גרי הצדק
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
גרי הצדק
ווער ס'ווייסט סיי וואס פארע טעם אוידער סיבה א גר האט זיך מגייר גוועהן ווערט געבעהטן צו מיט טיילען ס'וואלט גוועהן גאר אינטערסאנט צו ליינען אין הערן
כידוע יעדע גר אוידער גיורות איז געווארען אינספייערט צו ווערן א חלק פון די אידישע פאלק צו א געוויסע מאורע מעשה אוידער א מנהג וכו' וכו' יעדער פאר א אנדרע סיבה אשע"כ וואס איר ווייסט שרייבט עס ביטע אראפ אין זייט מהנה די עולם אין די עיקר סיבה איז לאמיר סאיז מחזק אידישקייט בכלל אין סאיז א גרויסע תועלת פאר איינער וואס ראנגעלט זיך מיט נסיונות צו זעהן די פוינט אויף וויא ווי אזוי מקוקט אהן אידען אין די וועלט אין זעהן די אמת פון די תורה אין יעדע קוצו של יוד איז הייליג אין זיך מער מחזק זיין מיט אינזערע אידישקייט בעזהשי"ת

לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום פרייטאג יאנואר 14, 2022 6:05 am, פארראכטן געווארן 8 מאל.
Re: טעמים וסיבות פאר וואס גרים האבון זיך מגייר גוועהן
לכבוד די יארצייט פון רבי רבי זושא זי"ע האב איך זיך דערמאנט א מעשה וואס איך האב געהערט פון איינע פון די משפעים זז"ג אז א גר האט פארציילט די סיבה וואס האט אים געמאכט די באשלוס זיך מגייר צו זיין איז גוועהן בקיצור אין בערך אזוי ער איז גוועהן געלאדענט צו א בר מצוה פון א חבר זיינער אין איינע פון די פארשטופטע סטעטס צו ווי אוידער אין עפעס א פארווארפנע לאנד אין ביי די בר מצוה האט איינער גע'דרשנט א דרשה אין פארציילט די מעשה וואס יעדער קען אז די רבי רבי זושא זי"ע האט געזאגט אז מגייט אים נישט שמייסען פאר וואס ער איז נישט די אלימלך נאר פאר וואס ער איז נישט זושא אין זייענדיג א יונג בחור'ל האט אים עס מוראדיג באנומען אין האט זיך מגייר גוועהן פארשטייט זיך ס'מן הסתם דא נאך פרטים אויבער דאס איז די מעשה בקיצור
די מעשה האט לכאורה געמאכט שפירען די גר אז דאס איז א אמת'ע דרך אז סהאט אים געמאכט טוהן די שריט זיך צו מגייר צו זיין
אין סאיז פשוט מוראדיג די כח פון א מעשה פון צדיקים וואס מע'דערציילט אין פארשטייט זיך ס'האט אזא שטארקע לימוד אז א גוי זאל זיך מגייר זיין דערפון
פלא והפלא
עד היכן הדברים מגעים

לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום מיטוואך יאנואר 12, 2022 4:16 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
Re: טעמים וסיבות פאר וואס גרים האבון זיך מגייר גוועהן
די דעלטינער רב שליט"א פארציילט פון די גר פון בראזיל וואס האט חתונה געהאט בבית מדרשו לעצטענס אז סיי ער אין סיי זי האט אלס געצויגען זיך מגייר זיין פון אלס יונג קינד צו ווערן א איד אין ער ווייסט אליינס נישט פארוואס אויבער ס'האט אים אלס געצויגען דאס איז בקיצור די ערשטע חלק פון די מעשה וואס איז א מעשה באריכות אין ער איז געגאנגען אין קאלידזטש אין געטראפען דארט די גיורות מיט וועם ער האט חתונה געהאט אין זי האט אויך אלס געצויגען צו זיין א איד ממש די זעלבע שאיפות
אין ווי אזוי ס'איז געווארען איז אריכת הדברים בקיצור די תמצית פון די סיבה
אין ווי אזוי ס'איז געווארען איז אריכת הדברים בקיצור די תמצית פון די סיבה
Re: די טעמים פאר וואס גרי צדק האבון זיך מגייר גוועהן
געהערט א מעשה, מכלי ראשון, פון א גיורת וואס האט זיך מגייר געווען נאכדעם וואס א בחור וואס איז איר אדורכגעגאנגען האט זיך געהיטן די אויגן און ניטאמאל געגעבן א בליק! זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס זי האט געזעהן א איד פאר די אויגן האט עס איר מורא׳דיג איבערגענומען און פון דארט איז עס געפארן ווייט ביז זי האט זיך פולקאם מגייר געווען און האט שוין אויפגעשטעלט א ערליכע אידישע שטוב. נישט משיג צו זיין די תוצאות פון איין התגברות היצר! די בחור (אדער אינגערמאן) האט קיין השגה וואס עס ווארט אים אפ אויבן…
Re: די טעמים פאר וואס גרי צדק האבון זיך מגייר גוועהן
אויף קו"מ איז דא עטליכע אינטערוויאס מיט גרים ביי די לאנגע אינטערוויאס
478 הרב ממתי ווייזער שליט"א
833 הרב נתן שליט"א
867 הרב עזרא חיים שליט"א
1025 הרב אפרים שליט"א
296.876 הרב אברהם גאלדשטיין שליט"א
אין נאך
איך האף בל"נ ברענגין צוביסלעך בקיצור די תמצית
478 הרב ממתי ווייזער שליט"א
833 הרב נתן שליט"א
867 הרב עזרא חיים שליט"א
1025 הרב אפרים שליט"א
296.876 הרב אברהם גאלדשטיין שליט"א
אין נאך
איך האף בל"נ ברענגין צוביסלעך בקיצור די תמצית
Re: די טעמים פאר וואס גרי צדק האבון זיך מגייר גוועהן
הרב אברהם גאלדשטיין זאגט אז באופן כללי זיכט מען פשוט דעם אמת אין סאיז דא א אמתע רצון דאס ברענגט זיי זיך מגייר צו זיין זיי פילען דאס איז די אמת
Re: די טעמים פאר וואס גרי צדק האבון זיך מגייר גוועהן
הרב אברהם גאלדשטיין פארציילט אז ביי אים 14 יאהר אלט איז גוועהן די מעשה אז סאיז גוועהן א ערדצוטערניש אין זיין שטאט האט געזעהן נעבין זיין הויז איז גוועהן א באאר בלע"ז קרעטשמע מענטשין ביקען זיך אז זיי ווילען תשובה טוהן האט ער געטראכט קודם זינדיגט מען אין נאך דעם וויל מען תשובה טוהן סמאכט נישט קייו סענס פארוואס זאל מען נישט לכתחילה זיין גוט אין ערליך אז מזאל קיינמאהל נישט אהן קומען צו אזא מצב פון זיי
אין זיין מאמע האט אים געזאגט אז די אמת איז ביי די אידען אין ווילימסבורג דארט וועסטו טרעפין די אמת'ע מענטשין דארט זאלסטו גיין זי פלעגט ארבעטין דארט סהאט א המשך אויבער דאס גוועהן מער ווייניגער די מעשה בקיצור נמרץ
אין זיין מאמע האט אים געזאגט אז די אמת איז ביי די אידען אין ווילימסבורג דארט וועסטו טרעפין די אמת'ע מענטשין דארט זאלסטו גיין זי פלעגט ארבעטין דארט סהאט א המשך אויבער דאס גוועהן מער ווייניגער די מעשה בקיצור נמרץ
Re: די טעמים פאר וואס גרי צדק האבון זיך מגייר גוועהן
אין נאמען פון הייליגע צאנזער רב זי"ע זאגט מען נאך פון די הייליגע גר צדק פוטאצקי הי"ד אז ער האט געזאגט פאר די הריגה אז זיין נשמה שורשה בקדושה איז איז גוועהן ביים בארג סיני מקבל זיין די תורה פאר דעם איז ער נמשך געווארען צום שורש אין האט זיך מגייר גוועהן
Re: די טעמים פאר וואס גרי צדק האבון זיך מגייר גוועהן
(נישט ממש א 'טעם', אבער א טשיקאווע פאקט...)
א חבר מיינער, א גר צדק (איך האב איהם קיינמאל נישט געפרעגט וועגן זיין מהלך פון זיך מגייר זיין וכו', דאס איז נאר ארויס געקומן לפי תומו), דערציילט מיך אז זיין (גוי'שע, כמובן) באבע איז געקומן פון אייראפע קיין אמעריקא מיט די יידישע משפחה פאר וועמן זי פלעגט ארבייטן. אין אמעריקא האט זי נאך געהאט א שטארקע שייכות מיט איר בעל-בית'טע. על פי עצתה פלעגט זי נאר קויפן כשר'ע עופות...
ונמצא לפי זה אז מיין חבר'ס מאמע איז אויף געוואקסן עסענדיג נאר כשר'ע פלייש.

-
- שר האלף
- תגובות: 1182
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am
Re: די טעמים פאר וואס גרי צדק האבון זיך מגייר גוועהן
האט איינער א קליפ פון דרשה וואו הרב אברהם גאלדשטיין פארציילט זיין געשיכטע?
(אדער אנדערע גרים - אויף אידיש)
(אדער אנדערע גרים - אויף אידיש)
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
’די הייליגע זיידע’ס’
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
’די הייליגע זיידע’ס’
Re: די טעמים פאר וואס גרי צדק האבון זיך מגייר גוועהן
(אויך נישט א טעם ) אויבער א וויכטיגע אין אינטערסאנטע ידועה א מרעדט שוין רבי אברהם גאלדשטיין זאגט אז די גרים זענען " מבקשים "
למשל זייער נאמען אסאך גיבען אברהם אויבער געניג אין נאך גיבען נאך צדיקים וואס זיי לערנען אין הארווען אויף זייער ספרים למשל בני יששכר נועם אלימלך דברי יואל וכו וכו אין זענען מקושר צו די צדיקים אין שפעטער גיבן זיי יואל צו הערש אלימלך אין נישט פלעין געזוכט א נאמען אין געפאלען אין ווייטער געגאנגען
פארשטייט זיך ערשט ווען מאיז זיך מגייר אויבער זיי זוכען מיט א אמת די אמת א טייל באקומען הוראה .
ווייל ווי מהאט געזאגט זיי לייגען זיך אריין אין די תורה הקדושה לאורכה ולרחבה אין אלע חלקי התורה

לעצט פארראכטן דורך רבותינו אום דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 2:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: די טעמים פאר וואס גרי צדק האבון זיך מגייר גוועהן
רבותינו האט געשריבן:(אויך נישט א טעם ) אויבער א וויכטיגע אין אינטערסאנטע ידועה א מרעדט שוין רבי אברהם גאלדשטיין זאגט אז די גרים זענען מבקשים למשל זייער נאמען אסאך גיבען אברהם אויבער געניג אין נאך גיבען נאך צדיקים וואס זיי לערנען אין הארווען אויף זייער ספרים למשל בני יששכר נועם אלימלך דברי יואל וכו וכו שפעטער גיבן זיי יואל צו הערש אלימלך פארשטייט זיך ערשט ווען מאיז זיך מגייר אויבער זיי זוכען מיט א אמת די אמת א טייל באקומען הוראה ווייל ווי מהאט געזאגט זיי לייגען זיך אריין אין די תורה הקדושה לאורכה ולרחבה אין אלע חלקי התורה
אויכעט, כמדומה איז פארהאן גרי צדק וואס זענען נישט אינטערעסירט אז מען זאל זיי אהן קוקן אזוי ווען זיי זענען עולה אלץ 'אברהם בן אברהם'... מיר זענען דאך א נייגעריגע פאלק און עס קען גיין מענטשן אויף די נערוון. איך קען א ר' מתתיהו בן אברהם (נישט קיין רבי'ס נאמן איז דאס); אויך קען איך א באקאנטע גר צדק א תלמיד חכם וואס, מאיזה טעם (איך האב קיין מאהל נישט געהערט), איז עולה אלץ '' אברהם ב"ר יעקב'.
Re: די טעמים צו די מעשה פאר וואס גרי צדק האבון זיך מגייר גוועהן אין אלעס ארים
מעזאגט נאך אין די נאמען פון הגה"ק די חזון איש ז"ל אויב א גוי וואלט געשפירט די גישמאקע טעם פון לערנען שבת פארטאגס וואלט ער זיך מגייר גוועהן
Re: גרי צדק אין אסאך וויכטיגע ידעות
ס'איז דא א רב אין א"י וואס זייער אסאך גרים זענען זיך מגייר ביי אים .פארציילט ער א אינטערסאנטע זאך ער קוקט דאס שוין נאך יאהרען לאנג . אז דאס " שאקלען ביים דאוונען " געשעהט תיכף ווען מאיז זיך מגייר . נישט קיין מינוט פאר דעם פאר זיי זענען זיך מגייר שטיין זיי ביים דאוונען אהן זיך שאקלען א טראפ (ווייל מוויל זיי צוגעוואנען צו תפלה ) אין אזוי ווי זיי זענען זיך מגייר פון זיך אליינס נעמין זיי זיך שאקלען ביים דאוונען. סאיז א פשוטע פאקט וואס יעדער קען דאס זעהן דאס איז בלויז א אידישע זאך . דאס זיך שאקלען ווען מרעדט צום באשעפער אלס איד דוקא
סאיז א נשמה דיגע זאך מוז זיין.
סאיז א נשמה דיגע זאך מוז זיין.
-
- שר האלף
- תגובות: 1310
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm
Re: גרי צדק אין אסאך וויכטיגע ידעות
רבותינו האט געשריבן:ס'איז דא א רב אין א"י וואס זייער אסאך גרים זענען זיך מגייר ביי אים .פארציילט ער א אינטערסאנטע זאך ער קוקט דאס שוין נאך יאהרען לאנג . אז דאס " שאקלען ביים דאוונען " געשעהט תיכף ווען מאיז זיך מגייר . נישט קיין מינוט פאר דעם פאר זיי זענען זיך מגייר שטיין זיי ביים דאוונען אהן זיך שאקלען א טראפ (ווייל מוויל זיי צוגעוואנען צו תפלה ) אין אזוי ווי זיי זענען זיך מגייר פון זיך אליינס נעמין זיי זיך שאקלען ביים דאוונען. סאיז א פשוטע פאקט וואס יעדער קען דאס זעהן דאס איז בלויז א אידישע זאך . דאס זיך שאקלען ווען מרעדט צום באשעפער אלס איד דוקא
סאיז א נשמה דיגע זאך מוז זיין.
זייער אינטערעסאנט. איך האב אמאל געהערט פון א פארשער, אז איינס פון די (קליינע) הוכחות אז די פאשטונס שטאמען פון די עשרת השבטים איז אז זיי שאקלען זיך ווען זיי לערנען און דאווענען, א זאך וואס מען טרעפט נישט ביי קיין שום אנדער רעליגיע.
Re: גרי צדק : אין אסאך וויכטיגע .אין אינטערסאנטע ידועות.
גאר א באלערנדע אינטערוויא ארויף אויף קו"מ מיט רבי אברהם גאלדשטיין היינט
- א הייסע קאווע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3946
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
- לאקאציע: מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
- פארבינד זיך:
Re: גרי צדק : אין אסאך וויכטיגע .אין אינטערסאנטע ידועות.
רבותינו האט געשריבן:גאר א באלערנדע אינטערוויא ארויף אויף קו"מ מיט רבי אברהם גאלדשטיין היינט
לעגענדארער גר צדק הרב אברהם גאלדשטיין
אינטערוויו: לכבוד פרשת יתרו: "מה שמועה שמע ובא?", א שבת קבלת התורה שמועס מיטן העלדישן לעגענדארער גר צדק הרב אברהם גאלדשטיין וועלכער שילדערט זיין שמחת התורה ושמחה החיים צו זיין איבערגליקליך צו זיין א טייל פון דעם עם הנבחר "איך בין שוין 40 יאר א איד"
Re: גרי צדק : אין אסאך וויכטיגע .אין אינטערסאנטע ידועות.
גליון בחצר הקודש סקווירא - פ' יתרו
Re: גרי צדק : אין אסאך וויכטיגע .אין אינטערסאנטע ידועות.
איך האב געהערט אז די הייליגע גר צדק פאטוצקי הי"ד האט געזאגט אז אלע גרים במשך הדורות זענען גוועהן פון די וואס האבון געוואלט מקבל זיין די תורה ווען די אייבערשטער האט געפרעגט אלע פעלקער צו זיי ווילען מקבל זיין די תורה ,אין כמעט יעדער האט נישט געוואלט די מיעוט וואס האבון יא געוואלט האבון זיך מגייר גוועהן ,
און די נשמות וואס האבון זיך גע'שמדט במשך הדורות האבון נישט געוואלט מקבל זיין די תורה אין טאקע שפעטער זיך גע'שמד'ט,
אין די הייליגע גר"א האט מסכים גוועהן דערצו ,
כך שמעתי אויב איינער האט א מקור ווי דעס ווערט גברענגט וואלט איך הנאה געהאט.
און די נשמות וואס האבון זיך גע'שמדט במשך הדורות האבון נישט געוואלט מקבל זיין די תורה אין טאקע שפעטער זיך גע'שמד'ט,
אין די הייליגע גר"א האט מסכים גוועהן דערצו ,
כך שמעתי אויב איינער האט א מקור ווי דעס ווערט גברענגט וואלט איך הנאה געהאט.
Re: גרי צדק : אין אסאך וויכטיגע .אין אינטערסאנטע ידועות.
רבותינו האט געשריבן:איך האב געהערט אז די הייליגע גר צדק פאטוצקי הי"ד האט געזאגט אז אלע גרים במשך הדורות זענען גוועהן פון די וואס האבון געוואלט מקבל זיין די תורה ווען די אייבערשטער האט געפרעגט אלע פעלקער צו זיי ווילען מקבל זיין די תורה ,אין כמעט יעדער האט נישט געוואלט די מיעוט וואס האבון יא געוואלט האבון זיך מגייר גוועהן ,
און די נשמות וואס האבון זיך גע'שמדט במשך הדורות האבון נישט געוואלט מקבל זיין די תורה אין טאקע שפעטער זיך גע'שמד'ט,
אין די הייליגע גר"א האט מסכים גוועהן דערצו ,
כך שמעתי אויב איינער האט א מקור ווי דעס ווערט גברענגט וואלט איך הנאה געהאט.
עס איז פארהאן זייער איין אויסטערלשיער שטיקל ספר חסידים וואס שרייבט אז דער מלאך הממונה אויף נשמות פון ניי-געבוירענע קינדער איז זיך א מאהל טועה, והיינו טעמא דגירות, והיינו טעמא איפכא ר"ל.
Re: גרי צדק : אין אסאך וויכטיגע .אין אינטערסאנטע ידועות.
הסרפד האט געשריבן:רבותינו האט געשריבן:איך האב געהערט אז די הייליגע גר צדק פאטוצקי הי"ד האט געזאגט אז אלע גרים במשך הדורות זענען גוועהן פון די וואס האבון געוואלט מקבל זיין די תורה ווען די אייבערשטער האט געפרעגט אלע פעלקער צו זיי ווילען מקבל זיין די תורה ,אין כמעט יעדער האט נישט געוואלט די מיעוט וואס האבון יא געוואלט האבון זיך מגייר גוועהן ,
און די נשמות וואס האבון זיך גע'שמדט במשך הדורות האבון נישט געוואלט מקבל זיין די תורה אין טאקע שפעטער זיך גע'שמד'ט,
אין די הייליגע גר"א האט מסכים גוועהן דערצו ,
כך שמעתי אויב איינער האט א מקור ווי דעס ווערט גברענגט וואלט איך הנאה געהאט.
עס איז פארהאן זייער איין אויסטערלשיער שטיקל ספר חסידים וואס שרייבט אז דער מלאך הממונה אויף נשמות פון ניי-געבוירענע קינדער איז זיך א מאהל טועה, והיינו טעמא דגירות, והיינו טעמא איפכא ר"ל.
זייער אינטערסאנט
הגם דאס איז א אנדרע בחינה
איר קענט מיר געוואהר ווערן אויף וועלכע דף צו פרק ?
Re: גרי צדק : אין אסאך וויכטיגע .אין אינטערסאנטע ידועות.
רבותינו האט געשריבן:הסרפד האט געשריבן:רבותינו האט געשריבן:איך האב געהערט אז די הייליגע גר צדק פאטוצקי הי"ד האט געזאגט אז אלע גרים במשך הדורות זענען גוועהן פון די וואס האבון געוואלט מקבל זיין די תורה ווען די אייבערשטער האט געפרעגט אלע פעלקער צו זיי ווילען מקבל זיין די תורה ,אין כמעט יעדער האט נישט געוואלט די מיעוט וואס האבון יא געוואלט האבון זיך מגייר גוועהן ,
און די נשמות וואס האבון זיך גע'שמדט במשך הדורות האבון נישט געוואלט מקבל זיין די תורה אין טאקע שפעטער זיך גע'שמד'ט,
אין די הייליגע גר"א האט מסכים גוועהן דערצו ,
כך שמעתי אויב איינער האט א מקור ווי דעס ווערט גברענגט וואלט איך הנאה געהאט.
עס איז פארהאן זייער איין אויסטערלשיער שטיקל ספר חסידים וואס שרייבט אז דער מלאך הממונה אויף נשמות פון ניי-געבוירענע קינדער איז זיך א מאהל טועה, והיינו טעמא דגירות, והיינו טעמא איפכא ר"ל.
זייער אינטערסאנט
הגם דאס איז א אנדרע בחינה
איר קענט מיר געוואהר ווערן אויף וועלכע דף צו פרק ?
איך האב געזוכט, אין דערווייל טרעף איך עס ביי ליקוטים מזמן הראשונים בשם ר' יהודה החסיד און נישט אין ספר חסידים אליינס, איז אפשר בין איך מיך טועה מיט די פרטים:
http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=169797#p169797
(די זעלבע שטיקל כמעט ווארט ביי ווארט האב איך געזעהן ברענגן פון שו"ת מן השמים)
Re: גרי צדק : אין אסאך וויכטיגע .אין אינטערסאנטע ידועות.
הסרפד האט געשריבן:רבותינו האט געשריבן:הסרפד האט געשריבן:רבותינו האט געשריבן:איך האב געהערט אז די הייליגע גר צדק פאטוצקי הי"ד האט געזאגט אז אלע גרים במשך הדורות זענען גוועהן פון די וואס האבון געוואלט מקבל זיין די תורה ווען די אייבערשטער האט געפרעגט אלע פעלקער צו זיי ווילען מקבל זיין די תורה ,אין כמעט יעדער האט נישט געוואלט די מיעוט וואס האבון יא געוואלט האבון זיך מגייר גוועהן ,

יישר כח