נאכדעם איז אז נאך א מינוט צוויי הייבט עס פארן, אבער איז דאס א דירעקטע תוצאה פון די געבלאזעכטס? א נעכטיגן טאג, און רעדעך פליז נישט איין אז יא, וואס דען איז געשען? פשוט דער באס האט זיך שוין איינגעדרייט צום נעקסטן געסל (געגאנגען אויפהייטערן די געמיטער דארטן), די פעדעקס דרייווער האט שוין באקומען דעם געקאטשקעטן סיגניטשער פונעם מקבל המתנה, און דער דאבעל פארקער איז שוין צוריק אין קאר מיטן זעקל פון געשעפט זיך מאכענדיג ווי ער באמערקט ניטאמאל די צאל בייזע פעינימער וואס ווארפן אים די סארט בליקן וואס קען פארוואנדלען א מענטש אין א גל של עצמות.

און איך שטיי און איך וואונדער מיך זענען די פייפערס אזוי נאריש? מיינען זיי טאקע אז מיט קוועטשן און פייפן קען מען רוקן קארס? זעהען זיי נישט אז ס'פשוט דא טרעפיק און ס'העטער גארנישט העלפען די קולות?

ביז איך בין געקומען צו די מסקנא אז די בעלי תוקע אליין ווייסן אויכעט זייער גוט אז זייערע געפייפעכצער טוען גארנישט אויף, זיי האבן פונקט אזוי באקומען א לעפעלע שכל ביים געבורט און זיי זעהען פונקט די זעלבע וואס איך זעה, נאר וואדען? זיי טוען עס פשוט צו ברואיגן זייער אויפגעבלאזענע אנגעצויגענע נערווען, זיי ווערן נעבעך צופלאצט פון לאנגווייליגקייט און חז"ל זאגן אונז שוין אז בטלה מביא לידי שעמום, פראבירן זיי אויסצוגעבן זייער צופלאצטקייט אויף א אומשולדיג פלאכע שטיקל ראבער וואס זיצט פארנט פון זייער פנים, אבער וואס זיי כאפן אפשר נישט איז אז זיי מאכן מיט דעם אזא שטיקל קנין חליפין, ער בארואיגט זיינע נערווען אבער פלאצט אויף א צווייטנס און א דריטנס מיט זיינע וואנזיניגע קולות.

איך האלט טאקע נישט אז דער קוועטשער ליגט אויפן סטערינג וויל פאר די זעלבע סיבה ווי די גרינע בוימעלע אויפן פארשפייז טעלער ביים פענסי שבע ברכות, זשאסט פאר דעקארעישען פערפעסעס, ניין, ס'איז טאקע געמאכט געווארן צו נוצן, אבער עפ"י רוב איז עס געמאכט פאר עמערזשענסי פעלער ווען מ'זעט איינעם פארבייגיין די גאס פארנט פון א פארנדע קאר, אדער ווען א דרייווער טוט א סכנה'דיגע שריט, אדער אפילו ס'מאכט זיך טאקע אז איינער פארנט פון דיר האט זיך פארחלומ'ט ביים רויט לייט איז אויך נארמאל אים צו געבן א וועק אויף ווען ס'ווערט גרין, מוז אויך נישט זיין דעמאלטס א תקיעה גדולה, א קליינע פייפל וועט מאכן די זעלבע זשאב, אדער ביינאכט קען מען זיך באגנוגען מיט א לייט בלינקעלע, אבער סתם פייפן לשם בלאזן ווייל ס'דא טרעפיק און דיינע פיצי נערווען קענען עס נישט דערהייבן האטעך נישט קיין שום פשט, אויב קענסטו נישט דערהייבן קיין טרעפיק זיי מוחל בלייב אינדערהיים אדער גיי צופיס,

יעדער וואס וואוינט אין שטאט ווייסט אז דאס איז די מצב אויפן ראוד און לאקאלע טרעפיק איז א אפטע ערשיינונג, אפגערעדט אין פארנומענע צייטן ווי פאר ימים טובים, איך למשל האב מיך געלערענט פון אייגענע ערפארונג אז ערב בדיקת חמץ און צווישן יו"כ און סוכות רירט מען נישט ארויס דעם קאר פון פארקינג ספאט, סיי ווי איך זאל דארפן גיין לאקאל קומט געווענליך אויס שנעלער צו וואקן, און אויב מאכט זיך יא אז מ'דארף צו פארן ערגעץ נעמט מען מיט אין קאר א גוטע סידי צו א אינטערסאנטע שיעור און מען זעצט זיך אריין בדחילו ורחומי אז מען גייט יעצט פארוויילן א וויילע אין דעם קליינע צימער, אבער דו טראמפייטער שפילער צו דיר האב איך א פראגע, דו האסט נישט געוואוסט דאס וואס האט מיך גענומען זייער שנעל צו אנערקענען? ווען דו האסטעך אריינגעזעצט אין קאר אויפן וועג צו שריפת חמץ צען מינוט צום סוף זמן האסטו דען נישט געוואוסט אז יעדע גאס נעמט היינט מינימום צען מינוט? האסט מסתם יא געוואוסט, איז וואס רעגסטעך יעצט? אויף וועם בלאזטו?

איך רעדן שוין נישט פון די חברה וואס ליידן אויף דעם דיזיס סטעיזש 5, דהיינו זיי כאפן אטאקעס אויף מענטשן רעכטס און לינקס אלעס ווייל יענער פארט נישט מיט די זעלבע מאס ווילדקייט ווי דיר, איינער פארט מיט אן אחריות אויפן ספיד לימיט און דער פון הונטער הייבט אים אן אריין צו שמייסן מיטן שופר ווי כאילו: וואס פארסטו ווי א קלאץ דארטן, ס'איז א העכסט (נישט) נארמאלע ערשיינונג צו זעהן דרייווערס ווערן נערוועז אויף אנדערע קארס וואס האלטן סך הכל איין די געזעץ מיט אן ערליכקייט, אני הקטן האב שוין מער ווי איינמאל געכאפט מכות אין די אויערן פארן ריינעם חטא פון מאכן א פול סטאפ ביי א סטאפ סיין אדער פארן זיין אזא "קלאץ" און נישט אנהייבן פארן דריי סעקונדעס פאר די לייט ווערט גרין, איי מין איז דעיס נארמאל? עס האט דאך נישט קיין שום פשט.

אינטערשטע שורה: מיין מעסעזש פאר דער וואס מיינט אז ער האט אויסגעטראפן די מורא'דיגע לעזונג צו די טרעפיק פראבלעם און מיט איין קוועטשער קען מען רוקן קארס רעכטס און לינקס, איך האב פאר אייך ביטערע נייעס, ניין עס ארבעט נישט! פשוט ס'ארבעט נישט, אדרבה ווילסטעך איבערצייגן אז איך בין גערעכט? נעקסטע מאל דו געפינסט זיך אויפן בי קיו אי פארקינג לאט געב עס א טריי אויס נעם ארויס דעם שופר מאך א תשר"ת אדער צוויי און לאמיך וויסן וויאזוי ס'האט זיך געענדיגט.

און פאר דער וואס ווייסט שוין אז ס'ארבעט נישט און מיט דעם אלעם שטורעמט ער אויף די גאנצע שטאט מיט זיינע פייפערייען יעדע מאל ער ווערט אנגעצויגן פון טרעפיק, קען זיין ס'ארבעט טאקע און דיינע נערווען ווערן אביסל בארואיגט אויפן מינוט, אבער פון דיר וויל איך בעטן א קליינע טובה, נעקסטע מאל ס'פאסירט לויפט ביטע צו צום נענסטען פארמאסי און האנדעלט אייך איין אזא קליין פלעשעלע און מען דאס איין אפאר מאל א טאג כפי הצורך, ווייל די טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

נישט אזוי שארף... סי בי טי ארבעט אויך...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

;l;p- ;l;p-

שלום עליכם ר' פישל, שרייבסט גוט!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

;l;p- אנדערע געבן זיך אויס אויפן פייפער און אנדערע דא אויפן וועלטל… בין כך ובין כך טון מיר אויף א געוואלד :lol:
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

tesla האט געשריבן:נישט אזוי שארף... סי בי טי ארבעט אויך...

האסט געטרייט?
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

יצחק אייזיק האט געשריבן:;l;p- ;l;p-

שלום עליכם ר' פישל, שרייבסט גוט!!

גאמ!

(ענדליך אגרי מיר….)
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

יחיד מומחה האט געשריבן:;l;p- אנדערע געבן זיך אויס אויפן פייפער און אנדערע דא אויפן וועלטל… בין כך ובין כך טון מיר אויף א געוואלד :lol:

:lol: ;l;p-
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

שלום עליכם און זייער שיין געשריבן.

איך ווייס נישט וויפיל סעקונדעס מען פארדינט ווען מען פייפט, אבער דאס לייגן דרוק העלפט אביסעלע אונטערצויאגן דעם ערשטן וואס האלט אויף די גאנצע טראפיק צו געדענקן אז ער איז נישט קיין בן יחיד דא אויף די גאס און א רייע מענטשן זיצן אונטער אים אנגעצויגן.

איך וועל דיר זאגן נאכמער, אפילו אויב לכבוד דעם וועט ער מוזן סטאפן זיין אקטיוויטעט, ארום פארן נאכאמאל די סקווער בלאק און צוענדיגן וואס ער האט געטון (אדער גיין זוכן א פארקינג ספאט אביסל ווייטער וואו ער וועט זיך קענען שנעלער און מער בריווח אריינפיטן אן אויפהאלטן 15 קארס אונטער אים), איז אויך נישט עק וועלט. דער עולם פארשטייט טאקע - און מען רעכנט זיך דערויף - אז עס קען זיין א מינימאלע דילעי ווען א מענטש מוז זיך אפשטעלן ערלעדיגן עפעס, אבער אויב עס ווערט צו לאנג (גענוג אז אלע נערוון ליידנדע זאלן שוין זיך נעמען פייפן...) זאל ער מוחל זיין אויספיגורן א מהלך וויאזוי ער קען עס מסדר זיין אן אויפהאלטן די גאס.

לגבי זיין א צדיק'ל און פארן אויפן ספיד לימיט, קיינער האט חלילה נישט קיין טענות אויב דו שפירסט רואיגער צו דרייוון אויף די שטייטערע ספיד - און דו ביסט גערעכט אויך, ווייל נאך אלעם איז דאך דאס דער באשטימטער ספיד - אבער דו האב אויך נישט קיין טענות, הייב נישט אן צו בלאזן און פייפן און בלינקען ווען איינער קאט דיר אויס. נאכמער, ווען דו זעהסט דו שטייסט אין וועג פאר דרייווער'ס וואס יאגן זיך, האב אביסל איינזעהניש, צינד אן דיינע בלינקערס, רוק דיך אריין אין די זייט און לאז זיי אריבער פארן. דו ביסט לעולם גערעכט ווייל דו פארסט דאך אויפן לימיט וואס שטייט אויפן סיין און יענער נישט, אבער עס איז נישט קיין מצוה צו זיין דוקא גערעכט אויף יענעם'ס חשבון. אבוויעסלי דו יאגסט זיך נישט אין ערגעץ אבער יענער אונטער דיר דארף אפשר אפנעמען א קינד פון באס, כאפן א פליגער, אנקומען צייטליך צו דער ארבעט, כאפן א מנין וכו' וכו' און ער האט נישט אזויפיל צייט ווי דו.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

;l;p- גוט געשריבן! זאפטיגע לשונות!

איך פייף זעלטן, אבער איך קען פארשטיין אז ס'איז פארהאנדן אזא זאך אז פייפן זאל העלפן...
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2649
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

מי חכם האט געשריבן:שלום עליכם און זייער שיין געשריבן.

איך ווייס נישט וויפיל סעקונדעס מען פארדינט ווען מען פייפט, אבער דאס לייגן דרוק העלפט אביסעלע אונטערצויאגן דעם ערשטן וואס האלט אויף די גאנצע טראפיק צו געדענקן אז ער איז נישט קיין בן יחיד דא אויף די גאס און א רייע מענטשן זיצן אונטער אים אנגעצויגן.

איך וועל דיר זאגן נאכמער, אפילו אויב לכבוד דעם וועט ער מוזן סטאפן זיין אקטיוויטעט, ארום פארן נאכאמאל די סקווער בלאק און צוענדיגן וואס ער האט געטון (אדער גיין זוכן א פארקינג ספאט אביסל ווייטער וואו ער וועט זיך קענען שנעלער און מער בריווח אריינפיטן אן אויפהאלטן 15 קארס אונטער אים), איז אויך נישט עק וועלט. דער עולם פארשטייט טאקע - און מען רעכנט זיך דערויף - אז עס קען זיין א מינימאלע דילעי ווען א מענטש מוז זיך אפשטעלן ערלעדיגן עפעס, אבער אויב עס ווערט צו לאנג (גענוג אז אלע נערוון ליידנדע זאלן שוין זיך נעמען פייפן...) זאל ער מוחל זיין אויספיגורן א מהלך וויאזוי ער קען עס מסדר זיין אן אויפהאלטן די גאס.

לגבי זיין א צדיק'ל און פארן אויפן ספיד לימיט, קיינער האט חלילה נישט קיין טענות אויב דו שפירסט רואיגער צו דרייוון אויף די שטייטערע ספיד - און דו ביסט גערעכט אויך, ווייל נאך אלעם איז דאך דאס דער באשטימטער ספיד - אבער דו האב אויך נישט קיין טענות, הייב נישט אן צו בלאזן און פייפן און בלינקען ווען איינער קאט דיר אויס. נאכמער, ווען דו זעהסט דו שטייסט אין וועג פאר דרייווער'ס וואס יאגן זיך, האב אביסל איינזעהניש, צינד אן דיינע בלינקערס, רוק דיך אריין אין די זייט און לאז זיי אריבער פארן. דו ביסט לעולם גערעכט ווייל דו פארסט דאך אויפן לימיט וואס שטייט אויפן סיין און יענער נישט, אבער עס איז נישט קיין מצוה צו זיין דוקא גערעכט אויף יענעם'ס חשבון. אבוויעסלי דו יאגסט זיך נישט אין ערגעץ אבער יענער אונטער דיר דארף אפשר אפנעמען א קינד פון באס, כאפן א פליגער, אנקומען צייטליך צו דער ארבעט, כאפן א מנין וכו' וכו' און ער האט נישט אזויפיל צייט ווי דו.

;l;p- אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

פיייפן העלפט! פינטל.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פוילער האט געשריבן:פיייפן העלפט! פינטל.

אויף דעם זאגט פישל אז טאבלעטן העלפן שנעלער און בעסער

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:פיייפן העלפט! פינטל.

אויף דעם זאגט פישל אז טאבלעטן העלפן שנעלער און בעסער

נישט אז די קאר וואס האלט אויף זאל זיך נעמען פארן.

פוילער האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:פיייפן העלפט! פינטל.

אויף דעם זאגט פישל אז טאבלעטן העלפן שנעלער און בעסער

נישט אז די קאר וואס האלט אויף זאל זיך נעמען פארן.

אויף דעם העלפט דאך נישט כל פייפערייא דעלמא

זיכער העלפט עס.

ניתי ספר ונחזי

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:אויף דעם זאגט פישל אז טאבלעטן העלפן שנעלער און בעסער

נישט אז די קאר וואס האלט אויף זאל זיך נעמען פארן.

אויף דעם העלפט דאך נישט כל פייפערייא דעלמא

זיכער העלפט עס.

ניתי ספר ונחזי

ווילסט כאפן מיט מיר א רייד?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

ביי פעדעקס טרעקלעך וכדומה בינעך מודה אז עס העלפט נישט.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17815
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שוין, האמיר א מודה במקצת
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

בינעך איינשטימיג מיט די וואס שרייבן אז פייפן העלפט, אין געוויסע מצבים שטייצעך, די ארטיקל איז געווען באזירט אויף די פייפערייען וואס קומט פאר אין די מצבים וואס עס קען אויף קיין שום וועג נישט העלפן און איז נאר במקום טאבלעטן כנ"ל, און למעשה רובא דרובא פייפערייען זענען אין אזעלעכע מצבים דוק ותשכוח (טישטעך פירט מען זיך צו שרייבן דא? העלפטס מיך ארויס)
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זעהר שיין!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

;l;p-
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' איד »

פישל גרין האט געשריבן:

כ'אנישט קאנאנונג וואס דו ווילסט פון מיר.
קודם כל כ'וואוין בכלל נישט און ב"פ, און חוץ פון דעם וואס כ'פייפ זעלטן,

חוץ אויב כ'שטיי ממש און פראנט פון די בלאקער, און כ'זעה קלאר ווי דער קען זיך גוט א עצה געבן אן שטערן די גאנצע עולם,
אבער אז ער קען בלייבן שטיין אינמיטן גאס, פארוואס נישט,
און דעמאלט טאקע בדר"כ נאכדעם וואס מ'געבט א קליינע פייפ, כאפט ער זיך פלוצלינג אז ס'דא נאך מענטשען און ער געבט זיך א רוק.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ר' איד א פלעשל טאבלעטן ארבעט אסאך בעסער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

האסט א פינטל,אבער ביסט דאך נישט גערעכט.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”