אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ברעיסעס
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 19, 2021 12:29 pm

אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעיסעס »

אין די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט, איז זייער שווער זיך צו רירן אן קיין צוטריט צו די געוועב. בשעת וואס אמאל האט אלעס געקענט ווערן ערלעדיגט דורך א פעדער מיט א פאפיר און א פאסט מארק, איז שוין היינט זייער שווער פאר א אינגערמאן זיך א עצה צו געבן אן דארפן האבן עקסעס צו אימעיל וכדו'. צו האבן א סמארטפאון אדער קאמפיוטער מיט אינטערנעט אינדערהיים איז נישט קיין אפציע פאר א רוב ערליכע אינגעלייט, איז אויב ארבעט ער נישט אין א אפיס מיט צוטריט, קען עס זיין א גרויסע שוועריגקייט ווען מ'דארף צוקומען צום נעט.

זעענדיג די פאטענציאל, זענען היימישע ביזנעסלייט אריינגעשפרינגען עפענענדיג קאפיוטער קיאסקן איינס נאכן צווייטן, עכ"כ אז כהיום איז שוין פארהאן אין וויליאמסבורג 9(!) קיאסק געשעפטן אויסגעשפרייט איבער גאנץ וויליאמסבורג. 5 פון די 9 האבן זיך געעפנט אין די לעצטע 4 יאר בערך. ס'איז לכאורה די מערסטע פון איין מין ביזנעס וואס ציען די זעלבע קלייענטעל, איינס נאך גראסעריס. ב"פ האט אויך נישט קיין מאנגל. כ'מיין אז אלע, עכ"פ רוב, זענען מצליח ב"ה. אכשר דרא.

די קיאסקן זענען צועשטעלט פיין און באקוועם, גרויסע קאמפיוטערס, עירפאונס, ווייערס, פרינטער וכדו', יעדע בעה"ב לייגט צו וואס ער פילט אז ס'פעלט אויס צו שלעפן קאסטומערס, איינער א קאווע מאשין, א צווייטער א וואסער מאשין וכו וכו.
נאכאלץ קען מען עס נישט באטראכטן ממש ווי א פריוואטע אפיס. יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט אפרעכטן א מיטינג דארט, מ'קען אויך נישט עפענען א קאל צענטער דארט, אפי' ס'דא אסאך פריוואטע קיוביקלס און אפי' אויב די קענסט באקומען א גוטע פרייז אויפן חודש צו קענען נוצן די קאמפיוטערס אנלימיטעד. פארוואס? ווייל ס'דא נאך מענטשן! אה, דו פארשטייסט אז ס'איז נישט ממש א פריוואטע אפיס, ס'דא דא נאך מענטשן און מ'קען נישט טון דא וואס מ'וויל, מ'קען נישט שטערן אנדערע מענטשן פון זייער ארבעט, ווייל זיי צאלן אויך געלט דא.
איז דא אבער אינגעלייט וואס פארשטייען דאס נישט.

כ'זיץ מיר אין קיאסק פארנומען מיט מיינע ענינים, ס'שטיל און רואיג, כ'הער ווי איינער קומט אריין, זעצט זיך אריין אין א קיוביקל נאנט צו מיינס, און ער הייבט אן זיך פארענען מיט א בעג. לויט ווי כ'פארשטיי נעמט ער ארויס א סענדוויטש פון זיין בעג איינגעוויקלט אין זילבער פאפיר, ער עפנט אויף די זילבער פאפיר, ס'הייבט זיך אן פארשפרייטן א ריח ניחוח פון א ווארימע אייער שפייז סענדוויטש איבער די גאנצע ארום. ס'איז מן הסתם געווען מזונות ברויט ווייל כ'האב נישט געהערט ער זאל זיך וואשן, ער האט מן הסתם געמאכט א ברכה שטילערהייט ווייל דאס האב איך אויך נישט געהערט. וואס איך האב יא געהערט איז געווען ווי די אינגערמאן בייסט אריין אין זיין געשמאקע סענדוויטש און הייבט אן קייען דאס עסן מיט גרויס אפעטיט בקול רם, 'טשאק; ,טשאק; 'טשאק;. ענדליך ווערט די גערידער עטוואס שטילער, זעהט אויס די עסן איז שוין גוט צוקייט, ער שלינגט אראפ, און געט גלייך א פרישע בייס אריין, און אודך 'טשאק; ,טשאק; 'טשאק;. ער קייט די עסן אויף ספיקער ווי א פרה אדומה, ווי ער זאל ווען זיין די איינציגסטע מענטש דא אין שטוב. פוי! א עקל! פארוואס עסטו אין פאבליק ווען דו ווייסט אז ס'הערשט דא א שטילקייט און יעדער האלט מיט ווי דו עסט? ס'איז דיין פריוואטע אפיס? דו כאפסט נישט אז דו שטערסט אנדערע מענטשן? ביסט א בהמה?

די אויבנדערמאנטע ביישפיל איז א מעשה שהי' בדיוק, אבער ס'געשעט יעדן טאג ענליכס, רעדן אויפן טעלעפאון אין קיאסק קען טאקע אויך אמאל שטערן, אבער ס'איז פארשטענדליך אז מ'דארף אמאל מאכן אדער אויפהייבן א טעלעפאון קאל, און ס'שטערט נישט אזוי שטארק, חוץ אויב מ'רעדט אויף הויכע טענער אדער מ'לאכט ארום פארשטייט זיך, און אפי' עסן איז אויך א דערהערטע זאך ווילאנג ס'איז איינגעצוימט, א מזונות וכדו', און די ארומיגע האלטן נישט מיט, און מ'רייניגט אויף נאך זיך. אבער עסן א געשמאקע פרישטאג אז די גאנצע שטאט האלט מיט? אדער קייען א בארביקיו קארן טשיפ? פליז! ביסט א בהמה? דו האסט נישט די נאטירליכע בושה אז מענטשן זאלן נישט הערן ווי די צוקייסט די עסן ווי א קי?

די חוצפה גייט נאך ווייטער! מ'לאזט דארט איבער די גארביטש! געענדיגט עסן און מ'גייט. די בעגס, זילבער פאפיר, שמיציגע טישוס, רעפערס? זאל די גוי קלינען. די קיבארד איז אנגעברעקלט און אנגעשמירט? זאל עס יענער אפברעקלען. קיין שום מענטשליכקייט עקזיסטירט נישט ביי זיי. א רחמנות אויף זייערע ווייבער.
ס'איז דא א קיאסק דא אין וויליאמסבורג, וואס איך ווייס שוין אז אין איין קיוביקל קען מען זיך קיינמאל נישט אריינזעצן. פארוואס? ווייל עפעס א אינגערמאן קומט דארט עסן פרישטאג יעדן טאג, און ער לאזט איבער אזא שמיץ, אז ס'עקלט זיך אריינצוזעצן אהין. און מיינט נישט אז א גרויסע עולם טוט דאס, ס'איז די זעלבע פאר אינגעלייט, וואס איך דערקען שוין אסאך מאל פון די גארביטש וועלכע חי' ס'איז דא געווען. צומאל זעהט מען אויף די איבערגעלאזטע קאנטעינערס אז יענעם'ס אשת חיל איז אים געשטאנען און געמאכט פרישטאג אז ער זאל גלייך קענען גיין לערנען, אן דארפן אהיימקומען אין פארברענגען די צייט, דערווייל, אנשטאט אהיימקומען עסן ווי א נארמאלע מענטש, עסט ער פרישטאג אין קיאסק שטיפענדיג די צייט. און אפגערעדט אויב צינדט מען נישט אן די קאמפיוטער בשעת'ן עסן איז עס א שאלה פון גניבה.

צום שלוס. כ'בעט ענק טייערע אינגעלייט, גייטס עסטס אינדערהיים אדער דינגטס א פריוואטע אפיס. ס'שטערט מענטשן, מקען זיך נישט צאמקלויבן, ס'לאזט איבער א שמיץ, פליז, א דאנק.
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אינגערמאן גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ווייב: אינגערמאן גיי עס אין קיאסק..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

ברעיסעס האט געשריבן:ס'איז דא א קיאסק דא אין וויליאמסבורג, וואס איך ווייס שוין אז אין איין קיוביקל קען מען זיך קיינמאל נישט אריינזעצן. פארוואס? ווייל עפעס א אינגערמאן קומט דארט עסן פרישטאג יעדן טאג, און ער לאזט איבער אזא שמיץ, אז ס'עקלט זיך אריינצוזעצן אהין.

קודם האט שוין דער אינגערמאן וואס צו ליינען היינט ביי פרישטאג :lol: :lol:
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: אינגערמאן גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:ווייב: אינגערמאן גיי עס אין קיאסק..

;l;p-
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

און צו דיר צדיקל, מיסטער ברעיסעס.
די קיאסק איז יעדעמס, יענער אינגערמאן צאלט די זעלבע פאר דאללער פער שעה צו קענען נוצען זיין קיוביקל פאר זיינע צרכים. האסט א פראבלעים דערמיט, נישט קיין פראבלעים היינטיגע צייטען. מקען שוין היינט דינגען א פריוואטע אפיס פאר דיר אליינס.

אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך. אויב איז עס א טעלפאון קאל, צו א זאם קאל, אדער עסן פרישטאג בשעת ער וויל ליינער דיינע זאפדיגע ארטיקל אויף אייוועלט.

גראדע פיין געשריבען, הגם מיט די פוינט דיסאגרי איך מיט דיר

און גא'מ אז מדארף זיך נאך רוימען, און נישט איבער לאזען דאס פלאץ ווי נאך א האריקעין
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
ממזרח שמש
שר האלף
תגובות: 1474
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 12, 2021 10:25 am

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממזרח שמש »

:lol: :lol: :lol: :lol:
די עולם שלאפט....
ס'איז נישט נארמאל!!!!
מ'ברויך איבער דרייען דאס מקום!!!!!
סטעי שרעקלעך טונד....
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יו אידאס גוט צולייגט, שכוח פאר די לעפצן עקסערסייז. יו טשילס, טשאק טשאק טשאק, עעעעךךךך.

אלדאו איך האב נאך אין מיין לעבן קיין קיאסק נישט גענוצט (אפשר אין אן האטעל אדער קאר דילערשיפ) קענעך אבער יא רילעיטן מיט דיין פרוסטעראציע.
די אוממענטשן דרייען זיך אלל אווער, נעכטן האט פופציגער אדרעסירט די טישו געלאזאכטס, היינט האב איך אריינגעטרעטן אין איינעמס גענוצטן באנדאזש אויפן מקוה פלאהר, שבת האט זיך מיין טלית איינגעטונקן אין איינעמס איבערגעלאזטן פערטל גלעזל קאווע ענד די ליסט גאוס אן ענד אן..

פוינט ביאינג; ביטע זייט מחנך אייערע קינדער...
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

דאס איז א ברייט פארשפרייטע פראבלעם, נישט נאר אין קיואסק, נאר דארט ברענט עס ממש, קודם ווייל ס’איז מסתמא שטיל און חוץ דעם גרויליגען נויז פון דער פא”ד פראסעסע”ר הערט מען גארנישט, און מ’צאלט נאך פאר די צייט אויך, און מ’איז איינגעבינדן, מ’קען גיין אין אן אנדערע שטוב צו וואס,
איך האלט שוין לאנג אז מ’מיז עפעס זעהן צו טון, עלטערן מיזן מחנך זיין די קינדער צו עסן איידל,
אסאך מאל ביי אן איווענט אדער דרשה, ווען ס’ווערט שטיל יעדער וויל צו הערן די בעל דרשן, דאן נעמט ער זיך עסן... ווער?? איך ווייס נישט אבער איינער אין דיע זאל, ס’דינערט און ס’בליצט, ס’ממש ’רואים את הקולות’ (בעסער: רועים את הקולות..)

איך בין אמאל געזיצן ביי א מלוה מלכה, און בשעת די פרעזענטאציע איז געלאפן האט איינס פון די אנפירער געטראפן צייט זיך ענדליך צו אפרוען, און ער האט זיך גענימען איבער א סלייס פיצא, איך זאג דיר... ”ווען ער וואלט געביסן א לעבעדיגע מענטש וואלט יענער נישט געמאכט אזעלכע קולות ווי די פיצא!...”
און דאן אינמיטן עסן האט ער זיך געגעבן א שטעל אויף, און מיך געמיזט עפעס פרעגן אריין אין אויער נישט צו שטערן יעדעם איינעם, אבער צו רעדן מיט עסן אין מויל איז דאך נישט קיין דרך ארץ... סאו האט ער געענדיגט צוקייען און אראפ שלינגן אין מיין אויער אריין... אזש איך האב געפילט ווי איך גיי אראפ פונעם גראדן זינען.
פעך... קענסט נישט עסן נארמאל? בעט א רב א היתר צו עסן אין ביה”כ, (אפשר מיט לעזער קרויס’ס צורת הפתח...)
איך פארשטיי עס באמת נישט.

יעצט אויב ווייסטו נישט וואס מ’רעדט, דאן מאך נאר זיכער אז דו עסט איידל ווי א איד, און פארגעס דערפון, אויב באבערט מען צופיל מיט דער נושא קען מען ווערן שרעקליך סענסעטיוו, און ס’שטערט לעבן מיט א רוהיגקייט.

עכ”פ דער נישכיזער איז געווען א גוטע איד.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p-
הא מילתא דאמרי אינשי שיתין תכלי מטייה לככא דקל חבריה שמע ולא אכל..

בבא קמא צב:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

יאנאש האט געשריבן:היינט האב איך אריינגעטרעטן אין איינעמס גענוצטן באנדאזש אויפן מקוה פלאהר,

גענומען פינעף יאר.. אבער פיינעלי איז דער באנדאזש אראפגעפאלן פונעם וואנט...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5065
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך.

זעט אויס מ'האט נישט געלערנט בבא קמא ביי אייך אין ישיבה. טון אייגענע צרכים אין רשות הרבים איז אסור, חוץ אין געוויסע פעלער. דא איז גראדע נישט קיין רשות הרבים, אבער ס'איז מסתבר אז רוב קיאסק אייגנטומער פרייען זיך נישט אז מ'עסט פרישטאג ביי זיי אין געשעפט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

גרשון האט געשריבן:ס'איז מסתבר אז רוב קיאסק אייגנטומער פרייען זיך נישט אז מ'עסט פרישטאג ביי זיי אין געשעפט.

גראדע פרייען זיי זיך, אזוי זיצן זיי דארט אפ נאך צוויי שעה..
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8390
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

שטארקע טענות! פאר נעקסט טיים פרוביר אנצוצינדן מוזיק אויפן קאמפיוטער
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

געוואלדיג גערעכטע טענה.

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
פעשליך
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 06, 2020 10:42 am

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשליך »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:און צו דיר צדיקל, מיסטער ברעיסעס.
די קיאסק איז יעדעמס, יענער אינגערמאן צאלט די זעלבע פאר דאללער פער שעה צו קענען נוצען זיין קיוביקל פאר זיינע צרכים. האסט א פראבלעים דערמיט, נישט קיין פראבלעים היינטיגע צייטען. מקען שוין היינט דינגען א פריוואטע אפיס פאר דיר אליינס.

אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך. אויב איז עס א טעלפאון קאל, צו א זאם קאל, אדער עסן פרישטאג בשעת ער וויל ליינער דיינע זאפדיגע ארטיקל אויף אייוועלט.

גראדע פיין געשריבען, הגם מיט די פוינט דיסאגרי איך מיט דיר

און גא'מ אז מדארף זיך נאך רוימען, און נישט איבער לאזען דאס פלאץ ווי נאך א האריקעין


קוקט אויס ווי בשעת די האסט געשריבן דיין תגובה ביזטו געזיצען אין א קאיאסק און געגעסן א געשמאקע סענדוויטש.
טענקיו. ביי. א גוטן.
A apple a day keeps people away. Just make sure to throw it hard
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

:lol: :lol: :lol:
זייער א גוטע שפראך, מ'האפט אז די ריכטיגע אויערן וועלן עס דערהערן.
אפשר זאלן די קיאסק מענעדזשערס ארויסלייגן א "עקסעלענט באס סטייל" בריוו אין די בלאט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

פעשליך האט געשריבן:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:און צו דיר צדיקל, מיסטער ברעיסעס.
די קיאסק איז יעדעמס, יענער אינגערמאן צאלט די זעלבע פאר דאללער פער שעה צו קענען נוצען זיין קיוביקל פאר זיינע צרכים. האסט א פראבלעים דערמיט, נישט קיין פראבלעים היינטיגע צייטען. מקען שוין היינט דינגען א פריוואטע אפיס פאר דיר אליינס.

אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך. אויב איז עס א טעלפאון קאל, צו א זאם קאל, אדער עסן פרישטאג בשעת ער וויל ליינער דיינע זאפדיגע ארטיקל אויף אייוועלט.

גראדע פיין געשריבען, הגם מיט די פוינט דיסאגרי איך מיט דיר

און גא'מ אז מדארף זיך נאך רוימען, און נישט איבער לאזען דאס פלאץ ווי נאך א האריקעין


קוקט אויס ווי בשעת די האסט געשריבן דיין תגובה ביזטו געזיצען אין א קאיאסק און געגעסן א געשמאקע סענדוויטש.


ב"ה כדארף נישט צוקומען (געווענטליך) צו ניצען א קיבארד וואס האט יענעמס האר מיט צוויביל צווישן די קנעפלעך
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:
אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך. אויב איז עס א טעלפאון קאל, צו א זאם קאל, אדער עסן פרישטאג בשעת ער וויל ליינער דיינע זאפדיגע ארטיקל אויף אייוועלט.

ס'איז נישט קיין פובליק פלאץ, ס'איז שעירד אפיס ספעיס וואו ער צאלט רענט פאר די צייט וואס ער איז דארט.

אנצינדן מוזיק אויף די העכסטע וואליום מעג ער אויך לדעתך אפי' ס'לאזט נישט אנדערע געהעריג ארבעטן?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

מיסטער ברעסעס, יישר כח פארן ארטיקעל, פיין געשריבען,

פרינט ארויס די ארטיקעל און הענג עס אויף אין די פאר קיאסקס

און א שישקע קען אויך נישט שאטן
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

קאכעדיגע האט געשריבן:מיסטער ברעסעס, יישר כח פארן ארטיקעל, פיין געשריבען,

פרינט ארויס די ארטיקעל און הענג עס אויף אין די פאר קיאסקס

און א שישקע קען אויך נישט שאטן

אגרי
און מז״ט ענק ביידען
אוועטאר
יחיד מומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 29, 2021 4:31 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיד מומחה »

לכאורה איז דאס פון די ניסים נסתרים שבכל יום… דארף איך נישט ניצן זעם קיאסק ווייל ווען יא… אוי עס טוט וויי פשוט צו טראכטן… אינטרעסאנט אז ער טרינקט נישט הויעך און שליקעטסט נאכדעם…קאד סטיל בי ווארס… :x
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:און צו דיר צדיקל, מיסטער ברעיסעס.
די קיאסק איז יעדעמס, יענער אינגערמאן צאלט די זעלבע פאר דאללער פער שעה צו קענען נוצען זיין קיוביקל פאר זיינע צרכים. האסט א פראבלעים דערמיט, נישט קיין פראבלעים היינטיגע צייטען. מקען שוין היינט דינגען א פריוואטע אפיס פאר דיר אליינס.

אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך. אויב איז עס א טעלפאון קאל, צו א זאם קאל, אדער עסן פרישטאג בשעת ער וויל ליינער דיינע זאפדיגע ארטיקל אויף אייוועלט.

גראדע פיין געשריבען, הגם מיט די פוינט דיסאגרי איך מיט דיר

און גא'מ אז מדארף זיך נאך רוימען, און נישט איבער לאזען דאס פלאץ ווי נאך א האריקעין

as wrong as it could be!!!
חוץ אויב די ביסט פון דיע... אין א פאבליק פלאץ איז אויסדריקלעך נישט פארהאן קיין רעכט צו טון וואס מען ברויכט... עס איז פארהאן מענטשליכקייט געזעצן וועלכע זענען געשריבן געווארן ספעציעל פאר פאבליק פלעצער, ווארום אינדערהיים קען מען טון וואס מען וויל אויב די ווייב לאזט... גראדע בין איך באקאנט מיט אזא געשעפט וואס האט פארשיקט איינע פון זייערע קאסטאמערס ווייל ער האט נישט רעספעקטירט די פאבליק.
לעצט פארראכטן דורך קאנסאלטענט אום מאנטאג יאנואר 10, 2022 8:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ואני בתומי אלך.
קאנסאלטענט
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 02, 2021 4:50 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסאלטענט »

:lol: :lol: :lol:
שיין מיסטער ברעיסעס, יעצט האבן מיינע שכינים אין קיאסק געהערט היק היק היק...
ואני בתומי אלך.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

דעת בעל הבית האט געשריבן:דאס איז א ברייט פארשפרייטע פראבלעם, נישט נאר אין קיואסק, נאר דארט ברענט עס ממש, קודם ווייל ס’איז מסתמא שטיל און חוץ דעם גרויליגען נויז פון דער פא”ד פראסעסע”ר הערט מען גארנישט, און מ’צאלט נאך פאר די צייט אויך, און מ’איז איינגעבינדן, מ’קען גיין אין אן אנדערע שטוב צו וואס,
איך האלט שוין לאנג אז מ’מיז עפעס זעהן צו טון, עלטערן מיזן מחנך זיין די קינדער צו עסן איידל,
אסאך מאל ביי אן איווענט אדער דרשה, ווען ס’ווערט שטיל יעדער וויל צו הערן די בעל דרשן, דאן נעמט ער זיך עסן... ווער?? איך ווייס נישט אבער איינער אין דיע זאל, ס’דינערט און ס’בליצט, ס’ממש ’רואים את הקולות’ (בעסער: רועים את הקולות..)

איך בין אמאל געזיצן ביי א מלוה מלכה, און בשעת די פרעזענטאציע איז געלאפן האט איינס פון די אנפירער געטראפן צייט זיך ענדליך צו אפרוען, און ער האט זיך גענימען איבער א סלייס פיצא, איך זאג דיר... ”ווען ער וואלט געביסן א לעבעדיגע מענטש וואלט יענער נישט געמאכט אזעלכע קולות ווי די פיצא!...”
און דאן אינמיטן עסן האט ער זיך געגעבן א שטעל אויף, און מיך געמיזט עפעס פרעגן אריין אין אויער נישט צו שטערן יעדעם איינעם, אבער צו רעדן מיט עסן אין מויל איז דאך נישט קיין דרך ארץ... סאו האט ער געענדיגט צוקייען און אראפ שלינגן אין מיין אויער אריין... אזש איך האב געפילט ווי איך גיי אראפ פונעם גראדן זינען.
פעך... קענסט נישט עסן נארמאל? בעט א רב א היתר צו עסן אין ביה”כ, (אפשר מיט לעזער קרויס’ס צורת הפתח...)
איך פארשטיי עס באמת נישט.

יעצט אויב ווייסטו נישט וואס מ’רעדט, דאן מאך נאר זיכער אז דו עסט איידל ווי א איד, און פארגעס דערפון, אויב באבערט מען צופיל מיט דער נושא קען מען ווערן שרעקליך סענסעטיוו, און ס’שטערט לעבן מיט א רוהיגקייט.

עכ”פ דער נישכיזער איז געווען א גוטע איד.

גוואלדיק
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: אינגערמאן, גיי עס אינדערהיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:און צו דיר צדיקל, מיסטער ברעיסעס.
די קיאסק איז יעדעמס, יענער אינגערמאן צאלט די זעלבע פאר דאללער פער שעה צו קענען נוצען זיין קיוביקל פאר זיינע צרכים. האסט א פראבלעים דערמיט, נישט קיין פראבלעים היינטיגע צייטען. מקען שוין היינט דינגען א פריוואטע אפיס פאר דיר אליינס.

אין א פאבליק פלאץ, האט יעדער א רעכט צו טוען דארטען וואס ער ברויך. אויב איז עס א טעלפאון קאל, צו א זאם קאל, אדער עסן פרישטאג בשעת ער וויל ליינער דיינע זאפדיגע ארטיקל אויף אייוועלט.

גראדע פיין געשריבען, הגם מיט די פוינט דיסאגרי איך מיט דיר

און גא'מ אז מדארף זיך נאך רוימען, און נישט איבער לאזען דאס פלאץ ווי נאך א האריקעין

למעשה איז דא אזא זאך ווי איידלקייט אפילו ס'איז דא א סברה צו זאגן אז אין א פאבליק פלאץ מעג מען טוהן וואס מ'וויל
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”