מיין רייזע מיט סוחי - חלקים א - כ״ג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

א נייניקל האט געשריבן:געהערט זאגן אז די סיט איז למעשה נישט געווארן א פערושאט...
מאניש לעבט נאך????

סוחי האב איך נאך געזעהן די וואך אין סמעדריש האלטסט ער האט עס באוויזן און מאניש נישט?
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

כ'מיין סוחי האטעם ארויסגעשטיפט פון די עמוירדזשענסי עקזיט....
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

האב איך יעצט דא צאם געלאכט…

יוש איז דאס גוט, יעדע דיטעל, אנבעליוועביל
עטיש
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 1:54 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עטיש »

מאניש ווי ביסטע? זאג מיר נישט אז די פליגער האט גע.....
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

מאניש שווימט זיך יעצט געמיטלעך אינמיטען אוקאן אויף זיין קישעלע שיפעל און נאשט בונדלעך און ניסלעך, סוחי פלאטשקעט ערגעץ ארום.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

אין קורצן פון פריער
..מוטשע דעך.

שינת צהרים


מ'ענדיגט אפרוימען די פילע טעלער'ס, און אלע לעקטער'ס גייען שוין שלאפן..ס'גאנצע צימער ווערט פארוואנדעלט אין א דארמיטארי..מ'טוט זיך אויס די שיך, ממש ווי ביי זיך אינדערהיים..ס'ווערט שא שטיל, מ'גייט יעצט שלאפן יעדער איינער..ביי די אידישע געמיינדע איז אבער יעצט די צייט פאר גענעראל פארזאמלונג'ן וואס ווערט אפגעהאלטן אויף די העכסטע טענער ביי יעדע שטיקל פלאץ וואס קען אריינעמען צוויי מענטשן אדער מער..א שטייגער ווי פאר די הכנות שטיבלעך, ביי די זיצן וואס זענען פאר די עקזיט, די פאליש אין די בעק וכו'..דעמאלטס איז די זמן ווען מ'באקענט זיך איינער מיטן צווייטן, מ'ווערט קרובים דארטן, עס ווערט בע'ארבייט פארשידענע נושאים.. און פאר סוחי איז נישטא קיין בעסערע צייט ווי יעצט, ער ווערט גוט מיט יעדעם איינעם יעצט..העי ס'טוט זיך? איך הייס סוחי, וויאזוי הייסטו? פארסט אויך אויף רימענאוו?

סוחי איז יעצט אויף א שפיאניר מיסיע, ער גייט אדורך דעם גאנצן דורכגאנג ביזן ערשטע קלאס, און דארטן מאכט ער שלעמאליכעמ'ס מיט יעדן צווייטן.. פרובירט ער אויס די זיצן און דאס גלייכן, ביז א דינסט כאפט אים אן ביים קארג און פירט אים ארויס בתופים ובמחולות..איצטערט מאכט ער זיין רייזע אויף צוריקוועג'ס..גייט ביז'ן פאליש ביים עק פון פליגער, און דארטן די לעצטע עטליכע זיצן האט אזא פיהרהאנג וואס איז ארומגענומען ארום די זיצן, כאילו צו ווייזן דא איז רעזאווירט..דאס ווערט גענוצט דורך די דינסטן אלץ זייער צונויפקום פלאץ ווי מ'שמועסט זיך אדורך די קומענדיגע אנטיסמיטישע פלענער..אויף רוב פליגער'ס האבן זיי אן עקסטערע שטיבעלע וואס איז ספעציעל געווידמעט פאר די הבה נתחכמה חברה ווי זיי קענען זיך אויסציען אויף א געלעגער און איינעמען זייער מיאוס'ן סוף..יעדע פליגער איז עס רעזעווירט אויף אן אנדער מקום..ס'איז אנדערקאווער, הו איז ארוינד די בעיס איז איט..אבער דא אויף מיין יעצטיגע רייזע מיט סוחי האבן זיי גענומען די בעק סיעט'ס, זעהט אויס די פליגער האט מען פארגעסן צו מאכן פאר זיי אן עקסטערע שטיבל, האבן זיי געמאכט עירובי תחומין מיט אזא מחיצה, און קונה שביתה געווען צווישן די מענטשהייט!

הכלל, סוחי איז דאך יעצט אויף א שפיאניר מיסיע, ער טראכט נישט קיין צוויי, געבט אן עפן אויף די פיהרהאנג ווי די דינסטן פארברענגען אינאיינעם. און שטעקט אריין ס'קאפ זיינע און זאגט העלאוי..ווי צו זאגן, עטץ קומט'ס אודאי אויך מיט קיין רימאנאוו, עטץ פארטס מיט די זעלבע נסיעה? ביי וועם האט עטץ געבוקט די טיקעט'ס?! די דינסטן געבן אים א לעקציע אין מס' דרך ארץ, און הייסן אים גיין אויף זיין פלאץ זאפארט, און מער נישט זיך וואגן צו עפענען זייער צימער פירהאנג..

יעצט גייט סוחי צוריק צו זיין פלאץ, ער האט דאך א פענסטער, און זיין שכן דער ערל איז פארזונקן אין א טיעפ'ן שלאף..ער וויל דאך אבער אריינגיין צו זיין פלאץ, סוחי קלערט נישט קיין צוויי, ער רייסט זיך אריין מיט געוואלד, אזא חסידישע ופרצת אריין, זיך אנכאפענדיג אינעם פאדערשטן זיץ וואס איז אויך א גאסט געבער צו א לא לנו..אז מ'קען אויפוועקן צוויי מענטשן אויף איינמאל פאר די זעלבע פרייז, איז דאך ממש א שאד נישט מיטצונעמען א דריטן..דער גוי כאפט זיך אויף פון שלאף מלא כעס, ס'גייט קללות נמרצות..ער זאגט דברי כיבושין והתעוררות פאר סוחי'ן..יע, סוחי טוט זיך אן זיינע העד פאוינס און לאזט זיין שכן מסדר זיין ס'עסק מיט זיך אליינס..איך פאהר אויף רימאנאוו, דו אויך?!

גענדיגט מיט סוחי, איך גרייט מיר צו גיין שלאפן..אויף מיין הענטל איז דא א קנעפל וואס מאכט מיין רוקן האלטער זאל אביסל נאכלאזן פון זיין שטייפקייט..אקעי, גיימיר זיך אויסציען..איין אינטש, דאס איז עס, מער גייט עס נישט..איך פראביר אראפצודרוקן מער אפשר וועט עס געלונגען, אבער קיינמאל..זה הוא! יעדע עטליכע מינוט צינד זיך אן מיין אוי סי די און איך קוק נאכאמאל צו די רוקן האלטער איז אראפגערוקט די ווייטסטע שייך..יע, איר קענט מיר אפשר זאגן וויאזוי דארף איך יעצט קענען שלאפן דא? חוץ מזה, וואס איך דארף מיר איינטיילן בשותפות מיין הענטל מיט מיין שכן..ווען קען איך האלטן די הענט אויף דעם און ווען דארף ער? איז דא אינסטראקשענס אויף דעם? איך שפיל מיט אים קאץ און מויז די גאנצע צייט, איך לייג ארויף מיין הענט אזוי אויף איין אינטש וואס איז ליידיג, און צוביסלעך פליעט אראפ זיין הענט אין תהום אריין..איך בין געהעריג אין ביזנעס דא מיט א גוי, איך מיט אים האמיר בשותפות איין הענטל ארויפצולייגן די הענט דערויף, איך טראכט עס צו פארדינגען פאר נאך איינעם..זאל כאטשיג אונזער אינוועסטמענט ברענגען עפעס ריוח..

יעצט איז די צייט צו מאכן די נענועים, מען דרייט ס'קאפ צו לינקס, ניין רעכטס איז בעסער..אךך צוריק צו לינקס..ארבייט נישט, לאמיר גיין רעכטס..נע, צוריק לינקס..וחוזר חלילה, אזוי דרייענדיג זעה איך מיין שכן שלאפט מיט די מויל ברייט אפן, אויף די רגע בליצט מיר א רעיון אריינצושטופן א באלי דארטן..דער מאכט מאדנע איבונגען מיט זיין קאפ, עס פאלט אראפ פארענט ווען גלייך געבט ער א שלעפ אויף צוריק מיט אזא ווילדע תנועה, דערנאך גליטשט ער עס צוריק אראפ זייער צושטייטלעך. געבט אכט צו גיין אויף ספיד איינס, עס לאזט זיך אראפ פאמעליך..און יאפס עס דערגרייכט שוין כמעט אונטן, און זוממממ ס'קאפ קומט צוריק מיט א שנעלקייט פון פופציג מייל פער שטונדע..אזוי ווילד צו פארן? רואיג, קענסט עס צוריקנעמען שטייט, וואס איז די יאגעניש? א רחמנות נעבעך..פיינעלי ערגעץ אינדערמיטן בין איך איינגעשלאפן..נעקסטע זאך איך הער, עקסיוז מי, וואלד יו לייק סאמטינג טו דרינק? זאג, דו דארפסט נאך דיינע ציינער? דו זעהסט נישט איך שלאף יעצט? זיי די דינסטן טרינקן אינמיטן שלאפן? מאדנע ברואים דאס..זיך געמוטשעט דריי שעה איינצושלאפן, ענדליך האב איך באוויזן דאס אומגלויביגע, און זי מיר איר גוט הארציגקייט האט באשלאסן מיר צו אפפערן טרינקן..ס'מוז דאך זיין אז איך בין יעצט דארשטיג, ניין?

די דינסט איז נאכנישט פארטיג, הערט א מעשה, זי איז מיר מסביר אז זי האט א סטאר דא און איך קען קויפן זאכענעס, איך בין געהעריג אין חעלעם יעצט..ס'דא א סטאר דא! אויפן פליגער! ביי מיין דורכגאנג! ווייזט מיר עפעס א בראשור מיט פיקטשער'ס זי האלט א קרעדיט קארד מאשין..ס'נייעס די חברה..איך שפור מיר יעצט עכט היימיש, ממש ווי אינדערהיים, איך האלט אינמיטן מיין טיעפסטן שלאף און טררררר, טובים מאורות אויף די ליין..ס'מוראדיג דאס..אזוי אינמיטן די דורכגאנג האבן די חברה געפענט א סטאר! מ'מאכט ביזנעס דא. די עירפארט איז שוין אויסגעלאפן פון פלאץ, און די דינסטן מחמת גרויס דחקות האבן נישט געהאט קיין ברירה נאר עפענען ס'געשעפט אויפן פליגער, אינמיטן דורכגאנג. מיר האבן א מאאל דא! חברה, גייטס צו סוחי, מאכטס מיט אים ביזנעס! און וועק מיר נישט אויף נאכאמאל, ווייל איך וועל מאכן מיט ענק ביזנעס!


פארזעצונג מערטצעשעם..

אייגענע עקספיריענס שטארק פארגעצויגן צו מיטטיילן.
.

נ.ב. די חלק האט שפעט געצייטיגט, ביטע אנטשולדיגן מאניש פארן קומען שפעט היינט, ער האט געהאט א...אקעי, סתם זייער פארנומען מיט פערזענליכע צוועקן, וועלמיר פרובירן זאל כאטש זיין איינמאל א וואך אן אפדעיט מערצעשעם..
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

צוקאש!! פלצתי כמה פלצות גדולות!

נאכאמאזאל דו זאגסט אז מ'איז געפארן אויף רימאנאוו..כמיין עכט איזעס אינקלאוטעט אינדע מוטשע דעך חלק..

אפשר לוינט טאקע צו אינוועסטירן אין דע הענטלעך..?


און פארעך פארגעס (נדנ) יא איר זענט אנטשולדיגט..אבער קומעדיגס מאל העט מען שוין ברויכן קנסענען..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוטש איך קען קוים שלוקצעס.... כ'ווארף מיך רעכט לינקס פאר געלעכטער... מיין רעבעצין קוקט מיר אן נעבעך א לא לנו .... בקיצור

מאניש'ל

ביזט גוט אבער נישט סתם...


יישר כח
אבער פארוואס נאר איינמאל א וואך... פליז טוה אונז נישט דאס...
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

טעינקס א מיליאן פאר דיין פארזעצונג ;l;p- ;l;p-

אבער ביטע… נישט איינמאל א וואך… ענדערשער איינמאל א טאג…
אוועטאר
ווענגלייך
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 11:39 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווענגלייך »

:lol: :lol: :lol:

רחמנה ליצלן, יויש די דיטעילס מיט די הענטל, און דעם גוי׳ס קאפ…
יענעמס נאז איז גרינער…
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

זייער גיט געוועהן יישר כח
גיט שבת
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

יוש האב איך צאמגעלאכט...

ש'כח מאניש!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6153
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:מיין רייזע מיט סוחי - חלק י


ר' מאניש ווי געווענליך - זיך צו באלעקן!

און ווי געווענליך וועלמיר צושטעלן דעם פי די עף פאר אידן וואס גלייכן צו ליינען אין א צי און מיט א שיינע אויסשטעל.
מיין רייזע מיט סוחי חלקים א-י
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

אוי באשעפער... מיין גאנצע חזה ושוק ווארפט זיך......
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

:lol: :lol: :lol:

מיטן מאכן מיר עס ליינען האסטו טאקע כמעט אויפגעוועקט דריי מענטשן...
חחח...
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

:cry: :evil: :oops: :cry: :evil: :oops:













אזוי קוק איך אויס ליינענדיג יעצט איבער דער גרויזאמע איין-מאל-א-וואך גזירה
די מינוטן פארדעם, האב איך אויסגעקוקט ווי... כ'שעם זיך צו זאגן, סארי, ס'עניוועיס דיין שולד, סאו וואטעווער
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אור מופלא האט געשריבן::cry: :evil: :oops: :cry: :evil: :oops:













אזוי קוק איך אויס ליינענדיג יעצט איבער דער גרויזאמע איין-מאל-א-וואך גזירה
די מינוטן פארדעם, האב איך אויסגעקוקט ווי... כ'שעם זיך צו זאגן, סארי, ס'עניוועיס דיין שולד, סאו וואטעווער

זעקלי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

מומחה יוחס האט געשריבן:אוטש איך קען קוים שלוקצעס.... כ'ווארף מיך רעכט לינקס פאר געלעכטער... מיין רעבעצין קוקט מיר אן נעבעך א לא לנו .... בקיצור

מאניש'ל

ביזט גוט אבער נישט סתם...


יישר כח
אבער פארוואס נאר איינמאל א וואך... פליז טוה אונז נישט דאס...

איך האב פארגעליינט די גאנצע ארטיקל פאר מיין רעבעצין, אזוי זעמיר ביידע געווען לא לנו'ס...
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

:grin: :grin: :grin:

ישר כח פאר די פארזעצונג
שטארק הנאה געהאט
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

אנגעהויבן צו ליינען... אריינגעכאפט מיט ביידע הענט און פיס די ערשטע צוויי פארזעצונגען.. מה אומר ומה אדבר?... פיינע נייעס פיצי געזאגט. דערמאנט מיר פון די זאפטיגע אלטע גוטע שמאלציגע שרייבערס, וואס וואלטן געחלש'ט צו שרייבן אזוי גוט.... ;l;p- ;l;p- ;l;p-
עטליכע מאל זיך דערמאנט פון איהם: :lol: :lol: :lol:
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
אקטיוויסט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 09, 2022 10:06 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקטיוויסט »

מער פלי איך נישט! נאך קוים אנגעהויבן אין אזויפיל מיטגעמאכט.
פאני...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מיר זענען נישט מוותר.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מומחה יוחס האט געשריבן:מיר זענען נישט מוותר.....
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: מיין רייזע מיט סוחי - חלק י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:מיר זענען נישט מוותר.....
א 👍 מיינט נישט אז איך שטים צי צו דיין מיינונג, אדער אז איך בין פרייליך מיט די נייעס וואס דו האסט באריכטעט.
עס איז א דאנק פאר'ן באריכטן, אדער פאר'ן לאזן הערן דיין מיינונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”