אבזערוואציעס און געדאנקען מיט @איין תגובה טעגליך.

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איך האב בכלל נישט קיין כח דא צו דארפן צוריקקומען זיך פארטיידיגן, אבער איך בין אויסדרוקליך מחולק אויף יעדע פרט, די חתונה תקנות האבן שוין געשפארט שווערע הונדערטער מיליאנען דאלארן ביי אידישע שמחות, און שטארק אראפ גערוקט די סטאנדארט ביי רוב חתונות.
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:איך האב בכלל נישט קיין כח דא צו דארפן צוריקקומען זיך פארטיידיגן, אבער איך בין אויסדרוקליך מחולק אויף יעדע פרט, די חתונה תקנות האבן שוין געשפארט שווערע הונדערטער מיליאנען דאלארן ביי אידישע שמחות, און שטארק אראפ גערוקט די סטאנדארט ביי רוב חתונות.


א רגע א רגע...
סאיז נישט אמת אז די עכטע ארעמאן דערלייגט?
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ניין, א דאנק די תקנות זענען דא א שפע פון ביליגע זאלן. איין דוגמא פרעגט עס נישט אפ, ווייל אזא זאל וואלט סייווי נישט צופיל לענגער אנגעהאלטן סייווי
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ניין, א דאנק די תקנות זענען דא א שפע פון ביליגע זאלן. איין דוגמא פרעגט עס נישט אפ, ווייל אזא זאל וואלט סייווי נישט צופיל לענגער אנגעהאלטן סייווי


סאיז נישט איין דוגמא, כאפ א שמועס מיט א איד וואס מוטשעט זיך שטארק.
סאיז די זאלן, די כלה קליידער, פירנוטשער.און נאך

איך האב גערעדט צו מער ווי איין אזא איד וואס ער האט דערלייגט אדאנק דעם און זיי פרעגן: ווייל יענער קוקט אויף זיין שכן מוז מען אים צושטעלן און איך וואס איך שטיי פעסט מיט מיר זאל דערלייגן ?
יא סאיז דא א צווייטע זייט אויך!
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איין תגובה טעגליך האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ניין, א דאנק די תקנות זענען דא א שפע פון ביליגע זאלן. איין דוגמא פרעגט עס נישט אפ, ווייל אזא זאל וואלט סייווי נישט צופיל לענגער אנגעהאלטן סייווי


סאיז נישט איין דוגמא, כאפ א שמועס מיט א איד וואס מוטשעט זיך שטארק.
סאיז די זאלן, די כלה קליידער, פירנוטשער.און נאך

איך האב גערעדט צו מער ווי איין אזא איד וואס ער האט דערלייגט אדאנק דעם און זיי פרעגן: ווייל יענער קוקט אויף זיין שכן מוז מען אים צושטעלן און איך וואס איך שטיי פעסט מיט מיר זאל דערלייגן ?
יא סאיז דא א צווייטע זייט אויך!


ווער האט עם צוגענומען די אפציעס? IKEA האט אויפגעהערט פארקויפן פורניטשער? ער וויל חתונה מאכן אין א שבע ברכות זאל, איז דען נישט דא? ווער שטעלט עם אפ? איז מער נישט דא קיין גמ״ח פאר די כלה קליידער וואס איז שפאט ביליג? ווער לאזט נישט? פארוואס האט תקנות אוועקגענומען די אפציעס? סך הכל האט תקנות געמאכט אז מען זאל קענען האבן מער באלעבאטיש, און דאך ביליגער. אז אפילו איינער וואס הייסט נישט קיין ארימאן, וואס קען נישט דעקן די הוצואות פון א א.ג. נארמאלע חתונה זאל האבן די אפציע זיך צו שפארן אסאך געלט, און קענען חתונה מאכן אן קיין חובות.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך זעה יעצט די אשכול צום ערשטן מאל. איך האב זייער הנאה פון די נושאים וואס דו כאפסט. און דיין שרייבן איז אויך יוניק אויף א פאזיטיוו וועג. גיי אן!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

עס איז קלאר אז די וועג וויאזוי מען מאכט היינט חתונה איז מיילן אוועק פון קאמאן סענס (90 פראצענט וויל נאכמאכן די 10 פראצענט...) און ליכט יארן ווייט פון אידישלעך (מותרות, לעבן פאר יענעם, אאוו). אבער "תקנות" איז נישט די לעזונג.
חינוך איז די לעזונג. די מלמדים, טיטשערס, מנהלים, פרינציפלס, מגידי שיעור, מנהלים, ראשי ישיבות, אדמורי"ם, משפיעים, מגידים דארפן רעדן די שפראך וואס די פריערדיגע גדולי ישראל פלעגן רעדן. עס דארף ארויסגעברענגט ווערן די עקל און חוזק פון לעבן פאר יענעם, און מחזק זיין די מידות טובות ווי איזהו עשיר השומח בחלקו. דאס וואס דער אייבישטער האט דיר געגעבן, דאס איז גוט פאר דיר. יענעמ'ס לעבן האט גארנישט מיט דיר.
עלטערן דארף רעאגירן צום בעל שמחה (כ'מיין בעל חוב) וואס פלאשט אראפ זיין געלט צוליב ער מיינט אז מיר וועט עס געפעלן מיט א "נעבעך" אנשטאט א "WOW"
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

שטומפיג האט געשריבן:איך זעה יעצט די אשכול צום ערשטן מאל. איך האב זייער הנאה פון די נושאים וואס דו כאפסט. און דיין שרייבן איז אויך יוניק אויף א פאזיטיוו וועג. גיי אן!

Same here, please continue
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

בבקשה האט געשריבן:
ווער האט עם צוגענומען די אפציעס? IKEA האט אויפגעהערט פארקויפן פורניטשער? ער וויל חתונה מאכן אין א שבע ברכות זאל, איז דען נישט דא? ווער שטעלט עם אפ? איז מער נישט דא קיין גמ״ח פאר די כלה קליידער וואס איז שפאט ביליג? ווער לאזט נישט? פארוואס האט תקנות אוועקגענומען די אפציעס? סך הכל האט תקנות געמאכט אז מען זאל קענען האבן מער באלעבאטיש, און דאך ביליגער. אז אפילו איינער וואס הייסט נישט קיין ארימאן, וואס קען נישט דעקן די הוצואות פון א א.ג. נארמאלע חתונה זאל האבן די אפציע זיך צו שפארן אסאך געלט, און קענען חתונה מאכן אן קיין חובות.


אמת אבער האסט אים אראפגערוקט פון ארעמאן צו א שלעפער פון גאס און נישט יעדער איז מסכים דערצו אין מקען עס פארשטיין
נברא האט געשריבן:עס איז קלאר..... "WOW"


;l;p-
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נברא האט געשריבן:אבער "תקנות" איז נישט די לעזונג.
חינוך איז די לעזונג. די מלמדים, טיטשערס, מנהלים, פרינציפלס, מגידי שיעור, מנהלים, ראשי ישיבות, אדמורי"ם, משפיעים, מגידים דארפן רעדן די שפראך וואס די פריערדיגע גדולי ישראל פלעגן רעדן. עס דארף ארויסגעברענגט ווערן די עקל און חוזק פון לעבן פאר יענעם, און מחזק זיין די מידות טובות ווי איזהו עשיר השומח בחלקו. דאס וואס דער אייבישטער האט דיר געגעבן, דאס איז גוט פאר דיר. יענעמ'ס לעבן האט גארנישט מיט דיר.
עלטערן דארף רעאגירן צום בעל שמחה (כ'מיין בעל חוב) וואס פלאשט אראפ זיין געלט צוליב ער מיינט אז מיר וועט עס געפעלן מיט א "נעבעך" אנשטאט א "WOW"

אויך איז די לעזונג פאר גניבות נישט פאליציי נאר חינוך....

מענטשן קענען פארשטיין, אבער בשעת נסיון וועלן זיי נאכאלץ נישט וועלן קלוג...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31248
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גוטע געדאנקן און גוט ארויסגעברענגט הרב איין תגובה! (אזא לעיזער קרויס סטייל... כ'האף אז דו נעמסט עס אלץ קאמפלימענט.) האלט עס אן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נברא האט געשריבן:אבער "תקנות" איז נישט די לעזונג.
חינוך איז די לעזונג. די מלמדים, טיטשערס, מנהלים, פרינציפלס, מגידי שיעור, מנהלים, ראשי ישיבות, אדמורי"ם, משפיעים, מגידים דארפן רעדן די שפראך וואס די פריערדיגע גדולי ישראל פלעגן רעדן. עס דארף ארויסגעברענגט ווערן די עקל און חוזק פון לעבן פאר יענעם, און מחזק זיין די מידות טובות ווי איזהו עשיר השומח בחלקו. דאס וואס דער אייבישטער האט דיר געגעבן, דאס איז גוט פאר דיר. יענעמ'ס לעבן האט גארנישט מיט דיר.
עלטערן דארף רעאגירן צום בעל שמחה (כ'מיין בעל חוב) וואס פלאשט אראפ זיין געלט צוליב ער מיינט אז מיר וועט עס געפעלן מיט א "נעבעך" אנשטאט א "WOW"

אויך איז די לעזונג פאר גניבות נישט פאליציי נאר חינוך....

מענטשן קענען פארשטיין, אבער בשעת נסיון וועלן זיי נאכאלץ נישט וועלן קלוג...


דער פראבלעם: מענטשן ליידן פון א סינדראם אז זיי מיינען אז זיי מוזן זיין ווי "יעדעם", מסכים? דער סאלושן: צווינגען יעדעם צו זיין אייניג!!!
און יא, אויב דו זעסט אז צופיל אין דיין שטאט, קהילה, קרייז וואקסן אויף גנבים, איז דא א פראבלעם אין די חינוך!
דער לעזונג צו א גניבה, איז נישט גיין נאך געלט פארן גנב "ער זאל נישט דארפן גנבענען"...
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

זאגן מ'דארף ארבעטן אויפצוקלערן די עולם הייסט זיך ארויס געדרייט פון אדרעסירן דעם פראבלעם...
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

יעצט דורכגעבליקט דעם אשכול צום ערשטן מאל.
סובסקרייבד.

זייער צו די זאך!
גיי אָן!!

זאלסט נאר נישט ווערן אויסגעברענט!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14568
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: איין תגובה טעגליך. מיט איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איין תגובה טעגליך האט געשריבן:ווען איך שטיי ענדלך אויף אינדערפרי, נאכן שווערע מלחמה פון יא אדער ניין, ווענדינדיג מיינע טריט צום נאנטען ביהמ''ד ליגט שוין ביי מיר אין געדאנק מיט וואסערע חידושים איך וועל אים היינט טרעפן,

ווי א געטרייע חבר ווארט ער מיר אפ ביים טיר יעדן טאג, רעגן, קאלט, היץ, אדער שניי,

כאטש וואס ער האט געווענליך נישט קיין גרויסע חידושים וועט זיך מיין ליבע צו אים נישט אפשוואכן,

ווען דו וועסט מיר פרעגן פארוואס איך בין אזוי נאנט צו אים וועל איך קיין זאכליכע תירוץ נישט פארמאגן, אבער ער איז צו שטארק געבינדן צו מיר אז איך זאל זיך פון אים שיידן,

נישט נאר איך בין געבינדן צו אים נאר פילע קלוגע און וויסנשאפטליכע שפירן די זעלבע נאנטקייט צו אים,

פיל מאל ווען ער איז מיט מיר האלט עס נישט אן פאר צו לאנג ביז איך שטעל אים אוועק כאטש וואס אנדרע וואלטן נאך געקענט הנאה האבן פון אים אבער עס באדערט נישט קיינעם,

ער ווערט אסאך מאל אראפגעברענגט א שטאק און דארט ווערט ער צושטאכן און צומאל אויך נאס, אבער ווי א געטרייע חבר בלייבט ער שטיל און זאגט גארנישט,

אמאל אמאל קומט פון אים יא עפעס זאכליך, בעיקר ווען ער דערמאנט מיר א פלאץ ווי איך דארף גיין,

אויב האב איך עפעס פארלוירן אדער איך זוך עפעס וויכטאג נעם איך אים און די האנט און איך לאז אים נישט אזוי שנעל ארויס,

ווען אידשקייט וואקסט וואקסט ער מיט,

ער באדינט מיר שוין באלד 15 יאר,


די "דבר יום ביומו"



בד"וו ווייסט איינער באמת וואס סאיז אזוי אינטערסאנט דארט?

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: איין תגובה טעגליך. מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

שטומפיג האט געשריבן:איך זעה יעצט די אשכול צום ערשטן מאל. איך האב זייער הנאה פון די נושאים וואס דו כאפסט. און דיין שרייבן איז אויך יוניק אויף א פאזיטיוו וועג. גיי אן!

גא"מ
סובסקרייבד
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

יישר כח פאר אלע סובסקרייבער, און ביטע שיקט אריין די קרעדיט קארד נומבער סאיז בלויז דריי זעכציג א יאר
:grin:

צום ענין.

איך בין היינט געגאנגען נאך געלט.
(א שטיקל גילו... הא?)
נישט ווייל כהאב געוואלט קענען שרייבן וועגן דעם נאר פאר גאר א חשובע צוועק פון מיינס א ידיד, בקיצור כ'האב מיר אביסל באקענט מיט די וועלט פון צדקה און צדקה גייערס, און איך צוטייל עס דווקא ווייל סאיז באמת 2 וועלטן און איינער וואס ס'איז נאכנישט געגאנגען נאך געלט קען באמת נישט פארשטיין א געלט גייער, און ער זאל אפילו נישט פראבירן,

נאכן ארום גיין לאנג קען איך זאגן אז א גרויס עולם געבט ביים דאוונען, אבער בערך די זעלבע מספר אידן געבן נישט, און סאיז צריך עיון, בשלמא אויב די וואס געבן נישט האבן באמת נישט קיין געלט און זענען יוצא מעשר מיט שכר לימוד (כהאף אז שכר לימוד געבן זיי יא) פארשטיי איך, כאטש וואס אפאר דאלער א טאג קענען רוב פון זיי מן הסתם זיך ערלויבן און געבן פאר די ערשטע פאר געלט גייערס, שוין כ'העל אנעמען אז איך בין נישט געווען פון די ערשטע פאר מ"יי פאו"לד,

אבער אידן וואס ווארפען יא אריין "טרי סיקדיס" פאר ארגענזעישענס, און געבן יא מעשר למהדרין פארוואס זאלן זיי נישט געבן ביים דאוונען אויך,
חוץ די מעלה פאר זיך אליין, וואס ביי אונז האט מען געוויסט אז ס'טראגט ארויף די תפילות, האט עס אויך די געוואלדיגע מצוה פון מחיה זיין א יוד וואס שלעפט זיך ארום פיר שעה וואס סאיז נישט שייך ביים געבן ערגעץ אנדערש,

און יא איך שעם זיך נישט צו זאגן יעדע נתינה האט מיר געגעבן א שטופ צום נעקסטע מענטש ביי א גרויסע נתינה בין איך ממש אריינגעפלויגען אינעם נעקסטען, חוץ קוואדערס וואס וועגט אראפ די טאש און כ'פארשטיי עד היום נישט וואס די צורך פון די רינדכיגע אייזן איז, הקיצור נאך א מעלה איז אז די געלט גייט פאר יחידים דירעקט, וואס אדער איז נישטא קיין ארגענזאציע פאר זייער פראבלעם אדער איז עס נישט גענוג,

העסטו אוודאי קומען מיט שטארקע טענות
1. אויב דאווען איך אין א מנינים סענטער און איך גיב יעדן א דאלער (א קוואדער לאזטו דאך נישט געבן...) וועט עס מיר קאסטן די הויזן!
2. סמאכט זייער נערוועז זיך צו ספראווענען א גאנץ דאוונען מיט צדקה גייערס.
איז על ראשון מקען אפמאכן א נומבער וויפל צו געבן איטש שחרית, און לכתחילה אויסשטעלן דיינע צדקות פאר ביהמ"ד צדקה גייערס -וואס ווי געזאגט טראגט עס אן עקסטערע חשיבות-

ועל אחרון איז אויך דא א עצה אויב מען איז מסדר די געלט אין סינגעלס אדער פינווערס למרובי היכולת נעבן/אויף די טלית בייטל קאסט עס נישט מער ווי א ווינק מיט די אויגן אדער הענט און די דאלער איז נישט דארט, אדרבה טריי עס אויס...
און אפשר איז עס גאר א גוטע זאך צוריק צו ברענגען די מחשבה פון ערגעץ ווי אריין צום דאוונען!

און יא די אינגע בחורימלעך וואס קומען אריין צו לויפן אין די מנין פארסאפעט מיטן פלעסטיג אויפן הוט ביי קר"ש און לויפן ארום און די גאנצע מנין ווען קוואדער פליען צו אלע זייטן און אלעס ווייל זייער רבי סארי זיי זענען שוין בר מצוה מגיד שיעור... האט זיי געזאגט אז מארגען גייט מען נאך געלט און ווער ס'ברענגט אריין די מערסטע באקומט גלילה זיי איז אויך א מצוה צו געבן.

און צום לעצט א חיזוק ווארט פאר אלע צדקה גייערס וואס איך האב געזעהן פון הייליגען סאטמאר רבי זי"ע, אז מיר פסקענען גדול המעשה יותר מן העושה, דהיינו איינער וואס מאכט א צווייטען געבן צדקה איז גרעסער ווי דער וואס געבט ווייל דער וואס געבט איז עס א צערא דממונא משא"כ דער וואס גייט נאך געלט איז עס צערא דגופא ווייל ער כאפט אריין בזיונת /חשדות פון מענטשען,

איז לאז דיך נישט נאך דיין זכות איז גרויס!
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
איין תגובה טעגליך
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 11:02 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין תגובה טעגליך »

א
י
ך
שרייב
א
ב
י
ס
ל
קרום

ווייל איך בין געווארן א קראקעדייל....

יא אזוי ווי איר הערט!!!

און לויט אסאך ראשונים בין איך גאר געווען און פרעה'ס בויך ביי צפרדע,
(ווער ס'וויל זיך משתתף זיין צו באצאלן געלט פאר היפנאסעס אויף צו וויקלען מיינע זכרונת פון דעמלטס קען "@אייוועלטביעידזשן")

העי מיסטער @איין תגובה ווי אזוי איז עס געשעהן?

אה כ'העל אייך ענטפערן,

יראתי בפצותי א ציטער לויפט דורך אין מיינע קראקעדייל בלוט ביים דערציילן די מעשה איר וועט באלד פארשטיין פ"וו אבער איך וועל דאך דערציילן

אנגעהויבן האט זיך אלעס אין א גרינע דינסטאג פאר אפאר וואכן צוריק, איך האב געפלאנט צו פארן קיין ארץ ישראל,פאר אביסל אויסליפטערונג (נאך געווען היבש פאר אמיקראן/ ביידן סטרעין) שוין אלעס איז גרייט קומט צו איינער און פרעגט מיר, זאג נאר @ איין תגובה, דו ווייסט אז אהין צו פארן מוזטו נעמען א וואקסין פארדעם,
איך קוק אים אזוי אן העה... ווער האט דיר געזאגט? אה זאגט ער מיר און געבט א נעם ארויס זיין כלי און ווייזט מיר, נא לצורך האב איך אריין געקוקט, און יא ער איז גערעכט! א פלייץ פון מליצות איז ארויס פון מיין מויל, אך פארשאלטנע ציונים וואס דארפן זיי אז איך זאל זיין וואקסענירט זיי ווייסן נישט אז איך האב נאך אנטי באדיס נאך פון מיזעלס,

געטרייט אהער געטרייט אהין און ס'איז נישטא וואס צו טוהן, אבער א איד געבט זיך אן עצה, האט מען געטוישט פלענער, גיימיר צו א אנדרע לאנד, (איך קען נישט זאגן וועלכע מפני כבוד המשפחה...) אבער ווי אויפגעברויזט בין איך געווארן הערנדיג אז דא העל איך אויך מוזן נעמען די וואקסין, אך משוגנע דעמקראטן, דעיס אז א פרעזידענט קאלעכט איז גארנישט נאר די וואקסין מוז מען נעמען??? ווי איז קאמען קאר כ'מיין סענס??

אבער בושנו מכל עם, טייערע חברים מיין פנים פלאקערט פאר בושה אז כ'האב מיך נישט געקענט מתגבר זיין די נסיון האט געברענט, די ווילן אוועק צו פארן האט נישט נאכגעלאזט, און...

כהאב גענומען די וואקסין..

איך זאג גענומען די וואקסין סאיז נישט אזוי פשוט איר ווייסט ווי שטארק די שטאך האט וויי געטוהן סאיז נישט סתם עפעס א שטעכלע אפילו די בענדעידזש האט זיך שטערקער צוגעקלעבט צו די האר (אה ס'ציפט...) וויסינדיג אז סאיז א וואקסין בענדעידזש,
איר מיינט אז איך האב עס געטוהן מיט א ראויגקייט גענומען די שטאך און געגאנגען ווייטער, נאו נאו איר האט א טעות
רבותי פון יענע טאג האב איך נישט געהאט קיין מנוחה, יעדע צופרי ביים אויפשטיין בין איך שנעל געלאפן צום שפיגל מיט א ציטער און געציילט, היום יום אחד להאוואקסין היום יום שני להאוואקסין א.א.וו.

ביז יענע שווארצע פרייטאג.

איך שטיי אויף און לויף צום שפיגעל און נישט מער נישט ווייניגער א ריזן קראקעדייל קוקט מיר אן...!! איי די אויגן ס'ציטערט מיר נאך ביז יעצט, די מויל גרייט איינצושלינגען א שטאט, די אויערן איז שוין אפגערעדט, פאר גרויס שרעק בין איך אומגעפאלן, און צו מיין גרויס וואונדער זעה איך ווי די קראקדעייל איז אויך אראפ געפאלן, איך שאקעל מיינע הענט און ער פאלגט נאך,
הערשט דאן האב איך געכאפט אז די ביטערע האט פאסירט און נצחו אראלים את המצוקים ונשבר, הוא אשר יגורנו ובא דאס נישט קיין קראקעדייל וואס איז ארויס געוואקסן פונעם שפיגל
דאס בין איך!!!

אוי וויי מיינע קראקעדייל טרערן זענען גערינען ווי א טייך און מיט ביטערע קולת האב איך געקלאגט פארוואס האב איך נישט צוגעהערט די אמת'ע דעת תורא נישט צו נעמען די וואקסין? וואס וועט יעצט זיין? וואס וועט מיין משפחה טוהן? ווי וועל איך דאוונען? ווי גיי איך פון דא און ווייטער? אהוי מי יודע..

שווער שווער האב איך אנגענומען די ביטערע מציאות אז איך בין פלעין נאמאר קיין מענטש נאר א קראקעדייל כ'מיין לייג דיך אריין אין מיין שיך... פאני ניין?
אבער מציאות איז געבליבן מציאות,
וואס זאל איך אייך זאגן, די לעבן אלץ קראקעדייל איז בכלל נישט גרינג,
די קראקעדייל טאג גייט נישט אריבער אזוי שנעל שעות אריכות זיצט מען און פשוט מקלאצט איר קענט עס אפילו נישט משיג זיין

א סענדוויטש ווערט אויפגעגעסן מיט איין ביס! פוצן די ציין נעמט עפעס נישט נערמאל לאנג!
א געניץ ענדיגט זיך נישט! בקיצור כהעל נישט אזוי מאריך זיין,
און איין ווארט ס'איז ביטער ווי א זית און שרעקדיג ווי א... ווי א קראקעדייל!

אויפן דריטען טאג אלץ קראקעדייל איז געקומען די איבעראשונג, איך באקום א פאון קאל פונעם דאקטערס אפיס, איך הייב אויף, (פרעג מיך נישט וויאזוי) און מיט א קול פון הונגעריגע חיה נעם איך מיר מאכן קולת "וואס האט עטס מיר געגעבן אזא וואקסין"???
ווי אזוי ווייסטו שוין פרעגט ער מיר
ווייס וואס??


אז מהאט געמאכט א טעות און דיר געשטאכן ""ווייטמין זינק אנשטאט די קאוויד וואקסין""

והאיש משתאה....!!

איך געב מיר א קוק אן און איך זעה אז לא קראקעדייל אני ולא בן קראקעדייל, די וואקסין האב איך נישט באקומען אבער די פראבלעם האב איך אליין גענומען, ס'איז אלעס געווען אין קאפ, און נאר דארט.

און יעצט טייערע (נישט קראקעדייל) חברים ס'איז אלעס א גוטע ווערטל אבער איך האב איין קשיא איז דיין מיינונג אויף סיי וואסערע נושא גענוג חשוב אז עס זאל דוחה זיין שנאת חינם, אונאת דברים, און נאך א לאנגע ליסטע אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם,
יעדער מעג האבן זיין אייגענע מיינונג און טוהן וואס ער פארשטייט, אבער ביטע נישט צו אן עקסטרעם וואס ברענגט צו מחלוקת און אנדרע פראבלעמען !


נ.ב. איך האב עס בכלל נישט געשריבן ספציעל אויף די זייט מטבע ווייל נאר די זייט האט די פראבלעם און כ'האב נישט געמיינט די נושא דווקא והוא רחום יכפר...)
לעצט פארראכטן דורך איין תגובה טעגליך אום מיטוואך יאנואר 05, 2022 1:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אבזערוואציעס איין תגובה טעגליך

לאו דווקא איינס, און לאו דווקא טעגליך...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פיינע (נישט פארמישן מיט פייזער..) פעדער..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8356
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

פיינעם אשכול דאס!
קיפ איט אפ.....
דאקטער רפאל
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 21, 2021 4:37 pm

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאקטער רפאל »

פיינע פעדער און פיינע נושאים,
איך האב זייער הנאה, גיי אן.
When I is replaced by "WE", Illness becomes Wellness
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

נאכאמאזעל אז דו ווייסט נישט וויפיל ערגער א זינק וואקסין איז.. א קראקאדייל איז א קינדער שפיל קעגן וואסע קען נאך יעצט ווערן פון דיר..

גלייך מיר זייער דיין אשכול קיפיטאפ מיט א פלייסיגקייט.. אסאך אידן האבן גאר שטארק הנאה דערפון!
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

איין תגובה טעגליך האט געשריבן:א
י
ך
שרייב
א
ב
י
ס
ל
קרום

ווייל איך בין געווארן א קראקעדייל....

פיין געלאכט, פיינע פעדער.

א דאנק!
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: איין תגובה טעגליך מיט @איין תגובה טעגליך !

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

א יעדן טאג מיט א חידוש wow
#גיי_קראך_גרינע_פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

די חילוק צווישן א מיליאן אין א ביליאן
מיליאן סעקונדעס = 11 טעג
ביליאן סעקונדעס = 30 יאהר
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31248
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פיין פיין, און נאך אזא גוטע מיקס פון אלע סארט און סוגים!

אבער כ'ווייס נישט וואס דו האסט זיך אזוי געשעמט, איך קען פולע אידן אין סמעדרעש וואס נוצן שוין יארן זייערע קראקעדייל טרערן... :roll: :lol:
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”